די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

לייב ירק האט געשריבן:
יא זייער הנאה צי ליינען דעס איז גיטע אינפארמאציע.
איך בין נייגעריג צי זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס ווען די נארסיסט לייענט דא וואס איז זיין ריעקשאן ווען מען שפילט עם אויף .
א נארסעסיסט האט נישט קיין צייט צו ליינען אזאלכע נארישע ארטיקלען
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פיין האבען זיי צייט...
און זיי זעהן דערין דער פריינט וואס לאציך נישט טרעטן פון זיי...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

לייב ירק האט געשריבן:
יא זייער הנאה צי ליינען דעס איז גיטע אינפארמאציע.
איך בין נייגעריג צי זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס ווען די נארסיסט לייענט דא וואס איז זיין ריעקשאן ווען מען שפילט עם אויף .
ער טרעפט זיך נישט דא.
איינע פון די אייגענשאפטן פונעם נארסיסיסט איז אז ער קען דיר פינקטליך מסביר זיין וואס א נארסיסיסט איז ,און זיי קענען דיר געבן דעם טיטל
צווילינג
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 29, 2020 10:24 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווילינג »

לייב ירק האט געשריבן:
יא זייער הנאה צי ליינען דעס איז גיטע אינפארמאציע.
איך בין נייגעריג צי זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס ווען די נארסיסט לייענט דא וואס איז זיין ריעקשאן ווען מען שפילט עם אויף .
קודם כל קודאס צו @מי אדיר פארן נעמען די מיה און צייט צו ארויפברענגען דיע נושא אויפן וועלטעל עס איז שוין אלעס אין איך פלעג אלעמאל טראכטען קיינער איז דא טאקע נישט געשלאגען מיט דיע נושא ביי איינע פון זיינע ארומיגע, ממילא וויל איך ארויסברענגען א ישר כוח פאר @מי אדיר ,
און ממש אזוי שיין און קלאר עס אראפצולייגען האסט א מורא'דיגע געשמאקער שפראך מיט א געוואלדיגע גוטע פעדער אין האנט קיעפ איט אפ ;l;p- ;l;p- ;l;p-

ווען די נארסיסיסט וועט ליינען אזא ארטיקעל ווייסט ער באזוך אז ער איז א געלערענטע מענטש עס גייט נאך אסאך טיפער דער נארסיסיסט וועט דירעקט ליינען און לערנען אלי מינע מענטל העלט פראבלעמען און "ער" ווערט יעצט די פראפעשאנעל און ער קען דיר פונקטליך זאגן און אויפוויזן אויף יעדם פון זיינע ארומיגע אז זיי האבן פראבלעמען און פונקטליך וואסערע פראבלעמען,

איך זעה מענטשען פרעגן צו א נארסיסיסט קען זין היילן
פון מיין עקספיריענס און ריסערדש דער נארסיסיסט לעבט ממש נישט מיט אויף די לעוועל צו קענען פארנעמען אז ער/זי האט עפעס געטוהן נישט ריכטיג און זיי דארפן זיך עפעס לערנען פון די תוצאות
אפילו ווען זיי היטן ראק באטטאם אזוי ווי @מי אדיר האט געשריבן
דארף געשען א נס אז זיי זאלן איינזעהן אז עפעס איז דורך א תוצאה פון זייערע מעשים,
זייער אסאך מאל וועלן זיי ווייטער לעבן אין די זעלבע באבל און זיי גייען פונקטליך וויסן צו בלעימען און ווייזען ווער עס איז שולדיג

עס איז נאך דא אזויפיל צו שרייבן איך וועל עס לאזן פאר @מי אדיר ער מאכט א בעסערע דזאב
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

צו געזונט האט געשריבן:
פיין האבען זיי צייט...
און זיי זעהן דערין דער פריינט וואס לאציך נישט טרעטן פון זיי...
זיי האבן נישט קיין צייט , זיי דארפן כאפן א פרישע פישל אדער קויפן נאך א הויז
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

