א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אופס, פארגעסן צו שרייבן...

אויב פיהלסטו אז דרייען געלטער העט הרג'נען דיין פאוקעס פון ביזנעס, און קיין געהעריגע לאון - ליין אוו קרעדיט קענסטו נישט האבן, קאנסידער צו נעמען א געלט שותף... סיז אפשר נישט די בעסטע זאך אין די לאנג ראן, קענסט דיך אויסנעמען אז דו האסט די רעכט אים אויסצוקויפן ביי א געוויסע צייט, (וואס דעמאלטס וועסטו האפענטליך יא קענען האבן א ליין אוו קרעדיט) קען זיין סעטעך קאסטן טייער, אבער געדענק די קאנצעפט "העלף אוו סאמטינג איז בעטטער דען עי האלל אוו נאטינג", ענדערש האב האלב פון עפעס, ווי א גאנצע גארניש...

אויב גייסטו נישט האבן קיין ליין אוו קרעדיט און דו קענסט נישט דרייען, ווי געשמועסט, זוך א געלט שותף, העסט כאטש האבן האלב... אניש קענסטו דערטראנקן ווערן און האבן גארניש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

דאס איז לכאורה א פערפעקט רעסעפי נישט צו וואקסן

ס'איז יתכן, אבער מען האלט דאך נאכנישט ביים וואקסן, מען האלט נאך ביים סורווייווען, און אויף צו סורווייוון איז דאס לכאורה די בעסטע מהלך אויב וויל מען נישט בארגן.

נישטא אזא זאך ווי סורווייווען אן וואקסן, א געזונטע ביזנעס מוז וואקסן!

אין ארדער צו סורווייוון נעמט מען א לאון, אבער מ’מוז האבן א קאנקרענטע פלאן ווען און וויזאוי דאס צובאצאלן, און דא שטעקט מיין פראבלעם ווי אויסגעשמועסט אינעם ערשטן תגובה
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:ברענג אהער דיין עקסעל שיעט, און לאמיר זען פארוואס עס שטימט נישט.

קוק די ערשטע תגובה אינעם אשכול

האסט נישט געשריבן דארט וויפיל די מאטריאל קאסט דיך, וויפיל די גוים קאסט דיך, טולס, טראקס, געז וכדומה.
מען דארף זען צו די 20% פראפיט מארדזשען איז ריכטיג.

20% נאך פאר די אווערהעד, דזשאסט וויפול ס’קאסט מיך צו פראוויידן די סערוויס איז 80% פון די גאנצע דזשאב.

פון די 20% פראפיט צאל איך פעיראל וכו’
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

וועלקאם טו די ריעל ווארלד

עס איז דא זייער בעיסיק אקאונטינג וואס וואלט ווען געווען זייער ניצבאר פאר יעדעם וואס האט א ביזנעס, נאר ביי אונז אידן לערנט מען אויף די דזשאב קען עס אמאל זיין שווער

דאס וואס דו רעדסט אז קוויקבוקס זאגט אז דו מאכסט געלט, דאס איז אקרורעל בעסיס, און דאס וואס דו פילסט איז קעש בעסיס, באמת איז אקרורעל די ׳עכטע׳ וועג צו קוקן, אבער מען מוז קוקן אויף די קעש פלאו אויך ווייל מען קען דאך נישט אנהאלטן צו לאנג.

יעצט, איז די שאלה אזוי. די אייטעם/סערוויס וואס דו פארקויפסט איז די פרייז וואס דו בעטסט יעצט די מעקס?

וויפיל איז דיין אווערהעד? און וויפיל דארפסטו פארקויפן צו ברעיקן איווען? (אינקלודינג דיין פעיראל)
יעצט, דארפסטו/קענסטו העכערן די מארקאפ? אויב נישט, דארפסטו העכערן סעילס אפ צו א פוינט אז דו זאלסט נישט דארפן אריינלייגן נאך געלט

די אנדערע (עכטע לויט געוויסע) וועג איז צו מאכן א ליין אף קרעדיט און צו לייגן די אינטערעסט צו די קאג״ס

—-

טוצעך א האקעריי, נאכנישט געליינט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מסתמא האט געשריבן:לענ"ד איז קריטיש וויכטיג זיך אראפציזעצן מיט א מבין אין נאמבערס צו איבערגיין דעם ביזנעס

רט. דו מוזסט וויסן וויפיל יעדע פרט אין דיין ביזנעס קאסט און וויפיל ס'ברענגט דיר.

