וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ממוצע האט געשריבן:
[
ס'איז טאקע דא די חלק פון אינדעווידיואליזם. ס'איז טאקע זייער וויכטיג. פשוט אזוי. האסט עס זייער זייער גוט ארויסגעברענגט.

בטבע בין איך מער אין די ענין פון 'מקיפין'... ס'איז מיר אלעמאל שווער געווען צו ארייננעמען אין קאפ הלכות וואס זענען זייער דיטעיל אריענטירט. אן באלעבן די לומדות און עמקות דערפון. דאס איז יא א חציצה, און דאס נישט. די פרי איז יא די סדר צו עסן רוי, און די נישט. וואס איך שרייב איז שטארק מיוסד אויף מיין נאטור.. אבער איך האלט אויך אז ס'איז אמת...

ס'איז דא אזא מין זאך ווי א לייף קאוטש. וואס זאל איך טוהן אין אזא פאל? אזוי און אזוי. און וואס זאל איך טוהן אין אזEE פאל? אזEE און אזEE... נאכדעם איז דא וואס מ'שטייגט צוזאמען מיט קליענט, אין א גוטע און געזונטע און עקסעפטעבל ענווייראמענט. איך האלט שטארק פון די צווייטע מהלך.

ס'האט מיר גענומען יארן צו כאפן אז ס'זענען דא מענטשן וואס ווערן אויף אן אמת נשפע פון איין איינצעלנע עפיזאד אין לעבן. יא, ס'זענען דא מענטשן וואס קענען דיר זאגן אז זיי האבן געהערט א דרשה פון איינעם איינמאל, און עס האט געטוישט זייער לעבן אויף א בולט'דיגע אופן. איך פאר מיר קען נישט אזוי זאגן. איך קען זאגן אז געוויסע לאנגע רילעישאנשיפס מיט מענטשן האבן געפארעמט מיין לעבן. אבער איך ווייס נישט אויב איך קען אזוי זאגן אויף א ספעציפישע איינצעלנע עפיזאד. און אין אלגעמיין פיל איך אז דאס איז סוכ"ס דער אמת ביי רוב מענטשן. אפילו אויב פאר מענטשן קען זיך דאכטן אנדערש.

דו האסט א מענטש וואס גייט צו טעראפי. אפילו אויב לאמיר זאגן אז איין געוויסע זאך וואס ער טוט, אין אונזער פאל שרייבן ברבים, איז נישט געווינטשן, גלייב איך שווער אז דאס זאל האבן אזא גרויסע אויסווירקונג אויף די גאנצע זאך. איך קוק עס אן ווי א קליינע פרט. און ס'איז נישט ווערד צו דיסקארעדזשן א מענטש וועגן דעם. ספעציעל ווען איך קען טראכטן צוואנציג צדדים פארוואס ס'זאל יא אדער נישט זיין א פראבלעם. (איך שרייב דא מיינע טעאריעס, נישט ווייל זיי זענען דוקא די איינציגסטע גערעכטע מהלך, איך בין נייגעריג וואס דו זאגסט צו דעם).
די תגובה איז דא אזוי שטארק אין איינקלאנג מיט די "רעלאטיוו / אבסעלוט" לינק אין דיין אונטערשריפט, ס'איז נישט פאני.

לאז מיך דיר זאגן, איך האב געזאגט וואס כ'האב געזאגט און כ'האב צוגעלייגט ער זאל דאס דורכשמועסן מיטן טערעפיסט דירעקט, אויב זאגט די טערעפיסט אז ס'איז פיין בין איך מסכים אפילו איך ווייס נישט פארוואס. די טראסט וואס איך האב אינעם טעראפיסט זאגט מיר אז ער האט די סברא אין זיין באזיץ, צו וואס דארף איך עס אויך וויסן? סתם אנפילן מיין קאפ מיט פרישע MB? נאך דעטע? פעלט נישט אויס.

דו גייסט א טריט ווייטער אז נישט נאר ביזט נישט זיכער אין מיין קלארע מיינונג, און נישט נאר דו פרובירסט נישט אויפצובויען א קלארע מיינונג אויף פארקערט נאר דו ווילסט גאר הערן דעם טעראפיסטס מיינונג אונטער זיין באשלוס עפעס וואס איך האב נישט געבעטן. און איך זאג דיר אז וואס ער זאל נאר נישט זאגן גייסטו נישט האלטן אזוי אויף זיכער אז דער טערעפיסט איז גערעכט ווייל דיין מוח איז לע"ע קאנפיגערט אז גארנישט איז זיכער, אלעס איז רעלאטיוו, אפשר, מעגליך, קען זיין, יתכן.

דיין טראסט ליגט אין יעדעמס אינדיווידועליזם אז אויב ער האט אזוי געטוהן איז דאס מסתמא דאס בעסטע פאר אים און דאדורך דאס בעסטע פאר די קאלעקטיוו.

