קאוטש האט געשריבן:איינער ווייסט עפעס איבער לונגער?
ווייסט ער יא וואס ער רעדט ?
איך בין געווען דארט
נישט ווערט די געלט
געצאלט 600 דאלער און 8 שעה
און גארנישט געהאט פון דעם
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
עצה געזוכט האט געשריבן:איך זע אז די קעפל פון די אשכול איז געבעיסט אויף ריעל עסטעיט, אויב ווייסט איינער וואו דען מיין תגובה באלאנגט, אדרבה ביטע לאזן וויסן, ייש"כ.
איך טראכט פון זיך לערנען צו זיין א CPA, איז אזוי, איך ווייס וואס דאס איז, אבער איך האב מורא אז איך ווייס נישט גענוג אויב קען איינער מסביר זיין מער פונקטליך דיטעילס וואס דאס איז וועט עס זיין א מורא'דיגע העלפ.
נאכדעם האב איך נאך אפאר שאלות:
2 - וואס איז די פראסעס צו ווערן א CPA?
3 - וויפיל געלט קען איך ארויסקומען א יאר דערפון אין די היימישע מארקעט? (איך רעד פון זיין א פראפעשנעל ארבעטער נישט וועגן האבן א פירמע דערפון.)
4 - וויפיל געלט קאסט עס מיך צו אנקומען דערצו?
תזכו למצוות!
לאלתר לחיים האט געשריבן:
איך וועל נישט זאגן אז מר. גאטליב ווייסט נישט וואס עז זאגט, אבער צו זאגן אז ער ברענגט אריין יוגעלייט אין ריעל עסטעיס ? אבסעלוטלי ניין.
אבער דאס איז זיכער אז קיין איין אינגערמאן וואס איז דורך דעם קלאס וויסט נישט למעשה וואס צו טוהן אויף למעשה,
יא ער וויסט אסאך שיינע מעשיות וויאזוי קאמפעני'ס האבן זיך אויסגעשפיעלט איינער דעם צווייטן דורך באהאלטן אינעם ליעס פארשידענע פרטים דער צווייטער זאל נישט כאפן,
ער האט באקומען א ליסטע פון 500 ריעל עסטעיט ווערטער איבער געטייטשט אין אידיש דורך גוגל טרענסלעיט (דהיינו נישט אונזער אידיש) וואס 496 פון דעם וויסט נישט קיין איין דעוועלאפער וואס דאס מיינט און דארף נישט וויסן זיין פשט,ועוד ועוד...
דער האט צאמגערעדט אלעלכע שטותים וואס קיין איין איד וואס איז אין דעם פעלד ווייסט נישט פון דעם, ווי למשל פארן אינוועסטיערן אין א געגנט זאל מען גיין צום שטאטישע בארד און זעהן ווי אזוי זיי עפראוון פלענס צו זעהן אויב די געגנט איז אין א אויפבלי אדער אן אינטערגאנג, .
האט איינער געזעהן אז ר' אליעזר קעסטנבוים אדער ר' משה ביסטריצער זאלן געבן קלאסן ? דער עכטער ריעל עסטעיט איוועסטער האט וויכטיגער וואס צו טוהן.
נישט יעדער וואס טועט אין עפעס א פאך קען געבן קלאסן איבעם דעם, אז איינער ארבעט אין א טשאקלעד סטאר מיינט נאך נישט ער קען געבן א קלאס וויאזוי צו פראדאסן טשאקלעד.
, אנדערשט ווי געוויסע קלאסן ווי למשל amazoop וכדו' וואס זענען דא אפצונארן דעם עולם מיט שקרים וכזבים, ער וויל טאקע'ן העלפן אבער אז מ'קען נישט קען מען נישט.
לאלתר לחיים האט געשריבן:כאטש וואס מיין צייט איז מיר טייער יעצט וועל איך עס ארויס ברענגער דא אויפל שפיץ גאפל כדי צו מ'זאל נישט זיין קיין צועקים על העבר.
איך בין מקדים איך וויל פשוט שוינען טייערע יונגעלייט וואס האבן זיך אפגעשפארט אפאר טאלער ס'זאל נישט גיין לטמיון.
איך וועל נישט זאגן אז מר. גאטליב ווייסט נישט וואס עז זאגט, אבער צו זאגן אז ער ברענגט אריין יוגעלייט אין ריעל עסטעיס ? אבסעלוטלי ניין. מחמת כבודו וועל איך נישט שרייבן פינקטלעך אלעס וואס איך האב צו שרייבן,
אבער דאס איז זיכער אז קיין איין אינגערמאן וואס איז דורך דעם קלאס וויסט נישט למעשה וואס צו טוהן אויף למעשה, יא ער וויסט אסאך שיינע מעשיות וויאזוי קאמפעני'ס האבן זיך אויסגעשפיעלט איינער דעם צווייטן דורך באהאלטן אינעם ליעס פארשידענע פרטים דער צווייטער זאל נישט כאפן, ער האט באקומען א ליסטע פון 500 ריעל עסטעיט ווערטער איבער געטייטשט אין אידיש דורך גוגל טרענסלעיט (דהיינו נישט אונזער אידיש) וואס 496 פון דעם וויסט נישט קיין איין דעוועלאפער וואס דאס מיינט און דארף נישט וויסן זיין פשט,ועוד ועוד...
