ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

להבין ולהשכיל האט געשריבן:
קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
להבין ולהשכיל האט געשריבן:
גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
קען מען צולייגן
ריפעירס ענד מעינטענענס
מענעדזמענט
וועיקענסיס
קעפ רעיט מן הסתם 4%-5% אנשטאט 7%
וואס איז די שאלה בכלל? ער שרייבט דאך קלאר: סאליד בריקס...!
אפשר גיט געאייגנט פאר איינער אין די בריק ריסייקלינג ביזנעס.
:lol:
דעי דעיל איז יעצט נישט קיין 7 קעפ.
נישט רעאליסטיש מיט וואסער.
אבער די רענט האט א אפסייד, יענע געגענט קאלעקט איך פאר א 2 בעדרום 1600.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

חיים יצחק האט געשריבן:
Avrumy האט געשריבן:
סארקאסטיש האט געשריבן:
גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
Bad deal
why?????????
איך האלט נישט פון אונטערהאקן פערזענליך א בראוקער׳ס סטאטוס . נאט נייס.
...You are right... But he asked for opinion so that's what I did

The reason why it's not good is very simple, the NOI Will most likely be about 27k and with a 25 percent down required for a commercial loan you will have a loan of 356k and monthly payments of about 2135 totaling 25620 annual

So your cash on cash is close to zero

That's beside the point that Newark is trading for much higher caps and that you can't take out your money any time soon

...So I hope the broker finds someone but I wish it's not one of us
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

חיים יצחק האט געשריבן:
Avrumy האט געשריבן:
סארקאסטיש האט געשריבן:
גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
Bad deal
why?????????
איך האלט נישט פון אונטערהאקן פערזענליך א בראוקער׳ס סטאטוס . נאט נייס.
איך זעה נישט די פראבלעם. אז ער איז עובר אויף יעצנו רע... פארוואס זאל מען עס נישט אויסשמועסן אז מענטשן זאלן כאפן? און ער האט נישט געשריבן קיין נאמען.
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

א גוטע צייט צו דערמאנען די 50% רול. דאס זאגט אז בדרך כלל וועט די אפערעיטינג עקספענסעס זיין בערך 50% פון די גראסס אינקאם. דאס מיינט אז די NOI גייט אויך זיין בערך 50%.

אין די פאל דא איז עס 25k.

די עקספענסעס גייען טאקע נישט אייביג זיין פונקטליך 50%, ס'קען אמאל זיין ווייניגער (ענדערשט ביי גרעסערע דיעלס ווי סידא עקאנעמיס אוו סקעיל), אדער א טראפ מער.

ס'וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט צו הערן פון עקספיריענס וואס דער עולם זעהט (בעסער צו קוקן איבער א לענגערע זמן). ביי מיר איז עס היפש אקוראט.

אויב איינער ווייזט א דיעל וואס האט ווייניגער ווי פופציג פראצענט אפערעיטינג עקספענסעס, ברויך מען זיין זייער פארזיכטיג צו זעהן וואס ס'מעגליך נישט אריינגערעכנט.

סלוינצעך צו זיין וואס מער קאנסערוועטיוו ביים אויסרעכענען. ס'וועט נעמען אביסל לענגער ביז מ'טרעפט דאס ריכטיגע, אבער עס וועט האבן סאך א בעסערע שאנס צו ברענגען נחת און די לאנג ראן.
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

הארמאניע האט געשריבן:
א גוטע צייט צו דערמאנען די 50% רול. דאס זאגט אז בדרך כלל וועט די אפערעיטינג עקספענסעס זיין בערך 50% פון די גראסס אינקאם. דאס מיינט אז די NOI גייט אויך זיין בערך 50%.

אין די פאל דא איז עס 25k.

די עקספענסעס גייען טאקע נישט אייביג זיין פונקטליך 50%, ס'קען אמאל זיין ווייניגער (ענדערשט ביי גרעסערע דיעלס ווי סידא עקאנעמיס אוו סקעיל), אדער א טראפ מער.

ס'וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט צו הערן פון עקספיריענס וואס דער עולם זעהט (בעסער צו קוקן איבער א לענגערע זמן). ביי מיר איז עס היפש אקוראט.

אויב איינער ווייזט א דיעל וואס האט ווייניגער ווי פופציג פראצענט אפערעיטינג עקספענסעס, ברויך מען זיין זייער פארזיכטיג צו זעהן וואס ס'מעגליך נישט אריינגערעכנט.

