אדווערטייזמענט: מ'לויפט דיך נאך מיט געלט! כאפ עס!

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: מ'לויפט דיך נאך מיט געלט! כאפ עס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

ניין, די רעדע איז נישט פון קיין סקעם, נאר פון אן עכטע, ריעל-ווארלד מציאות.

מענטשן זיצן אויף אן אוצר ווי רבי אייזיק רבי יעקל'ס אויפ'ן פריפיטשיק, אבער זיי ווייסן פשוט נישט אז זיי קענען עס איינקעשן.

אקעי, מ'רעדט טאקע נישט פון קיין מיליאנען, אבער מען רעדט יא פון 'געלט' מיט א סגול גימל, וואס הונדערטער אידן קעשן שוין איין מיט גרויס הצלחה, און פילע מער וואלטן געקענט גרינג פארדינען אן קיין אנשטרענגונג, אבער טוען עס נישט ווייל מען איז פשוט נישט צוגעוואוינט דערצו.

אט הערט:

קורץ-טערמיניגע דירה רענטלס

די 'דעמענד' איז גרויס: פון איין זייט זענען דא מענטשן\משפחות וואס זוכן מיט לעכט צו דינגען דירות אין אלע היימישע געגנטער, פאר א וואך, שבת, וויקענד, און זענען גרייט צו באצאלן טאפ-דאלאר. דאס איז א פשוט'ע מציאות וואס מ'קען זען אין אלע לאקאלע טאג-בלעטער קלאסיפיידס, און מיר אין diraleads.com זענען עדות דערצו.

אידן זוכן צו דינגען דירות פאר'ן קורצן טערמין צוליב א שמחה, וואקאציע, באזוך, געזונטהייט, ביים רבי'ן, אין אלע חרד'ישע געגנטער איבער די גאנצע וועלט. פון וויליאמסבורג, בארא פארק, פלעטבוש, קראון הייטס, מאנסי, מאנרא, קעטסקילס, בלומינגבורג, לינדען, ביז לעיקוואד, מיאמי ביטש, לאס אנדזשעלעס, און אלעס אינצווישן.
די 'סופליי' איז בעצם דא, אבער נישט גענוג באקאנט: איז דא א סופליי? האסט אפשר נישט געטראכט דערוועגן, אבער ס'קען זיין אז דו האסט די סופליי ביי דיר.

מעגליך אז דו האסט דעם ענטפער צום גרויסן 'דעמענד' און דו קענסט שיין פארדינען דערפון.

וויפיל מענטשן האבן בעיסמענטס וואס ווערט בלויז באנוצט פון צייט צו צייט פאר געסט, אדער פאר די קינדער אויף יום טוב?

וויפיל קאפעלס פאָרן יעדע צווייטע וואך צו די שוויגער-עלטערן און זייער דירה בלייבט ליידיג אויף שבת?
וויפיל האבן ליידיגע אפארטמענטס בשעת'ן זוכן א טענענט?

וויפיל האבן א צווייטע ווינטער היים אדער זומער היים אין די קאנטרי, וואס שטייט ליידיג פאר וואכן און חדשים?

וויפיל מחותנים דינגען א קאפל דירה שוין עטליכע חדשים בעפאר די חתונה, און דערווייל שטייט עס ליידיג און זיי צאלן גרויסע רענט דערויף?

אדער וויפיל וואלטן דען נישט סתם אזוי זיך אריינגעצויגן צו די עלטערן אויף א שבת\יו"ט, פשוט צו מאכן אפאר עקסטערע הונדערט דאלאר?

און אזוי ווייטער און ווייטער.

פילצאליגע משפחות האבן שוין אין די לעצטערע חדשים פארדינט גרויס געלט, דורכ'ן פארדינגען זייער דירה פאר א טאג אדער וואך, און האבן גרינגערהייט פארברייטערט זייער באנק אקאונט מיט נאך אפאר הונדערט דאלאר, אן קיין שום הוצאות.

פארוואס זאלט איר נישט מאכן קיין נוצן דערפון? מענטשן זוכן עס, דו האסט די מציאה, און דו קענסט פארדינען געלט שנעל און גרינג. דארפסט נאר נעמען די פאר מינוט. לייג ארויס דיין דירה אויף די מארקעט, און באקום אריינגעווייערט נאך אפאר דאלאר אין דיין באנק אקאונט.

א קליינע 'מיינד-טשעינדזש'

אין ארץ ישראל איז עס שוין יאר לאנג א ברייט-פארשפרייטע קאנצעפט און א דבר פשוט. אידן פארן צווישן ירושלים, בני ברק, בית שמש און אנדערע היימישע שטעט, און די מארקעט פון דינגען און פארדינגען גייט אן אויף א ברייטן פארנעם. א משפחה וואס פארט אפט צום זייערע עלטערן און צום רבי'ן פארדינען הונדערטער שקלים יעדעס מאל עקסטער, און עס קאסט זיי גארנישט.

