Libre Office and other MS Office substitutes

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30698
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איישישאק האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:טאקע די מיליאן דאלער קשיא... ווי ווייט איך ווייס איז נישטא אזא אפציע אינעם פראגראם, נאר לעצטנס האב איך דאונלאדעד דעם עקסטענשאן
https://extensions.libreoffice.org/en/e ... publishing
וואס איך פארשטיי איז דאס געמאכט פאר די סארט זאכן. קען זיין סאיז דא אן אפציע פארדעם אויך. כדארף מיך נאך אביסל ארומשפילן מיט די אפציעס פון דעם עקסטענשאן צו זען.

וואס האסטו זיך אויסגעלערנט דערמיט?
נאכן זיך אביסל נישטערן אין די אלגעמיינע פונקציעס פון די פראגראם, זעי איך אז קיין פולקאמע לעזונג איז עס נאך נישט. למשל, די dropcaps זענען נישט למעשה'דיג. ביי אונז מאכט מען אי א גרויסע אות פון אויבן אי א גרויסע ליידיגע פלאטץ פון אונטן. ביי די גוים להבדיל מאכן זיי די גרויסע אות זאל אנפילן די ליידיגע פלאטץ אונטן. וואס וועט זיין מיט אונזער ליידיגייען? טאמער איינער האט אן עצה, ביטע זיך מעלדן במהרה.

די ווארד מעקראוס וואס ארבעט פאר די סארט זאכן ארבעטן נישט אין LibreOffice? אפעציעל דארף עס צו זיין קאמפעטיבעל מיט ווארד מעקראוס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

מעקראס?! נאר דאס פעלט מיר אויס! אז איך האב א dropcaps אפציע פאר א גאנצע ווארט, איז עס דען נישט בעסער צו זוכן א גלאטערע לעזונג ווי א מעקרא?
אגב, אויף די אוצה"ח סייט, איז פארהאנן א איד מיטן נאמן פון בריושמא, וואס קען זיך גאר גאר גוט אויס אין ווארד, און ער האט א פיינעם לאכעדיגע שפראך, און ווען ער עפענט זיין מויל, איז עס ווערט אים אויסצוהערן (מ'דארך קענען אביסל עברית פאר דעם). ער האלט שטארק אז מעקראס איז די ערגסטע זאך אין די וועלט, און ער האט קונצן מיט find and replace וואס קען מעגליך אסאך ארויסהעלפן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איישישאק האט געשריבן:די dropcaps זענען נישט למעשה'דיג. ביי אונז מאכט מען אי א גרויסע אות פון אויבן אי א גרויסע ליידיגע פלאטץ פון אונטן. ביי די גוים להבדיל מאכן זיי די גרויסע אות זאל אנפילן די ליידיגע פלאטץ אונטן. וואס וועט זיין מיט אונזער ליידיגייען? טאמער איינער האט אן עצה, ביטע זיך מעלדן במהרה.

דער היימישער "דראפ קעפ" פון וואס דו רעדסט, איז א פראבלעם נישט נאר אין ווארד פראסעסינג פראגראמען, ווי ווארד און ליברע אפיס. אפילו אין אינדעזיין איז עס אויך א גאנצע אישו. זע דא די ארטיקלען פון הרב @טויגליכער וועגן די דראפ קעפס אין אינדעזיין, און וואספארא שפיצלעך מ'דארף אלץ מאכן דאס צו עררייכן.
https://toiglicher.com/%d7%a7%d7%90%d7% ... %95%d7%aa/

מ'דארף טאקע איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען די גויים ווי וויכטיג דאס איז פאר אונז, און סאיז באמת א חוצפה אז אפילו אזא פראגראם ווי אינדעזיין סופארט דאס נישט געהעריג. כמעט אלע היימישע ספרים נוצן דאס. דער איינציגסטער פראגראם מיט וועלכן מ'קען דאס געהעריג מאכן איז, פארשטייט זיך, "תג", וואס איז ספעציעל געמאכט פאר ספרי קודש.

