די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

נאכ'ן מיטמאכן אן אייגענעם פעקל, נאכ'ן הערן פון מערערע חברים וידידים זייער שווערן פעקל, און נאכ'ן ליינען פארשידענע אומגלויבליגע געשיכטעס אין אונזערע אויסגאבעס, בפרט אין די נפשי מאגאזין (זעה דא און דא), און נאכ'ן טון א שיין ביסל ריסורטש אויף די נושא פון נארסיסיזם, האב איך באשלאסן צו עפענען א אשכול דערוועגן, אביסעלע עדיוקעיטן דעם עולם אין דעם פינצטערן וועלט, בפרט אז ליידער וואקסן די קעיסעס ווי אויף הייוון עס ווערט גארנישט בעסער נאר ערגער, טראץ די אלע פסיכיאטארן למיניהם וואס שפראצן ארויס חדשים לבקרים, קענען זיי סך הכל העלפן דעם שותף (אדער קרבן) ווי אזוי איבערצוקומען און דיעלן מיט די שוועריגקייטן, אבער פאר די קראנקע זעלבסט איז נאכנישט פאראן קיין שום רפואה, אפילו א שטיקל, בפרט אז איינע פון די שורשים פון די קרענק איז אז די מענטשן לאזן זיך נישט העלפן, און זיי ווילן נישט (אדער קענען נישט) איינזעהן אז זיי ליידן פון א ערנסטע מענטל דיסארדער, און אז אנדערע ליידן פון זיי. זיי זעהען אלעס מיט א אנדערע לענס, פון א קראנקע פערספעקטיוו, ווי מיר וועלן בעז"ה אויסשמועסן לאורך הדרך.


עס איז קריטיש וויכטיג אז דער עולם זאל זיך באקענען מיט די פערסאנאליטי דיסארדערס, וואס האט שוין גורם געווען אזויפיל אומגלויבליכע צער און עגמת נפש פאר מענטשן, וויפיל שלום בית פראבלעמען דאס האט שוין אנגעמאכט, ועדיין השטן מרקד בינינו, און דער פראבלעם איז אז די חברה האבן א חוש און א טאלאנט זיך ארויסצושטעלן אינדרויסן א פנים ווי די געלונגענסטע מענטשן, גענצליך אומשולדיג, עד כדי כך אז רוב מאל ווערט די מעשה אויסגעדרייט און דער קרבן ווערט גאר באשולדיגט אין די מחלוקת אז יענער איז שולדיג, וואס דאס גיסט ארויף עמערס זאלץ אויף די ביטערע וואונדן.

די אישו'ס קענען זיך מאכן צווישן עלטערן און קינדער ווי קינדער גייען נעבעך ארויס עמאציאנאל צוקלאפט און צעביילט פאר'ן לעבן, מיט אויסגעלאשענע נשמות. עס קען זיך מאכן אין די ארבעט צווישן בעה"ב און ארבייטער אדער צווישן די קאלעגעס. עס קען זיך מאכן צווישן געשוויסטער. עס זענען פאראן אן א שיעור מעשיות פון די אלע. אבער מיר וועלן בעיקר פאקוסירן אויף שותפים - מאן און ווייב - וויבאלד דאס האבן מיר שטארק אדורכגעטון, הגם עס כאפט נישט קיין גרויסע נפק"מ, די סימפטאמען זענען אלעמאל אייניג, ווי אויך די עגמת נפש און די הילף וואס עס פאדערט זיך ארויסצוקריכן.

פארשטייט זיך אז דער עולם איז געלאדנט צו שרייבן אייגענע עקספיריענס אויכעט, און ווער עס וויל פרעגן פראגעס קען מיר אישי'ען און איך וועל פרובירן ענטפערן יעדן איינעם. איך רעקאמענדיר צו ווארטן ווייל איך פלאן אי"ה צוביסלעך באשרייבן די זאך מיט אלע פרטים, לויט די עקספיריענס און ריסורטש פון פראפעסיאנאלן, אז עס זאל זיין א דבר השוה לכל נפש און מען זאל קענען פארשטיין אין פשוטע מאמע לשון די שוידערליכע קרענק.

