א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

מי חכם האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן? ווען מען איז יונגער איז עס ווייניגער?

דער חילוק איז ענדערש אין די שפעטערע יארן (הויכע דרייסיגער) דוכט זיך, אבער אין די יונגע יארן, בעפאר די 23 24 איז פארקערט.

מהאי טעמא, כמדומה אז ביי היימישע אידן זענען די נומערן פיל פיל ווייניגער ווי איינס אין 6. קוק דיר ארום ביי דיין סירקל, איז דא א זעקסטל יונגעלייט וואס האבן נאכנישט קיין קינדער 3 יאר נאך די חתונה?
ביי די נישט חסידישע וואס האבן חתונה פון די 22 איז דא מער וואס האבן נישט קיין קינדער?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

Rak Tov האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן? ווען מען איז יונגער איז עס ווייניגער?

דער חילוק איז ענדערש אין די שפעטערע יארן (הויכע דרייסיגער) דוכט זיך, אבער אין די יונגע יארן, בעפאר די 23 24 איז פארקערט.

מהאי טעמא, כמדומה אז ביי היימישע אידן זענען די נומערן פיל פיל ווייניגער ווי איינס אין 6. קוק דיר ארום ביי דיין סירקל, איז דא א זעקסטל יונגעלייט וואס האבן נאכנישט קיין קינדער 3 יאר נאך די חתונה?
ביי די נישט חסידישע וואס האבן חתונה פון די 22 איז דא מער וואס האבן נישט קיין קינדער?
וואס מוטשענען זיך,יא. בחסדי ה' ווערן 99.9% געהאלפן

קארופציע האט געשריבן:
לויט מיין אינפא גייט דאס ארבייטן זייער פשוט

יעדע אינגערמאן ביז 3 חדשים נאך די חתונה אדער טאטע פון חתן כלה וועט (קענען) איינשרייבן אין דורות וואס וועט אטאמאטיש אקטיווירן אן אינשורענס פאליסי וואס דארף באצאלט ווערן פאר 3 יאר מינימום.

דאס איינשרייבן קאסט נישט.

דורות וועט צאלן פאר די פאליסי 3 יאר, און אויב פארט אלעס כשורה וועלן זיי לאזן לויפן די פאליסי נאך 3 יאר.

אויב שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן דארף אנקומען צו הילף, וועט די פאליסי דעקן די קאסטן ביז 50 אלפים.

די אינשורענס וועט דעקן א ליסטע פון געפריווטע טריעטמענטס, וועלכע קען בעז"ה העלפן א איבערוויגנדע פראצענט פון די קעיסעס.

די דורות ארגאניזאציע איז נישט קיין קאמפאטישן פאר בוני עולם און מאכט נישט די הייליגע ארגאניזאציע מיט קיין פינטל אומוויכטיג, נאר זיי קומען מיט א פרישן דורכברוך אנצופילן א גרויסן חלל פון ביז היינט דורך אהערשטעלן דעם ערשטמאליגן אינשורענס, און דורך סיסטעמיזירן די הילף.

מיט דורות וועט בעז"ה קיין איין אינגערמאן נישט דארפן שטיין אין די רייע פאר הילף נאר די טיר וועט תיכף זיין אפן, און געלט וועט נישט זיין קיין אפהאלט צו אנהייבן זיין הילפס רייזע.

דורות וועט אפערירן דורך נדבות פונעם ציבור, און וועט אנפירן מיט א מאסיווע פאנדרעיזינג ווי אלע סוקסעספולע ארגאניזאציעס ביי כלל ישראל.

ווי יעדע אינשורענס דארף אויך דורות ארייננעמען ווי א גרעסערע קראוד פון פאליסי אריינצאלער כדי דאס זאל קענען דעקן פאר די וואס ברויכן אנקומען צו הילף.

די פאליסי ארבעט ווי יעדע אינשורענס מיט אינוועסטמענט און דיווידענטס און ווערט אפערירט דורך איינע פון די גרעסטע און קראנטע לאנגיעריגע אינשורענס פירמעס.

