Libre Office and other MS Office substitutes

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

דערווייל, שפיר איך אז libreoffice איז עטוואס בעסער ווי textmaker, איך קען אבער נישט זאגן פון ווי איך האב די הרגש.

אז מ'רעדט פון סאבסטיטיוטס פאר אפיס, וויל איך וויסן צו איינער האט א סאבסטיטיוט פאר Outlook. איך מיין א פראגראם וואס מ'קען נוצן אפליין, וואס וועט מסדר זיין אימעילס כדת וכדין, אראנזשירן לויט געוויסע כללים, האלטן קאפ מיט מער ווי איין אדרעס אא"וו.

ווער האט עקספיריענס אין דעם?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איישישאק האט געשריבן:דערווייל, שפיר איך אז libreoffice איז עטוואס בעסער ווי textmaker, איך קען אבער נישט זאגן פון ווי איך האב די הרגש.

אז מ'רעדט פון סאבסטיטיוטס פאר אפיס, וויל איך וויסן צו איינער האט א סאבסטיטיוט פאר Outlook. איך מיין א פראגראם וואס מ'קען נוצן אפליין, וואס וועט מסדר זיין אימעילס כדת וכדין, אראנזשירן לויט געוויסע כללים, האלטן קאפ מיט מער ווי איין אדרעס אא"וו.

ווער האט עקספיריענס אין דעם?

Thunderbird פון מאזיללע (די ארויסגעבער פון דער פייערפאקס בראוזער) איז דער ערשטער אלטערנאטיוו וואס קומט אויפן געדאנק:
https://www.thunderbird.net/en-US/
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

https://designingwithlibreoffice.com/download-buy/
דאס איז אן אינטערסאנט ביכל וואס כ'האב אמאל געטראפן וואס לערנט אויס ווי אזוי צו דעזיינען און מאכן לעיאוט מיט LibreOffice. פארשטייט זיך, LibreOffice, פונקט ווי ווארד, איז נישט קיין אלטערנאטיוו פאר אדאבי אינדעזיין אדער אנדערע דעסקטאפ פאבלישינג פראגראמען, אבער ווען ס'קומט צו נישט צו קיין קאמפליצירטע זאכן, איז LibreOffice פונקט גוט.

דאס ביכל קען מען דאונלאדן סיי אין pdf און סיי אינעם אריגינעלן odt פארמאט, אזוי אז מ'קען זען פינקטליך וואס ער האט געטון, און מקען עס אויך נוצן פאר א טעמפלעט. (מ'דארף אויך וויסן, דאס ביכל איז געשריבן געווארן שוין היבש א פאר יאר צוריק. דער פראגראם איז שוין היינט סאך מער פארגעשריטן, און אסאך וואס ער זאגט אז מ'קען נישט מאכן, קען מען שוין היינט יא.)

דאס איז נאך א גוטע ביכל וועגן לעיאוט אין LibreOffice. דער לעיאוט פון דעם ביכל איז פארשטייט זיך אויך געמאכט געווארן אין LibreOffice.
https://taming-libreoffice.com/wp-conte ... ffice6.pdf

ווי אויך קען מען דאונלאדן דעם אפיציעלן העלפ גייד פון ליברע אפיס. אויך, סיי אין פי די עף, און סיי אין ODT פארמאט.
https://documentation.libreoffice.org/e ... on/writer/

און אז מ'רעדט פון לעיאוט, איז כדאי אויך צו דערמאנען דעם פרי פראגראם Scribus. אנדערש אבער ווי LibreOffice וואס איז פונקט אזוי גוט (און אפשר אפילו בעסער) ווי מייקראסאפט אפיס, איז אבער Scribus נישט ממש אן אלטערנאטיוו צו אינדעזיין. דער עיקר פראבלעם דערמיט איז, אז כמעט יעדע זאך דארף מען מאכן מעניולי. למשל, איינע פון די פראבלעמען וואס איך האב מיך אנגשטויסן איז געווען אז כ'האב נישט געטראפן געהעריג קיין וועג צו ריסייזען אלע אויטאמאטישע טעקסט פרעימס פון יעדן פעידש, (נאר דורך פארשידענע שפיצלעך, ווי למשל, לייגן אן אויטאמאטישע פרעים אויף יעדן פעידש וואס זאל בלאקן די טעקסט.)

