וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינדעפענדענט
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 3:44 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינדעפענדענט »

Clm האט געשריבן:
הגוגעה האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:
יעצט געגעבען $180
מי כעמך ישראל
הלוואי קען מען אפווישען דא די 38,000
איז דא א מהלך? איז די בליט אפגעשטעלט אדער מען מאכט יעדע חודש נאך חובות?
ער וועט זיך אויסנעמן מיט איר פארן באצאלן אויף פען און פעפער אז זי וועט מער נישט בארגען נאר קימען צי אים...
סוועט שוין העלפן פאר יענס אויך...
איך מיין אז עס העלפט נישט מען דארף דא א פראפעשינאל עניוועי לאמיר נישט פארקריכען
איך ווייס פאר א פאקט אז ער גייט צו א פראפעשאנאל סטעדי.(אן לייסענס פארשטייטס זיך... :lol: איינער מיט לייסענס וואלט אים שוין לאנג געהייסען מאכן א ענד צו די גאנצע מעשה... )
מקען נישט אנגיין מיט אזא פעקל אנדעם.
לעצט פארראכטן דורך אינדעפענדענט אום מאנטאג יאנואר 30, 2023 9:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

Roselle האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
Roselle למעשה האט דיין אמתע רצון צו געבן הינדערט געברענגט צו די טאטעל פון 250 (דערווייל..)
יא דאס האט מיר געקאסט א ווארעמע טרע͏ר..
אזוי אויך האט מיר עס געגעבן א לימוד פארן לעבן .
Roselle טייערער אוי איז דאס א לימוד פארן לעבן.... עט ליעסט פאר מיין לעבן

קוק צירוק וועסטו זעען אז די קאמפיין איז שוין געווען מער ווייניגער שטיל סהאט נישט געהאט אריינגעקימען קיין פרישע נתינות פאר בערך א שעה אבער זייט דיין תגובעלע האבן זיך זאכן אויפגעוועקט... סאיז אריינגעקימען בערך א טויזענטער זייט דעמאלטס און יעצט רעדט מען שוין פון אויסצאלן נאך גאנצע 38 טויזענט

ווער ווייסט וויפיל חברה וואס האבן געגעבן אדער וואס רעדן יעצט פון געבן ערענסטע נאמבערס די האסט אינספייערד... איך מיין איינער (ממוצע?...) האט דיך אפילו דערמאנט אין זיין נתינה...

הקיצור א מענטש טאר זיך קיינמאל נישט אינטערשאצן אפילו ער אדער זיין נתינה אדער איך ווייס וואס זעט אויס קליין... אז מטוט מיט א אמתע רצון טוט מען אויף וועלטן! מדארף בלויז טיען אפילו סזעט אויס פיצל!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
הרב איבערלעבער איך זעע די שרייבסט 2336 איז שוין אריינגעקימען,
געווען איינער פון הינדערטערס וואס האט געשריבן ער געבט עס סוף וואך, איך גיי יעצט צוגעבן א פיפציגער, און דיין 2300 איז נאך פאר ארחיקה מיט יחיד מומחה נתינה

אלעס צוזאמען איז עס א חשבון פון איבער 2600 וואס דארף אריינקימען פון בלויז היינט אזוי קוקט מיר עס אויס

ברוך השם אז 95% פון די געלט איז שוין געגעבן!
מיין הונדערטער שיק איך אי"ה מארגן
זעט אויס טייל האבן געשיקט וואס מהאט אפילו נישט דא גערעכענט אדער האבן זיי נישט קיין ניק

איך הויב אן חלעמען הויך אז די היינטיגע נאכט קען זיך ענדיגן מיט 3 אלפים... ווער ווייסט... עוד הלילה גדול
א שיינע חלום האב איך געזען..... רבות מחשבות בלב איש..... געחלעמט האב איך פון דריי אבער מהאלט שוין ביי בערך 13.....

גלייבטס מיר ווען כהאב געשריבן די תגובה האב איך באמת נישט געהאלטן מגייט אפילו אנקימען צו דריי מיך האט אויסגעזען ווי די קאמפיין איז אויסגעמאלקן פארן טאג און שוין... אבער ועצת השם היא תקום! דער אויבערשטער וויל אויפרעכטן איבערלעבער! ער האט אריינגעשיקט אהער אזעלכע פרישע כוחות ובראשם @יצחק אייזיק @מטעמים און @ממוצע און נאך וואס זענען דא מיט א ציל אפציווישן אירע חובות! ממש נישט צום גלייבן וואס דא האט זיך היינט אפגעשפילט.... @הגעגועה האט אזוי אריינגעשאסן א ווילדן איידיע און ויסעו! א פערטל געלט איז שוין געשאפן געווארן!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

