וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ממוצע האט געשריבן:ס'איז נישט אינטערעסאנט די "אינטערעסט רעיט" ארטיקל?... כ'קען שרייבן עפעס אנדערש... וואס דער עולם וויל.

פאעזיע
אדער איבערן נפש
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Bissli האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:ס'איז נישט אינטערעסאנט די "אינטערעסט רעיט" ארטיקל?... כ'קען שרייבן עפעס אנדערש... וואס דער עולם וויל.

פאעזיע
אדער איבערן נפש

דא איז א שטיקל ארטיקל לכבוד דעם קאמפיין. וועגן דער מח פון א מענטש. viewtopic.php?f=3&t=56107

אי"ה שרייבן א שטיקל פאעזיע בעז"ה.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

מיין קוויקפעי איז נאכאלטס נישט ארויס. סאיז אפילו נישט ביי פענדינג. עני איידיע?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ניינער האט געשריבן:מיין קוויקפעי איז נאכאלטס נישט ארויס. סאיז אפילו נישט ביי פענדינג. עני איידיע?

וואס איז שלעכט צו געבן מיט די לינק?
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

ממוצע האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:מיין קוויקפעי איז נאכאלטס נישט ארויס. סאיז אפילו נישט ביי פענדינג. עני איידיע?

וואס איז שלעכט צו געבן מיט די לינק?

שלעכט? גארנישט איז שלעכט… איך וויל אבער קוויקפעי׳ען
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ניינער האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:מיין קוויקפעי איז נאכאלטס נישט ארויס. סאיז אפילו נישט ביי פענדינג. עני איידיע?

וואס איז שלעכט צו געבן מיט די לינק?

שלעכט? גארנישט איז שלעכט… איך וויל אבער קוויקפעי׳ען

איך האב אויך געהאט פראבלעמען ביים שיקן א קוויקפעי. רופט טשיעס דערוועגן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נו? לעצטע געלעגנהייט! איך צייל ביז דריי, אויב ביי דריי האלט מען נאך אלץ נישט ביי 10 טויזענט, וועל איך מוזן ציילן נאכאמאל ביז דריי!!

לייג אריין. לייג נאכאמאל. אבער לייג.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

טייערע אידישע ברודער. איך בין צוטראסקעט לשברים.
איך רוף זיך ווייניג אהן ווייל איך בין אביסל אויסגעשעפט און צוברעקלט. אף על פי שאיני הגון וראוי לכך, ואיני מתייאש מן הישועה אלא מתנהג כבעל אחריות.
נא אל תשב פני ריקם רעדט צו גבירים וואס האבן. די שטאט איז פול מיט גבירים. געשוואלענע. די געלט איז דא מען דארף נאר איינער זאל אריבערפיהרן די קאץ איבערן וואסער. זיי זענען מיר גארנישט שולדיג. אבער אזויווי השם יתברך האט מיר געגעבן א טאלאנט צו לערנען מיט קינדער און איך פרוביר עס צו טוהן מיט נאמנות. אזוי האט השם יתברך זיי געגעבן עשירות און זיי פרובירן אויסצופיהרן די שליחות מיט נאמנות. אזוי האט השם יתברך דיר געגעבן די קאנטאקט מיט זיי און פיהר אויס דיין שליחות מיט נאמנות. ואם חס ושלום חשדתי בך שאינך עושה די, נא למחול לי כי לא מרוע לבי.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

עס ווערן געזוכט נאך עסקנים... מ'גייט טיילן פינס און בעדזשעס.

איך קען מעטשען ארטיקלן. דאס קען איך טוהן.

אבער געלט דארף מען שאפן! געגאנגען! סינישט שיין אז איך דארף אזוי סאך מוטשענען. געב א געב, און שוין. פטור אן עסק. א 100טער ביני ובינך הלוא דבר הוא! ס'צאלט זיך צוריק בכפלי כפלים. פלאס, א אורלי בירד ספעשעל.. דו קענסט אויפרעכטן אן אנדערער איד. א היימישער. א אנשי שלומינו.

תזכה למצות!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פון די אנדערע זייט, ס'איז צום שטוינען ווי שיין אידן האבן זיך אנגערופן! קיינער קען נישט דא קיינעם. אבער א הארץ שפירט א הארץ, און א איד שפירט א איד!

ס'איז זיכער אן עת רצון יעצט אין הימל צו פועל'ן אלעס גוטס. כאפ דיך אויך מיט מיט דעם עת רצון, און פועל אלעס גוטס!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ווייסטו וואס? לייג אריין נאר 10 דאללער! אויך א ריזיגע מצוה! ספעציעל ווען עס ווערט נאך געמעטשעד!

פרישע קאפיטל דא viewtopic.php?p=3665539#p3665539
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אה! די געלט הייבט אן צו פליסן!

יישר כח דו אנאנימער ביישטייערער! דער באשעפער זאל דיר באגיסן מיט אזוינע גוטע זאכן, זאלסט גאר נישט קענען גלייבן דיין גוט מזל!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

געגעבן
יישר כח פארן מזכה זיין
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:געגעבן
יישר כח פארן מזכה זיין

הנותן מתנה צריך להודיעו!