ווען ס'קומט אבער צו קלענערע קונטרסים אדער בראשורן, און פארשטייט זיך פאר א פאוסטער פון איין אדער צוויי פעידש, איז Scribus פונקט אזוי גוט ווי אינדעזיין.

אויך איז גוט צו וויסן פון די אנדערע בחינמ'דיגע גרעפיקס פראגראמען, Inkscape און Gimp.

Inkscape איז אנשטאט אילוסטרעיטאר און Gimp איז אנשטאט פאטאשאפ. אין פאטאשאפ קען איך מיך בכלל נישט אויס, ווייס איך נישט ווי סאך בעסער אדער ערגער Gimp איז. אבער Inkscape איז אויך מיט גארנישט הינטערשטעליג פון אילוסטרעיטאר, און האט דוקא אסאך זאכן מיט וואס ס'איז בעסער.

אזוי אויך, פונקט ווי אלע אדאבי פראגראמען ארבעטן זייער גוט איינער מיט'ן צווייטן, אזוי אויך, די אלע Open Source פראגראמען ארבעטן מורא'דיג גוט צווישן זיך.

Scribus
https://www.scribus.net/downloads/

Inkscape
https://inkscape.org/release/inkscape-1.0.2/

Gimp
https://www.gimp.org/
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

ביסט א ריזיגער למדן, כמבואר פון דיין פארשטאנד אין די סוגיא, און א צדיק מיט דעם וואס דו טיילסט מיט מיט אונז דיין ברייטער וויסענשאפטן אין פראקטישע עניינים.

כה לחי!

איך בין אן אלטע באנוצער פון styles אין וואורד, און איך האפ זיך אויסצולערנן אין libreoffice אויך. (איך זעי איין גרויסע מעלה אין libreoffice אויף וואורד, דער dropcaps קען מען מאכן אידישלעך, מיט גאנצע ווערטער אנשטאטס נאר אותיות. א ריזיגע אויפטו, וואס פארשפארט די גאנצע פאטשקעריי פון די macro וואס איך האב געמאכט אויף וואורד). דער כלל איז ממש ריכטיג, וואס מער מ'פארשטייט אין styles וואס בעסער קען מען נוצן די פראגראם.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך נוץ WPS, איך האב נאר איין פראבלעם, עס סופארט נישט געהעריג קיין אידיש, ווען איך באקום א אידישע עקסעל - פאר דעטע מערדזש - למשל, ווערט א חורבן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ענדע צדיק! האט געשריבן:איך נוץ WPS, איך האב נאר איין פראבלעם, עס סופארט נישט געהעריג קיין אידיש, ווען איך באקום א אידישע עקסעל - פאר דעטע מערדזש - למשל, ווערט א חורבן

קען זיין א ספעציפישע אישו, אבער סתם נוצן אידיש דארט ארבעט פיין.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

נאך א מעלה פון libreoffice איז אז עס ליינט דיין פייל, און ווען דו נוצסט די זעלבע ווארט איבער א פאר מאל, זעט עס אז דאס איז א נוצבארע ווארט פאר דיר, און עס קען אטאמאטיש אריין לייגן די ווארט יעדעס מאל דו הייבסט עס אן.

איך האב עס יעצט גענוצט אויסצושרייבן די חשבון פון א סוגיא, און די ווארט 'לגוביינא' איז אריין געקומן עטליכע מאל, און דער פראגראם האט דאס באמערקט.

נישט קיין גרויסע נוצן, אבער עפעס מעורר צו זיין.