פריילאך האט געשריבן:
אילו לא באת אלא לחזק אותנו אז די אלע ראשי הקהילה ודומיהם וואס פירן זיך אויף ווי בעלי בתים אויף אונז זענען פשוט'ע חולי נפש, דיינו.
עס איז שרעקעדיג זיי אלע צו לייגן אונטער איין שירעם און זאגן אז זיי זענען פשוט'ע חולי נפש. געדענק אז השי"ת האט באשאפן אלע מיני מענטשן, אויך די מנהיגים און עסקנים, לטובתינו ולהחיות בהם נפש כל חי. מען דארף האבן ליעדערשיפ אין יעדע פלאץ, אן דעם איז א חורבן, און עס קען קומען פון גאר א געזונטע חלק אינעם נפש צו וועלן העלפן אנדערע. מען דארף קענען מבחין זיין ווער איז געזונט און ווער נישט.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

כדי לשבר את האוזן, העליך דערציילן א פאסירונג וואס האמיר מיטגעהאלטן פוירסט הענד. (דער וואס ווייסט פון וואס איך רעד, זאל זיך ביטע איינהאלטן)

א איינגעשטעלטער (האלט שוין מער ווי איין הייראט, האט שוין גענוג פריינט... צוליב זיין אויפפירונג) אין א ביזנעס האט זיך אביסל ארויפגעארבעט, און ווען ער האט געזעהן א צווייטער ארבעצעך ארויף צו די זעלבע שטאפל אוואו ער, האט ער יענעם אונטערגעשטעלט פיסלעך אןו מען האט יענעם אויפגעזאגט.

אקיצער, דער צווייטער האט נישט געהאט וואס צו פארלירן און יענעם אויסגעפויקט אויף אלע פראנטען. ביז דער נארסיסיסט קומט צו יענעם מיט טענות ומענות, "איך האב "דיר" שוין לאנג מוחל געווען, פארוואס רעדסטו נאך דערפון?...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

קען איינער מאכן א pdf?
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

fiena nieas האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
פיין האבען זיי צייט...
און זיי זעהן דערין דער פריינט וואס לאציך נישט טרעטן פון זיי...
זיי האבן נישט קיין צייט , זיי דארפן כאפן א פרישע פישל אדער קויפן נאך א הויז
איך רעד פון עקספיריענס... די נארסעסיסט וואס איך קען וואלט נישט אריין אין דעם אשכול
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צו געזונט האט געשריבן:
כדי לשבר את האוזן, העליך דערציילן א פאסירונג וואס האמיר מיטגעהאלטן פוירסט הענד. (דער וואס ווייסט פון וואס איך רעד, זאל זיך ביטע איינהאלטן)

א איינגעשטעלטער (האלט שוין מער ווי איין הייראט, האט שוין גענוג פריינט... צוליב זיין אויפפירונג) אין א ביזנעס האט זיך אביסל ארויפגעארבעט, און ווען ער האט געזעהן א צווייטער ארבעצעך ארויף צו די זעלבע שטאפל אוואו ער, האט ער יענעם אונטערגעשטעלט פיסלעך אןו מען האט יענעם אויפגעזאגט.

אקיצער, דער צווייטער האט נישט געהאט וואס צו פארלירן און יענעם אויסגעפויקט אויף אלע פראנטען. ביז דער נארסיסיסט קומט צו יענעם מיט טענות ומענות, "איך האב "דיר" שוין לאנג מוחל געווען, פארוואס רעדסטו נאך דערפון?...
מער ווי איינער קען אזא סארט פאסירונג..
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

ייש"כ מי אדיר
זייער אינטערסאנט, זיי ממשיך.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

אולי זאל מען מאכן א שטיקל הקדמה וואס מען האט פון וויסן די אלע אינפארמאציע?

ועל כולם מיין איך אז ס'שוין צייט צו עפענען א היימישע "טשיילד עביוזד", וואס די געליטענע קינדער/בחורים זאלן קענען איבערגעבן וואס זיי גייען אדורך, און באקומען עצות וויאזוי עס צו דילן.
און ביי ערנסטע פעלער, אוועקנעמען די קינדער און פלאצירן ביי ווארעמע משפחות.
מעלדן פאר די מלמדים וואס די קינדער גיין אדורך / די מוסדות זאלן צושטעלן א ספעציעלע פראגראם פאר זיי וכדומה.

