טעקס ריטורן אינפארמאציע

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

טעקס ריטורן אינפארמאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

[align=center]אנגעהויבן פון דינסטאג פר' משפטים January 29 למספ' קענט איר שוין פיילן אייער 2018 טעקס ריטורן, און בעזהשי"ת באקומען אייער לאנג ערווארטעטע ריפאנד.[/align]

[align=center]אין די קומענדיגע תגובות וועלן איך פרובירן אויסצושמועסן און קלאר מאכן אסאך פרטים ארום טעקס ריטורן, וואס איז די ריפאנד מען באקומט צוריק, און וויפיל מען קען מאכן א.א.וו.

איך וועל פראבירן יעדן טאג צו אפדעיטן דעם ווינקל
(ביטע נישט פארציען לענגערע שמועסן אויף דעם אשכול, צו קענען האלטן די זאך אויף די רעלסן)
פאר סיי וועלעכע פראגעס ארום די נושא, קענט איר זיך פארבינדן מיט מיר.[/align]
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #1 חילוק צווישן W-2 און 1099

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

עס איז דא פארשידענע מהלכים וויאזוי מענטשן פארדינען געלט, יעדע מין אינקאם איז אנדערש געטעקסט.
מיר וועלן יעצט בעיקר רעדן פון Earned Income וואס דאס איז די פארצייטישע וועג פון פארדינען געלט, דהיינו מען ארבעט און מען באקומט באצאלט.

Earned Income איז בעיקר איינגעטיילט אין צוויי חלקים.
W-2 - איינער וואס באקומט באצאלט א וועידזש לויט די שעה/וואך וכדו'.
1099 - א פרייוועט קאנטראקטער וואס באקומט באצאלט פער דזשאב. צום ביישפיל: אן עלעקטערישאן, אדער איינער וואס ארבעט אויף קאמישן וכדו'.

די עיקר חילוק אין טעקס צווישן די צוויי איז פעיראל טעקס, וואס דאס איז א 15.3% טעקס (וואס אנדערש ווי אינקאם טעקס - ווערט דאס נישט אפעקטירט פון קיין דידאקשנס).
ביי א W-2 ארבייטער צאלט די בעה"ב האלב פון די פעיראל טעקס פון זיין טאש, און די אנדערע האלב נעמט ער אראפ יעדע וואך פון די ארבייטערס טשעק,
און ביי א 1099 ארבייטער, צאלט די ארבייטער סוף יאר די גאנצע 15.3% פון זיין טאש.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער אינפארמאטיוו

א גרויסן יישר כח
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

מצב כלללי האט געשריבן:זייער אינפארמאטיוו

א גרויסן יישר כח
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

טאקע זייער אינפארמאטיוו (כאטש איך האב שוין געוויסט די זאכען)
וואס איך קען באשטיין צו הערן איז אויב דאס יאר גייט זיין אנדערע סכומים לכבוד דעם פרעזידענטס טעקס רעפארם בילל (כהאב געהערט אז עס גייט זיין א שינוי לטובה)
אויך וויל איך וויסן וואס איז די חילוק (אויב עס איז דא) פאר א קינד אונטער די 18 יאר אדער עלטער
א ריזיגע דאנק פאר אלעס!!!
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

שכ״ח! WE WANT MORE !
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שכוח.
אבער איך פארשטיי נישט, איר רעדט פון די פעדעראל טעקס וואס שטייט אויפן פעיראל סטאב? איז דאס נישט קיין אינקאם טעקס? וואס דען איז אינקאם טעקס? און וואס ווערט יא אפעקטירט פון דידאקשענס?
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

סוי סך הכל וויפיל מאך איך צריק מיט 1 קינד?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ר' יום טוב האט געשריבן:שכוח.
אבער איך פארשטיי נישט, איר רעדט פון די פעדעראל טעקס וואס שטייט אויפן פעיראל סטאב? איז דאס נישט קיין אינקאם טעקס? וואס דען איז אינקאם טעקס? און וואס ווערט יא אפעקטירט פון דידאקשענס?