סלוינצעך צו זיין וואס מער קאנסערוועטיוו ביים אויסרעכענען. ס'וועט נעמען אביסל לענגער ביז מ'טרעפט דאס ריכטיגע, אבער עס וועט האבן סאך א בעסערע שאנס צו ברענגען נחת און די לאנג ראן.
In Brooklyn it's usually far less then that
זעלבע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:08 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבע »

כלל וכלל האט געשריבן:
זעלבע האט געשריבן:
ווי אין פענסילוועניע איז גוט צו אינוועסטן?
קאמערשעל? רעזידענשעל?

וויפיל קעש האט איר?

קימט אריין קלארער, וועט מען אייך קענען ענטפערן קלארער
Residential. About 100k
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

איך האב עפעס פאר דיר קום אין אישי
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

א גוטע זאך אין ניו דזשוירזי. קום אין אישי
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

סארקאסטיש האט געשריבן:
חיים יצחק האט געשריבן:
Avrumy האט געשריבן:
סארקאסטיש האט געשריבן:
גוטן חודש האט געשריבן:
זע איך דאס אויף א סטאטוס פון א היימישע בראוקער אין נוארק ניו זשערסי,
מיט א שמחה פון א מעכטיגע דיעל,
קען מיר איינער מסביר זיין ברחל הבתך הקטנה וואס איז די גדולה פון אזא דיעל
Bad deal
why?????????
איך האלט נישט פון אונטערהאקן פערזענליך א בראוקער׳ס סטאטוס . נאט נייס.
...You are right... But he asked for opinion so that's what I did

The reason why it's not good is very simple, the NOI Will most likely be about 27k and with a 25 percent down required for a commercial loan you will have a loan of 356k and monthly payments of about 2135 totaling 25620 annual

So your cash on cash is close to zero

That's beside the point that Newark is trading for much higher caps and that you can't take out your money any time soon

...So I hope the broker finds someone but I wish it's not one of us
איך האב נישט דארכגעטיען די נאמבערס, נאר בעיסט אויף דיין אפשאצונג:
קיין לאון פין 75% קען מען דא נישט באקימען, איך האלט נאך פארן זיין קאנסערוויטעוו, פשוט רעאליסטיש.

NIO 27K
Rate 6.5%
DSCR 1.3
AMR 25 yr
Max proceeds = 256K (LTV 53%)

ער גייט דארפן נעמען א ברידש לאון, אין ערשט נאכן ארויפריקן די רענטס גיין פאר א נערמאלן מארטגעדש.
א טייערע פראסעספאר זיך.
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
סארקאסטיש האט געשריבן:
חיים יצחק האט געשריבן:
Avrumy האט געשריבן:
סארקאסטיש האט געשריבן:
Bad deal
why?????????
איך האלט נישט פון אונטערהאקן פערזענליך א בראוקער׳ס סטאטוס . נאט נייס.
...You are right... But he asked for opinion so that's what I did

The reason why it's not good is very simple, the NOI Will most likely be about 27k and with a 25 percent down required for a commercial loan you will have a loan of 356k and monthly payments of about 2135 totaling 25620 annual

So your cash on cash is close to zero

That's beside the point that Newark is trading for much higher caps and that you can't take out your money any time soon

...So I hope the broker finds someone but I wish it's not one of us
איך האב נישט דארכגעטיען די נאמבערס, נאר בעיסט אויף דיין אפשאצונג:
קיין לאון פין 75% קען מען דא נישט באקימען, איך האלט נאך פארן זיין קאנסערוויטעוו, פשוט רעאליסטיש.

NIO 27K
Rate 6.5%
DSCR 1.3
AMR 25 yr
Max proceeds = 256K (LTV 53%)

ער גייט דארפן נעמען א ברידש לאון, אין ערשט נאכן ארויפריקן די רענטס גיין פאר א נערמאלן מארטגעדש.
א טייערע פראסעס זיך.
לעב ריליסטיש
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:12 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב ריליסטיש »

הקולמוס שלי האט געשריבן:
א גוטע זאך אין ניו דזשוירזי. קום אין אישי
.
אוועטאר
Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

לעב ריליסטיש האט געשריבן:
הקולמוס שלי האט געשריבן:
א גוטע זאך אין ניו דזשוירזי. קום אין אישי
.
האסט אדער זיכסט?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

Unidentified האט געשריבן:
לעב ריליסטיש האט געשריבן:
הקולמוס שלי האט געשריבן:
א גוטע זאך אין ניו דזשוירזי. קום אין אישי
.
האסט אדער זיכסט?
שוין לאנג נישט אוועליבעל, סארי.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
ודברת בם
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:00 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ודברת בם »