דורות האט שוין אין די פארגאנגענע וואכן איינגעשריבן (בעפאר די קאמפיין איז ארויס) עטליכע טויזנט מעמבערס וואס זייער פאליסי איז געווארן איינגעצאלט פאר די ערשטע יאר און איז געווארן געפאנדעד דורך נדיבים.
זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער די לעצטע זאך וואס איך וואלט געשריבן אויף אייער אינפא איז "זייער פשוט"
outsider
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:24 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך outsider »

אא"וו ווי עס קוקט מיר אויס, גייט מען שאפן לאמיר זאגן 5 מיליון דאלער פון כלל ישראל אז עטליכע יחידים (לכאורה וואס דאווענען נישט מיט אונז אינעם זעלבען ביהמ"ד) זאלן מאכן 4 מיליון דאלער פאר אינוועסמענט ריטורן וכדומה און א מיליון גייען זיי באצאלן פאר טריעטמענט אלס כדאי די חלל פון אום סיסטעמאטישע באהאנדלונגען (וואס אגב איז דאס די דעת גדולי ישראל אז יעדע פאל איז א מסכת פאר זיך וצריך לעיין בו) און אז מען זאל נישט דארפן ווארטן אין די רייע (ווייס איך נאך נישט וועלכע רייע) זאל מען נעמן די גאנצע 5 מיליון וואס מען קען שאפן און זאל פראלמירען אז מען גייט געבן א מאה אלף אן קיין סכום פון יארן און אן דארפן ווארטן אין די רייע און באקומען די סיסטאמאטישע באהאנדלונגען
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

שטויביג האט געשריבן:
רננו צדיקים האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
חוזר האט געשריבן:
עפעס האב איך געהערט א צייט צוריק אז בוני עולם ארבעט אויף א ביל, אז אינשורענס קאמפעניס זאלן באצאלן אינפערטיליטי קאסטן.
נישט בוני עולם, ס'זענען דא עסקנים וואס ארבעטן אויף דעם.
שמועה שמעתי אז העסקן הגדול ר' משה מארגערעטן און זיינע שותפים לדבר מצוה ארבעטן יעצט אויף אזא ביל
העסקן בעניני רפואה ר' ח.מ. לעבאוויטש פון מאנסי איז געווען פארנומען מיט דעם
כפי ידיעתי איז ר' חיים מאיר נישט פארמישט אין די עסקנות אויף דעם בילל.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

מי חכם האט געשריבן:
דער נומער נעמט אריין פונעם גאנצן יהדות החרדית (אדער גאר דער ארטאדאקסישער אידנטום) איבער דער וועלט, ריכטיג?

רעדט זיך עס פון 10,000 פארפעלקער, אדער 10,000 געבוירענע קינדער?
עס מיינט נישט נאר אינפערטיליטי, עס מיינט אויך דשענעטיק פראבלעמען וואס מען אנדעקט נאך די חתונה ווען מען האט שוין קינדער, אסאך פון די פראבלעמען ווערן קעיר גענומען אויף די זעלבע מהלכים ווי אינפערטיליטי.

דאכצעך מיר אפי' אז זיי שרייבן אייביג 10,000 "געזונטע" קינדער, אזוי ליגט מיר אין קאפ.
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

תגובה דורך נייע שטאט »

בלייב געזונט האט געשריבן:

איך ווער שוין צומישט אין דעם אשכול, קאמפליצירטע זאכן ווערן גערופן פשוט, איך דארף האלטן קאפ ווער רעדט פון 10,000?
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה

נייע שטאט האט געשריבן:

דער עולם זאגט אז בוני עולם שרייבט צען טויזנט
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

