גוגל שיעטס - Google Sheets

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

גוגל שיעטס - Google Sheets

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

אונטערעסאנט אז עס נאכנישט דא קיין שמועס וועגן די וואונדערליכע יצירה "גוגל שיטס", וויל איך מאכן א שטיקל אנאליז דערויף. איך בין נישט קיין עקספערט אין עדווענדסט פארמולעס און קאודינג, דזשאסט פאר בעיסיק באנוץ.

איך וויל שרייבן א קאמפעריסאן מיט די מעלות און חסרונות פון שיטס קעגן עקסעל, אבער קודם א קורצע איבערבליק.

עס איז זייער ענליך צי עקסעל, און איינער וואס קען זיך אויס אין עקסעל וועט זיך פילן היימיש אין שיטס אויך. הגם עס איז דא קליינע חילוקים אין פארמולעס, סיי אין די נעמען פון "פונקשענס" און סיי אין אויסשטעל, אבער עס איז מער ענליך ווי אנדערשט, עכ"פ אין די בעיסיקס.

יעצט לאמיר גיין צי די מעלות (פראס) קעגן עקסעל:
וואלקענעס-
און שיטס ווערט אלעס געסעיווט און קלאוד אינסטענטלי. הגם אן עקסעל שיט קען מען אויך אויסשטעלן צי סינקן, אבער עס איז נישט די זעלבע. איך האב שוין אמאל פארלוירן א שיין ביסל דעטע ווען איך האב געריקט א שיט צי OneDrive.
נאך א הפלא'דיגע פיטשער אין שיטס, מען קען צוריקגיין צי פריערדיגע ווערסיעס פון די שיט סיי צי restore'ן די דעטע, און סיי סתם צי זעהן די פריערדיגע ווערסיעס. עס קען אמאל געפערליך צוניץ קומען אויב זאכן האבן זיך פאריקט און מען באמערקט ערשט שפעטער מאכן סעיווען אדער סתם מען וויל צוריקקוקן אלטע אינפא.
אויך איז גוט צי וויסן אז שיטס פארניצן נישט קיין פלאץ אין גוגל דרייוו. עס רעכענט נישט אראפ פון אייער דעטע קוואטע.

שעירינג.
די שעירינג פיטשערס ביי גוגל שיטס זענען געוואלדיג. מען קען מיטהאלטן אין ריעל לייף וואס יעדער טוט, מען קען אויסוועלן וואספארא רעכטן יעדער עקסטער האט, למשל זעהן, עדיטן און נאר קאמענטן. מען קען זעהן פונקטלעך וואס יעדער האט געטון.
גראדע עקסעל פרובירט זיך אויך מיטצוכאפן מיט די וואגן, אבער דערווייל האט שיטס די אויבעהאנט מיט דעם חלק.

גוטע פונקשענס-
צוויי געוואלדיגע פונקשענס וואס איך דענק יעצט וואס עקסעל האט נישט: =filter דאס גיבט דיך א געפילטערטע ליסט פון אן אנדערע ליסט בעיסט אויף א געוויסע קרייטעיריע. למשל האסט א ליסט פון קאסטעמערס, און די ווילסט און א באזונדערע פלאץ האבן א ליסט פון די בארא פארקע קאסטעמערס. עס ווערט אפדעיטעט אויטאמאטיש ווען אימער מען לייגט צי עפעס צי די הויפט ליסט.
נאך א גאר נוצבארע פאנקשען, איז importrange וואס ברענגט פשוט אריין א גרופע סעלס אזוי ווי עס שטייט און גייט פון ווי אימער, אפילו פון אן אנדערע שיט. קוקט למשל און די שיט פון מיין חתימה, עס איז נישטא דארט אלע פאנקשענס און פארמולעס, נאר די תוצאות איז אריינגעברענגט פון אן אנדערע שיט.

קליינעקייטן-
אמאל איז דא קליינעקייטן וואס מאכט אויס אסאך פאר איינעם. ליגט מיך אין קאפ 2 זאכן, ס'איז זיכער דא נאך. 1, די פיוועט טעיבעל ווערט אויטאמאטיש ריפרעשט ביי יעדע סעל טשעינדז. 2, אויב מען נישט דעטע וועלידעישען, ענדיגט זיך אליינס צי די ווערטער ווי נאר מען הייבט אהן. עס קען אמאל זיין א גרויסע טיים סעיווער.

נאך א מעלה פון שיטס איז די פילע add-on וואס מען קען צולייגן. איך קען נישט זאגן אויף דעם ווייל איך האב נאר פרובירט איין עד אן.

אונטערשטע שורה: מען קען בויען א קאסטאמייזט בוקקיפינג פראגרעם אויף גוגל שיטס מיט מעלות וואס אפילו קוויקבוקס האט נישט. מען קען אפילו מאכן עס זאל קריעטן שיינע אינוואויסעס און אפילו שיקן דירעקט (מיט א עד-אן), פארשטייט זיך עס איז נישט געמאכט פאר יעדן, ספעציעל ווען מען האט אסאך טרעזעקשענס.

