Libre Office and other MS Office substitutes

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איישישאק האט געשריבן:איך הא געמאכט Find and Replace און געלייגט די וויילד קארד * אין די Find באקס. דערנאך בין איך געגאנגן צו די באקס וואס הייסט Format... און איך האב דארט געטראפן די פאנט פון די טיטלן (איך האב נישט געזען קיין אפציע צו זוכן א געוויסע פאראגראפ פארמאט, אזוי ווי וואורד האט), און ער זאגט מיר Search Key not found.

עפעס קלאפט מיר נישט.

עס איז דא א עקסטערע טשעקבאקס פאר סטייל, און דאן גיבט ער דיר אן דראפדאון פון די סטיילס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re:

תגובה דורך איישישאק »

קנאפער ידען האט געשריבן:

טשעקטי ולא נושעתי. קיין דראפבאקס האט זיך נישט באוויזן פאר מיין אויגן. נאר א קליינע צניעות'דיגע טשעק, אשר פשרו מי יודע.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך האב אפדעיטעד די פראגראם צום נייעם גירסא, ונושעתי. עס ארבעט ביי מיר.
נישט אזוי ווי וואורד, ווייל אלס קומט אין איין מישמאש, ווען אין וואורד איז יעדער געקומן אויף אן אייגענעם שורה, אבער א התחלה איז עס.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דער פשוט'סטער וועג איז נאכאלץ, ווי פריער געזאגט, אז דו מאכסט א טעיבל אף קאנטענסט. מ'קען מאכן א טעיבל אף קאנטענטס נאר פון א געוויסן פאראגראף סטייל און ס'דארף אפילו נישט זיין א העדינג. קענסט דערנאך זייער גרינג אראפנעמען די פעידש נומבערס וכדו'.

אויב דו ווילסט דוקא יא פשוט קאפי פעיסטן און דו ווילסט ס'זאל זיך פעיסטען אין עקסטרע שורות, דארף מען מאכן א שטיקל "ווארק עראונד".

1. סעלעקט דעם פאראגראף סטייל וואס דו ווילסט.
2. נעם אראפ דעם טשעק פונעם באקסל paragraph style.
3. טשעק דעם באקסל regular expression.
4. טשעק דעם באקסל current selection only.
5. אינעם find באקסל לייג אריין:
^.

6. אינעם replace באקסל לייג אריין:
=&
און דריק replace all. דאס גייט מאכן אז אנפאנג פון יעדן פאראגראף גייט ארויפקומען אזא =.

7. סעלעקט נאכאמאל דעם פאראגראף סטייל וואס דו ווילסט.
8. פעיסט עס וואו דו ווילסט.
9. סעלעקט די טעקסט וואס דו האסט געפעיסט.
10. טשעק נאכאמאל די באקסלעך regular expression און current selection only.
11. אינעם find באקסל לייג אריין:
=

12. אינעם replace באקסל לייג אריין:
\n
און דריק replace, אזוי גייט ווערן עקסטרע שורות פון די אלע טעקסטס.

13. דערנאך קענסטו פשוט אראפנעמען די אלע =. לייג אריין אינעם find באקסל
=
און אינעם replace באקסל לייג גארנישט. דריק replace all, וזהו.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

וואו! ייש"כ פאר דיין טרחה.
ביסט גערעכט וועגן די טעיבל אוו קאנטענטס, אבער דיין שיעור יעצט האט מיר דאך רייכער געמאכט.
א גרויסן ייש"כ, זאלס זוכה זיין צו א גרויסע יי"ש.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נאו פראבלעם, עני טיים
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

מ'קען מאכן מיט די פראגראם mailing labels?
ווען איך האב פרובירט האב איך נישט מצליח געווען.
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

וואס פינקטליך האט נישט געארבעט? דארפסט גיין צו
File > New > Labels
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קנאפער ידען האט געשריבן:אגב, נאך אן אפציע אין דער פעלד איז פרי אפיס (https://www.freeoffice.com/en), עס איז דער זעלבער איידיע ווי WPS סיי אז עס איז זייער ענדליך דער אויסקוק און וועג פון ארבעטן צו מייקראסאפט'ס אפיס ווי אויך אז עס איז דא א באצאלטע ווערסיע מיט מער זאכן (אבער פרי אפיס האט נישט קיין עדס, וואס איז דער דאונסייד פון WPS.)