אין ווארד קענסטו אויסשטעלן דיין Autotext אבער אטמאטיש ארבעט עס נישט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איישישאק האט געשריבן:איך בין אן אלטע באנוצער פון styles אין וואורד, און איך האפ זיך אויסצולערנן אין libreoffice אויך. (איך זעי איין גרויסע מעלה אין libreoffice אויף וואורד, דער dropcaps קען מען מאכן אידישלעך, מיט גאנצע ווערטער אנשטאטס נאר אותיות. א ריזיגע אויפטו, וואס פארשפארט די גאנצע פאטשקעריי פון די macro וואס איך האב געמאכט אויף וואורד). דער כלל איז ממש ריכטיג, וואס מער מ'פארשטייט אין styles וואס בעסער קען מען נוצן די פראגראם.

איך בין אויך זייער א גרויסער באנוצער פון סטיילס, אפילו פאר היילייטעד ווערטער נוץ איך א סטייל. ליברע אפיס איז זייער "סטייל בעיסד". כמעט אלע גייט דארט מיט סטיילס, און מקען אנשטעלן זייער אסאך זאכן מיט די סטיילס. דאס איז זייער נוצליך ווען מוויל אויסשטעלן א דאקומענט אז סזאל שיין. הגם, ווי געזאגט, ליברע אפיס איז נישט דעסקטאפ פאבלישינג פראגראם, פונדעסטוועגן, ווען סקומט צו אזעלכע זאכן ווי לעיאוט, סטיילס אד"ג, איז ליברע אפיס טויזנט מאל בעסער ווי ווארד.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

אויף א פשוט'ן קונטרס דארף מען נישט קיין סאך מער ווי libreoffice. נאר איין זאך וואס ומשפטים בל ידעום, די גוים פארשטיין נישט. דאס איז די סיסטעם אז יעדער פאראגראף ענדיגט זיך מיט די לעצטע שורה centered. פאר וואורד האב איך געהאט א מעקרא פאר דעם, אבער הלוואי ווען די גוים וואלטן פארשטאנן אז דאס דארפן מיר האבן.
אדער לעומת זה, וויבאלד libreoffice איז דאך opensource, זאל א היימישע פראגראמער טון צו דער זאך דערפאר. אפשר זאל מען אים גאר באצאלן דערפאר, איך וואלט געהאט גענוג נוצן דערפון צו צאלן א פאר דאללאר, און אוואדאי וואלטן אנדערע אויך מסכים געווען דערצו.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איישישאק האט געשריבן:אויף א פשוט'ן קונטרס דארף מען נישט קיין סאך מער ווי libreoffice. נאר איין זאך וואס ומשפטים בל ידעום, די גוים פארשטיין נישט. דאס איז די סיסטעם אז יעדער פאראגראף ענדיגט זיך מיט די לעצטע שורה centered. פאר וואורד האב איך געהאט א מעקרא פאר דעם, אבער הלוואי ווען די גוים וואלטן פארשטאנן אז דאס דארפן מיר האבן.

סאיז געהעריג דא די אפציע אינעם פראגראם. דארפסט נישט קיין שום מייקרא. שטעלסט אן דעם alignment סזאל זיין justified און אונטער דעם איז דא א באקסל אין וועלכן דו קענסט אויסוועלן אז די לעצטע שורה זאל זיין centered.

(אגב, סתם פאר אינטערסאנטקייט, כהאב קיינמאל נישט געזען א ספר זאל זיין אזוי אויסגעשטעלט. איך נוץ עס אמאל פאר קעפשאנס אונטער פיקטשערס.)
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

אז דו ביסט אזא למדן, וואלסטו געמעגט וויסן אז כמעט יעדער איינציגסטער היימישע ספר (נישט געדרוקט דורך חוקרים וכדו') איז אזוי אויסגעשטעלט.
נא דיר אן אורים ותומים מהדו' פלדהיים
אוצר החכמה_170833.jpg
אוצר החכמה_170833.jpg (46.25 KiB) געזען 2442 מאל