חסרונות קעגן עקסעל

העווי יוז
די עיקר חסרון איז פשוט עס איז נישט אויסגעשטעלט צי ניצן "העווי". אז איר וועט וועלן אראפשלעפן אדער עדיטן א קאלום פון טויזענט רייעס וועט עס עקסעל טון פאר אייך אהנע פראבלעם (פארשטייט זיך די קאמפיוטער אליין דארף קאאפערירן), אבער שיטס וועט כמעט זיכער ווערן פארפרוירן, אפילו ביי הונדערט רייעס. וכדומה ודי

קאסטעמיוזעישן און tools-
עקסעל האט מיר אפשענס צי קאסטעמייזן די אויסזעהן, copy paste, אריינברענגן פיילס, פארשידענע שארטקאטס וואס עס פארמאגט מער.

אויב האט איר הנאה געהאט פון די ארטיקל, ביטע קליקט אויף די לינקס אין מיין חתימה און האטס הנאה. ריפעירטס א חבר (אדער זיך אליין), רופט/אימעילט מיט קשיות/תירוצים. נישט קיין חילוק וואס, אבער עפעס!!
לעצט פארראכטן דורך יונתן אום זונטאג נאוועמבער 04, 2018 10:50 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שטארק הנאה געהאט (חוץ פון די לעצטע פאראגראף...) און שיין צוזאמגענומען. כ'האלט שוין לאנג אז שיטס קען געהעריג ריפלעיסן עקסעל.

בנוגע די העווי יוז פראבלעם, האסט שוין פראבירט עס נוצן אין offline mode? כ'טראכט אז ס'קען העלפן...
אוועטאר
שימי התימני
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שימי התימני »

יונתן האט געשריבן:
שעירינג.
די שעירינג פיטשערס ביי גוגל שיטס זענען געוואלדיג. מען קען מיטהאלטן אין ריעל לייף וואס יעדער טוט, מען קען אויסוועלן וואספארא רעכטן יעדער עקסטער האט, למשל זעהן, עדיטן און נאר קאמענטן. מען קען זעהן פונקטלעך וואס יעדער האט געטון.
גראדע עקסעל פרובירט זיך אויך מיטצוכאפן מיט די וואגן, אבער דערווייל האט שיטס די אויבעהאנט מיט דעם חלק.

אויב האט איר הנאה געהאט פון די ארטיקל, ביטע ווייזט הכרת הטוב און קליקט אויף די לינקס אין מיין חתימה און האטס הנאה. ריפעירטס א חבר (אדער זיך אליין) צי מיינע סערוויסעס, רופט/אימעילט מיט קשיות/תירוצים. נישט קיין חילוק וואס, אבער טוטס עפעס!!

א גרויסן שכויח פאר די באריכט, איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם, איך ניץ עס טאקע זייער אסאך בעיקר וועגן די שעירינג, איך האב געפלעגט ניצן די געהריגע עקסעל שיט'ס אויף on drive אבער איך האב פארלוירן זייער אסאך דיעטע
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

נאך א מעלה פון שיטס, ספעציעל פאר בעגינערס. ווען מען טייפט א פארמולע קומט ארויף א קעסטעלע וואס ווייזט פונקטלעך וויאזוי מען דארף עס מאכן, מיט עקזעמפעלס. עס קען זיין זייער הילפבאר
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

ווען איין יוזער מאכט א פילטער טוט דאס עפעקטירן די אנדערע יוזער אויך, איז דא א וועג דאס צו פארמיידן?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

מים שלנו האט געשריבן:ווען איין יוזער מאכט א פילטער טוט דאס עפעקטירן די אנדערע יוזער אויך, איז דא א וועג דאס צו פארמיידן?

יא! מען קען ניצן filter view אנשטאט פילטער. קוק דא
https://blog.sheetgo.com/google-sheets- ... her-users/
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

יונתן האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:ווען איין יוזער מאכט א פילטער טוט דאס עפעקטירן די אנדערע יוזער אויך, איז דא א וועג דאס צו פארמיידן?

יא! מען קען ניצן filter view אנשטאט פילטער. קוק דא
https://blog.sheetgo.com/google-sheets- ... her-users/

טענק יו! וויל טריי איט
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

איך נוץ שיטס פאר אסאך זאכן. מיט א שיינע ביסל עדד אנס. עס איז געוואלדיג.

אזוי אויך קען מען נוצן גוגל פארומס. עס ארבייט צוזאנמען מיט שיטס. מען קען טוהן א געוואל מיט זאכן.

האלט חשבון אויף אינווענטארי. שיקן אימעלס געבעסט אויף אינפארמעשאן.