האו עווער, כהאב מיך דוקא אן עצה געגעבן אין ליברע אפיס. ביי דראפ קעפס האב איך אנגעשטעלט אז דער קערעקטער סטייל פונעם דראפ קעפ זאל זיין דראפ קעפ. דערנאך בין איך געגאנגען צו קערעקטער סטיילס > דראפ קעפס, און אנגעשטעלט אז דער פאנט זאל פארשטייט זיך זיין באלד. אונטער דעם Position Tab האב איך אנגעשטעלט אז ס'זאל זיין Superscript און זיך אביסל ארומגעשפילט מיט'ן Position. דאס איז ווי אזוי סאיז אויסגעקומען… נישט שלעכט, אבער ווייט פון פערפעקט… קען זיין אז משפילט זיך אביסל בעסער ארום, קען מען עס מאכן ממש שיין.

דראפווארדס אין ליברע אפיס.png
דראפווארדס אין ליברע אפיס.png (63.21 KiB) געזען 4001 מאל

דאס זענען די פאזישאנס וואס כהאב אנגעשטעלט

דראפ קעפס פאזישאן ליברע אפיס.png
דראפ קעפס פאזישאן ליברע אפיס.png (43.36 KiB) געזען 4001 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

א גרויסן ייש"כ.
איך טרעף מיר אן מיט עפעס א באג אין די סיסטעם.
איך ארבעט אויף א געוויסע פייל, און נאכ'ן ענדיגן א חלק פון די פייל, טויש איך די paragraph style צו געדענקן אז די חלק האב איך שוים גע'ענדיגט. איך פארמאך די קאמפיוטער, און אויף מארגן עפען איך די פייל נאכאמאל, און די formatting איז היסטאריא. די שינויים זענען נאך דארט, נאר נישט די formatting שינויים.
נאך מער. ווען איך עפען libreoffice האב איך פאר מיר א רשימה פון פיילס וואס איך האב לעצטענס גענוצט, און די Preview האט די בילד פון די פייל מיט די formatting, אבער ברגע ווען מ'עפענט עס, ווערט פארשוואונדן די גאנצע formatting.
דאס איז נישט אויף אלע פיילס, נאר איינער פון זיי.
פארוואס זאל דאס פאסירן? איך האב געסעיווט די פייל באצייטענס וכו'.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אויב די סעטינגס פונעם פארמעטינג פונעם פאראגראף סטייל האט זיך נישט עפלייט צו די פאראגראפן, סעלעקט די טעקסט און דרוק קאנטראל + M. דאס Cleared דירעקט פארמעטינג. אויב דער פאראגראף סטייל האט זיך בכלל נישט עפלייט צו די פאראגראפן, ווייס איך נישט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

למעשה האב איך געטראפן פיל מער א פשוט'ערער וועג צו מאכן די היימישע דראפ קעפס. אנשטאט גיין צום Position טעב און אנשטעלן Superscript און זיך ארומשפילן מיט די פאזישאנס, קען מען גיין צום Borders טעב און אנשטעלן אז דער קערעקטער סטייל זאל האבן א בארדער. מען דארף אנטשטעקן דאס באקסל Synchronize, און אנשטעלן אז דער אונטערשטער Padding זאל אריינגיין אביסל אין דער צווייטער שורה. דערנאך דארף מען מאכן אז דער קאליר פונעם בארדער זאל זיין ווייס אז מזאל עס נישט קענען זען.

כזע נאר אז ליברע אפיס האט סתם אזוי א שטיקל פראבלעם; אויב דאס ערשטע ווארט האט א לאנגע ענדע אות (אלע ענדע אותיות, חוץ ענדע מ'), מאכט ער דאס ווארט אביסל קלענער. די פשוט'ע עצה דערפאר איז צו מאכן א ספעציעלן פאראגראף און קערעקטער סטייל פאר פאראגראפן וואס דאס ערשטע ווארט ענדיגט זיך מיט ן', ץ', ף', ך', און אנשטעלן ביים פאראגראף סטייל אז דער קערעקטער סטייל פונעם דראפ קעפ זאל זיין דער ספעציעלער קערעקטער סטייל און ביים ספעציעלן דראפ קעפ קערעקטער סטייל אנשטעלן אז דער אונטערשטער Padding זאל זיין אביסל קלענער.