איך האב אנגעהויבן נוצן Thunderbird און עס האט אסאך מעלות.
קודם, עס איז אסאך לייכטער און שנעלער אריין צו לייגן אן אימעיל אדרעס. Outlook פלעגט דרייען א קאפ און בעטן פארשידענע אינפארמאציע וואס נארמאלע מענטשן האבן נישט.
Thunderbird האט אויך א מעלה פון Tabs. ווען איך האב גענוצט Outlook האט מען ביי יעדער אימעיל וואס מ'עפענט געמוזט עפענן א נייעם פענסטער, און דאס האט אנגעשטאפט די סקרין. Thundrbird האט Tabs וואס מאכט עס לייכטער.
איין מעלה פון Outlook איז די מעגליכקייט צו קוקן attachments אן צו דאונלאודן. אין Thunderbird מוז מען עס דאונלאודן, און דאס שטאפט אפ די הארד דרייוו, יעדער פאר טעג דארף מען מאכן א קלין אפ.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איישישאק האט געשריבן:איין מעלה פון Outlook איז די מעגליכקייט צו קוקן attachments אן צו דאונלאודן. אין Thunderbird מוז מען עס דאונלאודן, און דאס שטאפט אפ די הארד דרייוו, יעדער פאר טעג דארף מען מאכן א קלין אפ.

אפשר Display Attachments Inline אונטער דער View menu?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איישישאק האט געשריבן:אז דו ביסט אזא למדן, וואלסטו געמעגט וויסן אז כמעט יעדער איינציגסטער היימישע ספר (נישט געדרוקט דורך חוקרים וכדו') איז אזוי אויסגעשטעלט.
נא דיר אן אורים ותומים מהדו' פלדהיים

אה גערעכט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
גליקליכע ברודער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע ברודער »

למדן וצדיק האט געשריבן:https://designingwithlibreoffice.com/download-buy/
דאס איז אן אינטערסאנט ביכל וואס כ'האב אמאל געטראפן וואס לערנט אויס ווי אזוי צו דעזיינען און מאכן לעיאוט מיט LibreOffice. פארשטייט זיך, LibreOffice, פונקט ווי ווארד, איז נישט קיין אלטערנאטיוו פאר אדאבי אינדעזיין אדער אנדערע דעסקטאפ פאבלישינג פראגראמען, אבער ווען ס'קומט צו נישט צו קיין קאמפליצירטע זאכן, איז LibreOffice פונקט גוט.

דאס ביכל קען מען דאונלאדן סיי אין pdf און סיי אינעם אריגינעלן odt פארמאט, אזוי אז מ'קען זען פינקטליך וואס ער האט געטון, און מקען עס אויך נוצן פאר א טעמפלעט. (מ'דארף אויך וויסן, דאס ביכל איז געשריבן געווארן שוין היבש א פאר יאר צוריק. דער פראגראם איז שוין היינט סאך מער פארגעשריטן, און אסאך וואס ער זאגט אז מ'קען נישט מאכן, קען מען שוין היינט יא.)

דאס איז נאך א גוטע ביכל וועגן לעיאוט אין LibreOffice. דער לעיאוט פון דעם ביכל איז פארשטייט זיך אויך געמאכט געווארן אין LibreOffice.
https://taming-libreoffice.com/wp-conte ... ffice6.pdf

ווי אויך קען מען דאונלאדן דעם אפיציעלן העלפ גייד פון ליברע אפיס. אויך, סיי אין פי די עף, און סיי אין ODT פארמאט.
https://documentation.libreoffice.org/e ... on/writer/

און אז מ'רעדט פון לעיאוט, איז כדאי אויך צו דערמאנען דעם פרי פראגראם Scribus. אנדערש אבער ווי LibreOffice וואס איז פונקט אזוי גוט (און אפשר אפילו בעסער) ווי מייקראסאפט אפיס, איז אבער Scribus נישט ממש אן אלטערנאטיוו צו אינדעזיין. דער עיקר פראבלעם דערמיט איז, אז כמעט יעדע זאך דארף מען מאכן מעניולי. למשל, איינע פון די פראבלעמען וואס איך האב מיך אנגשטויסן איז געווען אז כ'האב נישט געטראפן געהעריג קיין וועג צו ריסייזען אלע אויטאמאטישע טעקסט פרעימס פון יעדן פעידש, (נאר דורך פארשידענע שפיצלעך, ווי למשל, לייגן אן אויטאמאטישע פרעים אויף יעדן פעידש וואס זאל בלאקן די טעקסט.)

