לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
עס וועט זיין גיט
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גיט »

אנאטשלדיגט פארן אריין האקען ווי אזוי ארבייט דראפ שיפינג?
לוינט זיך צי גיין מיט .shopify.com?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:אנאטשלדיגט פארן אריין האקען ווי אזוי ארבייט דראפ שיפינג?
לוינט זיך צי גיין מיט .shopify.com?

אויב א אייגענע וועבסייט, דאן איז שאפיפיי דער מלך, געהערט אבער נישט אין דעם אשכול.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
חומש
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 24, 2019 9:10 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חומש »

דוד װיזעלטיר האט געשריבן:...
אזוי אויך אויב וויל מען עס האבן אויף א ביזנעס נאמען, זאל מען עס אויפסעטן פארן עפענען די עמעזאן אקאונט.

פארוואס? מען קען נישט קודם עפענען די עמעזאן אקאונט אויף די אייגענע סאשעל אין ווען מען זעהט אז זאכן הייבן אן צו גיין עפענען א קאפארעישאן אין אריבער טוישן די אקאונט צו די ביזנעס טעקס איידי?
אוועטאר
אמבעסאדער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמבעסאדער »

חומש האט געשריבן:
דוד װיזעלטיר האט געשריבן:...
אזוי אויך אויב וויל מען עס האבן אויף א ביזנעס נאמען, זאל מען עס אויפסעטן פארן עפענען די עמעזאן אקאונט.

פארוואס? מען קען נישט קודם עפענען די עמעזאן אקאונט אויף די אייגענע סאשעל אין ווען מען זעהט אז זאכן הייבן אן צו גיין עפענען א קאפארעישאן אין אריבער טוישן די אקאונט צו די ביזנעס טעקס איידי?

יכול להיות מ'קען יא. די נקודה שבו האבעך געמיינט, און נאך האבן עס שוין ערווענט אז עמעזאן איז א געהעריגע ביזנעס, און אויב פירט מען עס פון די פערזענליכע באנק אקאונט קען דאס פאראורזאכן צעמישעניש.
לעצט פארראכטן דורך אמבעסאדער אום מאנטאג מארטש 15, 2021 11:32 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

אמבעסאדער האט געשריבן:
חומש האט געשריבן:
דוד װיזעלטיר האט געשריבן:...
אזוי אויך אויב וויל מען עס האבן אויף א ביזנעס נאמען, זאל מען עס אויפסעטן פארן עפענען די עמעזאן אקאונט.

פארוואס? מען קען נישט קודם עפענען די עמעזאן אקאונט אויף די אייגענע סאשעל אין ווען מען זעהט אז זאכן הייבן אן צו גיין עפענען א קאפארעישאן אין אריבער טוישן די אקאונט צו די ביזנעס טעקס איידי?

יכול להיות מ'קען יא. די נקודה שבו האבעך געמיינט, און נאך האבן עס שוין ערווענט אז עמעזאן איז א געהעריגע ביזנעס, און אויב פירט מען עס פון די פערזענליכע אקאונטס קען דאס פאראורזאכן צעמישעניש.

וואס איז די עצה צי האבן צוויי אקאונטס? פריוואט אין ביזנעס?
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

ח"ו! נאר א ביזנעס עקאונט!
וואס? א קיש אין נאז!
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

דוד װיזעלטיר האט געשריבן:ח"ו! נאר א ביזנעס עקאונט!

וואס איז די פראבלעם אנציהייבען א פערסאנעל?
קאנאדישע קאריספעדאנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע קאריספעדאנט »

mini van האט געשריבן:
דוד װיזעלטיר האט געשריבן:ח"ו! נאר א ביזנעס עקאונט!

וואס איז די פראבלעם אנציהייבען א פערסאנעל?

זיכסט צו מאכן נאך אינקאם אויף דיין נאמען?
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

Got it.
שכח
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

mini van האט געשריבן:
דוד װיזעלטיר האט געשריבן:ח"ו! נאר א ביזנעס עקאונט!

וואס איז די פראבלעם אנציהייבען א פערסאנעל?

די ח"ו איז אויף עפענען צוויי עקאונטס וואס עמעזאן שפארט צו פארדעם...
וואס? א קיש אין נאז!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

דוד װיזעלטיר האט געשריבן:
mini van האט געשריבן:
דוד װיזעלטיר האט געשריבן:ח"ו! נאר א ביזנעס עקאונט!

וואס איז די פראבלעם אנציהייבען א פערסאנעל?

די ח"ו איז אויף עפענען צוויי עקאונטס וואס עמעזאן שפארט צו פארדעם...

דאכט זיך אז לעצטנס געבן זיי גאנץ גרינג רשות דערפאר.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
pop
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

אפשר דאך? האט געשריבן:
חנן בן עכבור האט געשריבן:
אזוי גוט האט געשריבן:

אגב.
- ביליגע UPC codes.ארבעטן שוין נישט for the longest time...מ'דארף היינט אויטענטישע UPC codes.
-

ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם!

I dont know what your talking about its working good even on walmart
חנן בן עכבור
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן בן עכבור »

אפשר דאך? האט געשריבן:ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם!

