EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אזוי ווי עס איז געווארן גאנץ שטארק אויפגעכאפט די מאדעל פון ניצן EOS ביים היימישע ציבור. וויל איך הערן פון די עולם וואס איז באהאווענט:
וואס איז אייער עקספעריענס מיט די סיסטעם?
האט עס געהאלפן אייער ביזנעס?
וואס זענען די שארט קאמינגס דערפין?
איז שייך ביי א היימישע ביזנעס מיט א חסידישע ווירטשאפט צו אימפלעמענטן די סיסטעם?
אויב טוט איר שוין EOS ביטע לאזן וויסן צו האט איר געמאכט אן עקאונטעבעליטי טשארט?
סקאר קארדס?
און אלע פרטים וואס איז שייך לגבי EOS.

אויב שוין פארהאן אן אשכול אויף דעם, ביטע שיקט אריבער.

א דאנק
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כקען די סיסטעם,
עס ארבעט פיין אין היימישע ביזנעסער

אקאונטעביליטי טשארט איז ווי אן ארג טשארט, מעגליך צו מאכן.
איך האב עס שטודירט, איך קען עטליכע ביזנעסער וואס האבן סוקסידעט דערמיט און אויך וואס האבן נישט (EOS וועט דערגרונטעווען די ביזנעס, דעריבער וועט אן אומגעזונטע ביזנעס אדיר געזונט ווערן אדער קראכן) סקארקארדס נעמט א ווילע אבער פולשטענדיג מעגליך.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
עדה
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

די וועכענטליכע מיטינס קומען טאקע פאר יעדע וואך?

וואס טוט מען ווען די מענעדזשער האט א חתונה?
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שטארק זיך האט געשריבן:כקען די סיסטעם,
עס ארבעט פיין אין היימישע ביזנעסער

אקאונטעביליטי טשארט איז ווי אן ארג טשארט, מעגליך צו מאכן.
איך האב עס שטודירט, איך קען עטליכע ביזנעסער וואס האבן סוקסידעט דערמיט און אויך וואס האבן נישט (EOS וועט דערגרונטעווען די ביזנעס, דעריבער וועט אן אומגעזונטע ביזנעס אדיר געזונט ווערן אדער קראכן) סקארקארדס נעמט א ווילע אבער פולשטענדיג מעגליך.

זיי דיך מסביר וואס הייסט אן אומגעזונטע ביזנעס, פארוואס קראכט דאס דורך eos, וואס קען א ביזנעס טאהן צו ווערן געזונט כדי צו קענען אימפלעמענטירן eos, קען גאר eos היילן די ביזנעס?

און בכלל, קענסטו א ביזנעס וואס האט מצליח געווען דאס צו איינפירן אליין אדער ברויך מען הייערן א סערטיפייד אימפלעמענטירן פאר טאפ דאללער?
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

תגובה דורך Clm »

קענסט מער מסביר זיין וואס איז דאס EOS? שוין געהערט כמה פעמים דערפין אבער נישט קיין דיטעילס
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

viewtopic.php?f=26&t=51847
דא האט מען שוין אביסל גערעדט דערפון, איך מיין די מנהלים זאלן דאס שמעלצן.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

זייער אסאך היימישע קאמפעניס זענען לעצטענס געווארן גרויס, אבער קיינער האט נישט געהאט די עקספיריענס אדער די וויסנשאפט וויאזוי צו אפערירן אפעקטיוולי א וואקסענדע ביזנעס

בידעי ומכירי קאמינא

די אי או עס העלפט דיר אוועקשטעלן די ביזנעס אויף א סטרוקטשור און א מהלך צו וואקסן אויף א געזינטע פארנעם
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פראקטיש האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:כקען די סיסטעם,
עס ארבעט פיין אין היימישע ביזנעסער

אקאונטעביליטי טשארט איז ווי אן ארג טשארט, מעגליך צו מאכן.
איך האב עס שטודירט, איך קען עטליכע ביזנעסער וואס האבן סוקסידעט דערמיט און אויך וואס האבן נישט (EOS וועט דערגרונטעווען די ביזנעס, דעריבער וועט אן אומגעזונטע ביזנעס אדיר געזונט ווערן אדער קראכן) סקארקארדס נעמט א ווילע אבער פולשטענדיג מעגליך.

