פיינענשעל עדווייזער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 4
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:07 am
קויף נישט גארנישט פון איינעם וואס מאכט קאמישן פאר די רעדסט צו אן אינדעפענדענט פיינענשיל עדווייסער, איך ווייס נישט פון א היימישע איד וואס טוט עס אבער איינער וואס פארקויפט לייוו אינשורענס פאר אינוועסטמענט טוט א זאך וואס איז נישט ליגעל און גייט נישט זיין די בעסטע פאר'ן אינוועסטער.
קענסט רופן https://www.edelmanfinancialengines.com עס קאסט נישט קיין געלט צו האבן א מיטינג אויפן טעלעפאן און הערן וואס איז ריכטיג.
קענסט רופן https://www.edelmanfinancialengines.com עס קאסט נישט קיין געלט צו האבן א מיטינג אויפן טעלעפאן און הערן וואס איז ריכטיג.
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מילין_יקירין האט געשריבן:א פּי די עי (פרימיום דיפאזיט) גיבט עטליכע פראצענט גאראנטירט געווען נישט לאנג צוריק בערך 3 פלאס, יעצט איז עס עטוואס ווייניגער, פלאס די 4 פראצענט וואס די פאליסי געבט, פלאס די נישט גאראנטיטע אבער פאקטיש איז עס דא שוין יארן לאנג דיווידענס. נאך פאר די קאמפאוינט אינטערעס.
ביטע קוועטש מיר נישט פאר פונקטליכע דיטעלס ווייל כבין נישט אקטיוו דערין, אבער כ׳ווייס אז די אפשן איז ווערט צו אדורכשמועסן מיט איינער וואס איז אקטיוו דערמיט און טוט דאס שוין יארן. און סאיז עפעס וואס איז ווערט אריינצוקוקן פאר נאך אן אפשן צו אינוועסטן שארט טורם אויסער די ריסקי מארקעט.
מילין, איך בין שוין איבער 15 יאר אין די ליין, כאב נאכניש געזעהן קיין עקטשול 6 פראצענט נעט פון דעי וואן, פון קיין שום קאמפאני! וואלסט געקענט ארויפלייגן אן אילאסטרעישן?
ניין וויכי כ׳קען נישט. און דו האסט עס נישט געזעהן.
לא ראתי לא שמעתי איז אינו ראי׳. זוי זאגט די גמרא.
לאמיך הערן וואס דו זאגטס, 15 יאר עקספעריענס מיינט אסאך, ווי פריער געשריבן. וויפיל איז עס גאראנטירט? מיט א פּי די עי שטייצעך. און לייג צו די נישט גאראנטיטע דיווידענס ביטע.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4514
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
אהובי ידידי אחי וריעי
סאיז דא אסאך אשכולות וועלכע גייען ארום אין די סוגיות בעמקות
דיזע אשכול איז געווידמעט צו אינפארסירן דעם ברייטן ציבור איבער פיינענשעל עדווייזארס וואס קענען העלפן דעם ציבור
ביטע האלטן ריין
סאיז דא אסאך אשכולות וועלכע גייען ארום אין די סוגיות בעמקות
דיזע אשכול איז געווידמעט צו אינפארסירן דעם ברייטן ציבור איבער פיינענשעל עדווייזארס וואס קענען העלפן דעם ציבור
ביטע האלטן ריין
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
גאסט אויף א וויילע האט געשריבן:קויף נישט גארנישט פון איינעם וואס מאכט קאמישן פאר די רעדסט צו אן אינדעפענדענט פיינענשיל עדווייסער, איך ווייס נישט פון א היימישע איד וואס טוט עס אבער איינער וואס פארקויפט לייוו אינשורענס פאר אינוועסטמענט טוט א זאך וואס איז נישט ליגעל און גייט נישט זיין די בעסטע פאר'ן אינוועסטער.
קענסט רופן https://www.edelmanfinancialengines.com עס קאסט נישט קיין געלט צו האבן א מיטינג אויפן טעלעפאן און הערן וואס איז ריכטיג.
דאס איז דיין אפיניען...
אין מיין עקספיריענס איז ווען איינער מאכט געלט, גייטער ארבייטן שווער דיך צו האלטן פאר א קלייענט, סאו ער וועט טרייען צו גיבן די בעסטע עדווייס פאסיבל, ווייל אויב נישט גייט א צווייטער קומען און אים ווייזן אז דו ביסט ראנג און ס'קען דיר קאסטן דאפעלט אין די לאנג ראן...
