פון מיין אייגענע עקספערטיז (עפענען סעלצער / גיסן ביר)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אפרים
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2009 12:47 pm

פון מיין אייגענע עקספערטיז (עפענען סעלצער / גיסן ביר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפרים »

מן הסתם האט יעדערער פון ענק שוין מיטגעהאלטן מער ווי איינמאל, ביי זיך צו ביי אנדערע, ווי בשעת'ן עפענען א סעלצער באטל, קומט אפט מאל פאָר א "געז עקספלאויזשען". און ווען דאס פאסירט אין פאבליק קומט עס באגלייט מיט גרויסע פלאמען, דהיינו דאס פנים ווערט פארפלאמט און רויט פאר בושה.

איז וואס איז די עצה זיך אויסצוהיטן דערפון?

מאנכע זאגן אז ווען די סעלצער באטל איז קאלט פאסירט דאס נישט. אבער ס'איז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל כבר הי' לעולמים און ס'איז מעשים בכל יום אז אפילו קאלטע סעלצער באטלעך עקספלאדירן אויך אויב עפענט מען עס נישט אויפן ריכטיגן וועג. נאר אזויפיל אמת איז יא דא דערין, אז די עקספלאויזשען ביי א קאלטע סעלצער באטל איז נישט אזוי שטארק ווי ביי א ווארעמע סעלצער באטל.

אין מיין יוגנט האב איך אויך געהערט אז האלטן די באטל שיף בשעת'ן עפענען איז א סגולה בדוק ומנוסה אז ס'זאל נישט שפריצן, אבער די פאקט און די מציאות באווייזן אז אויך דאן איז מען נישט אינגאנצן פארזיכערט קעגן א אויפרייס, אלזא די דאזיגע סגולה איז ווייט פון "בדוק ומנוסה". (אויב איז די באטל קאלט, און ווי אויך עפענט מען עס שיף, איז די ריזיקע פאר א שפריצעריי טאקע היפש קלענער, אבער מ'איז נאך אלס נישט 100 פראצענטיג פראטעקטעט).

אלזא וואס איז יא די ריכטיגע וועג?

די ריכטיגע וועג איז בערך אזוי ווי ארויסנעמען א קאר פון א שנייאיגע דרייוועי, דהיינו גיין אהין און צוריק. קודם דארף מען געבן א שנעלע קליינע דריי, און דאן גאר שנעל אויף צוריק [דאפלט די ספיד ווי די שנעלע קליינע דריי], דאן נאך א שנעלע קליינע דריי, און גאר שנעל אויף צוריק, אזוי טוט מען עטליכע מאל ביז מען דערזעהט פאר זיך דעם באטל א אפענער, אן דאס מינדעסטע געשפריצעכץ.

דאס אלעס איז אבער געזאגט געווארן ביי גענצליך אויפגעלאזטע סעלצער, אויב אבער קומט די סעלצער גלייך פון פריזער ארויס, אויף א אופן אז ס'איז טיילווייז פארפרוירן, דאן זאל מען ניטאמאל פרובירן עס צו עפענען, (נאך מער איז דאס גילטיג ביי ביר), ווייל בערך האלב דערפון וועט זיין אויסגעגאסן... ובכגון דא נאמר אין עצה ואין תבונה נגד ה'...

---
אזוי ווי מען האט שוין דערמאנט פריער פון ביר, וועל מיר אויך איבערגעבן מיין עקפערטיז לגבי ביר.

כדי צו טרינקען לויטער ביר, און נישט קיין "שוימיגע" ביר, אויף דעם איז יא די עצה צו האלטן די גלעזל שיף בשעת'ן גיסן, אבער נאך א תנאי קומט צי צו דעם, דהיינו גיסן שטאטלעך און געלאסן, און דאס לעצטע פעלט ניטאמאל אויס צו זאגן, ווייל אפילו ווער ס'איז מקיל צו טרינקען אמאל ווארעמע סעלצער, איז ער אבער ביי ביר זיכער מהדר אז ס'זאל זיין דייקא קאלט.

אויב אבער וויל מען נוצן ביר פאר כוס של ברכה, וואס דעמאלס קען מען דאך נישט האלטן די גלעזל שיף ווייל ס'דארף דאך זיין פיל ביז אויבן, זאל מען האלטן די גלעזל שיף בשעת'ן גיסן נאר ביז ווי מ'קען אז זאל זיך נישט אויסגיסן, דערנאך זאל מען גיסן ווייטער גאר שטייטלעך און צוביסלעך ביז אויבן. אויב געלונגט אנצופילן די גאנצע אן שוים איז זיכער גוט, און אז נישט זאל מען עטליכע מינוט שפעטער ווען די שוים צוגייט צוגיסן נאך אביסל, ביז ס'וועט זיין בעזר השם א כוס שכר [ביר] מלא כברכת ה'.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פיינע נייעס דער נייער שרייבער.