כאטש נארסיסיזם און BPD זענען ענליכע קאזינס (עס זענען פאראן פארשידענע חילוקים צווישן זיי, בעיקר אז דער BPD ליידענדער ציטערט פאר רעדזשעקשאן (= ווערן אפגעזאגט) ממילא פייניגט ער/איר אויס דעם שותף זיכער צו מאכן אז מען אקצעפטירט זיי אפילו אין די שווערסטע אומשטענדן, משא"כ דער נארסיסיסט וועט יענעם אוועקווארפן (ביי די פראפעסיאנאלע חברה הייסט דאס "דיסקארד" = פטור ווערן) כדי צו צייגן די אייגענע שטארקקייט, אבער טיף אין הארצן ווילן זיי דער שותף זאל זיך צוריקבעטן צו זיי, און מיר וועלן די זאכן אויסשמועסן שפעטער אז דער רבש"ע וועט אונז געבן כח און צייט, דערנאך זענען פאראן נאך קליינע חילוקים ואכמ"ל), וועלן מיר בעיקר פאקוסירן אויף נארסיסיזם, זינט דאס האבן מיר בעיקר אדורכגעטון. אבער מען מעג געדענקען אז די צוויי דיסארדערס זענען גאר נאנטע משפחה און די שותפים ליידן זייער ענליכע יסורים, וואס קומט פון יענעם צוקלאפן, דערנידערן, און ליטערעלי אויפעסן פון אינווייניג בעת פון אינדרויסן זעהט זיך גארנישט אן.

המשך יבא בעזר ה'.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פיינעלי באקימט נארסעסיסים עטענשאן מען רעדט נאר פון בארדערליין

אלטס א נארסעסיסט וויקטעם בין איך פולו גרייט צו הערן
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

געגאנגען, מיר ווארטען
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

סיינינג אין
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

ווען מען הייבט אן מאכן ריסורטש אויף א נארסיסיסט, וואס ווערט דיאגניזירט לויט די DSM בוכל, וואס איז ווי דער בייבל פאר מענטאל דאקטוירים, זעהט מען אז א נארסיסיסט איז נישט גרינג צו דיאגניזירן (געוויסע מענטשן האבן נאר נארסיסיסטישע טרעיטס/נאטורן וואס איז אויך א שווערע קערל אבער פארט נישט א פול-פלעדזשד נארסיסיסט), אבער זיי געבן א "ראן-דאון" פון 9 כאראקטעריסטישע שטריכן וואס דאס מיינט א נארסיסיסט. אויב איינער פארמאגט לכה"פ 5 פון די 9 שטריכן, קען מען שוין דיאגניזירן דעם מענטש אלס א נארסיסיסט.

די 9 שטריכן אויפ'ן שפיץ גאפל, בתוספת נופך:

1. זיי האבן א אויפגעבלאזענע עגא, האלטן זיך העכער פון אנדערע מענטשן, זיי קוקן זיך אן ווי די אויבערשטע פונעם שטייסל און זיי זענען ווערד מער ווי אנדערע, זיי זענען פון די וויכטיגע מענטשן אויף דער וועלט. זיי וועלן איבערטרייבן די אייגענע מעלות און טאלאנטן אויף א אויפגעבלאזענעם פארנעם, צופיצן יעדע גוטע זאך וואס זיי האבן געטון, און שטארק מינימיזירן יעדע מיסטעיק וואס זיי האבן אפשר (מסתמא נישט...) געטון. (פאר'ן שותף טוט מען גענוי דאס פארקערטע, כדלקמן).

2. זיי לעבן אין א פאנטאזיע וועלט - עולם הדמיון, פון זייער שטאנד, סוקסעס און געלונגענקייט. זיי האבן א מוגזמ'דיגע און אומרעאליסטישע איינרעדעניש איבער זייער ספעציעלע בריליאנטענע געלונגענקייט; אלע זייערע מחשבות דיבורים ומעשים דרייעט זיך ארום די פאנטאזיעס.

3. זיי זענען גאר ספעציעלע מענטשן, ממילא זוכן זיי נישט צו קאנעקטן מיט פשוט'ע מענטשן, נאר מיט די חשובי העם, זיי דארפן זיין פון די ראשי קהלה אדער מנהיגים, אדער די פרינציפל אין סקול (אדער אפילו א עסקן אדער א טעראפיסט) כדי צו קענען ווייזן זייער כח פון קאנטראל. יעדע ווארט וואס זיי הערן פון א צווייטן וואס איז זיך סותר צו זייער עולם הדמיון, ווערט גלייך אפגעסטעמפלט אלס נאריש און אומריכטיג, יענער "פארשטייט פשוט נישט", איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, נאר די גאר קלוגע אינטעליגענטע מענטשן פארשטייען ווי ספעציעל חשוב זיי זענען באמת.