האקט, דו האסט נישט קיין 20% פראפיט.. אווערהעד איז א חלק פון די קאסט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אגב, די ענטפער אויף דיין שאלה אין קורצן איז עכט, ווען דו קענסט באקומען א לאון פון די באנק... און דאס איז געווענליך נאך צוויי יאר... ביז דעמאלטס דריי, שטייצעך אויב דו קענסט...

און נאך א זאך, ווי אנדערע האבן ערווענט, א בוקקיעפער דארף דיך קענען זאגן צו דיין ביזנעס מאכט פראפיט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

א הערצליכן דאנק יעדער איינער פארן אריינקומען יעדער מיט זיינע טיפס און עדווייס, איך עפרישיעט עס גאר שטארק און איך פרוביר ארויסצונעמען פון ענקערע ווערטער די מערסטע נוצן שייך.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מסתמא האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:

מיין ביזנעס איז אויך א סערוויס ביזנעס, אין די קאנסטראקשען פעלד.

מיין וועידזש איז $500 א וואך, נאר איך האב א שותף און ער נעמט אויך ארויס $500 א וואך, און אונז ביידע מוזן האבן דאס געלט צו לעבן.

בנוגע אווערהעד האב איך גאר א קליינע אווערהעד, וואס קאסט מיר איז בעיקר צאלן מיינע גוים.

דעמאלטס לכאורה האסטו נישט די ברירה לע"ע נאר צו דרייען מיט נארמאלע הלוואות און זיך פירן אחריות'דיג דערמיט, איינער וואס האט נישט די מאגן דערצו קען ארבעטן פאר א 1500 דאללערדיגע וועידזש און ביים חתונה מאכן די קינדער גיין געבראכן (דער אויבערשטער זאל אפהיטן)
די פוינט איז אז יעדע זאך האט זיך אירע שווערעקייטן און מדארף אקצעפטירן דאס מציאות, סאיז גארנישט און סבלייבט נישט אויף אייביג אזוי.

עקסטערע אשכול אלערט, אבער זייער זייער ראנג. גענוג ארבייטער גייען נישט געבראכן און נאך מער ׳בעלי בתים׳ גייען יא
דאס איז שוין פון א ריין גוי׳אישע פרעספעקטיוו, איך רעד שוין נישט פון א אידישע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

א ווארט וועגן אווערהעד

די געלט וואס דו צאלסט פאר די גוי אויפן פילד איז א קאג״ס נישט קיין אווערהעד. און דאס דארף זיין א חלק פון די עקספענסעס פון די דזשאב און בשום אופן איז דאס נישט קיין חלק פון די 20% מארקאפ.
פון דיינע ווערטער איז משמע אז דו רעכנסט עס פאר אווערהעד. דאס איז שרעקליך ווראנג
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

שאינו יודע האט געשריבן:א ווארט וועגן אווערהעד

די געלט וואס דו צאלסט פאר די גוי אויפן פילד איז א קאג״ס נישט קיין אווערהעד. און דאס דארף זיין א חלק פון די עקספענסעס פון די דזשאב און בשום אופן איז דאס נישט קיין חלק פון די 20% מארקאפ.
פון דיינע ווערטער איז משמע אז דו רעכנסט עס פאר אווערהעד. דאס איז שרעקליך ווראנג

אויב רעדסטו צו מיר דאן זענען מיר אויפן זעלבן פעידזש, מיין אווערהעד אינקלוד נישט מיין גוי.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איז גוט. איך האב פארשטאנען אנדערש

דו האסט א מעקס וויפיל דזשאבס דו קענסט טון א חודש מיט די יעצטיגע סעטאפ?