ווען ס'קומט אבער צו קלענערע קונטרסים אדער בראשורן, און פארשטייט זיך פאר א פאוסטער פון איין אדער צוויי פעידש, איז Scribus פונקט אזוי גוט ווי אינדעזיין.

אויך איז גוט צו וויסן פון די אנדערע בחינמ'דיגע גרעפיקס פראגראמען, Inkscape און Gimp.

Inkscape איז אנשטאט אילוסטרעיטאר און Gimp איז אנשטאט פאטאשאפ. אין פאטאשאפ קען איך מיך בכלל נישט אויס, ווייס איך נישט ווי סאך בעסער אדער ערגער Gimp איז. אבער Inkscape איז אויך מיט גארנישט הינטערשטעליג פון אילוסטרעיטאר, און האט דוקא אסאך זאכן מיט וואס ס'איז בעסער.

אזוי אויך, פונקט ווי אלע אדאבי פראגראמען ארבעטן זייער גוט איינער מיט'ן צווייטן, אזוי אויך, די אלע Open Source פראגראמען ארבעטן מורא'דיג גוט צווישן זיך.

Scribus
https://www.scribus.net/downloads/

Inkscape
https://inkscape.org/release/inkscape-1.0.2/

Gimp
https://www.gimp.org/

איין חסרון וואס איך זעה אין לייברע, ווען מלייגט צו א FOOTNOTE קומט דער ליין אויפן לינקע זייט, ביי אידיש וואלט עס געדארפט זיין אויפן רעכטע זייט אבער עס איז נישט דא קיין אפציע צו טוישען,
אזוי אויך, ער ליינט נישט אלע אידישע פאנטס, און אפי' דאס וואס ער ליינט יא, ביים מאכן שטרעכלעך/שטרעכל טוישט עס צוריק צו די ענגלישע פאנט
און אויך, ביי געוויסע פאנטס ווען ממאכט שטרעכלעך פון אנפאנג ווארט, ווערט עס געטוישט צו די ענגלישע סארט שטרעכלעך
די אלע זאכן זענען נישט קיין פראבלעם אויף מייקראסאפט
נב עס איז דא אסאך מעלות און חסרונות וואס איך קען מאריך זיין אבער לע"ע געדענק איך נאר דעס
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גליקליכע ברודער האט געשריבן:איין חסרון וואס איך זעה אין לייברע, ווען מלייגט צו א FOOTNOTE קומט דער ליין אויפן לינקע זייט, ביי אידיש וואלט עס געדארפט זיין אויפן רעכטע זייט אבער עס איז נישט דא קיין אפציע צו טוישען,

דאס קען מען זייער גרינג טוישן און קאסטעמייזן, אפילו מער ווי אין ווארד. גייסט צו פעידש סטייל > פוטנאוטס
גליקליכע ברודער האט געשריבן:אזוי אויך, ער ליינט נישט אלע אידישע פאנטס, און אפי' דאס וואס ער ליינט יא, ביים מאכן שטרעכלעך/שטרעכל טוישט עס צוריק צו די ענגלישע פאנט

דאס קען מען אויך זייער גרינג טוישן. tools > autocorrect > autocorrect options
גייסט צו דעם טעב localized options
אין אנטשעקסט די באקסלעך אונטער single quote און double quote
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך לערן זיך יעדן טאג נאך זאכן.
איך וויל יעצט וויסן די מיליאן דאללאר שאלה וועגן libreoffice. די עיקר פראבלעם וואס יעדער מחבר ספרים האט מיט וואורד איז דאס אז עס איז אוממעגליך אויסצושטעלן די קאלומנס גלייך, אז יעדער זאל ענדיגן אין די זעלבע פלאטץ.
האט libreoffice אן עצה דערפאר? ווייל טאמער יא, דארף מען שוין נישט האבן די אלע טייערע פראגראמס פאר פשוטע ספרים.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