איך למשל ארבייט יעצט דזשענעווערי צוריקצוגיין צו מיינע קלייענטס פון סוף יאר, ווען געוויסע זאכן ווערן געטוהן אין א ראש, צו מאכן זיכער אז יעדער איז קלאר און באקוועם מיט וואס מ'האט געטוהן און סיז טאקע דאס וואס ער וויל... פשוט ווייל אין ארדער איך זאל קענען בלייבן אין ביזנעס מוזן מיינע קליענטן זיין צופרידן...
און כעדער זאגן נאך מער... רוב פון די טאלק שאו האוסטס קענען רעדן און רעדן, און אין 3 יאר ארום זאגן פארקערט, און אויב דו זעצט אן מיטן אים פאלגן, קענסטו גיין קלאפן בארן, משא"כ אויב האסטו איינער וואס מאכט געלט, און ער עדווייזד דיך ראנג, קענסטו סוען זיין אינשורענס וכד'...
פארשטייצעך אז קיינער הייסט נישט קיינעם פאלגן בלינדערהייט וואס יעדער וואס רופצעך עדווייזער זאגט, מ'דארף זיך אביסל נאכפרעגן ביי מענטשן וואס מ'טראסט... אבער אויסהערן א טאלק שאו וואס האט נישט קיין מושג דיין מצב, אדער א אידיש לעבנסשטייגער איז נאן סענס...
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
מילין_יקירין האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:מילין_יקירין האט געשריבן:א פּי די עי (פרימיום דיפאזיט) גיבט עטליכע פראצענט גאראנטירט געווען נישט לאנג צוריק בערך 3 פלאס, יעצט איז עס עטוואס ווייניגער, פלאס די 4 פראצענט וואס די פאליסי געבט, פלאס די נישט גאראנטיטע אבער פאקטיש איז עס דא שוין יארן לאנג דיווידענס. נאך פאר די קאמפאוינט אינטערעס.
ביטע קוועטש מיר נישט פאר פונקטליכע דיטעלס ווייל כבין נישט אקטיוו דערין, אבער כ׳ווייס אז די אפשן איז ווערט צו אדורכשמועסן מיט איינער וואס איז אקטיוו דערמיט און טוט דאס שוין יארן. און סאיז עפעס וואס איז ווערט אריינצוקוקן פאר נאך אן אפשן צו אינוועסטן שארט טורם אויסער די ריסקי מארקעט.
מילין, איך בין שוין איבער 15 יאר אין די ליין, כאב נאכניש געזעהן קיין עקטשול 6 פראצענט נעט פון דעי וואן, פון קיין שום קאמפאני! וואלסט געקענט ארויפלייגן אן אילאסטרעישן?
ניין וויכי כ׳קען נישט. און דו האסט עס נישט געזעהן.
לא ראתי לא שמעתי איז אינו ראי׳. זוי זאגט די גמרא.
לאמיך הערן וואס דו זאגטס, 15 יאר עקספעריענס מיינט אסאך, ווי פריער געשריבן. וויפיל איז עס גאראנטירט? מיט א פּי די עי שטייצעך. און לייג צו די נישט גאראנטיטע דיווידענס ביטע.
כבוד הרב, אמת אז נישט זעהן איז נישט קיין פראף, אבער איך בין אין די ביזנעס גענוג לאנג... די לעצטע 20 יאר זעמער אין א לאו אינטערעס רעיט ענווייערמענט, און וויפיל מיני אילאסטרעישענס כאב נאר אמאל געהאט געזעהן, איז קיינער נישט אריבער 5.5 אין 20 יאר... און סיז פשוט, אפילו ווען די קאמפאני גיבט 6 פראצענט דיווידענס, איז דא בילט אין מארטאלעטי און עקספענס... די נעט פאלט אוטאמאטיש...
כ'רעד שוין נישט פון די עוורידזש פאלעסי וואס די ערשטע 1 - 2 אדער 3 יאר וואקסט עס בכלל נישט, דעמאלטס דארף מען מער צו קאווערן די לאססעס, נאר אפילו אין די פאלעסי וואס דו רעדסט, אז אפילו די ערשטע יאר איז דא קעש וועליא, איז נישטא קיין 6 פראצענט נעט...
אדרבה, ווייז מיר איינס...
