ווען קינדער רעדען...

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

[align=center]ברוכים הבאים טייערע אידען

צום נייעם אשכול בני הם

ווי מען וועט בעזר השם אדורעך שמיעסען ענינים איבער פערענטינג
[/align]





1

די משפחה זיצט זיך שיין רואיג, ביים שבת טיש.
יענקי, שוין א גרויס אינגעל, עלעוו יאהר. זאגט נאך וואס די רבי האט געזאגט אויפן פרשה.
איך הער מיר צו, איך האב הנאה צו זעהן ווי גוט מיין קינד ברענגט ארויס די געדאנק.
מען זיצט זיך געמיטליך, די אטמאספער איז אנגענעם, מע זינגט זמירות, מע שמיעסט, די עסען
א מחיה... שבת קודש...

נעבען מיר אויף מיין לינק זייט, זיצט מיין קליינע אברמי, א זיס ב׳חן׳נט פיר יעריג אינגעלע,
וואס האט ליב צו זיצען נאנט צו מיר ביים שבת טיש.
איך לאז עם. כאטש וואס ער נעמט אויף גאנץ א שיין פלאץ, און דאס שטערט מיר אביסל פון זיך צו רירען בהרחבה, און כסדר זאגט ער אריין און נעמט אטענשאן ווען סלאזט זיך... נאכאלץ געב איך עם נאך, פארט א קליין קינד...
די סעודה ווערט נישט ממש געשטערט פון דעם,
אביסעל אימבאקוועם... נו...
מען זינגט א נייע ניגון, אלע זינגען מיט.
נאך א ניגון, א שנעלע א שטייטע...
ס׳איז לעבעדיג ס'איז געשמאק.

מען האלט ביי די זיפ, די קינדער עסען שיין...
און אברמי איז עפעס נישט ציפרידען
"וואס איז אברמי?" פרעג איך
"איך דארף קולה"
"קולה?" דא האסטו קולה...
איך נעם א גלעזל, און גיס עם אהן א אהנגעפילטע כוס מיט קולה, אזוי ווי ער האט ליב...
"ניין!!!" "נישט דעי קאפ, מיין קאפ..."
איך ( שוין אביסעל נערוועז...) וואס געדענק נישט וועלעכע ס׳איז זיין קאפ,
פרעג עם. "אברמי וועלעכע קאפ?"
"מיין קאפ מיין קאפ"......

אההה... ער רעדט מן הסתם פון די גלאזערנע קאפ, פון די אלטע סעט וואס באשטייט שוין נישט...
(די לעצטע דערפון האט זיך ציבראכען פאר צוויי וואכען ציריק...)
" אברמי..." ס׳איז שוין נישט דא יענע מינע קאפ,
טאטי געט דיר יעצט דעיע, קיק סאיז א נייע קאפ, אהנגעפילט ביזזזזז אויבן "

ער כאפט אבער נישט קיין התפעלות...
שרייט "איך דארף מיין קאפ, איך דארף מיין קאפ..."

וואס טיט מען?...
שטרענג.. ווייעך... מסביר זיין...
זאגען אז "סאיז נישט דא און פארטיג..."?
אברמי ליגט שוין אויפן פלאר, שטויסט... שלעפט די טישטעך... נאך א רגע און אלעס פליט...
ער שרייט און פארפירט, צינעמט מיר דעם שבת טיש, קיינער קען נישט רעדען, יעדער ווערט נערוועז פון עם...

וואס טיט מען???

2

די שאלה "וואס טוט מען" איז נישט סתם אזוי...
יא. איך קען און איין מיניט מאכען סדר...
סטראשענען... ציזאגען.... אהנהאלטען....
מען וויל אבער באמת וויסען וואס איז די ריכטיגע וועג.
מען רעדט פון עלטערען וואס ווילען טוען די ריכטיגע זאך, נישט נאר למען הסדר... נאר אויך וואס איז גוט פארן קינד.

איך וויל מיר ערלויבען פאר אביסעל, צו לאזען און די זייט, די ברענעדיגע שאלה "וואס טוט מען"
און פרעגען אן אנדערע שאלה....