מ'זאל פראווענטן (אויב ס'שייך) אז די אלע קינדער זאלן נישט ווערן קיין דראפ אוטס & נערוון קראנק רח"ל & סואיסייד ל"ע.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

מארמאראש האט געשריבן:
אולי זאל מען מאכן א שטיקל הקדמה וואס מען האט פון וויסן די אלע אינפארמאציע?
איך האב עס געשריבן קלאר אין מיין ערשטע תגובה פונעם אשכול:
עס איז קריטיש וויכטיג אז דער עולם זאל זיך באקענען מיט די פערסאנאליטי דיסארדערס, וואס האט שוין גורם געווען אזויפיל אומגלויבליכע צער און עגמת נפש פאר מענטשן, וויפיל שלום בית פראבלעמען דאס האט שוין אנגעמאכט, ועדיין השטן מרקד בינינו, און דער פראבלעם איז אז די חברה האבן א חוש און א טאלאנט זיך ארויסצושטעלן אינדרויסן א פנים ווי די געלונגענסטע מענטשן, גענצליך אומשולדיג, עד כדי כך אז רוב מאל ווערט די מעשה אויסגעדרייט און דער קרבן ווערט גאר באשולדיגט אין די מחלוקת אז יענער איז שולדיג, וואס דאס גיסט ארויף עמערס זאלץ אויף די ביטערע וואונדן.
ווי מער מענטשן וועלן וויסן און פארשטיין דערין, וועט מען ווייניגער צער און אומשולדיגע עגמת נפש גורם זיין פאר די קרבנות, מיט'ן געבן אומריכטיגע עצות.
אוועטאר
מי אדיר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אדיר »

די 3 שלבים פון די נארסיסיסטן

1. באווארפן מיט ליבשאפט - 2. דערנידערן - 3. אוועקווארפן

בעפאר מיר גייען אריינגיין אין די בארבארישע טאקטיקן ווי אזוי די נארסיסיסטן פייניגן זייערע קרבנות, מוזן מיר קודם קלאר מאכן דעם סדר ווי אזוי און ווען זיי טוען דאס, כדי זייערע טאקטיקן זאל האבן דעם מאקסימום אפעקט. די סדר איז איינגעטיילט אין דריי שלבים.

מיר האבן שוין בארירט אויבן, און עס איז וויכטיג ארויסצוהייבן נאכאמאל, אז סובקאנשעסלי זענען די נארסיסיסטן זייער כיטרע און געריבן, און זייערע אטאקעס גייט צו מיט א מורא'דיגע אויסגערעכנטע סטראטעגיע, גארנישט אנדערש ווי א ווילדע חי' וואס לאקערט אויף איר קרבן און וועט טוהן אלע מיטלען אריינצוזעהן דעם קרבן אין נעץ מיט א שמייכל, בפה רך, און דערנאך וימררו את חייהם, און פארציקן דעם קרבן מיט אפעטיט.

די ערשטע חלק, פון באווארפן מיט ליבשאפט, בעיקר ווען עס רעדט זיך פון א חתונה-געהאטע פארפאלק, איז אביסל אנדערש ביים היימישן עולם ווי אין די אלגעמיינע וועלט, וויבאלד דער צוגאנג צו שידוכים ביי אונז איז כרחוק מזרח ממערב. ביי די אלגעמיינע וועלט וועט דער נארסיסיסט דערשמעקן ווער עס איז א וואוילער, ווייכער מענטש, וואס זוכט צו מוותר זיין, און איז א "פיפל פליעזער", און פרובירן צו שליסן שידוך מיט אזא איינעם, ווייל מיט אזא מענטש איז דא געוואלדיגע שאנסן צו באקומען כסדר'דיגע סופליי פון וועלידעישאן, יענער וועט דאך נאר זעהן די גוטס, און וועט מוותר זיין אויף די אייגענע צער כדי יענעם צו באפרידיגן. דאס הייסט אז זיי ווייסן (מסתמא סובקאנשעסלי) גענוי וועמען זיי זוכן, און נאך די חתונה נעמט מען זיך צו די עבודה. ביי אונז "היימישע אידן" וואס שידוכים גייען נישט צו אויף דעם אופן, הייבט זיך אן זייער פאנגעריי הערשט נאך די חתונה.