אויב יא, לאמיר זאגן אז עס איז 100,000 סעילס, עס קאסט דיר 80,000 און אווערהעד איז 10,000, רעכן 10,000/80,000 איז עס 12.5% דאס מיינט אז כדי צו ברעיקן איווען אויף 80 סעילס איז 12.5 דיין מינימום און בלויז 7.5 איז דיין פראפיט
יעצט אויב רעכנסטו א גראסס מארדזשין פון 20% רעכן 10,000/20% דאס איז 50,000 פאר די ברעיק איווען פוינט, דאס מיינט אז פופציג איז דיין מינומום צו ברעיקן איווען און די מעקס איז 100 מיט די יעצטיגע סעטאפ סאו עניטינג אינדערצווישן איז די ריוח

צו וויסן די ברעיק איווען פוינט איז זייער וויכטיג

קענסט גוגלען מער אינפארמאציע אויף גוגל וויאזוי צו רעכענען די ברעיק איווען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Hardworker
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:24 pm
לאקאציע: AT WORK

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hardworker »

אה''ו האט געשריבן:
וואך 3, איך ריקוועסט פרישע 50% פון דזשאב 1, ד”ה נאך $5000. און איך שלוס נאך א דיעל, דאס מאל אין די ווערט פון $25,000. פראפיט איז 20% ד”ה $5000, דשאב דארף געדויערן 8 וואכן, ד”ה $2500 א וואך. דיפאזיט איז $7500. אין טאטעל האב איך נאר $7000 קעש ווייל איך בין נאך אין א מיינוס פון פאריגע וואך.
$800 ‐ וועידש
$2000 - דזשאב 1
$2400 - דזשאב 2
$2500 - דזשאב 3
טאטעל בין איך שוין אין א מיינוס פון $700

די חשבון שטימט נישט, די דארפסט אנהייבן די וואך מיט $12,500.
$7500 פון די נייע דשאב און $5000 פון די ערשטע
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:ברענג אהער דיין עקסעל שיעט, און לאמיר זען פארוואס עס שטימט נישט.

קוק די ערשטע תגובה אינעם אשכול

האסט נישט געשריבן דארט וויפיל די מאטריאל קאסט דיך, וויפיל די גוים קאסט דיך, טולס, טראקס, געז וכדומה.
מען דארף זען צו די 20% פראפיט מארדזשען איז ריכטיג.

געוואלט זאגן די זעלבע...

מיזט פראבירן ארויפצוברענגן די פראצענטן מער...

אויף 10k-15k ארדערס דארפסטו מאכן גרעסערע פראצענטן...
און אנהייבן מיט גרעסערע דיפאזיטס... ס'איז ענד יוזערס זעה איך נישט ווי די זאלסט זיין געדריקט אום נישט קענען בעטן די מער פראצענטן און גרעסערע דיפאזיטס
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

דיינע סופלייער'ס מוזטו באצאלן אפ-פראנט?

אויב יא, אפשר פרובירט פארהאנדלען מיט זיי אז די וועסט זיי באצאלן שפעטער און זיי קענען רעכענען נאך 2-3%
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

נעגלוואסער האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:ברענג אהער דיין עקסעל שיעט, און לאמיר זען פארוואס עס שטימט נישט.

קוק די ערשטע תגובה אינעם אשכול

האסט נישט געשריבן דארט וויפיל די מאטריאל קאסט דיך, וויפיל די גוים קאסט דיך, טולס, טראקס, געז וכדומה.
מען דארף זען צו די 20% פראפיט מארדזשען איז ריכטיג.

געוואלט זאגן די זעלבע...

מיזט פראבירן ארויפצוברענגן די פראצענטן מער...

אויף 10k-15k ארדערס דארפסטו מאכן גרעסערע פראצענטן...
און אנהייבן מיט גרעסערע דיפאזיטס... ס'איז ענד יוזערס זעה איך נישט ווי די זאלסט זיין געדריקט אום נישט קענען בעטן די מער פראצענטן און גרעסערע דיפאזיטס

איה”נ, ביי זיי בעהט איך 50% דיפאזיט און די פאפיט איז עטליעסט 50%.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

Hardworker האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
וואך 3, איך ריקוועסט פרישע 50% פון דזשאב 1, ד”ה נאך $5000. און איך שלוס נאך א דיעל, דאס מאל אין די ווערט פון $25,000. פראפיט איז 20% ד”ה $5000, דשאב דארף געדויערן 8 וואכן, ד”ה $2500 א וואך. דיפאזיט איז $7500. אין טאטעל האב איך נאר $7000 קעש ווייל איך בין נאך אין א מיינוס פון פאריגע וואך.
$800 ‐ וועידש
$2000 - דזשאב 1
$2400 - דזשאב 2
$2500 - דזשאב 3
טאטעל בין איך שוין אין א מיינוס פון $700

די חשבון שטימט נישט, די דארפסט אנהייבן די וואך מיט $12,500.
$7500 פון די נייע דשאב און $5000 פון די ערשטע

ווי געשריבן אנפאנג, נאכן ריקוועסטן א אינוואויס ווארט איך נאך צוויי וואכן, און אין זעלטענע פעלער נאר איין וואך.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

אה''ו האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:ברענג אהער דיין עקסעל שיעט, און לאמיר זען פארוואס עס שטימט נישט.