איך וועל פראבירן צו ענטפערן בקיצור אן קוואוטן די גאנצע

איך האב עס אראפגעלייגט ווי ס'איז גאר גרינג פאר יעדן אריינצושפרינגען אין פרייוועט לעיבל און מצליח זיין בעז"ה, ס'איז זיכער נישט ממש אזוי פשוט, אודאי גייט מען האבן ups & downs זיכער נישט יעדע אייטעם גייט מצליח זיין, זיכער דארף מען פאוקוסען וואס מ'טוט און נישט סתם עפענען א אקאונט, זוכן אייטעמ'ס אויף אליבאבא, ליסטן אריינברענגן, ארויסגעבן די אדווערטייזונג און גיין שלאפן, א ודאי ארבעט עס נישט אזוי...

ס'איז נאר אז די שרעק וואס מ'שרייט אז אויב מ'האט נישט א גאר יוניק אייטעם אדער איידיע 'קען' מען שוין נישט היינט צו טאגס מצליח זיין מיין איך איז אז ס'איז נישט אמת, אדער אז אויב האט מען נישט גאר גוטע (שווארצע) איידיעס וויאזוי צו שטיפן סעילס און ברענגן ריוויוס איז נישט מעגליך אנצוהייבן איז ווייטער זייער איבערגעטריבן.

סערשטן פאר אייטעמס: ס'גייט נישט ארבעטן אז מ'גייט סערשטן די טאפ 100 בעסט סעלד אייטעמס אין א קאטעגארי און דעס גיי איך נאכמאכן און פראבירן צו מאכן געלט, וואס יא איז אז כמעט יעדע סימפל אייטעם, למשל איך האב יעצט דא אויפן טיש א נעגל שניידער, לייג אריין די key word 'נעגל שניידער' און הייב אן צו עפענען די ערשטע 20 וואס פארקויפן דעס, קוק זייער רעינק אויב ס'איז בכלל א אייטעם וואס לוינט זיך וויפיל פון די האבן א גוטע BSR באטראכט וויפיל זענען עכטע ברענדס וואס פון זיי קענסטו בכלל נישט זען אויב דיין פרייוועט לעיבל גייט גיין, פאקוס נאר אויף פרייוועט לעיבל ברענדס, עפן אויף פון זיי אלע זייערע סטארס, א סטאר וואס באקומט א חודש עטליכע 100 רעיטינגס + איז דערווייל נישט דיין קאמפעטישאן וואס דו זאלסט טראכטן דו זאלסט קאמפיטן מיט זיי, מעגליך אז ער קען עפעס מער פון דיר, אבער אויב טרעפסטו דא עטליכע קליינע סעלערס וואס באקומען נאר א חודש ווייניגער פון 50 – 80 רעיטינגס א חודש -גאנץ קליינע בחורים- מיינט עס אז א פשוטער קליינער סעלער קען דא אויך מצליח זיין.

פון דארט קוק ווייטער וואס פארא פראדוקטן נאך יענער קליינער סעלער פארקויפט און האבן א גוטע BSR, נעם די קי ווארדס פון יענע אייטעם און באטראכט ווער ס'קומט ארויף אויף די ערשטע פעידש, זייערע BSR עפן זייערע סטארס און קוק וויפיל קליינע סעלערס זענעון דארט דא וואס זענען מצליח מיט יענע אייטעם וכו'.

הבהרה: קיינער דארף נישט לויפן טשעקן די אייטעם, כ'האב עס נישט געטשעקט בכלל און איך גלייב נישט אז ס'זאל זיך בכלל לוינען אריינצוברענגן אזא ביליגע אייטעם, כ'נוץ עס בלויז פאר א משל...

טרעפן א סופלייער: נעקסט סטעפ טשעק אויף אליבאבא די זעלבע קי ווארד 'נעגל שניידער', גרייט אן א געהעריגע נוסח וואס דו קענסט קאפיען און ארויסשיקן פאר אסאך סופלייער, וויפיל קאסט א שטיקל, וויאזוי פאקט ער עס, א אייטעם באקס. וכו' וכו'.

קאסט פון די אייטעם: כדי צו האבן די פונקטליכע חשבון מיט אללללעעעעס אריינגערעכענט וויפיל די אייטעם גייט דיר קאסטן ביז ס'קומט אן צו דיר קען מען בעטן זיי זאלן דיר קוואוטן א DDP פרייז ס'מיינט אז די פרייז אינקלודעט אלעס ווילאנג די אייטעם קומט אן צו דיין דעסטענעישאן, ס'גייט דיר נישט קאסטן נישט קיין שיפינג נישט קיין טראקינג נישט קיין טאריפס, גארנישט, ח"ו אויב גייט די קאסטומס נעמען די קאנטעינער פאר א פולע אינספעקשאן גייט דיר עס גארנישט קאסטן, (כ'מיין אז אפי' די אחריות פון די אייטעם ליגט אויפן סופלייער ביז ס'קומט אן צו דיר, אבער כ'בין נישט זיכער אין דעם)

ווען דו האסט א פרייז, גיי ארויף אויף FBA Calculator און טשעק אויס א ענליכע אייטעם ווי דו ווילסט יעצט אריינברענגן, לייג אריין א פרייז אביסל ביליגער ווי דיין קאמפעטישאן בעט, ביי די קאסט פרייז פון די אייטעם לייג אריין די DDP פרייז וואס דו האסט באקומען אויף אליבאבא און קוק אויב דו בלייבסט מיט פראפיט און וויפיל, צו ס'איז דיר ווערט זיך ארומצושפילן מיט די אייטעם, מ'דארף נעמען אין חשבון אז אדווערטייזונג, עספעשעלי אין אנהייב גייט די אויך קאסטן (איך פיר מיך צוצורעכענען כאטשיג נאך א 2 – 3$ פער אייטעם פאר עדווערטייזונג קאסטן)