דער חלק ווערט גערופן "לאוו באמינג" (love bombing), אדער "איידיעלייזעשאן" (idealization). נאך די חתונה (ביי קינדער איז עס ווען זיי קומען לכלל דעת, און אזוי ביי ארבייטערס אדער קאלעגעס איז עס די ערשטע תקופה פון די דזשאב) הייבט מען אן יענעם צו חנפ'ענען אויף א אופן אז דער שותף ווערט ממש משוגע. מען וועט טיילן קאמפלימענטן מיט א ברייטהארציגקייט, יענעם קויפן מתנות, מאכן סורפרייזעס, וכו'. ער/זי שפירט אז מען האט זוכה געווען צום פערפעקט שותף אין לעבן... די לאוו באמינג שלב קען זיך ציען חדשים און אפילו יארן. דאס טוען זיי אריינצוכאפן דעם קרבן אין נעץ אן דעם וואס דער קרבן זאל האבן די מינדעסטע השגה וואס וועבט זיך דא. אין דעם שלב וועלן זיי פרובירן אפצולערנען דעם שותף, אלע זייערע שטארקקייטן און שוואכקייטן, כדי צו וויסן שפעטער וואו (און וואו נישט) צו אטאקירן אויף א אופן אז מען זאל בלייבן סטאק און נישט קענען צוריקפייטן. זיי וועלן בשעת מעשה שפילן ווי די בעסטע שותפים, ארויסווייזן מיטלייד, זאגן גוטע ווערטער און קאמפלימענטן, אוועקמאכן די שוואכקייטן, און זוכן אויסצוהערן - און אפילו ענקארעזשן מיט זייער כאריזמע דעם שותף צו זיין וואלנערעבל און פארציילן - אלע זייערע שוועריגקייטן פון די פארגאנגענהייט, און דער שותף שפירט זיך אין זיבעטן הימל אז זיי האבן אזא געטרייע פארטנער אין לעבן וואס אקצעפטירט זיי טראץ אלע שוואכקייטן און חסרונות, און פארציילט אלעס וואס ליגט אויפ'ן געוויסן, אלע זייערע משוגעת'ן (און צומאל אלטע חטאים און נייע מחשבות זרות...), און אפילו גאר פריוואטע זאכן וואס קיינער אויף דער וועלט ווייסט נישט, חוץ די "געטרייע שותף" וואס איז מקיים דעם "והיו לבשר אחד" מיט אזא שלימות.

** ** **

איינמאל דער נארסיסיסט שפירט אז ער האט שוין פולשטענדיג ארויס דעם קרבן, און ער קען שוין מאכן א סיום אויף די מסכתא וואס ער קען שוין אויסנווייניג, קומט שלב ב': דערנידערן (devalue). עס הייבט זיך אן זייער לייכט (subtle) אזוי אז דער שותף כאפט קוים אז עפעס האט פאסירט. אבער צוביסלעך הייבט זיין/איר אפנקייט צוריקקומען בייסן, און אלע סודות וואס מען האט געמיינט מען איז פארזיכערט דערמיט ביים נארסיסיסטישן שותף, און געהאפט אז לא יזכרו ולא יפקדו ולא יעלו על לב לעולם, שווימט צוריק ארויף, און מען הייבט אן האלטן האסטעדזש דעם שותף, וואס הייבט אן ציטערן אז זיינע פריוואטע זאכן קומען ארויס.

גלייכצייטיג הייבט אן קומען מעסעדזשעס פון דעם נארסיסיסט ווי אומוויכטיג און אומגעלונגען דער שותף איז. דער שותף רייבט זיך די אויגן און פרובירט צו פארשטיין ווי זאכן זענען דא געגאנגען ראנג, וואס האט ער געטון שלעכט אז ער דעזערווט אזא באהאנדלונג פון דעם "געטרייען פריינטליכן שותף". אנהייב איז ער אונטער'ן רושם אז עס איז זיכער זיין אייגענע שולד, ווייל יענער איז דאך א אלץ געווען א וואוילער, און עס קען נישט זיין אז ער האט זיך געטוישט הויט איבערנאכט, אלזא מוז זיין אז איך האב עפעס מיאוס אנגעווערטשאפט דא. ער פרובירט מאכן א חשבון הנפש, ער פרעגט דעם שותף וואס ער האט געטון שלעכט און ווי אזוי קען ער מתקן זיין דעם פגם... ער ווייסט נעבעך נישט אז זיין גורל איז שוין פאר'חתמ'עט, און אפגעזען וואס ער האט יא אדער נישט געטון, און וואס ער גייט אדער גייט נישט טון, גייט דא קומען א כוס תרעלה אויסגעגאסן אויף זיין קאפ...