זיי דיך מסביר וואס הייסט אן אומגעזונטע ביזנעס, פארוואס קראכט דאס דורך eos, וואס קען א ביזנעס טאהן צו ווערן געזונט כדי צו קענען אימפלעמענטירן eos, קען גאר eos היילן די ביזנעס?

און בכלל, קענסטו א ביזנעס וואס האט מצליח געווען דאס צו איינפירן אליין אדער ברויך מען הייערן א סערטיפייד אימפלעמענטירן פאר טאפ דאללער?

אי או עס וועט העלפן א ביזנעס וואס איז געזונט גענוג צו קוקן די חסרונות אין פנים אריין. משא״כ ווען מען נוצט אי או עס צו איבערדעקן (לייגן א לאטע) איבער די אמת׳ע סאוציעלע פראבלעמן (עגאו, אומצוטרוי, אומפארגינען, קריגערישקייט, עטס.) דאן וועט אי או עס אויפקאכן די קאשע און עס ארויפברענגן צום אויבערפלאך.

יא בעסער הייער א פראפעשענאל אומפלעמענטיר
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

מרנן ורבנן האט געשריבן:אזוי ווי עס איז געווארן גאנץ שטארק אויפגעכאפט די מאדעל פון ניצן EOS ביים היימישע ציבור. וויל איך הערן פון די עולם וואס איז באהאווענט:
וואס איז אייער עקספעריענס מיט די סיסטעם?
האט עס געהאלפן אייער ביזנעס?
וואס זענען די שארט קאמינגס דערפין?
איז שייך ביי א היימישע ביזנעס מיט א חסידישע ווירטשאפט צו אימפלעמענטן די סיסטעם?
אויב טוט איר שוין EOS ביטע לאזן וויסן צו האט איר געמאכט אן עקאונטעבעליטי טשארט?
סקאר קארדס?
און אלע פרטים וואס איז שייך לגבי EOS.

אויב שוין פארהאן אן אשכול אויף דעם, ביטע שיקט אריבער.

א דאנק

דא האט איר א היימישע וואס איז אין די ליין, כ'האב געהערט אז ער איז פיינע נייעס.

https://www.eosworldwide.com/mordechai-klein
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

האב איך דורך געלייינט די ביך. אבער עס קוקט אויס צו גוט צו זיין אמת.
וואס זענען די שארט קאמינגס פון די סיסטעם?

ווי אזוי קען מען מאכן אז אלטע געזעצענע ארבייטער גיין אין שפאן?
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מרנן ורבנן האט געשריבן:האב איך דורך געלייינט די ביך. אבער עס קוקט אויס צו גוט צו זיין אמת.
וואס זענען די שארט קאמינגס פון די סיסטעם?

ווי אזוי קען מען מאכן אז אלטע געזעצענע ארבייטער גיין אין שפאן?

חדא מתרצת בחברתה...
געשטימט פאר ראשעק הול
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

EOS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

עס איז די לעצטע יארן זייער אריינגעכאפט געווארען די וועג פון operation א ביזנעס אויף די EOS model
וואלט כדי געווען צו האבן א אשכול דאס צו דיבעטען , עס איז דא וואס ביי זיי איז דאס א צווייטע religious אין ביי אנדערע איז דאס געווען ממש killer וואלט כדי געווען צו הערן וואס דער עולם'ס עקספיריענס איז מיט EOS סיי פון א בעה"ב זייט ווי אויך ווי אזוי ארבעטערס אין אזא ביזנעס פיעלן וועגן ארבעטען מיט אזא וועג
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: EOS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

אויב געדענקעך גוט איז שוין דא אמאל געווען א שטיקל אשכול איבער דעם
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: EOS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

עפעס געדענק איך אויך איך קען דאס נישט Location
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: EOS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: EOS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לאמיר פארשטיין האט געשריבן:
עס איז די לעצטע יארן זייער אריינגעכאפט געווארען די וועג פון operation א ביזנעס אויף די EOS model
וואלט כדי געווען צו האבן א אשכול דאס צו דיבעטען , עס איז דא וואס ביי זיי איז דאס א צווייטע religious אין ביי אנדערע איז דאס געווען ממש killer וואלט כדי געווען צו הערן וואס דער עולם'ס עקספיריענס איז מיט EOS סיי פון א בעה"ב זייט ווי אויך ווי אזוי ארבעטערס אין אזא ביזנעס פיעלן וועגן ארבעטען מיט אזא וועג
EOS א קיללער?

