וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מיין ליבלינג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 5:43 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין ליבלינג »

השם שפתי תפתח.

ווען איך האב געזען אייער ארטיקל האב איך מיר ממש געזען אינעם ארטיקל, וויל איך אפשרייבן מיין דורכגאנג און עקספעריענס.

איך ווייס נישט אין וועלכע מצב איר זענט יעצט ווען איר האט זיך געכאפט אז עס פעהלט אייך אזא שטארקע זאך פונעם נפש, דהיינו רויע פשוטע געפילן פון ליבשאפט אנע זייטיגע מחשבות, נאר לאזן דאס לב ארויסגעבן די געפילן אן א אפהאלט פונעם מח. און אזוי אויך זאלן געפילן נישט קומען דורך די מח נאר גלייך פונעם לב ארויס.
כ'ווייס נישט צו איר מאכט שוין חתונה קינדער און זיך ערשט יעצט געכאפט נאכן זעהן ווי שטארק די לעבן פון אייערע קינדער ווערט אפעקטירט צוליב דעם וואס איר האט קיינמאל באקומען א געפיל פון ליבאשפט. אדער איר האט ערשט יעצט חתונה געהאט און איר קענט נישט לעבן מיט א ריכטיגע אהבה ואחוה מיט אייער בני בית ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי צו געבן ליבשאפט און מיטגעפיל, ווייל איר האט דאס נאך קיינמאל געשפירט.

איך וועל פראבירן אראפלייגן מיין איבערלעבעניש אפשר וועט איר קענען ארויסנעמען פון דעם עצה ותושיה, און אביסל א חיזוק אז איר זענט נישט אליין אויפן וואסער.

איך האב חתונה געהאט א צען יאר צוריק און א זיבן יאר נאך מיין חתונה האב איך אנגעהויבן שפירן אז איך האב נישט קיין עכטע ליבשאפט צו מיינע זיסע קינדערלעך. איך געדענק איך בין געווען אויף א נסיעה אויף מקומות הקדושים מיט אפאר חברים און יעדער האט געשמועסט אז זיי בענקן זיך באמת צו זייערע קינדערלעך און ווי ווארעם זיי האבן ביינאכט געזאגט א גוטע נאכט פאר זייערע קינדער איינער האט אפילו געליינט קריאת שמע אויפן טעלעפון מיט זיינע קינדער. דעמאלטס האב איך אנגעהויבן כאפן אז איך האב ממש נישט קיין שום געפיל צו מיינע קינדערלעך. אוודאי האב איך זיי ליב ווייל זיי זענען מיינע קינדערלעך אבער נישט א עכטע קשר אז איך זאל מיך בענקען נאך זיי ווען איך בין אויפן וועג, בכלל נישט כרחם אב על בנים עכט א טריקענע ליבשאפט.
נאך א קלאפ פאר מיר איז געווען ווען איינעם'ס בני בית האט דאן געווארט א קינד און די וועג וויאזוי ער האט מיטגעפילט מיט אירע שוועריקייטן איז מיר געווען א שטארקע חידוש. אפילו איך פלעג אויך ארויסהעלפן די בני בית אין אזאנע אומשטענדן, איז עס אבער געווען נישט מיט קיין עכטע מיטגעפיל נאר פשוט ווייל זי 'זאגט' זי שפירט נישט גוט 'דארף' מען איר העלפן.

יענע נסיעה האט מיר שטארק גערירט. עס הייסט אז איך האב באמת נישט קיין געפילן? נישט קיין שום עכטע רויע מיטגעפיל מיט מיין ווייב? נישט קיין עכטע ליבע געפיל צו מיינע קינדער? עס האט מיר ממש גערירט. זייט דעמאלטס מיין קאפ האט זיך איבערדעם געדרייט די גאנצע צייט, כ'האב פארשטייט זיך אנגעהויבן זעהן נאך עקזעמפלאן.

און דאן האב איך אנגעהויבן אריינטראכטן איבער מיין געבורט און עס איז מיר באמת ארויפגעקומען שווערע מצבים אין וואס איך בין געווען וואס די וועג וויאזוי מיינע עלטערן האבן מיר געהאלפן (?) איז געווען מיט אזא טרוקענקייט אנע שום מיטגעפיל, און פארשטייט זיך די חושך שבטו שונא בנו איז געווען בהידור רב.
אזוי אויך האב איך קיינמאל געהערט די ווארט פון זיי 'איך האב דיך ליב מיין זיס קינד'. די איינציגסטע מאל וואס איך האב געזען ביי מיינע עלטערן אז זיי פרייען זיך מיט מיר און איך בין געווען ווערד צו געבוירן ווערן איז אויב איך האב געלערנט פלייסיג געקענט גוט א בחינה געגענדיגט מסכתות.

ווי מער איך האב אריינגעטראכט אלץ מער האט מיר עס געבאדערט ביז א שטיק צייט איך האב ממש נישט געקענט אנקוקן מיינע עלטערן פון גרויס אויפגערעגקייט , אדער צוקלאפטקייט אז פארוואס האט עטץ ענק אויפגעפירט צו מיר ווי דאמי עלטערן, פארוואס בין איך געווען פשוט ענקער מיטל צו קענען הנאה האבן אז ענק האבן 'גוטע קינדער' הייסט עטץ האטס מיר פשוט גענוצט פאר ענקערע צוועקן, און וועגן דעם ליידן מיינע קינדער און מיין ווייב? באקומען נישט קיין נארמאלע רויע ווארימע געפילן פון מיר. און א קינד און פרוי וואס באקומט נישט קיין געפילן קען נישט נארמאל שטייגן און זיך אומגיין.

ווען איך האב געשפירט עס איז שוין כלו כל הקיצון האב איך מיר אראפגעזעצט און אראפגעשריבן מיינע שווערע איבערלעבענישן, און וויפיל מאל איך האב געווארט אויף א פאטערליכע/ מוטערליכע ליבשאפט נאנטשאפט און עס נישט באקומען. און פראבירט איבערגיין די געפילן ווי שטארק איך האב געווארט פאר א עכטע נאנטע סעד ועזר און עס נישט באקומען, און זיך אליין געדמיונט וויאזוי מיינע עלטערן געבן מיר עס און זאגן מיר משה'לע מאמי האט דיך אזוי שטארק ליב איך האף אז עס וועט אריבערגיין..... א גוטע נאכט משה'לע איך האף אז מארגן וועסטו האבן א גוטע טאג, מאמי טראכט א גאנצע צייט פון דיר, און אזוי טיפער און טיפער. געטון דאס אפאר מאל אין אפאר טאג, איעך בין אויפגעווען נעכט אויף נעכט.

איך קען זאגן די געפילן פון נאך די שטיק צייט האט זיך געפילט ווי א שטיין אראפ פון הארץ איך זאג באמת מיין לעבן האט זיך באמת געטוישט. סיי מיין לעבן וויאזוי איך האב געשפירט צו מיינע קינדער, סיי צו מיין בני בית, עפעס א מורא'דיגע אפענע געפילן סיי אין ליבשאפט און סיי אין מיטגעפיל, די לעבן איז ממש געווארן א מחיה.

און כלפי מיינע עלטערן איז געווארן פארקערט איך האב אנגעהויבן מיטשפירן מיט זיי נעבעך אז זיי קענען נישט ארויסגעבן זייערע אייגענע רויע געפילן עס איז נעבעך אזוי פארהארטעוועט און זיי קענען נעבעך נישט לעבן קיין נארמאלע לעבן איך האלט פשוט און איין בעטן פאר זיי.

נאך א שטיק צייט בין איך גראדע געגאנגען צו א פסיכילאג פאר טעראפי פון מיין אייגענע ווילן, איך האב עס געוואלט מער ארויסגעבן און איך האב נישט חרטה געהאט, קען זיין עס איז אפילו בעסער צו גיין גלייך צו א פסיכילאג וואס זאל ארויסהעלפן אלעס ווענדט זיך אין די מענטש.

געציילטע זאכן וואס איך וויל ארויסברענגען.

ווען איך האב מיר אנגעהויבן עפענען אין מיר אליינס האב איך אנגעהויבן זעהן די גאנצע וועלט אנדערש איך האב אנגעהויבן באקומען רחמנות געפילן אויף פילע אידן אין ביהמ''ד אז זייערע געפילן זענען נעבעך אזוי פארשטיינערט, איך האב אנגעהויבן זעהן אלעס אין די נושא פון אפענע געפילן, עס האט מיר אביסל געשטערט. און באמת פעהלט נישט אויס יעדעם יעצט אנצוקוקן מיט די מחשבות סיי ווייל מ'ווייסט נישט וואס איז ביי יענעם, און סיי זייער מעגליך אלעס איז פיין נאר איר האט זיך יעצט געעפענט אייערע אויגן זעהט מען אלעס מיט געפילישע גלעזער.
נאך אזאך די כיבוד אב ואם צו מיינע עלטערן אין די צייטן וואס איך האב באקומען א שטארקע אויפגערעגטע געפיל אויף זיי איז די מערסטע וואס באדערט מיר. א טאטע/מאמע בלייבט א טאטע/מאמע און כיבוד אב ואם גייט אלץ אן, איך וואלט זיך געמעגט איינהאלטן ווען איך האב געטראפן מיין טאטע'ן צו וואס נאך פיל מער פון דעם זיי זענען נעבעך גארנישט שולדיג געווען זיי זענען אויך אזוי אויפגעוואקסן און זיי זענען נעבעך אין די זעלבע צרה.

ווער עס ליינט דא. אויב פילט איר אז איר האט נישט קיין עכטע מיטגעפיל מיט אייערע בני בית אין קינדער, און האט נישט קיין עכטע נאנטע געפיל צו זיי. ביטע פראבירט אייך העלפן די לעבן פאר אייך און פאר זיי וועט ווערן פיל בעסער.
אפילו איר מיינט עס שטערט אייך גארנישט אן דעם זאלט איר זיך פראבירן העלפן.

צום שלוס. איך האף אז די באשרייבונג איז לויט די תקנות פון אייוועלט, קען זיין עס איז צו אפן. אויב איז עס א פראבלעם זאלן מיר די מנהלים ביטע לאזן וויסן.

אסאך הצלחה צום פותח האשכול, און דער אייבערשטער זאל אייך ארויסנעמען פון אייער מצב ווי שנעלער.