פארוואס טוט ער דאס?
וואס איז עם שלעכט געווען ביז יעצט?
וואס וויל אברמי פון מיר האבען??
יעצט איז עם גוט???
דאס האט ער ליב, ווען יעדער איז ברוגז אויף עם???
האט דען א קינד נישט אסאך מער ליב, ווען טאטי און מאמי, זענען שיין און שמייכלען צו עם, און ווייזען עם ווי ליב זיי האבען עם???
וואס איז די פשט אז ער פאר׳עקשן׳ט זיך אויף אזעלעכע שטותים, ווען ער ווייסט, נישט פון היינט
אז די תוצאות גייען נישט זיין גוט...???

איך קען טראכטען, אז מיין קינד קלערט נישט אריין.
אדער אז עס גייט עם נישט אהן
יעצט וויל ער עפעס, זאל זיין וואס זאל זיין....

מיר קיקט אבער אויס, ווי עפעס טיפער ליגט דא

איך קיק אהן מיין קינד, ווען ער איז פריילעך, ווען ס׳איז עם גוט..
זיין פנים שיינט, און ער איז ציפרידען, ער איז מלא חיות! ער לעבט!
ס׳איז עם פשוט גוט!
עס קימט מיר נישט אויס ריכטיג, צו זאגען
אז ער קען באשטיין אלעס אוועק צוווארפען,
פארוואס?
ווייל ער דארף יעצט עפעס א מין קאפ
אדער א אנדערע שמאנץ...
ער קימט דאך פון א גוטע פלאץ
א פלאץ וואס מע האט עם ליב
און גוט צו עם..

בעצם וואס איך טענה איז,
אז עס ליגט דא עפעס טיפער׳ס
ווי סתם עקשנות.
עס לייגט זיך נישט אויפן שכל, אז מיין קינד זאל מסכים זיין אלעס צו פארלירען, אין איין סעקאנד,
פאר א קלייניקייט
און בפרט, ווען צום סוף באקימט ער עס אפילו נישט...

3

איך וויל דא מציע זיין א מהלך, וואס ביי מיר האט עס געטוישט מקצה לקצה, מיין גאנצע בליק אויף מיינע קינדער, און צו די נושא פון חינוך.
און הלוואי ווען איך קען ווען, דאס ווייטער געבען,
און זיין א תועלת פאר אנדערע.

עס זענען דא עטליכע בקשות, וואס א קינד בעט/ פרעגט, פון די עלטערען זיינע.
איך וועל מיר באציען, צו איינס פון זיי.

די בקשה צו התפעלות און ספעשעלטי

א קינד ווערט געבוירען.. מזל טוב...
יעדער פריידט זיך צו עם..
אפאר חדשים... ער שמייכלט שוין..
איך קיק אויף זיינע אויגעלך,
וואוו... וואספארא לויטערקייט...
ער קיקט מיר אהן.. ער שמייכלט צוריק צו מיר..

עס זעהט אויס, ווי עם איז זייער פשוט, אז "ס׳קימט זיך עם", די אטענשאן, די שמייכלען.
און ער איז זייער אוקיי, מיט די פאקט, אז אלע פרייען זיך מיט עם, אהן גארנישט טוען עפעס עקסטרא...
נאר סתם אזוי, ווייל ער איז ער...
ספילט זיך עם ממש בסדר, אז יעדער קיקט אויף עם, און יעדער איז נייגעריק אין עם.

און איך טראכט אריין,
איך בין דאך אויך געווען אמאל א קינד.
איך האב דאך אויך אמאל געוויסט, אז מיין הופעה,
איז געניג א גיטע סיבה, אז מענטשען זאלען זיך אפשטעלען, און קיקען אויף מיר...
מיין ספעציעלקייט, איז געווען ביי מיר אזוי פשוט,
און איך האב מיר ממש נישט געשעמט, ווען מעהאט געמאכט פון מיר א גאנצע עסק...
איך האב עס אהנגענימען זעלבס פארשטענדליך.