יא פאר איינעם ארבעט עס בעסער פאר א צווייטן ווייניגער.

א קיללער?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הלוואי וואלט איך עס בעסער איינגעפירט מיט א שטארקייט, איך האב געדיעלט מיט צוויי אידן וואס האבן דאס שטרענג אימפלעמענטירט אין זייער ביזנעס און על כל פנים פון אויסענווייניג זעט עס אויס ווי א ריזיגע תועלת.

אן נאכגיין כאטש א געוויסע מהלך איז זיכער אז מען ארבעט זייער שווער, מען שוויצט און מען האט נישט קיין רואיגע מינוט אין לעבן, EOS איז געוויס בלויז איינס פון די מהלכים, עס זענען דא אנדערע מהלכים אויך, אבער עפעס א מהלך מוז מען האבן, א ביזנעס פון צען ארבעטער דארף שוין האבן א סטרוקטור, א פראסעס פלאו, א סדר! EOS איז פון לויט מיין ווייניג ערפארונג א גוטע מהלך.
זקן מלא רחמים.
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

Eos איז א מעכטיגע מהלך.
יא ביידע זייטן כאפען פעטש אבער עס ארבעט ב"ה
זייער זייער גיט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מרנן ורבנן האט געשריבן:
האב איך דורך געלייינט די ביך. אבער עס קוקט אויס צו גוט צו זיין אמת.
וואס זענען די שארט קאמינגס פון די סיסטעם?

ווי אזוי קען מען מאכן אז אלטע געזעצענע ארבייטער גיין אין שפאן?
וואס איז צו גוט? דאס אז אויב איז דא סדר איז דא הצלחה?

די נקודה איז אזויווי קרייסלער און דערבארומ׳דיגער האבן מסביר געווען, אסאך ביזנעסער זענען בעצם שטארק מצליח אבער די מציאות איז אז ווען מ׳ווערט גרויס און מ׳טרעפט זיך מיט א גרויסע ביזנעס מיט ארבעטער, אויב איז נישטא א געזונטע סיסטעם אויף, למשל, ווער איז אחראי אויף וואס, וואס זאל זיין די ראלע פון די בעל הבית אדער שותפים וכדו׳ ווערט כאאס. די באלעבאטים זענען נישט רוהיג, ארבעטער האלטן זיך נישט, געלט ווערט פארלוירן, און מ׳וואקסט נישט כדבעי. EOS איז א שיעור איבער תורת הנפש פון א ביזנעס.

דיין צווייטע שאלה איז טאקע געווענליך די גרעסטע טעלענדזש…
אני הוא הנער, נער המדבר
שאל בם
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:23 am

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאל בם »