כתיבה וחתימה טובה.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

תגובה דורך ממוצע »

מיין ליבלינג האט געשריבן:
כתיבה וחתימה טובה.
WOW.
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

תגובה דורך באליבטער »

ממוצע האט געשריבן:
מיין ליבלינג האט געשריבן:
כתיבה וחתימה טובה.
WOW.
WOW איז אן אנדערסטעיטמענט. מורא'דיג מורא'דיג! א גרויסען דאנק מעומק הלב '@מיין ליבלינג' פארן מיטטיילן דיין אייגענע מעשה. כ'האב עס איבערגעליינט בעיון צוויי מאל.
גאר שטארק!

ביי געוויסע פונקטן האב איך זיך געווינדערט פון די ווייסט וואס ס'טוט זיך ביי יענעם אינדערהיים...
דיין תגובה איז אויג-עפענער און א גרויסע הילף. איך בין זיכער אז ס'איז דא נאך א שיין ביסל אידן וואס וועלן פון דעם ארויסנעמען א נוצן.

[אגב, האסט א הערליכע און קלארע פעדער!]

אויב איך מעג זיך אפשטעלן אויף אפאר נקודות צו באקומען מער קלארקייט.

און דאן האב איך אנגעהויבן אריינטראכטן
אויב דו קענסט אריינגיין וואו דו האסט געשפירט אז ס'עפעקטירט דיר אזוי שטארק. געווענליך א מענטש וואס איז פארהאקט די ערשטע 30 יאר פון זיין לעבן, איז שוין איינגעגעסן אין די חריין און לאזט עס שוין אזוי...

איך פרעג לתועלת.

איז עס בלויז ווייל האסט געפילט שלעכט פאר דיין ווייב/קינדער אז זיי באקומען פון דיר וואס זיי דארפן אבער אן א אפענע און ווארעמע געפיל?
ס'איז אוודאי גענוג וויכטיג, אבער כנ''ל, רוב מענטשן לאזן עס לויפן. כ'גלייב ס'איז געווען מער פון דעם אז דו האסט זיך גענומען אזוי עהרנסט און אפילו געצאלט גרויס געלט פאר טערעפי.

אויב דו קענסט מער מיטטיילן וואספארא סארט טערעפיסט איז גוט פאר דעם.

ס'איז גאנץ א שווערע מעשה צו טרעפן א גוטע טערעפיסט. איז טאקע די ערשטע טערעפיסט געווען די שליח?
געמאכט א גרויסע חילוק?
און זיי אזוי גוט און טייל מיט די נאמען פון די טערעפיסט וואס האט געהאט די זכי' צו זיין די ריכטיגע שליח. (אויב נישט מעגליך דא, שיק מיר זיין אינפא באישי).

הרה"ק ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט געזאגט כלפי די שואה" כלל ישראל האט געכאפט א ''הארץ אטאקע'.
אפילו די וואס האבן איבערגעלעבט, זענען אפעקטירט געווארן.

אסאך האבן זיך מחזק געווען און צוריקבאקומען זייער שמחת חיים און אפענע געפילן. ס'ווענדט זיך אין גאר אסאך זאכן. ס'איז נישט אייניג די צרות, די נאטורן, די אמונה/חיזוק וואס מ'האט געהאט פארן/ביים/נאכן קריג, און וויאזוי ס'לעבן האט זיך אויסגעשטעלט נאכן קריג.
געווען אסאך אידן וואס האבן ריקאווערד און געקענט געבן געפיל פאר קינדער און אייניקלעך.
BEIRACH MOSHE.jpeg
BEIRACH MOSHE.jpeg (230.26 KiB) געזען 1794 מאל
איז אבער געווען באבעס און זיידעס וואס זענען נעבעך אלס געבליבן מיט פארהאקטע געפילן און נישט געקענט געבן די נאטורליכע ליבשאפט, אדער שפירן די נאטורליכע געפיל צו קינדער און אייניקלעך וואס דער אייבירשטער האט אריינגעלייגט אין א מענטש. און זייערע קינדער און אפילו אייניקלעך -אויב האבן זיי נישט אדרעסירט די נושא קיינמאל און זיך געעפנט די געפילן-
קענען זיי נישט איבערגעבן וואס זיי האבן אליין קיינמאל נישט באקומען.

ס'איז כלל וכלל נישט קיין ווערטל צו זאגן אז ס'איז דא אינגעלייט וואס זענען דירעקט אפעקטירט פון היטלער ימ''ש.
און ביי די גאולה שלימה בקרוב ממש וועט מען דאס אויך מסדר זיין.

דו זעהסט דעם שמייכל פונעם ברך משה זצ"ל? אזא צוגאסענקייט און ליבליכקייט.

כ'האב לעצטנס געזעהן מיין חתונה אלבום. די שמייכל פון די באבע זאל-רוען-אין-לעכטיגען-גן-עדן איז געווען אזוי איינגעצויגן און עפעס אזוי פארביסן (סאררי כ'האב נישט קיין בעסערע ווארט). זי האט קיינמאל כנראה זיך נישט געהעריג אויסקארירט פון די צרות און פון פארלירן איר משפחה און בעל נעוריה. די געפילן זענען שוין געבליבן פארהאקט אזש אפילו ביי שמחות פון אייניקלעך און איר אייניקלעך זענען די געפילן געווען פארשלאסן. אוודאי האט זי הנאה געהאט אז ס'איז דא א שמחה, אבער ווי @מיין ליבלינג זאגט, 'נישט קיין רויע געפילן גלייך פון הארץ ארויס'.

איז ווי קען איך האבן טענות אויפן זיידן וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא שטוב. היטלער ימ''ש האט פון עם צוגערויבט די רויע ליבשאפט געפילן וואס א קינד שפירט פון א מאמע און טאטע, און אוודאי האט ער עס נישט געקענט געבן פאר זיינע קינדער.
לעצט פארראכטן דורך באליבטער אום פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 11:00 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שוין געווען אזא שמיעס אויפן וועלטל אויב די שואה האט אפעקטירט די מענטאל העלטה ביי די היימישע יודן איך האלט אז אויסדריקלעך יא
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

מיין ליבלינג האט געשריבן:
כ'ווייס נישט צו איר מאכט שוין חתונה קינדער און זיך ערשט יעצט געכאפט נאכן זעהן ווי שטארק די לעבן פון אייערע קינדער ווערט אפעקטירט צוליב דעם וואס איר האט קיינמאל באקומען א געפיל פון ליבאשפט. אדער איר האט ערשט יעצט חתונה געהאט און איר קענט נישט לעבן מיט א ריכטיגע אהבה ואחוה מיט אייער בני בית ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי צו געבן ליבשאפט און מיטגעפיל, ווייל איר האט דאס נאך קיינמאל געשפירט.
הערט א טעריאע וואס כ'האב געקלערט. כ'מיין ס'מאכט סענס.

-ווען דער מאן וויל עפעס און דער פרוי וויל נישט.
-ווען דער בחור וויל עפעס און דער טאטע וויל נישט.
וכו' וכו'

וויאזוי ענדיגט זיך עס בדרך כלל?
כ'מיין אז אין די געזונטע וועלט מיט אפענע געפילן צו זיך אליינס און צו אנדערע, וועלן די צוויי זייטן שפירן ווי שטארק ס'ברענט פאר די אנדערע זייט.

לאמיר געבן א דוגמה, דער מאן וויל זייער פארן אויף מאנסי צו די עלטערן אויף יום טוב, און די ווייב וויל זייער שטארק נישט, וואס איז די געזונטע וועג?
ווער ריקט זיך פאר וועם?

כ'מיין אז געווענליך וועט עס ארבעטן אטאמאטיש אזוי: דער מאן שפירט זיין אייגענע רצון: אויף א סקעי''ל פון 1 - 10 וויל ער עס אזוי שטארק ווי א 8. אבער ער הערט איר צער, און דערשנאפט אז איר ניין איז א 9.5. וועט ער איר נאכגעבן.

נאך א דוגמה,
דער טאטע וויל אז דער בר מצוה בחור זאל אנטון א מער-ווי-עוורידזש חסידישע מלבוש צו די בר מצוה. ער וויל עס זייער שטארק פאר פארשידענע סיבות. (אראפשטעלן זיין זין אלס חסיד'ישע בחור.., צו אנדערע חשבונות)
זיינע געפילן זענען עם אבער אפען. און ווען זיין בחור וויינט געפערליך ווי נישט באקוועם ער איז דערמיט (ער האט חבירים, משפחה, קיינער גייט נישט דערמיט), זעהט דער טאטע אז "זיין בחור'ס" פראבלעם מיט דעם, איז שטערקער און טיפער ווי "זיין" רצון אויף יא. (מ'דארף נישט קיין מעסטער פארדעם. הערצער און געפילן שפירן זיך, ווען געפילן זענען נישט דערשטיקט) און ער קאננעקט דערצו און לאזט נאך זיין שטעלונג.

אבער א מענטש וואס מ'האט עם אינגערהייט דערשטיקט זיינע רויע געפילן און ער איז אזוי פארהארטעוועט און 'טעכניש', דער מוח און הארטע-רצון לאזט נישט צו אפענע געפילן, וועט ער בכלל נישט 'שפירן' יענעם. אפילו ער איז גאר א קלוגער מענטש וואס 'פארשטייט' זייער גוט פארוואס ס'באדערט יענעם. אבער ער פילט נישט די צער, די בושה, צו די געברויך פון יענעם. זיכער נישט אויף ווי שטארק ס'איז.

"''לאגיק" זאגט אז ס'איז שטותים, און לאז אפ!"

איך האב אין קאפ אזויפיל ווייטאגליכע 'מעשה רב' משלים...

און וועגן דעם מאכט זיך מער רייבערייען.
וואס זאגט דער עולם צו דעם?
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

איך געדענק אז בעפאר כ'האב זיך נישט מער געעפנט און באקוועם געמאכט מיט מיינע געפילן (און ס'איז נאך דא א לאנגע וועג צו גיין...), ווען מ'האט געזינגן ''וטהר ליבנו.... ''הייליגער באשעפער אונז האב מיר דיר אזוי ליב'' "הייליגער באשעפער דו האסט אונז אזוי ליב", האב איך געפילט זייער 'פאני' און נאריש. וואס מיינט ליב?
ס'עפעס א ווארט וואס מ'דארף וויסן און גלייבן... ס'פאסט נישט צו פילן געפילן..

אז די געפילן זענען פארהאקט, איז מען מקיים די מצוות כדי נישט צו ח''ו דערצערנען דעם אייבירשטען, ס'איז דאך פארשטענדליך אז מ'טאר נישט טון אנדערש ווי דער בורא עולם הייסט, און אוודאי אויך זיך צו זעהן ארויס פון גיהנום.

געפיללאז. נישט אנדערש ווי א בוך פון געזעצן וואס מ'מוז מקיים זיין ווייל אז נישט קען מען גיין אין תפיסה.