ווילט איר העלפן איבערלעבער? אריין דא! אבער שוין!
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=60353
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

איבערלעבער האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
איך לויף מחיל אל חיל. מען דארף לויפן עפעס טועם זיין און צו נאכט סיידער.
Wow שכוח אלע חברים. אין מלים אין מלים. נתת שמחה בלבי מעת דגנם ותירושם רבו. אין שמחה כתורה. יש קמח יש תורה.
שנעלע קורצע באריכט פון חבר אין אישי מיט די קוויק פעי. אריינגעקומען לעת עתה 800 כן ירבה.
מיר ווארטן אויף דעם הרה"צ פון די לינק בלאט צו באריכטן.
א שנעלע קורצע ברכה פון די טיפענישן פון מיין נפש רוח ונשמה. מלכא דעלמא יברך יתכון יםיש חייכון ויסגי יומיכון ויתן ארכא לשניכון ותתברכון ותשתזבין מן כל מרעין בישין ותראו זרע ברך הולכים בדרך אבותנו בתמים ויראו אך נחת מכל יוצ"ח אמן
בריך רחמנא מלכא דעלמא שלא עשני גוי.
אברך את כולכם יברכך השם וישמרך יאר השם פניו אליך ויחנך ישא השם פניו אליך וישם לך שלום
אפדעיט באריכט פון מיין חבר אין אישי (היינו קוויקפעי אליין) לעת עתה איז אריינגעפלאסן מיט ווארעמקייט א קיימא לן פון 1,600.
Update $1,762.00
שכוח שכוח שכוח.
פון הרה"צ מיט די דאוינעשען לינק בלאט האב איך נאכנישט דערגרייכט א תשובה. איך וועל מודיע זיין דא מיט רויטע ווערטער כשיהיה תשובה בס"ד.
תשובה יעצט געקומען 700. והיינו א טאטאל פון 2,300
updateלויט ווי די בלאט ווייזט לכאורה נאך א שיינע 800
צו א טאטאל פון איבער3 אלפים

נייע אפדעיט.
אין קוויק פעי 1,912 אין לינק 1,266 סך הכל 3,178



[מכאן ואילך אני כותב בדמע של ממש, קשה עלי הכתובה מחמת הדמעות]

אידן! דער באשעפער איז משגיח מן החלונות, מציץ מן החרכים, זה דודי וזה ריעי בנות ירושלים! צווישן די שטעכעדיגע דערנער, בכל צער וצער, זעהט מען איהם הרועה בשושנים. עס ציטערט מיר די הענט פון די גרויסע התגלות! הציץ עליו בעל הבירה ואמר לו אני בעל הבירה. אוי באשעפער גיב מיר כויאך!

לייג צו אן אויער (אן אויג). [צוגרייטן נאז ווישערס רעקאמענדעד].

גייענדיג צום לערנען האב איך איבערגעגבן די בני בית די בשורה טובה אז עס איז דא א מעגליכקייט אז עס וועט זיין די וואך אפאר אלפים צו באצאהלן עפעס פאר איהרע בארגערס. (איהרע חובות וויל איך מאכן נומער איינס, ווייל עס נערווירט איהר געפערליך). אה! די פלייץ פון שמחה און דאנק. ועל בשורות טובות הוא אומר ברוך הטוב והמטיב.

זיצענדיג ביים סטענדער צווישן לערנען און מעריב מיט געמישטע געפילן. פון איין זייט אין אן אויפגעהייטערטע געמוט נאכן איבערגעבן פאר די אשת חיל מי ימצא די בשורה טובה הנ"ל. פון צווייטן זייט ווען זי זאל נאר וויסן וואס איך טוה דא... האב איך געטראכט. (עס שטאדט נישט, אמאהל מעג מען טראכטן). רבונו של עולם העלף מיר! גיב מיר א צייכן אז איך בין נישט קיין חית זיין ריש... גיב מיר עפעס צו ווייזן מיינע זיסע פריינד מיינע שותפים אז מיר זענען באמת שותפים, און זיי האבן א טייל גלייך אויף גלייך מיט מיין תורה... יוי ריבוינוי של עוילעם ווייז מיר אז עס איז נישט אמת מיין מחשבה אז איך פארקויף מיין תורה, נאר מיר בלייבן גלייך אויף גלייך און איך בין נישט עושה תורתו קרדום לחפור בה.

א סקרוך גייט מיר אין די ביינער. עס טרייסעלדיג אבער וואהר.