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
קרייסלער האט געשריבן:אהובי ידידי אחי וריעי
סאיז דא אסאך אשכולות וועלכע גייען ארום אין די סוגיות בעמקות
דיזע אשכול איז געווידמעט צו אינפארסירן דעם ברייטן ציבור איבער פיינענשעל עדווייזארס וואס קענען העלפן דעם ציבור
ביטע האלטן ריין
אויב ווילסטו הערן איבער פיינענשל עדווייזערס... העלעך דיר זאגן...
סיז דא גאר גאר ווייניג עכטע פיינענשל עדווייזערס וואס קענען העלפן אן עוורידזש אינגערמאן, סיז היינט די גמליאל עפאכע, רוב עוורידזש אינגעלייט דארפן פלעין א"ב! האסט פארדינט א דאללער? לייג אוועק דערפון 10-20 צענט! נאך פאר מ'רעדט פון וואו אוועקלייגן, קודם דארף מען זיך אויסלערנען אז ווען מ'פארדינט 100 טויזענט דאללער - וואס דאס איז זייער שיין ווען מ'איז יונג און מ'האט 1-2 קינדער, סיז נאכניש דא קיין שכ"ל, גראסערי און רענט זענען בדרך כלל ביליגער - דעמאלטס איז די צייט "אוועקצולייגן"... ווען איינער לייגט א דגוש צו סעיוון, דעמאלטס איז מען שוין בעזר ה' געהאלפענער...
א שוואכערע פארדינער דארף נאכמער נוצן די "כח היחיד" און נישט לעבן ווי א גביר, מ'פארט נישט קיין טייערע וויקעישענס, מ'דרייווד נישט די טייערסטע קארס... סיז טאקע נישט באקוועם, אבער אויב קוקט מען אביסל פאראויס זעהט מען די ראוד אהעד... פארשטייצעך אז דער אייבערשטער האט פאר יעדן א פלאן, אבער א מענטש דארף טוהן השתדלות, און אנשטרענגען אוועקצולייגן ווי מער!
דער וואס פארדינט מער, זענען געווענליך דא צוויי קאטעגאריעס, אדער איזער אין ריעל עסטעיט, ער איז העווילי אינוועסטעד, און דער צווייטער האט א ביזנעס מיט א גרעסערע קעש פלאו...
ביידע דארפן געדענקן די "לעולם ישליש אדם מעותיו", און דייווערסיפייען, און נישט אריינלייגן נאכאמאל און נאכאמאל די גאנצע געלט אויף איין פלאץ, מ'דארף דייווערסיפייען... היסטארי האט געוויזן אז קיין איין אינדוסטרי לעבט נישט אייביג, סאו מ'דארף זיין גרייט בס"ד אויף די נעקסטע אינדוסטרי ווען די וועלט טוישט זיך... די אלע וואס האבן ריאינוועסטעד אלעס אין ניטינג, האבן זיך געטראפן אן גארניש... סאו מ'דארף געדענקן אז אויסער פעיראלל צו לעבן, דארף מען נעמען געלט און אוועקלייגן פאר אנדערע זאכן...
און יעצט קעמען טראכטן וועם צו פרעגן "וואו צו לייגן ס'געלט"... און באמת איז נישטא קיין כלל, יעדע מענטש איז אנדערש... אבער דאס איז אלעס איבער די "וואו" פראגע, אבער ביז אהין דארף יעדער פאוקעסן אויף די וויכטיגקייט פון אוועקלייגן בכלל!
דיסקלעימער, פיינענשל עדווייס קען מען נישט גיבן אדער נעמען אויף א פובליק פארום, יעדער זאל פרעגן זיין עדווייזער וכד' פאר עצות... מיך קעמען קאנטאקטן אין אישי...
קרייסלער האט געשריבן:ווער וואלט געווען א גוטע פיינענשעל עדווייזער פאר אינוועסטמענטס אין די מיוטשעל פאנדס וכו׳ פאר א מידל אינקאם פארדינער וואס זוכט צו אינוועסטירן אביסל געלט פאר שארט און לאנג טערם?
די נענטסטע צום מציאות דא איז וואס בלאא מאאן זאגט, דיין (כמעט) איינציגסטע מהלך איז CD'S וואס געווענליך קענסטו עס איבערשמועסן מיט דיין לאקאלער באנקיר,
"נאכדעם" וואס דו האסט שוין א באדייטענדע סומע אפגעשפארט, קענסטו טראכטן פון אראפנעמען א "חלק" פאר מער א ריסקי אינוועסטמענט.