נאר וואס...
במשך פון די יאהרען, האט מען מיר געלאזט וויסען,
אויף כל מיני אופנים... אז ניין.
ס׳איז נישט ממש אזוי.
די פארנעמסט נישט אזא פלאץ, ווי די האסט אמאל געמיינט...
ביזט נישט אזוי חשוב ווי די האסט געמיינט...
אז די וועסט טוען כך וכך...
און זיך אויפפירען, ווי עס דארף צו זיין, און ווי עס פאסט..
וועמער רעדען...

איך האב אהנגעהויבען צו פילען, אז כדי צו באקימען די ליבשאפט, און התפעלות, דארף איך עפעס "דעליווערען"
עס קימט שוין מער נישט בחינם


און איך האב עס אהנגענימען...
און איך האב אהנגעהויבן צו גלייבען און דעם...
איך האב מיר איינגעצויגען, און איינגעצוימט..
איך האב אהנגעהויבן צו מטיל ספק זיין, אין מיין פלאץ וואס איך פארנעם.
לדוגמה.
איך האב מיר אהנגעהויבען צו שעמען, צו רעדען צו מענטשען.
זאגען ווען איך דארף עפעס. ווען עס קימט זיך מיר, אדער ווען עפעס באדערט מיר
איז געווארען א זאך, וואס איך טראכט אריין פאר איך לאז עס וויסען..
ס׳גליטשט זיך נישט ארויס אזוי לייכט...
און בכלל, די נושא פון נישט "שטערן" מענטשען, איז מיר געווארען א גאנצע עסק...
מאכען זיכער טויזנט מאל, אז סאיז א גוטע צייט יעצט...
און איך שטער נישט חלילה... "איך קען ריפען א אנדערע מאל..."
"זאג די מיר ווען ס׳איז גוט פאר דיר" וכדומה...



ווען איך זעה מיין קינד, וואס לויפט מיר אנטקעגן מיט זיינע צעטלעך, פרייטיג נאך חדר.
און הייבט מיר אהן צו ווייזען, וואס ער האט אלץ געמאלען.
און ווי שיין ער קאלירט...
ווער איך מלא התפעלות
קודם כל ווי שיין ער מאלט טאקע...
און בעיקר, וואס איך וויל דא ארויסברענגען,
איז פון די פאקט אז ער האלט, אז סאיז ממש דא וואס נתפעל צו ווערן פון עם..
און אלעס דארף זיך יעצט אפשטעלען...
און קיקען אויף די שיינע ׳ארט׳, וואס ער האט געמאכט...
אדרבה.. עס וועט עם זיין א גרויסע חידוש, אויב נישט
וואס הייסט אז די קיקסט נישט?? סאיז דיר נישט אינטערעסאנט???

4

איך גלייב אז דער אייבעשטער, האט אינז באשאפען מיט א גלייכקייט
א גלייכקייט, וויאזוי אינז קיקען זיך אהן.
א גלייכקייט און פשוט׳קייט, מיט וואס אינז קיקען אהן די וועלט.
א מענטש, איז א עולם ומלואו, און עס איז פשוט
אז ער איז ווערט, מען זאל נתפעל ווערן פון עם.
ווייל באמת איז נישט דא, נאך אזא איינער ווי מיר, און ווי דיר, אויף דער וועלט.
און אינזערע קינדער, פארשטייען דאס!
מיר האבען דאס אויך פארשטאנען אמאל.
אינז איז אויך געווען אמאל זעלבס פארשטענדליך,
אז מען פרייד זיך, ווען מען באגעגענט אינז.

די געדאנק וואס איך וויל דא ארויסברענגען,
איז א געוואגטע...
איך וועל עס פרובירען, צו זאגען זייער פשוט...

קינדער רעדען צו עלטערען...

וואס הייסט?...

ביים קינד איז פארשטענדליך אז די ערוואקסענע
זענען אויף איין פעיז׳ מיט עם
ביי עם איז גאנץ קלאהר, אז טאטי און מאמי, האלטען אזויווי עם
סיי אויף זיך, און סיי אויף עם.
אז "עס קימט אזוי"
אז מען דארף נישט באמת "פערפארמען" כדי צו שפירען א "עפעס" אויף דער וועלט
און אזויווי מען איז, איז ממש געניג
מען דארף זיך נישט איבערשטרענגען, צו איבערצייגען ווי ספעשעל מען איז



קינדער פרעגען פון די עלטערען...