קוק די ערשטע תגובה אינעם אשכול

האסט נישט געשריבן דארט וויפיל די מאטריאל קאסט דיך, וויפיל די גוים קאסט דיך, טולס, טראקס, געז וכדומה.
מען דארף זען צו די 20% פראפיט מארדזשען איז ריכטיג.

20% נאך פאר די אווערהעד, דזשאסט וויפול ס’קאסט מיך צו פראוויידן די סערוויס איז 80% פון די גאנצע דזשאב.

פון די 20% פראפיט צאל איך פעיראל וכו’

בעסער געזאגט, איך צאל 80% פארוואס עס קאסט מיר צו דעליווערן די דזשאב, דזשענערעל ביזנעס עקספענסעס איז נישט א חלק פון דעם.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5629
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איך האב מורא אז ממישט דא אפאר פראנטן, מסטיקט נישט צו די נושא.

איך פארשטיי לייגט דער פותח אראפ הנחה אז ער פארדינט שיין, די רעפארטס ווייזן אז ער פארדינט שיין אבער קיין געלט אין די באנק איז נישט פארהאן.

אויב דאס איז וואר, אויב קען מען טראסטן די פראפיט ענד לאסס סטעמנמענט אז ס'איז אלעס ריכטיג רעקארדירט, דארף מען קענען דערנאך אפלייקענען א "באלאנס שיעט".

מיין עדווייס פאר יעדע ביזנעס אייגנטומער איז צו קענען און פארשטיין די באלאנס שיעט ישר והפוך, אין תוך אריין איז דאס פארוואס די ביסט דער ביזנעס אייגנטומער. די פאך פונעם ביזנעס קענסטו הייערן א צווייטן, וויאזוי אפצוליינען די באלאנס שיעט און וויאזוי עס צו פארבעסערן און פארשענערן, דאס איז דער ציל פונעם ביזנעס.

די באלאנס שיעט, דארף דיר צייגן צוויי זאכן. איינס וויפיל די ביזנעס האט פארדינט מיום הוסדה ועד היום הזה. צום לעצט פונעם רעפארט דארף דאס צייגן די פראפיט פון היי יאר, די ריטעינד אוירנינגס פאר אלע פארגאנגענע יארן און דערנאך דעם טאטאל.

איצט, אויב די טאטאל סומע פון פראפיט ליגט אין באנק, (נישט איצט, נאר אויב דער טאטאל סומע פונעם ענדע דאטום וועלכע די באלאנס שיעט רעפלעקטירט (as of date), אויב איז אין יענע טאג געוועזן אין באנק גענוי די זעלבע נומער, דאן שטייסטו גוט. דאס הייסט אלע געלט וואס די קאמפאני האט פארדינט איז באצאלט, הערליך!

אויב אבער איז געליגן אין באנק מער געלט ווי די טאטאל אקיומיולעטיד פראפיט, איז אביסל א סכנה (אויף אלע אידן געווונטשן), ווייל דאס מיינט אז די ביזט שולדיג געלט פאר מענטשן, מער וויפיל די קאמפאני האט פארדינט, דא איז דא געלט וואס געהער נישט צו די קאמפאני.

מאנכע זעהן געלט, זיי כאפן נישט פונטקליך, דא זעה איך די "פי ענד ל" אז די ביזנעס מאכט געלט, אין באנק זעה איך שיין געלט, מילא נוצט מען עז פאר זיך, אדער מ'אינוועסטירט עס. אסאך אידן האבן זיך שוין אפגעבריט ווייל ס'איז בעצם נישט די קאמפאניס געלט. ס'איז אדער די קאסטומערס געלט, אויב מ'געהאט גענומען דעפאזיט פון קאסטומערס פאר פיוטשערס דזאבס אדער איז עס די סופלייערס געלט, אויב די קוסטומארס באצאלן דיר באופן כללי שנעלער ווי דו באצאלסט די סופלייערס. ווייניג ביזנעסער האבן עס אבער ס'איז פארהאן, מ'דארף שטיין על המשמר, אפלערנען דעם באלאנס שיעט בעיון איידער מ'נעמט ארויס א פעני.