בלויז ווען די געפילן זענען נישט דערשטיקט, קען מען עכט שפירן אהבת ה' און מקיים זיין די מצוות ה' מיט א גוטע ווילן, מאהבה. מקיים זיין ואהבת לריעך כמוך, שפירן יענעם, און זיך גרינג אדורכקומען.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מיין ליבלינג האט געשריבן:
השם שפתי תפתח.

ווען איך האב געזען אייער ארטיקל האב איך מיר ממש געזען אינעם ארטיקל, וויל איך אפשרייבן מיין דורכגאנג און עקספעריענס.

איך ווייס נישט אין וועלכע מצב איר זענט יעצט ווען איר האט זיך געכאפט אז עס פעהלט אייך אזא שטארקע זאך פונעם נפש, דהיינו רויע פשוטע געפילן פון ליבשאפט אנע זייטיגע מחשבות, נאר לאזן דאס לב ארויסגעבן די געפילן אן א אפהאלט פונעם מח. און אזוי אויך זאלן געפילן נישט קומען דורך די מח נאר גלייך פונעם לב ארויס.
כ'ווייס נישט צו איר מאכט שוין חתונה קינדער און זיך ערשט יעצט געכאפט נאכן זעהן ווי שטארק די לעבן פון אייערע קינדער ווערט אפעקטירט צוליב דעם וואס איר האט קיינמאל באקומען א געפיל פון ליבאשפט. אדער איר האט ערשט יעצט חתונה געהאט און איר קענט נישט לעבן מיט א ריכטיגע אהבה ואחוה מיט אייער בני בית ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי צו געבן ליבשאפט און מיטגעפיל, ווייל איר האט דאס נאך קיינמאל געשפירט.

איך וועל פראבירן אראפלייגן מיין איבערלעבעניש אפשר וועט איר קענען ארויסנעמען פון דעם עצה ותושיה, און אביסל א חיזוק אז איר זענט נישט אליין אויפן וואסער.

איך האב חתונה געהאט א צען יאר צוריק און א זיבן יאר נאך מיין חתונה האב איך אנגעהויבן שפירן אז איך האב נישט קיין עכטע ליבשאפט צו מיינע זיסע קינדערלעך. איך געדענק איך בין געווען אויף א נסיעה אויף מקומות הקדושים מיט אפאר חברים און יעדער האט געשמועסט אז זיי בענקן זיך באמת צו זייערע קינדערלעך און ווי ווארעם זיי האבן ביינאכט געזאגט א גוטע נאכט פאר זייערע קינדער איינער האט אפילו געליינט קריאת שמע אויפן טעלעפון מיט זיינע קינדער. דעמאלטס האב איך אנגעהויבן כאפן אז איך האב ממש נישט קיין שום געפיל צו מיינע קינדערלעך. אוודאי האב איך זיי ליב ווייל זיי זענען מיינע קינדערלעך אבער נישט א עכטע קשר אז איך זאל מיך בענקען נאך זיי ווען איך בין אויפן וועג, בכלל נישט כרחם אב על בנים עכט א טריקענע ליבשאפט.
נאך א קלאפ פאר מיר איז געווען ווען איינעם'ס בני בית האט דאן געווארט א קינד און די וועג וויאזוי ער האט מיטגעפילט מיט אירע שוועריקייטן איז מיר געווען א שטארקע חידוש. אפילו איך פלעג אויך ארויסהעלפן די בני בית אין אזאנע אומשטענדן, איז עס אבער געווען נישט מיט קיין עכטע מיטגעפיל נאר פשוט ווייל זי 'זאגט' זי שפירט נישט גוט 'דארף' מען איר העלפן.

יענע נסיעה האט מיר שטארק גערירט. עס הייסט אז איך האב באמת נישט קיין געפילן? נישט קיין שום עכטע רויע מיטגעפיל מיט מיין ווייב? נישט קיין עכטע ליבע געפיל צו מיינע קינדער? עס האט מיר ממש גערירט. זייט דעמאלטס מיין קאפ האט זיך איבערדעם געדרייט די גאנצע צייט, כ'האב פארשטייט זיך אנגעהויבן זעהן נאך עקזעמפלאן.

און דאן האב איך אנגעהויבן אריינטראכטן איבער מיין געבורט און עס איז מיר באמת ארויפגעקומען שווערע מצבים אין וואס איך בין געווען וואס די וועג וויאזוי מיינע עלטערן האבן מיר געהאלפן (?) איז געווען מיט אזא טרוקענקייט אנע שום מיטגעפיל, און פארשטייט זיך די חושך שבטו שונא בנו איז געווען בהידור רב.
אזוי אויך האב איך קיינמאל געהערט די ווארט פון זיי 'איך האב דיך ליב מיין זיס קינד'. די איינציגסטע מאל וואס איך האב געזען ביי מיינע עלטערן אז זיי פרייען זיך מיט מיר און איך בין געווען ווערד צו געבוירן ווערן איז אויב איך האב געלערנט פלייסיג געקענט גוט א בחינה געגענדיגט מסכתות.

ווי מער איך האב אריינגעטראכט אלץ מער האט מיר עס געבאדערט ביז א שטיק צייט איך האב ממש נישט געקענט אנקוקן מיינע עלטערן פון גרויס אויפגערעגקייט , אדער צוקלאפטקייט אז פארוואס האט עטץ ענק אויפגעפירט צו מיר ווי דאמי עלטערן, פארוואס בין איך געווען פשוט ענקער מיטל צו קענען הנאה האבן אז ענק האבן 'גוטע קינדער' הייסט עטץ האטס מיר פשוט גענוצט פאר ענקערע צוועקן, און וועגן דעם ליידן מיינע קינדער און מיין ווייב? באקומען נישט קיין נארמאלע רויע ווארימע געפילן פון מיר. און א קינד און פרוי וואס באקומט נישט קיין געפילן קען נישט נארמאל שטייגן און זיך אומגיין.

ווען איך האב געשפירט עס איז שוין כלו כל הקיצון האב איך מיר אראפגעזעצט און אראפגעשריבן מיינע שווערע איבערלעבענישן, און וויפיל מאל איך האב געווארט אויף א פאטערליכע/ מוטערליכע ליבשאפט נאנטשאפט און עס נישט באקומען. און פראבירט איבערגיין די געפילן ווי שטארק איך האב געווארט פאר א עכטע נאנטע סעד ועזר און עס נישט באקומען, און זיך אליין געדמיונט וויאזוי מיינע עלטערן געבן מיר עס און זאגן מיר משה'לע מאמי האט דיך אזוי שטארק ליב איך האף אז עס וועט אריבערגיין..... א גוטע נאכט משה'לע איך האף אז מארגן וועסטו האבן א גוטע טאג, מאמי טראכט א גאנצע צייט פון דיר, און אזוי טיפער און טיפער. געטון דאס אפאר מאל אין אפאר טאג, איעך בין אויפגעווען נעכט אויף נעכט.

איך קען זאגן די געפילן פון נאך די שטיק צייט האט זיך געפילט ווי א שטיין אראפ פון הארץ איך זאג באמת מיין לעבן האט זיך באמת געטוישט. סיי מיין לעבן וויאזוי איך האב געשפירט צו מיינע קינדער, סיי צו מיין בני בית, עפעס א מורא'דיגע אפענע געפילן סיי אין ליבשאפט און סיי אין מיטגעפיל, די לעבן איז ממש געווארן א מחיה.

און כלפי מיינע עלטערן איז געווארן פארקערט איך האב אנגעהויבן מיטשפירן מיט זיי נעבעך אז זיי קענען נישט ארויסגעבן זייערע אייגענע רויע געפילן עס איז נעבעך אזוי פארהארטעוועט און זיי קענען נעבעך נישט לעבן קיין נארמאלע לעבן איך האלט פשוט און איין בעטן פאר זיי.

נאך א שטיק צייט בין איך גראדע געגאנגען צו א פסיכילאג פאר טעראפי פון מיין אייגענע ווילן, איך האב עס געוואלט מער ארויסגעבן און איך האב נישט חרטה געהאט, קען זיין עס איז אפילו בעסער צו גיין גלייך צו א פסיכילאג וואס זאל ארויסהעלפן אלעס ווענדט זיך אין די מענטש.

געציילטע זאכן וואס איך וויל ארויסברענגען.

ווען איך האב מיר אנגעהויבן עפענען אין מיר אליינס האב איך אנגעהויבן זעהן די גאנצע וועלט אנדערש איך האב אנגעהויבן באקומען רחמנות געפילן אויף פילע אידן אין ביהמ''ד אז זייערע געפילן זענען נעבעך אזוי פארשטיינערט, איך האב אנגעהויבן זעהן אלעס אין די נושא פון אפענע געפילן, עס האט מיר אביסל געשטערט. און באמת פעהלט נישט אויס יעדעם יעצט אנצוקוקן מיט די מחשבות סיי ווייל מ'ווייסט נישט וואס איז ביי יענעם, און סיי זייער מעגליך אלעס איז פיין נאר איר האט זיך יעצט געעפענט אייערע אויגן זעהט מען אלעס מיט געפילישע גלעזער.
נאך אזאך די כיבוד אב ואם צו מיינע עלטערן אין די צייטן וואס איך האב באקומען א שטארקע אויפגערעגטע געפיל אויף זיי איז די מערסטע וואס באדערט מיר. א טאטע/מאמע בלייבט א טאטע/מאמע און כיבוד אב ואם גייט אלץ אן, איך וואלט זיך געמעגט איינהאלטן ווען איך האב געטראפן מיין טאטע'ן צו וואס נאך פיל מער פון דעם זיי זענען נעבעך גארנישט שולדיג געווען זיי זענען אויך אזוי אויפגעוואקסן און זיי זענען נעבעך אין די זעלבע צרה.

ווער עס ליינט דא. אויב פילט איר אז איר האט נישט קיין עכטע מיטגעפיל מיט אייערע בני בית אין קינדער, און האט נישט קיין עכטע נאנטע געפיל צו זיי. ביטע פראבירט אייך העלפן די לעבן פאר אייך און פאר זיי וועט ווערן פיל בעסער.
אפילו איר מיינט עס שטערט אייך גארנישט אן דעם זאלט איר זיך פראבירן העלפן.

צום שלוס. איך האף אז די באשרייבונג איז לויט די תקנות פון אייוועלט, קען זיין עס איז צו אפן. אויב איז עס א פראבלעם זאלן מיר די מנהלים ביטע לאזן וויסן.

אסאך הצלחה צום פותח האשכול, און דער אייבערשטער זאל אייך ארויסנעמען פון אייער מצב ווי שנעלער.

