קלעבעדיגע טובות

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך לייד זיך לעצטנס אן פון א צובראכענער איד וואס בעט מיר כסדר טובות, לאמיר אים רופן זרח. זעלבסטפארשטענדליך אז קיין יישר כח האב איך נאכנישט געהערט אויף קיינער פון די זאכן, אבער טיילמאל נעמט ער מיר ארויס פון די כלים, צום ביישפיל: כ׳בין אמאל געווען אויפן פליגער, און כ׳האב געקריגן פון אים בערך פופצן מעסעדזשעס אויפאמאל. כ׳האב אים איגנארירט, אבער אינמיטן די רייזע האט ער אנגעמערקט אז כ׳בין אנליין האט ער מיר ווידער אנגעהויבן אטאקירן מיט טעלעפאן קאללס. ער האט געוואוסט אז איך האלט אינמיטן פליען אבער עס האט אים קנאפ אינטערסירט.

ווען איך בין אנגעקומען צו מיין דעסטינאציע און כ׳האב זיך אריענטירט האב איך אים צוריקגערופן און געזאגט זייער רואיג ״אנטשולדיגט, אבער קענסטו מיר ערקלערן פארוואס דו האסט מיר אזוי גערודפ׳ט וויסנדיג אז איך בין אויסדרוקליך נישט אוועילעבל פאר דיר?״ דער ענטפער איז געקומען קורץ און שארף ״כ׳האב אפגעמאכט אז איך מוז דאס האבן, און איך האב באשטעטיגט אז איך וועל דיר רופן און רופן ביז דו וועסט אויפהייבן״. כ׳האב אים געזאגט אז דאס איז גאר א שלעכטע מהלך פאר קאמיוניקאציע און אז צוליב דעם התנהגות וועל איך אים נישט קענען טון די ספעציפישע טובה. ער האט גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן אנע זאגן ׳זיי געזונט׳ און מיר האט עס נישט אינטערסירט, העיקר אז כ׳בין פטור געווארן פון דעם אנשיקעניש.

ויהי היום, צוויי טעג שפעטער קריג איך א מעסעדזש פון אים ״זיי מיר מוחל פארן דיר משוגע מאכן דעמאלטס, איך ווייס אז עס איז זייער נישט שיין געווען פון מיין זייט״. איך האב זיך געפרייט אז ער אנערקענט אין זיין שלעכטע טאהט און איך האב אים צוריקגעשריבן אז אלס איז בסדר.

גייט נישט אדורך א סעקונדע און דער טעלעפאן קלינגט, און ווער איז עס אויב נישט דער יעניגער? איך הייב אויף און דער הייבט מיר אן ווידעראמאל בעטן א טובה וואס עס האט מיר אויסגעזען אוממעגליך אויסצופירן. איך האב אים שיין אפגעזאגט און ערקלערט אז איך קען נישט יעצט. דער האט זיך אנגעהויבן איינבעטן ״פאר באצאלט ביסטו יא מסכים?״ איך האב אים מסביר געווען אז איך טוה דאס נישט - נישט ווייל איך וויל נישט נאר ווייל איך קען נישט, און דעריבער וועט געלט נישט העלפן אין אונזער פאל. ״אקעי, דעמאלטס קענסט עס מאכן ווען דו ווילסט״ האט ער מיר באפוילן. איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן. פארשטייט זיך אז צומארגנס איז שוין געקומען פאדערונגען ״ווען וועסטו עס מאכן?״ - ״כ׳מיין נישט צו פרעשורן כ׳וויל נאר וויסן אויב דו ווייסט בערך״ - ״ביטע טוה עס פאר קומענדיגע וואך דינסטאג פיר אזייגער״ און אזוי ווייטער.

איך האב אים צוריקגעשריבן אז איך קען נישט, און ער זאל ביטע בעטן א צווייטן.