דא קענט איר זען וואס כהאב געמאכט, הערליכע שיינע היימישע דראפקעפס, און ווי איר קענט זען, האב איך געמאכט א ספעציעלן פאראגראף סטייל פאר ווערטער מיט לאנגע ענדע אותיות. (סאיז זיכער דא א רעגולער עקספרעשאן צו טרעפן אלע פאראגראפן וואס דאס ערשטע ווארט ענדיגט זיך מיט ן', ץ', ף', ך, ועוד חזון למועד דאס אויסצופיגורן.)
אטעטשמענטס
Screenshot 2021-01-31 112646.png
Screenshot 2021-01-31 112646.png (86.92 KiB) געזען 3977 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

רעגולער עקספרעשאן צו טרעפן פאראגראפן וואס דאס ערשטע ווארט ענדיגט זיך מיט ן', ץ', ף', ך,
^\w+?ן\X+|^\w+?ץ\X+|^\w+?ף\X+|^\w+?ך\X+
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

למדן וצדיק האט געשריבן:אויב די סעטינגס פונעם פארמעטינג פונעם פאראגראף סטייל האט זיך נישט עפלייט צו די פאראגראפן, סעלעקט די טעקסט און דרוק קאנטראל + M. דאס Cleared דירעקט פארמעטינג. אויב דער פאראגראף סטייל האט זיך בכלל נישט עפלייט צו די פאראגראפן, ווייס איך נישט.

עס האט זיך עפלייעט, אבער נאר צייטווייליג. נאכ'ן ארויס גיין פון די פראגראם איז עס נאך דארט, כמבואר בpreview. ווען מ'עפענט עס ווידער אויף, מאכט עס א שנעלן ויברח ולא נודע כי באו אל קרבנה. א מופת, אבער נישט קיין געוואונטשענעם.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

האסט פרובירט צו סעלעקטן די טעקסט און דרוקן ctrl+m?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30698
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

למדן וצדיק האט געשריבן:רעגולער עקספרעשאן צו טרעפן פאראגראפן וואס דאס ערשטע ווארט ענדיגט זיך מיט ן', ץ', ף', ך,
^\w+?ן\X+|^\w+?ץ\X+|^\w+?ף\X+|^\w+?ך\X+

אדער (דער זעלבער זאך נאר פשוט אביסל קלארער):

קאוד: וועל אויס אלע

^\w+?[ךןץף]\X+
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קנאפער ידען האט געשריבן:

ריכטיג. (חכם וואס איך בין. כהאב פשוט קודם אויסגעפיגורט דעם ן׳ און קאפי פעיסט און אריינגעלייגט א | צווישן.)
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

למדן וצדיק האט געשריבן:האסט פרובירט צו סעלעקטן די טעקסט און דרוקן ctrl+m?

יא, און דערנאך האב איך עס געמאכט בלויז רעכטס אויף לינקס, נישט מער. פארמאכט די פראגראם, ווידער אויפגע'עפענט, ואיננו כי לקח אותו אלקים. פונקט ווי פריער, אלס לינקס אויף רעכטס.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איישישאק האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:האסט פרובירט צו סעלעקטן די טעקסט און דרוקן ctrl+m?

יא, און דערנאך האב איך עס געמאכט בלויז רעכטס אויף לינקס, נישט מער. פארמאכט די פראגראם, ווידער אויפגע'עפענט, ואיננו כי לקח אותו אלקים. פונקט ווי פריער, אלס לינקס אויף רעכטס.