דער באשעפער זאל דיר געבן השפעות שלא כדרך הטבע, ס'זאל זיין "נישט ווי יעדעם", און ס'זאל קומען שפע אויך פאר גאנץ כלל ישראל אז "יעדער זאל זיין ווי דיר"!

בך יברך ישראל!
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

געגעבן $54
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

להחיות האט געשריבן:געגעבן $54

חי חי חי. להחיות א גאנצע משפחה! חזקה אויף חיים! ומאן דיהיב חיי יהיב מזוני. און אין מזוני זענען נכלל אלע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות!

תזכה למצוות!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

טייערע אידן, לכבוד שבת העלפט ארויס א איד מאכן שבת!

דאס אידעלע איז נעבעך אין גלות,
ליידן, ליידט ער צרות אן א שיעור,
שבת פארגעסט ער פון אלעס,
ער לעבט זיך ווי א גביר...

העלף דאס פארווירקליכן ביי @איבערלעבער! ובזכות זה תתברכו משמים!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ב''ה ישראל נתבעים ונותנים!

מ'קען נאך געבן, און מ'דארף נאך געבן.

זאג מיר מיין טייערער פריינד, ביזט אריינגעקומען דא? האסט געליינט די תגובה? גארנישט איז נישט קיין צופאל. אפשר טאקע וויל דער אויבערשטער אז דו זאלסט אריינווארפן אפאר דאללער לכבוד שבת?

מיר מוזן אנקומען צו נאך 10,000 דאללער!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אט אט איז שוין שבת... לקראת שבת לכו ונלכה! אבער די שבת איז נישט ווי א געווענליכע שבת! מיר גייען מקבל זיין דעם שבת באלד, און מיר גייען נישט אנטקעגן גיין מיט ליידיגע הענט! מיר האבן וואס צו צייגן! מיר ברענגען תכשיטים פאר די כלה, כנסת ישראל!

עס לאזט זיך נישט גלייבן, אבער עס איז א פאקט!

מ'האלט מיר שוין ביי איבער 10,500 דאללער! פובליק. חוץ די קוויקפעיס וואס איך ווייס נישט וויפיל דאס איז! איבער 10 טויזענט דאללער האבן אידן געגעבן פאר איינעם וואס זיי ווייסן אפילו נישט ווער ער איז! דאס פינטעלע איד האט זיך צופלאקערט, און ב"ה מיר האבן דערגרייכט דאס אומגלויבליכע!! מי כעמך ישראל!!

הייליגער באשעפער! השקיפה ממעון קדשך מן השמים! קוק צו וואספארא פאלק דו האסט! ווי זיי זארגן זיך פאר דיינס א קינד! און שיק זיי אלע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות!

קומענדיג וואך דארפן מיר שאפן נאך 10 טויזענט דאללער! מיר מוזן אנקומען צו לכל הפחות 20 טויזענט דאללער!!

איש את רעהו יעזורו, ולאחיו יאמר חזק! בכח הרבים קענען מיר דאס באווייזן!

א לעכטיגן שבת!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

א גוט וואך! א מזל'דיגע וואך! א ברכה'דיגע וואך! א הצלחה'דיגע וואך! און א וואך מיט גאלדענע רענדלעך!

ווארפט אריין אפאר גראשן אינעם קאסע, און איר וועט באגילדעט ווערן מיט שפע עד בלי די!

בדוק ומנוסה!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זענען דא אפאר (צי איין) קלוגע אידן וואס האבן זיך איינגעהאנדעלט א עכטע זכות! א חסד של אמת מיט א לעבעדיגע משפחה! אן אמת'ער מתן בסתר! און זיכער זיך איינגעהאנדלט אלע מיני גוטע השפעות!

זייט איר זיך אויך מצרף! נמנו חבריו לדבר מצוה והוא נמנה עמהם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כ'מוז גראטולירן דעם ממוצע (פארמיטלער, צווישן אייוועלט און איבערלעבער) פאר'ן שטיין פעלזן-פעסט מיט אן עקשנות דקדושה אויף דעם צוועק. כה לחי!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

לכאורה האט געשריבן:כ'מוז גראטולירן דעם ממוצע (פארמיטלער, צווישן אייוועלט און איבערלעבער) פאר'ן שטיין פעלזן-פעסט מיט אן עקשנות דקדושה אויף דעם צוועק. כה לחי!

יישר כחכם!

די מעלה פון די קאמפיין איז אז ס'איז על טהרת הקודש.... מ'קען נישט מיטהאלטן לייוו....
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הושענא!

ווארפסט אריין אפאר דאללער, יעדע דאללער איז צוויי! ביז סוף וואך קןמען מיר אן צו 20 טויזענט דאללער בסייעתא דשמיא!

זייט איר אויך א חלק פון דעם מאסיוון קידוש ה'!

אידישע וועלט האט באוויזן! און אידישע וועלט וועט באווייזן!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כחכם כבוד הנדיב פאר די שיינע נדבה!

טייערע אידן! ס'איז טאקע זונטאג! און ס'איז מח דקטנות! אבער אז מ'שטרענגט זיך יעצט אן איז עס א גרעסערע מצוה! לפום צערא אגרא!

לייגט אריין אפאר דאללער, און דער שוכן את דכא וועט אייך זיכער באצאלן! ונאמן בעל מלאכתך לשלם לך שכר פעולתך!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”