איך האב עס ארויס?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פראקטיש האט געשריבן:

איך טראכט יעצט, אז פון די שווערסטע זאכן צו ארויסברענגען אויף פאפיר איז א "וועי אף טינקינג"...

מיין נייגער צו הערן דעם טעראפיסט'ס מיינונג איז פשוט צו הערן נאך א פערספעקטיוו. מכל מלמדי השכלתי. אפשר וועט עס מיר געפעלן.

ס'איז נישט דוקא די "טראסט" אין יענעמ'ס אינדעוויואליזם, ס'איז די הנחה אז א מענטש'ס געפיל איבער זיך אליין איז א בחינה ווי חזקת שלוש שנים… חזקת מרא קמא… חזקת כל מה שתחת יד אדם הוא שלו… און ס'דארף גרויסע ראיות צו מוציא זיין מחבירו… מ'דארף האבן ראיות חותכות.. נישט סתם שפעקולאציעס און טעאריעס…

דאס איז שוין אן אלטע חקירה צי 'חזקה' איז מטעם 'בירור', אדער מטעם 'הנהגה'... מ'פירט זיך אזוי ווי דעם, לאו דוקא ווייל דאס איז דער זיכערער אמת.

דו זאגסט אז כ'האב נישט פרובירט צו אויפבויען א פארקערטע מיינונג.. די אמת איז, א גראדע האב איך געפילט אז דיינע הנחות זענען נישט ריכטיג אין דעם ספעציפישן פאל.. כ'האב געפילט ווי ס'איז ארויסגענומען א טעאריע און שפעקולאציע פון שפעקולאציע בוך… א בוך וואס זאגט אלע מיני מעגליכקייטן, אבער ס'איז לאו דוקא געבויעט אויף א געפיל באזירט אויף אונזער מעשה… נאר.. ס'איז דאך באבנתא דליבא תליא מילתא… כ'קען נישט פראווען מיין פוינט… איך פיל אזוי און דו פארקערט.. דערפאר בין איך געגאנגען אויפן אנדערן מהלך אז נניח אז דער טעאריע איז על כל פנים בגדר טעאריע אין אונזער מציאות, איז עס נישט גענוג אויף צו ארויסשטעלן א צד קעגן יענעמ'ס אייגענער רצון… ספעציעל ווען מ'רעדט פון עפעס וואס זעט מיר אויס צו זיין א מינדערוויכטיגע פרט…

בנוגע רעלאטיוועטי… איך געדענק עפעס א לאנגע תגובה פון דיר בנוגע די נושא… ווי דו האסט עס אנגערופן ידיעה ובחירה… כ'געדענק נישט צי כ'האב עפעס מגיב געווען דערויף… בכל אופן.. איך מיין אז כאטש ס'קען אמאל זיין שווער צו וויסן זאכן אויף זיכער.. קען מען אבער "זיכער" זיך פירן אויף דעם וועג וואס ס'זעט אויס די מערסטע אמת… און די מערסטע סענסעבל… און דער אמת איז אז מ'קען פילן קאנוויקשאן אין זאכן, אפילו אין בעק אוו דע מיינד ווייסט מען אז ס'איז פארהאן א מעגליכקייט אז מ'נארט זיך, דאך פילט דער מענטש דער קאנוויקשאן באשר הוא שם.. און ער פירט זיך לויט דעם…

ס'שטייט אין מאור ושמש, אז ווען עמיצער טוט עפעס מיטן חשבון אז דאס וואס ער טוט איז 'רצון ה'', איז עס טאקע רצון ה', אפילו אויב באמת איז עס שלא כדת. ווייל ער עיקר וויל דער אייבערשטער אז דער מענטש זאל טוען זיינע זאכן בלויז על פי רצון ה', און אויב דאס איז וואס ער האט פארשטאנען, דארף ער אזוי טוען…

א קאמפלעצירטע וועלט…

(אגב מוז איך דיר געבן נאך א קאמפלימענט... איך גלייך זייער שמועסן וואס נעמט לאנג אפצוליינען און אפצוטייפן, נישט צוליב די מאס קערעקטערס נאר וועגן די תוכן...)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ממוצע האט געשריבן:
איך טראכט יעצט, אז פון די שווערסטע זאכן צו ארויסברענגען אויף פאפיר איז א "וועי אף טינקינג"...

מיין נייגער צו הערן דעם טעראפיסט'ס מיינונג איז פשוט צו הערן נאך א פערספעקטיוו. מכל מלמדי השכלתי. אפשר וועט עס מיר געפעלן. איך הער

ס'איז נישט דוקא די "טראסט" אין יענעמ'ס אינדעוויואליזם, ס'איז די הנחה אז א מענטש'ס געפיל איבער זיך אליין איז א בחינה ווי חזקת שלוש שנים… חזקת מרא קמא… חזקת כל מה שתחת יד אדם הוא שלו… און ס'דארף גרויסע ראיות צו מוציא זיין מחבירו… מ'דארף האבן ראיות חותכות.. נישט סתם שפעקולאציעס און טעאריעס…

דאס איז שוין אן אלטע חקירה צי 'חזקה' איז מטעם 'בירור', אדער מטעם 'הנהגה'... מ'פירט זיך אזוי ווי דעם, לאו דוקא ווייל דאס איז דער זיכערער אמת., ווי די שרייבסט, בין איך טאקע נוטה אז די זאכן זענען משום 'הנהגה' און סאושעל ארדער אויף נזקי ממון בין אדם לחבירו.

דו זאגסט אז כ'האב נישט פרובירט צו אויפבויען א פארקערטע מיינונג.. די אמת איז, א גראדע האב איך געפילט אז דיינע הנחות זענען נישט ריכטיג אין דעם ספעציפישן פאל.. כ'האב געפילט ווי ס'איז ארויסגענומען א טעאריע און שפעקולאציע פון שפעקולאציע בוך… א בוך וואס זאגט אלע מיני מעגליכקייטן, אבער ס'איז לאו דוקא געבויעט אויף א געפיל באזירט אויף אונזער מעשה… נאר.. ס'איז דאך באבנתא דליבא תליא מילתא… כ'קען נישט פראווען מיין פוינט… איך פיל אזוי און דו פארקערט.. דערפאר בין איך געגאנגען אויפן אנדערן מהלך אז נניח אז דער טעאריע איז על כל פנים בגדר טעאריע אין אונזער מציאות, איז עס נישט גענוג אויף צו ארויסשטעלן א צד קעגן יענעמ'ס אייגענער רצון… ספעציעל ווען מ'רעדט פון עפעס וואס זעט מיר אויס צו זיין א מינדערוויכטיגע פרט… איך מצדי האלט קלאר אז מיין סברא איז א גערעכטע ממילא איז דאס נישט נאר נישט מינדערוויכטיג נאר עכט עסענטשל צו אדרעסירן בעת וואס חתן דינן לייגט אריין אזוי פיל כח, געלט און מיה זיך צו עפענען זיינע געפילן אויף א געזונטע וועג.

בנוגע רעלאטיוועטי… איך געדענק עפעס א לאנגע תגובה פון דיר בנוגע די נושא… ווי דו האסט עס אנגערופן ידיעה ובחירה… כ'געדענק נישט צי כ'האב עפעס מגיב געווען דערויף… בכל אופן.. איך מיין אז כאטש ס'קען אמאל זיין שווער צו וויסן זאכן אויף זיכער.. קען מען אבער "זיכער" זיך פירן אויף דעם וועג וואס ס'זעט אויס די מערסטע אמת… און די מערסטע סענסעבל… און דער אמת איז אז מ'קען פילן קאנוויקשאן אין זאכן, אפילו אין בעק אוו דע מיינד ווייסט מען אז ס'איז פארהאן א מעגליכקייט אז מ'נארט זיך, דאך פילט דער מענטש דער קאנוויקשאן באשר הוא שם.. און ער פירט זיך לויט דעם… - בין מיט דיר דערויף. וויל נישט מרחיב זיין נישט צו פארדרייען דעם נושא האשכול

ס'שטייט אין מאור ושמש, אז ווען עמיצער טוט עפעס מיטן חשבון אז דאס וואס ער טוט איז 'רצון ה'', איז עס טאקע רצון ה', אפילו אויב באמת איז עס שלא כדת. ווייל ער עיקר וויל דער אייבערשטער אז דער מענטש זאל טוען זיינע זאכן בלויז על פי רצון ה', און אויב דאס איז וואס ער האט פארשטאנען, דארף ער אזוי טוען… עמוק עמוק, אויב קענסטו ביטע צו צייכענען, איך וויל דאס זעהן.

א קאמפלעצירטע וועלט…

(אגב מוז איך דיר געבן נאך א קאמפלימענט... איך גלייך זייער שמועסן וואס נעמט לאנג אפצוליינען און אפצוטייפן, נישט צוליב די מאס קערעקטערס נאר וועגן די תוכן...)
זעה אין רויט
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

הגוגעה האט געשריבן:
שוין, האמיר עס איבערגערעט.
איך וועל איבערבעטן די אלע יודן וואס זענען געווען אינטערעסירט אין מיינע צעטליך...

לתועלת וועט זיין בעסער צו מאכן א ברעיק אי"ה ביז עט ליעסט פורים צייט.
אבער למען הכרת הטוב פאר די אלע ווארימע חבירים וועל איך אי"ה צום סוף צירוקימען געבן אזא שיעור כללי וויאזוי ער איז בעז"ה געווען די שליח אריינציקריכען און אויסהיילען מיינע טיפע געפילען פון "נישט ווערד -דיסקאנעקשא"ן פון סאסייעטי" וואס אנדערע האבן ליידער נישט באוויזען.

יישר כח טייערע הארציגע חבירים!
יעדער זאל זוכה זיין צי גיין אויפן ריכטיגען וועג מיט הרחוות הדעת, ישוב הדעת, שמחה ונחת!