פאלט מיין אויג אויף א ספר שפת אמת. ער וואונקט מיר. מאך מיר אויף צום ערשטן בלאט וואס דו טרעפסט אהן, וועסט הנאה האבן.

מיט א שטיקל ציטטער אין די הענט מיש איך אויף. לא יאומן כי יסופר!!!. מישט זיך מיר אויף פרשת תרומה תרס. מיין הארץ האט געגעבן א צאפל. אלע מיינע מחשבות הנ"ל ווערן געענטפערט פון הימל (אוי טאטע איך וויין שוין ווידער) אין דעם שטיקל קלאר און דייטליך.

לאמיר בס"ד לערנען א שטיקל שפת אמת לפי קט שכלי, ווי אני הקטן האב עס פארשטאנען בס"ד.

קודם ברענגט ער די מדרש תנחומא לקח טוב אז די תורה איז א גוט געשעפ"ט, א משל צו צוויי סוחרים ביידע פארמאגן גאר טייערע ארטיקלען, דער ערשטער פארמאגט זיידן און דער אנדערער פארמאגט פעפער. אויב גיבן זיי איבער איינער צום צווייטן וואס זיי פארמאגן, האט קיינער גארנישט פארדינט. יעצט האט דער ערשטער די פעפער און דער צווייטער די זיידן.

אבער ביי תורה איז ניקסט אזוי. צוויי תלמידי חכמים דער ערשטער לערנט סדר זרעים און דער צווייטער לערנט סדר מועד, אויב גיבן זיי איבער איינער צום צווייטן וואס זיי פארמאגן, האבן יעצט איטליכער [היינו יעדער באזונדער] צוויי גאנצע סדרים כו'. (לעניננו דער לומד תורה האט טאקע באקומען א גאנצע סדר פון דיפאסיטס, אבער די וואס שטיצן דעם לומד תורה מיט געלט גייט פון זייער געלט נישט פעלן אפילו נישט א טראפ! גארנישט! זיי בלייבן מיט די גאנצע געלט זייערע, אזוי ווי עס שטייט אין (שו"ע יו"ד סימן רמז) און דער תומך תורה באקומט א גאנצע סדר פון לימוד התורה שעות על גבי שעות און דער געשטיצטער תורה לערנער פארלירט נישט קיין טראפ פון זיין תורה לערנען, עד כאן המדרש)

(זאגט ער ווייטער) הענין הוא כי יש לכל איש ישראל חלק מיוחד בתורה והתורה מחברת נפשות בנ"י.(לעניננו מיר זענען נתחבר געווארן בקשר אמיץ, מיר זענען שותפים מיר זענען חברים, דורך די תורה וואס מיר לערנען אדער שטיצן) כמ"ש תמימה (גאנץ עס פעהלט גארנישט, פון קיין איין שותף), משיבת נפש,(לעבט אויף דעם איבערלעבער מיט זיין בני בית, ווייל נפש היינו בני ביתו אזוי ווי רחל אשת רבי עקיבה - ווען מען האט איהר נישט געוואלט צולאזן צום גרויסן מאן נאך 12 יאהר מיט 24,000 תלמידים - האט געזאגט, יודע צדיק נפש בהמתו. נאך א נקודעלע, און וואס האט רבי עקיבא געזאגט, שלי ושלכם שלה היא, די גאנצע לימוד התורה פון אונז אלע 24 טויזענט תלמידים מיט מיר, איז איהר'ס, דורך איהר שטיצע און הסכמה. מיינסטו אז רבי עקיבא און זיינע 24 טויזענט תלמידים זענען אהן תורה און נאר זי האט עס? אוודאי נישט! זי האט א פולע סדר און זיי האבן א פולע סדר. והכי נמי לעניננו כנ"ל) ונעשין אחדות א' בכח התורה כמ"ש מורשה קהלת יעקב. ומקבלין זה מזה הדעת המיוחד לכל א'. וכ' ה' עוז (ואין עוז אלא תורה) לעמו יתן ובזה יברך את עמו בשלום (גאנץ עס פעהלט גארנישט). שמו של הקב"ה שלום. מלך שהשלום שלו. ועושה שלום במרומיו. וכמו כן התורה שמותיו של הקב"ה. (ממילא איהר אלע אלע שטיצער באקומען יעדער באזונדער שלימותד'יגע און גאנצע מוצא'ס). ולכן ע"י התורה זוכין לשלום. וכ"כ לכולם בשם יקרא לפי ששמו יתב' כולל כל צבא מעלה. לכן מתחברין ע"י השם. כמו כן נפשות בני ישראל מתחברין על ידי התורה (איהר אלע מיט מיר מיט מיינע תלמידים). וכמו כן בנדבת המשכן שהיה נעשה ע"י נדבת כל איש ונתחברו ע"י המשכן להיות אחד. ואז זכו להשראת השכינה. (און ר' איבערלעבער זאלסט נישט זיין געפאלן ביי דיר אז דו דארפסט ש...נ...א...ר...ן..., און הרב מטעמים און אלע חברים און שטיצער כל אחד בשם וחניכה דאית ליה שלא זכיתם לישב באהלה של הרבצת תורה ממש, זייטס נישט קליין אין אייערע אויגן, דאס איז לכתחילה אזוי אויסגערעכנט פון הימל, עס דארף אזוי זיין, וכדלהלן). ובאמת צריך (הערסט? צריך!) להיות האחדות במעשה דיבור ומחשבה ובמשכן ובמקדש נתאחדו במעשה. ובתורה בדיבור. ובהקב"ה במחשבה. כמ"ש שבעים נפש בלשון יחיד. לפי שעובדין לאל אחד. זה בחי' הרצון ותשוקה שבלב. שפונים כולם אליו ית"ש. ובזה נעשין גוי אחד (אה! מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!): עד כאן. (אלע איינגערינגעלטע איז לשוני הצעיר).

