עס איז מיר א חידוש אז איך טרעף נישט גארנישט אויף די טעמע, ובמקום שאין איש................
די PDF פארמאט איז די מערסטע פאפולער אין די וועלט, אבער נישט דוקא די בעסטע פאר יעדער פאל. איך האב אסאך ספרים אויף פי.די.ף. וואס איך נוץ פאר מיין לערנן און ארבעט, און איך וואלט זייער געוואלט האבן די גאנצע אוצר פון די בעיסיק ספרים אויף DJvu.
וויאזוי קען איך קאנווערטן אלע פיילס אויף א מאל? וועלכע פראגראם איז די בעסטע פאר דעם, באזונדער פאר ספרים? און וועלכע אומזיסטע פראגראם'ס טון די ארבעט? ביים זוכן אויף גוגל, האבן זיי מחליט געווען אז איך וויל פארקערט, פון DJvu אויף PDF, כאילו איך בין אזא מין מאדנע ברייה אז קיינער וואלט ניטאמאל געזוכט אזא איינער ווי מיר.
און טאמער איינער קען בעסער די סוגיא פון DJvu, וואס איז דאס אנדערש ווי סיי וועלכע Ebook פארמאט, און ווען לוינט זיך עס דאס צו נוצן, זאל ביטע אפירקומן. איך וואלט אויך געוואלט וויסן צו זייער OCR איז בעסער צו ערגער ווי וואס מ'קען טון ביי א PDF.
ייש"כ
פון PDF קיין DJvu און צוריק
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
פון PDF קיין DJvu און צוריק
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21067
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט