אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

תכלית גערעדט, אין לאנדאן איז די ריעל עסטעיט אינדוסטריע ארום דריי אדער פיר מאל טייערער ווי דא. דארט, אונטער ארום פיר הונדערט טויזנט פונט קענסטו גארנישט האבן.

ממילא איז פשוט א שאד אהינצוגיין ווען דא אין אמעריקע קענסטו אסאך בעסער אויסניצן דיין געלט. מיט צוויי הונדערט טויזנט דאללער קענסטו אנקומען דאס אסאך מער ווי דארט
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

ס'איז נישט פינקט אזוי אפגפרעגט,
א חבר מיינער האט געקויפט פאר ארום 180 טויזענט פונט וואס 80 טויזנענט באקימט מען צוריק נאך א האלבע יאר דארך רימארגיג'ען,
דער מאכט א שיינע אינקואם.
כ'מיין ס'הייסט hmo עפעס אזוי,
פרעג די לונדונער יודען זיי זענען אלע משקיע דארט יעצט און מאכען פיינע רווחים.
נאר וואס מ'דארף גיין צו א ערליכע פארלעסליכע בראקער און דאס קען מען אויכעט גיט מברר זיין (איך ווייס גארנישט).
די עולם מאכט יעצט דארט אינגרויסען
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

גענוג און נאך האבן ליידער אנגעזעצט מיט HMO's אויכעט.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:תכלית גערעדט, אין לאנדאן איז די ריעל עסטעיט אינדוסטריע ארום דריי אדער פיר מאל טייערער ווי דא. דארט, אונטער ארום פיר הונדערט טויזנט פונט קענסטו גארנישט האבן.

ממילא איז פשוט א שאד אהינצוגיין ווען דא אין אמעריקע קענסטו אסאך בעסער אויסניצן דיין געלט. מיט צוויי הונדערט טויזנט דאללער קענסטו אנקומען דאס אסאך מער ווי דארט

אין לאנדאן איז עס טאקע אזוי, אבער אין אלגעמיין אין ענגלאנד קען מען טרעפן פאר אסאך ביליגער
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

קארן האט געשריבן:גענוג און נאך האבן ליידער אנגעזעצט מיט HMO's אויכעט.

האקט... אפשר מיעוט שבמיעוט.

אין אלגעמיין מאכט די היימישע עולם ריזיגע רווחים.

לעצטנס האט די ציבור אנגעהויבן צו אינוועסטירן אביסל ארויסציר פון לאנדאן וואו מען קען קויפן פאר היפש ביליג, (פאר ארום 250 טויזנט וואס דאס מיינט אז דו דארפסט האבן 25 פראצענט דערפון).
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

 פיש כאפער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:גענוג און נאך האבן ליידער אנגעזעצט מיט HMO's אויכעט.

האקט... אפשר מיעוט שבמיעוט.

אין אלגעמיין מאכט די היימישע עולם ריזיגע רווחים.

לעצטנס האט די ציבור אנגעהויבן צו אינוועסטירן אביסל ארויסציר פון לאנדאן וואו מען קען קויפן פאר היפש ביליג, (פאר ארום 250 טויזנט וואס דאס מיינט אז דו דארפסט האבן 25 פראצענט דערפון).

מענטשען וואס האבען אליינס געקויפט HMO`s (און סיי וואס פאר א פראפערטי און UK) מאכן אין אלגעמיין גאר שיינע רווחים.
מענטשען וואס האבן אינוועסטירט ביי אנדערע, האבען רוב (נישט אלע) דערלייגט.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14665
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

פאקטען
טויזענטער יודען מאכן געלט דורך אינוועסטירען אין ריעל עסטעיט
ווען איינער מאכט געלט ווייסט קיינער נישט
ווען איינער דערלייגט ווייסט יעדע