צוואנציג אלפים איז ווייניג פאר א פיינענשעל עדווייזער ווי שוין ערווענט
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
וויפיל גיבט היינט א CD?
2 פראצענט פאר טעקס, און די געלט איז געלאקט...
אויב האט ער א פאלעסי און לייגט אריין "עקסטער" אין די פאלעסי, מאכט ער נישט מער ביז אפאר יאר?
אויב איז דיין תירוץ אז "אויב האטער א פאלעסי"... און אויב נישט?
אז דו ווייסט נישט, גיבט מען נישט קיין עדווייס! דו ווייסט נישט וואס נאך אפערטוניטי ער האט, אפשר האטער שוין אוועקגעלייגט גאראנטירטע געלטער? אפשר אפשר אפשר... מ'קעניש עדווייזן אויף קיין פובליק פארום אן וויסן אלע דעטאלן!
נאכאמאל, נישט קיין עדווייס, בלויז א קאנצעפט, יעדער זאל רעדן מיט זיינע מענטשן דערוועגן...
2 פראצענט פאר טעקס, און די געלט איז געלאקט...
אויב האט ער א פאלעסי און לייגט אריין "עקסטער" אין די פאלעסי, מאכט ער נישט מער ביז אפאר יאר?
אויב איז דיין תירוץ אז "אויב האטער א פאלעסי"... און אויב נישט?
אז דו ווייסט נישט, גיבט מען נישט קיין עדווייס! דו ווייסט נישט וואס נאך אפערטוניטי ער האט, אפשר האטער שוין אוועקגעלייגט גאראנטירטע געלטער? אפשר אפשר אפשר... מ'קעניש עדווייזן אויף קיין פובליק פארום אן וויסן אלע דעטאלן!
נאכאמאל, נישט קיין עדווייס, בלויז א קאנצעפט, יעדער זאל רעדן מיט זיינע מענטשן דערוועגן...
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
Re: פיינענשעל עדווייזער
ווייסט איינער פון א גוטע פארלעסליכער פיינענשל עדוויזער (בארא פארק געגענט אויב מעגליך)
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
Re: פיינענשעל עדווייזער
וואלסט געקענט זיין מער ספעציפיש וואס דו זוכסט?
Re: פיינענשעל עדווייזער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואלסט געקענט זיין מער ספעציפיש וואס דו זוכסט?
איך מאך ב"ה גענונג אויפן חודש, אבער די געלט ווערט פארוואסערט צוליב'ן נישט האלטן פונטקליך חשבון, איך האב א שטיק צייט אליינס געבאדזשעט, אבער ס'גייט שוין נישט, כ'דארף א שטרענגע משגיח.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
Re: פיינענשעל עדווייזער
סאו דו דארפסט הילף מיט בודזשעטן, נישט קיין פיינענשל עדווייזער...
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8685
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: פיינענשעל עדווייזער
בן דותא האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואלסט געקענט זיין מער ספעציפיש וואס דו זוכסט?
איך מאך ב"ה גענונג אויפן חודש, אבער די געלט ווערט פארוואסערט צוליב'ן נישט האלטן פונטקליך חשבון, איך האב א שטיק צייט אליינס געבאדזשעט, אבער ס'גייט שוין נישט, כ'דארף א שטרענגע משגיח.
לייג ארויס דא דיינע חשבונות און דער עולם וועט די אדווייזן בחינם.
איך שרייב האלב ערנסט און האלב
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4102
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: פיינענשעל עדווייזער
איינער קען ציווייזן א פיינענשעל עדווייזער פאר אינוועסטמענטס ?
אין ברוקלין סקווער אידא אזא פירמע
איינער מיט עקספיריענס ?
אין ברוקלין סקווער אידא אזא פירמע
איינער מיט עקספיריענס ?
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
Re: פיינענשעל עדווייזער
פון וועלעכע נאמבערס רעדסטו?
- נישטאמת
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
- לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב
Re: פיינענשעל עדווייזער
וואס האסטע געטון למעשה?בן דותא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 11:33 amאיך מאך ב"ה גענונג אויפן חודש, אבער די געלט ווערט פארוואסערט צוליב'ן נישט האלטן פונטקליך חשבון, איך האב א שטיק צייט אליינס געבאדזשעט, אבער ס'גייט שוין נישט, כ'דארף א שטרענגע משגיח.וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואלסט געקענט זיין מער ספעציפיש וואס דו זוכסט?