ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך דניאל אויערבאך » מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 3:47 pm
אן אריינצוגיין אין די טעכנישע דעטאלן (דאס וועט מען ווארטן אויף @איל'ס 2,000'סטע תגובה אי"ה..), איז פשוט אז א געוואלד חלקים פון א קאר ווערט היינט קאנטראלירט מיט א קאמפיוטער, וואס דאס אלעס פאדערט טשיפס. פון די אוטאמאטישע טעמפערטשורס, די USB, די גאנצע אינפאטעינמענט סיסטעם מיט די ריער-קעמערע, אויב האסטו היעטעד סיעטס אדער מעמארי סיעטס, אויטאמאטישע ווייפערס, און בכלל די גאנצע POWERTRAIN ווי די ענזשין און טראנסמישאן טוט א געוואלד פונקציעס אין די בעקגראונד אן דעם וואס דו זאלסט אינאכט נעמען, היינט קומען שוין צו די נייע סעיפטי סיסטעמ'ס ווי אויטאמאטיש אדאפטיוו קרוז און לעין אסיסט, בעקאפ סענסארס, און נאך טויזענטער זאכן, אלעס איז קאנטראלד מיט א טשיפ!
בויען א טשיפ פעקטארי איז א ביטער שווערע ארבעט, ווייל עס איז גאר קאמפליצירט און סאפיסטיקירט. טשיפס קענען זיין אזוי פיצל ווי 1/500 פון א מענטש'ס האר (כאטש איך גלייב אז די קאר וועט נישט קאמפלעינען אויב וועט עס זיין אזוי "דיק" ווי א געהעריגע האר...), די וועג ווי אזוי טשיפ קאמפאניס ארבעטן איז אז עס טאר נישט אריינגיין אינעם בנין אפילו נישט א "ברעקל" שטויב! מענטשן דרייען זיך ארום ווי די קאוויד הצלה לייט, ארומגעפאנצערט פון קאפ ביז פוס, עס געדויערט יארן פון ארבעט צו בויען אזא בנין, בקיצור איך וויל נישט אלעס אוועקנעמען פון איל משולש, אבער קענסט זיין זיכער אז אויב וואלט מען געקענט גרינגערהייט עפענען אזא קאמפעני וואלטן זיך שוין געיאוועט בעלנים דערויף.