זיי פרעגען:

"העלא... וואס גייט דא פאר???"
"דיר איז נישט קלאהר, אז איך בין ספעשעל??
"אז איך בין וואן אוף א קיינד??"
"אז עס איז פשוט נישט דא, נאך אזאנס ווי מיר??"
"קען זיין אז די האסט פארגעסען פון דעם??"

פארשטייט זיך, אז ער רעדט נישט צו מיר, ווי אן ערוואקסענע...
מיט ווערטער...
נישט נאר, ווייל ער קען זיך נישט אזוי גיט ארויסברענגען.
נאר ווייל אפילו ביי עם אין מוח, ליגט עס נישט מיט ווערטער...
ער סענסט מיר...
מיט זיינע ריינע חושים, און איידעלע געפילען,
פילט ער ווי עפעס איז דא ראנג...
" עס קימט נישט אזוי..."

און ער איז מוחה...
אמאל איז ער מוחה מיט שרייען, אדער וויינען, פארפירען..
און אמאל מיט סתם אזוי צושטערען דעם סדר היום,
דווקא זיך אהנטוען שטייט, ווען איך אייל מיך...
זיך פארעקשנ׳ען אויף א מין הויזן, ווען פינקט דעי הויזן ליגט יעצט אין וואש מאשין...

איך ווער מלא נערווען...
וואס טוט מען דא מיט עם???
למען השם.. וואס וויל ער פון מיר יעצט???

די תריץ איז... מיין קינד זאגט מיר
טאטע לעבען...
איך וויל, די זאלסט דיך אויפוועקן.
די זאלסט געדענקען.
די זאלסט דיר ׳דערמאנען׳, אז אינז זעמער אינטערעסאנט אזויווי אינז שטייען און גיין..
א מענטש
איז עפעס מער, פון סתם גיין, קימען, טוען, טראגען, ברענגען, ארלעדיגען, גיין שלאפען און נאכאמאל אויפשטיין....
איך קען דיר עס נישט מסביר זיין אזוי ווי ׳גרויסע מענטשען רעדען׳
איך קען נאר רעדען אויף מיין שפראך
וואס דאס איז, פון מיין הארץ, גראד אריין אין דיין הארץ
אהן קיין ווערטער...
ווייל טאטי...
דאס איז וואס איך קען..
און די האסט דאס אויך אמאל געקענט...
הארץ שפראך

געדענקסט נאך טאטי, ווען די ביזט אויסגעגאנגען פון התפעלות, ווען איך האב די ערשטע מאל, געפאטשט מיט די הענט...?
ווען איך האב מצליח געווען, צום ערשטע מאל, שטיין אויף מיינע צוויי פיס, אליין אליין אליין.......
וואוו!!! קיקט.. ער שטייט ער שטייט....
ווי איז די התפעלות פון מיר, געגאנגען??


5

עס איז נישט די געווענדליכע שאלה ותשובה און חינוך.
סאיז געשריבען אויף א וועג פון מעורר זיין צו א נייע בליק אויף שוועריקייטען.
א בליק וואס נעמט אוועק די פוקוס פון אינזערע קינדער, און איז עס מכוון צו אינז עלטערען

איך וואלט עס אהנגעריפען, אנשטאט צו טראכטען און לייגען א דגוש אויף "וואס טוה איך"
פראבירען צו זעהן "וואס בין איך"...
די כוונה פון די ארטיקעל, איז נישט שווערער צו מאכען, אדער חלילה צו לייגען גילט געפילען וכדומה

אדרבה. עס העלפט נישט צו זיך פילען נישט בסדר, וויאזוי אינז הענדלען זאכען מיט אינזערע קינדער.

פארקערט גאר, א גוטע געפיל מיט זיך אליין, ברענגט א גוטע געפיל אין אינזערע קינדער מיט זיך אליין.