די רגע יענער האט געזען דעם מעסעדזש האט זיך באוויזן א נאטיפיקאציע אז א קוויקפעי האט געלאנדעט אין מיין אקאונט. ער שיקט מיר זאפארטיג א מעסעדזש ״כ׳האב דיר אריינגעשיקט געלט, ביטע מאך עס געשען״. איך האב אים אנגערופן און געזאגט אז עס איז אוממעגליך, האט ער מיר ווידעראמאל אינפארמירט אז איך פארמאג נישט קיין צוויי ברירות. איך האב אים צוריקגעשיקט דעם אומגעבעטענעם קוויקפעי און געוואלט זיך רוקן ווייטער, אבער ווען עס איז אנגעקומען דער טאג וואס ער האט עס געוואלט האבן האב איך נישט אויפגעהערט באקומען פון אים טעלעפאנען באגלייט מיט געוויינען, געשרייען, סטראשונגען, דערנידערונגען, גילט טריפירונג, און נאך. איך האב זיך געהאלטן פעסט און עס נישט געטון.

און היינט קלינגט ער מיר ווידער אן פאר א טובה...

אלזא, לאמיר פרעגן די זאך קענער. וואס פארא דיסארדער קען דאס זיין?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בעז״ה וועל איך ארויפלייגן נאך מעשיות אויב כ׳וועל האבן צייט. מיין פריינטשאפט (?) מיט זרח׳ן גייט שוין צוריק קרוב צו צען יאר און מיין ארסענאל איז אנגעפילט מיט אזעלכע און נאך ערגערע געשיכטעס.
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

אוי וויי...
הושענא חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

קוקט מיר אויס אביסל ווי די מעשה אינעם פארגאנגענעם 'נפשי' ווי דער יעניגער וואס האט זיך אנגעליטן פונעם נאַרסיסטישן קרוב.
קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.
גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

איך האב ב"ה אויך אזא עמיצן באמת א חולי נפש, ער קען מיר רופן געוויסע צייטן צענדליגער מאל! אמאל איז עס געווען אפשר 50 מאל און א צי, אדער מער פון דעם
וואס ער וויל? אייביג איז עס גאר א וויכטיגע נושא וואס ער מוז זאגן, אמאל קומט ער צו ער גיבט א זאג א סטעיטמענט מיט די גאנצע שארפקייט, און גייט ווייטער
בעצם האט זיך די פריינדשאפט אנגעהויבן ווען איך האב איינמאל געלערנט מיט אים צוזאמען, און זייט דעמאלטס לערן איך מיט אים בעצם בחברותא נאר, איך קום פשוט נישט אן
אבער ב"ה איך טוה עס מיט א געוואלדיגער געשמאק, קיין שום זאך וואס איך קען נישט טון טוה איך ממילא נישט, איך בין אבער וויליג אים אויסצוהערן ווען איך קען יא, פאר ווילאנג איך וויל, דערנאך זאג איך אז איך דארף גיין, אבער ער זאל אנבאדינגט געדענקען איבערצושמועסן די נושא וכו' וכו'
די געדאנק איז עס איז באמת א גרויסע מצוה און די עיקר שפיר דיך נישט אטאקירט פון יענעם, טוה וואס דו קענסט הער אים אויס בחפץ לב, מיט א לייכטע געמיט, און גיי ווייטער
יעדע מאל ער וויל רעדן צו דיר, קוק עס אן אז ב"ה א מצוה איז אריינגעפאלן אין דיינע הענט, אז דו האסט די מעגליכקייט הייב אויף, אז נישט מאך אפ ביי דיר אז קיינער אטאקירט דיר נישט! סך הכל ליידט יעצט דיין טעלעפאון פון א וויירוס און געגאנגען ווייטער
אבער ווען דו רעדטס יא צו אים טוה עס מיט דיפילסטע מאל העפליכקייט זיך אים נישט אויסצומענטשלען.
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

יא, איך, און מסתמה נאך אסאך מענטשן, ליידן אויך כסדר פון אזעלעכע פגיעתן רע'ניקעס. אבער איך מיין אז דער פראבלעם הייבט זיך נאר אן ווען מהייבט אן טראכטן אז אפשר איז יענער אפאר פראצענט גערעכט, מ'הייבט אן צו האבן אביסל גילטי פילינגס צו יענעם, און מען פילט זיך ווי א שטיקל שלעכטער, אדער ווי א מענטש אן קיין הארץ.

ע"כ איז וויכטיג זיך איינצו'חזר'ן ביי זיך און קאפ קלאר:

איך בין דעם מענטש גארנישט שולדיג!