ודבר שפתיים אך למותר
בדרך אגב.
דא האט זיך אלעס אנגעהויבן.
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
א גוט מארגן ליבע ברידער. איך מיין א די תגובה איז לכאורה פארפאלן געווארן בשעת די אידן האבן געקנאקט מיט מוראדיגע ווארימע געדאנקן.
איך פיהל ווי עס מוז איבערגעברענגט ווערן דא. כדי איהר זאלט זעהן די השגחה עליונה אויף די איצטיגער מצב דא! מציץ מן החרכים!
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום מאנטאג יאנואר 30, 2023 9:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

אינדעפענדענט האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:
הגוגעה האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:
יעצט געגעבען $180
מי כעמך ישראל
הלוואי קען מען אפווישען דא די 38,000
איז דא א מהלך? איז די בליט אפגעשטעלט אדער מען מאכט יעדע חודש נאך חובות?
ער וועט זיך אויסנעמן מיט איר פארן באצאלן אויף פען און פעפער אז זי וועט מער נישט בארגען נאר קימען צי אים...
סוועט שוין העלפן פאר יענס אויך...
איך מיין אז עס העלפט נישט מען דארף דא א פראפעשינאל עניוועי לאמיר נישט פארקריכען
איך ווייס פאר א פאקט אז ער גייט צו א פראפעשאנאל סטעדי.(אן לייסענס פארשטייטס זיך... :lol: איינער מיט לייסענס וואלט אים שוין לאנג געהייסען מאכן א ענד צו די גאנצע מעשה... )
מקען נישט אנגיין מיט אזא פעקל אנדעם.
כפי קוצר ידיעתי, די איינציגסטע וועג וויאזוי צי דיעלן מיט אזא סארט 'כנגדו’ ווי ס’באשערט פאר אונזער חבר הרב איבערלעבער איז זיין שטארק און פעסט ביי זיך
אבער דאס איז כמעט אוממעגליך מיט אזא פינאנציעלע און דערדריקונדע מצב(זי שרייט "איך דארף באצאלן מיין פרענד!" ...)
אויב האמיר די זכיה אים אויפצורעכטן פינאנציעל וועט ער אין א געוויסע זון אויפגעראכטן ווערן אינדערהיים
דורכ'ן האבן די מעגליכקייט צו פאלגען זיין יועץ אנווייזונגען און זיין שטארק און פעסט ביי זיך
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אינעם קאמפיין אשכול זוכט מען א שותף פאר א איד וואס וויל גיבן א האלבע 380'גער... קומטס אריין און רופטס ענק אן ווארעם...

viewtopic.php?f=25&t=60353
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
זייט ווען?
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 7:38 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייט ווען? »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אינעם קאמפיין אשכול זוכט מען א שותף פאר א איד וואס וויל גיבן א האלבע 380'גער... קומטס אריין און רופטס ענק אן ווארעם...

viewtopic.php?forms=0&t=60353
א האלב פון האלב קען איך געבן בל"נ (95)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שרייבעס אין יענע אשכול, העסט טרעפן דארט שותפים בעז"ה...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

זייט ווען? האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אינעם קאמפיין אשכול זוכט מען א שותף פאר א איד וואס וויל גיבן א האלבע 380'גער... קומטס אריין און רופטס ענק אן ווארעם...

viewtopic.php?forms=0&t=60353
א האלב פון האלב קען איך געבן בל"נ (95)
ער האט שוין באקימען א שותף פאר זיין 380

