World Champion האט געשריבן:פופציגער האט געשריבן:ביטע... ביטע נישט עפענען קיין אומזינסטע אשכולות בלויז ווייל ס’אנלימיטעד...
שטויסט געפערליך אן דעם וועלטל.
דער פותח האשכול האט מעגליך עפעס געוואלט, אבער נישט געשריבן וואס.
געעפנט אן אשכול און געשריבן אינעם ערשטן תגובה בלויז די ווערטער פונעם קעפל וואס זאגט גארנישט און פרעגט גארנישט.
ביטע, רעכנט אייך מיט די טויזענטער טעגליכע באזיכער דא.
--
צום ענין; גיטין איז אומפארמיידליך אזוי לאנג ווי די מענער און ווייבער זענען מענטשן פון בלוט און פלייש.
איך קען פעלער פון פארפעלקער וואס זענען שוין היינט עלטער, און די קינדער זייערע באוויינען דאס אז אמאל איז נישט געווען אזוי איינגעפירט קיין גיטין...
אלזא, לאמיר לאזן דעם אויבערשטן פירן זיין וועלט ווייל ער און נאר ער ווייסט וואס איז גוט פאר אונז.
זאלן די אלע צובראכענע שטיבער אויפגעראכטן ווערן בקרוב און מ’זאל זען די גוטס וואס ליגט אין די השגחה עליונה.
אלעס פיין און וואויל אבער עס איז דא אסאך מאל ווי גיטין וואלט נישט געדאפט געשעהן ווען נישט....
מיר גלייבן אז דער אויבערשטער איז בורא ומנהיג לכל הברואים, נישטא אזא זאך סוואלט נישט געדארפט געשען.
באמת. מען דארף באמת גלייבן אז אויב איז עס געשען האט עס געדארפט געשען.
און נאכאמאל, אויף דער וועלט איז נישטא קיין שלימות, אין קיין שום הינזיכט.
דאס אז גיטין האבן זיך ליידער פארמערט האט מיט 2 הויפט פאקטן.
ערשטנס אז מער מענטשן האבן חתונה... אבוויעסלי..
צווייטנס אז היינט צוטאג קוקט מען מער אויפן עתיד, און ווען מ'זעט אז א פארפאלק איז אויפן דירעקציע פון דיזעסטער סטאפט מען עס גענוג פרי, וואס אמאל פלעגט מען שטופן צו גיין ווייטער.
דא קומט אויך צו נאך א זייטיגע פאקטאר אז די וועלט איז אפן און די טעכנאלאגישע קשרים ברענגען גרויסע חרבנות. פרעגט אן ביי ערליכע עסקנים ורבנים און איר וועט זיך דארפן אראפזעצן ביים הערן וואסערע גרויסע פראצענט גיטין קומען אדאנק די סאושעל מידיע קשרים (און יא, רוב מאל ווערט עס איבערגעדעקט מיט א ווייסן טישטוך... קיינער זוכט נישט די גאס זאל שטינקען, פארציילט מען באבע מעשיות איבער וואס האט געברענגט דעם גט...).
דער נושא פון "שלום בית מאכערס" איז אויסדריקליך נישט דער סיבה פון פארמערטע גיטין - לענ"ד, ווייל אמאליגע צייטן איז בכלל נישט געווען קיין הילף... דער "סדר" איז געווען אז עלטערן מישן זיך אריין, און אויב מיינסטו אז א שלעכטער עסקן קען חרוב מאכן, זאלסטו וויסן אז עלטערן מיט די בעסטע כוונות קענען זיין פיל מער שעדליך.
אין פאקט ווערן היינט אומצאליגע קעיסעס אוועקגעשטעלט גוט אדאנק דעם אויפשטייג פון עסקנים און העלפערס (כ'נעם נישט אוועק דעם פאקט אז געוויסע פון די א.ג. עסקנים פארדינען זיך ציפעדיגע פעטש פון א נאסן פלעכטער אויפן נאקעטן רוקן, אבער עס וועגט נישט איבער די גוטע חלקים).