און אויב פילט מען אז ער בעט א זאך וואס איז צופיל, אדער עפעס וואס מ'האלט נישט ביים טון איצטער, זאל מען אים שיינערהייט תיכף אפזאגן מיט א קלארקייט

איך וויל נישט און איך גיי עס אי"ה נישט טון!

און נישט טראכטן נאכדעם, אפשר בין איך געווען צו שארף??

אויב דו טוסט טובות פאר א מענטש ווייל ער האט דיך טעראריזירט אויף סיי וואספארא אופן, ביזטו נישט קיין פיינע מענטש און דו טוסט נישט קיין שום חסד, דו ווערסט פשוט מענאפולירט דורך א שלעכטע רחמנות

כי אמרתי עולם חסד יבנה!!
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

לאמיר דערציילן נאך א געשיכטעלע וואס וועט אפשפיגלען די סיטואציע.

דער אויבנדערמאנטער זרח, האט אמאל באשלאסן אז ער וויל גיין רעדן מיט עמיצן און איבערגעבן עפעס אין מיין נאמען. איך האב אים ערקלערט אז היות יענער איז א רעספעקטירטער מענטש אין מיינע אויגן, ווייס איך נישט אויב עס פאסט אז ער זאל גיין יענעם איבערזאגן אין מיין נאמען די ספעציפישע זאך. כ׳האב אים שטארק געבעטן אז ער זאל עס נישט טון, אבער ער האט די גאנצע צייט געטענה׳ט אז ״ס׳וועט זיין גוט, זארג זיך נישט״ זיך נישט קימערנדיג בכלל מיט מיין בקשה.

וויסנדיג אז ער גייט דאס טון, האב איך אים בלאקירט פון מיינע מעסעדזשעס, כדי אז ער זאל מיר נישט קומען איבערדערציילן וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען א.ד.ג. און כ׳האב געקלערט אז ער וועט דערפון פארשטיין אז ער האט וויאלירט מיינע רעכטן דורכן טאן עפעס כנגד רצוני. פארשטייט זיך אז איך האב אנגעהויבן קריגן א רעגן פון טעלעפאן קאלל׳ס, אבער איך האב נישט אויפגעהויבן. דאן האט ער אנגעהויבן רופן און טעקסטן פון פארשידענע נומערן, אבער נאכן איינמאל אויפהייבן און כאפן אז דאס איז ער, האב איך גענומען אן החלטה און איך האב פשוט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאנען וואס איך האב נישט דערקענט.

פלוצים קומט אריין א טעקסט מעסעדזש פון א פרעמדע נומער ״קענסטו מיר ערקלערן פארוואס דו האסט מיר געבלאקט? איז דאס א נארמאלע זאך?!״ איך האב צוריקגעשריבן אז ״איך האב נישט געוואלט הערן פון דעם וואס דו ביסט געגאנגען רעדן צו יענעם, און דערפאר האב איך דיר געבלאקט״. שרייבט ער מיר צוריק ״וויאזוי קענסטו טון אזא זאך צו מיר? שוין זאלסטו מיר אויסבלאקירן!״. איך האב אים צוריקגעשריבן אז איך מיין אז מען זאל ווארטן עטליכע טעג ביז עס קילט זיך אפ, און דאן קען איך אים צוריק אויפמאכן. דא קומט אריין דער פאנטש, ער שרייבט מיר מיט א צוקלאפטע מינע ״ביטע נעם אראפ דעם בלאק פון מיין נומער, ווייל ווען מענטשן בלאקן מיר מאכט עס מיר שפירן ווי איך בין רעדזשעקטעד, איך האב נישט ליב צו שפירן אזוי״.

כ׳האב אים צוריקגעשריבן: ״הער אויס ידידי, דו האסט מיר א גאנצן צייט בארואיגט אז עס וועט זיין גוט און כ׳זאל זיך נישט זארגן. איצטער זאג איך דיר, עס וועט זיין גוט, זארג זיך נישט. איך וועל דיר עפענען ווען איך וועל שפירן אז אלס איז פאריבער״.

זרח האט זיך אבער נישט בארואיגט, און ער האט מיר הייס פארשפראכן אז ער וועט נישט רעדן צו מיר דערוועגן בכלל. איך האב אים געעפנט, און שטעלט אייך אליין פאר וואס עס איז געווען דער ערשטער מעסעדזש וואס ער האט געשיקט - פינף מינוט דערנאך!