4. זיי דארפן כסדר האבן אטענשאן און קאמפלימענטן, נישט קיין חילוק וויפיל מען רימט זיי אויס זענען זיי קיינמאל נישט צופרידן, זיי פאדערן מער און מער. נכלל אין דעם, איז די אוממעגליכקייט צו פארנעמען קריטיק. קריטיק איז ביי זיי ערגער ווי א ביס פון א שלאנג. דאס הרג'עט זייער פאלשע/פרעגייל עגא, עס קען פשוט נישט זיין אז זיי דעזערוון קריטיק, עס קומט זיך זיי אך ורק נאר גוטע ווערטער און קאמפלימענטן. אויב עפעס נעגאטיוו פאסירט איז אלץ דער צווייטער שולדיג. זיי קענען נאר נעמען קרעדיט פאר אלע גוטע זאכן וואס פאסירן אונטער זייער זייגער, און נאר פון די זאכן מעג מען רעדן.

5. "ענטייטלמענט" בלע"ז. ענליך צו די ערשטע, פאדערן זיי ספעציעלע טריעטמענט, זיי דעזערוון צו האבן אלעס וואס זיי ווילן און אפזאגן איז נישט קיין אפציע (נאר אויב מען איז גרייט צו ליידן ביטערע קאנצעקווענצן), זיי דארפן זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגן, זיי קענען קיינמאל נישט מאכן קיין מיסטעיקס, און ווי געשריבן, סיי וואס עס פאסירט איז יענער שולדיג, נישט ער/זי.

6. זיי וועלן נעמען עדווענטעדזש פון אנדערע מענטשן צו ערהאלטן זייערע פארלאנגען אדער תאוות. קיין מענטש טאר נישט שטיין אין וועג צו ערפילן זייער מטרה, און זיי וועלן גערן רייטן אויף אנדערע מענטשן כדי אנצוקומען ווי זיי ווילן.

7. זיי האבן נישט קיין שום עמפאטיע אדער מיטגעפיל צו א צווייטן. זיי קענען צומאל שפילן כאילו זיי האבן, אבער עס איז בלויז דאס - א שפיל. גארנישט אויף דער וועלט אינטרעסירט זיי נישט באמת אויסער זייער אייגענע עגא. זיי ווילן נישט (אדער קענען נישט) אריינגיין אין יענעמ'ס שיך און זיך אידענטיפיצירן מיט א צווייטנ'ס פראבלעם אדער ווייטאג.

8. זיי ליידן שרעקליך פון קנאה. זיי פארנעמען נישט אז א צווייטער איז עפעס, אדער האט עפעס, מער פון זיי, אמער זיי זענען דאך פון די חשוב'סטע מענטשן, מען וואלט זיי געדארפט באווארפן מיט אלעס גוטס און זיי קושן די פוס. צומאל איז עס פארקערט, זיי רעדן זיך איין אז אנדערע מענטשן זענען דזשעלעס אויף זיי (יה"ר שלא תעלה קנאת אדם עלי ולא קנאתי על אחרים).

9. אראגאנט. שיסן עטיטוד.

באמת זענען די 9 זאכן געוג ביטער פאר זיך, אבער ליידער זענען די סימפטאמען קוים די שפיץ פונעם אייזבארג. עס קומט נאך צו א געוואלד פון שוועריגקייטן וואס דער שותף ליידט זיך צוזאם, ווי מיר וועלן דאס מסביר זיין בהמשך הזמן אי"ה.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

דו ביזט מאסיווע נייעס

שרייב ווייטער
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אויב דו קענסט שרייבן אויך וואס קינדער מאכן מיט אויך
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

א גרויסע ישר כוח פאר עפענען די אשכול מען דארף מאכן מער גרידער וועגן די נושא!!!
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 6:57 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

מצב כללי האט געשריבן:
דו ביזט מאסיווע נייעס

שרייב ווייטער
גא''מ
גליל העליון
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:38 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליל העליון »