נב
איך האף זייער שטארק צי ענדיגען!
ווי fiena nieas@ האט געשריבן:
די טערעפיסט ארבעט איז צו מאכן דו זאלסט זיין דיין אייגענע טערעפיסט
זאל זיין מיט אסאך הצלחה!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

@נשמת, דו ביסט גוט. ווען איך ליין דיינע זאכן, לעבסטו מיר אויף מיט דיין ארגינאלקייט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמה האט געשריבן:
@נשמת, דו ביסט גוט. ווען איך ליין דיינע זאכן, לעבסטו מיר אויף מיט דיין ארגינאלקייט.
הו הוא! אויפלעבן א נשמה איז דאך תחיית המתים ממש..

ישר כוח און זאלט איר זיין געבענטשט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

טרעפל האט געשריבן:
סערווייווער האט געשריבן:
9 אויך
ניינערס קומען קיינמאל נישט אן קעיר צו נעמען פון זיך.
דהיינו?
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

געטראפן א לינק וואס האט ארויס די נושא אויפן האָר
https://www.psychologytoday.com/us/blog ... cal-parent
קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.
יעקב אבינו
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 23, 2022 2:44 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אבינו »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
געטראפן א לינק וואס האט ארויס די נושא אויפן האָר
https://www.psychologytoday.com/us/blog ... cal-parent
זייער קלאר
אבער די פראבלעם איז איך זע אייביק אלעס ביי מיר
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

יעקב אבינו האט געשריבן:
דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
געטראפן א לינק וואס האט ארויס די נושא אויפן האָר
https://www.psychologytoday.com/us/blog ... cal-parent
זייער קלאר
אבער די פראבלעם איז איך זע אייביק אלעס ביי מיר
דעמאלטס מיינט עס דיר. סארי.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעקב אבינו
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 23, 2022 2:44 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אבינו »

Bissli האט געשריבן:
יעקב אבינו האט געשריבן:
דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
געטראפן א לינק וואס האט ארויס די נושא אויפן האָר
https://www.psychologytoday.com/us/blog ... cal-parent
זייער קלאר
אבער די פראבלעם איז איך זע אייביק אלעס ביי מיר
דעמאלטס מיינט עס דיר. סארי.
Haha דעס איז פארט פון די פראבלעם אז מגלייבט אזוי נישט אין זיך אז אין יעדע פראבלעם זעט מען זיך אפילו סאיז נישט אמת!
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

הגוגעה האט געשריבן:
שוין, האמיר עס איבערגערעט.
איך וועל איבערבעטן די אלע יודן וואס זענען געווען אינטערעסירט אין מיינע צעטליך...

לתועלת וועט זיין בעסער צו מאכן א ברעיק אי"ה ביז עט ליעסט פורים צייט.
אבער למען הכרת הטוב פאר די אלע ווארימע חבירים וועל איך אי"ה צום סוף צירוקימען געבן אזא שיעור כללי וויאזוי ער איז בעז"ה געווען די שליח אריינציקריכען און אויסהיילען מיינע טיפע געפילען פון "נישט ווערד -דיסקאנעקשא"ן פון סאסייעטי" וואס אנדערע האבן ליידער נישט באוויזען.

יישר כח טייערע הארציגע חבירים!
יעדער זאל זוכה זיין צי גיין אויפן ריכטיגען וועג מיט הרחוות הדעת, ישוב הדעת, שמחה ונחת!

נב
איך האף זייער שטארק צי ענדיגען!
ווי fiena nieas@ האט געשריבן:
די טערעפיסט ארבעט איז צו מאכן דו זאלסט זיין דיין אייגענע טערעפיסט

א גיטן טייערע חברים.
איך קום דא מיט א שטיקל אפדעיט פון מיין סיטואציע פאר ווער סאיז נייגעריג.

א קורצע חזרה.
נאך זייער שלעכטע עקספיריענס פון א "נישט לייסענסט" טערעפיסט, האב איך פארגאנגענעם ווינטער תשפ"ב אנגעהויבן מיט א היימישע לייסענסט LCSW. נאך אפאר סעשאנס, פילענדיג אז ער טאפט א וואנט... האב איך אים געפרעגט "די האסט א מהלך דא? די זעהסט ווי די דארפסט גיין...? ענפערט ער "אמממ..."
ע"פ עצת ריליע"ף בין איך געגאנגען נאך אפאר סעשאנס און געזעהן אז ער איז נישט פאר מיר...
נאכדעם האב איך פראבירט א "LCSW-R, "PH.D פאר גרויס געלט... ער האט געהאקט מיט שכל און לאגישע טענות אז ס’מאכט נישט קיין סענס וואס איך טוה און וואס איך פיל... שוין... ער איז גערעכט.. איך האלט אויך אזוי...
נאך 8 סעשאנס האב איך מיך געפריידט צו הערן פון אים אז איך בין א געזונטע מענטש! ספעלט מיר גארנישט און איך קען שוין סטאפן קימען פאר סעשאנס אויב איך וויל...! כ’האב גערן אנגענימען די הצעה...
נאכדעם האב איך געטרייט א קורס וואס האט מיך באמת געמאכט "קאנעקטע"ד" און א געוואלדיגע מענטש... ביז ס'האט געקראכט (ווי איך האב שוין געשריבן פריער און דעם אשכול).