כתיבה וחתימה טובה.
ווערטער זענען צו ארום ווען ס'קומט צו דיין באשרייבונג.

איין זאך איז אבער זיכער, איך זארג מיר נישט פאר דיין קינדער! זיי האבן די בעסטע טאטע שייך!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

באליבטער האט געשריבן:
איך געדענק אז בעפאר כ'האב זיך נישט מער געעפנט און באקוועם געמאכט מיט מיינע געפילן (און ס'איז נאך דא א לאנגע וועג צו גיין...), ווען מ'האט געזינגן ''וטהר ליבנו.... ''הייליגער באשעפער אונז האב מיר דיר אזוי ליב'' "הייליגער באשעפער דו האסט אונז אזוי ליב", האב איך געפילט זייער 'פאני' און נאריש. וואס מיינט ליב?
ס'עפעס א ווארט וואס מ'דארף וויסן און גלייבן... ס'פאסט נישט צו פילן געפילן..

אז די געפילן זענען פארהאקט, איז מען מקיים די מצוות כדי נישט צו ח''ו דערצערנען דעם אייבירשטען, ס'איז דאך פארשטענדליך אז מ'טאר נישט טון אנדערש ווי דער בורא עולם הייסט, און אוודאי אויך זיך צו זעהן ארויס פון גיהנום.

געפיללאז. נישט אנדערש ווי א בוך פון געזעצן וואס מ'מוז מקיים זיין ווייל אז נישט קען מען גיין אין תפיסה.

בלויז ווען די געפילן זענען נישט דערשטיקט, קען מען עכט שפירן אהבת ה' און מקיים זיין די מצוות ה' מיט א גוטע ווילן, מאהבה. מקיים זיין ואהבת לריעך כמוך, שפירן יענעם, און זיך גרינג אדורכקומען.
;l;p- ;l;p-
איך וואלט געזיצן און געשיקט גרינע ביז צופרי ווען כ'האב ווען צייט מיט געדילט :P
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

באליבטער האט געשריבן:
מיין ליבלינג האט געשריבן:
כ'ווייס נישט צו איר מאכט שוין חתונה קינדער און זיך ערשט יעצט געכאפט נאכן זעהן ווי שטארק די לעבן פון אייערע קינדער ווערט אפעקטירט צוליב דעם וואס איר האט קיינמאל באקומען א געפיל פון ליבאשפט. אדער איר האט ערשט יעצט חתונה געהאט און איר קענט נישט לעבן מיט א ריכטיגע אהבה ואחוה מיט אייער בני בית ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי צו געבן ליבשאפט און מיטגעפיל, ווייל איר האט דאס נאך קיינמאל געשפירט.
הערט א טעריאע וואס כ'האב געקלערט. כ'מיין ס'מאכט סענס.

-ווען דער מאן וויל עפעס און דער פרוי וויל נישט.
-ווען דער בחור וויל עפעס און דער טאטע וויל נישט.
וכו' וכו'

וויאזוי ענדיגט זיך עס בדרך כלל?
כ'מיין אז אין די געזונטע וועלט מיט אפענע געפילן צו זיך אליינס און צו אנדערע, וועלן די צוויי זייטן שפירן ווי שטארק ס'ברענט פאר די אנדערע זייט.

לאמיר געבן א דוגמה, דער מאן וויל זייער פארן אויף מאנסי צו די עלטערן אויף יום טוב, און די ווייב וויל זייער שטארק נישט, וואס איז די געזונטע וועג?
ווער ריקט זיך פאר וועם?

כ'מיין אז געווענליך וועט עס ארבעטן אטאמאטיש אזוי: דער מאן שפירט זיין אייגענע רצון: אויף א סקעי''ל פון 1 - 10 וויל ער עס אזוי שטארק ווי א 8. אבער ער הערט איר צער, און דערשנאפט אז איר ניין איז א 9.5. וועט ער איר נאכגעבן.

נאך א דוגמה,
דער טאטע וויל אז דער בר מצוה בחור זאל אנטון א מער-ווי-עוורידזש חסידישע מלבוש צו די בר מצוה. ער וויל עס זייער שטארק פאר פארשידענע סיבות. (אראפשטעלן זיין זין אלס חסיד'ישע בחור.., צו אנדערע חשבונות)
זיינע געפילן זענען עם אבער אפען. און ווען זיין בחור וויינט געפערליך ווי נישט באקוועם ער איז דערמיט (ער האט חבירים, משפחה, קיינער גייט נישט דערמיט), זעהט דער טאטע אז "זיין בחור'ס" פראבלעם מיט דעם, איז שטערקער און טיפער ווי "זיין" רצון אויף יא. (מ'דארף נישט קיין מעסטער פארדעם. הערצער און געפילן שפירן זיך, ווען געפילן זענען נישט דערשטיקט) און ער קאננעקט דערצו און לאזט נאך זיין שטעלונג.

אבער א מענטש וואס מ'האט עם אינגערהייט דערשטיקט זיינע רויע געפילן און ער איז אזוי פארהארטעוועט און 'טעכניש', דער מוח און הארטע-רצון לאזט נישט צו אפענע געפילן, וועט ער בכלל נישט 'שפירן' (יענעם.) זיך אפילו ער איז גאר א קלוגער מענטש וואס 'פארשטייט' זייער גוט פארוואס ס'באדערט יענעם. אבער ער פילט נישט די צער, די בושה, צו די געברויך פון יענעם. זיכער נישט אויף ווי שטארק ס'איז.

"''לאגיק" זאגט אז ס'איז שטותים, און לאז אפ!"

איך האב אין קאפ אזויפיל ווייטאגליכע 'מעשה רב' משלים...

און וועגן דעם מאכט זיך מער רייבערייען.
וואס זאגט דער עולם צו דעם?
די ביזט פיין!

נאר איין נקודה מיין איך איז גוט מער אויסצושמועסן. די סיבה פארוואס ער האט מורא צו פילן יענעם'ס געפילן, איז ווייל ער ציטערט פון זיינע אייגענע געפילן.

ווען א טאטע וואס פארמאגט אין זיך פארשפארטע געפילן זאגט פאר זיין קינד ''לאגיק זאגט אז ס'איז שטותים, און לאז אפ!'' רעדט ער בעצם צו זיך! ער איז נישט באוויסטזיניג צו דעם, אבער דאס איז די סיבה פארוואס ער איז אזוי פארעקשנט.

ס'איז אביסל א טיפע נקודה אבער איך מיין וועסט עס פארשטיין.
און אדרבה, אויב די האלטסט אנדערש וויל איך הערן. איך מיין מ'קען זיך אסאך לערנען פון דיר.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

באליבטער האט געשריבן:
בעז"ה, כ'וויל שרייבן וואס ס'געשעהט מיט א מענטש וואס האט נישט באקומען א ווארעמע ליבשאפט אלס קינד/געווארן געקלאפט פון אנדערע.
מורא'דיג, יישר כח באליבטער, אזוי שיין אין קלאר ארויסברענגן די ענין,
ס'איז מיר ברור אז אונטער אזא באשרייבונג ליגן 'יארן' פון ארבעטן אויף זיך כאטשיג א שעה א טאג, ס'דערקענט זיך אז אונטער יעדע שורה ליגט ארבעט מחשבה, סעלף עקספירענס, דורכטראכטן פונקטליך די געפיל/סיבה אונטער יעדע התנהגות.
צושרייבן אזא ארטיקל מוז מען שוין זיין א גרויס חלק געהיילט, פאר איינעם וואס איז פארהאקט אזוי ווי ער איז געווארן אין זיינע יונגע יארן, קען נישט כאפן די אלע זאכן, ס'איז ספאניש פאר אים.
אין פאר א געזונטע נפש וואס איז דאס נישט אדורך, גייט אויך נישט פארשטיין וואס דא שטייט, געפילן איז אזוי פשוט און נאטירליך פאר אים אזוי ווי די זון שטייט אויף, ער כאפט נישט אז מען קען עס שעדיגן.
נאר איינער וואס איז געווארן געשעדיגט, אין ער האט זיך אנגעהויבן צו היילן קען פארשטיין ווי אזוי די זאכן ארבעטן, ווען ער קוקט צוריק אויף למפרע, ווי אזוי ער איז געווען אמאל קעגן ווי אזוי ער איז היינט, ער קען עס עכט מיטלעבן און מיט טיילן.
[מער וועגן אופני רפואה האף איך דיר צו שיקן אין אישי].
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

בעזר השם

איך וועל פראבירן אריין ווארפן מיינע 2 צענט און די נושא. כאטשיג איך בין ווייט פון א פראפעשינעל, האב איך אבער געטון אסאך אין דעם. איך האב באמערקט אז די נושא פון פארהאקטע געפילן [וואס אין די פראפעשינעל וועלט ווערט עס אנגערופן Dissociation] ווערט ווייניג גערעדט בתוכינו, מען רעדט אסאך פון נידריג זעלבסווירדע, ענקזייטי, דעפרעסיע, אבער 'פארמאכטע געפילן' וואס איז כמה פעמים די גורם פאר די אלע פראבלעמן ווערט ווייניג גערעדט.

ה' שפתי תפתח. וזה החלי:

פונקט אזוי ווי יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט א מח הארץ לונגען לעבער הענט פיס, ווערט יעדע מענטש געבוירן מיט אן עולם ההרגש, ס'איז דא מענטשן וואס ווערן געבוירן מיט ווייניג דערפון, און ס'איז דא וואס ווערן געבוירן מיט א אסאך פון עס, מער שטערקער אין טיפער.
די כלל און תורת הנפש איז אז מידות קען מען טוישן, אבער נאטורן קען מען נישט טוישן, און ממילא וויבאלד די וועלט פון געפילן איז א חלק פון די נאטור פון א מענטש קען מען עס נישט טוישן קיין סאך, א מענטש מיט אסאך געפילן גייט בלייבן א גאנץ לעבן א געפילשע מענטש, און א מענטש מיט ווייניג געפילן גייט ביז די 120 יאר בלייבן מער א קאלטערע מענטש.
וואס ס'קען געשען איז אז אפי' א מענטש וואס מחמת טבעו איז מער אויף די געפילע זייט, האט מחמת סיבות שונות ומשונות געדארפט פארמאכן זיין נאטירלכע הרגשים וואס גיסן אין פליסן אינערווייניג. אבער דאס מיינט נישט אז ער האט זיך געטוישט צו קאלטע מענטש, עס גייט נישט ווערן קיין טבע שני פאר אים, נאר עס גייט קומען בייגלייט מיט שווערע יסורים [ווי עס וועט האפענטליך ווערן שפעטער ערקלערט באריכות].

