פרטים איבער'ן באנק: אינפא/אנליין/אפדעיט'ס/פראגע'ס/ענטפער'ס..

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

פרטים איבער'ן באנק: אינפא/אנליין/אפדעיט'ס/פראגע'ס/ענטפער'ס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

איך האב געקלערט, אז ס'איז נישט דא קיין דזשענעראל שנירל פאר באנק קלייניגקייטן, יעדעס מאל מ'האט עפעס אנצופרעגן אדער א גוטע פרישע טויש פון א באנק, אדער ווער רעדט נאך פארקערט ווי גוט, איז אויפצומאכן א פרישע שמועס דערוועגן נישט כדי, ווייל ס'איז נאר א קליינגקייט, וואלט געדארפט זיין א פלאץ ווי מ'זאל קענען אריינלייגן די אפדעיט אדער וואס די נושא איז.

און אנדערע ווערטער מ'זעהט א חידוש, וואס אסאך וואלטן געקענט הנאה האבן דערפון אדער זיך אכטונג געבן דערויף, אבער ס'איז נאר א מעלדונג, און מ'וויל עס אראפשרייבן ערגעץ, אנדערע זאלן זעהן, און אזוי ווייטער..

דאס האט מיך געמאכט אויפצומאכן די אויבן דערמאנטע.

ובזה החלי:

--

טשעיס האט לעצטענ'ס געטוישט די צייט פאר ביז ווען מ'קען דיפאזעטן טשעק'ס אין די דיפאזעט סקענער'ס, צו ביז 11:00 באנאכט, און עס זאל נאך גערעכנט ווערן ווי עס איז דיפאזעט געווארן יענעם ביזנעס טאג, אזוי ווי אינעם ATM מאשין.

דאס איז שוין אפאר חדשים, אבער עס איז ווערט באגריסט און געמאלדן צו ווערן.
-
באנק אף אמעריקע האט נישט קיין סעים דעי ביל פעי, אפילו צו זיך אליינ'ס.

למשל צו באצאלן א באנק אף אמעריקע לאון, נעמט א ביזנעס דעי אזוי ווי א אנדערע ביל.

אויך איז זייער קאט אף טיים פאר ביל פעי נאר ביז 5:00 מיטאג לעת עתה.
-
טשעיס האט לעצטענ'ס געמאכט א נייע זאך, (ווען זיי האבן 2 וואכן צוריק אויפגעפרישט זייער גאנצע אנליין אויסשטעל) אז מ'קען זעהן אין א סעווינג'ס אקאונט, וויפיל מאל מ'האט שוין אין דעם יעצט'יגן סטעיטמענט סייקל ארויסגענומען געלט פונעם אקאונט, וואס אויב נעמט מען ארויס מער פון 6 מאל קאסט שוין א Fee די אקאונט. (חוץ אויב מ'קומט נאך אנדערע פארלאנגען וואס קען איבערקומען די Fee).
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

טשעיס האט באנוס אפפערס ווען מען עפענט אויף א נייע אקאונט מען קען מיך קאנטאקטען אין אישי פאר די קאודס
Limited Supply Available
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

און ווידעראמאל טשעיס...
אויפ'ן ערשטן זייטל נאכ'ן אריינסיינען אין די 'מאביל סייט' קען מען זען אן איבערבליק פון אלע אקאונטס.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי ווער »

APPLE האט עפעס פאר פלעין text וואס זאל מוידיע זיין נאך יעדע טרענזעקציע?
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי ווער »

אויב איינער איז אביסעל באקאנט וואלט געווען כדאי צי געבען א שטיקעל באריכט בכלל איבער אלע בענק מיט וואס איינער שטייגט איבער דעם צווייטען
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

רב לכל,

אדרבה, איך שרייב וואס איך ווייס, וואס איך ווייס נישט קען איך באשטיין צו הערן און צו וויסן,
גיבט אהער אייער עקספיריענס.
-
אבי ווער, איבער עפל טעקסט ווייס איך נישט, אבער עפל איז פון די שוואכסטע בענק, און געוויסע נוצען דאס אויס ווען עס פעלט אויס.
אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי ווער »

דער קוטשער האט געשריבן:-
אבי ווער, איבער עפל טעקסט ווייס איך נישט, אבער עפל איז פון די שוואכסטע בענק, און געוויסע נוצען דאס אויס ווען עס פעלט אויס.