דער האט צאמגערעדט אלעלכע שטותים וואס קיין איין איד וואס איז אין דעם פעלד ווייסט נישט פון דעם, ווי למשל פארן אינוועסטיערן אין א געגנט זאל מען גיין צום שטאטישע בארד און זעהן ווי אזוי זיי עפראוון פלענס צו זעהן אויב די געגנט איז אין א אויפבלי אדער אן אינטערגאנג, מ'האט כסדר געזעהן ווי א נושא וואס איז אים באקוועם האט ער ארום געשמיעסט און געמאלן וואסער אפאר וואכן ביז ווילאנג ס'איז ארויס פון נאז, צוויי זאכן וואס ער האט שטארק ארויס געברענג אז אטלאנטיק סיטי איז אויפן וועג אראפ און נוארק איז אוין וועג ארויף, יישר כח גדול פאר דעם דארף מען אויסזויגן פון יודישע קינדער גאנצע 1500 $
זיין איינציגסטע נאלידש איז אין נאר נוארק און נאר אין מענעדשמענט.
במשך די וואכן האבן יונגעלייט אים כסדר געפרעגט פארשידענע עצות צו קויפו געוויסע זאכן ער איז ממש געבליבן כאבן דומם נישט האבנדיג די מינדערסטע ידיעה אין די זאכן.
אויב כאפסטו א שמיעס מיט א יוד אין ריעל עסטעיט אדער וואס איז געשטאנען נעבן ריעל עסטעיט אפילו בלויז אן האלבע שעה האסטו אסאך מער קונה געווען ווי דא מיטן פארלירן די 1500$,
די עולם האט געשמיעסט אז אפשר 50 $ וואלט יא ווערד געווען די קלאס , איך פערזענליך האלט אז 20 $
די פאקט איז אז ביי די ערשטע צוויי דריי שיעורים האט נאך געהערשט א שטיקל נייגער מ'האט נאך געמיינט אז ס'קומט ווער ווייסט וואס קיינער האט נישט געפעלט נישט וועלנדיג שאדן האבן וויכטיגע אינפארמעישן אבער נאכדעם איז שוין געווארן ליידיגער און ליידיגער וויסנדיג אז פארפאסט בלויז שיינע אינטרעסאנטע ריעל עסטעיט מעשיות.
האט איינער געזעהן אז ר' אליעזר קעסטנבוים אדער ר' משה ביסטריצער זאלן געבן קלאסן ? דער עכטער ריעל עסטעיט איוועסטער האט וויכטיגער וואס צו טוהן.
די אדווערטייזמענט אויף קול מבשר אז יונגעלייט אינוועסטירן שוין איז שקר וכזב שקר ושקר, יא יא יונגעלייט אינוועסטירן אבער נישט די יונגעלייט אנדערע יונגעלייט וואס זענען נישט געווען ביים קלאס.
נישט יעדער וואס טועט אין עפעס א פאך קען געבן קלאסן איבעם דעם, אז איינער ארבעט אין א טשאקלעד סטאר מיינט נאך נישט ער קען געבן א קלאס וויאזוי צו פראדאסן טשאקלעד.
מר. גאטליב מצידו פארשטיי איך ער קען באשטיין צו מאכן אפאר טאלער(אזא קלאס ברענגט אים אריין קרוב צו מאה אלף) און ס'דאכט זיך אים אז ער קען אויסלערנען דעם פאך נישט וויסנדיג ווי גרויס און קאמפלעצירט דאס איז, ער איז אזוי תמימות'דיג אז ביים ענדע פון די קלאסן האט ער געזאגט אז יעצט גייט פארקומען א קלאס אין ב''פ און ווער ס'ווייסט איינער וואס איז אינטרעסירט זאל אים מעלדן, דער עולם האט זיך אזוי צושמייכלט אז ער כאפט ניטאמאל וואס דא גייט פאר אז די סטודענטס זענען די לעצטע וואס וועלן איינעם אהין שיקן כדי אפצושוינען זיין געלט.
איך בין מעיד עלי שמים וארץ אז יעדעס וארט דא איז אמת ויציב, איך שרייב עס בלויז אפצישוינען יונגעלייט. איך בארעד נישט גאטליב ,איך בארעד אבער שטארק די קלאס, ער מיינט עס נעבעך ערנסט, אנדערשט ווי געוויסע קלאסן ווי למשל amazoop וכדו' וואס זענען דא אפצונארן דעם עולם מיט שקרים וכזבים, ער וויל טאקע'ן העלפן אבער אז מ'קען נישט קען מען נישט.
און בכלל די פרייז פון 1500 $ איז זייער טייער בשעת וואס די ענגלישע קאסט קארגע 450 $
איך בעט די מנהלים לתועלת הרבים זאלן ביטע נישט אפמעקן די דרשה דא יעדער זאל וויסן וואס ער האט צו טוהן.