אין אנדערע ווערטער: ס'קען זיין צוויי מענטשן אין בית המדרש, ביידע זעהן אויסערליך אויס ווי מער קאלטע מענטשן וואס האבן נישט קיין סאך הרגשים, אבער באמת איז עס הימעל און ערד, ביי איין מענטש איז עס נאטירליך אזוי געבוירן און עס גייט נישט שטערן גארנישט זיין חיי יום יומית, אלעס פארט א מחיה, ער פילט זייער באקוועם מיט זיך, אבער ביים צווייטען איז עס געשען אום נאטירליך, אין פארדעם גיין ער צאלן פאר דעם א טייער פרייז, ס'איז גארנישט אזוי פשוט ביי אים.

*
איז קודם צוויי קורצע הקדמות.
א] אונטער יעדע הארץ וואס איז פארמאכט פון 'פילן' זיינע נאטיריכע הרגשים, איז דא א סיבה פארוואס עס איז פארמאכט. אין א סיבה – מיין איך צו זאגן – א סיבה וואס גייט נאך יעצט אן. און דאס מיינט אז די סיבה איז נישט סתם באופן כללי "ווייל אלטס יונג קינד האב איך נישט געקענט האנדלן מיט מיינע געפילן, ס'איז געווען צו שווער, האב איך עס פארמאכט",הגם ס'איז אמת אז באופן שטחי איז די סיבה פארן פארמאכן זיינע געפילן ווייל ער קען נישט הענדלן זיינע געפילן, אבער באופן פרטי גייט אסאך טיפער פון דעם, ס'איז דא א פונקטליכע טעם פארוואס עס לוינט זיך פאר די מענטש צו האלטן די געפילן פארמאכט עד היום הזה, א פונקטליכע נקודה וואס ער גייט נישט קענען הענדלן.

האסט נישט פארשטאנן וואס דא שטייט, גאנץ מעגליך, איך וועל בעסער מסביר זיין.

איינער וואס פילט נישט, מיינט אז ער האט ספעציפישע פחד פון פילן זיינע פילונגס כהיום הזה, אין ביי יעדעם איינעם איז עס יוניק און אנדערש, מען קען געבן 1000 דוגמאות, איך וועל געבן איין דוגמא,

למשל. טיף אין הארץ ווייסט דער מענטש "אויב איך גיי אנהייבן צו פילן "כהיום" מיינע נאטירליכע הרגשים וואס טוט זיך אינערווייניג, גייט ארויפקומען א ים פון פעין צער רעגעניש אויף מיין טאטע, איך גיי מיר ממש נישט קענען באהערשן, איך גיי אים פארשעמן פאר אלעס וואס ער האט מיר געטון, אדער איך גיי ממש כאפן א נערווען בראך פון אזויפיל פעין אין צער און רעגעניש, ממילא איז אסאך גרינגער נישט צו פילן גארנישט, איך פיל נישט און הכל על מקומו יבוא בשלום". [אזא חשבון מאכט אויך פילן לאו סעלף עסטים, ואכמ"ל ועוד חזון אי"ה].
אזוי קען זיין כל מיני סיבות וואס ליגט באגראבן טיעף אין הארץ פונ'ם מענטש, און דאס האלט אים צוריק פון זיך עפענן.

יעצט. די פראבלעם איז אפי' נאכדעם וואס א מענטש אנערקענט שוין אז ער איז פארמאכט, ווייסט ער סך הכל אז זיין עולם ההרגש איז פארקנאקט, אבער ער ווייסט נישט די סיבה וואס ליגט אונטערדעם, און די וועג עס געוואר צו ווערן איז דורך אנהייבן אביסל צו לאזן זיינע נאטירליכע הרגשים/אינערליכע וועלט ארויפקומן, אין בשעת מעשה האלטן אן געניטע אויג אויפצוכאפן וועלכע פחדים קומען באגלייט מיט עס.

אבער ס'גייט נישט אזוי גרינג, שווער צו גלייבן אז א מענטש אליין זאל קענען אויפכאפן וואס פונקטליך זיין פחד איז, און פארדעם דארף מען האבן א טערפיסט פון אינדרויסן, און די בעסטע מהלך וואס איך ווייס -לעת עתה- געוואר צו ווערן וואס ליגט אונטער די גאנצע מעשה, איז קאהירענס טעראפי.

בקיצור אין איין שורה. איינער וואס זיינע געפילן זענען פארמאכט, איז נישט די תירוץ "סתם ווייל איך קען עס נישט הענדלן" אדער "ווייל מען האט מיר נישט אויסגעלערנט זיי צו נוצן". נאר ליגט עפעס א יוניק אדער אסאך יוניק סיבות אונטער דעם. און די וועג עס היילן טיעף און פערמאנאנט איז דורך געוואר ווערן וואס זענען מיינע סיבות אונטער דעם, און אנהייבן צו זעהן וויפיל די סיבות זענען אמת און וויפיל זענען דמיון.
[באמת איז עס זייער טיעפע און ברייטע שמועס, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, כ'האף צו שרייבן מער באריכות אין ברייטער – אויב עס וועט זיין א פארלאנג].

ב] מען קען נישט צושפארן די עולם ההרגש, נאר עס ווערט אויף געטוישט אויף אנדערע געפילן. ווי געשריבן אנהייב ווערט יעדער געבוירן מיט אן עולם ההרגש איינער אסאך איינער ווייניג, אין אזוי גייט מען בלייבן א גאנץ לעבן אן קיין אויסנאם. און ממילא אויב מען הייבט אן צו פילן אז מען קען נישט נישט קיין עצה געבן מיט די נאטירליכע געפילן, איז נישט דא קיין סוויטש עס צו געבן א לעש אויס און פארטיג, ס'ארבייט נישט אזוי, נאר וואס דען? ס'גייט ווערן צוקוועטש אין באגראבן דורך פרישע געפילן וואס גייען ארויסוואקסן אין איבערנעמן די לאך וואס איז געשאפן געווארן דורכ'ן צוקוועטשן די געפילן.

ס'גייט ארויסוואקסן שטארקע נעגעטיווע געפילן. אדער געפילן פון פחדים, סורווייווען, אדער פון בושות, אדער אפי' פון דעפרעסיע, וכהנה וכהנה, די געפילן גייען איבערנעמן די גאנצע אויבן אן פון דער מענטש, וויייל נאר אזוי האט די מענטש די קראפט צו צודריקן די נאטירליכע געפילן טיעף אינערווייניג. די סארט געפילן זענען אזוי ווי א ברעיס וואס מאכן זיכער אז די מענטש זאל חס ושלום זיך נישט טרעפן מיט זיין נאטירליכע פילונגס. [ס'קען אויך געשען דורך פיזישע יסורים, כשיטת דר' סארנא].

ממילא קען מען בעסער פארשטיין פארוואס א מענטש וואס איז געווארן קאלט גייט פילן זייער שלעכט בניגוד צו איינעם וואס עס איז געבוירן קאלט, ווייל איינער וואס איז געווארן קאלט האט עפעס א ברעיס וואס האלט עס אן, אין די סייט עפעקט דערפון איז: שרעקליכע יסורים.

[וע"ע בספר צו וזרוז אות ט' וז"ל: "נפש האדם אוהבת להתרגש, לא על שמחה לבדה רק גם סתם אוהבת היא, אף להתרגש בעצב ובכיה רוצה הוא. אוהב האיש לראות מראות אימות ולשמע מעשיות נוראות עד כדי לבכות כדי להתרגש על ידן. חק וצרך הנפש היא כשאר חקתיה וצרכיותיה. לכן רק האיש המשלים חקה זאת בעבורה ובהתרגשות התורה והתפלה, שומר נפשו. מה שאין כן מי שעבודת קדשו בלא התרגשות היא (אז) או שתבקש לה הנפש התרגשיות אחרות זולות אף של עבירה להשלים חוקה או שסוף כל סוף תחלה אחת ממחלות הנפש מחסר אחת מצרכיותיה"]

*

כ'האך מער מאריך צו זיין:

וואס זענען די סימטאמן פון א פארמאכטע הארץ.

האט א פארמאכט הארץ ווייניגער נסיונות און תאוות?

די שווערע 'ברייט פארצווייגטע" תוצאות און דאמינא עפעקט וואס א פארמאכט הארץ איז גורם אויפן טאג טעגליכע לעבן.

די צומישיניש/אויבערוואמנעס וואס מען פילט אנהייב ווען מען הייבט זיך אן צו היילן און זיך צו עפענן.

די מאכטפולע חילוק וואס א פארמאכטע מענטש פילט נאכן זיך עפענען, מען פילט ממש ווי א בריה חדשה, מען פילט אז מען איז אריין און א נייע גלגול, ס'איז ממש אומגלויבליך!.

און נאכמאל א דיסקלעימער, איך בין נישט קיין מומחה, איך שרייב סך הכל פון מיין קוק ווינקל, איך בין נייגעריג צו הערן פון אנדערע וואס האבן זיך געמוטשט מיט עס צו זיי זענען מסכים וואס איך האב געשריבן. איך בין נייגעריג צו וויסן צו זיי האבן אויף געכאפט מיט וואספארא ברעיס זייער האלטן אן זייער געפילן פארמאכט, אדרבה קומטס אריין, און לאמיר אינאיינם אויסארבעטן די סוגיא מיט א קלארקייט, ס'וועט זיכער העלפן אסאך יודן וואס ווייסן נישט ווי אזוי עס אנצוכאפן.

נ.ב. בספר הכשרות אברכים פרק ב'-ד' איז שטארק מאריך אין די גאנצע ענין פון הרגשים, ס'איז כדאי אדורך צו קוקן.
די מעלות האט די לעצטערע חדשים [דאכזיך חודש תמוז אב] געהאט א שיינע ארטיקל אויף דעם ענין.
מיין ליבלינג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 5:43 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין ליבלינג »

באליבטער האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
מיין ליבלינג האט געשריבן:
כתיבה וחתימה טובה.
WOW.
WOW איז אן אנדערסטעיטמענט. מורא'דיג מורא'דיג! א גרויסען דאנק מעומק הלב '@מיין ליבלינג' פארן מיטטיילן דיין אייגענע מעשה. כ'האב עס איבערגעליינט בעיון צוויי מאל.
גאר שטארק!

ביי געוויסע פונקטן האב איך זיך געווינדערט פון די ווייסט וואס ס'טוט זיך ביי יענעם אינדערהיים...
דיין תגובה איז אויג-עפענער און א גרויסע הילף. איך בין זיכער אז ס'איז דא נאך א שיין ביסל אידן וואס וועלן פון דעם ארויסנעמען א נוצן.