״האלא, וואס זאגסטו צו דעם וואס כ׳האב אים געזאגט? ער טענה׳ט אז עס איז נישט קיין קלוגע זאך״...
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

טישטוך האט געשריבן:
זרח האט זיך אבער נישט בארואיגט, און ער האט מיר הייס פארשפראכן אז ער וועט נישט רעדן צו מיר דערוועגן בכלל. איך האב אים געעפנט, און שטעלט אייך אליין פאר וואס עס איז געווען דער ערשטער מעסעדזש וואס ער האט געשיקט - פינף מינוט דערנאך!

״האלא, וואס זאגסטו צו דעם וואס כ׳האב אים געזאגט? ער טענה׳ט אז עס איז נישט קיין קלוגע זאך״...
Your problem, דו טארסט נישט ווערן איבערגענומען פון זיינע קראקאדייל טרערן, און זיך לאזן פארדרייען א קאפ.
דו מיזט אים נישט עפענען ווייל ער זאגט אז ער האט נישט ליב צו פילן רעדזשעקטעד
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

Mute should help.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

פרוכטבארע פאנטאזיע האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
זרח האט זיך אבער נישט בארואיגט, און ער האט מיר הייס פארשפראכן אז ער וועט נישט רעדן צו מיר דערוועגן בכלל. איך האב אים געעפנט, און שטעלט אייך אליין פאר וואס עס איז געווען דער ערשטער מעסעדזש וואס ער האט געשיקט - פינף מינוט דערנאך!

״האלא, וואס זאגסטו צו דעם וואס כ׳האב אים געזאגט? ער טענה׳ט אז עס איז נישט קיין קלוגע זאך״...
Your problem, דו טארסט נישט ווערן איבערגענומען פון זיינע קראקאדייל טרערן, און זיך לאזן פארדרייען א קאפ.
דו מיזט אים נישט עפענען ווייל ער זאגט אז ער האט נישט ליב צו פילן רעדזשעקטעד
כ'האב אויך אזא שטיקל זרח'ל
צוויי דריי מאל האב איך אראפגעשטעלט א פיס מיט רציחה נישט דערשראקן פון קיין סטראשע אין טרערן
ס'האט געהאלפן
א קליינע עפיזאד: איך האב אים אמאל געדארפט אראפלייגן אויף א גאס וואס איז א וואן וועין, אין עס איז געווען שפעט ביינאכט כ'באב נישט געהאט קיין צייט ארום צופארן די גאס די נארמאלע וועג נאר אוי ווי די הויז איז די ערשטע הויז ביים וואונקל בין איך אריינגעפארן ראונג וועי ביז די ערשטע דרייוו וועי
דעי טענטראום וואס דער זרח'ל האט געמאכט WOW וויי וויי וויי
כ'בין דיך נישט מוחל, פאר יעצט ארויס, פארוואס פייניקסטו מיך, אן ענד אן .... מיט פארוויינטע אויגן ארויס פון קאר אין פארהאקט די טיר
"כ'רעדט מער נישט צו דיר"
(פארגעס נישט כ'אב עם געטהון א טובה איינסע ביינאכט, איך בין א סעף דרייווער, די גאס איז געווען ליידיג)
בקיצור המעשה יא אזוי גייט עס מיט די חברה
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

נאך א מעשה פון היינט.

זרח קלינגט מיר אן און הייבט מיר אן דערציילן א גאר וויכטיגע מעשה וואס האט מיט אים פאסירט. איך הער אים אויס בעת וואס איך מאך זיך א קאווע, איך טרונק עס אויס, איך ווארף אוועק דאס גלעזל, און איך נעם מיין טלית און תפילין ארויסשפאצירנדיג פון הויז.

איך דארף אריינגיין אין עלעוועיטער כדי אראפצוגיין אין גאס, און אינעם עלעוועיטער איז נישטא קיין סערוויס. איך גיב א זאג פאר זרח׳ן אז איך טרעט יעצט אריין אין אן עלעוועיטער און די טעלעפאן גייט זיך אפהאקן. אבער נאך פאר איך האב עספיעט צו ענדיגן מיין זאץ הער איך ווי ער זאגט שנעל ״ביי״ און ער גיבט א האק אראפ.