איינע פון די זאכן וואס קומט מיר גאר גוט צונוץ. ווען די האסט א ליסט פון אסאך מענטשן מיט פערסאנעל אינפארמעשאן. און ווילסט שיקן פאר יעדן זיינע חשבונות. איז דא א עדד אן וואס מען קען נוצן.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איך פלעג ניצן א סקריפט צו עטעטשן פיילס אין גוגל שיעטס, http://howto.philippkeller.com/2014/01/ ... readsheet/

יעצט האט עס אויפגעהערט ארבעטן און עס קומט ארויף די פאלגענדע עראר UiApp has been deprecated. Please use HtmlService instead

איך קען נישט טרעפן קיין אנדערע סקריפט
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דממה דקה האט געשריבן:איך פלעג ניצן א סקריפט צו עטעטשן פיילס אין גוגל שיעטס, http://howto.philippkeller.com/2014/01/ ... readsheet/

יעצט האט עס אויפגעהערט ארבעטן און עס קומט ארויף די פאלגענדע עראר UiApp has been deprecated. Please use HtmlService instead

איך קען נישט טרעפן קיין אנדערע סקריפט

ער זאגט דיך דאך צו טוישן צו HtmlService, האסט פראבירט?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ממה נפשך האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך פלעג ניצן א סקריפט צו עטעטשן פיילס אין גוגל שיעטס, http://howto.philippkeller.com/2014/01/ ... readsheet/

יעצט האט עס אויפגעהערט ארבעטן און עס קומט ארויף די פאלגענדע עראר UiApp has been deprecated. Please use HtmlService instead

איך קען נישט טרעפן קיין אנדערע סקריפט

ער זאגט דיך דאך צו טוישן צו HtmlService, האסט פראבירט?

דאס איז בדאיכא, איך האב נישט קיין אהנונג ווי מען טוט דאס
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דא זעה איך אז עס איז א אישו וואס איז געווארן פעליג נעכטן.

פארהאן דארט געוויסע עצות און אנווייזונגען
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

google sheet האט א נייע אפגרעיט, Shoe edit history מקען זען ווי פיל מאל יעדע באקס איז געווארן ג'עדידט
לפנות בוקר
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

איז מעגליך צו אראפשלעפן א אידישע לוח אין גוגל שיטס אדער אין Excel ביי די דראפ דאון, אזוי ווי מ'קען ביי ענגלישע דאטום?
דדדדדדדד.JPG
דדדדדדדד.JPG (44.18 KiB) געזען 8184 מאל
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

I need help in google sheets

By an vlookup if it doesn’t find date it returns #N/A how can I
make it should stay empty iserror dosent work in google sheets
Can anyone help?
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

Belz123 האט געשריבן:I need help in google sheets

By an vlookup if it doesn’t find date it returns #N/A how can I
make it should stay empty iserror dosent work in google sheets
Can anyone help?

מעבי ברענג די שיעט וועלמיר זעהן
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קאוד: וועל אויס אלע

=ISNA()
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

Iferror() works very good
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך ניץ עס פאר חשבונות וואס איך שער מיט אנדערע
איך האב נאר מורא פון אזנים לכותל, ווייל פונקט ווי מיין חבר קען ליינען קען העכערע פענצטער רח''ל אויך ליינען
ווייסט איינער צי עקסעל איז יא פרייוועט.? קען מייקרסאפט צי ווער ליינען פרייוועט עקסעל שיטס?
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

וויי אזוי ארבעט די שעירינג פיטשערס ?
מען געבט פאר א צווייטן די פאסווראד פון די אימעיל אדרעס און יענער קען עדיטן ?
מען קען זעהן ווער האט געעדיטוואס?

א דאנק
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

 פיש כאפער האט געשריבן:וויי אזוי ארבעט די שעירינג פיטשערס ?
מען געבט פאר א צווייטן די פאסווראד פון די אימעיל אדרעס און יענער קען עדיטן ?
מען קען זעהן ווער האט געעדיטוואס?

א דאנק

You can just invite anyone

Yes you can see what everyone edit
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

Belz123 האט געשריבן:

is there a option of makeing a color ,to recignise who edited what
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

 פיש כאפער האט געשריבן:וויי אזוי ארבעט די שעירינג פיטשערס ?
מען געבט פאר א צווייטן די פאסווראד פון די אימעיל אדרעס און יענער קען עדיטן ?
מען קען זעהן ווער האט געעדיטוואס?

א דאנק

מען דריקט אויף וואס איך האב ארומגענומען מיט גרין, דערנאך קימט ארויף די באקסל, מען לייגט אריין ווער עס קען האבן עקסעס, ווי אויך צי מען קען עדיטן צי נאר זעהן,
20191106_070442.jpg
20191106_070442.jpg (114.48 KiB) געזען 6855 מאל

20191106_072115.jpg
20191106_072115.jpg (134.98 KiB) געזען 6855 מאל
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

יישר כח!
קען מען מאכן אז דער וואס עדיט אדער לייגט צו ,באקומט א קאליר אזוי קען מען קלאר זעהן ווער שרייבט וואס?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30699
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

 פיש כאפער האט געשריבן:יישר כח!
קען מען מאכן אז דער וואס עדיט אדער לייגט צו ,באקומט א קאליר אזוי קען מען קלאר זעהן ווער שרייבט וואס?

ניין (אבער מען קען אייביג זייער גרינג צוריקגיין און קוקן די היסטאריע ווער האט געטוישט וואס.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”