די שלב גייט אויך אן א לענגערע צייט, ביי יעדעם אנדערש, לפי המצב. דער קרבן ווערט צוביסלעך דעפרעסט און גייט אדורך שברי לב און שלאפלאזע נעכט, נישט קענענדיג מאכן סענס פונעם מצב! ער פרובירט אויסצו'פיגערן וואס מען קען טון, ער איז גרייט צו טון אלעס צו העלפן די מערידזש, ער פרובירט צופרידנשטעלן יעדע פארלאנג פונעם שותף, אבער זאכן גייען פון שלעכט צו ערגער, אנשטאט זעהן פארבעסערונג. דער נארסיסיסט האלט אין איין אריינשניידן און אריינשטעכן אינעם קרבן. דער אומגליקליכער קרבן הייבט אן ציטערן פונעם נארסיסיסט, ער פרובירט אויסרעכענען וואס וועט מאכן דעם שותף צופרידן און וואס נישט, יעדע מחשבה דיבור ומעשה ווערט מנופה בי"ג נפה עס זאל חלילה נישט גורם זיין עפעס א אויסברוך אדער פסק, אבער אן ערפאלג. רוב מענטשן קענען שוין היינט דעם אויסדרוק (באזירט אויפ'ן באקאנטן נאמען פון א בפ"ד בוכל) אז דער קרבן וואקט אויף אייער שאלאכטס (walking on eggshells), ווייל דער קרבן שפירט ממש דאס. מיט יעדע אומריכטיגע טריט קען ער צוברעכן נאך א אייער און דאן זאל גאט אפהיטן... זיין א מחוצף צום נארסיסיסט קומט נישט אין באטראכט, ווייל יענער ווייסט זאכן וואס דו ווילסט נישט ער זאל פארציילן, און דו ציטערסט געפערליך פון דעם!

צעביסלעך ווערט די לעבן פאקוסירט אויסשליסליך נאר אויפ'ן נארסיסיסט. וואס ער אדער זי וויל, דאס דארף געשעהן, און טאקע גענוי אויף דעם אופן ווי זיי פארלאנגען. וואס דער צווייטער שותף דארף האבן איז נישט נוגע, יעדע פארלאנג וואס דער שותף בעהט ווערט אוועקגעמאכט אלס משוגע, נאריש, אומוויכטיג, מען שיקט אים גאר צו טעראפי אז ער איז אזוי נאריש... דאס אלעס העלפט מאכן דעם שותף צוקלאפט און צעפראסקעט, ביז מען קען שוין מאכן א בורא פרי האדמה אויפ'ן קרבן...

** ** **

ווען דער קרבן שפירט שוין גוט אין דער ערד, צוטראסקעט און צעביילט, און ווי פארשטענדליך איז ער שוין נישט גענוג א גוטע סופליי צו מאכן דעם נארסיסיסט שפירן גוט, דאן קומט די דריטע און ווייטאגליכסטע חלק אריין אין בילד: יענעם פולקאם אוועקווארפן (discard) און אים געבן צו שפירן לך לך מארצך, געט דע העק אוט אף היער, איך דארף דיר נישט האבן, דו שטייסט מיר נאר אין וועג, ביסט איין שטיק גארביטש, גארנישט טוסטו נישט גוט, איך וויל דיר נישט האבן אין מיין לעבן. דער שותף בעהט זיך און פרובירט זיין מזל אפשר דאך, איך בין מבטיח וואס אימער דו ווילסט, אבער די ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן, פארקערט, ווי מער מען בעהט זיך צו זיי, אלס מער נחת שעפן זיי, אלס מער שפירן זיי וואספארא 'יש' זיי זענען אז מען דארף צוקומען צו זיי און אן זיי קען מען נישט לעבן.... דאן, אדער וועלן זיי זעלבסט אוועקגיין פון שטוב, אדער וועלן זיי פארשיקן דעם צווייטן, זיי וועלן פארלאנגען א גט, און מאכן דעם אנשטעל אז אלעס איז געענדיגט.