ועל של עתה באנו.
אויף די מאמענט פיל איך ווי איך האב ב"ה געטראפן די ריכטיגע מענטש. כן יעזור השם להלאה!
ב"ה מ'גיימיר/Zoom וועכענטליך צו ר' חיים מאיר פערל נירו יאיר ויזרח
פארגאנגענע וואך איז געווען סעשאן # 12 ב"ה, איך וועל באלד ארויפלייגען דעם צעטיל פון די פארגאנגענע וואך.

מיינע יסורי הנפש האבן היפש נאגעלאזט ב"ה(ס'איז אבער נישט קיין ראיה ווילאנג איך האב די סיפארט פון זיין ביי איינעם.)
איך ווייס נישט צו ער איז פאר יעדעם. איך ווייס פון מיין סיטואציה און נאר ווי איך האלט יעצט.
מיין סיטואציה איז ב"ה געווען אינעם למעשה'דיגן לעבן אויף א געוויסע זון סטעביל און נישט אונטער דריקט. איך האב א ווייב מיט קינדער ב"ה. פרנסה בריווח דורך א אייגענע ביזנעס נישט אונטער דריק פון א בעה"ב. איך מיטשע זיך נאר און איך זיך הילף פטור צו ווערן פון די אלטע טראמאס און די שווערע געפילן וואס דאס באגלייט... זיך ליב האבן און עקסעפטען, זיין באקוועם צווישען מענטשען וכו וכו.

איך האב מיך שוין אסאך מאל צוגעזאגט נישט אפצושאצן אדער האלטן פון א מענטש פאר צוויי יאר נאכן אוועקגיין... אבער צוויי אבזערוואציעס וואס ס'זעהט מיך אויס יעצט וועגן ר' חיים מאיר אנדערש ווי מיינע פריערדיגע סטאפס.
1)א שעה איז א פולע שעה! מלא וגדש מיט ’העווי וואר"ק'. ממש מ'פארברענגט נישט קיין צייט מיט מעשיות וואס זענען נישט וויכטיג. אנדערע מענטשען וואס איך בין געווען זענען בכלל נישט מקפיד ווען מ'פארט אריין און זייטיגע זאכן...(ס'סאך גרינגער... ניין?)
2)איך גיי מיט אים אריין טיף און מיינע קינדער יארן געפילן(20+ יארן צוריק!) מ'עפענט דארט אויף קלאר געפילן וואס קיינער פאר אים האט נישט געטוהן. דאס האב איך געזוכט! איך מיין/האף אז דאס האב איך געדארפט.

דא האט עטס די לעצטע צעטיל. פאר ווער ס'פארשטייט קאהורנס טערעפי וועט עס זיין אינטערעסאנט.
בס"ד
דאנערשטאג פרשת בא תשפ"ג לפ"ק - Thursday, January 26, 2023
טאטי, מנהל וכו', אויב גיי איך אננעמען אז איך בין בעצם א נארמאלע מענטש, אזוי ווי יעדער איינער,
נאר איך בין......... ווייל איך בין געווארן מיסהענדעלט פון מיינע נאנסטע מענטשן,
דעמאלסט בלייב איך אזוי פארלוירן - מיינע נאנסטע מענטשן זענען נישט מיט מיך, און מיססהענדלען מיך,
און איך בלייב אליינס אויף דער וועלט, וואו גיי איך ווייטער?
וויאזוי קען א קליין בחור'ל אליינס דרייוון זיין לעבן, ווען זיינע נאנטע ארום מיסהענדלען אים? איך קען ענק נישט פייטן.
און איך בלייב אין אזופיל פעין, וויסענדיג אז איך בין אונטער ענקער הנהגה בשעת ענק ווייסן נישט וויאזוי מיך צו באהאנדען,
איך פיל סטאק!
סאו ס'איז מיר גרינגער צו אננעמען אז איך בין א פראבלעם, און ............, ס'קומט זיך מיר,
ווייל נאר אזוי פיל איך אז בין מיט נאנטע מענטשן וואס ווייסן וואס זיי טוען מיט מיר, און איך פיל נישט אזוי פארלוירן.
איך בלייב צוקוועטשט און פיל מיט קאמפלעקסעס, אבער לכה"פ האב איך געטרייע מענטשן אויף דער וועלט וואס ווייסען וואס זיי טוהן.

איך וויל דא אויסדריקען א גרויסען דאנק פאר אלע וואס האבן מיר געהאלפן אין אישי מיט רעקאמענדאציעס ובפרט די גרויסע @נשמה פאר זיינע עצות מועילות און מיך שטיפטן צו טוהן און די צעטליך ערליך.
ישלם השם פעלכם הטוב

צום ווידערזעהן זיך דא נאכאמאל און אפאר חדשים, האפענטליך מיט גיטע נייעס.