ווער וויל זיין א שותף מיט זייט ווען פאר נאך א 380?
זייט ווען?
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 7:38 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייט ווען? »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
זייט ווען? האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אינעם קאמפיין אשכול זוכט מען א שותף פאר א איד וואס וויל גיבן א האלבע 380'גער... קומטס אריין און רופטס ענק אן ווארעם...

viewtopic.php?forms=0&t=60353
א האלב פון האלב קען איך געבן בל"נ (95)
ער האט שוין באקימען א שותף פאר זיין 380

ווער וויל זיין א שותף מיט זייט ווען פאר נאך א 380?
זייט ווען האט זיך נעכטן משתתף געוועזן מיט $100, לכבוד די קאמפיין בין איך גרייט צו געבן נאך $100, אויב דו טרעפסט איינער וואס איז אין פאר $280, גיימיר אין שותפות מיט אים בל"נ
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

מטעמים האט געשריבן:
איך טראכט אז הינדערט אידען פאר $380ֶ קען ארבייטען - די צוויי טויזענט פאר זיבעצען אידען איז לכאורה אביסעל שווערער.

ווייסטו וואס אפשר מאך מיר אזא פלאן? פאר יעדע 9 אידען פון 380ֶ געב איך די צענטע 380 - איך וויל געבן $3,800 אין טאטעל.

קען דאס בעסער ארבייטען?
דאס גייט נאך אן?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Clm האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
איך טראכט אז הינדערט אידען פאר $380ֶ קען ארבייטען - די צוויי טויזענט פאר זיבעצען אידען איז לכאורה אביסעל שווערער.

ווייסטו וואס אפשר מאך מיר אזא פלאן? פאר יעדע 9 אידען פון 380ֶ געב איך די צענטע 380 - איך וויל געבן $3,800 אין טאטעל.

קען דאס בעסער ארבייטען?
דאס גייט נאך אן?
נאך ווי
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
קראטשין
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 12:46 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראטשין »

Clm האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
איך טראכט אז הינדערט אידען פאר $380ֶ קען ארבייטען - די צוויי טויזענט פאר זיבעצען אידען איז לכאורה אביסעל שווערער.

ווייסטו וואס אפשר מאך מיר אזא פלאן? פאר יעדע 9 אידען פון 380ֶ געב איך די צענטע 380 - איך וויל געבן $3,800 אין טאטעל.

קען דאס בעסער ארבייטען?
דאס גייט נאך אן?
קענסט זיין ביי די חתימה איין תגובה פאר דיר


---
את פתח לו האקט
טייערע אידן העלפט ארויס ידידינו מרביץ תורה הגה"צ ר' איבערלעבר שליט"א
איי וועלט ברעכט היסטאריע! - $38,000 קאמפיין אין איין וואך פאר "איבערלעבער"
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
המבקש לכבוד התורה
הק' אבד"ק קראטשין
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך וויל אריינקומען מיט נאך - מיר ווארטען אויפען הייליגען ציבור זיך אנצוריפען ווארעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

יעצט געזעהן דעם אשכול, כבין געווארן זייער איבערגענומען, איי פארוואס געדענק איך נישט עס צו האבן געזעהן מיט אפאר חדשים צוריק? א גוטע קשיא....

@איבערלעבער. איך וועל בלי נדר באלד אריינשיקן אפאר דאללער.

און איך בין מוסר מודעה דא בשעת רבים, אז איך מוטשע מיך ארום מיט געלט זאכן אויף אן אינוועסטמענט וואס איך האב געמאכט, און אויב זעה איך הצלחה און דעים נאך פאר די קאמפיין איז געענדיגט, גיי איך אויסצאלן די איבריגע געלטער וואס עס פעלט זיך אויס, נישט קיין חילוק צו עס איז צען אלפים צו דרייסיג אלפים.
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

און דעם אשכול מעג מען רעדן פון קליין געלט...
פאלטס נישט ארויס. נמנו חבריו לדבר מצוה!
ווארפט אריין עניטינג און האטס א חלק און אויפרעכטן איבערלעבער!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אינעם אנדערען אשכול איז אוועלעבעל יעצט א שותפות פון דריי. כאפטס עס.
העלפט ארויס מיטן קאמפיין און זייטס מחזק מיט וואס איר קענט!
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

קארן האט געשריבן:
יעצט געזעהן דעם אשכול, כבין געווארן זייער איבערגענומען, איי פארוואס געדענק איך נישט עס צו האבן געזעהן מיט אפאר חדשים צוריק? א גוטע קשיא....