איר האט באמערקט אז איך האב געזאגט "מאכן דעם אנשטעל"? ווייל דאס איז די פאקט, אלעס איז נאר א אנשטעל. זיי קענען קוים ווארטן אז דער קרבן זאל זיי פאלן צו די פוס און זיך צוריקבעטן, אז דער נארסיסיסט זאל רחמנות האבן. ווי אזוי איז מעגליך אז דער קרבן זאל זיך צוריקבעטן צום נארסיסיסט? געווענליך וועט דאס פאסירן ווייל דער קרבן זעלבסט איז צובראכן אויף שברי שברים, און בעיקר - האלט אייך דאס אטעם - ווייל דאס הערן זיי פון אנדערע מענטשן! די אלע גוטהארציגע "פארשטייערס" וואס זענען מסביר אז יענער איז בעצם גאנץ א וואוילער מענטש, מסתמא האט אים/איר עפעס געבאדערט, און אז דו וועסט זיך מקבל זיין צו זיין עכט געטריי צו יענעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע באדערפענישן, איז כמים פנים אל פנים וועט יענער ווערן וואויל צו דיר אויכעט וכו', הקיצור, די אלע שיינע תורות וואס מען זאגט פאר געזונטע מענטשן... דער קרבן איז נאך נישט ביי די הכרה אז די אלע זאכן האבן קיין שייכות אהער ווען מען דיעלט מיט א קראנקע חולי נפש, דער עולם האט נאך נישט אינאכט גענומען פון וואס מען רעדט דא (כאטש דער קרבן שפירט שוין געווענליך אז "עפעס" איז דא נישט אין ארדענונג), וויבאלד זאכן גייען אזוי צעביסלעך און כיטרע, איינגעוויקלט אין א זיסקייט און געשמאקע שפראך, וואס איז מסביר ווי משוגע און שרעקליך דער קרבן איז...

ווען דער קרבן איז זיך שוין מייאש, און פארלירט האפענונג, וועט דער נארסיסיסט פלוצלינג צוריק אריינקומען אין בילד! פארגעסט נישט אז דער נארסיסיסט ווערט שוין הונגעריג פאר זיין/איר סופליי וואס זיי פלעגן באקומען פונעם שותף מיט א ברייטהארציגקייט... מיט א האניג-זיסע שטימע וועלן זיי צוריק אריינקומען אין בילד "עז-איף-נאטינג", ווי גלייך גארנישט האט פאסירט... זיי וועלן יענעם געבן א קאל אדער טעקסט, מיט א שמייכל, וואס מאכסטו עפעס? וואס איז דער פלאן, ווען גיימיר ווייטער?... און דער קרבן (וואס כנ"ל איז נאך ע"פ רוב נישט aware די ביטערע מציאות וואס שפילט זיך אפ דא) כאפט זיך צו דערצו ווי צו א געבראטנס! ער פרייט זיך אז דער נארסיסיסט האט זיך "געלאזט איבערבעטן" און איז ענדליך "מסכים" צוריק צו קומען וואוינען צוזאמען... ער פארגעסט אויף איינמאל אלע ביטערע געשעענישן פונעם עבר, איז מחליט אז מה דהוה הוה ומכאן ואילך חושבנא, און האפט אז עליה השלם כל הקרבנות כולם, און מהיום והלאה וועט שוין זיין בעסער... אויב וועט דער קרבן האבן די "חוצפה" פארצוהאלטן דעם נארסיסיסט אויף די אלע עינויים וואס ער האט געליטן, וועט קומען א מבול פון פאלשע "אנטשולדיגונגען", מיט א אויסטערלישע חנופה, און דיר מסביר זיין ווי שטארק זיי האבן דיר עכט ליב, וכדומה, ביז זיי כאפן די הארץ פונעם קרבן וואס לאזט זיך איבעררעדן.

