דו פארשטייסט באמת נישט די חילוק צווישן פאסט און א קאלל???? דאס מאכט נערוועז און דאס נישט. זאגסטו נישט אויפצוהייבן פאר פרעמדע נאמבערס, פארוואס? ווייל געוויסע ארגאניזאציעס זענען אוממענטשליך? ענדערש זאלן די ארגאניזאציעס אויפהערן צו טון אוממענטשליכע זאכן. מעשה שהיה, מיין טאטע פלעגט נישט אויפהייבן קיינמאל אויף פרעמדע נאמבערס. ביז איך האב געלערנט אין א ישיבה מחוץ לעיר און איך בין געשטאנען ביים באס סטאפ אבער פארגעסן מיין תפילין בייטל אין מיין טאטנ'ס קאר. האב איך געבארגט א סעלפאון און אים גערופן ער זאל עס שנעל ברענגען, אבער ער הייבט נישט אויף. האב איך געדארפט רופן מיין מאמע זאל רופן מיין טאטע און ביז דעמאלטס איז די באס שוין אנגעקומען, האב איך פארפאסט די באס און אנגעקומען 2 שעה שפעטער אין ישיבה. זייט דעמאלטס הייבט ער אויף יעדן קאלל.הייסע פעפער האט געשריבן:איז אדער שטעלט אן אייער פאון אזוי ווי איך האב פריער געשריבן, אדער הייב נישט אויף קיין פאון קאללס פון נאמבערס וואס די קענסט נישט.יצחק אייזיק האט געשריבן:א סעלפאן נומער איז יא א סוד!! א טעלעפאן האב איך צו קענען רופן אנדערע און אז מיינע באקאנטע זאלן מיך קענען כאפן לעת הצורך, נישט אז פרעמדע וואס קענען מיר נישט זאלן מיך עביוזן דערויף. דאס זעלבע איז מיט א היים פאון, מיין טעלעפאון איז מיינס א זאך וואס העלפט ארויס אין מיין פערזענליכע לעבן, און קיינער האט נישט קיין רעכט מיך צו עביוזען דערויף אן מיין רשות. משא"כ שיקן א בריוו אויף די פאסט און טרעפן אין בית המדרש.
דאס איז א זאך וואס איז פשוט וברור, נאר איינער וואס איז געווען אינוואלווד אין א קאמפיין קען פארשטיין אנדערש.
נאכאמאל, ווען איינער מאכט מיר משוגע אויף מיין טעלעפאן ווער איך אויך נערוועז, אבער שרייבן מיט אזא hate איז עפעס וואס איך פארשטיי נישט..
נ.ב. דא האט איר די זעלבע זאך וואס איר האט געשריבן נאר געטוישט צו בריוו:
א פאסט באקס האב איך צו קענען שיקן בריוו צו אנדערע און אז מיינע באקאנטע זאלן מיך קענען שיקן לעת הצורך, נישט אז פרעמדע וואס קענען מיר נישט זאלן מיך עביוזן דערויף. מיין פאסט באקס איז מיינס א זאך וואס העלפט ארויס אין מיין פערזענליכע לעבן, און קיינער האט נישט קיין רעכט מיך צו עביוזען דערויף אן מיין רשות.
שטימט? וואס איז אנדערש?
לגבי שרייבן מיט א העיט וועל איך זאגן דעם אמת. איך ווייס נישט אויב דו מיינסט מיר, אבער איך בין יעצט מער פארביסן ווי תיכף נאך די קאמפיין. פארוואס? ווייל ווען די קאמפיין שיקט ארויס אלע ארבעטער צו ענטפערן אויף אייוועלט און שארף פארשרייען די וואס רעגן זיך אויף די קאללס מיט זינלאזע תירוצים, דאס גופא רעגט מער אויף ווי די קאללס זעלבסט. די קאללס איז געווען אן עוולה, אבער דאס פארענטפערן אז מ'טאר נישט מוחה זיין וועגן חיים מעדיקל טוט אויף אזויפיל און ווייל זיי הייבן אויף אלע טעלעפאן קאללס און וועגן זיי האבן געטרייט זייער בעסט וכו', דאס רעגט אסאך מער אויף ווי די עצם עוולה. להוי ידוע.