אויפן וועג אין שול האב איך אריינגעקלערט און געכאפט אז ער האט מיר בעצם גערופן, אלס איינער פון די מענטשן וואס ארבעטן פאר אים. היות איך האב נישט צוגעשטעלט די טעגליכע ליסענינג סערוויס בין איך נישט קיין גוטער ארבעטער, און עס אינטערסירט אים ניטאמאל פארוואס איך קען אים נישט אויסהערן...

איך האב אים נישט צוריקגערופן פאר צוויי סיבות: איינס, ווייל די מעשה איז נישט געווען אינטערסאנט. און צוויי, ווייל איך בין דאך נישט איינגשטעלט ביי זרח׳ן אין אפיס.

דאס איז נאר א פיצי מעשה פון זרח, איך שרייב עס נאר אראפ ווייל עס איז פריש.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דערפאר האסטו געשריבן דעי תגובה?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

fiena nieas האט געשריבן:
דערפאר האסטו געשריבן דעי תגובה?
יא, ווייל איך האב אים נישט דיאגניזירט. עס איז אבער ביי מיר ברור כשמש אז נאך א רילעישנשיפ פון נאנט צו צען יאר קען איך אים באצייכענען אלס א ליידענדער פון א געוויסע פערסאנעליטי דיסארדער. מיין ציל מיטן שרייבן דא די מעשיות איז זיך אויסצוגעבן, און אויך צו דערגיין דעם קרענק.

(איך ווייס נישט פארוואס איך ענטפער דיר בכלל).
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

טישטוך האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
דערפאר האסטו געשריבן דעי תגובה?
יא, ווייל איך האב אים נישט דיאגניזירט. עס איז אבער ביי מיר ברור כשמש אז נאך א רילעישנשיפ פון נאנט צו צען יאר קען איך אים באצייכענען אלס א ליידענדער פון א געוויסע פערסאנעליטי דיסארדער. מיין ציל מיטן שרייבן דא די מעשיות איז זיך אויסצוגעבן, און אויך צו דערגיין דעם קרענק.

(איך ווייס נישט פארוואס איך ענטפער דיר בכלל).
You need to go to a professional to know how to get rid of this person, not how to handle him, just how to get rid of him forever !

To save your privacy and life you should pay money out of your pocket, and get professional help to get rid of him asap ! Yes he is the sick guy and not you but unfortunately you should be the one going for help sice you cant send him.

these ppl can be dangerous too . get rid of him!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וימאן מיט א 4K שלשלת
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

זייער אן אינטערעסאנטע אשכול, מיסטער טישטוך כ'מיין איך דארף דיר איבערגעבן מיין שר החסד היטל.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

איך האב אויך געהאט אזא פגע רע, איין מוצ''ש האט ער מיר גערופן במשך פון אונטער א האלבע שעה, 16!!!! מאל, דאס איז געווען די שטרוי אויפן קעמל'ס רוקן און איך האב מער קיינמאל נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן קאל פון אים, ער פלעגט רופן פון כל מיני טעלעפאן נומבער'ס, איז ווען איך פלעג הערן אז עס איז ער, פלעג איך זאגן אנטשולדיגט איך בין זייער פארנומען און איך קען נישט רעדן, און אראפגעלייגט די טעלעפאן נאך פאר ער קען אנהייבן מיך נעמען אויף א רייד, און תיכף צוגעלייגט דעם נייעם נומבער צום ליסטע פון זיינע נומבער'ס וואס מען טאר נישט אויפהייבן.

ב''ה במשך די לעצטע צוויי יאר האט ער מיר נאר צוויי מאל גערופן, קוקט אויס ער האט זיך געזוכט אן אנדערען אויף וועם צו הויערן...
און איך מיין פאר אייך הרב טישטוך איז דאס אויך די איינציגסטע עצה, (אויב איר זוכט מיינע עצות...) אפהאקן אינגאנצען און נישט זיך לאזן צוטרעטן, עס קען אמאל אריינפאלן א מחשבה'לע אז אפשר בין איך א רשע אז איך הייב נישט אויף, דארף מען אבער געדענקן אז חייך קודמין!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ליינענדיג אלע תגובות פון דעם אשכול און פון פערזענליכע לייף עקסיפיריענס מיין איך אז מען קען קלאר זאגן אז אלעס ווענדט זיך וויפיל מען קען דערהייבן.