איר האט עקספיריענס מיט עפפעל? נא אדארבא פארוואס האט עס די כבוד צי ווערן בא'טיטל'ט 'פון די שוואכסטע בענק'?
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

פילייכט האט איר קיינמאל קיין קאנטע ביי עפל געהאט!
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

טשעיס' מאביל עפפ ארבעט שוין אויף נאך מאדעלן פון בלעקבערי.
עת לקרות | ועת לתגוב
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

אבי ווער האט געשריבן:
דער קוטשער האט געשריבן:-
אבי ווער, איבער עפל טעקסט ווייס איך נישט, אבער עפל איז פון די שוואכסטע בענק, און געוויסע נוצען דאס אויס ווען עס פעלט אויס.

איר האט עקספיריענס מיט עפפעל? נא אדארבא פארוואס האט עס די כבוד צי ווערן בא'טיטל'ט 'פון די שוואכסטע בענק'?


מיט זייער טעקנאלעדזשי און אנליין קענען זיי זיך פארמעסטן מיט סיגניטשער, די ליינ'ס אין טייל ברענדזטשעס זענען פון דא ביז די אנדערע ברענדזש, און ועל כולם ווילאנג עס נעמט צו קלערן טשעקס.
והדברים ידועים.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

און די קאסטומער סערוועס ביי עפל אין פאל פון א פראבלעם... (דאסי געווען די סיבה צוליב וואס כ'בין אריבער צו טשעיס א שיינע פאר יאר צוריק)
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

פארוואס זענען אלע רעפס פאקיסטאנער ?
איך ציטער זיי צו געבען מיין אינפא
יאנקעל די פופציגער
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

די פשוט'ע עצה וואס איך טוה אזא צייט, איך לייג אראפ רוהיג דעם טעלעפאן טרייבל ווי נאר איך רילייז וויזוי די רעדערנע רעדט אן זאגן א גוטן פורים, און איך רוף צוריק נאכאמאל..

אויב פאסירט עס נאכאמאל טוט מען נאכאמאל דאס זעלבע, מער ווי צוויי מאל האט מיר דערווייל נאכנישט אויסגעפעלט.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

סיגניטשער האט אינגאנצן איבערגעמאכט זייער אנליין, וועל מיר דארפן זיך באנוצען דערמיט אביסל צו זעהן מה טובו.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אזויווי איך דריי לעצטענס מיט טויזענטערס, (דאונט ווארי נישט מיינע געלט) , איז מיר אויסגעקומען צו שרייבן אסאך טשעקס, און מיין "טשעיס" אקאונט פארט שוין אין די לעצטע עטליכע חדשים ארויף אראפ טעגליך פון 100 ביז 4000 דאלער ארויף און ארפ, האב איך באמערקט דאס פאלגענדע:

טשעקס וואס זענען געווארן דעפאזיט אין עני באנק אחוץ "טשעיס" האבן קיינמאל נישט געקלירט אינמיטן טאג, נאר אום 3 פארטאגס,

טשעקס וואס זענען געווארן דעפאזיט אין "טשעיס" בעת ווען עס איז געווען געלט אין די אקאונט האבן געקלירט על אתר,

טשעקס וואס זענען געווארן דעפאזיט אין ,טשעיס" בעת עס איז נישט געווען קיין דעקונג האט געווארט ביז 3 פארטאגס צוזאמען מיט די טשעקס וואס זענען דעפאזיט אין "חוץ לטשעיס"
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

איך נוץ יעצט קעפיטאל 1, און זיי געבן מיר נישט די אפשען צו טראנספערן געלט אנליין פון מיין ביזנעס אקאונט צו מיין פערסאנאל אקאונט, ווייל מיין ביזנעס אקאונט איז אויף מיין טעקס איי די און נישט אויף מיין סאשעל,
איינער ווייסט ביי וועלכע באנק מ'קען עס יא טון??
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

מ'קען עס טוען ביי אסאך בענק, אבער קודם פרובירט אויב דאס ארבעט.

האבן זיי א אפשען פאר עקסטערנעל טרענספער, (External Transfer)?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

דער קוטשער האט געשריבן:מ'קען עס טוען ביי אסאך בענק, אבער קודם פרובירט אויב דאס ארבעט.

האבן זיי א אפשען פאר עקסטערנעל טרענספער, (External Transfer)?