[אגב, האסט א הערליכע און קלארע פעדער!]

שכח

אויב איך מעג זיך אפשטעלן אויף אפאר נקודות צו באקומען מער קלארקייט.
מיין ליבלינג האט געשריבן:
איך האב חתונה געהאט א צען יאר צוריק און א זיבן יאר נאך מיין חתונה האב איך אנגעהויבן שפירן אז איך האב נישט קיין עכטע ליבשאפט צו מיינע זיסע קינדערלעך. איך געדענק איך בין געווען אויף א נסיעה אויף מקומות הקדושים מיט אפאר חברים און יעדער האט געשמועסט אז זיי בענקן זיך באמת צו זייערע קינדערלעך און ווי ווארעם זיי האבן ביינאכט געזאגט א גוטע נאכט פאר זייערע קינדער איינער האט אפילו געליינט קריאת שמע אויפן טעלעפון מיט זיינע קינדער. דעמאלטס האב איך אנגעהויבן כאפן אז איך האב ממש נישט קיין שום געפיל צו מיינע קינדערלעך. אוודאי האב איך זיי ליב ווייל זיי זענען מיינע קינדערלעך אבער נישט א עכטע קשר אז איך זאל מיך בענקען נאך זיי ווען איך בין אויפן וועג, בכלל נישט כרחם אב על בנים עכט א טריקענע ליבשאפט.
נאך א קלאפ פאר מיר איז געווען ווען איינעם'ס בני בית האט דאן געווארט א קינד און די וועג וויאזוי ער האט מיטגעפילט מיט אירע שוועריקייטן איז מיר געווען א שטארקע חידוש. אפילו איך פלעג אויך ארויסהעלפן די בני בית אין אזאנע אומשטענדן, איז עס אבער געווען נישט מיט קיין עכטע מיטגעפיל נאר פשוט ווייל זי 'זאגט' זי שפירט נישט גוט 'דארף' מען איר העלפן.

יענע נסיעה האט מיר שטארק גערירט. עס הייסט אז איך האב באמת נישט קיין געפילן? נישט קיין שום עכטע רויע מיטגעפיל מיט מיין ווייב? נישט קיין עכטע ליבע געפיל צו מיינע קינדער? עס האט מיר ממש גערירט. זייט דעמאלטס מיין קאפ האט זיך איבערדעם געדרייט די גאנצע צייט, כ'האב פארשטייט זיך אנגעהויבן זעהן נאך עקזעמפלאן.

און דאן האב איך אנגעהויבן אריינטראכטן
אויב דו קענסט אריינגיין וואו דו האסט געשפירט אז ס'עפעקטירט דיר אזוי שטארק. געווענליך א מענטש וואס איז פארהאקט די ערשטע 30 יאר פון זיין לעבן, איז שוין איינגעגעסן אין די חריין און לאזט עס שוין אזוי...

איך פרעג לתועלת.

איז עס בלויז ווייל האסט געפילט שלעכט פאר דיין ווייב/קינדער אז זיי באקומען פון דיר וואס זיי דארפן אבער אן א אפענע און ווארעמע געפיל?
ס'איז אוודאי גענוג וויכטיג, אבער כנ''ל, רוב מענטשן לאזן עס לויפן. כ'גלייב ס'איז געווען מער פון דעם אז דו האסט זיך גענומען אזוי עהרנסט און אפילו געצאלט גרויס געלט פאר טערעפי.
איך האב נישט די צייט פאר דעם צו מסביר זיין מיין פערזענליכע לעבנסשטייגער, אזוי צו פארשטיין געבן פארוואס די רעזאלטאטן זענען אזוי געווען.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך דיר שרייבן פריוואט.

מיין ליבלינג האט געשריבן:
נאך א שטיק צייט בין איך גראדע געגאנגען צו א פסיכילאג פאר טעראפי פון מיין אייגענע ווילן, איך האב עס געוואלט מער ארויסגעבן און איך האב נישט חרטה געהאט, קען זיין עס איז אפילו בעסער צו גיין גלייך צו א פסיכילאג וואס זאל ארויסהעלפן אלעס ווענדט זיך אין די מענטש.
אויב דו קענסט מער מיטטיילן וואספארא סארט טערעפיסט איז גוט פאר דעם.

ס'איז גאנץ א שווערע מעשה צו טרעפן א גוטע טערעפיסט. איז טאקע די ערשטע טערעפיסט געווען די שליח?
געמאכט א גרויסע חילוק?
און זיי אזוי גוט און טייל מיט די נאמען פון די טערעפיסט וואס האט געהאט די זכי' צו זיין די ריכטיגע שליח. (אויב נישט מעגליך דא, שיק מיר זיין אינפא באישי).
הלואי ווען איך קען דיר ווען העלפן און פירן צום ריכטיגן טעראפיסט. אבער לעניית דעתי איז נישט דא אזא זאך ווי א 'גוטע' טעראפיסט יעדער איז גוט פאר א אנדערע מין באשעפעניש. דער אייבערשטערס וועלט איז דאך אזוי גרויס יעדער גלייכט און ווערט געהאלפן פון אנדערע.
אבער באמת איך האב עס נישט געדארפט עמערזשענסי, איך בין נאר געגאנגען מרצוני הטוב.
מיין ליבלינג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 5:43 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין ליבלינג »

באליבטער האט געשריבן:
מיין ליבלינג האט געשריבן:
כ'ווייס נישט צו איר מאכט שוין חתונה קינדער און זיך ערשט יעצט געכאפט נאכן זעהן ווי שטארק די לעבן פון אייערע קינדער ווערט אפעקטירט צוליב דעם וואס איר האט קיינמאל באקומען א געפיל פון ליבאשפט. אדער איר האט ערשט יעצט חתונה געהאט און איר קענט נישט לעבן מיט א ריכטיגע אהבה ואחוה מיט אייער בני בית ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי צו געבן ליבשאפט און מיטגעפיל, ווייל איר האט דאס נאך קיינמאל געשפירט.
הערט א טעריאע וואס כ'האב געקלערט. כ'מיין ס'מאכט סענס.

-ווען דער מאן וויל עפעס און דער פרוי וויל נישט.
-ווען דער בחור וויל עפעס און דער טאטע וויל נישט.
וכו' וכו'

וויאזוי ענדיגט זיך עס בדרך כלל?
כ'מיין אז אין די געזונטע וועלט מיט אפענע געפילן צו זיך אליינס און צו אנדערע, וועלן די צוויי זייטן שפירן ווי שטארק ס'ברענט פאר די אנדערע זייט.

לאמיר געבן א דוגמה, דער מאן וויל זייער פארן אויף מאנסי צו די עלטערן אויף יום טוב, און די ווייב וויל זייער שטארק נישט, וואס איז די געזונטע וועג?
ווער ריקט זיך פאר וועם?
ביסט זייער גערעכט מיט פילע נקודות, און די שרייבסט זייער גוט.

איך מיין אבער אז די ביסט נאכאלץ נישט אינגאנצן ריין פון קענען שפירן אייגענע געפילן רוי'ערהייט.

אז די שרייבסט אז דיין ווייב'ס קינד'ס געפילן זענען אייביג מער ווי דיינע. און דיינע געפילן זענען נאר 'ווערד' 8. לאל. (איך פארשטיי אויך עס איז נאר געווען א משל)
מיין ליבלינג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 5:43 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין ליבלינג »

שכח אלע באדאנקערס

ברכה והצלחה די שרייבסט קלאר ווי קלאר.

די שרייבסט א געוואלדיגע נקודה וועגן די ברעיס, איך האב עס קיינמאל נישט אזוי גוט פארשטאנען.
אויב שייך ביטע מאריך זיין בענין זה.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
בעזר השם

איך וועל פראבירן אריין ווארפן מיינע 2 צענט און די נושא. כאטשיג איך בין ווייט פון א פראפעשינעל, האב איך אבער געטון אסאך אין דעם. איך האב באמערקט אז די נושא פון פארהאקטע געפילן [וואס אין די פראפעשינעל וועלט ווערט עס אנגערופן Dissociation] ווערט ווייניג גערעדט בתוכינו, מען רעדט אסאך פון נידריג זעלבסווירדע, ענקזייטי, דעפרעסיע, אבער 'פארמאכטע געפילן' וואס איז כמה פעמים די גורם פאר די אלע פראבלעמן ווערט ווייניג גערעדט.

ה' שפתי תפתח. וזה החלי:

פונקט אזוי ווי יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט א מח הארץ לונגען לעבער הענט פיס, ווערט יעדע מענטש געבוירן מיט אן עולם ההרגש, ס'איז דא מענטשן וואס ווערן געבוירן מיט ווייניג דערפון, און ס'איז דא וואס ווערן געבוירן מיט א אסאך פון עס, מער שטערקער אין טיפער.
די כלל און תורת הנפש איז אז מידות קען מען טוישן, אבער נאטורן קען מען נישט טוישן, און ממילא וויבאלד די וועלט פון געפילן איז א חלק פון די נאטור פון א מענטש קען מען עס נישט טוישן קיין סאך, א מענטש מיט אסאך געפילן גייט בלייבן א גאנץ לעבן א געפילשע מענטש, און א מענטש מיט ווייניג געפילן גייט ביז די 120 יאר בלייבן מער א קאלטערע מענטש.
וואס ס'קען געשען איז אז אפי' א מענטש וואס מחמת טבעו איז מער אויף די געפילע זייט, האט מחמת סיבות שונות ומשונות געדארפט פארמאכן זיין נאטירלכע הרגשים וואס גיסן אין פליסן אינערווייניג. אבער דאס מיינט נישט אז ער האט זיך געטוישט צו קאלטע מענטש, עס גייט נישט ווערן קיין טבע שני פאר אים, נאר עס גייט קומען בייגלייט מיט שווערע יסורים [ווי עס וועט האפענטליך ווערן שפעטער ערקלערט באריכות].

אין אנדערע ווערטער: ס'קען זיין צוויי מענטשן אין בית המדרש, ביידע זעהן אויסערליך אויס ווי מער קאלטע מענטשן וואס האבן נישט קיין סאך הרגשים, אבער באמת איז עס הימעל און ערד, ביי איין מענטש איז עס נאטירליך אזוי געבוירן און עס גייט נישט שטערן גארנישט זיין חיי יום יומית, אלעס פארט א מחיה, ער פילט זייער באקוועם מיט זיך, אבער ביים צווייטען איז עס געשען אום נאטירליך, אין פארדעם גיין ער צאלן פאר דעם א טייער פרייז, ס'איז גארנישט אזוי פשוט ביי אים.