בס"ד

א'
יעדער פארשטייט אז צי זיין אין א קהילה דארף מען זיך צישטעלן צי געוויסע סטאנדארטן פון די קהילה, און ווער עס שטעלט זיך צי דערצי פילט זיך באקוועם און ווער נישט אז סיי אז ער איז נישט באקוועם און סיי ער מאכט זיין גאנצע ארום טאקסיק.
EOS וועט זיכער מאכן אז די ביזנעס האט סטאנדארטן Core Values וואס ווער עס האט עס נישט, דארף פארלאזן די ביזנעס ווייל עס איז נישט גיט פאר אים און פאר די ביזנעס.
די טשאלאנדזש דערפון איז, אז דער בעה"ב Integrator דארף זיין גרייט דערצי, און אויב ער איז נישט גרייט עס צי טאן, דאס מיינט אוועק שיקן פון די ביזנעס דער וואס שטימט נישט אריין דארט, איז עס א שאד פאר די צייט.
ב'
סקאר קארד'ס איז אזוי וויכטיג פאר א ביזנעס ווי א דעשבארד אין די קאר, טראכט וואס א דעשבארד העלפט דיר ביים דרייוון, די זעלבע זאך און אפשר מער וויכטיגער טיט די סקאר קארד פאר די ביזנעס.
ג'
איין זאך וואס מען דארף זיין זייער געווארענט איז צי האלטן א אויג אויף וויפל פראצענט די פעיראלל איז פון די גראוס פראפיט, די אלע סיסטעמס און EOS ספעציעל טיען שטארק רעקאמאנדירן אז מען זאל זיכער מאכן אז א יעדע פאזישאן אויף Accountability chart איז אנגעפילט מיט די ריכטיגע מענטש דערפאר, אבער זיי פארגעסן אסאך מאל אז מען דארף האבן פאר די אלע זאכן געלט, און אויב מען האט א גיטע סיסטעם אבער די ביזנעס קען עס נישט עפארדען, גייט עס די ביזנעס נישט קענען אויסהאלטן.
דעריבער מאכט זיכער אז איר האלט אן אויג אויף וויפיל עס קאסט אייך די פעיראל א יעדע וואך, און וויפיל פראצענעט עס איז פון אייער גראוס פראפיט.

עס איז דא א שיינע פאר היימישע אידן וואס זיי זענען EOS implementer’s קליק דא און לייג אריין דיין זיפקאוד און די וועסט טרעפן א ליסט פון אלע פון דיין געגענט, מאך נאר זיכער צי באקומען רעפערענסעס ווי די קענסט זיך נאכפרעגן אויף יענעם און קאל זיי צי זיכער מאכן אז זיי באקומען באמת וואס זיי האבן געזיכט. ווייל עס איז דא קאמפעניס וואס EOS האט זיי חרוב געמאכט... עס איז פינקט ווי יעדע זאך אז אויב מען ניצט עס ריכטיג איז עס א הילף און אויב נישט מאכט עס חרוב.
הצלחה
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

בניהו האט געשריבן:

EOS איז א שיעור איבער תורת הנפש פון א ביזנעס.

איך פלאג מיך שוין פאר ווייסעכווילאנג צו מסביר זיין אין א ניסעלע-שעל וואס EOS איז.

האסט עס גענאגלט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שאל בם האט געשריבן:
בס"ד

א'
יעדער פארשטייט אז צי זיין אין א קהילה דארף מען זיך צישטעלן צי געוויסע סטאנדארטן פון די קהילה, און ווער עס שטעלט זיך צי דערצי פילט זיך באקוועם און ווער נישט אז סיי אז ער איז נישט באקוועם און סיי ער מאכט זיין גאנצע ארום טאקסיק.
EOS וועט זיכער מאכן אז די ביזנעס האט סטאנדארטן Core Values וואס ווער עס האט עס נישט, דארף פארלאזן די ביזנעס ווייל עס איז נישט גיט פאר אים און פאר די ביזנעס.
די טשאלאנדזש דערפון איז, אז דער בעה"ב Integrator דארף זיין גרייט דערצי, און אויב ער איז נישט גרייט עס צי טאן, דאס מיינט אוועק שיקן פון די ביזנעס דער וואס שטימט נישט אריין דארט, איז עס א שאד פאר די צייט.
ב'
סקאר קארד'ס איז אזוי וויכטיג פאר א ביזנעס ווי א דעשבארד אין די קאר, טראכט וואס א דעשבארד העלפט דיר ביים דרייוון, די זעלבע זאך און אפשר מער וויכטיגער טיט די סקאר קארד פאר די ביזנעס.
ג'
איין זאך וואס מען דארף זיין זייער געווארענט איז צי האלטן א אויג אויף וויפל פראצענט די פעיראלל איז פון די גראוס פראפיט, די אלע סיסטעמס און EOS ספעציעל טיען שטארק רעקאמאנדירן אז מען זאל זיכער מאכן אז א יעדע פאזישאן אויף Accountability chart איז אנגעפילט מיט די ריכטיגע מענטש דערפאר, אבער זיי פארגעסן אסאך מאל אז מען דארף האבן פאר די אלע זאכן געלט, און אויב מען האט א גיטע סיסטעם אבער די ביזנעס קען עס נישט עפארדען, גייט עס די ביזנעס נישט קענען אויסהאלטן.
דעריבער מאכט זיכער אז איר האלט אן אויג אויף וויפיל עס קאסט אייך די פעיראל א יעדע וואך, און וויפיל פראצענעט עס איז פון אייער גראוס פראפיט.