איך האב עס נאכנישט געטרייט צו קענען קאמפערן.

כ'האב יעצט דאונלאדעט זייער פרי פי די עף פראגראם. ס'זעט אויס זייער גוט. ווי ווייט איך ווייס איז עס לכאורה דער איינציגסטער פרי פי די עף עדיטאר מיט אזויפיל אפציעס, באמת א ייש"כ פאר ריפערן צו זיי, שוין לאנג וואס איך זוך אזוינס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

אדער עפענט'ס א נייעם אשכול דערוועגן, אדער שרייב דא, אבער ביטע מיטטיילן מיט דער עולם די מעלות פון די פי.די.ף. פראגראם.
איך נוץ אדאבי אקראבאט פרא, און דאס האט אסאך פונקציעס וואס איך נוץ. למשל, קלענער מאכן אדער גרעסער מאכן די מארדזשינס פון א פי.די.ף. פון א ספר, ארויס נעמן פעידזשעס, צולייגן נומערן פון אונטען, ארום שפילן מיט די סדר הפעידזשעס, צולייגן הערות אויף די צייט פון א קאפי פון א ספר, ועוד.
טאמער די אלע זאכן קען מען טון אויף אן אומזיסטע פראגראם, ט'וואס האב איך פון צאלן געלט?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דערווייל האב איך נישט געטראפן אז מ'זאל קענען טוישן די מארדשינס און צולייגן פעידש נומבערס. מקען אבער ריערעינדשען די פעידשעס, אויסמעקן פעידשעס, צולייגן פעידשעס, און נאך פארשידענע גוטע זאכן.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קנאפער ידען האט געשריבן:איך וואלט עס נישט גערופן "פאר דער וואס וויל נישט", קען זיין אויך א גוטע אלטערנאטיוו פאר דער וואס "וויל נישט צאלן" (אדער גנב'ענען).

מען האט שוין ארומגערעדט דא עטליכע מאל דערוועגן. איך פערזענליך נוץ ענדערש WPS Office Free וואס איז גאר גאר ענדליך אין אויסזען, אפציעס, און אויסשטעל צו מייקראסאפט אפיס.
זייער סייט איז דא https://www.wps.com/office-free

איז עס נישט זייער שטייט? כ'האב עס פרובירט, און ס'נעמט א יאהר מיט א מיטוואך.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אוראייניקל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:איך וואלט עס נישט גערופן "פאר דער וואס וויל נישט", קען זיין אויך א גוטע אלטערנאטיוו פאר דער וואס "וויל נישט צאלן" (אדער גנב'ענען).

מען האט שוין ארומגערעדט דא עטליכע מאל דערוועגן. איך פערזענליך נוץ ענדערש WPS Office Free וואס איז גאר גאר ענדליך אין אויסזען, אפציעס, און אויסשטעל צו מייקראסאפט אפיס.
זייער סייט איז דא https://www.wps.com/office-free

איז עס נישט זייער שטייט? כ'האב עס פרובירט, און ס'נעמט א יאהר מיט א מיטוואך.

ארבעט ביי מיר נישט שטאטער ווי מייקראסאפט'ס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איישישאק האט געשריבן:אדער עפענט'ס א נייעם אשכול דערוועגן, אדער שרייב דא, אבער ביטע מיטטיילן מיט דער עולם די מעלות פון די פי.די.ף. פראגראם.
איך נוץ אדאבי אקראבאט פרא, און דאס האט אסאך פונקציעס וואס איך נוץ. למשל, קלענער מאכן אדער גרעסער מאכן די מארדזשינס פון א פי.די.ף. פון א ספר, ארויס נעמן פעידזשעס, צולייגן נומערן פון אונטען, ארום שפילן מיט די סדר הפעידזשעס, צולייגן הערות אויף די צייט פון א קאפי פון א ספר, ועוד.
טאמער די אלע זאכן קען מען טון אויף אן אומזיסטע פראגראם, ט'וואס האב איך פון צאלן געלט?