אינוועסטער האט געשריבן:בלייבט איבער צו וואונטשען...
איך בין געווען ביי די קלאס, און אפילו שוין זייענדיג אין דעם פעלד האב איך געלערנט גאר אסאך נייע זאכן.
עס איז אמת א געוויסע מהלכים פון וואס ער רעדט זענען נישט נוגע אין אלע געגענטער, אבער צו זאגן אז "קיין איין אינגערמאן וואס איז דורך דעם קלאס וויסט נישט למעשה וואס צו טוהן אויף למעשה" איז נאנסענס, איך ווייס פון יונגעלייט וואס נוצן עקטשעלי יא די אינפארמאציע אויף למעשה.
די שרייבסט "במשך די וואכן האבן יונגעלייט אים כסדר געפרעגט פארשידענע עצות צו קויפו געוויסע זאכן ער איז ממש געבליבן כאבן דומם נישט האבנדיג די מינדערסטע ידיעה אין די זאכן" וואס זאל איך דיר זאגן? איך בין עקספיריענס אין ריעל איסטעיט און ער האט מיך און נאך א שיינע פאר יונגעלייט דארט ארויס געהאלפן מיט זאכליכע טאט און ראט.
די שרייבסט "די פאקט איז אז ביי די הערשע צוויי דריי שיעורים האט נאך געהערשט א שטיקל נייגער מ'האט נאך געמיינט אז ס'קומט ווער ווייסט וואס קיינער האט נישט געפעלט נישט וועלנדיג שאדן האבן וויכטיגע אינפארמעישן אבער נאכדעם איז שוין געווארן ליידיגער און ליידיגער וויסנדיג אז פארפאסט בלויז שיינע אינטרעסאנטע ריעל עסטעיט מעשיות" דזשאסט נישט אמת, אבי ארויף געווארפן א נאסע ליילעך.
יעדער מעג האבן אן אנדערע מיינונג, אבער נעקסטיים פאר די שרייבסט "און בכלל די פרייז פון 1500 $ איז זייער טייער בשעת וואס די ענגלישע קאסט קארגע 450 $" וואלט איך דיך רעקאמאנדירט זאלסט דיך אביסל נאכפרעגן, ווייל ענדליכע שיעורים אויף ענגליש קאסט נישט קיין $1500 נאר $5000 אדער מער.
בנוגע די 500 ריעל איסטעיט ווערטער וואס זענען איבערגעטיישט געווארן, קאם אן, נישט יעדע טערמין וואס מען ניצט אין ריעל איסטעיט האט א פונקטליכע אפטייטש אויף יודיש, אבער צו זאגן אז עס איז דזשאסט גוגל טרענסילעיט? איך ווייס נישט וויפיל די ביסט באהאווענט אין ריעל איסטעיט אבער פאר איינעם וואס הייבט יעצט אהן איז עס א אומשאצבאר ווערטפולע הענדבוק וואס איז FYI גאר שטארק באנוצט.
בעלבאטיש האט געשריבן:
אין אויך עני עדווייס פון גוטע ארכיטעקטס און פערמיט פיילינג
איך זיך בעיקר איינער וואס קען זיך אפגעבען און געבן אלע אפשענס וויזוי עס לוינט זיך צו בויען , צו גרעסער און קאסט אסאך מער אבער ברענגט מער רווחים אין לאנג ראן
איך זיך עס פאר א קאממערשעל נייע קאנסטראקשען
לאלתר לחיים האט געשריבן:בעלבאטיש האט געשריבן:
אין אויך עני עדווייס פון גוטע ארכיטעקטס און פערמיט פיילינג
איך זיך בעיקר איינער וואס קען זיך אפגעבען און געבן אלע אפשענס וויזוי עס לוינט זיך צו בויען , צו גרעסער און קאסט אסאך מער אבער ברענגט מער רווחים אין לאנג ראן
איך זיך עס פאר א קאממערשעל נייע קאנסטראקשען
דער גרעסטער מומחה אין שטאט איז איינער ר' ראובן קאליש און איז בקי אין די זאכן באלד בעסער ווי די שטאטישע באאמטע, ער איז נישט ביליג אבער ס'לוינט אים צו ניצן, ער וועט דיר אין מינוטן זאגן וואס די קענסט און וואס נישט, און נאך זיין עדווייז קענסטו גיין צו א צווייטן צו מאכן די ארכיטעקשל. וויסן זאלסטו אבער אז ביז האבן גרייטע פלענס וועסטו אביסל שוויצן און גאנץ זיכער הייזעריג ווערן פון זיך רעגן אויפן ארכיטעקט זיי שלעפן ארום זייער לאנג, און פשוט ווייל ס'איז דא זייער אסאך דזאבס און א מאנגל אין ארכיטעקס
לאלתר לחיים האט געשריבן:בעלבאטיש האט געשריבן:פאר וואסערע זאכן למשל האט איר אים געניצט?
און וואס טוט זיך מיט א קאנסטראקשען לאון ווייסט איינער?
כ'קען נישט שרייבן משום חשש גילוי.
קאנסטראקשען לאון איז יעצט דא נאר פון פרייוועט לענדערס