מיין פלאן
צוזאם שטעלן א גרופע פון 10 יודען ווי יעדע וועט אריינלייגען 50 טויזענט דאללער, מען וועט קויפן א הויז (לכתחילה האב איך געקלערט פון לאנדאן וואס דארט איז גערינגער צו קאלעקטען די רענט), אויפנעמן א מענעדזמענט קאמפעני וואס וועט קעיר נעמען פונעם הויז, און 10 יאהר וועט מען עס פארקויפען און זיך טיילען מיט די רוחים
די הויז וועט זיין אויף א קאפירעשאן ווי יעדע וועט האבן ליגאל 10 פערצענט שעירס
די געלט וועט מען אריין לייגען ביי א פארלעסליכע כלי קודש
אויב זענט איר אינטעסירט שיקט אן אימעיל צו
[email protected]
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

הרב_שלום האט געשריבן:פאקטען
טויזענטער יודען מאכן געלט דורך אינוועסטירען אין ריעל עסטעיט
ווען איינער מאכט געלט ווייסט קיינער נישט
ווען איינער דערלייגט ווייסט יעדע

מיין פלאן
צוזאם שטעלן א גרופע פון 10 יודען ווי יעדע וועט אריינלייגען 50 טויזענט דאללער, מען וועט קויפן א הויז (לכתחילה האב איך געקלערט פון לאנדאן וואס דארט איז גערינגער צו קאלעקטען די רענט), אויפנעמן א מענעדזמענט קאמפעני וואס וועט קעיר נעמען פונעם הויז, און 10 יאהר וועט מען עס פארקויפען און זיך טיילען מיט די רוחים
די הויז וועט זיין אויף א קאפירעשאן ווי יעדע וועט האבן ליגאל 10 פערצענט שעירס
די געלט וועט מען אריין לייגען ביי א פארלעסליכע כלי קודש
אויב זענט איר אינטעסירט שיקט אן אימעיל צו
[email protected]

געב א משל פון א הויז, פרייז, אינקאם במשך פון 10 יאר, עקספעקטעד פארקויף פרייז וכו.
אבער פון א הויז וואס די קוקסט נישט וואס די וואלטס געוואלט טרעפן.
 פיש כאפער
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך  פיש כאפער »

די אמת איז אז אין לאנדאן און אביסל ארויסציהר איז פארהאן צוויי וועגן פון אינוועסטירן, איך וועל עס שרייבן אין קורצן:

ערשטע מהלך:
מען קויפט א 3-4 צימערן הויז לאמיר זאגן פאר 450 טויזנט פונט, און מען קלאוזט מיט א ברידזשינג (Hard Loan), דאס מיינט אז מ'דארף אראפלייגן אין געווענליכע פעלער %35 - 157 טויזנט פונט מיט די איבעריגע הוצאות (Stampduty, agent, solicitor etc), דערנאך בויעט מען ארויס אן עקסטענשאן און מען רענאווירט עס צו א זעקס צימערדיגע הויז און פאר יעדע צימער א שאוער און ביה"כ, די ברידזשינג צאלט אויס די בויען (יעדע ברידזשענג לויט זיינע פאליסיס ואכמ"ל).

ווען ס'איז פארטיג (אין א גוטע פאל פאר זעקס חדשים) גייט מען צו א געהעריגע באנק פאר א Valuation, און מיט אפאר קאפיטלעך תהלים און סייעתא דשמיא גייט די ווערד ארויף מיט היפש אסאך, געוואנדן אינעם געגנט און אין נאך, און די באנק געבט %75 פון די ווערד, און אין מערסטנס פעלער וועט מען איבערבלייבן מיט רעשט אינעם אקאונט.

אין קורצן: מ'ברויך האבן אסאך געלט ביז מ'קומט צו פתח המערה, די בויען, די Interest, און נאך. אבער ביים ענדע באקומסטו צוריק א שיינע חלק, און די רווחים זענען בליע"ה אויף א הערליכע פארנעם.