דא אין אמעריקע איז עס לעצטנס אויך געווארן היפש אויפגעכאפט, און עס ווערט אויפגעכאפט מער און מער פון טאג צו טאג. ביי געוויסע מענטשן פארלאנגט עס פשוט א קליינעם 'מיינד-טשעינדזש', זיי דארפן זיך רעגיסטרירן ביי זיך אין קאפ אז יעדעס מאל זייער דירה, בעיסמענט, זומער-היים איז עוועילעבעל אויף א קורצע צייט, זאל מען עס ארויסשטעלן צום פארדינגען און פארדינען א שיינע פאר דאלאר, בשעת מען איז מחי' אן אנדערע איד וואס צאלט עס הארץ און גערן.

Dira Leads – די הערליכע וועבסייט וואס ברענגט אלעס צוזאם

diraleads1.jpg
diraleads1.jpg (81.19 KiB) געזען 4724 מאל
מיר האבן בעז"ה באוויזן אהערצושטעלן א פראקטישע, באקוועמע און סימפל וועבסייט diraleads.com וואו דו קענסט סיי-ווען ארויפגיין און ארויסשטעלן דיין דירה\אפארטמענט צום פארדינגען, און עס וועט תיכף געזען ווערן פארנט פון די פאטענציעלע רענטערס, און די שאנסן זענען גרויס אז דו וועסט שנעל טרעפן א פאסיגע קאנדידאט.

דורכאויס דעם פארלאפענעם תשרי-סעזאן איז די טרעפיק אויפ'ן סייט געווען רעקארד-ברעיקינג. הונדערטער אידן האבן געדינגען און פארדינגען דירות, צום פולסטן צופרידנהייט פון אלע צדדים.

די סערוויס איז אומזיסט! מיר טשארדזשן נישט קיין איין פעני. מיר שטעלן אייך פאָר אונזער מארקעט-פלעיס, הרי שלך לפניך! כך ולך! לייגט ארויס אייער דירה, טרעפט א רענטער און מאכט געלט!

כמה מעלות טובות:
  • * עס איז דיין דירה און דו שטעלסט אראפ די טערמינען פאר די רענטעל. לייג אריין אינעם סיסטעם די לאקאציע, עוועילעבל דאטומען, סכום פון רומס, באשטימט א פרייז, און ווארט אויף א קאל.

    * פרייוועסי: דיין סעלפאון נומבער און אימעיל אדרעס בלייבן געהיים. אונזער סאפיסטיקירטע סיסטעם שטעלט פאר יעדן צו א ווירטואלע פאון\אימעיל וואס ווערט געטרענספערט צו אייער אייגענע פאון\אימעיל. אזוי ארום דארפסטו נישט מורא האבן אז עמיצער וועט דיר משוגע מאכן אויף דיין נומער.

    * אפציאנאל – בילדער: פאר א שטערקערע ריספאנדס קענסטו ארויפלייגן בילדער פון דיין אפארטמענט, ווי אויך צו שפארן איבריגע אהין-און-צוריק קאלס מיט'ן פאטענציעלן רענטער.
געגאנגען! הייב אן מאכן געלט!

אויב דו פאסט אריין אין די קריטעריע וואס מיר האבן אויסגעשמועסט און די ביזט יעצט געוואויר געווארן נייעס פון א נייע וועג צו פארדינען אפאר עקסטערע דאלאר, אן קיין שוועריקייטן און אומזיסט, לייג עס פשוט אריין אין דיין קאפ און געדענק עס אויסצונוצן יעדע מעגליכע מאל וואס עס קומט דיר אויס.

באזוך אונזער הערליכע וועבסייט diraleads.com – ס'איז גרינג און פשוט. עס איז דא בלויז 3 סטעפס צו ליסטן א דירה: 1) עפן אן אקאונט אויף די סייט, 2) ליסט דיין רענטל מיט אלע דעטאלן, 3) ערווארט אן אפרוף!

איך זוך צו 'דינגען' א דירה; וואס טו איך?

אויך גאר פשוט! גיי צו אונזער וועבסייט diraleads.com – 1) עפן אן אקאונט אויף די סייט, 2) אינוועסטיר אן 'איינמאליגע' סובסקריפשאן-פי פון $25, 3) באקום די קאנטאקט אינפארמאציע פון אלע עוועילעבל רענטלס.
diraleads2.jpg
diraleads2.jpg (93.22 KiB) געזען 4724 מאל
נאך בעסער: לייג אריין די צייט און לאקאציע ווען און וואו דו זוכסט צו רענטן א דירה, און סיין דיך אויף צו באקומען נאטיפיקאציעס ווי נאר עס קומט ארויף א נייע עוועילעבל דירה אין יענע געגנט. די נאטיפיקאציעס קענסטו באקומען דורך קאל, טעקסט, פעקס אדער אימעיל.

אונזער סייט איז נאך בעצם אין די פראצעדור פון ווערן בעסער און שטערקער, לויט די אפקלאנג און פידבעק פון די חשוב'ע קאסטומערס.

פרובירט עס אויס! דינגט און פארדינגט, און האט הנאה!




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”