די עקספערטן רופן דאס אן מיטן נאמען "האווערינג" (Hoovering), וואס איז א חלק פון זייער עמאציאנאלע אביוז, ווייל דאס פארמישט מורא'דיג דעם קרבן, וועלכער רעדט זיך נעבעך איין און האפט בכליון עינים אז אפשר האט שוין דער נארסיסיסט איינגעזען זיין/איר שלעכטקייט און יעצט קומט שוין ענדליך גוטע צייטן, דערווייל איז עס נישט מער ווי א נעץ אריינצושלעפן דעם שותף און נאכאמאל רייטן אויף אים, ארויסשלעפן נאך אינפארמאציע, און דערנאך אים פייניגן דערמיט, ביז ער ווערט נאכאמאל צוקוועטשט... ווי איין וועבסייט איז מסביר:
האווערינג [א נאמען על שם א געוויסע וועקיום קלינער וואס הייסט האווער] ווערט גענוצט ביי נארסיסיסטן אריינצושלעפן דעם קרבן (אזוי ווי א וועקיום קלינער וואס סאקט אריין) צוריק אריין אין זייער נעץ ווען זיי פרובירן צו אנטלויפן. עס איז א אויסמוטשענדע טאקטיק וואס די קראנקע מענטשן נוצן, פון מאכן דעם קרבן גוט שפירן, נאכדעם אים צוריק אראפווארפן, און דאן צוריק אריינשלעפן מיט זיסע חנופה. דאס איז א ציקל כגלגל החוזר, און דער קרבן ווערט פארכאפט אריין און ארויס ביז דאס קאפ שווינדלט אים.
דאס איז גורם אז דער שותף ווערט געווארפן ווי א ראולערקאוסטער, דער נארסיסיסט האט דעם כח צו מאכן דעם שותף פרייליך און צוריק אראפווארפן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, ואין לאל ידיו זיך צו ראטעווען פון די מאכטפולע מאניפולאציע און קאנטראל. עס פאדערט אויסטערלישע כוחות צו כאפן וואס דא גייט פאר און זיך ארויסצוזעהן פון דעם פארכאפטן נעץ.

עס קען זיך יא מאכן אז דער קרבן כאפט וואס דא פאסירט, ספעציעל ווען דער גלגל החוזר פון די דריי שלבים האט זיך שוין איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, און מען נעמט ענדליך אינאכט אז די גאנצע "גוטע לעבן" איז נישט מער ווי א ביטערע שפיל, און ערשט דאן ווערט מען געווענליך געוואר פון די פערסאנאליטי דיסארדערס, מען הערט פון אנדערע מענטשן אדער טעראפיסטן, אדער מען לייענט עס אין א בוך, און עס שיינט אויף א געוויסע ליכטיגקייט, א שמחה פון התרת הספיקות. געווענליך ווען דער נארסיסיסט שפירט אז דער שותף האט ענדליך אויסגע'פיגערט זייער מהלך, וועלן זיי שוין נישט אייביג צוריקקומען נאכאמאל, נאר וועלן פרובירן אפהאקן לנצח נצחים, און זיך זוכן פרישע סופליי.

** ** **

עס קען אויסקוקן ווי איך האב מאריך געווען, אבער דער אמת איז אז דאס זענען ממש די יסודות אין קורצן, און מען קען אויף יעדע חלק באזונדער נאך אסאך מאריך זיין. דער עיקר וואס איך וויל אז דער עולם זאל ארויסהאבן די קאנצעפט קלאר.

קומענדיגע קאפיטלען וויל איך אי"ה אויסשמועסן די פינסטערע איידיעס און טאקטיקן וואס די נארסיסיסטן באנוצן זיך צו פייניגן און חרוב מאכן דאס לעבן פון זייערע קרבנות, וואס דאס פאסירט געווענליך אין שלב ב', ווען מען הייבט צעביסלעך אן צו קלאפן דעם שותף.

המשך יבא בעז"ה.

ווער עס האט עקסעס אנליין און וויל ליינען:
ארטיקל 1
ארטיקל 2

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מארמאראש האט געשריבן:
אולי זאל מען מאכן א שטיקל הקדמה וואס מען האט פון וויסן די אלע אינפארמאציע?

ועל כולם מיין איך אז ס'שוין צייט צו עפענען א היימישע "טשיילד עביוזד", וואס די געליטענע קינדער/בחורים זאלן קענען איבערגעבן וואס זיי גייען אדורך, און באקומען עצות וויאזוי עס צו דילן.
און ביי ערנסטע פעלער, אוועקנעמען די קינדער און פלאצירן ביי ווארעמע משפחות.
מעלדן פאר די מלמדים וואס די קינדער גיין אדורך / די מוסדות זאלן צושטעלן א ספעציעלע פראגראם פאר זיי וכדומה.