צווייטע מהלך:
מען קויפט א 3-4 צימערן הויז און מען קלאוזט מיט א געהעריגע %75 פראצענט מארטגעדזש, דאס מיינט מען לייגט אראפ ארום 100 אלפים, און מ'לייגט נישט אריין קיין געלט דערין נאר פשוט מען מאכט עס ראוי פאר פיר גוים צו קענען וואוינען, ראטזאם מיט 2 ביה"כ.

אין קורצן: מען לייגט אריין אסאך ווייניגער געלט ביים קויפן, (און ווייניגער קאפ-וויי), און די רווחים זענען אויך נאכאלץ זייער שיין.

נ.ב. ביים ערשטן פאל קומט צו א מעלה אז די יוטיליטיס פאלן ארויף אויף די טענענטס (Split), און ביי די צווייטע נישט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
קוגל מיט פיקל האט געשריבן:תכלית גערעדט, אין לאנדאן איז די ריעל עסטעיט אינדוסטריע ארום דריי אדער פיר מאל טייערער ווי דא. דארט, אונטער ארום פיר הונדערט טויזנט פונט קענסטו גארנישט האבן.

ממילא איז פשוט א שאד אהינצוגיין ווען דא אין אמעריקע קענסטו אסאך בעסער אויסניצן דיין געלט. מיט צוויי הונדערט טויזנט דאללער קענסטו אנקומען דאס אסאך מער ווי דארט

אין לאנדאן איז עס טאקע אזוי, אבער אין אלגעמיין אין ענגלאנד קען מען טרעפן פאר אסאך ביליגער

זאל ער גיין אין מאנהעטן... דארט קען מען אויך גארנישט פאר אונטער עטליכע מיליאן...

גייסט אין ענגלאנד סייווי ארויס פון די צוויי-דריי גרויסע שטעט... קענסטו פיין האבן פאר אונטער 400,000...
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
קוגל מיט פיקל האט געשריבן:תכלית גערעדט, אין לאנדאן איז די ריעל עסטעיט אינדוסטריע ארום דריי אדער פיר מאל טייערער ווי דא. דארט, אונטער ארום פיר הונדערט טויזנט פונט קענסטו גארנישט האבן.

ממילא איז פשוט א שאד אהינצוגיין ווען דא אין אמעריקע קענסטו אסאך בעסער אויסניצן דיין געלט. מיט צוויי הונדערט טויזנט דאללער קענסטו אנקומען דאס אסאך מער ווי דארט

אין לאנדאן איז עס טאקע אזוי, אבער אין אלגעמיין אין ענגלאנד קען מען טרעפן פאר אסאך ביליגער

זאל ער גיין אין מאנהעטן... דארט קען מען אויך גארנישט פאר אונטער עטליכע מיליאן...

גייסט אין ענגלאנד סייווי ארויס פון די צוויי-דריי גרויסע שטעט... קענסטו פיין האבן פאר אונטער 400,000...

אויף פען און פעיפער מאכט מען פון א לאנדאנער HMO די מערסטע ריווח
סיי מען מאכט 30/ 40 % קעש טו קעש און עווערידש סיי די וועליו וואקסט מיט די צייט מער ווי ערגעץ אנדערש
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

 פיש כאפער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:גענוג און נאך האבן ליידער אנגעזעצט מיט HMO's אויכעט.

האקט... אפשר מיעוט שבמיעוט.

אין אלגעמיין מאכט די היימישע עולם ריזיגע רווחים.

לעצטנס האט די ציבור אנגעהויבן צו אינוועסטירן אביסל ארויסציר פון לאנדאן וואו מען קען קויפן פאר היפש ביליג, (פאר ארום 250 טויזנט וואס דאס מיינט אז דו דארפסט האבן 25 פראצענט דערפון).

ווי ארויסציר פון לאנדאן קען מען קויפן פאר 250k?