למעשה זענען רוב ביזנעסער אין די מדרגה פונעם פותח האשכול, די פי ענד ל ווייזט אז מ'פארדינט אבער אין באנק איז עס נישטא.

אויב איז די פי ענד ל גוט געמאכט און די באלאנס שיעט אחז הונדערט פראצענט אקוראט, דאן מיינט דאס אז דיין פארדינטע געלט ליגט אדער אין אינוואטארי אדער אין רעסיוועבלס (בד"כ), אין קורצן דיין פארדינטע געלט איז געבארגט פאר אנדערע וואס דו האסט נישט קיין ברירה, די הלוואה איז נישט מחמת דיין גוט הארץ נאר דאס איז די איינצגע וועג אז די קוסטומערס זאלן קומען צו דיר. גערעכט צו נישט, דאס איז וויאזוי די היינטיגע ביזנעס וועלט ארבעט.

וואס מ'דארף פארשטיין איז אז דאס נישט עפעס א פראבלעם וואס דארף אן עצה, דאס דארף אויך נישט א סגולה פון עפעס א בעל מקובל, דאס איז די לכתחילה וויאזוי א ביזנעס איז אויסגעשטעלט און דאס איז די עכטע סיבה פארוואס בענק עקזיסטירן.

די בענק זענען אין ביזנעס, זיי שטייען און ווארטח פאר אזעלכע קוסטומערס ווי איר זענט. אויב פארדינט מען געלט נאר דאס געלט איז נאכנישט דא, איז די בעסיק ביזנעס מהלך ארויסצונעמען א ליין אוו קרעדיט (loc) פון די באנק. די בענק וועלן טשארדזן א נישטיגע פראצענט (annually), כדי דו זאלסט עס קענען נוצן.

אן אינוועסטירעא זאלסטו נעמען פאר געלט וואס דו באנק בארגט דער נישט, די חלומ'סט גייסט פארדינען פון דאס און פון יענץ, דער באנק מענעדזער איז געווענליך נישט אין די חלום ביזנעס, פארדעם זאלסטו אדער נעמען דיין אייגן געלט אדער אן אינוועסטער.

אויב אבער די חלומות זענען שוין פארוויקליכט ב"ה, ס'מאכט געלט, ס'פארדינט, וויל דיר דער באנק אין רוב פעלער בארגן געלט. דער אמת איז ער בארגט דיר נישט נאר ער פינאנצירט דאס. צו ער פינאנצירט די אינוואטארי, צו די רעסיוועבלס צו וואס ער זאל נישט זיין.

נישט אייביג וועלן זיי פינאנצירן דאס גאנצע, אין רוב פעלער וועלן זיי פינאנצירן א רובא דמינכר פאר נישטיגע פראצענטן. דאס איז נישט עפעס א ישועה אדער עפעס שלא כדרך הטבע, דאס איז די אלף בית פון ביזנעס.

ווען מ'גייט דאס באצאלן? קיינמאל! דו צאל נאר די אינטרעסט און די פרינציפל זאל דא בלייבן אזוי לאנג ווי די פרינציפל האט קעגן איר אוטסטענדינג עסעטטס.

יא, סדא געוויסע וואס ווילן נישט די באנק אויפן קאפ, צו ער פארגינט נישט די צינזן אדער ווייל ער וויל נישט ווייזן קיין פראפיט פאר שטייער פורפעסעס, מילא וויל ער נישט קיין הלואה פון בענק וואס פינאנצירן געווענליך נאר ווען מ'פואסט פארדינסטן.

אבער א געזונטע ביזנעס וואס וויל וואקסן קוקט עס אן גאר אנדערש. די צינזן וואס די באנק בעט איז א שפיי קעגן וואס די געלט קען דיר ברענגען קאמפערד צו ווען דו האלטסט דיין אייגענע קאפיטאל צו דיעלן מיט אוטסטענדינג עסעטס. און אפילו כלפי שטייער, די קענסט מיט די באנק'ס געלט מאכן פיל מער פון וויפיל די גייסטו דיך שפארן שטייער דא און דארט.

