זייער קלאר! געוויסע דעטאלן זענען פארנעפלט, אבער מער ווייניגער שטימט עס. די אינשורענס גייט צאלן פאר די טריטמענט אויב ס'פעלט אויס.קארופציע האט געשריבן:לויט מיין אינפא גייט דאס ארבייטן זייער פשוט
יעדע אינגערמאן ביז 3 חדשים נאך די חתונה אדער טאטע פון חתן כלה וועט (קענען) איינשרייבן אין דורות וואס וועט אטאמאטיש אקטיווירן אן אינשורענס פאליסי וואס דארף באצאלט ווערן פאר 3 יאר מינימום.
דאס איינשרייבן קאסט נישט.
דורות וועט צאלן פאר די פאליסי 3 יאר, און אויב פארט אלעס כשורה וועלן זיי לאזן לויפן די פאליסי נאך 3 יאר.
אויב שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן דארף אנקומען צו הילף, וועט די פאליסי דעקן די קאסטן ביז 50 אלפים.
די אינשורענס וועט דעקן א ליסטע פון געפריווטע טריעטמענטס, וועלכע קען בעז"ה העלפן א איבערוויגנדע פראצענט פון די קעיסעס.
די דורות ארגאניזאציע איז נישט קיין קאמפאטישן פאר בוני עולם און מאכט נישט די הייליגע ארגאניזאציע מיט קיין פינטל אומוויכטיג, נאר זיי קומען מיט א פרישן דורכברוך אנצופילן א גרויסן חלל פון ביז היינט דורך אהערשטעלן דעם ערשטמאליגן אינשורענס, און דורך סיסטעמיזירן די הילף.
מיט דורות וועט בעז"ה קיין איין אינגערמאן נישט דארפן שטיין אין די רייע פאר הילף נאר די טיר וועט תיכף זיין אפן, און געלט וועט נישט זיין קיין אפהאלט צו אנהייבן זיין הילפס רייזע.
דורות וועט אפערירן דורך נדבות פונעם ציבור, און וועט אנפירן מיט א מאסיווע פאנדרעיזינג ווי אלע סוקסעספולע ארגאניזאציעס ביי כלל ישראל.
ווי יעדע אינשורענס דארף אויך דורות ארייננעמען ווי א גרעסערע קראוד פון פאליסי אריינצאלער כדי דאס זאל קענען דעקן פאר די וואס ברויכן אנקומען צו הילף.
די פאליסי ארבעט ווי יעדע אינשורענס מיט אינוועסטמענט און דיווידענטס און ווערט אפערירט דורך איינע פון די גרעסטע און קראנטע לאנגיעריגע אינשורענס פירמעס.
דורות האט שוין אין די פארגאנגענע וואכן איינגעשריבן (בעפאר די קאמפיין איז ארויס) עטליכע טויזנט מעמבערס וואס זייער פאליסי איז געווארן איינגעצאלט פאר די ערשטע יאר און איז געווארן געפאנדעד דורך נדיבים.
איך וויל נאר פארשטיין די וואס שרייען סקעם און קארופציע נאך איידער יענער האט צייט ארויסצורעדן א ווארט, בפרט אז מ'רעדט ווארשיינליך פון אן ארגאניזאציע לשם שמים. באקומען זיי באצאלן דאס אראפצורייסן אדער זיי טוען עס על דעת עצמם לשם עבירה???