וראיתי אני את דמעת העשוקים ואין להם מנחם..... א נושא וואס ווערט נאך דורך מאנכע עקסטרעמיסטן באטראכט אלץ " אומעקזעסטירבאר" אין אונזער געמיינדע ( ווייל אלעס איז מידות) און diagnosis קומט נאר פון "אויפגעקלערטע" רבנים און טעראפיסטן וואס האבן שטודירט אין די "שקאלעס" און מען צאפט דאס בלוט פון די spouse עס איז צייט צו מאכן די נושא פאבליק
דאס נישט רעדן דערפון מאכט עס נישט אומעקזעסטירבאר....(הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א ביי די באקאנטע אווערנעס קאנפרענס )
כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך
סמאכסטע?
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:45 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמאכסטע? »

א ריזן דאנק @מי אדיר.

וואס איז די דאיאגנאז פון איינער וואס האט סימפטאם נאמבער פינף אביסל, נאמבער 6 אויף א שרעקליכע אופן, נאמבער 9 אביסל.

פון די אנדערע זייט קוקט ער זיך אליין אן ווי א דורכפאל מיט זירא סעלף רעספעקט אין דירעקטע קעגנזאץ צו סימפטאם איינס און צוויי.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ווען גייט מען ווייטער? דער עולם ווארט צו הערן מיט דארשט !
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מי אדיר האט געשריבן:
3. זיי זענען גאר ספעציעלע מענטשן, ממילא זוכן זיי נישט צו קאנעקטן מיט פשוט'ע מענטשן, נאר מיט די חשובי העם, זיי דארפן זיין פון די ראשי קהלה אדער מנהיגים, אדער די פרינציפל אין סקול (אדער אפילו א עסקן אדער א טעראפיסט) כדי צו קענען ווייזן זייער כח פון קאנטראל. יעדע ווארט וואס זיי הערן פון א צווייטן וואס איז זיך סותר צו זייער עולם הדמיון, ווערט גלייך אפגעסטעמפלט אלס נאריש און אומריכטיג, יענער "פארשטייט פשוט נישט", איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, נאר די גאר קלוגע אינטעליגענטע מענטשן פארשטייען ווי ספעציעל חשוב זיי זענען באמת.

נארסעסיסט טערעפיסט??
גליל העליון
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:38 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליל העליון »

דא אזא זאך אבער סוועט כמעט קיינמאל נישט ארויסקומען ווייל דער טעראפיסט האט אלץ מער פאוער פון א קליענט
כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

גליל העליון האט געשריבן:
וראיתי אני את דמעת העשוקים ואין להם מנחם..... א נושא וואס ווערט נאך דורך מאנכע עקסטרעמיסטן באטראכט אלץ " אומעקזעסטירבאר" אין אונזער געמיינדע ( ווייל אלעס איז מידות) און diagnosis קומט נאר פון "אויפגעקלערטע" רבנים און טעראפיסטן וואס האבן שטודירט אין די "שקאלעס" און מען צאפט דאס בלוט פון די spouse עס איז צייט צו מאכן די נושא פאבליק
דאס נישט רעדן דערפון מאכט עס נישט אומעקזעסטירבאר....(הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א ביי די באקאנטע אווערנעס קאנפרענס )
ווער זאגט אז עס איז נישט קיין "מידות"?
האט איינער געזאגט אז מיט א גוטע מוסר ספר קען מען נישט ארויסקרוכן פון די שלעכטע מידה פון נארסיסם?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
גליל העליון
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:38 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליל העליון »

ניין ווייל עס גייט אריין אין די קאטעגאריע פון חולי נפש רח"ל לעו"ע
כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יידישע קהילות האט געשריבן:
גליל העליון האט געשריבן:
וראיתי אני את דמעת העשוקים ואין להם מנחם..... א נושא וואס ווערט נאך דורך מאנכע עקסטרעמיסטן באטראכט אלץ " אומעקזעסטירבאר" אין אונזער געמיינדע ( ווייל אלעס איז מידות) און diagnosis קומט נאר פון "אויפגעקלערטע" רבנים און טעראפיסטן וואס האבן שטודירט אין די "שקאלעס" און מען צאפט דאס בלוט פון די spouse עס איז צייט צו מאכן די נושא פאבליק
דאס נישט רעדן דערפון מאכט עס נישט אומעקזעסטירבאר....(הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א ביי די באקאנטע אווערנעס קאנפרענס )
ווער זאגט אז עס איז נישט קיין "מידות"?