**********

יעצט גיי איך סוויטשען צו אן אנדערן דירעקשאן....
האסט געליינט ביז דא? ביטע ליין ביזען סוף!

איך וויל דא לויבן דעם אייבירשטען אויף די געוואלדיגע סוקסעספולע קאמפיין וואס מהאט יעצט געענדיגט דא אויף "איי וועלט" און איך האב ב"ה זוכה געווען צו האבן א יד דערין.
ומעשה שהיה כך היה.
פאר עטליכע חדשים צוריק ווען איך האב דא געבאבעלט און דעם אשכול איז אריינגעקימען דא א חשובע ניק המתכנה @איבערלעבער ער האט געזאגט זיינע זיסע מיינונגען וואס האט אויפגעשטורעם'ט דעם אשכול מיט דיבאטעס אהין און אהער אזש סאיז געגאנגען "פייער פון די באלאטעס" ער האט מיך פראבירט צו העלפן און מחזק זיין.
איך האב מיך גע'אישי'ט מיט אים בעיק ענד פאור"ט ביז מ'האט אפגעשמועס'ט א צייט ווען ער גייט מיך ריפען פון א באהאלטענע נומער...
א געשמאקער אויפגעלייגטער היימישע יוד איז געווען אויף די אנדערע ליין.(ער איז דענמאלטס גראדע געווען פארנימען מיט א טאטע פון איינער פון זיינע תלמידים).
א יוד מלא וגדוש מיט תורה ויראת שמים מיט א הארץ ווייעך ווי פיטער.
ער האט מיך אראגעלייגט וואס ער גייט דורך אינדערהיים מיט זיין באשערטען ב פ ד... און וויאזוי סעפעקטירט נעבעך די קינדער רח"ל... און מיך געוויזען "זעהסט וויאזוי איך גיי אן..." ער האט מיך פראבירט צו מאכן אזא סבלן און בעל ביטחון ווי ער...
ער האט מיר פארציילט צו וועם ער גייט פאר הילף. א שטארקע און אנגענימענע נומבער און די היימישע גאס.
עניוועי...
וואס זאל איך אייך זאגן... איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאון טיף אין שאק... נאכן הערן וואס דער יוד גייט דורך אינדערהיים פלאס די ביטערע פינאנציעלע מצב האב איך מיך געציפט צי איך חלום... אזאלעכע יודן דארפן זיך נאך בעטן פאר געלט פאר זייערע קינדער'ס העמעדער/זאקן...?
איך בין געווען זיכער אז נאר און ארץ ישראל איז דא אזאלעכע פראבלעמען... :o

דאס מערסטע פעינפאול איז געווען ווען איך האב געהערט פון אים בשם זיין יועץ אז "ס'לוגט און זיינע הענט צו פארבעסערן די מצב..." ער קען זייער אסאך טוישען אויב וואלט ער נאר געפאלגט בשלימות די אנווייזונגען און זיך געהאלטן שטארק אנקעגן די כנגדו... איי פארוואס האט ער האט נישט די שטארקייט צו פאלגען בשלימות...? דאס האט ער מיר נישט געזאגט. אבער חז"ל זאגן שוין המצטרך לבריות פניו משתנות ככרום... כ"ש וק"ו ווען די כנגדו ניצט דאס אויס... (און סאיז טאקע נישט נארמאל אז א פרוי זאל דארפן האבן אייגענע חובות) בנוסף צו זיין ווייעכע נאכגעבעדיגע נאטור, איז דאס נעבעך א רעסעפי פאר דיזעסטער.

מיין הארץ האט געווייטאגט פאר דעם יוד... אבער, כאטש איך בין ב"ה א בעל פרנסה בין איך נישט ביכולת אים צו געבן א ריזיגען סכום.
כ'האב געשיקט א טויזענטער, א הונדרעטער, און מצפה געווען לישועתו... ווען וועט שוין קימען זיין צייט...? ווען וועט ער שוין טרעפן די ריכטיגע עסקנים וואס זאל זיך אונגאנצען אריינלייגען און אים אמת'דיג אויפרעכטען איינמאל פאר אלעמאל.

דעם זונטאג האט הרב איבערלעבער אריינגעטשעקט מיט א פיצי מעסעדש, א קליינע השתדלות...
און פון הימל האט מען געענפערט געניג געליטען!
מהאט אראפגעשיקט פון הימל א שליח הצדיק @מטעמים וואס האט אפעלירט צו געבן $100 אויב ס'איז דא נאך ניין יודן וואס געבן $100 צוזאמען מיט די אלע אנדערע טייערע הארציגע חבירים וואס האבן געשמירט די רעדער. זונטאג נאכט איז געווען דריי אלפים ביי הרב איבערלעבער און באנק.