ער רעדט פון סאשעל סעקיוריטי און מעדעקעיר וואס יעדער דארף צאלען
סאשעל סעקיוריטי האט א גבול
מעדיקעיר האט נישט
אינקאם טעקס ווענדט זיך אין EXEMPTIONS--- DEPENDENTS(נפשות אין משפחה)
DEDUCTIONS.JPG
DEDUCTIONS.JPG (154.5 KiB) געזען 9641 מאל


אין DEDUCTIONS (צדקה צרכי רפואה וכ,)
A.JPG
A.JPG (111.04 KiB) געזען 9641 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

קענט איר ביטע שרייבן וועלעכע עקספענסעס מ'קען אראפ רעכענען און מען דארף נישט צאלן קיין טעקס.

למשל אבאמא קעיר, דעי קעיר
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

סאררי
וועסט מוזען ווארטען אויף ר' מעקס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

ביי turbo קען מען שוין יעצט פיילן
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #2 וואס נעמט די בעה"ב אראפ פון אייער טשעק (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

איידער מיר גייען ווייטער
מיר וועלן בעזר השם שפעטער צוקומען צו די טשענדזשעס וואס טראמפ'ס טעקס קאט האט גורם געווען, ווער אין וויפיל מען פארדינט א.א.וו. 'סיט בעק ענד ענדזשוי דע רייד'
פאר סיי וועלכע פראגע איר ווילט וויסן, אדער איר ווילט איך זאל אויסשמועסן, ביטע קאנטאקט מיר פריוואט.

מיר וועלן יעצט פראבירן צו קלאר מאכן וואס די בעה"ב נעמט אראפ פון אייער טשעקל יעדע וואך, אין צו באקומט מען דאס אמאל צוריק:
עס איז בעיקר איינגעטיילט אין 2 חלקים
1. אינקאם טעקס (פעדעראל, סטעיט, אין לאקעל)
2. פעיראל טעקס (סאשעל סעקיוריטי, מעדיקעיר)

קודם אביסל היסטאריע פון אינקאם טעקס:
אינקאם טעקס האט נישט אייביג עקזיסטירט אין אמעריקע,
נאך מער (בעליוו איט אר נאט), עס איז נישט געווען לעגאל לויט די קאנסטיטושען פאר די רעגירונג צו פאדערן אינקאם טעקס!

ביז יארע 1861 אינמיטן ברען פון די ציווילע קריג, ווען דער דעמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט לינקאלן האט איינגעפירט א פלאכע 3% טעקס פאר ווער עס פארדינט מער ווי $800, צו פינאנצירן די גרויסע הוצאות פון די קריג.

בערך צען יאר שפעטער, אין יאר 1872 , האט די געריכט מבטל געווען די טעקס וויבאלד עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטושען, ביז אין יאר 1913 ווען קאנגרעס האט צוגעלייגט די זעכצנטע אמענדמענט צו די קאנסטיטושען וואס ערלויבט די פעדעראלע רעגירונג צו פאדערן אינקאם טעקס.

ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך די אמעריקאנע טעקס סיסטעם דראמאטיש געטוישט צו קענען פינאנצירן די קריג.
מען האט דעמאלס געמאכט א פרעצעדענטלאזע 94% טעקס אויף רייכע פארדינער,
די IRS איז דאן געגרינדעט געווארן,
ווי אויך (אין צו דעם האב איך געוואלט צוקומען) איז דעמאלס געווארן איינגעפירט איינצוצאלן טעקס במשך די יאר, אנשטאט באצאלן אלעס סוף יאר.

צוריק צו אינזער אראפגעביסענעם טשעקל
די ערשטע זאך וואס ווערט אראפגערעכנט פונעם טשעק פון א W ארבייטער איז די Income Tax Withholding וואס דער בעה"ב נעמט אראפ יעדע וואך פון די ארבייטערס טשעקס, דאס איז א סכום וואס איז געשאצט אז די ארבייטער וועט דארפן צאלן סוף יאר אלס פעדערעל, סטעיט, אין לאקעל אינקאם טעקס, לויט די אינפארמאציע וואס די ארבעטער האט אריינגעשריבן אין די W-4 (וויפיל קינדער איר האט וכדומה).
אויב נאך די חשבונות פון דעדאקשנס און קרעדיטס (וואס מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן) קומט אויס אז די בעה"ב האט אראפגענומען מער פון וויפיל איר דארפט צאלן, וועט איר דאס צוריק באקומען סוף יאר ביים פיילן אייער טעקס ריטורן.