*
איז קודם צוויי קורצע הקדמות.
א] אונטער יעדע הארץ וואס איז פארמאכט פון 'פילן' זיינע נאטיריכע הרגשים, איז דא א סיבה פארוואס עס איז פארמאכט. אין א סיבה – מיין איך צו זאגן – א סיבה וואס גייט נאך יעצט אן. און דאס מיינט אז די סיבה איז נישט סתם באופן כללי "ווייל אלטס יונג קינד האב איך נישט געקענט האנדלן מיט מיינע געפילן, ס'איז געווען צו שווער, האב איך עס פארמאכט",הגם ס'איז אמת אז באופן שטחי איז די סיבה פארן פארמאכן זיינע געפילן ווייל ער קען נישט הענדלן זיינע געפילן, אבער באופן פרטי גייט אסאך טיפער פון דעם, ס'איז דא א פונקטליכע טעם פארוואס עס לוינט זיך פאר די מענטש צו האלטן די געפילן פארמאכט עד היום הזה, א פונקטליכע נקודה וואס ער גייט נישט קענען הענדלן.

האסט נישט פארשטאנן וואס דא שטייט, גאנץ מעגליך, איך וועל בעסער מסביר זיין.

איינער וואס פילט נישט, מיינט אז ער האט ספעציפישע פחד פון פילן זיינע פילונגס כהיום הזה, אין ביי יעדעם איינעם איז עס יוניק און אנדערש, מען קען געבן 1000 דוגמאות, איך וועל געבן איין דוגמא,

למשל. טיף אין הארץ ווייסט דער מענטש "אויב איך גיי אנהייבן צו פילן "כהיום" מיינע נאטירליכע הרגשים וואס טוט זיך אינערווייניג, גייט ארויפקומען א ים פון פעין צער רעגעניש אויף מיין טאטע, איך גיי מיר ממש נישט קענען באהערשן, איך גיי אים פארשעמן פאר אלעס וואס ער האט מיר געטון, אדער איך גיי ממש כאפן א נערווען בראך פון אזויפיל פעין אין צער און רעגעניש, ממילא איז אסאך גרינגער נישט צו פילן גארנישט, איך פיל נישט און הכל על מקומו יבוא בשלום". [אזא חשבון מאכט אויך פילן לאו סעלף עסטים, ואכמ"ל ועוד חזון אי"ה].
אזוי קען זיין כל מיני סיבות וואס ליגט באגראבן טיעף אין הארץ פונ'ם מענטש, און דאס האלט אים צוריק פון זיך עפענן.

יעצט. די פראבלעם איז אפי' נאכדעם וואס א מענטש אנערקענט שוין אז ער איז פארמאכט, ווייסט ער סך הכל אז זיין עולם ההרגש איז פארקנאקט, אבער ער ווייסט נישט די סיבה וואס ליגט אונטערדעם, און די וועג עס געוואר צו ווערן איז דורך אנהייבן אביסל צו לאזן זיינע נאטירליכע הרגשים/אינערליכע וועלט ארויפקומן, אין בשעת מעשה האלטן אן געניטע אויג אויפצוכאפן וועלכע פחדים קומען באגלייט מיט עס.

אבער ס'גייט נישט אזוי גרינג, שווער צו גלייבן אז א מענטש אליין זאל קענען אויפכאפן וואס פונקטליך זיין פחד איז, און פארדעם דארף מען האבן א טערפיסט פון אינדרויסן, און די בעסטע מהלך וואס איך ווייס -לעת עתה- געוואר צו ווערן וואס ליגט אונטער די גאנצע מעשה, איז קאהירענס טעראפי.

בקיצור אין איין שורה. איינער וואס זיינע געפילן זענען פארמאכט, איז נישט די תירוץ "סתם ווייל איך קען עס נישט הענדלן" אדער "ווייל מען האט מיר נישט אויסגעלערנט זיי צו נוצן". נאר ליגט עפעס א יוניק אדער אסאך יוניק סיבות אונטער דעם. און די וועג עס היילן טיעף און פערמאנאנט איז דורך געוואר ווערן וואס זענען מיינע סיבות אונטער דעם, און אנהייבן צו זעהן וויפיל די סיבות זענען אמת און וויפיל זענען דמיון.
[באמת איז עס זייער טיעפע און ברייטע שמועס, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, כ'האף צו שרייבן מער באריכות אין ברייטער – אויב עס וועט זיין א פארלאנג].

ב] מען קען נישט צושפארן די עולם ההרגש, נאר עס ווערט אויף געטוישט אויף אנדערע געפילן. ווי געשריבן אנהייב ווערט יעדער געבוירן מיט אן עולם ההרגש איינער אסאך איינער ווייניג, אין אזוי גייט מען בלייבן א גאנץ לעבן אן קיין אויסנאם. און ממילא אויב מען הייבט אן צו פילן אז מען קען נישט נישט קיין עצה געבן מיט די נאטירליכע געפילן, איז נישט דא קיין סוויטש עס צו געבן א לעש אויס און פארטיג, ס'ארבייט נישט אזוי, נאר וואס דען? ס'גייט ווערן צוקוועטש אין באגראבן דורך פרישע געפילן וואס גייען ארויסוואקסן אין איבערנעמן די לאך וואס איז געשאפן געווארן דורכ'ן צוקוועטשן די געפילן.

ס'גייט ארויסוואקסן שטארקע נעגעטיווע געפילן. אדער געפילן פון פחדים, סורווייווען, אדער פון בושות, אדער אפי' פון דעפרעסיע, וכהנה וכהנה, די געפילן גייען איבערנעמן די גאנצע אויבן אן פון דער מענטש, וויייל נאר אזוי האט די מענטש די קראפט צו צודריקן די נאטירליכע געפילן טיעף אינערווייניג. די סארט געפילן זענען אזוי ווי א ברעיס וואס מאכן זיכער אז די מענטש זאל חס ושלום זיך נישט טרעפן מיט זיין נאטירליכע פילונגס. [ס'קען אויך געשען דורך פיזישע יסורים, כשיטת דר' סארנא].

ממילא קען מען בעסער פארשטיין פארוואס א מענטש וואס איז געווארן קאלט גייט פילן זייער שלעכט בניגוד צו איינעם וואס עס איז געבוירן קאלט, ווייל איינער וואס איז געווארן קאלט האט עפעס א ברעיס וואס האלט עס אן, אין די סייט עפעקט דערפון איז: שרעקליכע יסורים.

[וע"ע בספר צו וזרוז אות ט' וז"ל: "נפש האדם אוהבת להתרגש, לא על שמחה לבדה רק גם סתם אוהבת היא, אף להתרגש בעצב ובכיה רוצה הוא. אוהב האיש לראות מראות אימות ולשמע מעשיות נוראות עד כדי לבכות כדי להתרגש על ידן. חק וצרך הנפש היא כשאר חקתיה וצרכיותיה. לכן רק האיש המשלים חקה זאת בעבורה ובהתרגשות התורה והתפלה, שומר נפשו. מה שאין כן מי שעבודת קדשו בלא התרגשות היא (אז) או שתבקש לה הנפש התרגשיות אחרות זולות אף של עבירה להשלים חוקה או שסוף כל סוף תחלה אחת ממחלות הנפש מחסר אחת מצרכיותיה"]

*

כ'האך מער מאריך צו זיין:

וואס זענען די סימטאמן פון א פארמאכטע הארץ.

האט א פארמאכט הארץ ווייניגער נסיונות און תאוות?

די שווערע 'ברייט פארצווייגטע" תוצאות און דאמינא עפעקט וואס א פארמאכט הארץ איז גורם אויפן טאג טעגליכע לעבן.

די צומישיניש/אויבערוואמנעס וואס מען פילט אנהייב ווען מען הייבט זיך אן צו היילן און זיך צו עפענן.

די מאכטפולע חילוק וואס א פארמאכטע מענטש פילט נאכן זיך עפענען, מען פילט ממש ווי א בריה חדשה, מען פילט אז מען איז אריין און א נייע גלגול, ס'איז ממש אומגלויבליך!.

און נאכמאל א דיסקלעימער, איך בין נישט קיין מומחה, איך שרייב סך הכל פון מיין קוק ווינקל, איך בין נייגעריג צו הערן פון אנדערע וואס האבן זיך געמוטשט מיט עס צו זיי זענען מסכים וואס איך האב געשריבן. איך בין נייגעריג צו וויסן צו זיי האבן אויף געכאפט מיט וואספארא ברעיס זייער האלטן אן זייער געפילן פארמאכט, אדרבה קומטס אריין, און לאמיר אינאיינם אויסארבעטן די סוגיא מיט א קלארקייט, ס'וועט זיכער העלפן אסאך יודן וואס ווייסן נישט ווי אזוי עס אנצוכאפן.

נ.ב. בספר הכשרות אברכים פרק ב'-ד' איז שטארק מאריך אין די גאנצע ענין פון הרגשים, ס'איז כדאי אדורך צו קוקן.
די מעלות האט די לעצטערע חדשים [דאכזיך חודש תמוז אב] געהאט א שיינע ארטיקל אויף דעם ענין.
;l;p-
איין זאך קריג איך מיר מיט דיך. די ביזט א מומחה! פינטל.

רוב גוטע מומחים בתורת הנפש האבן אליין'ס מיטגעמאכט. זיי האבן טאקע צוגעלערנט אבער עקספעריענס לערנט דאס מערסטע.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

fiena nieas האט געשריבן:
שוין געווען אזא שמיעס אויפן וועלטל אויב די שואה האט אפעקטירט די מענטאל העלטה ביי די היימישע יודן איך האלט אז אויסדריקלעך יא
פון די שואה דאס מערסטע. אבער אלע יארן אין גלות האבן אויך צוגעלייגט לחץ.

ס' איז א חלק פון די גלות.

ווען משיח וועט קומען וועלן אונז שמייכלען ווי ס'דארף צו זיין. אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רינה.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

@ברכה והצלחה

די שרייבסט גוט און ריכטיג, ווארט נישט צי סאך פאר פיעדבעק נאר שרייב ווייטער, פשוט ווייל די וואס זענען דארט גלייב איך נישט אז זיי וועלן קאמענטירן און דער וואס זענען נישט דארט וועלן נישט פארשטיין און עווענטועל אוועק שלעפן די שמועס.