---
ביטע שרייבן אויפן קעפל די נושא האשכול.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך האב גאנץ א פשוטע עצה, וכן אני נוהג
עפענען א סעלצער באטל דייקא אין פאבליק נאכן גוט אויסשאקלען, און אויסגעדרייט צו מיין חבר.
אזש מ'פילט ממש ווי ביי קריעת ים סוף
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווינקל האט געשריבן:פיינע נייעס דער נייער שרייבער.

און שוין איינגעשריבן באלד דריי יאר, פרעג איך דיר ביז יעצט האסטו אונז געלאזט דארשטן?
יעצט אז מ'האט דיך געפאקט וועט מען דיר נישט אזוי שנעל אוועקלאזן, ווי וואנט מאר!
;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

עניות דעתי לענין הביר - אחרון חביב, אויב איז די גלעזל ווארעם מעג די באטל זיין קאלט אפי' שיפן גיס איז אויך נישט קיין אפציע. פרוביר אליין.

לענין הסעלטסער (בדוק ומנוסה) איך ווייס נישט וויפיל אין פארוואס אבער הער.
מיין חבר האט עס מיר אויסגעלערנט דייקא א קען סעלצער קענסט עס שאקלן וויפיל די ווילסט, פארן עפענען האק אויבן ווי מען עפענט [קלאפ אביסל] קענסט עס עפענען קיין שפריץ עט נישט גיין.
(ולכל בני ישראל לא יחרץ.....) אבער באטל ווייס איך נישט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צוגעלייגט אפאר ווערטער צום קעפל.

און צו דיר אפרים א שיינעם דאנק, שרייב נאך.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ישימך כ"אפרים"
יא דאס הייסט אן ארטיקל!
ווי וואנט מארר...........
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

חחח. דיינע דריי יאר הארעוואניע האט זיך אויסגעארבעט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אפרים האט געשריבן:אזוי ווי מען האט שוין דערמאנט פריער פון ביר, וועל מיר אויך איבערגעבן מיין עקפערטיז לגבי ביר.

כדי צו טרינקען לויטער ביר, און נישט קיין "שוימיגע" ביר, אויף דעם איז יא די עצה צו האלטן די גלעזל שיף בשעת'ן גיסן, אבער נאך א תנאי קומט צי צו דעם, דהיינו גיסן שטאטלעך און געלאסן, און דאס לעצטע פעלט ניטאמאל אויס צו זאגן, ווייל אפילו ווער ס'איז מקיל צו טרינקען אמאל ווארעמע סעלצער, איז ער אבער ביי ביר זיכער מהדר אז ס'זאל זיין דייקא קאלט.

אויב אבער וויל מען נוצן ביר פאר כוס של ברכה, וואס דעמאלס קען מען דאך נישט האלטן די גלעזל שיף ווייל ס'דארף דאך זיין פיל ביז אויבן, זאל מען האלטן די גלעזל שיף בשעת'ן גיסן נאר ביז ווי מ'קען אז זאל זיך נישט אויסגיסן, דערנאך זאל מען גיסן ווייטער גאר שטייטלעך און צוביסלעך ביז אויבן. אויב געלונגט אנצופילן די גאנצע אן שוים איז זיכער גוט, און אז נישט זאל מען עטליכע מינוט שפעטער ווען די שוים צוגייט צוגיסן נאך אביסל, ביז ס'וועט זיין בעזר השם א כוס שכר [ביר] מלא כברכת ה'.


ביר ווענד זיך וועלכע קאפ, ס'דא קאפס וואס אפי' דו וועסט עס האלטען נישט נאר שיף, נאר אפי' ממש גראד, און די וועסט גיסן אזוי שטייט, ווי עס גייט א טשעראפוכע מיט ציבראכענע פוס אין א שניי, וועט עס נאך אלס זיין מרובה השוים על הביר.