@איבערלעבער. איך וועל בלי נדר באלד אריינשיקן אפאר דאללער.

און איך בין מוסר מודעה דא בשעת רבים, אז איך מוטשע מיך ארום מיט געלט זאכן אויף אן אינוועסטמענט וואס איך האב געמאכט, און אויב זעה איך הצלחה און דעים נאך פאר די קאמפיין איז געענדיגט, גיי איך אויסצאלן די איבריגע געלטער וואס עס פעלט זיך אויס, נישט קיין חילוק צו עס איז צען אלפים צו דרייסיג אלפים.
להוי ידוע אז אינעם אנדערן אשכול האט הרב קארן געשטעלט דעם סכום ביי $20,000 "נאכן" ריעטשן די גאול פון $38,000!
לעצט פארראכטן דורך הגוגעה אום דינסטאג יאנואר 31, 2023 11:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יעדעס דאללער איז חשוב און טייער!

די בעסטע איז אויב מ'קען מאכן א שותפות, באיזה אופן, אז ס'זאל אנקומען צוזאמען צו 380!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

קארן!!!!

כדי הוא הזכות פון געבן דעם דזשאכע אין אזויפיל אידישע הערצער צו ארויסהעלפן דעם קאמפיין, אז דער מזל פון הצלחה זאל ביי דיר אויפשיינען שלא כדרך הטבע!!!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: Re: א איד איז דערטראנקן. זאג ביי ביי.. אדער הצילו!!! כי באו מים עד נפש!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

איבערלעבער האט געשריבן:
(פארוואס רעדט זיך דער עולם איין אז א מלמד צאהלט נישט שכר לימוד אדער קעמפ? מיר קאסט שכר לימוד מיט קעמפ אדי וועידש פון עטליכע חדשים רח"ל. כדי צו האבן פריי שכר לימוד דארף זיך אויסשטעלן באלד אזויפיהל היכי תמצאס אז דאס קינד זאל האבן א פדיון הבן... א וואונדער אז מיינע חובות זענען קרוב צו א פערטל מיליון? איך ווייס נישט ווי אזוי איך האלט עס אויס.)
נאכן ריטשען די גאול פון 38,000 בעז"ה, זאל מען אפשר מאכען א אפיציעלע אייוועלט קאמפיין, מיט טיעם פעידזשע'ס און קאמפיין אשכולות אין אלע פארומ'ס, וכו', כעין וואס מ'האט געטאן ביים תחיית המתים קאמפיין, צו פראבירען אויסצאלען לפחות רוב חובות.