האט איינער געזאגט אז מיט א גוטע מוסר ספר קען מען נישט ארויסקרוכן פון די שלעכטע מידה פון נארסיסם?
אוודאי איז עס מידות, יעדע חולי נפש קומט פון די מידות - ליין: מידות פון די נפש הבהמי והרגשי.

אבער ווען א מענטש איז זייער שטארק פארקריפלט און פארדרייעט מיט זיינע מידות רעות פון גאווה עגאאיזם [וועלעכע קומען בעצם פון א שטארקע צוקלאפטקייט און ליידיגקייט אינעם הארץ פונעם באטרעפענדן], אזש ער ווערט ממש חולה מיט די זאך - וואס די דעפעניציע פון חולה נפש איז ווען דער מענטש איז נישט ביכולת ארויסצוקוקן ארויס פון זיינע הרגשים פון עגאאיזם און גאווה.

ממילא, אין אזא פאל איז קיין מוסר רייד און מוסר שיעור און מוסר ספר נישט ביכולת ארויסצונעמען דעם מענטש פון זיין מצב, ווייל ווען ער הערט אדער זעהט דברי מוסר וועט ער פון דארט פונקטליך פארשטיין מיט וואס 'דו' דארפסט זיך מתקן זיין.. היות דער מענטש מצד זיין הרגש וועלעכע ברענגט אים צו זיין אזוי סטאק אין זיינע עגאאיסטישע נטיות איז נישט ביכולת צו הערן בכלל אז ער איז אפשר אפשר נישט גערעכט, ווייל אויב יא וועט ער שפירן אויס מציאות - פארלוירן און ווערדלאז.

ממילא, איז די איינציגסטע וועלעכע קען אפשר אפשר אפשר העלפן איז אז מען וועט אריינגיין אין די שורש פון די געפיל וועלעכע ברענגט אים צו ווערן אזוי סטאק אין זיינע עגאאיסטישע הרגשים, און פון דארט אים העלפן ארויסגיין דערפון.


וכן הוא ביי יעדע מידה וועלעכע ווערט ביים מענטש פארוואנדלט אין א חולי, איז פארן מענטש כמעט אוממעגליך ארויסצוקריכן דערפון מיט די געווענליכע אויפקלערונגען און הסברה, ווייל ער איז נישט ביכולת אנצונעמען סתם אז ער וועט מוזן אנהייבן לעבן אן דעם. והבן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

סמאכסטע? האט געשריבן:
א ריזן דאנק @מי אדיר.

וואס איז די דאיאגנאז פון איינער וואס האט סימפטאם נאמבער פינף אביסל, נאמבער 6 אויף א שרעקליכע אופן, נאמבער 9 אביסל.

פון די אנדערע זייט קוקט ער זיך אליין אן ווי א דורכפאל מיט זירא סעלף רעספעקט אין דירעקטע קעגנזאץ צו סימפטאם איינס און צוויי.

זעהט מיר אויס ווי א וויקטים וואס איז אין סערווייוועל מאוד, איי דאס אויסניצן יענעם?, דאס איז וואס איז געזען געווארן אלע קינדער יארן ביי די עלטערן וכדו'
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

מען רעדט אלעמאל וועגן די וויקטעמס ווי אזוי צו ראעגירן וכו׳

וואס טוט זיך מיטן פראבלאמאטישן אליין, איז אים שייך צו העלפן?
מען דארף געדענקן, קיינער האט זיך אויסדערוועלט דעים נאטור אויב אזוי דארף מען זיי העלפן ״און האבן מיט לייד מיט זיי״ דאס מיינט אוודאי נישט אז מען זאל זיך לאזן עביוזן פון זיי.

איך האלט יעצט מיט א מעשה ווי די קינדער האבן זיך צוקריקט מיט א טאטע א נ. קיינער האט נישט קיין אהנונג וואס מיט אין קומט פאר(צו ער לעבט בכלל) איך בלעים זיי ליידער נישט, נאכן מיטמאכן אזוי פיל.
אבער מען דארף פארשטיין אז דער נ. איז זיך נישט אליין שולדיג.
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

טייערע אידן, לויט די שאלות און הערות דא, איידער מיר גייען ווייטער, מוזן מיר מאכן עטליכע הקדמות צו פארשטיין בעסער פארשידענע פרטים.