אין דאס איז נישט נאר א פאוים קאפ, וואס דאס איז ר"ל, און ווען די דייטשע רשעים וואלטען געוואסט וואס דאס מיינט, וואלטען זיי אנשטאט די לאגער, געהייסן יעדעם טרינקען אגאנצען טאג ביר אין א פאוים קאפ, נאר איך רעדט אפי' פון געוויסע פלעסטיג קאפס, פון געוויסע פורמעס, מאכן אויך א מעות לא יוכל לתקן, ממילא איז קריטיש וויכטיג צו וויסען וועלכע קאפ מען ניצט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

קודם כל שלום עליכם ר' אפרים פליז פיל דיך קאמפטערבאל דא און שרייב נאך און ברענג ארויף נאך גוטע נושאים, אבער ביי ביר איז דאך בדוק ומנוסה אז אויב מ'האלט ס'פלעשל מיט'ן גלאז שיעף רינט נישט קיין שוים, וואו מ'האט שוין געזאגט בדוק ומנוסה!!
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

הרב 'אפרים' ;l;p-

מ'האב מיר שוין געטוישט צווישן אונז [באופן 'פרטי'נאר], נוצליכע הגהות בעבר,
און מיר האבן אייך באגריסט זיינער צייט שוין בפומבי [אינעם באגריסונג אשכול, דאכציך],

ויישר כחכם.
אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע: וואס הייסט ווי? דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ברק'ער »

הערליך שיין, אפרים.
מיט דעם, צו דען וועסטו קומען אפווישן די שוים וואס שווימט יעצט אויף מיינע ליפן?
איך גיי אויס פאר דארשט, דא אין אפיס, פונקט היינט איז די פריז'ידער דא צובראכן, סהאט זיך שוין ענדליך געמאכט א ווארימע זומער טאג דא אין בני ברק, נאך אפאר שווערע ווינטער וואכן. ס'הייס געווארן, ס'רינט די שווייס אזוי ווי נאר אין בני ברק קען רינען. איך גיי אויס אויף א קאלטן גלאז סעלצער, אין דער רעדט מיר דא פון באטלעך וואס פלאצן אויף דעם געגנט.
מיין מלמד פלעג זאגן: שעמזיך וואס דו ביזט!
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אפרים קום נאר אהער, כאדא א סעלצער צו עפענען, כ'ברוך עמיצין דערלאנגן דא....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך האף אז די גייסט אינז נישט מאכן ווארטן נאך דריי יאר פאר די נעקסטע תגובה :-(
יאנקעל די פופציגער
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מאנ-יימער האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:פיינע נייעס דער נייער שרייבער.

און שוין איינגעשריבן באלד דריי יאר, פרעג איך דיר ביז יעצט האסטו אונז געלאזט דארשטן?
יעצט אז מ'האט דיך געפאקט וועט מען דיר נישט אזוי שנעל אוועקלאזן, ווי וואנט מאר!
;l;p- ;l;p-


שלום עליכם רבי אפרים,
דיין ביז יעצטיגען ניק געפעלט מיר בעסער, אבער דער כח השכחה האט זיך אויפגעלאזט, דעם אלטן ניק איז ארויף געשווימען, געטראכט און געטוהן צום זאך, אפגעשטויבט, אין מ'גיימיר אים ניצען.

צוריק צום טעמע "לחיים", אוי ביר, איך בין מקפיד יעדער נאכט אויף א פלעשל באדווייזער אדער קאראנע, אבער נישט הייניקען ס'איז נישט מיין טעיסט.
ווען איך בין מכבד א גאסט מיט א גוט קאלטע גלעזל ביר, אין א גלאזערנע כלי זכוכית, בין איך יא מקפיד עפעס שוים זאל זיין פין אויבן, ס'סאך שענער.
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: פון מיין אייגענע עקספערטיז (עפענען סעלצער / גיסן ביר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

למעשה, ווי אזוי עפענט מען א פלעווערד סעלצער אן שפריצען?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: פון מיין אייגענע עקספערטיז (עפענען סעלצער / גיסן ביר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

Zeltzer האט געשריבן:למעשה, ווי אזוי עפענט מען א פלעווערד סעלצער אן שפריצען?



געב מיר דיין פעסווארד , וועל איך קענען עפענען דעם זעלטזער
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: פון מיין אייגענע עקספערטיז (עפענען סעלצער / גיסן ביר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

אפרים האט געשריבן: אבער די פאקט און די מציאות באווייזן אז אויך דאן איז מען נישט אינגאנצן פארזיכערט קעגן א אויפרייס, אלזא די דאזיגע סגולה איז ווייט פון "בדוק ומנוסה". (אויב איז די באטל קאלט, און ווי אויך עפענט מען עס שיף, איז די ריזיקע פאר א שפריצעריי טאקע היפש קלענער, אבער מ'איז נאך אלס נישט 100 פראצענטיג פראטעקטעט).

טו אן א מאסק
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
שש ושמח

Re: פון מיין אייגענע עקספערטיז (עפענען סעלצער / גיסן ביר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

shimon7323 האט געשריבן:
Zeltzer האט געשריבן:למעשה, ווי אזוי עפענט מען א פלעווערד סעלצער אן שפריצען?



געב מיר דיין פעסווארד , וועל איך קענען עפענען דעם זעלטזער

בס''ד
אהבתי. ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”