און געוויסע געגענטער און לאנדאן גייט שווער די לעטיננגס ווי באלד ס'דא א אווערפלאו פון rooms
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

הרב_שלום האט געשריבן:פאקטען
טויזענטער יודען מאכן געלט דורך אינוועסטירען אין ריעל עסטעיט
ווען איינער מאכט געלט ווייסט קיינער נישט
ווען איינער דערלייגט ווייסט יעדע

מיין פלאן
צוזאם שטעלן א גרופע פון 10 יודען ווי יעדע וועט אריינלייגען 50 טויזענט דאללער, מען וועט קויפן א הויז (לכתחילה האב איך געקלערט פון לאנדאן וואס דארט איז גערינגער צו קאלעקטען די רענט), אויפנעמן א מענעדזמענט קאמפעני וואס וועט קעיר נעמען פונעם הויז, און 10 יאהר וועט מען עס פארקויפען און זיך טיילען מיט די רוחים
די הויז וועט זיין אויף א קאפירעשאן ווי יעדע וועט האבן ליגאל 10 פערצענט שעירס
די געלט וועט מען אריין לייגען ביי א פארלעסליכע כלי קודש
אויב זענט איר אינטעסירט שיקט אן אימעיל צו
[email protected]



רבותי זייט'ס נישט משקיע קיין איין פעני ביי דעם אנגעגעבענעם אימעיל אדרעס, הרב שלום הער אויף צו לאקערן אויף יענעמס קעשענע, אויב די האסט אזאנע גוטע אינוועסטמענטס דאן זיי מוחל און אינוועסטיר דיר דיין געלט אליינס, סאיז א געוואלדיגע עוולה אריינצורוקן אומוואוסנדע מענטשן מעבר לים וואס זענען אומבאהאלפן, נאכאמאל רבותי איך ווייס מערערע אזאנע מעשיות פון אויסלענדישע וכו' וואס האבן אנוועסטירט אין HMO's וכדומה ביי אזאנע גאלדענע צוגעזאגעכצער און היינט וויינען זיי, די אייציגסטע וועג איז נאר צו אינוועסטירן ביי איינעם וואס דו קענסט פערזענליך דורך און דורך ואכמ"ל וכולי האי ואולי, אזוי ווי ס'שטייט שיהא נכסינו מוצלחים "וקרובים לעיר" וכו', און נישט אין א צווייטן לאנד ווי די האסט נישט קיין שום קאנטראל אויף דיין געלט.. זייט'ס נישט קיין צועק לשעבר.
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

קענסט שרייבן דיין פוינט אן פערזענליך אטאקירן אז ער 'לאקערט' אויף יענעמ'ס קעשענעס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

די אינטרעסט ראטע איז ארויף פון 2.25 צו 3%.
שרעקליך.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

c/p
די mortgage rates איז דעם שבת נאכאמאל ארויף ביי געוויסע בענק,
אבער עס איז אראפ ביי געוויסע בענק.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
בני תורה
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 3:27 pm

Re: אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני תורה »

פארוואזשע לויפן קיין לאנדאן?
גיי צו סיי וועלכע סטעיט דאהי, קוק נאך אויפן צענזוס די אנעמפלוימענט ראטע, אינפאפילאציע, עוורידטש הויז פרייז, זוך עפעס וואס פיט דיין בודשעט, גיי קיין zillow, redfin, realtor creigslist וכו' זוך אפאר לייטישע זאכן און הייב אן פייניגן 5 לאקאלע ריעלטארס וואס זייער מיינונג איז אויף דעם הויז און געגנט, 5 פראפערטי מענעדשערס, און אויך פרעג זיי פאר קאנטראקטערס און שיק זיי אהין אלעס צו מברר זיין און דיר שיקן לעבעדיגע ווידעיאו, קוק נאך אויפן קאונטי רעקארד comps, נוץ א לאקאלע מארגעטש בראוקער, און מאך געלט אן איינמאל אהין פארן
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”