רב איבערלעבער האט אויפגעלעבט
איבערלעבער האט געשריבן:
גייענדיג צום לערנען האב איך איבערגעגבן די בני בית די בשורה טובה אז עס איז דא א מעגליכקייט אז עס וועט זיין די וואך אפאר אלפים צו באצאהלן עפעס פאר איהרע בארגערס. (איהרע חובות וויל איך מאכן נומער איינס, ווייל עס נערווירט איהר געפערליך). אה! די פלייץ פון שמחה און דאנק. ועל בשורות טובות הוא אומר ברוך הטוב והמטיב.

זעענדיג די הייסע הייליגע ליפט מיט די הארציגע אנדרייערס האב איך אים געפרעגט:
קענט איר מאכן א חשבון פון אלע איהרע חובות? ברענגט עס אהער מיט א קלארקייט און די פארמעגליכע דא אויפן עולם גייען עס אפווישען איינמאל פאר אלעמאל בעזרת השם.

הרב איבערלעבער
אוי... הלוואי... עס וועט מיר מאכן זי זאל נאכאמאהל געבוירן ווערן.
איך האב צוגעזאגט 1115 צו זיין אינדערהיים. אין קורצן פון וואס איך געדענק על עתר. זעץ זיך אראפ. איבער 38,000 זי אליין פאר איהרע געשוויסטער און פרענדס.

אין די רעסט איז היסטערי!!!
דער איד קען יעצט ב"ה דורך די טייערע ’חברי איי וועלט’ באצאהלן אלע זיינע ווייב’ס חובות און מאכן אן ערענסטען מאאוו און לעבן בעזהשי"ת.

טייערע אידן
די אלע וואס זענען אינטערעסירט און דעם אשכול איז דאס ווייל, זיי האבן אליינס מיטגעמאכט, אדער מאכן מיט, אדער פון דע טיפ מענטשען וואס האבן א ספעציעלע געפיל פאר צווייטען.(@נקודה למחשבה איז דאכט זיך געווען ממש פון די ערשטע אריינציקימען מיט א גרויסען סכום).

לאמיר אלע נעמען 5 מינוט מחשבה אויפציקימען מיט געדאנקען וויאזוי דאס צו נעמען ווייטער.
דער עולם איז סייווי דא.
דער עולם איז שוין הייס.
יעדער דא און דעם אשכול האבן טאלאנטפולע פעדער'ס, דורכגעטראכטע קעפ, עסקנים, אנדרייערס לאמיר עס ניצן אויפצישטורעמען ווייטער!
מחזק זיין ווייטער!
אויפקימען מיט א סטראטעגיע.
און איינמאל פאר אלעמאל זוכה זיין צו אויפרעכטען הרב הצדיק והסבלן איבערלעבער ! ער זאל קענען אריינפאקן און אונזערע תינוקות של בית רבן א געשמאק און תורה ומצוות מתוך שמחה והרחוות הדעת!
לעצט פארראכטן דורך הגוגעה אום מיטוואך פעברואר 01, 2023 11:53 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הגוגעה!!

איך האב נישט קיין ווערטער! האסט מיר בארירט ביז די טיפענישן!! און ס'איז די ערשטע מאל זייט די גאנצע קאמפיין וואס איך פיל א שטיקל קנויל אין האלז.... סיי דיין מצב, און סיי איבערלעבער'ס, און אויך דיין וואלנערבילעטי, איידלקייט, און אויטענטישקייט! דער באשעפער זאל אונז אלע אויפרעכטן מיט אלעם גוטן!

--
אגב, דאס וואס טייל טערעפיסטן לאזן די שמועסן פארן געמיטלעך, האט א טעראפיסטישע באדייט. ס'איז נישט סתם ווייל ס'איז בעסער אזוי. ואכמ"ל...
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דא זאגט מען נישט ווערטער זענען איבעריג, נאר ווערטער זענען צי ארים זענען צי ווייניג , וואס האט זיך דא אפגעטון און די רעזולטאטן וואס דאס וועט אי"ה ברענגען קען מען נישט באשרייבן.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

הגוגעה האט געשריבן:
איך וויל דא לויבן דעם אייבירשטען אויף די געוואלדיגע סוקסעספולע קאמפיין וואס מהאט יעצט געענדיגט דא אויף "איי וועלט" און איך האב ב"ה זוכה געווען צו האבן א יד דערין.
פששש... וואס דו האסט אנגעדרייעט דא!!!
שכרך הרבה מאוד!!

געגעבן $100 בזכותך!

די אייבערשטער זאל העלפן אז אלע מסייעים לדבר מצוה זאלן געהאלפן ווערן מיט אלעם וואס זיי דארפן!!

ברכה והצלחה
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
הגוגעה האט געשריבן:
איך וויל דא לויבן דעם אייבירשטען אויף די געוואלדיגע סוקסעספולע קאמפיין וואס מהאט יעצט געענדיגט דא אויף "איי וועלט" און איך האב ב"ה זוכה געווען צו האבן א יד דערין.
פששש... וואס דו האסט אנגעדרייעט דא!!!
שכרך הרבה מאוד!!

געגעבן $100 בזכותך!