טאקע די מיליאן דאלער קשיא... ווי ווייט איך ווייס איז נישטא אזא אפציע אינעם פראגראם, נאר לעצטנס האב איך דאונלאדעד דעם עקסטענשאן
https://extensions.libreoffice.org/en/e ... publishing
וואס איך פארשטיי איז דאס געמאכט פאר די סארט זאכן. קען זיין סאיז דא אן אפציע פארדעם אויך. כדארף מיך נאך אביסל ארומשפילן מיט די אפציעס פון דעם עקסטענשאן צו זען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
גליקליכע ברודער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע ברודער »

למדן וצדיק האט געשריבן:
גליקליכע ברודער האט געשריבן:איין חסרון וואס איך זעה אין לייברע, ווען מלייגט צו א FOOTNOTE קומט דער ליין אויפן לינקע זייט, ביי אידיש וואלט עס געדארפט זיין אויפן רעכטע זייט אבער עס איז נישט דא קיין אפציע צו טוישען,

דאס קען מען זייער גרינג טוישן און קאסטעמייזן, אפילו מער ווי אין ווארד. גייסט צו פעידש סטייל > פוטנאוטס

איך האב נישט געטראפן ווי מקען טוישען די ליין צום אנדערען זייט
גליקליכע ברודער האט געשריבן:אזוי אויך, ער ליינט נישט אלע אידישע פאנטס, און אפי' דאס וואס ער ליינט יא, ביים מאכן שטרעכלעך/שטרעכל טוישט עס צוריק צו די ענגלישע פאנט
און אויך, ביי געוויסע פאנטס ווען ממאכט שטרעכלעך פון אנפאנג ווארט, ווערט עס געטוישט צו די ענגלישע סארט שטרעכלעך
די אלע זאכן זענען נישט קיין פראבלעם אויף מייקראסאפט
נב עס איז דא אסאך מעלות און חסרונות וואס איך קען מאריך זיין אבער לע"ע געדענק איך נאר דעס
למדן וצדיק האט געשריבן:דאס קען מען אויך זייער גרינג טוישן. tools > autocorrect > autocorrect options
גייסט צו דעם טעב localized options
אין אנטשעקסט די באקסלעך אונטער single quote און double quote

wow יישר כח

דרך אגב איך ניץ לייברא אפיס אויף LINUX איז דא א נפק"מ צווישען לייברא אויף ווינדאוס אדער לינעקס? איז דא מער OPTIONS אויף LIBRE WINDOWS ?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גליקליכע ברודער האט געשריבן:איך האב נישט געטראפן ווי מקען טוישען די ליין צום אנדערען זייט

Screenshot 2021-01-27 114224.png
Screenshot 2021-01-27 114224.png (29.94 KiB) געזען 2368 מאל

גליקליכע ברודער האט געשריבן:דרך אגב איך ניץ לייברא אפיס אויף LINUX איז דא א נפק"מ צווישען לייברא אויף ווינדאוס אדער לינעקס? איז דא מער OPTIONS אויף LIBRE WINDOWS ?

ווייסעך נישט...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
גליקליכע ברודער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע ברודער »

למדן וצדיק האט געשריבן:
גליקליכע ברודער האט געשריבן:איך האב נישט געטראפן ווי מקען טוישען די ליין צום אנדערען זייט

Screenshot 2021-01-27 114224.png

גליקליכע ברודער האט געשריבן:דרך אגב איך ניץ לייברא אפיס אויף LINUX איז דא א נפק"מ צווישען לייברא אויף ווינדאוס אדער לינעקס? איז דא מער OPTIONS אויף LIBRE WINDOWS ?

ווייסעך נישט...