מ'זאל פראווענטן (אויב ס'שייך) אז די אלע קינדער זאלן נישט ווערן קיין דראפ אוטס & נערוון קראנק רח"ל & סואיסייד ל"ע.
ב"ה האסט א נקודה. נאר ווער וועט עס פאנדן? און דאס דארף בלייבן היימיש. איך טראכט אז ס'דארף זיין אזא הונטערגרינד וואס האלט א אויג אויף קינדער, און וועם מ'זעהט אז ס'קען זיך מאכן פראבלעמען, זאל יענע קינד באקומען געהעריג הילף. היינט איז שוין דא צו באקומען רעגירונג הילף פאר קינדער. פארוואס דארף מען ווארטן ווילאנג א קינד אנטוויקלט געהעריג די פראבלעם, מיט איין גוט ווארט קען מען ראטעווען א קינד, און דוקא ווען ס'איז נאך קליין. אבער דאס דארף ווערן געטון מיט קיין שום פערזענליכע אינטערעסן און אייגענע דמיונות. נאר מיט א אביעקטיווער בליק.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה
מי אדיר האט געשריבן:
(מסתמא סובקאנשעסלי)
איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן אז איך קלער אז אלעס איז בבחינת סובקאנשעסלי. דהיינו: די מידות ארבעטן אזוי. ס'איז נישט פשט אז דער מענטש דארף טראכטן אגאנצן צייט, נאר פון זיך אליין האלט זיך קאפ. ער איז בטבע אזוי. דו קוקסט אים אן און דו מיינסט אז ער פיהלט פאר דיר, ער פיהלט נישט פאר דיר. זיין אינסייד ארבעט אנדערש ווי דו מיינסט.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 9:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

הערליך איז נישט די ווארט!

יישר כח פארן אלעס אראפשרייבן מיט אזא קלארקייט, גיי ווייטער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Dim האט געשריבן:
הערליך איז נישט די ווארט!

יישר כח פארן אלעס אראפשרייבן מיט אזא קלארקייט, גיי ווייטער.
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

נשמה האט געשריבן:
Dim האט געשריבן:
הערליך איז נישטיא די ווארט!

יישר כח פארן אלעס אראפשרייבן מיט אזא קלארקייט, גיי ווייטער.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

דו צולייגסט עס אזוי שיין, אזש איך האב באקומען א געפערליכע מיט געפיל מיט די ליידנדע, שרעקעדיג וואס זיי גייען דורוך.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שרעקעדיג

קען מען זאגן אז ביי אונז זענען דא אסאך נארסעסיסטען אלטס תוצאה פונעם שואה?
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

שלום וברכה הרב מי אדיר,

wow wow wow!!!

מיטהאלטענדיג ליידער פון דער נאנט אזא קעיס קען איך זאגן אז יעדער ווארט וואס דו שרייבסט איז אמת ויציב. ביטע גיי ווייטער אן, דו האסט עס ארויס זייער קלאר, דו שרייבסט און קומסט אריין זייער קלאר!

יעצט וויל איך דיר פרעגן אויף למעשה, קען זיין אז דו וועסט עס שפעטער שרייבן מער באריכות.

איז מעגליך צו וויסן פאר מען טוט א שידוך אז ער/זי איז א נארסיסט?

ווייסן די עלטערן פון א קינד וואס איז א נארסיסט אז ער איז קראנק, (איז שייך פאר די בחור/מיידל עס צו באהאלטן פון עלטערן)?

קינדער פון א שטוב וואס הערשט אן אמת'ע שלום בית (נישט בלויז וויאזוי עס הייסט אין די גאס…) קען זיך אויך אנטוויקלען אזא קרענק?

א ריזיגער ישר כח!
ברכה והצלחה!
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

מי אדיר האט געשריבן:
די 3 שלבים פון די נארסיסיסטן
שוידערליך צו ליינען וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט, מעדעצין קען נישט העלפן דער נארסיסיסט
זיך צו קאנטראלירן?
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: די שרעקליכע דיסארדער "נארסיסיזם" מיט אירע פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

fiena nieas האט געשריבן:
קען מען זאגן אז ביי אונז זענען דא אסאך נארסעסיסטען אלטס תוצאה פונעם שואה?
דור שלישי?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”