די אייבערשטער זאל העלפן אז אלע מסייעים לדבר מצוה זאלן געהאלפן ווערן מיט אלעם וואס זיי דארפן!!

ברכה והצלחה
יישר כח!
די זכות גייט דיר ביישטיין לעולמי עד...!
איך האב אבער אויסדריקלעך "נישט" אפעלירט פאר געלט און דעם אשכול.
איך האב אפעלירט פאר '5 מינוט...'
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

@הגוגעה. :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך וויין...

נא ווארדס!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ממוצע האט געשריבן:
הגוגעה!!

איך האב נישט קיין ווערטער! האסט מיר בארירט ביז די טיפענישן!! און ס'איז די ערשטע מאל זייט די גאנצע קאמפיין וואס איך פיל א שטיקל קנויל אין האלז.... סיי דיין מצב, און סיי איבערלעבער'ס, און אויך דיין וואלנערבילעטי, איידלקייט, און אויטענטישקייט! דער באשעפער זאל אונז אלע אויפרעכטן מיט אלעם גוטן!
גא"ם
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

ממוצע האט געשריבן:
הגוגעה!!

איך האב נישט קיין ווערטער! האסט מיר בארירט ביז די טיפענישן!! און ס'איז די ערשטע מאל זייט די גאנצע קאמפיין וואס איך פיל א שטיקל קנויל אין האלז.... סיי דיין מצב, און סיי איבערלעבער'ס, און אויך דיין וואלנערבילעטי, איידלקייט, און אויטענטישקייט! דער באשעפער זאל אונז אלע אויפרעכטן מיט אלעם גוטן!

--
אגב, דאס וואס טייל טערעפיסטן לאזן די שמועסן פארן געמיטלעך, האט א טעראפיסטישע באדייט. ס'איז נישט סתם ווייל ס'איז בעסער אזוי. ואכמ"ל...
איך שטיי מיט מיט יעדע ווארט פון ידידינו @ממוצע!

דערווייל האב איך מיר נאכנישט געוואגט צו דורכלערנען דעם אשכול, טאקע ווייל ס׳איז מיר נוגע… אבער יבוא יומו..
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

הגוגעה האט געשריבן:
טייערע אידן
די אלע וואס זענען אינטערעסירט און דעם אשכול איז דאס ווייל, זיי האבן אליינס מיטגעמאכט, אדער מאכן מיט, אדער פון דע טיפ מענטשען וואס האבן א ספעציעלע געפיל פאר צווייטען.

!
הערליך שיינע תגובה וואס דערווארעמט דאס הארץ!

יישר כח @הגוגעה

איך וויל דא לייגן גראמען, וואס ר' זכריה וואלערשטיין זצ''ל האט פארגעליינט ביי קרבתנו אפאר יאר צוריק פון א מיידל וואס האט דורך שווערע טראמע און כמעט געווען אויף יענער וועלט.

מיך האט עס געכאפט, און כ'מיין אז נאכן לייגן דא וועל איך נישט זיין דער איינציגסטער.
buried beneath layers of soil, trapped between stones
the little white seed felt trapped and alone
oh, how she longed to bloom and sprout
but there she was stuck, wishing to be let out
her heart sang a sad song
she tried her best to remain hopeful and strong
her tears began too pure out
falling softly to the ground
yet little did she know
that does tears were helping her grow
every day she cried and cried
it was so unfair she wondered why
and then it happened she began to grow
her growing pains caused the tears to continuously flow
a warm glow starting shining down
the sunlight maid it’s way underground
the feeling of happiness she held on so tight
it lit up her darkness like a magical light
her tears and sunshine started lifting her out the ground
the little white seed began to sprout
a little stem stood tall and proud
her collars started coming out
collars like no one has ever seen
a stem and leaves a perfect shade of green
and in the garden, she stood tall
admired by all
some times when you’re in a dark place you think you have been buried
but actually, you have been planted!
איבערגעטייטשט די לעצטע צוויי שירות אין אידיש.
געוויסע מאל ווען די ביזט אין א טינקעלער פלאץ מיינסטו אז די ביסט געווארן באגראבן, אבער אין מציאות ביזטו געווארן איינגעפלאנצט!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אין קורצן, עס איז דא זייער אסאך צו טון. אבער ס'איז זייער פיינפול. למעשה מיין איך אז די גרינגסטע איז צו אנערקענען אין די מענטשן ארום זיך און זען אז זיי לעקן אויך נישט קיין האניג און דאך גייען זיי אן. דאס שאפן א קאמיוניקאציע מיט אנדערע מאכט שוין גרינגער.
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

טרייען צו קאנעקטן צו ניגונים
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אסאך מענטשן קענען קאננעקטן צו ניגונים, אבער א חלק מענטשן נישט. צו קאננעקטן צו אנדערע מענטשן אז סייווי א MUST. און די ארבעט ברענגט מער ריווח. קאננעקטן צו ניגונים קען האבן א 'מיינוס' אז מ'פארגעסט פון REAL LIFE. און סוכ"ס קלאפט עס צוריק אין פנים.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”