יאפס ר' שלמה באכנער, וואס איך געדענק נאך מ'האט אים אנגעקוקט פאר א מאדנער מענטש, האלב פאני האלב פאנטאזירער, אומרעאליסטיש, וואס ברענגט צום טיש א נושא וואס מ'רעדט נישט דערפון ברבים, וכו' וכו', האט צוגעהאלפן צום געבורט פון איבער "צען טויזנט קינדער" בלעה"ר, למען האמת מ'רעדט נישט פון צען טויזענט קאפלס, מ'רעדט פון צען טויזנט קינדער, א פראצענט דערפון צווילינגס, און נאך אביסל דרילינגס, און אויך עטליכע פירלינגען, און אין געוויסע פעלער האבן זיי אויך געהאט א שייכות צוצוהעלפן צו די געבורט פונעם צווייטן קינד ביים זעלבן קאפל, אשריך ר' שלמה אשריך, דו ביזט איינע פון די אידן וואס איך פלאץ פון קנאה, און די שפייעכץ רינט מיר ווען איך דערמאן דיין נאמען! יהי חלקי עמך גבור החיל וואו וואו וואו.
ועוד ידו נטוי' !
כמעט אין בדומה לו!
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

געבורטסטאג האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן? ווען מען איז יונגער איז עס ווייניגער?

דער חילוק איז ענדערש אין די שפעטערע יארן (הויכע דרייסיגער) דוכט זיך, אבער אין די יונגע יארן, בעפאר די 23 24 איז פארקערט.

מהאי טעמא, כמדומה אז ביי היימישע אידן זענען די נומערן פיל פיל ווייניגער ווי איינס אין 6. קוק דיר ארום ביי דיין סירקל, איז דא א זעקסטל יונגעלייט וואס האבן נאכנישט קיין קינדער 3 יאר נאך די חתונה?
ביי די נישט חסידישע וואס האבן חתונה פון די 22 איז דא מער וואס האבן נישט קיין קינדער?
וואס מוטשענען זיך,יא. בחסדי ה' ווערן 99.9% געהאלפן
מידיעה?

וואס איך ווייס וואס מען זאגט (אדער עכ"פ פלעגט זאגן) פאר יונגערע יונגעלייט וואס ווארטן אביסל אן קיין ערנסטע פראבלעם וואס מען ווייסט, אז אפטמאל איז מען נאכנישט גענוג רייף צו קענען ווען מען איז יונגער און ווען מען ווערט 23 און 24 ווערט מען געהאלפן אן קיין ספעציעלע פעולות.

עס קען זיין עס איז געווען סתם א נחמת שוטים, תנחומין של הבל, איך האב נישט דורכגעטון צי עס איז במציאות טאקע אזוי, אבער אזוי פלעגט מען זאגן

לעומת זה דאס וואס מען רעדט אז עס איז דא היינט מער אינפערטיליטי פראבלעמען און עס ווערט אין גרויסן טייל צוגעשריבן צו דעם וואס אין די אלגעמיינע וועלט הייבט מען אן זייער שפעט צו פרובירן, רעדט מען דא פון 35 און העכער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אשכול דודי
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 12:53 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשכול דודי »

כהאב געפרעגט עטליכע רבנים און עסקנים העומדים על המשמר. כפי ידעתם איז די דורות נישט מער ווי א סקעם / קאנספראציע.

און ביטע נישט אויסמישען מיטן צדיק וגדול גבור החיל ר' שלמה באכנער. וואס פירט אן ארגענעזאציע געשטיצט און איז אונטער אויפזיכט פון גדולי הרבנים וצדיקים. און ער רירט זיך נישט אן זייער הוראה.

ווי אויך ווערט ער ברייט געשטיצט און געהאלפן דורך ערפארענע אישי ציבור און ביזנעסלייט. מיט יושר און נאמנות.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

תגובה דורך מאטל שניידער »

הייסט דאס אין אנדערע ווערטער די ארגאניזאציע וועט נעמען א קלענערע צאל נדבות אין ניצן די פאוער פון אן אינשורענס פאליסי צו מאכן די געלט קענען אויפטון מער? ממה נפשך, מאכט די אינשורענס קאמפאני געלט טייטש מ'האט גארנישט אויפגעטאן ווייל אויב איז דא גענוג פאר פראפיט איז ליבערשט די מאדעל פון טראדיציאנאלע ארגענעזאציעס, מאכט די אינשורענס קאמפאני נישט קיין געלט מיינט דאס אז די גאנצע זאך גייט קראכן
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
קרעימיש קעיק
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 02, 2021 6:32 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעימיש קעיק »

אשכול דודי האט געשריבן:
כהאב געפרעגט עטליכע רבנים און עסקנים העומדים על המשמר. כפי ידעתם איז די דורות נישט מער ווי א סקעם / קאנספראציע.