אינעם נעקסטן תגובה וועלן מיר בעזר השם רעדן וועגן פעיראל טעקס (סאשעל סעקיוריטי, מעדיקעיר).
לעצט פארראכטן דורך Max Refund אום זונטאג יאנואר 27, 2019 8:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

זייער שיין, יישר כח!
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #3 וואס נעמט די בעה"ב אראפ פון אייער טשעק (חלק ב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

יעצט העמיר אויסשמועסן די צווייטע זאך וואס ווערט אראפגעציפט פון אייער טשעק: פעיראל טעקס (סאשעל סעקיוריטי, מעדיקעיר)

קודם אביסל היסטאריע:
סאשעל סעקיוריטי איז א פראגרעם איינגעפירט דורך פרעזידענט רוזוועלט.

Franklin D. Roosevelt די 32'סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט איבערגעלאזט די טיעפסטע פינגער אפדרוקן אויף אמעריקע מער ווי סיי ווער פון זיינע פארגייער,
ער איז געווען די איינציגסטע פרעזידענט צו סערווירן 4 טערמינען, (נאך זיין טויט האט קאנגרעס צוגעלייגט צו די קאנסטיטאשן טערם לימיטס פאר פרעזידענטן)
ער איז געווען פרעזידענט דורכאויס די שווערסטע צייטן אין אמעריקאנע היסטאריע, (גרעיט דעפרעשן, צווייטע וועלט קריג)

ער איז געווארן עלעקטעט די ערשטע מאל אין 1932 ווען די אמעריקאנע עקאנאמיע איז געווען טיעף פארזינקען אינעם גרעיט דעפרעשן,
גראד נאכן איבערנעמען די לייצעס האט ער אנגעהויבן פראבירן מיט גאר אגרעסיווע מיטלען צוריק צו שטעלן די עקאנאמיע אויף די רעלסן.
אינטערן פאן פון זיין New Deal מעסעדזש האט ער דורכגעפירט א כוואליע געזעצן רעגולאציעס אין פראגראמען.
ער האט פארארדנט צו פארמאכן די בענק פאר א שטיק צייט ביז מען האט איינגעפירט FDIC רולס,
ער איינגעפירט סטאק מארקעט רעגולעישנס,

איינע פון די הויפט לעגיסלאטיווע דורכברוכן וואס רוזוועלט האט באוויזן דורך צו פירן איז געווען Social Security

אין יענע תקופה פלעגן רוב אמעריקאנער לעבן פעיטשעק צו פעיטשעק, אן קיין חשבון פון א ריטייערמענט פלאן, וואס האט ווי פארשטענדליך געהאט שווערע קאנסעקווענצן.

רוזוועלט'ס פלאן איז געווען אז מען זאל אראפנעמען א פראצענט פון יעדע ארבעטער'ס טשעק אין מיט דעם באצאלן פאר די ריטייערטע לויט וויפיל זיי האבן איינגעצאלט במשך'ן לעבן.

טראץ די שטארקע קעגנערשאפט פון קאנסערוואטיוון וואס האבן געשריגן אז עס איז ריין סאציאליזם, האט עס רוזוועלט באוויזן דורך צושטיפן אין יאר 1935 שאפענדיג דערמיט די גרעסטע סאשעל וועלפעיר סיסטעם אין אמעריקע.

נאך פארשידענע טוישונגען דורכאויס די יארן, וועט היינט יעדע בעה"ב אראפנעמען 6.2% פונעם ארבעטער'ס טשעק פאר Social Security אין צולייגן נאך 6.2% פון זיין טאש, אינאיינעם מיט 1.45% פונעם ארבעטער'ס טשעק פאר מעדיקעיר אין צולייגן נאך 1.45% פון זיין טאש. דאס ווערט אנגערופן Payroll Tax.