נעם דיין סדר און זיי עס עורך כשלחן ערוך, אסאך ליידענדע וועסטו ארויס העלפן מיטן אויסברייטן די נושא.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

מיין ליבלינג האט געשריבן:
ברכה והצלחה די שרייבסט קלאר ווי קלאר.
ש'כח
מיין ליבלינג האט געשריבן:
די שרייבסט א געוואלדיגע נקודה וועגן די ברעיס, איך האב עס קיינמאל נישט אזוי גוט פארשטאנען.
אדרבה קום אריין מיט דיין עפארונג, איך גלייב אז אויב די וועסט אביסל אריין טראכטן טיף וועסטו קענען באמערקן געוויסע געפילן וואס אפי' זיי זענען געווען זייער שווער, אבער אן זיי וואלסטו געפילט שרעקליך, ממש טויט,
די עיקר קען מען עס באמערקן נאכן זיך עפענן, מען זעהט פלוצלינג ווי אזוי שווערע געפילן פליען אוועק, ודו"ק כי קצרתי
מיין ליבלינג האט געשריבן:
אויב שייך ביטע מאריך זיין בענין זה.
כ'האף מיט השי"ת הילף
shimon7323 האט געשריבן:

פיעדבעק איז די שטופ, אן דעם ווארט מען אז מען זאל טרעפן צייט, און מען ווארט און מען ווארט עד...
אוועטאר
Big boy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2022 8:43 pm
לאקאציע: אין מיין טאטעס שיך

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Big boy »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
מיין ליבלינג האט געשריבן:
ברכה והצלחה די שרייבסט קלאר ווי קלאר.
ש'כח
מיין ליבלינג האט געשריבן:
די שרייבסט א געוואלדיגע נקודה וועגן די ברעיס, איך האב עס קיינמאל נישט אזוי גוט פארשטאנען.
אדרבה קום אריין מיט דיין עפארונג, איך גלייב אז אויב די וועסט אביסל אריין טראכטן טיף וועסטו קענען באמערקן געוויסע געפילן וואס אפי' זיי זענען געווען זייער שווער, אבער אן זיי וואלסטו געפילט שרעקליך, ממש טויט,
די עיקר קען מען עס באמערקן נאכן זיך עפענן, מען זעהט פלוצלינג ווי אזוי שווערע געפילן פליען אוועק, ודו"ק כי קצרתי
מיין ליבלינג האט געשריבן:
אויב שייך ביטע מאריך זיין בענין זה.
כ'האף מיט השי"ת הילף
shimon7323 האט געשריבן:
@ברכה והצלחה

די שרייבסט גוט און ריכטיג, ווארט נישט צי סאך פאר פיעדבעק נאר שרייב ווייטער, פשוט ווייל די וואס זענען דארט גלייב איך נישט אז זיי וועלן קאמענטירן און דער וואס זענען נישט דארט וועלן נישט פארשטיין און עווענטועל אוועק שלעפן די שמועס.

נעם דיין סדר און זיי עס עורך כשלחן ערוך, אסאך ליידענדע וועסטו ארויס העלפן מיטן אויסברייטן די נושא.
פיעדבעק איז די שטופ, אן דעם ווארט מען אז מען זאל טרעפן צייט, און מען ווארט און מען ווארט עד...
פליז שרייב נאך יעדע ווארט איז הייליג
ווען איר באמערקט א תגובה ווי א ניק פרעגט סיי וואס, קענט איר אים ענטפערען אפי' עס איז שוין אריבער א לאנגע צייט!
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

איך וועל שרייבן א נקודה צוויי, נישט אלס מבין, נאר אלס איינער וואס האט זיך נישט געקענט אינדענטעפעצירן נישט מיטן געפיל פון ווייטאג, און נישט געפילט ליבשאפט, און ב”ה היינט האב איך נישט קיין פראבלעם דערמיט.

צויי זאכן וואס איך קען זאגן האט מיר ארויסגעשלעפט דערפון מיט גרויס סייעתא דשמיא

1) ארויסרעדן דעם געפיל וואס מען האט אויף דער מינוט, דהיינו אין א פון פריערט אפגעמאכטע מינוט, האב איך אנגעהויבן זאגן וואס איך שפיר.
מיין ערשטע געפיל וואס איך געדענק זיך זאגן איז, אז איך בין א לא יצלח ווייל איך האב קיין געפילן, אנדערע דוגמאות: עס האט מיר געשטערט וואס משה האט מיר היינט געזאגט, איך האב מיר געפילט פארשעמט און אפגעפאטשט, איך האב זיער ליב געהאט דער שכח פון ברוך, עס האט מיר געגעבן א גוטן געפיל, וכו’ אנפאנג האב איך געזוכט דו געפילן מיט לעכט, נאך א וואך צוויי, האט עס אנגעהויבן גיין גרינגער.
איין נקודה וואס איך האב גענומען אין קאפ פריערט, אז עס גיט מיר נישט ערגבערן א פילינג, איך גיי פלעין רופן דעם קינד ביים נאמען.

2) איז התבודדות, איינער וואס האט דאס פרובירט ווייסט וואס איך מיין, פאר א צווייטן איז עס שווער מסביר צו זיין, גיין אין פעלד וויסען אז דער איינציגער וואס געפינט זיך מיט מיר איז אונזער ליבער טאטע, ער הערט מיך אויס, און איך קען אלעס בעטן און פארציילן.

דער אייבערשטער זאל העלפן אלע אידישע קינדער.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

@ברכה והצלחה, דו שרייבסט זייער גוט. דאס איז קאוהירענס.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

וויאזוי זענט איהר מסביר צוויי קינדער פון די זעלבע יארגאנג און פון די זעלבע עלטערן, איינער האלט זיך ווייט פון זיי און טראגט ארום ווייטאגליכע געפילן און געדענקט בעיקר די נעגעטיווע ענינים, און דער צווייטער איז נאנט צו זיי און געדענקט בעיקר די פאזעטיווע ענינים. די הסבר איז לכאורה די נייגונג פון קינד. דאס איז וואס נשמה פרובירט ארויסצוברענגכן און עס זעהט נישט אויס ווי ליבלונג פארשטייט.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
א] אונטער יעדע הארץ וואס איז פארמאכט פון 'פילן' זיינע נאטיריכע הרגשים, איז דא א סיבה פארוואס עס איז פארמאכט. אין א סיבה – מיין איך צו זאגן – א סיבה וואס גייט נאך יעצט אן. און דאס מיינט אז די סיבה איז נישט סתם באופן כללי "ווייל אלטס יונג קינד האב איך נישט געקענט האנדלן מיט מיינע געפילן, ס'איז געווען צו שווער, האב איך עס פארמאכט",הגם ס'איז אמת אז באופן שטחי איז די סיבה פארן פארמאכן זיינע געפילן ווייל ער קען נישט הענדלן זיינע געפילן, אבער באופן פרטי גייט אסאך טיפער פון דעם, ס'איז דא א פונקטליכע טעם פארוואס עס לוינט זיך פאר די מענטש צו האלטן די געפילן פארמאכט עד היום הזה, א פונקטליכע נקודה וואס ער גייט נישט קענען הענדלן.

האסט נישט פארשטאנן וואס דא שטייט, גאנץ מעגליך, איך וועל בעסער מסביר זיין.

איינער וואס פילט נישט, מיינט אז ער האט ספעציפישע פחד פון פילן זיינע פילונגס כהיום הזה, אין ביי יעדעם איינעם איז עס יוניק און אנדערש, מען קען געבן 1000 דוגמאות, איך וועל געבן איין דוגמא,

למשל. טיף אין הארץ ווייסט דער מענטש "אויב איך גיי אנהייבן צו פילן "כהיום" מיינע נאטירליכע הרגשים וואס טוט זיך אינערווייניג, גייט ארויפקומען א ים פון פעין צער רעגעניש אויף מיין טאטע, איך גיי מיר ממש נישט קענען באהערשן, איך גיי אים פארשעמן פאר אלעס וואס ער האט מיר געטון, אדער איך גיי ממש כאפן א נערווען בראך פון אזויפיל פעין אין צער און רעגעניש, ממילא איז אסאך גרינגער נישט צו פילן גארנישט, איך פיל נישט און הכל על מקומו יבוא בשלום". [אזא חשבון מאכט אויך פילן לאו סעלף עסטים, ואכמ"ל ועוד חזון אי"ה].
אזוי קען זיין כל מיני סיבות וואס ליגט באגראבן טיעף אין הארץ פונ'ם מענטש, און דאס האלט אים צוריק פון זיך עפענן.

יעצט. די פראבלעם איז אפי' נאכדעם וואס א מענטש אנערקענט שוין אז ער איז פארמאכט, ווייסט ער סך הכל אז זיין עולם ההרגש איז פארקנאקט, אבער ער ווייסט נישט די סיבה וואס ליגט אונטערדעם, און די וועג עס געוואר צו ווערן איז דורך אנהייבן אביסל צו לאזן זיינע נאטירליכע הרגשים/אינערליכע וועלט ארויפקומן, אין בשעת מעשה האלטן אן געניטע אויג אויפצוכאפן וועלכע פחדים קומען באגלייט מיט עס.

אבער ס'גייט נישט אזוי גרינג, שווער צו גלייבן אז א מענטש אליין זאל קענען אויפכאפן וואס פונקטליך זיין פחד איז, און פארדעם דארף מען האבן א טערפיסט פון אינדרויסן, און די בעסטע מהלך וואס איך ווייס -לעת עתה- געוואר צו ווערן וואס ליגט אונטער די גאנצע מעשה, איז קאהירענס טעראפי.

בקיצור אין איין שורה. איינער וואס זיינע געפילן זענען פארמאכט, איז נישט די תירוץ "סתם ווייל איך קען עס נישט הענדלן" אדער "ווייל מען האט מיר נישט אויסגעלערנט זיי צו נוצן". נאר ליגט עפעס א יוניק אדער אסאך יוניק סיבות אונטער דעם. און די וועג עס היילן טיעף און פערמאנאנט איז דורך געוואר ווערן וואס זענען מיינע סיבות אונטער דעם, און אנהייבן צו זעהן וויפיל די סיבות זענען אמת און וויפיל זענען דמיון.
[באמת איז עס זייער טיעפע און ברייטע שמועס, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, כ'האף צו שרייבן מער באריכות אין ברייטער – אויב עס וועט זיין א פארלאנג].
ס'איז זייער וויכטיג ארויסצוברענגן אז זייער אסאך מאל - אין מילדע פעלער - פעלט זיך נישט אויס אריין צוקריכען פונקטליך אין די שורש, מען קען עס גאנץ גרינג היילן דורך אופנים וואס די חשובע ניקים האבן שוין געשריבן דא, לדוגמא דורכ'ן אראפשרייבן די געפילן וואס מען פילט יעצט אויף די מינוט וכדו'.
וואס איך שרייב איז נאר פאר שווערערע פעלער, אדער פאר איינעם וואס וויל זיך עכט טיעף היילן. ודי בזה.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”