אמת, די ערשטע פאר יאר וויל נאך די באנק נישט בארגן געלט. זיי ווילן זעהן א שטיקל היסטאריע בעפאר זיי לאזן זיך אריין אינעם עסק, ביז דאן זאלסטו טוהן וואס טייל האבן דא געשריבן, ארויסנעמען קרעדיט קארדס פון 0 apr, בארגן אין ביהמ"ד, אליינס אינוועסטירן אדער דורך אייגענע געלטער אדער דורך נישט ארויסנעמען פעירראל (הגם איך האלט נישט דערפון), די נקודה איז אנצוקומען צום ציל אז די בוקס זאלן זיין גענוג געזונט אז די באנק זאל דיך נאכלויפן נישט די זיי.

די באנק זאלסטו אויסמעקסן ביז עלות השחר, אזוי לאנג ווי די הלואה זייערער איז א פיינענץ אקעגן א פאקטישע וועליו, כאפ עס מיט ביידע הענט און טוה עפעס דערמיט.

איי האסט מורא דו גייסט עס אויספאטשקענען? איך האב דער געזאגט, מ'נעמט נישט ארויס קיין גרייצעג אן אדורך ליינען, אפלערנען, אויסטייטשן און אויסקוועטשן דעם "באלאנס שיעט".

א שותף איז די לעצטע אפציע, דו דארפסט זיין גאר נויטיג אין געלט צו נעמען א געלט שותף. פרוביר אלע וועגן אוועק צושטיין דערפון.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יישר כח אלע מגיבים, זייער אן אינפארמאטיווע דיסקוסיע!
---
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

פראקטיש האט געשריבן:

שפתים ישק!!! דו האסט אנגעכאפט פונקטליך ווי די טעות אין מיין בליק אויף א הלוואה שטעקט און עס הערליך צולייגט.

וועל איך נאר ארבעטן צו קענען און פארשטיין בעסער פונקטליך מיינע הוצאות און הכנסות פראם טאפ טו באטעם.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בּשבילי נברא האט געשריבן:יישר כח אלע מגיבים, זייער אן אינפארמאטיווע דיסקוסיע!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5629
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אה''ו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:

שפתים ישק!!! דו האסט אנגעכאפט פונקטליך ווי די טעות אין מיין בליק אויף א הלוואה שטעקט און עס הערליך צולייגט.

וועל איך נאר ארבעטן צו קענען און פארשטיין בעסער פונקטליך מיינע הוצאות און הכנסות פראם טאפ טו באטעם.

שכח, אדרבה איך פריי מיך איך קען העלפן.

שוין געזעצן מיט צענדליגער פרישע ביזנעס אייגנטומער וועלכע האבן פארשידענע פראגעס איבער וואס יא נישט צו טוהן מיט זייער ביזנעס?

און רוב פעלער טראג איך זיי אריין אין די אינס ענד אוטס פון די "פי ענד ל" און די "באלאנס שיעט", איינמאל זיי האבן דאס ארויס איז דערנאך א גרויס טייל פון די קשיות אויטאמאטיש פארענטפערט.

אבער מ'מוז זיי קליפ און קלאר מיט די עכטע נומערן, וויפיל מאל ווייזן די פי ענד ל אז מ' האט פארדינט פראפיט אין א געוויסע פעריאד, איינמאל מ'ייו דורך ליין ביי ליין פון די באלאנס שיעט, מ' קלינט די באנק, רעסיוועבלס וואס דו ווייסט אז ס'גייט נישט ווערן באצאלט, פעיעבלעס וואס איז נישט גוט גע'ענטנרט, אינוואטארי איז פאלש דורכאויס, דיפרישיעשן איז נישט ריכטיג רעקארדירט און נאך.

איינמאל דאס איז פאראכטן, מ' מאכט צוריק אויף די פראפיט ענד לאסס רעפארט, און פלוצלינג גאר אנ אנדערע בילד עפענט זיך פאר די אויגן...

די טענה איז, וואס האט עס מיט מיר? מיין אקאונטענט קוקט אויף די מאדנע רעפארטס.

דאס איז א פאטאלע גרייז, דיין אקאונטענט דארף דיר זאגן וויפיל שטייער דארפסט צאלן אדער וויאזוי מ'קען זיך שפארן.