ארדערן א סעמפל: אויב אלעס קלאפט ביז אהער באשטעל א סעמפל פון אליבאבא, באצאל וויפיל ס'קאסט די DHL שיפינג און קויף אויך עטליכע סעמפלס אויף עמעזאן און קאמפער דיין שטיקל צו די וואס אנדערע פארקויפן אויף עמעזאן צו ס'איז די זעלבע קוואליטי, בעסער אדער שוואכער.

אויב מעגליך ליין די ריוויוס פון אנדערע סעלערס אויף די אייטעם קוק ביי די שלעכטע ריוויוס אויף וואס קאסטומערס רעדן זיך בעיקר אפ און טשעק מיט דיין סופלייער אויף אליבאבא וואס ער קען טון צו פראווענטן אדער בעסער מאכן די פראבלעם אויב געלונגט דיר עפעס א חידוש מאך זיכער עס שפעטער קלאר ארויסצוברענגן אין די ליסטינג פון דיין אייטעם.

שרייבן א ליסטינג: ליין אפ וואס אנדערע שרייבן און אויב קענסטו ענגליש שרייב עס איבער מער ווייניגער מיט דיין אייגענע שפראך, נישט קאפי/פעיסט גאנצטע שטיקער פון דיין קאמפעטישאנס ליסטינג, אנהייב פלעג איך אזוי טון, היינט צו טאגס געב איך עס ארויס, איך שיק יענעם אלע דיטעילס פון די אייטעם און פאר בערך $50 - $70 באקום איך א הערליכע פיקס פארטיגע ליסטינג.

סירטש טורמס: זייער אסאך זענען ביזי די וויכטיגקייט פון די סורטש טערם קי ווארדס: לענ"ד הקטן איז עס היבש היבש איבערגעטריבן, שרייב א נארמאלע ליסטינג וואס א מענטש זאל קענען ליינען און פארשטיין, א ודאי מאך זיכער אז די פשוטע וויכטיגע קי ווארדס ווי 'נעגל שניידער' 'שניידער פאר די נעגל' זאל שטיין סיי אויף די טייטל און עטליכע מאל אין די בולעט פוינטס און אין די דעסקריפשאן, איך האב עטליכע גוטע ליסטינגס וואס כ'האב נישט אריינגעלייגט קיין איין ווארט ביי די סורטש טערמ'ס באקס און ב"ה ס'גייט פיין.

עמעזאן אדווערטייזונג: עפן א פשוטע פראדוקט ספאנסער קאמפיין לייג אריין דו בודזשעט וויפיל דו ווילסט ספענדן א טאג, -למשל $70- איך פיר מיך צו מאכן די קאמפיין נאר פאר די עקזעקט קי ווארד (נישט די אנדערע צוויי אפשענס- דארט האב איך שטענדיג געזען די בעסט Acos) טשוז אליינס די פאר וויכטיגע קי ווארדס וואס מאכט דיר סענס, קענסט דורכקוקן די קי ווארדס וואס עמעזאן געט דיר און נעם פון דארט וואס ס'מאכט דיר סענס אז מ'זאל זוכן די אייטעם מיט יענע קי ווארד, שטעל עס אן אויף Up & Down (ס'מיינט אז זיי קענען טשארדשען ביז דאפעלט פער קי ווארד פאר יעדע קליק אז ס'זאל ארויסקומען אויף די ערשטע פעידש און טשארדשן ווייניגער אויב וויינגער סעלערס בידן יעצט פאר די קי ווארד) לייג אריין א פרייז פער קי ווארד, און טרעק עס ווי אויף די פעידש ס'קומט ארויס וכו' מ'דארף בכלל נישט זיין די גרעסטע גאון פאר דעם, זשאסט האלט עס אין איין נאכקוקן ווילאנג ס'נעמט די קאמפיין זאל אויסברענען, ווי קומט עס ארויס ביי יעדע קי ווארד, נאך א טאג צוויי קוק וויפיל איז די acos פון יעדע קי ווארד (ס'מיינט וויפיל פון "קליקס" וואס מענטשן האבן געקליקט אויף די אדווערטייזטע אייטעם -מ'באצאלט פאר יעדעס מאל איינער קליקט אויף די אייטעם- איז געווארן גענדיגט מיט א פאקטישע מכירה) לויט דעם קענסטו זען צו דו האסט די ריכטיגע קי ווארדס, און וועלעכע זענען די גוטע קי ווארדס ווי מ'דארף ספענדן מער וכו'.

סאושעל מידיע: קען איך נישט און איך האב קיינמאל נישט געטון, ס'קען זיין אז ס'איז וויכטיג אבער מ'קען זיכער אנהייבן אן דעם אויך.