מאנכע פרעגן אפשר איז עס פשוט א מדות פראבלעם? נשמת השכל האט שוין פיין און ריכטיג געענטפערט, אבער איך וויל עס אביסל מרחיב זיין.

עס איז א מחלוקת הפוסקים צווישן די פסיכאלאגן צו דער נארסיסיסט (אדער סיי וועלכע אנדערע דיסארדער, סייכאפעט אדער בארדערליין וכדו') זענען AWARE אויף זייערע מעשים ווי זיי זענען מצער אנדערע אדער נישט?

ע"פ רוב ווילן נישט מענטשן זיין סתם שלעכט, און אודאי נישט א אידיש קינד. אבער עס זענען פאראן מצבים ווען מען קען זיך נישט העלפן. די רשעות וואס נארסיסיסטן טוען און די צרות וואס זיי טיילן אויס פאר זייערע נאנטע קומט פון א אינערליכע שוואכקייט, ווי עס ווערט גערופן אין די בוכער א "קאופינג מעכאניזם". שטעלט אייך פאר איינער דערטרענקט זיך אין ים, און פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן העכערן וואסער, ער טופעט מיט די הענט און די פוס, און אינמיטן האקן מיט די הענט האט ער געגעבן א פאטש פאר'ן חבר וואס האט שטארק וויי געטון, און דערנאך נאך איינס פאר'ן צווייטן חבר... וועסטו באשולדיגן דעם מענטש וואס האט עס געטון? אדער וועסטו פארשטיין אז עס איז געווען שלא בכוונה, ער האט פשוט זיך געוואלט ראטעווען דאס לעבן און אויטאמאטיש האבן די ארומיגע געכאפט ביטערע קלעפ? אויב אזוי, איז נישטא קיין אנדערע ברירה, נאר זיך אפרוקן ווי ווייטער פונעם מענטש וואס דערטרונקט זיך, כדי מען זאל נישט כאפן קיין קלעפ. דו קענסט נישט ערווארטן ער זאל אויפהערן האקן, ווייל ער קעמפט פאר'ן לעבן! דאס זעלבע איז מיטן נארסיסיסט וועלכער מוז האבן די אטענשאן און פייניגן אנדערע פאר זיין אייגענע עגא, ער זאל שפירן העכער און בעסער פון אנדערע, ער זאל האבן פולע קאנטראל אויף יעדע סיטואציע, אן דעם וועט ער שפירן ממש ווי א טויטער (שפעטער וועלן מיר דאס אויכעט בעז"ה אויסשמועסן מער באריכות).

מצד שני, מערקן אן רוב אנדערע פסיכאלאגן, איז אינטרעסאנט צו זעהן אז דער נארסיסיסט ווייסט וואו-איין און וואו-אויס. ער ווייסט פונקטליך וואו און ווען אנצושטעלן א שיין פנים, ווען אנדערע זעהען וועלן זיי זיך אויפפירן זייער שיין צו זייער קינד אדער שותף, אזוי אז קיינער זאל זיי נישט חושד זיין אין גארנישט. אונטער פארמאכטע טויערן אבער, ווען קיינער הערט נישט און זעהט נישט, קומט ארויס זייער רשעות אויפ'ן ערגסטן פארנעם. איז דאך טייטש אז זיי זענען יא באוואוסטזיניג צו דעם פאקט וואס זיי טוען...

לכאורה איז דער אמת אז סובקאנשעסלי האבן זיי א פונקטליכע ציל און סטראטעגיע צו יעדע זאך, און זיי אליינס כאפן נישט וואס און פארוואס זיי טוען עס, כאטש זיי וואלטן אפשר געקענט מאכן א חשבון הנפש און אויסהערן וואס אנדערע רעדן זיך אפ, אבער די קראנקהייט לאזט זיי דאס בשום אופן נישט טון, עס איז סכנת נפשות פאר זיי צו הערן אז זיי זענען שולדיג און האבן גורם געווען צער פאר א צווייטן, און אויב דאס ווערט איבערגעוויזן שווארץ אויף ווייס, וועלן זיי נוצן כל מיני אויסריידן פארוואס יענער איז זיך שולדיג דערין און דער נארסיסיסט האט פשוט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה...