פאר די וואס טראכטען צו זיך, עס זענען דאך ליידער פארהאנען אזויפיל אידען וואס דארפען געלט, איז פארוואס זאל מען מאכען א קאמפיין וכו' פונקט פאר דער איד, נאר ווייל ער האט געשריבען זיין מעשה אויף אייוועלט. איז די תירוץ צו דעם ע"פ וואס איך האב אמאל געהערט א מעשה וואס איז געווען ביי הגרא"ז מעלצער זצ"ל, אז איינמאל בשעת'ן זיצען אינדערהיים מיט זיינע תלמידים האט מען געזען פון די פענסטער אז א איד קומט צו גיין פונדערווייטענס, און ר' איסר זלמן האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אנטקעגען געגאנגען די איד און עם מכבד געווען אא"וו כאילו ס'רעדט זיך פון איינע פון די גדולים, איז נאך וואס דער איד איז ארויסגעגאנגען האבען די תלמידים געפרעגט זייער רבי, ילמדינו רבינו, בשלמא אויב דו פירסט זיך אזוי אויף צו יעדע איד שתקנו, אבער בדר"כ פירסטו זיך דאך נישט אויף אזוי מיט יעדער פשוטע איד (כאטש אודאי מיט א סבר פנים יפות, אבער נישט אויף אזא עקסטרעמע אופן), איז מאי שנא הכא, האט זיי ר' איסר זלמן געזאגט אז בשעת ער האט געזען דער איד פונדערווייטענס האט זיך עם געדאכט אז עס איז די בריסקער רב, האט ער זיך געגרייט (בדעתו) עם צו ענטפאנגען ווי ס'פאסט פאר די בריסקער רב, און כאטש אז ווען יענער איז נענטער געקומען האט ער טאקע געזען אז ס'איז נישט די בריסקער רב, דאך, האט ר' איסר זלמן געזאגט א גרויסע יסוד, אז באמת'ן אריין וואלט ער געדארפט ענטפאנגען יעדער איד אזויווי מען ענטפאנגט א גדול, נאר במציאות איז עס דאך נישט מעגליך (צו ווייל ער וועט ווערען ערשעפט און אויסגעמוטשעט, צו פאר אנדערע סיבות), ממילא ענטפאנגט ער אזוי נאר גדולים, אבער דא ווי ער האט זיך שוין סייווי געגרייט עם צו מקבל פנים זיין ווי א גדול האט ער נישט די געווענליכע סיבות פארוואס עס נישט צו טאן (ווייל גארנישט וועט פאסירען אויב ער וועט אזוי ענטפאנגען יעדער איד וואס ער האט ערשט געמיינט אז ער איז א גדול, וואס פאסירט כמעט נישט), איז ממילא האט ער עם טאקע אזוי מקבל פנים געווען.
איז די זעלבע זאך דא, בעצם קומט זיך אז מען זאל מאכען א קאמפיין וכו' פאר יעדער איינער וואס איז געדריקט, ובפרט אז מ'איז אזוי געדריקט, נאר בדר"כ איז ליידער צרכי ישראל מרובים, און עס איז נישט מעגליך צו מאכען קאמפיינען וכו' פאר יעדע איד וואס דארף עס, אבער דא ווי מען איז (האפענטליך) נתעורר געווארען איבער די מצב פון די פותח האשכול קומט זיך אז מען זאל מאכען א קאמפיין וכו' פאר עם. ווי אויך קען מען דא צושטעלען א מעשה וואס איז געווען ביי די בית אהרן פון קארלין זצ"ל, אז איינמאל איז געקומען צו עם א ארימע אלמנה וואס האט געדארפט חתונה מאכען און זיך אויסגעוויינט אז זי האט נישט קיין געלט צו חתונה מאכען, האט ער זי געגעבען געלט, האט זי ווייטער געזאגט אז זי האט נישט א שיינע קלייד אנצוטאן ביי די חתונה, האט די רבי גענומען א קלייד פון די רעבעצין און עס זי אוועקגעשענקט, שפעטער האט די רעבעצין געפרעגט די רבי אז ער וואלט דאך געקענט פארקויפען די קלייד און געבען די געלט פאר וויכטיגערע צוועקען ווי פאר א חתונה קלייד, אזויווי פאר עסען פאר ארימעלייט אד"ג, האט איר די רבי געזאגט אז עם איז דאס אויך איינגעפאלען בשעת ער איז געגאנגען אוועקגעבען די קלייד, אבער גלייך האט ער געטראכט צו זיך, פארוואס איז דאס מיר נישט איינגעפאלען ביז יעצט, צו פארקויפען די קלייד און געבען די געלט פאר צדקה, נאר פונקט יעצט ווען איך וויל עס געבען פאר די אלמנה איז עס מיר איינגעפאלען, אלא מאי, דאס איז עצת היצר, און דערפאר האט ער איר געגעבען די קלייד.
איז די זעלבע זאך דא, אויב האט איינעם פונקט יעצט איינגעפאלען, איז דען נישט דא קיין נענטערע און/אדער וויכטיגערע צוועקען צו געבן געלט און מאכען קאמפיינען פאר זיי, זאל ער טראכטען צו זיך פארוואס איז עס עם פונקט יעצט איינגעפאלען.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

ממוצע האט געשריבן:
קארן!!!!

כדי הוא הזכות פון געבן דעם דזשאכע אין אזויפיל אידישע הערצער צו ארויסהעלפן דעם קאמפיין, אז דער מזל פון הצלחה זאל ביי דיר אויפשיינען שלא כדרך הטבע!!!
אמן.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: Re: א איד איז דערטראנקן. זאג ביי ביי.. אדער הצילו!!! כי באו מים עד נפש!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

פנימחדשות האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
(פארוואס רעדט זיך דער עולם איין אז א מלמד צאהלט נישט שכר לימוד אדער קעמפ? מיר קאסט שכר לימוד מיט קעמפ אדי וועידש פון עטליכע חדשים רח"ל. כדי צו האבן פריי שכר לימוד דארף זיך אויסשטעלן באלד אזויפיהל היכי תמצאס אז דאס קינד זאל האבן א פדיון הבן... א וואונדער אז מיינע חובות זענען קרוב צו א פערטל מיליון? איך ווייס נישט ווי אזוי איך האלט עס אויס.)
זיי מתפלל פאר מיך אז מיין אינוועסטמענט זאל זיך אויסארבעטן, און ווען די נס וועט געשעהן, וועל איך בלי נדר אפווישן האלב פון דיין פערטל מיליון דאלאר חובות.