און ביטע נישט אויסמישען מיטן צדיק וגדול גבור החיל ר' שלמה באכנער. וואס פירט אן ארגענעזאציע געשטיצט און איז אונטער אויפזיכט פון גדולי הרבנים וצדיקים. און ער רירט זיך נישט אן זייער הוראה.

ווי אויך ווערט ער ברייט געשטיצט און געהאלפן דורך ערפארענע אישי ציבור און ביזנעסלייט. מיט יושר און נאמנות.
ווענן מען פרעגט בלויז עטליכע ווערט מען נאך נישט קיין סקעם
ביטע טראכטן פארן רעדן אויף איינעם, איך מאך נישט אוועק אז ר' שלמה איז א צדיק
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

אשכול דודי האט געשריבן:
כהאב געפרעגט עטליכע רבנים און עסקנים העומדים על המשמר. כפי ידעתם איז די דורות נישט מער ווי א סקעם / קאנספראציע.

און ביטע נישט אויסמישען מיטן צדיק וגדול גבור החיל ר' שלמה באכנער. וואס פירט אן ארגענעזאציע געשטיצט און איז אונטער אויפזיכט פון גדולי הרבנים וצדיקים. און ער רירט זיך נישט אן זייער הוראה.

ווי אויך ווערט ער ברייט געשטיצט און געהאלפן דורך ערפארענע אישי ציבור און ביזנעסלייט. מיט יושר און נאמנות.
ווי קען זיין א סקעם אויב בעט מען נישט קיין געלט? ארגסטנס א דורכפאל
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
outsider
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:24 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך outsider »

מאטל שניידער האט געשריבן:

אויב עס איז אמת אז מענטשען גייען פאקן ריזיגע געלטער פון מעשר געלט און די עולם גולם וועט נישט כאפן (אויס עס איז ווי פריער שיין מסביר געווען הייסט עס אין מאמע לשון א סקעם....

outsider האט געשריבן:

ווער גייט פאקן ריזיגע געלטער? די מאדעל איז אויסגעשטעלט ווי א ביזנעס כ'זעה נישט אז די פאנדרעיזינג זאל קענען צילן עולם גולם

אויב ווי געשריבען פריער אז מען גייט מאכן גרויסע אקציעס פונקט ווי אלע אקציעס.. ווי גייט די געלט גיין?
וויפל געלט פלאנט מען צו שאפן?
אשכול דודי
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 12:53 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשכול דודי »

מאטל שניידער האט געשריבן:
אשכול דודי האט געשריבן:
כהאב געפרעגט עטליכע רבנים און עסקנים העומדים על המשמר. כפי ידעתם איז די דורות נישט מער ווי א סקעם / קאנספראציע.

און ביטע נישט אויסמישען מיטן צדיק וגדול גבור החיל ר' שלמה באכנער. וואס פירט אן ארגענעזאציע געשטיצט און איז אונטער אויפזיכט פון גדולי הרבנים וצדיקים. און ער רירט זיך נישט אן זייער הוראה.

ווי אויך ווערט ער ברייט געשטיצט און געהאלפן דורך ערפארענע אישי ציבור און ביזנעסלייט. מיט יושר און נאמנות.
ווי קען זיין א סקעם אויב בעט מען נישט קיין געלט? ארגסטנס א דורכפאל
מען בעט שוין איינמאל געלט... פון כל הקהל הקודש
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אשכול דודי האט געשריבן:
רבותי.

איז דאס געבעקט דורך עני רב? אדער קהילה?

אינטרעסאנט כהאב שייכות מיט אסאך אינגעלייט. קיינמאל נישט געהערט איינער זיך איינגעשריבן דארט
אדער עפעס באקומען...

וויסט איינער פערזענליך פון מענטשן ואס האבן נהנה געווען דערפון
קום אריין קלארער מיט דיין שייכות. זייער טאטע, ברודער, מורה הוראה אדער חתן מדריך?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2791
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

אשכול דודי האט געשריבן:
כהאב געפרעגט עטליכע רבנים און עסקנים העומדים על המשמר. כפי ידעתם איז די דורות נישט מער ווי א סקעם / קאנספראציע.