שותף: זוכן א שותף האב איך דעס געמיינט טרעף א חבר אין כולל וואס וויל פונקט ווי דיר אריינגיין און אנהייבן עמעזאן און עטץ זענטס ביידע גרייט אריינצולייגן לאמיר זאגן יעדער עקסטער 25.000 טויזענט אנצוהויבן א געשעפט,

מיט וויפיל אנצוהייבן: אויב דו האסט געטראפן א גוטע אייטעם וואס קאסט נישט צו טייער לוינט זיך אנצוהייבן באופן כללי מיט כאטש 4000 שטיקלעך אז ווען ס'הייבט אן אויפצופיקן אויף עמעזאן זאל מען נישט גלייך אויסלויפן דערפון, אבער מ'מוז נישט, מ'קען זיכער אנהייבן מיט 2000 שטיקלעך אויך און אויב מ'וועט אויסלויפן וועט מען אנהייבן נאכאמאל די אייטעם ווען מ'וועט עס צוריק האבן אין סטאק. (דעמאלסט העט עס שוין האבן ריוויוס) אבער ווארט נישט צו ארדערן א נייע שיפמענט ווילאנג דו פארקויפסט אלעס אויך גלייך ווען דו זעסט אז ב"ה די אייטעם גייט, צעגער נישט, ארדער גלייך נאך א שיפמענט פון טשיינע.

ריוויוס: ביז א שטיק צייט צוריק האט גענומען ערנסט לאנג אז א אייטעם זאל באקומען עכטע ריוויוס און ס'איז געגאנגען זייער צושטייטעלעך, היינט צו טאגס אבער האט עמעזאן געטוישט און ביי די אייטעם איז אויך דא א זאך ווי רעיטינגס (ס'מיינט אז די קאסטומער געט נאר וויפיל סטארס ער וויל פאר די אייטעם – מער דארף נישט שרייבן קיין ריוויו) קומען אריין די ריוויוס/רעיטינגס אסאך שנעלער און בדרך כלל ביז א וואך צוויי נאכן אנהייבן צו פארקויפן קען מען שוין אנהייבן צו באקומען ריוויוס. – עקסטער אויב האסטו א פשוטע אייטעם ווי א נעגל שניידער וואס איז נישט קיין עלעקטעראניק און נישט קיין קאמפלוקעיטעד אייטעם האסטו אסאך מער אויסזיכטן אז מ'זאל קויפן דיין אייטעם אפי' נאך אן אדער מיט ווייניג ריוויוס.

פיקטשערס: גאר גאר וויכטיג מער פון אלע עצות און טריקס און קי ווארדס, פראביר צו האבן פיקטשערס ס'זאל ארויסשיינען שטערקער פון דיינע שכינים, כ'מיין אז רוב קאסומערס זענען מחליט וואס צו קויפן בעיסד אויף די אייטעם פיקטשערס, מאך זיכער אז די סייזעס פון די אייטעם זאלן שטיין גאר קלאר סיי ביי די פיקטשערס און סיי אין די ליסטינג, וויפיל ס'איז שייך ביי די טייטל און די איבעריגע ביי די בולעט פוינטס און דעסקריפשען.

UPC: איך ווייס נישט איך וואס ס'ארבעט נישט היינט, האב געקויפט שוין א לאנגע צייט צוריק עטליכע 100 שטיק פאר אונטער 100 דאלער, דערווייל יוז איך עס נאך ווען איך עפן נייע ליסטינגס אן קיין פראבלעמען.

לסיכום: ביטע קיינער זאל נישט לויפן יעצט בעיסד אויף וואס כ'האב דא געשריבן און ספענדן געלט, יעדער זאל זיך מאכן אייגענע ריסערטש, זיך נאכפרעגן ביי באקאנטע וואס פארקויפן דארט און מאכן געלט צו ס'לוינט זיך צו נישט, זיך שואל עצה זיין מיט א קרוב/חבר (וואס פארגינט דיר באמת..) ער זאל דיך גיידן וואס ווען און וויאזוי צו טון, ס'איז נאר אז בכלליות איז עס נישט אזא בארג וואס מ'קען נישט בייקומען.

די עיקר איז אז יעדער זאל האבן אסאך ברכה והצלחה אין וואס ער טוט!
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

תגובה דורך אזוי גוט »

WOW אריין געקומען גאר קלאר, שכח פאר דיין צייט, די שרייבסט אז יעדער שותף זאל אריין ברענגען 25000 טויזענט דאלער דעס מיינט סך הכל אזא 50 אלפיס קעלנער ווי דעם איז אויך אונטערסאנט?
לעצט פארראכטן דורך אזוי גוט אום מיטוואך מארטש 17, 2021 5:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חנן בן עכבור
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן בן עכבור »

ס'איז זיכער שייך ווייניגער, די שאלה איז מיט וויפיל אייטעמס דו ווילסט אנהייבן, און וויפיל שטיקלעך פער אייטעםאז דו קענסט טרעפן אייטעמס וואס די DDP פרייז איז $2 - $4 פער שטיקל קענסטו אנהייבן מיט אסאך ווייניגער, גייסט אבער דארפן האבן נאך געלט שפעטער פאר די 2'טע ארדער פון טשיינא נאך פאר דו מאכסט צוריק געלט פון די ערשטע ארדער.