נאר פראבירען צו קיקען אויף שוועריקייטען ווי א געלענגענהייט צו פראבירען צוצולייגען א אויער

צו וואס מיין קינד זאגט מיר



נ.ב. עס איז כמעט אוממעגליך צו אריינטראכטען אין דעם, בשעת ווען די שוועריקייט קימט פאר

עס איז כדאי זיך צו מאכען עקסטרע צייט פאר דעם, ווען עס איז רואיג, ווען מען איז אליין מיט זיך

און בל"נ וועל איך שרייבען איבער דעם עקסטער, וויאזוי מען טיט דאס וכו'



[align=center]מען קען מיר קאנטאקטען ביי אימייל
[email protected]
שאול יודא מושקוביץ
[/align]









[align=center]
[/align]
אינוועסטיגעיטאר

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטיגעיטאר »

Wow wow wow!!
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

זייער זייער גוט געשריבן
איר ברענגט זיך מורעדיג גוט ארויס

יעצט וואס איז די עצה ווען עס מאכט זיך טאקע אזא סיטואציע?
אדער אויב מעגליך צו פארמיידן בכלל פון אנקימען צו דעם?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

יישר כח! פשוטע געדאנק, גוט ארויסגעברענגט!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שיין באמת א שכח,

סוי לויט וואס ווי איר שרייבט דא, אויב וואלט א קינד באמת געשפירט אז ער איז ספעשל וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען קיין טענדראמס? אלעס וואלט געפארן אייביג גוט? סדאך דא אזא מין זאך אז א קינד ווערט געבוירן סעלפיש און מיט שלעכטע מידות.

צווייטע שאלה, וואס האסטו למעשה געטוען מיט אברמי ווען ער האט שוין געשטויסן און געשלעפט די טישטוך?

דריטנס, זאגסט דאך אליין וויפיל ליבשאפט האסט געגעבן פאר אברמי, ער קען זיצן נעבן טאטי, ער באקומט א גאנצע קאפ קולה אנגעפילט ביז אויבן, איז פארוואס שפירט ער נאכאלטס נישט אז ער איז ספעשל? וואס נאך דארף מען טוען?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין!
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

Wow אזא יוניק בליק אויף די נושא פון פערענטינג.
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל זיך אזוי מחיה געווען מיט א ארטיקל.
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

שלמה מולכו האט געשריבן:זייער שיין באמת א שכח,

סוי לויט וואס ווי איר שרייבט דא, אויב וואלט א קינד באמת געשפירט אז ער איז ספעשל וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען קיין טענדראמס? אלעס וואלט געפארן אייביג גוט? סדאך דא אזא מין זאך אז א קינד ווערט געבוירן סעלפיש און מיט שלעכטע מידות.

צווייטע שאלה, וואס האסטו למעשה געטוען מיט אברמי ווען ער האט שוין געשטויסן און געשלעפט די טישטוך?

דריטנס, זאגסט דאך אליין וויפיל ליבשאפט האסט געגעבן פאר אברמי, ער קען זיצן נעבן טאטי, ער באקומט א גאנצע קאפ קולה אנגעפילט ביז אויבן, איז פארוואס שפירט ער נאכאלטס נישט אז ער איז ספעשל? וואס נאך דארף מען טוען?

גאמ
פאטעיטא מען
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:22 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא מען »

נאכמיטאג האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:זייער שיין באמת א שכח,

סוי לויט וואס ווי איר שרייבט דא, אויב וואלט א קינד באמת געשפירט אז ער איז ספעשל וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען קיין טענדראמס? אלעס וואלט געפארן אייביג גוט? סדאך דא אזא מין זאך אז א קינד ווערט געבוירן סעלפיש און מיט שלעכטע מידות.

צווייטע שאלה, וואס האסטו למעשה געטוען מיט אברמי ווען ער האט שוין געשטויסן און געשלעפט די טישטוך?

דריטנס, זאגסט דאך אליין וויפיל ליבשאפט האסט געגעבן פאר אברמי, ער קען זיצן נעבן טאטי, ער באקומט א גאנצע קאפ קולה אנגעפילט ביז אויבן, איז פארוואס שפירט ער נאכאלטס נישט אז ער איז ספעשל? וואס נאך דארף מען טוען?