איינער האט דא עקספיריענס מיט די בארא אוו איסט ראטערפארד East Rutherford NJ?
.
ושננתם לבניך ודברת בם בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך
שטומקלאץ
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2022 12:27 am

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומקלאץ »

ווען מען קויפט ריעל עסטעיט פאר אינוועסטמענט אין די טריי סטעיט עריע, צו זאל עס זיין פאר פיקס ענד פליפ צו זאל עס זיין צו האלטן און קאלעקטען רענט, וועט מען רוב מאל נאכדערצו אויב האט מען עס געקויפט פאר ביליג דארפן טוהן עפעס פארעכטונגען, אסאך מאל וועט עס נאר זיין אן איבערפעינטען, אויב וויל מען מאכן פון א גרויסע 2 בעדרום צו א קלענערע 3 בעדרום דארף מען שוין ארום טוישן די לעיאוט מאכן נייע ווענט, אסאך מאל איז די פלאמבינג און עלעקטריק חרוב און מען דארף עס איבערמאכן, די וואנע איז שוין ברוין אין מען מאכט אפ אז עס לוינט זיך צו טוישן, די טירן איז שוין צושטויסן און צובויגן, די פלאר פון די בעדרומס איז שוין אויפגעהויבן, איז אסאך מאל וועט מען פרובירן עס צו טוהן אליינס, מען וועט רופן אן עלעקטרישען, א פלאמבער, א פלאר גיי, א הענדימען, איז גיי טרעף א פארלעסליכער אין די געגענט וואס מען קען טראסטען, נישט אז ער וועט ארבעטן שטייט און בעטן לויט די טאג אזוי אז ער האט נישט קיין שום סיבה צו ארבעטן שנעל, איז די בעסטע ווען מען רופט איינעם מען זאגט וואס מען וויל און נעקסטע מאל מען זעהט די הויז איז עס שוין רייף און גרייט אריינצולייגן טענענטס, פארדעם האב איך געניצט איינער וואס צייכענט זיך אויס אין דעם, ער האט crews מיט וואס ער קומט אראפ און מען טוהט וואס מען דארף צו טוהן, זיין נומבער איז 8452745439
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

מים חיים האט געשריבן:
צק
בלו וויין באנק איז אונטער אידישע אייגנטומערשאפט און זיי האבן נישט קיין היתר עיסקא
סאיז דא א סייט וואס האט אינפארמציע וועלכע בענק האבן די פראבלעם https://www.kfikosher.org/
כדאי לפרסם ווייל זיי זענען זייער א גוטע באנק פאר קליינע ביזנעסער, און איך גלייב אז נאך אסאך אידן נוצן זיי
איך האב דארט געהאלטן געלט ביז היינט, און איך ווייס נישט וואס צו טון מיט די ריבית וואס איך האב שוין באקומען, אריין אין שאלות און הלכה אדער זואוו אשכול
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
פונקט פארקערט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:41 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקט פארקערט »

אדם א מענטש האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
צק
בלו וויין באנק איז אונטער אידישע אייגנטומערשאפט און זיי האבן נישט קיין היתר עיסקא
סאיז דא א סייט וואס האט אינפארמציע וועלכע בענק האבן די פראבלעם https://www.kfikosher.org/
כדאי לפרסם ווייל זיי זענען זייער א גוטע באנק פאר קליינע ביזנעסער, און איך גלייב אז נאך אסאך אידן נוצן זיי
איך האב דארט געהאלטן געלט ביז היינט, און איך ווייס נישט וואס צו טון מיט די ריבית וואס איך האב שוין באקומען, אריין אין שאלות און הלכה אדער זואוו אשכול
Wow כ'האב גארנישט געוויסט נאך א מזל כ'האב זיי אויפגעהערט ניצן.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

עולא האט געשריבן:
קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
ריעל עסטעיט טיפס פאר אייוועלט נאמבער 3:
.

פידבעק ענד קאמענטס וועלקאמד.
שכח!
שכח!
שכח!
מיר קוקען ארויס אויפ'ן המשך... קיפ איט אן...
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
עולא האט געשריבן:
קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן:
ריעל עסטעיט טיפס פאר אייוועלט נאמבער 3:
.

פידבעק ענד קאמענטס וועלקאמד.
שכח!
שכח!
שכח!
מיר קוקען ארויס אויפ'ן המשך... קיפ איט אן...
מען איז ב"ה אביסל פארנימען, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער. מען וועט זיך משתדל זיין צי מאכן צייט. ואתכם הסליחה.