די פופציג אלפים וואס כ'האב געשריבן איז מער ווי א אינוועסטמענט אנצוהייבן די ביזנעס, נישט אז מ'זאל וועלן וואס שנעלער צוריקזען די געלט.
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

@חנן בן עכבור.
מי כעמך ישראל!
;l;p- ;l;p-
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

ווען די חברה ווערן מיליאנערן דורך דיין שיינע מי כעמך ישראל תגובה קומט צוריק דא אפנעמען די גוטע גריסן אבער די יעניגע זאלן נישט נאר פארגעסן פונעם איש החסד
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
חנן בן עכבור
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן בן עכבור »

באקומען אין אישי פון איינעם
וואס מיינט רעינק
וואס מיינט BSR
ווי אזוי קען איך וויסן וואס איז פרייוועט לעבעל
ווי קען איך זעהן וויפל רעטינג א סטאר האט

דא זענען די תירוצים אויב נאך איינער איז נייגעריג

BSR מיינט די סעילס רעינק פון די אייטעם ווי גוט די אייטעם פארקויפט זיך.

עמעזאן איז אויסגעשטעלט אויף קאטעגאריעס ס'איז דא עלעקטעראניקס, ס'איז דא מיוזיק, ס'איז דא האום & קיטשען ס'איז דא טויס וכו'.

די אייטעם וואס גייט יעצט די בעסטע אין טויס קעטעגארי וועט זיין די #1 אין די טוי קעטעגארי נאמבער #2500 מיינט אז דעס איז די 2500'סטע בעסטע אין די קעטעגארי

דא קענסטו טשעקן יעדע נאמבער ביי יעדע קעטעגארי וויפיל שטיקלעך בערך ס'מיינט א חודש https://www.junglescout.com/estimator/

פישער פרייס אדער לעגאו זענען ריזיגע ברענד נעים קאמפעניס אין טויס, סאו ווען דו זעסט אז א בייק פון פישער פרייס גייט זייער גוט מיינט נאכנישט אז דיין בייק וואס 'יצמח פורקני'' קאמפעני גייט אריינברענגן גייט אויך גוט גיין, מענטשן האבן מער טראסט און וועלן ענדערשער קויפן א פישער פרייס ברענד בייק ווי איידער א "יצמח פורקני" ברענד בייק, אבער זעסטו אז א "חנן בן עכבור" בייק פארקויפט זיך גוט איז שטארק מעגליך אז א "יצמח פורקני" בייק קען אויך מצליח זיין.

צוריק צו די ערשטע משל פון נעגל שניידערס, לייג אריין nail clippers אויף עמעזאן, ביי מיר קומט ארויף די ערשטער די ליסטינג https://www.amazon.com/Clipper-Stainles ... B088T6CWDX ער איז יעצט אויף א רעינק פון 809 אין beauty & personal care category סקראלל ארפ די פעידש ביז נאך די דעסקריפשען פיקטשערס וועסטו זען 'פראדוקט דיטעלס' דארט קענסטו זען די BSR איז 809

סקראלל צוריק ארויף די פעידש, אויף די רעכטע זייט איז דא די אינפא ווען דו גייסט באקומען די אייטעם, עד טו קארט, אונטער דעם שטייט אז די אייטעם איז fulfilled by amazon and sold by Pro-Auto געב א קליק אויף Pro-Auto גייסטו אריין אין זיין סטאר, קענסט גלייך זען אויף די רעכטע זייט אז ער האט צובאקומען 38 רעיטינגס די לעצטע חודש, ס'מיינט אז ער איז גאנץ א קליינער (טשייניזער) סעלער, און וואס ער קען קענסטו אויך קענען!
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

שכח ביסט מוירעדיג קלאר
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

חנן,
איך האב מורא'דיג הנאה פון אייערע אינפארמאציע, סיי עס אזי גיטע אינפארמאציע, און סיי אז איר שרייבט מיט א חן און טעם.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

חנן בן עכבור האט געשריבן:
אפשר דאך? האט געשריבן:ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם!

איך וועל פראבירן צו ענטפערן בקיצור אן קוואוטן די גאנצע

איך האב עס אראפגעלייגט ווי ס'איז גאר גרינג פאר יעדן אריינצושפרינגען אין פרייוועט לעיבל און מצליח זיין בעז"ה, ס'איז זיכער נישט ממש אזוי פשוט, אודאי גייט מען האבן ups & downs זיכער נישט יעדע אייטעם גייט מצליח זיין, זיכער דארף מען פאוקוסען וואס מ'טוט און נישט סתם עפענען א אקאונט, זוכן אייטעמ'ס אויף אליבאבא, ליסטן אריינברענגן, ארויסגעבן די אדווערטייזונג און גיין שלאפן, א ודאי ארבעט עס נישט אזוי...

ס'איז נאר אז די שרעק וואס מ'שרייט אז אויב מ'האט נישט א גאר יוניק אייטעם אדער איידיע 'קען' מען שוין נישט היינט צו טאגס מצליח זיין מיין איך איז אז ס'איז נישט אמת, אדער אז אויב האט מען נישט גאר גוטע (שווארצע) איידיעס וויאזוי צו שטיפן סעילס און ברענגן ריוויוס איז נישט מעגליך אנצוהייבן איז ווייטער זייער איבערגעטריבן.