פאר פרי מיינעך נישט איז דא מיט אלע אפציעס (ארומרוקט פעידזשעס האסטו אין אסאך, למשל WPS האט עס אין זייער PDF רידער.) קענסט אבער מסתם טרעפן עפעס ביליגער ווי עקראובעט פראו.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך האב מחליט געווען צו פראבירן מיט ביידע Text maker און Libre office און דערנאך צו זען וועלכע איז בעסער פאר מיר.
איך לייג דא א Printscreen פון מיין ביידע סקרינס, איינער מיט Text maker און איינער מיט libreoffice
דמוי מלתא למלתא.png
דמוי מלתא למלתא.png (331.69 KiB) געזען 2559 מאל

און יעצט לאמיר אנהייבן
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

למדן וצדיק האט געשריבן:וואס פינקטליך האט נישט געארבעט? דארפסט גיין צו
File > New > Labels

סארי כ'האב גערעדט פון WPS
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איישישאק האט געשריבן:איך האב מחליט געווען צו פראבירן מיט ביידע Text maker און Libre office און דערנאך צו זען וועלכע איז בעסער פאר מיר.
און יעצט לאמיר אנהייבן

לאז וויסן. כ'האב עס אויך דאונלאדעט און זיך אביסל ארומגעשפילט דערמיט. כ'קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט וויבאלד כ'האב עס קוים גענוצט, אבער ווי ס'זעט מיר אויס אויפ'ן ערשטן בליק, קומט עס נישט צו צו ליברע אפיס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איישישאק האט געשריבן:איך האב מחליט געווען צו פראבירן מיט ביידע Text maker און Libre office און דערנאך צו זען וועלכע איז בעסער פאר מיר.
איך לייג דא א Printscreen פון מיין ביידע סקרינס, איינער מיט Text maker און איינער מיט libreoffice
דמוי מלתא למלתא.png

און יעצט לאמיר אנהייבן

כ'זעה אז די צווייטע האט ספעל טשעק אויף עברית, דאס קען זיין א מעלה (אדער א חסרון, ווייל ביי א ספר האקט עס אין טשייניק). האט די אנדערע אויך ספעל טשעק?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אויב סמאכט דיך נערוועז, קענסטו אויסלעשן ספעלטשעק.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אין Libre קען מען נישט - דוכט זיך - סעלעקטירן *אלע* פוטנאוטס אויף אמאל!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מען קען יא, דורך סעלעקטן דעם פאראגראף סטייל פון די פוטנאוטס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ליברע אפיס האט, אגב, אויך א ספעל טשעקער פאר אידיש, נאר פארשטייט זיך אז סאיז דער יידישיסטישער יידיש. דא און דארט אבער קען עס היבש צונוץ קומען. מקען עס דא דאונלאודן
https://extensions.libreoffice.org/en/e ... ecker-yivo
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

און אויב ווילט איר שרייבן א שיינע תגובה אויף אייוועלט מיט קאמפליצירטע פארמעטינגס, קענט איר דאונלאודן דעם עקסטענשאן וואס וועט קאנווערטן די טעקסט און די פארמעטינג צו bbcode.
https://extensions.libreoffice.org/en/e ... how/bbkode
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

פאר אונז פרומע אידן, איז ספעל טשעק א ברכה לבטלה אין אלע שפראכן (אפשר ענגליש נישט.....). איינער האט געמאכט א ספעל טשעק פאר וואורד, און עס האט נאר שטאט געמאכט די קאמפיוטער און גארנישט צוגעהאלפן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איישישאק האט געשריבן:פאר אונז פרומע אידן, איז ספעל טשעק א ברכה לבטלה אין אלע שפראכן (אפשר ענגליש נישט.....). איינער האט געמאכט א ספעל טשעק פאר וואורד, און עס האט נאר שטאט געמאכט די קאמפיוטער און גארנישט צוגעהאלפן.

גראדע יא געזען ביי א געוויסער אידישע מגיה א ריזיגער אידישע ווערטער ליסטע אלץ ווארד דיקשאנערי און עס העלפט אים גאר שטארק אין ספעל טשעקן. (ער האט עס נישט געוואלט ארויסגעבן.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”