איישישאק האט געשריבן:למדן וצדיק האט געשריבן:טאקע די מיליאן דאלער קשיא... ווי ווייט איך ווייס איז נישטא אזא אפציע אינעם פראגראם, נאר לעצטנס האב איך דאונלאדעד דעם עקסטענשאן
https://extensions.libreoffice.org/en/e ... publishing
וואס איך פארשטיי איז דאס געמאכט פאר די סארט זאכן. קען זיין סאיז דא אן אפציע פארדעם אויך. כדארף מיך נאך אביסל ארומשפילן מיט די אפציעס פון דעם עקסטענשאן צו זען.
וואס האסטו זיך אויסגעלערנט דערמיט?
נאכן זיך אביסל נישטערן אין די אלגעמיינע פונקציעס פון די פראגראם, זעי איך אז קיין פולקאמע לעזונג איז עס נאך נישט. למשל, די dropcaps זענען נישט למעשה'דיג. ביי אונז מאכט מען אי א גרויסע אות פון אויבן אי א גרויסע ליידיגע פלאטץ פון אונטן. ביי די גוים להבדיל מאכן זיי די גרויסע אות זאל אנפילן די ליידיגע פלאטץ אונטן. וואס וועט זיין מיט אונזער ליידיגייען? טאמער איינער האט אן עצה, ביטע זיך מעלדן במהרה.
די ווארד מעקראוס וואס ארבעט פאר די סארט זאכן ארבעטן נישט אין LibreOffice? אפעציעל דארף עס צו זיין קאמפעטיבעל מיט ווארד מעקראוס.