סערשטן פאר אייטעמס: ס'גייט נישט ארבעטן אז מ'גייט סערשטן די טאפ 100 בעסט סעלד אייטעמס אין א קאטעגארי און דעס גיי איך נאכמאכן און פראבירן צו מאכן געלט, וואס יא איז אז כמעט יעדע סימפל אייטעם, למשל איך האב יעצט דא אויפן טיש א נעגל שניידער, לייג אריין די key word 'נעגל שניידער' און הייב אן צו עפענען די ערשטע 20 וואס פארקויפן דעס, קוק זייער רעינק אויב ס'איז בכלל א אייטעם וואס לוינט זיך וויפיל פון די האבן א גוטע BSR באטראכט וויפיל זענען עכטע ברענדס וואס פון זיי קענסטו בכלל נישט זען אויב דיין פרייוועט לעיבל גייט גיין, פאקוס נאר אויף פרייוועט לעיבל ברענדס, עפן אויף פון זיי אלע זייערע סטארס, א סטאר וואס באקומט א חודש עטליכע 100 רעיטינגס + איז דערווייל נישט דיין קאמפעטישאן וואס דו זאלסט טראכטן דו זאלסט קאמפיטן מיט זיי, מעגליך אז ער קען עפעס מער פון דיר, אבער אויב טרעפסטו דא עטליכע קליינע סעלערס וואס באקומען נאר א חודש ווייניגער פון 50 – 80 רעיטינגס א חודש -גאנץ קליינע בחורים- מיינט עס אז א פשוטער קליינער סעלער קען דא אויך מצליח זיין.

פון דארט קוק ווייטער וואס פארא פראדוקטן נאך יענער קליינער סעלער פארקויפט און האבן א גוטע BSR, נעם די קי ווארדס פון יענע אייטעם און באטראכט ווער ס'קומט ארויף אויף די ערשטע פעידש, זייערע BSR עפן זייערע סטארס און קוק וויפיל קליינע סעלערס זענעון דארט דא וואס זענען מצליח מיט יענע אייטעם וכו'.

הבהרה: קיינער דארף נישט לויפן טשעקן די אייטעם, כ'האב עס נישט געטשעקט בכלל און איך גלייב נישט אז ס'זאל זיך בכלל לוינען אריינצוברענגן אזא ביליגע אייטעם, כ'נוץ עס בלויז פאר א משל...

טרעפן א סופלייער: נעקסט סטעפ טשעק אויף אליבאבא די זעלבע קי ווארד 'נעגל שניידער', גרייט אן א געהעריגע נוסח וואס דו קענסט קאפיען און ארויסשיקן פאר אסאך סופלייער, וויפיל קאסט א שטיקל, וויאזוי פאקט ער עס, א אייטעם באקס. וכו' וכו'.

קאסט פון די אייטעם: כדי צו האבן די פונקטליכע חשבון מיט אללללעעעעס אריינגערעכענט וויפיל די אייטעם גייט דיר קאסטן ביז ס'קומט אן צו דיר קען מען בעטן זיי זאלן דיר קוואוטן א DDP פרייז ס'מיינט אז די פרייז אינקלודעט אלעס ווילאנג די אייטעם קומט אן צו דיין דעסטענעישאן, ס'גייט דיר נישט קאסטן נישט קיין שיפינג נישט קיין טראקינג נישט קיין טאריפס, גארנישט, ח"ו אויב גייט די קאסטומס נעמען די קאנטעינער פאר א פולע אינספעקשאן גייט דיר עס גארנישט קאסטן, (כ'מיין אז אפי' די אחריות פון די אייטעם ליגט אויפן סופלייער ביז ס'קומט אן צו דיר, אבער כ'בין נישט זיכער אין דעם)

ווען דו האסט א פרייז, גיי ארויף אויף FBA Calculator און טשעק אויס א ענליכע אייטעם ווי דו ווילסט יעצט אריינברענגן, לייג אריין א פרייז אביסל ביליגער ווי דיין קאמפעטישאן בעט, ביי די קאסט פרייז פון די אייטעם לייג אריין די DDP פרייז וואס דו האסט באקומען אויף אליבאבא און קוק אויב דו בלייבסט מיט פראפיט און וויפיל, צו ס'איז דיר ווערט זיך ארומצושפילן מיט די אייטעם, מ'דארף נעמען אין חשבון אז אדווערטייזונג, עספעשעלי אין אנהייב גייט די אויך קאסטן (איך פיר מיך צוצורעכענען כאטשיג נאך א 2 – 3$ פער אייטעם פאר עדווערטייזונג קאסטן)

ארדערן א סעמפל: אויב אלעס קלאפט ביז אהער באשטעל א סעמפל פון אליבאבא, באצאל וויפיל ס'קאסט די DHL שיפינג און קויף אויך עטליכע סעמפלס אויף עמעזאן און קאמפער דיין שטיקל צו די וואס אנדערע פארקויפן אויף עמעזאן צו ס'איז די זעלבע קוואליטי, בעסער אדער שוואכער.

אויב מעגליך ליין די ריוויוס פון אנדערע סעלערס אויף די אייטעם קוק ביי די שלעכטע ריוויוס אויף וואס קאסטומערס רעדן זיך בעיקר אפ און טשעק מיט דיין סופלייער אויף אליבאבא וואס ער קען טון צו פראווענטן אדער בעסער מאכן די פראבלעם אויב געלונגט דיר עפעס א חידוש מאך זיכער עס שפעטער קלאר ארויסצוברענגן אין די ליסטינג פון דיין אייטעם.