און ביי די סעטינגס פון דעם פאראגראף סטייל איז עס אויך אנגעשטעלט אויף רעכטס צו לינקס? שטעל אפשר אויך ביי דעם פעידש סטייל סזאל זיין רעכטס צו לינקס. אדער קען זיין אז די טעקסט איז אין א סעקשאן. פיילס וואס קומען פון ווארד קומען געווענליך אין סעקשאנס. ליברע אפיס דארף נישט קיין סעקשאנס. קענסט אויסמעקן אלע סעקשאנס ביי Format > Section. די טעקסט זעלבסט גייט זיך נישט אויסמעקן.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

ייש"כ פאר דיין הילף.
למעשה האב איך ארויסגענומן די טעקסט פון די פייל, אריין געלייגט אין אן אנדערן, און עס האט מיר גע'ארבעט. איך פרעג נישט קיין שאלות ווייטער.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

א קשיא אויף א מעשה... ב"ה סאיז מסודר
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך נוץ יעצט Thunderbird און עס האט אסאך מעלות איבער Outlook אבער אויך חסרונות.

די מעלה איז אז Outlook קען מאכן ערנסטע פראבלעמן ביים זיך באהעפטן צו דיין אימעיל קאנטע און איר אויפשטעלן ביים אנהייב. יעדער קאנטע האט אן אנדערע וועג וויאזוי אריין צו גיין דערין, און איך האב שוין ווייסע האר דערפון. אין Thunderbird גייט עס אסאך לייכטער.
ווי אויך, די tabs סיסטעם פון Thunderbird איז אסאך מער נוצליך ווי די מהלך פון Outlook פון עפענען נייע פענסטערס פאר יעדער זאך. צום סוף דארף מען אלס פארמאכן.

איין גרויסע חסרון וואס Thunderbird האט איז אז עס איז נישט דא קיין פריוויו אויף Attachments. אז איך באקום א פייל, וויל איך אין דעם אריין קוקן, אבער נישט סעיוון אויף מיין קאמפיוטער. איך דארף נישט קיין קאמפיוטער אנגעפילט מיט שטותים.

נאך אן ערנסטע פראבלעם מיט Thunderbird איז אז עס איז נישט דא קיין אפציע פון רעכטס אויף לינקס. מ'קען אויסשטעלן די Alignment פון די רעכטע זייט, אבער די טקסט קען מען נישט אויסשטעלן רעכטס אויף לינקס, א ריזיגע פראבלעם. בפרט ווען מ'שרייבט לשוה"ק\אידיש מיט אן ענגלישע ווארט אינדערמיט, ווי אלס שפרינגט אהין און אהער און מ'קען שוין נישט ליינן די זאץ.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

ווער האט א סאבסטיטיוט פאר Thunderbird? דער ענין פון רעכטס אויף לינקס מאכט מיר משוגע

איך האב פראבירט צו מאכן די העברעאישע ווערזיע, און דארט האט מען די פארקערטע פראבלעם
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך זעי אז אין הדבר תלוי אלא בי, און איך האב זיך אביסל ארום געזוכט אויף דער געוועב.
איך האב געטראפן Bluemail און איך זעי אז די פראבלעם האט עס נישט, עס לאזט שרייבן רעכטס אויף לינקס און לינקס אויף רעכטס, און עס דערקענט אטאמאטיש וואס מען וויל, נישט ווי Outlook וואס פאדערט א מענועל טויש.
עס איז אויסגעשטעלט אויף אן אנדערן אופן ווי די אנדערע פראגראמס, מער ווי א טשעט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איישישאק האט געשריבן:איך זעי אז אין הדבר תלוי אלא בי, און איך האב זיך אביסל ארום געזוכט אויף דער געוועב.
איך האב געטראפן Bluemail און איך זעי אז די פראבלעם האט עס נישט, עס לאזט שרייבן רעכטס אויף לינקס און לינקס אויף רעכטס, און עס דערקענט אטאמאטיש וואס מען וויל, נישט ווי Outlook וואס פאדערט א מענועל טויש.
עס איז אויסגעשטעלט אויף אן אנדערן אופן ווי די אנדערע פראגראמס, מער ווי א טשעט.