אויב קען מען אויסהערן איז עס א ריזיגע מצוה, מען דארף נאר שטעלן קלארע גרעניצן (יעדער מענטש לויט תכונת נפשו) פון וואס מען רוקט זיך נישט, נישט קיין חילוק ווי שטארקע קראקאדייל טרערן יענער לאזט.

אויב קען מען זיך נישט האלטן צו די קלארע גדרים וואס עס פארלאנגט זיך אז עס זאל נישט שטערן די פערזענליכע לעבן, דאן דארף מען גענצליך אפהאקן איידער עס ווערט א סכנה בנפשיות.

מען דארף נאר געדענקען אז עס זאגט זיך (שרייבט זיך...) גרינגער ווי געטון, עס קען אמאל זיין ביטער שווער, דעריבער דארף מען מיט ישוב הדעת מאכן די ריכטיגע באשלוס (זיכער כדאי צו עס דורכרעדן מיט א דעת תורה, זייער פיל מאל זענען דיני נפשות אינוואלווד) און בלייבן זיכער מיט זיך. צום סוף וועט עס בס"ד אדורכגיין.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

האסט נישט מורא פון גילוי?…
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שוין צייט פאר נאך א מעשה.

זרח האט מיר איין טאג אנגעקלינגען און מודיע געווען אז איך מוז אים שוין זאפארט ערלעדיגן עפעס א וויכטיגער לעגאלער דאקומענט. כ׳האב אים ערקלערט אז איך בין זייער ערשעפט און מיטן אויבערשטנס הילף מארגן אינדערפרי וועל איך אים עס ערלעדיגן. שוין, ער האט פרובירט נאך אזא צען מאל מיר דרוקן צום וואנט אבער ער האט געזען אז עס וועט נישט העלפן, און ער האט נאכגעלאזט.

דעם קומענדיגן אינדערפרי, זיבן אזייגער, הער איך פלוצים באמבאדירונגען אויפן טיר. עס איז געגאנגען א שלאקס רעגן אין גאס און עס איז געווען זייער ׳קאוזי׳ און עס האט מיר נישט געשמעקט אויפצושטיין אזוי פרי. אבער אז עמיצער האקט און זעצט, און קלינגט דעם בעל, דארף מען דאך וויכטיג קוקן ווער דאס איז. אפשר איז דאס אן עמערזשענסי.

איך טוה זיך אן די קראקס, און כ׳שלעפ זיך מיט די פיאות אין דער הייעך צום טיר. כ׳דרוק צו מיין נאז צום אויגעלע אויפן טיר און וועמענס געשטאלט אנטפלעקט זיך מיר פאר די אויגן?

זרח!

ער שטייט דארטן מיט א דורכגעווייקטער קאפעטע, עס רינען רעגן וואסער פון זיינע נאז לעכער. ער איז אנטשלאסן אז ער וועט מיר נישט אפלאזן ביז איך גיב אים דאס וואס ער פארלאנגט. אבער ער האט זיך נישט באגעניגט מיט קיין טעלעפאן רופן, נאר ער איז געקומען בכבודו ובעצמו האקן אויפן טיר אין דעם פראסטיגן וועטער, און זעלבסטפארשטענדליך מיר מודיע זיין אז איך בין שולדיג אז ער גייט זיך פארקילן.

איך עפן דעם טיר און מיט כעס בין איך אים מודיע אז ער איז אומגעוואונטשן, און אז ער זאל זיך מער נישט אומקערן אויף אזא אופן ״אזוי וועסטו קיינמאל נישט זען קיין טובות פון מיר״ האב איך הייס פארשפראכן, צוקנאקנדיג דעם טיר אויף זיין נאסע נאז. ער האט זיך ארומגעדרייט, געצייגט מיט א געוויסער פינגער א גאר אומאיידעלע צייכן, און געגאנגען מיט שנעלע טריט אין וועג אריין, פלאטשקענדיג אין די פרישע פאדלען אויפן טראטואר. אין יענע מאמענטן האב איך געשפירט ווי א שייגעץ און שלעכטער, און כ׳האב געוואלט אים שנעל צוריקרופן און איבערבעטן, אבער איך האב עס נישט געטון וויסנדיג אז דאס איז א פירצה וואס וועט קורא זיין לזרח.