שרייבן א ליסטינג: ליין אפ וואס אנדערע שרייבן און אויב קענסטו ענגליש שרייב עס איבער מער ווייניגער מיט דיין אייגענע שפראך, נישט קאפי/פעיסט גאנצטע שטיקער פון דיין קאמפעטישאנס ליסטינג, אנהייב פלעג איך אזוי טון, היינט צו טאגס געב איך עס ארויס, איך שיק יענעם אלע דיטעילס פון די אייטעם און פאר בערך $50 - $70 באקום איך א הערליכע פיקס פארטיגע ליסטינג.

סירטש טורמס: זייער אסאך זענען ביזי די וויכטיגקייט פון די סורטש טערם קי ווארדס: לענ"ד הקטן איז עס היבש היבש איבערגעטריבן, שרייב א נארמאלע ליסטינג וואס א מענטש זאל קענען ליינען און פארשטיין, א ודאי מאך זיכער אז די פשוטע וויכטיגע קי ווארדס ווי 'נעגל שניידער' 'שניידער פאר די נעגל' זאל שטיין סיי אויף די טייטל און עטליכע מאל אין די בולעט פוינטס און אין די דעסקריפשאן, איך האב עטליכע גוטע ליסטינגס וואס כ'האב נישט אריינגעלייגט קיין איין ווארט ביי די סורטש טערמ'ס באקס און ב"ה ס'גייט פיין.

עמעזאן אדווערטייזונג: עפן א פשוטע פראדוקט ספאנסער קאמפיין לייג אריין דו בודזשעט וויפיל דו ווילסט ספענדן א טאג, -למשל $70- איך פיר מיך צו מאכן די קאמפיין נאר פאר די עקזעקט קי ווארד (נישט די אנדערע צוויי אפשענס- דארט האב איך שטענדיג געזען די בעסט Acos) טשוז אליינס די פאר וויכטיגע קי ווארדס וואס מאכט דיר סענס, קענסט דורכקוקן די קי ווארדס וואס עמעזאן געט דיר און נעם פון דארט וואס ס'מאכט דיר סענס אז מ'זאל זוכן די אייטעם מיט יענע קי ווארד, שטעל עס אן אויף Up & Down (ס'מיינט אז זיי קענען טשארדשען ביז דאפעלט פער קי ווארד פאר יעדע קליק אז ס'זאל ארויסקומען אויף די ערשטע פעידש און טשארדשן ווייניגער אויב וויינגער סעלערס בידן יעצט פאר די קי ווארד) לייג אריין א פרייז פער קי ווארד, און טרעק עס ווי אויף די פעידש ס'קומט ארויס וכו' מ'דארף בכלל נישט זיין די גרעסטע גאון פאר דעם, זשאסט האלט עס אין איין נאכקוקן ווילאנג ס'נעמט די קאמפיין זאל אויסברענען, ווי קומט עס ארויס ביי יעדע קי ווארד, נאך א טאג צוויי קוק וויפיל איז די acos פון יעדע קי ווארד (ס'מיינט וויפיל פון "קליקס" וואס מענטשן האבן געקליקט אויף די אדווערטייזטע אייטעם -מ'באצאלט פאר יעדעס מאל איינער קליקט אויף די אייטעם- איז געווארן גענדיגט מיט א פאקטישע מכירה) לויט דעם קענסטו זען צו דו האסט די ריכטיגע קי ווארדס, און וועלעכע זענען די גוטע קי ווארדס ווי מ'דארף ספענדן מער וכו'.

סאושעל מידיע: קען איך נישט און איך האב קיינמאל נישט געטון, ס'קען זיין אז ס'איז וויכטיג אבער מ'קען זיכער אנהייבן אן דעם אויך.

שותף: זוכן א שותף האב איך דעס געמיינט טרעף א חבר אין כולל וואס וויל פונקט ווי דיר אריינגיין און אנהייבן עמעזאן און עטץ זענטס ביידע גרייט אריינצולייגן לאמיר זאגן יעדער עקסטער 25.000 טויזענט אנצוהויבן א געשעפט,

מיט וויפיל אנצוהייבן: אויב דו האסט געטראפן א גוטע אייטעם וואס קאסט נישט צו טייער לוינט זיך אנצוהייבן באופן כללי מיט כאטש 4000 שטיקלעך אז ווען ס'הייבט אן אויפצופיקן אויף עמעזאן זאל מען נישט גלייך אויסלויפן דערפון, אבער מ'מוז נישט, מ'קען זיכער אנהייבן מיט 2000 שטיקלעך אויך און אויב מ'וועט אויסלויפן וועט מען אנהייבן נאכאמאל די אייטעם ווען מ'וועט עס צוריק האבן אין סטאק. (דעמאלסט העט עס שוין האבן ריוויוס) אבער ווארט נישט צו ארדערן א נייע שיפמענט ווילאנג דו פארקויפסט אלעס אויך גלייך ווען דו זעסט אז ב"ה די אייטעם גייט, צעגער נישט, ארדער גלייך נאך א שיפמענט פון טשיינע.