ניין, פון א ביזנעס אקאונט איז נישט דא ביי זיי קיין וועג צו טראנספערן אנליין
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ביי טשעיס אין בענק אף אמעריקע קען מען עס טוען.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

א פרשע אינגערמאן האט דעפאזיט זיינס א טשעק אין מיין טשעיס טשעקינג אקאונט אין די עמאונט אף 351$ פארגאנגענעם פרייטאג,
נעכטן מיטוואך איז עס צוריקגעקומען צו מיין אקאונט (געקראכט בלע"ז) די נאכט האבן זיי מיר געטשארדזשט 12$,

אזויווי איך האב נישט געדולד מיט די אינגערמאן זעלבסט נאר דורך זיין ברודער קאל איך אהן זיין ברודער און איך זאג אים:
וואס איז געווען דיין ברודערס פלאן מיט דעפאזיטן א טשעק אהן דעקונג? זאגט ער מיר אז ער וועט פרעגן זיין ברודער און מיר לאזן וויסן,
למעשה האט ער נישט געקענט (דער פרישער אינגערמאן) רעדן, און דער ברודער האט מיר נישט צוריק געקאלט,

אזויוויגעווענליך ווען איך שלאף איין פריה (פאר 11) און איך שטיי אויף פארטאגס ווערט מיר דורך נאכט קלאר אלע געשענישן פונעם פריערדיגן טאג, (וויל די מוח ווערט דעמאלט אויסגערוהט און שטעלט אלעס אויפן פלאץ), כאפ איך מיר אז אזויווי די טשעק דעיט איז 7/28/12 יוכל להיות אז:

אזויווי דער איננגערמאן איז נאך פריש מיינט ער אוואו איך האב געמיינט פאר עטליכע יאר צוריק ווען איך בין נאך געווען פריש אז "העד טשעקס איז א נארמאלע לעגאלע זאך" און קען זיין אז דאס איז געווען זיין חשבון, אז עס וועט נישט קלערן ביז 7/28/12 (לכאורה האט ער נישט געכאפט אז די דעיט איז שבת)

לעצטענס האב איך געהערט אז אויב עס קראכט א טשעק פארן טשעק דעיט קען מען קאלן די באנק צו וועיוון די פי, איז עס אמת?
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

a check that is dated as head check i getting into bank as a check dated today (i have a bank that returned the check and charged for that cause it was a head check) so if they check bounces the bank will NOT refund you for that except if you have a relationship with a banker that they can do it for you if HE wants
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

שמן א פאוסט דעיטעד טשעק איז נאר אין ביהמ"ד, אין באנק איז נישט דא אזא זאך.

דאס הייסט אזוי: אויב די טעללער באמערקט דאס, קען ער עס צוריק געבן און זאגן צו טוישן די דעיט, אזוי ווי ער קען עס צוריק געבן פאר א אנדערע זאך צו פאררעכטן, אבער אויב עס פארט אריין דארף זיין דעקונג און אז נישט איז עס א געהעריגע פי, דאס צוריקגעבן די פיע האט שוין צוטוען מיט די מאאד פון די רעפרעזענטיטיוו, אדער וויפיל מ'האט שוין צוריקגעגעבן לעצטענ'ס פאר אזעלכע זאכן.
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

א שטיק צייט צירוק האב איך דעפאזיטעד צוויי טשעקס אין Manufacturers & Traders Bank (אויב איינער ווייסט נישט פון וועלכע באנק כ'רעד אט איז א הינטל, זיי רופן זיך בקיצור M&T Bank) וואס איינס דערפון איז געווען פאוסט דעיטעד מיט צוויי טעג, בשעת'ן דעפאזיט האב נישט איך און נישט די בענק טעללער עס באמערקט, טשעקענדיג מיין בעלענס שפעטער אין טאג זעה איך אז זיי האבן דידאקטעד פון מיין אקאונט די אמאונט פון די פאוסט דעיטעד טשעק און גראדע נישט געטשארדזשד קיין שום פי, רוף איך זיי אן און איך פרעג זיי צו זיי וואלטן עס אפשר געקענט האלטן ביזן טשעק דעיט וועלכע איז ס"ה צוויי טעג שפעטער, אויף וועלכע די תשובה איז געקומען... נאופס, זיי שיקן מיר צירוק די טשעק און איך קען עס רידעפאזיטן לכשיבוא יומו.
איז וואס מיינט עטץ? איך האב צירוק באקומען דעם טשעק מיט 'דריי טעג' נאכן אריגינעלן טשעק דעיט, ביוראקראטיע בתפארתו...
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

טשעיס אנליין האט געכאפט א דרימל, ער רעקאקנייזט נישט קיינעם'ס יוזער איידי און פעסווארד......

אריין אין הכצעקתה, ווער קען עס טרעפן.
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

דער קוטשער האט געשריבן:טשעיס אנליין האט געכאפט א דרימל, ער רעקאקנייזט נישט קיינעם'ס יוזער איידי און פעסווארד......

אריין אין הכצעקתה, ווער קען עס טרעפן.

נישט געהאט קיין שום פראבלעם היינט
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”