יישר כח
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Open Office/Libre Office - פאר דער וואס וויל נישט וואורד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איישישאק האט געשריבן:אדער עפענט'ס א נייעם אשכול דערוועגן, אדער שרייב דא, אבער ביטע מיטטיילן מיט דער עולם די מעלות פון די פי.די.ף. פראגראם.
איך נוץ אדאבי אקראבאט פרא, און דאס האט אסאך פונקציעס וואס איך נוץ. למשל, קלענער מאכן אדער גרעסער מאכן די מארדזשינס פון א פי.די.ף. פון א ספר, ארויס נעמן פעידזשעס, צולייגן נומערן פון אונטען, ארום שפילן מיט די סדר הפעידזשעס, צולייגן הערות אויף די צייט פון א קאפי פון א ספר, ועוד.
טאמער די אלע זאכן קען מען טון אויף אן אומזיסטע פראגראם, ט'וואס האב איך פון צאלן געלט?

יעצט זע איך אז scribus קען געהעריג עפענען פי די עפס און מ'קען דארט ריסייזען די פעידשעס און פארשטייט זיך עדיטן אא"וו.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

און יעצט א נייעם פראבלעם.
Mozilla Thunderbird האלט אין איין קראכן. ער זאגט ער גייט שיקן א רעפארט צום קאמפאני, אבער דערווייל האב איך נישט קיין אפליין אימעיל פראגראם.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איישישאק האט געשריבן:די סיסטעם אז יעדער פאראגראף ענדיגט זיך מיט די לעצטע שורה centered. פאר וואורד האב איך געהאט א מעקרא פאר דעם, אבער הלוואי ווען די גוים וואלטן פארשטאנן אז דאס דארפן מיר האבן.

דאס איז עפעס הללמ"ס? וואס וועט זיין אז צוביסלעך וועט זיך עס אויפהערן ביז מען פארגעסט אינגאנצען דערפון?
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

א פיינעם עצה
איך קום נישט פאררעכטן די וועלט. ווען איך זעי א קונטרס צו א ספר וואס מ'האט אויסגעלייגט אין וואורד אדער דוקא, דערקען איך גלייך אז דאס איז אומפראפעסיאנעל. און דאס איז משפיע אויף מיין בליק אויף די ספר. קען זיין אז דעמאלס איז גאר בעסער אז זיי וואלטן געדרוקט די ספר ווי א סטנסיל און דאס געגעבן א טעם פון א באהלטענעם 'חסידישע גניבה', א בחינה פון חידושי הגרי"ז על הש"ס אדער כתבי אדמו"רי בעלזא. ווען מ'וויל פראפעסיאנעל, דארף מען זיך צושטעלן. מיט די צייט וועלן זאכן זיך טוישן מאליהם, אבער נישט דורך די אומבאלומפערטע וואס נוצן נאך די סארט פראגראמס. די תג און אינדיזיין נוצערס וועלן שטעלן די וועג פאר אונז.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: Libre Office and other MS Office substitutes

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

למדן וצדיק האט געשריבן:טאקע די מיליאן דאלער קשיא... ווי ווייט איך ווייס איז נישטא אזא אפציע אינעם פראגראם, נאר לעצטנס האב איך דאונלאדעד דעם עקסטענשאן
https://extensions.libreoffice.org/en/e ... publishing
וואס איך פארשטיי איז דאס געמאכט פאר די סארט זאכן. קען זיין סאיז דא אן אפציע פארדעם אויך. כדארף מיך נאך אביסל ארומשפילן מיט די אפציעס פון דעם עקסטענשאן צו זען.

וואס האסטו זיך אויסגעלערנט דערמיט?
נאכן זיך אביסל נישטערן אין די אלגעמיינע פונקציעס פון די פראגראם, זעי איך אז קיין פולקאמע לעזונג איז עס נאך נישט. למשל, די dropcaps זענען נישט למעשה'דיג. ביי אונז מאכט מען אי א גרויסע אות פון אויבן אי א גרויסע ליידיגע פלאטץ פון אונטן. ביי די גוים להבדיל מאכן זיי די גרויסע אות זאל אנפילן די ליידיגע פלאטץ אונטן. וואס וועט זיין מיט אונזער ליידיגייען? טאמער איינער האט אן עצה, ביטע זיך מעלדן במהרה.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”