ריוויוס: ביז א שטיק צייט צוריק האט גענומען ערנסט לאנג אז א אייטעם זאל באקומען עכטע ריוויוס און ס'איז געגאנגען זייער צושטייטעלעך, היינט צו טאגס אבער האט עמעזאן געטוישט און ביי די אייטעם איז אויך דא א זאך ווי רעיטינגס (ס'מיינט אז די קאסטומער געט נאר וויפיל סטארס ער וויל פאר די אייטעם – מער דארף נישט שרייבן קיין ריוויו) קומען אריין די ריוויוס/רעיטינגס אסאך שנעלער און בדרך כלל ביז א וואך צוויי נאכן אנהייבן צו פארקויפן קען מען שוין אנהייבן צו באקומען ריוויוס. – עקסטער אויב האסטו א פשוטע אייטעם ווי א נעגל שניידער וואס איז נישט קיין עלעקטעראניק און נישט קיין קאמפלוקעיטעד אייטעם האסטו אסאך מער אויסזיכטן אז מ'זאל קויפן דיין אייטעם אפי' נאך אן אדער מיט ווייניג ריוויוס.

פיקטשערס: גאר גאר וויכטיג מער פון אלע עצות און טריקס און קי ווארדס, פראביר צו האבן פיקטשערס ס'זאל ארויסשיינען שטערקער פון דיינע שכינים, כ'מיין אז רוב קאסומערס זענען מחליט וואס צו קויפן בעיסד אויף די אייטעם פיקטשערס, מאך זיכער אז די סייזעס פון די אייטעם זאלן שטיין גאר קלאר סיי ביי די פיקטשערס און סיי אין די ליסטינג, וויפיל ס'איז שייך ביי די טייטל און די איבעריגע ביי די בולעט פוינטס און דעסקריפשען.

UPC: איך ווייס נישט איך וואס ס'ארבעט נישט היינט, האב געקויפט שוין א לאנגע צייט צוריק עטליכע 100 שטיק פאר אונטער 100 דאלער, דערווייל יוז איך עס נאך ווען איך עפן נייע ליסטינגס אן קיין פראבלעמען.

לסיכום: ביטע קיינער זאל נישט לויפן יעצט בעיסד אויף וואס כ'האב דא געשריבן און ספענדן געלט, יעדער זאל זיך מאכן אייגענע ריסערטש, זיך נאכפרעגן ביי באקאנטע וואס פארקויפן דארט און מאכן געלט צו ס'לוינט זיך צו נישט, זיך שואל עצה זיין מיט א קרוב/חבר (וואס פארגינט דיר באמת..) ער זאל דיך גיידן וואס ווען און וויאזוי צו טון, ס'איז נאר אז בכלליות איז עס נישט אזא בארג וואס מ'קען נישט בייקומען.

די עיקר איז אז יעדער זאל האבן אסאך ברכה והצלחה אין וואס ער טוט!

;l;p- ;l;p- ;l;p- קיעפ אן יאר גרעיט......
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

מען רעדט אזויפיל פין עפענען א אמעזאן ביזנעס, וואלט מיר נוגע געווען צו וויסן, איז דא איינער וואס ווייסט מער אדער האט עקספיריענס אין עפענען א אמעזאן שיפינג ביזנעס?

אמעזאן פארשפרעכט א פראפיט פין 300,000 דאלער א יאר, איז עס טאקע אזוי?

איז דא היימישע יונגעלייט וואס טוען דערין?

וואס פארלאנגט אזא ביזנעס?

דארף מען זיין אפען שבת?

ועוד ועוד... אויב איינער ווייסט פליז איי וואלד אפרישיעיטיט ענד איי טינק מעני מאר פיעפל טאא, א גרויס'ן שכוח.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

חנן בן עכבור איז א עכטע צדיק! WOW
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מטעמים האט געשריבן:חנן בן עכבור איז א עכטע צדיק! WOW

נישט סתם א צדיק דער איז אפילו פון די ל"ו צדיקים וואס האבן פאראויס געזאגט ביידן...

ישר כח @חנן זייער הנאה געהאט
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: לוינט זיך נאך צי עפענען א עמאזאן ביזנעס? אויב יא ווי אזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

פאסט טרעגער האט געשריבן:מען רעדט אזויפיל פין עפענען א אמעזאן ביזנעס, וואלט מיר נוגע געווען צו וויסן, איז דא איינער וואס ווייסט מער אדער האט עקספיריענס אין עפענען א אמעזאן שיפינג ביזנעס?

אמעזאן פארשפרעכט א פראפיט פין 300,000 דאלער א יאר, איז עס טאקע אזוי?

איז דא היימישע יונגעלייט וואס טוען דערין?

וואס פארלאנגט אזא ביזנעס?

דארף מען זיין אפען שבת?

ועוד ועוד... אויב איינער ווייסט פליז איי וואלד אפרישיעיטיט ענד איי טינק מעני מאר פיעפל טאא, א גרויס'ן שכוח.

געהערט פון גויים וואס טוען עס, שוא ושקר. מיטן אליינס ארבעטן מצאת החמה ועד צאת הנשמה, ערב בוקר וצהרים - שבת און יו"ט צוגלייך - און אויפהאלטן א שטאב ארבעטערס אויף א טייט בודזשעט, כולי האי ואולי קען מען מאכן קרוב צו 250. גראסס פארשטייט זיך....

---

פאר די רעקארד, חנן בן עכבור איז נישט א עכטע צדיק, ער איז א בעל השגה. טוב עין הוא יבורך. כ'האב אסאך צוצולייגן, אבער דער בחור האט אייזערנע נערוון, הייליגע רצונות, און גאלדענע מידות. צדיק אמת!
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”