א גולם האט געשריבן:בלייב געזונט האט געשריבן:פונקט אריינגעבאמפט נעכטן, ראטזאם צו טראכטן ווען מען זעהט און נישט כאפן בלינדערהייט
קויפן אקסטער איז 1 סענט ביליגער!!!!
13485.jpeg
איינער זעהט אמאל אויף א פעדלער'ס וואגן:
[align=center]1 פאר 25 סענט
2 פאר 40
8 פאר 1.75[/align]
ער גייט צו און קויפט צוויי און גלייך דערנאך נאך צוויי
נאכדעם פרעגט ער דעם פארקויפער צי ער האט גענוג אז ער קען אים פארקויפן נאך. זאגט יענער זיכער. קויפט ער נאך צוויי און דערנאך נאך צוויי
נאכדעם וואס ער האט עס שוין אין האנט רופט ער זיך אן צום פארקויפער דו ווייסט דו קענסט נישט רעכענען. ווען מ'קויפט 4 מאל 2 פאר 40 סענט קומט עס אויס ביליגער ווי ווען מ'קויפט אכט אויפאמאל, ווילסט געדארפט רעכענען מער פאר 2
איך קען נישט רעכענען? דו קענסט נישט קיין ביזנעס!!! זאגט דער פעדלער. זאג מיר אמת'דיג. ווען נישט די נארישע פרייז וואלסטו בכלל אפילו געקויפט איינס?