וואו, יישר כח פאר דעם. זעט אויס ווי גאר א פיינער געשמאקער פראגראם. סאיז זייער שיין אויסגעשטעלט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כ'האב געטראפן אן אנדער זייער גוטער דעסקטאפ עפפ פאר אימעילס, "ספייק". די מורא'דיגע מעלה דערפון איז אז ס'איז מ'קען עס אויסשטעלן ממש ווי וואטסעפפ, לויט די מענטשן, און אויך אז ס'ארבעט זייער שנעל.
https://spike.chat/r/a/?force=download&
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איינער פון די תועלת'ן וואס איך דארף פון א דעסקטאפ אימעיל פראגראם, איז די מעגליכקייט פון אפליין באנוץ. ד.ה. ווען איך בין נישט באהאפטן צום אינטרנט, נישט נאר אז איך זאל קענען דורקוקן אלטע אימעילס, נאר אויך קענן ארויס שיקן אן אימעיל וואס וועט ערשט גיין ווען איך באהעפט זיך ווידער. דאס האט אוטלוק געהאט, און Thunderbird האט נישט. איך האב נאך נישט פראבירט מיט Bluemail.
איין חסרון וואס איך האב מיט Bluemail איז אז עס טוט פלוצלונג קראכן גאנץ אפט. די ווינדאו ווערט ווייס, און איך מוז עס אויסלעשן און ווידער עפענן. איין מאל האט דאס פאסירט אין מיטן שרייבן אן אימעיל.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

א גוטן, איך האפ דער עולם איז נאך דא.

איך האב א פראבלעם מיט libreoffice וואס איך נוץ כסדר.
צומאל, ווערט א געוויסע טקסט טמיר ונעלם. עס איז נאך דארט, נאר ווייס. מ'קען עס סעלעקטן און העתק הדבק צו א נייעם פייל, אבער דער אריגינעלער פייל האט עס נישט. עס האט, זעט אויס, צו טון מיט דער ענין פון columns ווייל דארט פאסירט עס.
איינער ווייסט וואס דאס איז און וויאזוי מ'פאררעכט עס?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע: אין אידישן קווארטל

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

ווי א גוטע alternative צו Microsoft Office Suite איז
? ...Google-Docs/Sheets... VS Libre Office/WPS Office
גם זה יעבור
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30698
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גיבראלטאר האט געשריבן:ווי א גוטע alternative צו Microsoft Office Suite איז
? ...Google-Docs/Sheets... VS Libre Office/WPS Office

פשוט אז Libre Office/WPS Office איז אסאך מער אלטערנאטיוו צו Microsoft Office האבענדיג כמעט די זעלבע אפציעס און אפילו אויסשטעל.

דאס מיינט נישט אז Google-Docs/Sheets איז נישט א בעסערע סעלושען פאר דיר (אפילו מער ווי Microsoft Office). עס ווענדט זיך אין וויאזוי דו נוצסט זיי און אביסל סתם אין טעיסט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע: אין אידישן קווארטל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

קנאפער ידען האט געשריבן:
גיבראלטאר האט געשריבן:ווי א גוטע alternative צו Microsoft Office Suite איז
? ...Google-Docs/Sheets... VS Libre Office/WPS Office

פשוט אז Libre Office/WPS Office איז אסאך מער אלטערנאטיוו צו Microsoft Office האבענדיג כמעט די זעלבע אפציעס און אפילו אויסשטעל.

דאס מיינט נישט אז Google-Docs/Sheets איז נישט א בעסערע סעלושען פאר דיר (אפילו מער ווי Microsoft Office). עס ווענדט זיך אין וויאזוי דו נוצסט זיי און אביסל סתם אין טעיסט.

א דאנק פאר די אינפארמאציע.
גם זה יעבור
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”