און ביטע נישט אויסמישען מיטן צדיק וגדול גבור החיל ר' שלמה באכנער. וואס פירט אן ארגענעזאציע געשטיצט און איז אונטער אויפזיכט פון גדולי הרבנים וצדיקים. און ער רירט זיך נישט אן זייער הוראה.

ווי אויך ווערט ער ברייט געשטיצט און געהאלפן דורך ערפארענע אישי ציבור און ביזנעסלייט. מיט יושר און נאמנות.
קום ביטע אריין קלארער וועלכע חלק דערפין איז א סקעם און וואס איז א קאנפאראציע, צו מיר קוקט עס אויס ווי א סאלידע פלאן, צו איך בין 100 פראצענט אז זיי גייען עס מאכן ניין,
ימים ידברו אבער איר קוקט אויס זיכער אז נישט, דערפאר קען איך באשטיין צו הערן פארוואס
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

סא עס קאסט גארנישט, אבער מען דארף זיך אנשרייבן צו ווערן געדעקט??? אויב האט איינער האט פראבלעמען שפעטער באקומט ער גארנישט וועגן ער האט נישט אויסגעפילט זייער צעטל?

איך מיין אז טוביה מאיר ניימאן שטייט אונטער די גאנצע זאך... ער דארף פשוט די טעלעפאן נאמבערס פון פרישע אינגערלייט..
אוועטאר
הויז
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:16 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז »

IMBZ האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
איך זע נישט פארוואס די אינשורענס זאל זיך אויסארבעטן ווייל איך זע נישט וועלכע לאך זיי פילן אן, זיי גייען נישט צאלן צופיל פאר שווערע קעיסעס, קאונסלינג בחינם איז דא ביי די ארעגענעזאציעס???? און הילף ביז פופציג טויזנט דאלער איז אויך דא, און די אדווערטייזמענטס אויף די רוקנס פון די אינגעלייט גייען זיי אויך נישט סטאפן ווייל די ארגענעזאציעס גייען זיך נישט קענען צומאכן אויב ס'בלייבט אזוי סאך צו דעקן.
וואס מיינט ביי דיר קאונסלינג?
וואס קען שוין קאונסלינג מיינען? ס'האט צוויי אפטייטשן?
כדי צו זיין א קאנסלער דארף מען האבן עקספעריענס.. און דעיס שטעלן זיי נישט צו.
די עקספעריענס מענטשן שטעטלן זיי נישט צו פאר יעדן פאון קאל.. זיי ענטפערן דעם טעלעפאן פאר יעדן, אין געבן גוטע ריפערלס, גארנישט מער.
איך ווייס נישט וואס דער עולם דא האט ליב צו טראכטן זאכן אן וויסן די אמת נאר בויען אויף שמועות וואס האבן נישט קיין הענט און פיס, איך ווייס קלאר אז בוני עולם שטעלט צו גאר עקספעריענס קאונסלערס פאר יעדעם איינעם פערזענליך וואס מאכט זיך פראבלעמען!, און בכלל רעד מען דא פון ווען זיי צאלן און אז דורות גייט צאלן ביז 50 אלפים נאר ביז 4 יאר,
איז אזוי איך קען פערזענליך אפאר הינדערט אינגעלייט וואס האבן נאך ליידער נישט קיין קינדער און אלע שטייען און וואונדערן זיך וואס וויל דא דעי דורות?, אלע שרייען קלאר אז בוני עולם נעמט אן יעדע קעיס נישט קיין חילוק צו מען איז 3 יאר אלט ווי איינער האט שוין דא פריער געזאגט און אוודאי נאך די חתונה באקומט יעדער געלט נאך פאר א יאר אויב מען דארף עפעס באהאנדלען, און אויב פעלט אויס אפי' מער ווי 50 אלפים פאר 4 יאר וואס דעיס ווענד זיך שוין ווי א קעיס, און זיי געבן עס אויף א אופן וואס קיינער שפירט נישט אומבאקוועם צו נעמען און מען דארף נישט ווארטן, און בכלל בוני עולם האט זיך שוין זייערע פאליסיס וואס ווערט יעדע יאר נאר בעסער לויט וויפל געלט זיי האבן און בנוסף ווען מיט די יארן הערן זיי וואס מען קען זיך פארבעסערן און זיי ווערן נאר בעסער, דאס אלעס וואס איך זאג זענען אפאר הינדערט אינגעלייט וואס זענען אין דעי מצב מעיד, און נאכדעם וואס דאס אלעס איז קלאר, האט נישט קיין שום פשט צו עפענען אזא קאמפעני ווי דורות די אידן וואס דארפן צוקומען צו דעים זאגן אז עס פעלט נישט אויס, אויב אזוי איז פונקט ווי איינער גייט נאך געלט פאר עושר וואס מאכט חתונה פארשטייט יעדער אז דער עושר איז מסודר ער ברויך דאס נישט די זעלבע דא בפרט ווען מען רעד נאר ביז 4 יאר איז די זאך זייער מסודר אינטער בוני עולם קיינער ברויך שוין נישט קיין הילף!