עס איז דא א שיינע פאר היימישע אידן וואס זיי זענען EOS implementer’s קליק דא און לייג אריין דיין זיפקאוד און די וועסט טרעפן א ליסט פון אלע פון דיין געגענט, מאך נאר זיכער צי באקומען רעפערענסעס ווי די קענסט זיך נאכפרעגן אויף יענעם און קאל זיי צי זיכער מאכן אז זיי באקומען באמת וואס זיי האבן געזיכט. ווייל עס איז דא קאמפעניס וואס EOS האט זיי חרוב געמאכט... עס איז פינקט ווי יעדע זאך אז אויב מען ניצט עס ריכטיג איז עס א הילף און אויב נישט מאכט עס חרוב.
הצלחה
איך מער פרעגן א פאני פראגע?

די ביזנעסעס וואס EOS האט זיי חרוב געמאכט, ווייסט אפשר וואס איז געווארן מיט די אייגנטומערר און/אדער ארבייטער פון די ביזנעס?

האבן זיי געטראפן א ענליכע אדער גאר בעסערע פאזיציע ווי בעפאר? האבן זיי אריינגעברענגט EOS אין זייער נייע ארבעטס פלאץ? ווילן זיי?

ווער זאגט ס'איז שלעכט געווען אז די ביזנעס שפארט אפ. אויב האבן די ארבעטערס נישט הנאה געהאט פום זייער טאג, אויב די אייגנטומער האבן זיך אויפגעגעסן דאס געזונט, אפשר איז בעסער אז מ'שפארט אפ.

הה"ד #קריטיקעל טינקינג

כ'ערווארט אן ענטפער
שאל בם
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:23 am

Re: EOS ביזנעס אפערעטינג סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאל בם »

חרוב געמאכט מיינט נישט אייביג אז עס האט זיך ציגעמאכט.

עס קען מיינען אז מען פארדינט "אסאך" ווייניגער געלט ווי בעפאר.
און עס קען מיינען אז גיטע פריינד זענען געווארן שונאים.

אדרבה פראביר די אליין: בעפאר די הייערסט א אימפלאמענטאר, בעט אים ער זאל דיר געבן פינעף קאמפעניס ווי ער האט אימפלאמענטעט EOS ווי די קענסט רעדן צי סיי וועם אין די לידערשיפ טיעם און אויך צי די בעל הבית/בתים פון די קאמפעני אויב זיי זענען נישט אויף די לידערשיפ טיעם, און זיי פרעגן 1- צי זיי זענען ציפרידען פון די מהלך, און 2- צי זיי האבן באקומען וואס זיי האבן ערווארטעט.
און אויב די ענטפער וואס די הערסט פון די מענטשען נאכן רעדן צי זיי איז אז זיי זענען באמת ציפרידען, דעמאלט ווייסטו אז דער אימפלאמענטאר טיט א שלימותדיגער ארבעט און עס לוינט צי פראבירען.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

אויב שוין דא א אשכול אויף די נושא ביטע אנצייכענען

----

EOS (Entrepreneurial Operating System) ביזנעס מאדעל

א סיסטעם וואס אין די לעצטע יארן האבן גאר אסאך ביזנעסער סוקסעספול אימפלעמענטעד

דאס איז א סעט פון ביזנעס קאנסעפטס, פרינסיפלס, רולס, און טולס צו העלפן ביזנעס אוינערס פירן א סוקסעספול ביזנעס און עררייכן די צילן

עס איז דא גאר אסאך אויסצושמועסן ארום די נושא

קומטס אריין און לאמיר אריינדייוון
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: EOS ביזנעס מאדעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-01-30 004403.jpg
Screenshot 2023-01-30 004403.jpg (116.13 KiB) געזען 1902 מאל
Screenshot 2023-01-30 004532.jpg
Screenshot 2023-01-30 004532.jpg (177.33 KiB) געזען 1902 מאל
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”