יישר כח
לעב ריליסטיש
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:12 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב ריליסטיש »

למעשה 99% דיעלס מאכן די סעלער אין בראקער זיכער צו מאכן די מעקס
ווי טרעפט מען די 1% גיטע דיעלס?
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

האט איינער א גוטע עקספריענס מיט א לאויער צו מאכן א HOA און NJ?
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
אוועטאר
דרייקאפ
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 4:26 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייקאפ »

איינער ווייסט פון א גוטע מענעדזמענט אין יוניאן קאונטי?
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: ריעל עסטעיט אינוועסטמענט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

בעזהשי"ת
ריעל עסטעיט טיפס פאר אייוועלט נאמבער 4:

שלום עליכם אהובים וידידים.
בבקשות מחילה אויף די לענגערע ברעיק, גייט מען צוטרעיטן צי א פרישן אנעליז. און דאס מאל צים חובת השעה, דברים העומדים על הפרק. די מערסט געפרעגטע שאלות אין די היינטיגע מארקעט.

פארוואס זענען די רעיטס אזוי הויעך?
ווען גייען שוין די רעיטס ציריק אראפקומען?
וואס פאר א אימפעקט האבן די רעיטס אויף די מארקעט?
וואס גייט זיין מיט די מארקעט דאון די רויד?
קומט נאך א ריעל עסטעיט מארקעט קראך?

פארשטייט זיך אז ווען ווייס איך ווען וואס גייט זיין אין פינף מינוט, דארף איך ס"ה א ראבינהוד אקאונט און איך פארדין מעלוינעס.. קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין, אבער צי א עפיניען איז יעדער אינטייטעלד, אזוילאנג ווי די געדענקסט אז די ריעל לייף מארקעט האט גאנץ טיעף פארפאקט דיין הייליג אויסגעבויטע שיטה, און פלאנט זיך בכלל נישט צי רעכענען דערמיט. אבער אנעליזירן און שפעקיולירן קען מען.

אינטרעסט רעיטס - גייען די רעיטס צירוק אראפקימען?

דאס איז די שאלה וואס יעדער וואס קיקט נאר אויף עני טרענזעקשן וויל וויסן. דער מארטגעדש בראוקער וואס וויל זיך פארקויפן אלטס א טיפע פארשטייער וועט אייך זאגן; "עס קען נאך ארויפגיין פאר עס וועט צירוק אראפקימען.." אין אנדערע ווערטער, פרעג מיר אפ..

לאמיר אבער כאפן א ברייטערע בליק ארים די רעיטס. זענען די היינטיגע רעיטס בכלל הויעך?

מיר זענען ביזי קאמפערען די רעיטס היינט צי די רעיטס א קארגע יאר צירוק, ווי די אינטרעסט רעיט האט זיך ממש געדאפלט, א הימל געשריי, ווי לאנג קען דאס ציען, עס וועט זיכער פאלן..
אבער לאמיר אייך פארציילן א סוד, רעיטס זענען היינט בכלל נישט הויעך, איר זענט פשוט געזינט געספוילט.

אביסל היסטאריע;
מיר וועלן ניצן די עווערידש פין די 30 יאר פיקסט מארטגעדש רעיטס, היות דאס איז די אינדעקס וואס מערסטענס המון עם רילעיטן.

אין די לעצטע 50 יאר איז די עווערידש 30 יאר פיקסט רעיט געוועהן 7.76%
די העכסטע איז געוועהן אין די פריע 80'ער ווען רעיטס זענען געלאפן אזוי הויעך ווי ארים 16%-18% (יא, דעמאלטס ווען דיין זיידע האט געקויפט זיין הויז אין וויליאמסבורג פאר - וואס זעהט דיך היינט אויס ווי - אפאר גראשן..). די נידריגסטע איז געוועהן, 20'-21' ווען רעיטס זענען געפאלן אזוי נידריג ווי ארים 2.5%-3%.
אבער מער רעלעוואנט איז די לעצטע 20 יאר, און לאמיר דאס דורכשפאצירן.
אין יאר 00' זענען די רעיטס געלאפן ארים 8%, אין 03' האט עס אראפ צי ארים 6%. נאך די האוזינג מארקעט קראך אין 09' האט עס געפאלן צי אינטער 5%. אין 12' האט עס געטראסקעט צי א נייע רעקערד לאוי, ווען עס האט געריטשט 3.45% ווי עס איז געבליבן זיך דרייען ביי ארים 4%, ביז 20' ווען עס איז נאכאמאל געפאלן צי א פרישע אלל טיים לאוי רעקערד ביי 2.65%.

