יהלום האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:יוד אלף האט געשריבן:איך האף אז די ראנסט א פראפיטעבל ביזנעס, נאר מאיזה סיבה אחרת לוינט דיר נישט צו באצאלן די פרוטות פאר אן אימעיל האסט
איך האב א האסט און איך האב פינף users און איך צאל געלא אויף דעם
איך וויל אבער נאר א אימייל אהן צאלן נאך געלט
קודם וויל איך מיר אנטשולדיגן, איך האב נישט געמיינט צו טשעפן, פשוט פון פאך אויס איז מיין ארבעט צו אויפמערקזאם מאכן מענטשן אויף אזעלכע נקודות
עס איז גארנישט שלעכט צו וועלן האבן אן אומזינסטע אימעיל האוסט,
און פאקט, עס איז דא צו באקומען גאר גוטע אימעיל האוסט פאר גענצליך אומזינסט דורך GMAIL - און מען קען דאס לינקן צו קוויקבוקס
אזוי אויך קענסטו האבן אימעיל פארווארדינג אומזינסט ווען די צאלסט פאר די דאמעין, אָן די אימעיל האוסט, איך ווייס נישט אויב די קענסט מאכן אז קוויקבאקס זאל שיקן אוטגאוינג מעיל פון אזא אקאונט (אדער אויב מען קען בכלל, איך מיין עס ארבעט נאר מיט אינקאמינג), אפשר ידען וועט וויסן,
דארט ווי מען דארף נישט ספענדן, איז באמת א שאד צו ספענדן, אפילו ווען דיין ביזנעס קען זיך עס ערלויבן
אין פאקט, איך פערזענליך האב נישט גענוצט קיין קאסטעם דאמעין אין מיין ביזנעס פאר עטליכע יאר, און פון דעסט וועגן דאך, פלעג איך באקומען אימעילס.
אויב איז די אייגענע קאסטאם דאמעין וויכטיג פאר דיין ביזנעס, אלץ רעקאגנישן/מארקעטינג אדער וואטעווער, אדער דו האסט ארבעטער, און מען דארף מיטארבעטן, און דו שפירסט אז דו מוזט שיקן אינוואויסעס פון קוויקבוקס, מיט א קאסטעם דאמעין, דאן איז די עטליכע דאללער א חודש וואס מען צאלט דערפאר, ממש א קלייניגקייט. און אויב איז עס נישט וויכטיג, דאן שיק פון א דזשימעיל אקאונט.א שאד די מוטשעריי צו מאכן ארבעטן עפעס וואס באלאנגט נישט צו ארבעטן.
באונעס טיפ, אויף דעם וואס איך האב געשריבן אז אויב עס נישט וויכטיג דעמאלט זאלסטו עס נישט צאלן און נישט וועלן אפילו ניצן,
עס איז א גוטע עצה צו האבן אן עקסטערע עקספענס אקאונט אין די טשארט אף אקאונטס, ווי דארט גייט אריין אלע סובסקריפשנס, (איך סעט אויף יעדע קוויקבוקס מיט אן אקאונט מין נאמען DUES & SUBSCRIPTIONS ) מאך זיך א געוואונהייט צו איבערגיין כסדר וועלכע סובסקריבשאנסן די צאלסט, און קענסעל אלעס וואס דו דארפסט נישט, העסט כסדר הנאה האבן