נאר בשמחה האט געשריבן:ס'הערטצעך האט געשריבן:ווי לוינט זיך צו פיילן די 2021 טעקס ריטערן?
כ'מיין צו פרעגן וועלכע קאמפאני וועט מיר געבן די בעסטע סערוויס, און ברענגען די גרעסטע ריפאנד?
?is not everyone the same
נישט ממש.
איך האב געהאט היי יאר, מיין אקאונטענט האט געפיילט מיין רעטורן אין אפריל. עטליכע וואכן צוריק ריפט ער מיך אן אז פאר א געוויסע קרעדיט וואס מען דארף מאכן אן עלעקשאן כדי צו באקומען מער געלט האט ער בטעות געמיינט אז די פראגרעם טיט עס אויטאמאטיש אבער יעצט האט ער באמערקט אז נישט. לאזט ער מיר וויסן אז ער גייט אמענדן מיין רעטורן און מאכן די עלעקשאן.
האב איך מיך געלערענט צוויי זאכן:
1, אז ס'נישט מוכרח אז יעדער וואס מאכט טעקס רעטורנס נעמט די מאקסימום אדווענטיזש וואס ס'איז שייך
2, אז אן אקאונטענט דארף זיין אן ערליכע/ארענטליכע מענטש צו לאזן וויסן אז ער האט געמאכט א טעות און עס פאררעכטן