די געלטער באקומט מען נישט צוריק ביים פיילן די טעקס ריטורן (אנדערש ווי אינקאם טעקס וואס מען באקומט יא צוריק געוואנדן אין דעדאקשנס אין קרעדיטס)

די בעה"ב פיילט די אלע געלטער (פעיראל טעקס און אינקאם טעקס וויטהאלדינג) יעדע 3 חדשים, און סוף יאר פיילט ער א W-2 וואס דארט שטייט א סך הכל וויפיל ער האט באצאלט פארן ארבייטער און וויפיל ער האט אראפגענומען פאר טעקס, און ער געבט א קאפי פון דעם פארן ארבייטער. סוף יאר פיילט די ארבייטער דעם W-2 מיט זיין טעקס ריטורן.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Max Refund האט געשריבן:.........................
די בעה"ב פיילט די אלע געלטער (פעיראל טעקס און אינקאם טעקס וויטהאלדינג) יעדע 3 חדשים *** ,
און סוף יאר פיילט ער א W-2 וואס דארט שטייט א סך הכל וויפיל ער האט באצאלט פארן ארבייטער און וויפיל ער האט אראפגענומען פאר טעקס, און ער געבט א קאפי פון דעם פארן ארבייטער. סוף יאר פיילט די ארבייטער דעם W-2 מיט זיין טעקס ריטורן.

למען הפינקטליכקייט
***
און צאלט פאר די IRS וועכנטליך, חודשליך אדער יעדען יארפערטעל
לויט די גרויסקייט פון דעם סכום
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #4 דעדאקשענס און קרעדיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

כדי צו פארשטיין די קומענדיג תגובות, איז וויכטיג צו וויסן די חילוק צווישן דעדאקשנס און קרעדיטס:

דעדאקשנס - איז א חלק פון אינקאם וואס מען דארף נישט צאלן קיין אינקאם טעקס אויף דעם.

עס איז דא פארשידענע דידאקשנס אבער די עיקר דעדאקשן וואס יעדער באקומט איז די סטענדערט דידאקשן, וואס דאס איז:
פעדערעל: פאר א חתונה געהאטע פארפאלק די ערשטע $24,000, אין $12,000 פאר איינער וואס פיילט סינגל, וואס אויף דעם דארף מען נישט צאלן קיין פעדערעל אינקאם טעקס.
סטעיט: פאר א חתונה געהאטע פארפאלק די ערשטע $16,050, אין $8,000 פאר איינער וואס פיילט סינגל, וואס אויף דעם דארף מען נישט צאלן קיין סטעיט אינקאם טעקס.

וואס דאס מיינט אויב האט איר איינגעצאלט טעקס במשך'ן יאר וועט איר דאס צוריק באקומען.

(באמת איז דא א אויסוואל וואס יעדע שטייערצאלער קען זיך אויסוועלן וועלכע דעדאקשען ער וויל רעכענען, אדער די סטענדערט דידאקשן וואס דאס איז א פלאכע סכום וואס טוישט זיך נישט מיט געוויסע עספענסעס. אדער די אייטעמייזד דידאקשען וואס דאס איז א רייע אויסגאבן וואס מען קען אראפרעכענען פון די אינקאם - אויף וואס מען דארף צאלן טעקס, אבער מיט טראמפ'ס טעקס קאט וואס ער האט 1. געדאפלט די סטענדערט דידאקשען 2. אראפגענומען א רייע אויסגאבן וואס מען קען רעכענען מיטן אייטעמייזד דידאקשען איז ערוואטעט אז 92% אמעריקאנער וועלן אויסוועלן די יאר סטענדערט דידאקשן).

קרעדיטס - איז א סכום געלט וואס די רעגירונג רעכנט כאילו איר האט עס געצאלט, און עס ליגט ביי די רעגירונג אויף אייער אקאונט אלס קרעדיט.

עס איז דא צוויי מיני קרעדיטס:

ריפאנדעבל קרעדיטס - מיינט אז אויב איר זענט נישט שולדיג קיין טעקס וועט איר צוריק באקומען די געלט (צום ביישפיל: אויב איר האט א $3,000 ריפאנדעבל קרעדיט און איר זענט שולדיג $1,000 , באקומט איר צוריק די איבריגע $2,000).

נאן-ריפאנדעבל קרעדיטס - איז א קרעדיט וואס איר קענט נאר נוצן אויב איר זענט שולדיג געלט, אבער איר באקומט עס נישט צוריק אין פאל איר זענט נישט שולדיג קיין טעקס (צום ביישפיל, אויב איר זענט שולדיג $2,000 טעקס און איר האט א $3,000 נאן-ריפאנדעבל קרעדיט, דארפט איר נישט צאלן די $2,000 אבער איר באקומט נישט צוריק די איבריגע $1,000).