כדי צו פארשטיין גרונטליכער די סיבה פארוואס דאס פאסירט, איז וויכטיג צו פארשטיין ווי אזוי נארסיסיזם ארבעט. נארסיסיזם פאסירט אין די יונגע יארן (ערגעץ צווישן די 4-5 יאר און די צענערלינג יארן, ווענדט זיך וועמען איר פרעגט). דער אמת'ער מענטש איז זייער אנגעווייטאגט, געווענליך צוליב פארנאכלעסיגקייט, זיך נישט רעכענען מיט זיינע/אירע געפילן, אדער שטארקע קאנדישאנעל ליבשאפט (ד.ה. מען האט זיי נאר ליב ווען זיי טוען זאכן לויט ווי פארלאנגט), און פון גרויס צער שטופן זיי דעם אמת'ע מענטש אין דער זייט, און א פאלשער מענטש (false persona) ערשיינט אנשטאט אין בילד! פון יעצט און ווייטער, ווערט דער עכטער מענטש פול מיט ווייטאג געשטופט אונטערן קארפעט, און עס ווערט ערזעצט מיט'ן פאלשן מענטש וואס גייט ווייזן פאר יעדן ווי געלונגען ער/זי איז. אדער ווי אנדערע רופן עס אן, ער טוט זיך אן א שיינע מאסקע פאר די וועלט, און אפילו פאר דעם אייגענעם שותף אין אנהייב. אבער שפעטער קומט די פאלשקייט אראפ, די מאקסע ווערט פארשוואונדן, און דער שותף טרעפט זיך מיט'ן ביטערן מציאות פון א מאנסטער! די מאסקע ווערט אוועקגעלייגט אויף ווען מען באווייזט זיך פאר פרעמדע מענטשן. און דאס איז גורם אז אנדערע גלייבן נישט דעם נרדף וואס ער גייט אדורך, ווייל עס מאכט נישט קיין סענס אז דער שיינער איד, אדער איידעלע ווייבעלע, איז אזא שרעקליכער מאנסטער ווען קיינער זעהט נישט. ווען מען בעט דעם נארסיסיסט צו מאכן א חשבון הנפש, וועט ער עס טון מיט זיין "פאלשע מאקסע", און אויב אזוי האסטו גארנישט אויפגעטון! אויב גייסטו אים/איר שטופן צוריקצוגיין צום אמת'ן SELF, איז דאס ממש א סכנה זיי זאלן אריינפאלן אין א נערוון בראך רח"ל, דאס איז אויסטערלישע יסורים פאר זיי! עס זענען דא מאנכע מענטשן וואס זענען געווארן באוואוסטזיניג צו זייער נארסיסיסטישע נטיות, עס האט געפאדערט אויסטערלישע כוחות הנפש, באגלייט מיט דאקטוירים וועלכע האבן זיי געהאלפן איבערקומען די שוועריגקייטן, אבער דאס איז ממש א זעלטנהייט. רוב נארסיסיסטן וועלן טון אלעס אין דער וועלט נישט אנצוקומען צו דעם שרעקעדיגסטן פלאץ - דער אייגענער אמת'דיגער סעלף.

די נארסיסיסטן קענען זיין זייער געלונגען און אפילו ערליך אין אנדערע הינזיכטן. די געלונגענקייט און ערליכקייט איז אויך געשפילט מיט'ן פאלשן מענטש. עס איז נישט קיין סתירה צו זיין א ערליכער איד, וואס דאווענט בכוונה און לערנט עטליכע בלעטער גמרא א טאג, קען אפילו זיין א מגיד שיעור אדער א רב, אויפטון פאר אידישקייט, העלפן אנדערע אידן, אבער אינדערהיים איז ער שרעקליכער מענטש. אין ביהמ"ד קוקן זיי אויס ווי די געשמאקסטע אידן, עס איז א פלעזשור צו פארברענגען מיט זיי, זיי האבן אייביג א גוט ווארט פאר א צווייטן, מענטשן האבן זיי ליב, מען וויל זיך גאר משדך זיין מיט זיי... אבער דאס אלעס איז נאר די מאסקע!!! קיינער, אויסער די נאנטע, ווייסן נישט דעם אמת איבער דעם וואוילן מאנסטער...