די רעפארטס דארפסטו קענען אפלייענען אזוי גוט ווי דו פארשטייסט דיין פראדוקט אדער צו סעילס.

די דריי זיילן פון א ביזנעס איז סעילס, אפעראציע, און אקאונטינג. אלע דריי זענען "אייניג" וויכטיג.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

וואו.
ש'כויח אלע מגיבים.

ספעציעל פאר אה"ו דער פותח האשכול שאינו יודע און פראקטיש
ס'מיר שטארק נוגע, געלערנט א געוואלד!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פראקטיש האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:

שפתים ישק!!! דו האסט אנגעכאפט פונקטליך ווי די טעות אין מיין בליק אויף א הלוואה שטעקט און עס הערליך צולייגט.

וועל איך נאר ארבעטן צו קענען און פארשטיין בעסער פונקטליך מיינע הוצאות און הכנסות פראם טאפ טו באטעם.

שכח, אדרבה איך פריי מיך איך קען העלפן.

שוין געזעצן מיט צענדליגער פרישע ביזנעס אייגנטומער וועלכע האבן פארשידענע פראגעס איבער וואס יא נישט צו טוהן מיט זייער ביזנעס?

און רוב פעלער טראג איך זיי אריין אין די אינס ענד אוטס פון די "פי ענד ל" און די "באלאנס שיעט", איינמאל זיי האבן דאס ארויס איז דערנאך א גרויס טייל פון די קשיות אויטאמאטיש פארענטפערט.

אבער מ'מוז זיי קליפ און קלאר מיט די עכטע נומערן, וויפיל מאל ווייזן די פי ענד ל אז מ' האט פארדינט פראפיט אין א געוויסע פעריאד, איינמאל מ'ייו דורך ליין ביי ליין פון די באלאנס שיעט, מ' קלינט די באנק, רעסיוועבלס וואס דו ווייסט אז ס'גייט נישט ווערן באצאלט, פעיעבלעס וואס איז נישט גוט גע'ענטנרט, אינוואטארי איז פאלש דורכאויס, דיפרישיעשן איז נישט ריכטיג רעקארדירט און נאך.

איינמאל דאס איז פאראכטן, מ' מאכט צוריק אויף די פראפיט ענד לאסס רעפארט, און פלוצלינג גאר אנ אנדערע בילד עפענט זיך פאר די אויגן...

די טענה איז, וואס האט עס מיט מיר? מיין אקאונטענט קוקט אויף די מאדנע רעפארטס.

דאס איז א פאטאלע גרייז, דיין אקאונטענט דארף דיר זאגן וויפיל שטייער דארפסט צאלן אדער וויאזוי מ'קען זיך שפארן.

די רעפארטס דארפסטו קענען אפלייענען אזוי גוט ווי דו פארשטייסט דיין פראדוקט אדער צו סעילס.

די דריי זיילן פון א ביזנעס איז סעילס, אפעראציע, און אקאונטינג. אלע דריי זענען "אייניג" וויכטיג.

דאס קומט צוריק צו וואס איך האב געשריבן אז מען לערנט זיך אויף די דזשאב.
און די עצה וואלט געווען צו האבן א בוקקיפער צו ענטערן אלעס, אבער גיי זאג פאר איינעם וואס לייגט אריין געלט אין די ביזנעס צו לייגן נאך…

א ליין אף קרעדיט איז נישט קליין געלט. עס לויפט מיין איך ביי 5% מינימום - און אויב איז די גאנצע נעט פראפיט 7.5% און עס גייט אראפ לאמיר זאגן 3% פאר די אינטערעסט איז עס 40% פון די פראפיט פאר די באנק
מען דארף נאר זיכער מאכן צו עלאקעיטן די לאון פאר די דזשאב, דאס מיינט אז דזשאב A דארף 14,350 פאר א דיפאזיט נעמט מען די פונקליכע סכום ארויס און ווי נאר יענער באצאלט לייגט מען עס צוריק מיט די אינטערעסט.