נ.ב. און אפי' עס איז געווען בעבר אידן וואס האבן געהאט טענות אויף בוני עולם, איז היינט געבן זיי זיך סאך מער אפ און זענען סאך מער מסודר אז יעדער איז צופרידן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יעצט אנגעקומען אהער און איך פרוביר צו מאכן סדר וואס ס'גייט פאר.

איינער פארשטייט שוין וויאזוי די ארגענעזאציע גייט ארבעטן?

איז איינער קלאר צו מען גייט טשארדזשן געלט פון די אינגעלייט אדער נישט?

אזא האקעלע ענין, ווייסט איינער פון א רב אדער אדמו"ר ביהיינד?

עפעס קלעבט מיר נישט דא.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אבער באמת לענין קוקט אויס ווי מען גייט קענען אוועקפאקן בסיעתא דשמיא די גאנצע זאך וויאזוי ס'זאל נאר ארבעטן.

ווי שוין האלבוועגס באריכטעט ארבעט הצדיק ר' משה מארגערעטן אויף א פעדעראלן ביל וואס וועט צווינגען די אינשורענס קאמפעניס צו באצאלן פאר די פראצעדורן, עפעס וואס וועט מאכן פיל לייכטער פאר די הייליג בארימטע ארגענעזאציעס בוני עולם און עי טיים צו העלפן יעדן יחיד.

הצדיק ר' משה איז אין די לעצטערע חדשים ארומגעגאנגען צו פילע אדמורי"ם ורבנים אפנעמען זייער ווארעמע הסכמות און שטארקע ברכות פאר די פרישע פראיעקט לטובת הציבור און דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל דורכגיין אינגיכן.

מחמת סיבות פשוטות איז עס עפעס וואס איז שווער אויסצושמועסן אין פובליק און אזוי אויך איז ביז די יעצטיגע לעצטע שטאפלען פון שתדלנות געווען כדאי צו האלטן די זאך ווי שטילער אז ס'זאל נישט ווערן געשטערט.

ותפקוד לכל חשוכי בנים בזרע של קימא לעבודתך וליראתך. אמן!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א רעוועלוציע פאר פארפעלקער "דורות"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

Wow a1 האט געשריבן:
סא עס קאסט גארנישט, אבער מען דארף זיך אנשרייבן צו ווערן געדעקט??? אויב האט איינער האט פראבלעמען שפעטער באקומט ער גארנישט וועגן ער האט נישט אויסגעפילט זייער צעטל?

איך מיין אז טוביה מאיר ניימאן שטייט אונטער די גאנצע זאך... ער דארף פשוט די טעלעפאן נאמבערס פון פרישע אינגערלייט..
זיי נוצן א געהעריגע אינשורענס קאמפעני ווי איך פארשטיי! זיי צאלן פאר פאליסיס און די קאמפעני צאלט געלט אויב ס'פעלט אויס. זיכער דארף מען זיך איינשרייבן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”