עס איז דא פארשידענע קרעדיטס אין דידאקשנס, פון די פעדערעל סטעיט אין לאקעל גאווערמענטס, מיר וועלן אין די קומענדיגע תגובות אויסשמועסן א חלק פון די קרעדיטס.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #5 קאלעדזש קרעדיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

אויב איר אדער איינער פון אייער האויזהאלד איז געווען א סטודענט, מינימום א האלב יאר, אין ישיבה כולל אדער קאלעדזש,
און איר אדער אייערע עלטערן האבן געצאלט שכר לימוד אדער געהאט אנדערע קאלעדזש עקספענסעס ווי ספרים סופלייס וכדו',
קענט איר באקומען א קרעדיט פון די גאווערמענט, געוואנדן וויפיל איר האט געצאלט.

די קרעדיט האט צוויי חלקים, א ריפאנדעבל חלק און א נישט ריפאנדעבל חלק.

די ריפאנדעבל חלק: איז 40% פון די ערשטע $2,000 וואס איר האט געספענד. און 10% פון די נעקסטע $2,000 , ווי אויך געבט די סטעיט צוריק די ערשטע $200 פון אייערע קאלעדזש אויסגאבן.
צום ביישפיל: אויב האט איר געצאלט $1,000 וועט איר צוריקבאקומען $600 , $400 פון די פעדעראלע רעגירונג און $200 פון די סטעיט די מאקסימום וואס איר קענט צוריק באקומען איז $1,200 פאר $4,000 עקספענסעס. אויב האט איר געספענט $200 וועט איר צוריקבאקומען $280 (מער פון וויפיל איר האט געצאלט...)

די נישט ריפאנדעבל חלק (וואס איר קענט נאר נוצן אראפצורעכענען געלט וואס איר זענט שולדיג, אדער צוריקבאקומען פון וואס איר האט איינגעצאלט): איז 100% פון די ערשטע $2,000 וואס איר האט געספענד, און 25% פון די נעקסטע $2,000 , די מאקסימום קרעדיט איז $2,500 פאר $4,000 עקספענסעס.

געווענטליך וועט די ישיבה / קאלעדזש אייך געבן א פארום 1098T און א רעסיט, וואס דארט שטייט וויפיל זיי האבן באקומען פונעם סטודענט, אבער אפילו אויב מען האט נישט באקומען א 1098T קען מען אויך באקומען די קרעדיט אויב האט איר א רעסיט אדער אנדערע באווייז אז איר האט געצאלט, אזוי אויך פאר אלע אנדערע קאלעדזש עקספענסעס דארפט איר לעגאל האבן רעסיטס אז איר האט געצאלט.

אין די קומענדיגע תגובה וועלן מיר בעזר השם רעדן פון קינדער קרעדיטס.
אויב האט איר סיי וועלכע פראגע, אדער אויב איר ווילט איך זאל עפעס אויסשמועסן לאזט מיר וויסן.

צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, מעקסימום ריטורען פאר א גאר ביליגע פרייז, שיקט א אימעיל צו [email protected]
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

א גרויסען שכח!!
זייער אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איצטערט אזא פראגע. די נידעריגע פארדינער וואס קריגען ארום 15 אלפים רעטוירן, פון ווי קומט דאס געלט? זיי האבען ניטאמאל איינגעצאלט האלב פון דעם, אריינגערעכנט אלע שטייערן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

צו געזונט האט געשריבן:איצטערט אזא פראגע. די נידעריגע פארדינער וואס קריגען ארום 15 אלפים רעטוירן, פון ווי קומט דאס געלט? זיי האבען ניטאמאל איינגעצאלט האלב פון דעם, אריינגערעכנט אלע שטייערן



אי"ה אין די קומענדיגע פאר תגובות וועל איך דאס ברייט מסביר זיין
'סטעי טאאנד'
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