און אויך קומט עס צוריק צו די פאריגע אסתפקתא, קענסטו זיך ערלויבן צו העכערן די פרייז מיט לאמיר זאגן 2% אויף די קאסט אף מעטיריעל (די APR אפילו עס איז 5% איז עס ווייניגער ווי א האלבע פראצענט פאר א חודש) דעמאלטס רעכן עס לכתחילה אריין אין די פרייז
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5629
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שאינו יודע האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:

שפתים ישק!!! דו האסט אנגעכאפט פונקטליך ווי די טעות אין מיין בליק אויף א הלוואה שטעקט און עס הערליך צולייגט.

וועל איך נאר ארבעטן צו קענען און פארשטיין בעסער פונקטליך מיינע הוצאות און הכנסות פראם טאפ טו באטעם.

שכח, אדרבה איך פריי מיך איך קען העלפן.

שוין געזעצן מיט צענדליגער פרישע ביזנעס אייגנטומער וועלכע האבן פארשידענע פראגעס איבער וואס יא נישט צו טוהן מיט זייער ביזנעס?

און רוב פעלער טראג איך זיי אריין אין די אינס ענד אוטס פון די "פי ענד ל" און די "באלאנס שיעט", איינמאל זיי האבן דאס ארויס איז דערנאך א גרויס טייל פון די קשיות אויטאמאטיש פארענטפערט.

אבער מ'מוז זיי קליפ און קלאר מיט די עכטע נומערן, וויפיל מאל ווייזן די פי ענד ל אז מ' האט פארדינט פראפיט אין א געוויסע פעריאד, איינמאל מ'ייו דורך ליין ביי ליין פון די באלאנס שיעט, מ' קלינט די באנק, רעסיוועבלס וואס דו ווייסט אז ס'גייט נישט ווערן באצאלט, פעיעבלעס וואס איז נישט גוט גע'ענטנרט, אינוואטארי איז פאלש דורכאויס, דיפרישיעשן איז נישט ריכטיג רעקארדירט און נאך.

איינמאל דאס איז פאראכטן, מ' מאכט צוריק אויף די פראפיט ענד לאסס רעפארט, און פלוצלינג גאר אנ אנדערע בילד עפענט זיך פאר די אויגן...

די טענה איז, וואס האט עס מיט מיר? מיין אקאונטענט קוקט אויף די מאדנע רעפארטס.

דאס איז א פאטאלע גרייז, דיין אקאונטענט דארף דיר זאגן וויפיל שטייער דארפסט צאלן אדער וויאזוי מ'קען זיך שפארן.

די רעפארטס דארפסטו קענען אפלייענען אזוי גוט ווי דו פארשטייסט דיין פראדוקט אדער צו סעילס.

די דריי זיילן פון א ביזנעס איז סעילס, אפעראציע, און אקאונטינג. אלע דריי זענען "אייניג" וויכטיג.

דאס קומט צוריק צו וואס איך האב געשריבן אז מען לערנט זיך אויף די דזשאב.
און די עצה וואלט געווען צו האבן א בוקקיפער צו ענטערן אלעס, אבער גיי זאג פאר איינעם וואס לייגט אריין געלט אין די ביזנעס צו לייגן נאך…

א ליין אף קרעדיט איז נישט קליין געלט. עס לויפט מיין איך ביי 5% מינימום - און אויב איז די גאנצע נעט פראפיט 7.5% און עס גייט אראפ לאמיר זאגן 3% פאר די אינטערעסט איז עס 40% פון די פראפיט פאר די באנק
מען דארף נאר זיכער מאכן צו עלאקעיטן די לאון פאר די דזשאב, דאס מיינט אז דזשאב A דארף 14,350 פאר א דיפאזיט נעמט מען די פונקליכע סכום ארויס און ווי נאר יענער באצאלט לייגט מען עס צוריק מיט די אינטערעסט.

און אויך קומט עס צוריק צו די פאריגע אסתפקתא, קענסטו זיך ערלויבן צו העכערן די פרייז מיט לאמיר זאגן 2% אויף די קאסט אף מעטיריעל (די APR אפילו עס איז 5% איז עס ווייניגער ווי א האלבע פראצענט פאר א חודש) דעמאלטס רעכן עס לכתחילה אריין אין די פרייז

אויב די נעט פראפיט אויף די דזשאב איז 7.5% און די ליין און קרעדיט איז 5% אויפן יאר, קומט אויס די אינטערעס קאסט אויפן דזשאב אונטער 0.5% פער חודש, ס'איז א שיבוש.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”