דער פשוט'סטער וועג איז נאכאלץ, ווי פריער געזאגט, אז דו מאכסט א טעיבל אף קאנטענסט. מ'קען מאכן א טעיבל אף קאנטענטס נאר פון א געוויסן פאראגראף סטייל און ס'דארף אפילו נישט זיין א העדינג. קענסט דערנאך זייער גרינג אראפנעמען די פעידש נומבערס וכדו'.
אויב דו ווילסט דוקא יא פשוט קאפי פעיסטן און דו ווילסט ס'זאל זיך פעיסטען אין עקסטרע שורות, דארף מען מאכן א שטיקל "ווארק עראונד".
1. סעלעקט דעם פאראגראף סטייל וואס דו ווילסט.
2. נעם אראפ דעם טשעק פונעם באקסל paragraph style.
3. טשעק דעם באקסל regular expression.
4. טשעק דעם באקסל current selection only.
5. אינעם find באקסל לייג אריין:
^.
6. אינעם replace באקסל לייג אריין:
=&
און דריק replace all. דאס גייט מאכן אז אנפאנג פון יעדן פאראגראף גייט ארויפקומען אזא =.
7. סעלעקט נאכאמאל דעם פאראגראף סטייל וואס דו ווילסט.
8. פעיסט עס וואו דו ווילסט.
9. סעלעקט די טעקסט וואס דו האסט געפעיסט.
10. טשעק נאכאמאל די באקסלעך regular expression און current selection only.
11. אינעם find באקסל לייג אריין:
=
12. אינעם replace באקסל לייג אריין:
\n
און דריק replace, אזוי גייט ווערן עקסטרע שורות פון די אלע טעקסטס.
13. דערנאך קענסטו פשוט אראפנעמען די אלע =. לייג אריין אינעם find באקסל
=
און אינעם replace באקסל לייג גארנישט. דריק replace all, וזהו.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)