איך וויל נישט מאריך זיין דערין ווייל איך ווייס נישט ווי אינטרעסאנט די טעכנישע פרטים איז פאר רוב ליינער, אבער איר קענט די אלע זאכן נאכטשעקן אויפן געוועב, איך פרוביר צו שרייבן די ענגלישע טערמינען פאר די קרענק אין יעדע שטיקל, כדי איר זאלט דאס קענען ריסורטשן אויב פעלט עס אויס. אבער איך טראכט אז כ'מוז עס מקדים זיין ווייל דאס וועט צוגעבן קלארקייט צום בילד.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יעדעס ווארט געשמאק צו ליינען

גיי אן


----

איז זיכער אז נארסעסיזם אנטוויקעלט מען אין די יונגע יארן?

איז עס נישט עפעס מיט וואס מען ווערט געבוירן?
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

נאך א וויכטיגע הקדמה.

עס זענען פאראן עטליכע קאטעגאריעס פון נארסיסיסטן, כאטש הצד השווה שבהן זענען אלע זייער ענליך און אלע שעדליך.
מיר וועלן נישט אדורכגיין אלע סארטן, וואס איז אויך צוטיילט לויט די פארשער, נאר אנכאפן 3 שטיק, וועלכע זענען די מערסטע באקאנט.
1. די "אווערט" (אפענע) נארסיסיסט.
2. די "קאווערט" (באהאלטענע) נארסיסיסט.
3. די "מעליגנענט" (רשעות'דיגע) נארסיסיסט.

דער אווערט איז פשוטו כמשמעו, א מענשט וואס יעדער הערט פון אים כסדר. דאס מיינט נישט אז זיין נארסיסיזם איז אפן, דאס איז כמעט נישט במציאות... אבער ער איז א LOUD פערזאן, ער האט ליב צו זיין אין סענטער אף אטרעקשאן, ער פארלאנגט און פאסמאקעוועט זיך מיט כבוד כמעט אפן, ממש תובע בפה. קען זיין א מנהיג ישראל, א עסקן, און אפילו אויפטון פאר אידישקייט... אויף אזא איינעם וועט זיין גרינגער צו גלייבן אז ער איז א נארסיסיסט.

דער צווייטער, דער קאווערט, איז פיל מער סכנה'דיג. פון אינדרויסן קוקן זיי אויס ווי איידעלע שטילע מענטשן, מיט א גרויסע מאס (פאלשע) שפלות רוח און ענווה וואס דארפן גארנישט, און מענטשן וועלן נישט חלומ'ען אז עפעס איז ראנג מיט זיי. ווען א שותף אדער א קינד וועט פארציילן די גיהנם וואס מען גייט אדורך מיט אזא מאן/פרוי, וועלן רוב מענטשן דאס נישט גלייבן און ענדערש האלטן אז דאס קינד/שותף איז משוגע און חלומ'ט בלבולים אויף א אומשולדיגע מענטש. די נרדפים פון די סארט אביוזערס באקומען די מערסטע זאלץ אויף זייערע וואונדן פון מענטשן וואס פארשטייען נישט צו די קרענק.

דער דריטער, מעליגנענט, וואס איז טייטש "רשעות'דיג", האט צו זיך א באזונדערע מאס רשעות, און ביי אזא איינעם וועט געווענליך זיין פיזיקעל אביוסיוו אויכעט (געווענליך נארסיסיטן זענען בעיקר עמאציאנאל אביוסיוו, ווי שפעטער ערקלערט בעז"ה).
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

מצב כללי האט געשריבן:
איז זיכער אז נארסעסיזם אנטוויקעלט מען אין די יונגע יארן?

איז עס נישט עפעס מיט וואס מען ווערט געבוירן?
עס איז קלאר אז מען אנטוויקעלט עס מיט די יארן, לכל הדעות.
אבער עס איז אויך קלאר אז עס האט מיט די נאטורן פון א מענטש. דהיינו, 2 קינדער קענען אויפוואקסן ביי די זעלבע שווערע עלטערן, און נאר איינער וועט ווערן א נארסיסיסט.
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

מי אדיר!
תמשיך!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

א דאנק
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”