רבותי, איך מאך נישט קיין וויץ, איך רעד דא פון מאסיווע געלטער אויב עס ארבעט זיך אויס, עס שלעפט זיך ארום צו לאנג שוין, יא איך ווייס אז אלעס איז באשערט פון אויבן, וויפיל צער אדער עגמת נפש צו ליידן, אבער תפילה העלפט אייביג, און איך קען נוצן ענקערע תפילות, ביטע האטס מיך אינזין אז כזאל שוין האבן די ישועה.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: וועריפייד אייוועלט צדקה אקציע: העלפט "איבערלעבער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

קארן האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
(פארוואס רעדט זיך דער עולם איין אז א מלמד צאהלט נישט שכר לימוד אדער קעמפ? מיר קאסט שכר לימוד מיט קעמפ אדי וועידש פון עטליכע חדשים רח"ל. כדי צו האבן פריי שכר לימוד דארף זיך אויסשטעלן באלד אזויפיהל היכי תמצאס אז דאס קינד זאל האבן א פדיון הבן... א וואונדער אז מיינע חובות זענען קרוב צו א פערטל מיליון? איך ווייס נישט ווי אזוי איך האלט עס אויס.)
זיי מתפלל פאר מיך אז מיין אינוועסטמענט זאל זיך אויסארבעטן, און ווען די נס וועט געשעהן, וועל איך בלי נדר אפווישן האלב פון דיין פערטל מיליון דאלאר חובות.

רבותי, איך מאך נישט קיין וויץ, איך רעד דא פון מאסיווע געלטער אויב עס ארבעט זיך אויס, עס שלעפט זיך ארום צו לאנג שוין, יא איך ווייס אז אלעס איז באשערט פון אויבן, וויפיל צער אדער עגמת נפש צו ליידן, אבער תפילה העלפט אייביג, און איך קען נוצן ענקערע תפילות, ביטע האטס מיך אינזין אז כזאל שוין האבן די ישועה.

הרב קארן שליט"א מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ. אנדערע וואלטן געזאגט דאס הארץ צאפעלט.
איך בין א פשוטע איד.
מיט טרערן אין די אויגן.
איך האב געהאט גרויסע זיידעס. זיי זענען געווען ערליכע אידן. עובדי השם נישט ארויסגעקוקט פון די ד' אמות נישט געזעהן קיין שלעכטס אין די לעבן. געלערנט 18 שעה א מעת לעת. זיי האבן געהאט א גרויסן כח ביים לעכטיגן טאטען אין הימל. איך בעווה"ר בין איך רחוק מהם כרחוק מזרח ממערב. אבער ווי שטייט נאר פון זקיננו הרה"ק ר הערשעלע זידיטשובער זי"ע כי אתה שומע תפלת כל פה, אפילו איינער וואס איז פע, נעבעך, פע אן א פינטל, זיינע תפילות הערט השי"ת אויך צו. לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה. דארף איך בתפלה אויך דיין הילף. המתפלל בעד חבירו. והוא צריך לאותו דבר . היינו הוא צריך גם כן לאותו תפילוה הוא נענה תחילה. זיי מתפלל, איך מיין עס ערנסט, דו זאלסט זיין מתפלל פאר מיר און מיין קאמפיין. טוה עפעס יותר מכפי יכולתך שוין יעצט. מאך א כלי וכדברי הרמב"ן הידוע מובא בקדושת לוי. אם תעירו אם תעוררו האהבה עד שתחפץ. שאף ריזיגע סכומים פון אנדערע באקאנטע. גיב מער ווי דו קענסט. אויב איז עס קעגן דיין טבע צו שאפן פון אנדערע נאך בעסער, ברעך זיך פאר השי"ת וועגן. שוויץ פאר השי"ת. דארף נישט זיין פאר מיין קאמפיין דוקא!! באמת!! קען זיין פאר סיי וועלעכע צוועק. ווייז פאר השם יתברך אז דו נעמסט קער פון זיינע שעפעלעך וועט ער דיר זאגן דו ביסט א דוטע פאסטעך דו ביסט א געטרייע באנקיר דא האסטו שעפעלע א ריזן מוצא פון לי הכסף ולי הזהב. נעם קער פון מיינע קינדער. אזוי ווי ביי דוד המלך שטייט ויבחר בדוד עבדו ויקחהו ממכלאת צאן וגומר לרעות ביעקב עמו ובישראל נחלתו וירעם כתם לבבו. השי"ת וועט זעהן דיין עבודה צו זיינע קינדער יותר מכפי יכולתו וועט ער דיר באגליקן מיט א א ריזן פארמעגן בקרוב ממש. אמן.
ואמר כל העם אמן ההלוקה.
איך נעם כ ביז מ
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”