השתא דאתי להכי, דארפט איר קערעקטן אייער שאלה און פרעגן ווי א תלמיד חכם.
אנשטאט; "וואס איז פשט אז רעיטס זענען היינט אזוי הויעך?" פרעגט;
"וואס איז פשט אז פאריאר זענען רעיטס געוועהן אזוי נידריג?"

אין אויף דעים איז דא א סימפל תשובה. אין 2020 פאר קאובעד האט זיך באקוועם געמאכט, זענען שוין געוועהן - ווי דערמאנט - היסטאריש נידריגע רעיטס. ווען קאובעד איז אנגעקימען, האט די פעדערעל ריזערוו געטוען אלעס אין דער וועלט אז דאס זאל נאכמער אראפגיין. היות  די אקאנעמי איז געוועהן ריבו ככילו פארמאכט, האבן זיי געזיכט צי ארויסהעלפן עד שידם מגעת. (וויפיעל זיי קענען יא אדער נישט טיען, איז א שמיעס פאר זיך). אין ריזאלט זענען געוועהן רעיטס אין די צווייערס, א זאך וואס מען האט קיינמאל בעפאר נישט געזעהן.

אלזוי צי אונזער פארקעסט - ווי זעהן מיר די רעיטס אין א יאר ארים?
צי זאגן אז רעיטס וועלן נאך צירוקימען אזוי נידריג ווי פאריאר, איז שטארק נישט מסתבר, און אפילו נגד דרך הטבע. עס דארף קומען נאך א וועלט אויפשאקלונג ווי נאך א קאובעד (הל"ת), אין אפילו דעמאלטס וועט עס בפשטות נישט געשעהן, נעמענדיג אין באטראכט די היינטיגע עוורעדש, ציזאמען מיט די אינפלעישן פאקטאר. (אנטשילדיגט פארן באסטן אייער באבל, אבער איר גייט נישט קענען ריפיינענסען נעקסטעס יאר פאר 3%...).
עס איז מיר דאס מערסטע מסתבר אז במשך די קימענדיגע יארן גייען די רעיטס זיך ווייטער דרייען בערך אוויא עס דרייט זיך היינט. דאס זענען היסטאריש נערמאלע נאמבערס, איך זעה נישט עפעס אויפן האריזאנט וואס זאל דאס שטעלענטשען און אראפברענגען. אדרבה, מיט די היינטיגע צידרייטע אינפלעישן נאמבערס, איז נישט מער ווי נערמאל אז אינוועסטערס זאלן פארלאנגען העכערע פראצענטען רעטערנס פארן קויפן מארטגעדש בעקט סיקיורעטיס.
אבער אזויפיל יא. למעשה אע"פ די היינטיגע רעיטס זענען נישט היסטאריש הויעך, דארף מען נאך אלטס נעמען אין באטראכט אז למעשה זענען די רעיטס ממש דאפלט ווי א יאר צירוק, אין אויך הויעך קאמפערד צי דאס לעצטע 10 יאר. די פליצלינגדיגע ספייק געט ערענסטע שאקס פארן מארקעט, וואס איז קלאר נישט געוועהן גרייט דערויף. אשר על כן גלייבן/האפן מיר אז ביפאר עס גייט זיך סטעיבעלייזן, וועט עס נאך ציריקומען צי ארים 5%. דערנאך וועט זיך עס באקוועם מאכן ערגעטס ארים 6%-7% פראצענט. (מיר וועלן בעז"ה מער מאריך זיין ארים דעים אינעם קימענדיגע שמיעס).

איז אונזער פרעדיקשען גערעכט? ימים ידברו. אבער דאס אמאל זיכער; אויב וועט זיך טאקע אויסשטעלן אז מיר האבן פינקטלעך ציגעטראפן דאון טא דע באטען, מיינט דאס בכלל נישט אז מיר פארשטייען אזוי גיט וויאזוי צי אנאליזירן, נאר אז עס איז פינקט געלאנגען די מזל (וכן להפוך...).
אבער געדענקט; איר זענט פולי אינטייטעלט טא דיסעגרי, די מארקעט גייט זיך רעכענען מיט אונזער ביידע עפיניענס ציגלייך...

בעזרת השם אין די קימענדיגע געלעגענהייט וועט מען ממשיך זיין מיט די אנדערע פונקטען. וואס פאר א אימפעקט האבן די רעיטס אויף די מארקעט? וואס גייט זיין מיט די מארקעט דאון די רויד? קומט נאך א ריעל עסטעיט מארקעט קראך?
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”