איך בין שוין נישט צוריק אריין אין בעט, נאר איך האב זיך גרייט געמאכט און געגאנגען אין ביהמ״ד. דארטן האט מיר שוין אפגעווארט א וואוילטעטיגער איד וואס האט מיר אפירגענומען אין א זייט און מעורר געווען ״זאלסט וויסן אז זרח איז שטארק פארווייטאגט אויף דיר״ האט ער געדראעט מיט א שטרענגן פינגער ״מ׳קען זיך נישט שפילן מיט זיינע געפילן, ער איז א ספעציעל סענסיטיווער נפש״. איך האב אוועקשפאצירט, אנגעצינדן א ציגארעטל און זיך גערעגט אויף די וועלט. אבער יענע נאכט האב איך ווידער געקריגן א טעקסט מעסעדזש פון זרח וועלכער האט זיך ווארשיינליך עספיעט אפצוטריקענען, ״זיי מיר מוחל פארן אטאקירן אינדערפרי, איך גיי עס מער נישט טון״.

עד כאן המעשה.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דער וואוילטעטיגע איד האט כאאש געזעהן די מעסעדזש?..

א ציגארעטל און אזעלכע מצבים איז ג”ע פאר דעם איז באשאפן געווארן...

מזל טוב צום צוויי טויזענט!
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

זייער פעינפול
איך האב אויך צוטון מיט עטליכע אזעלכע זרח'ס
אבער נישט אויף אזא פארנעם ווי דיר...
פון ערפארונג קען איך דיר זאגן במלא מובן המילה
חייך קודמין!!!!
אויב ווילסטו נאך טון א טובה פאר איינעם אין דיין לעבן, טארסטו זיך נישט איבעררייסן פאר יענעם, און טון טובות און רעדן צו אים נאר ווען דו ביסט 1000 פראצענט אין די גיסטע
דיין שלום בית, דער לעבן פון דיינע קינדער, דיין דזשאב איז וויכטיגער פון יענעם.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

זאג דעם וואוילטעטיגן איד אז ער זאל ערלעדיגו די טובות פאר יענעם זרח ווייל עס איז פיקוח נפש...
אויב איז עס טאקע עמערדזשענסי איז דא אן אדרעס. הצלה...

לעצטנס בין איך אויך געווארן היבש אביוזט פון געוויסע קאסטומערס אין מיין ביזנעס, ווייל זיי האבן געוויסט אז מיסטער צהלתו איז א גוטער און טוט טובות פאר אידן, דעריבער האט מען אים אויסגענוצט אויך אין פאל וואס די טובה איז נישט געווען אזוי נויטיג, נאר סתם פארוואס נישט? ער צורייסט זיך סייווי פאר א צווייטן איד.

ביז נאך אן אסיפה איז מען געקומען צו אן החלטה, אז מען טוט ווייטער טובות פאר יחידים, אבער נאר ווען עס איז טאקע באמת וויכטיג, און עס גייט נישט אויף מיין חשבון, און כל שכן נישט אויפן חשבון פון די ביזנעס, דעמאלס קען מען זיין א בעל חסד, אדערווייז גייט מען מיט די גראדע פאליסיס פון די ביזנעס.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

.
לעצט פארראכטן דורך להודות אום דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:42 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קלעבעדיגע טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

טישטוך,

הוי! (די איבריגע וועל איך צוקוועטשען אין מיר)

איין זאך קען איך דיר זאגן, די גרעסטע טובה וואס דו קענסט טוהן טאקע פאר דעם מענטש, איז צו שטעלן קלארע באונדעריס, און אים האלטן אקאונטעבל אויף וואס ער טוט. ס'זאל זיין קלאר אז זיינע אקטן וועלן האבן קאנסעקווענצן. דאס איז קריטיש וויכטיג פאר אזעלכע מענטשן. כ'ווייס נישט די מעשה ספעציפיש, איך רעד אין אלגעמיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”