צו געזונט האט געשריבן:איצטערט אזא פראגע. די נידעריגע פארדינער וואס קריגען ארום 15 אלפים רעטוירן, REFUND פון ווי קומט דאס געלט? זיי האבען ניטאמאל איינגעצאלט האלב פון דעם, אריינגערעכנט אלע שטייערן


א טעות וואס איז שגור ביים עולם

דאס געלט וואס מען באקומט צוריק פון די ממשלה יר"ה איז א REFUND
א RETURN איז דער פארמולאר וואס מען שיקט אריין פאר די באהערדע
ווי מען גיט זיי די פרטים מי ומי, די הכנסות, די שטייערען וואס מען האט באצאלט וכ' וכ'

TAX RETURN

a form on which a taxpayer makes an annual statement of income and personal circumstances, used by the tax authorities to assess liability for tax.
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

א גרויסען שכ״ח הרב Max Refund איך וויל וויסן וואס טי איך אויף אויב גיי פיילן מיינע טעקסעס ביי דיר וו״ס ביי טורבא טעקס ?
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #6 פארוואס נישט טורבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:א גרויסען שכ״ח הרב Max Refund איך וויל וויסן וואס טי איך אויף אויב גיי פיילן מיינע טעקסעס ביי דיר וו״ס ביי טורבא טעקס ?


זייער גוט געפרעגט, אויבן אויף זענט איר גערעכט.

אבער נעמט און באטראכט די פאלגענדע פרטים.

1. ביי מיר זענט איר פארזיכערט איר פארזעהט נישט קיין קרעדיטס
(עס קומען צו מיר כסדר מענטשן וואס האבן פאריאר געפיילט אויף טורבא און האבן פארזעהן פארשידענע קרעדיטס)

2. טיים איז מאני

3. פאר מענטשן מיט 1099 אדער פארשידענע אנדערע פארמס אדער קרעדיטס ווי אויך פאר פארגאנגענע יארן, קענט איר זיך טרעפן נאכן ספענדן א שעה אויף טורבא אריינצולייגן די אינפא אז זיי טשארדזשען יא א שיינע מטבע, והדברים ידועים.

4. פאר סיי וועלכע פראגע במשך'ן יאר האט איר וועם צו פרעגן\דורכרעדן אומזינסט.

5. מיר הענדלען אייער פראבלעימען אין קעיס פון א אודיט.

6. אין אלעס פאר א נישטיגע 50 60 דאלער.

פרעג איך אייך, לוינט נישט דעם געשעפט? :smile: :smile: :wink:
לעצט פארראכטן דורך Max Refund אום דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 7:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

Max Refund האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:א גרויסען שכ״ח הרב Max Refund איך וויל וויסן וואס טי איך אויף אויב גיי פיילן מיינע טעקסעס ביי דיר וו״ס ביי טורבא טעקס ?


זייער גוט געפרעגט, אויבן אויף זענט איר גערעכט. אבער נעמט און באטראכט די פאלגענדע פרטים.

1. ביי מיר זענט איר פארזיכערט איר פארזעהט נישט קיין קרעדיטס
(עס קומען צו מיר כסדר מענטשן וואס האבן פאריאר געפיילט אויף טורבא און האבן פארזעהן פארשידענע קרעדיטס)


3. טיים איז מאני

4. פאר מענטשן מיט 1099 אדער פארשידענע אנדערע פארמס אדער קרעדיטס ווי אויך פאר פארגאנגענע יארן, קענט איר זיך טרעפן נאכן ספענדן א שעה אויף טורבא אריינצולייגן די אינפא אז זיי טשארדזשען יא א שיינע מטבע, והדברים ידועים.

5. פאר סיי וועלכע פראגע במשך'ן יאר האט איר וועם צו פרעגן\דורכרעדן אומזינסט.

6. מיר הענדלען אייער פראבלעימען אין קעיס פון א אודיט.

7. אין אלעס פאר א נישטיגע 50 60 דאלער.

פרעג איך אייך, לוינט נישט דעם געשעפט? :smile: :smile: :wink:


איינער ווי מיר וואס איך ארבעט אויף א פלעינע W2 נישט קיין שום אנדערע אינקאם קען עס אויך אויסמאכן וויפיל איך באקום ציריק ?
לעצט פארראכטן דורך ברוינע באנאנע אום פרייטאג פעברואר 01, 2019 8:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”