גאמ


גא"מ ביטע זייט מסביר וואס מען טיט למעשה.
בכלל פארוואס זאל א קינד ליב האבן עטענטשן פון די שלעכטע זייט ווען ער באקומט עס לכל הדיעות פון די גוטע זייט
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

יישר כח... למעשה?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פאטעיטא מען האט געשריבן:
נאכמיטאג האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:זייער שיין באמת א שכח,

סוי לויט וואס ווי איר שרייבט דא, אויב וואלט א קינד באמת געשפירט אז ער איז ספעשל וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען קיין טענדראמס? אלעס וואלט געפארן אייביג גוט? סדאך דא אזא מין זאך אז א קינד ווערט געבוירן סעלפיש און מיט שלעכטע מידות.

צווייטע שאלה, וואס האסטו למעשה געטוען מיט אברמי ווען ער האט שוין געשטויסן און געשלעפט די טישטוך?

דריטנס, זאגסט דאך אליין וויפיל ליבשאפט האסט געגעבן פאר אברמי, ער קען זיצן נעבן טאטי, ער באקומט א גאנצע קאפ קולה אנגעפילט ביז אויבן, איז פארוואס שפירט ער נאכאלטס נישט אז ער איז ספעשל? וואס נאך דארף מען טוען?

גאמ


גא"מ ביטע זייט מסביר וואס מען טיט למעשה.
בכלל פארוואס זאל א קינד ליב האבן עטענטשן פון די שלעכטע זייט ווען ער באקומט עס לכל הדיעות פון די גוטע זייט

פאר תירוצים ברויכט איר שיקן א קוויק פעי צום אימייל, און אראפקומען פאר א סעשין....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

הערליכע תוכן אראפגעלייגט ווי קיינמאהל ביפאהר.
שכויעח.
לוקינג פארווערד פאר די המשך
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

שאול יודא WOWOWOWOWOWOWOW
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:Wow אזא יוניק בליק אויף די נושא פון פערענטינג.
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל זיך אזוי מחיה געווען מיט א ארטיקל.

@בִּשְׁבִילֵי אינדארסמענט איז נישט קיין פשוטע זאך


שיינער ארטיקל

#שרייבער אלערט
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

טאוסטעד האט געשריבן:זייער זייער גוט געשריבן
איר ברענגט זיך מורעדיג גוט ארויס

יעצט וואס איז די עצה ווען עס מאכט זיך טאקע אזא סיטואציע?
אדער אויב מעגליך צו פארמיידן בכלל פון אנקימען צו דעם?

א גרויסען יישר כח פאר די ווארעמע פידבעק
עס גיבט ממש חשק אויף ווייטער

בנוגע וויאזוי מען גיבט זיך א עצה בשעת מעשה, און וויאזוי צי פארמיידען אזעלעכע סיטואציעס
סאיז טאקע א שאלה וואס קען באדערען, מען וויל וויסען וואס קען איך טוען
איך קען פארשטיין די צורך, פון וועלען הערען א פשוטע עצה, און באקימען עדווייס אויף למעשה
און באמת איז דא היינט א שפע רב פון שיעורים ביכער און קורסעס אויף חינוך און דיסיפלין און פארמיידען טאקטיקען וכדו'
מיט דעם אלעם פיל איך אז עס איז דא א הינגער פאר מער א טיפערע בליק וואס גייט אראפ צום שורש פון זאכען
און ווען מען דערוואגט זיך, זיך צו טרעפען מיט די אמת ,און אריינקיקען אין זיך אליין נישט קיין חילוק וואס מען טרעפט דארט
קודם עס פשוט אבזערווירען, און דערנאך שטייטעלעך גיין אויפן וועג פון דערנענטערען צום אמת'ן זיך
דעמאלטס הייבט זיך אהן אמת'דיגע טשענז', ביי זיך און ביי די קינדער.
עס געשעט טאקע נישט און איין טאג, נאר ציביסלעך הייבט מען אהן צו זעהן שינויים וואס מען האט נישט געלייבט אמאל אז עס קען זיין
מיט אסאך הצלחה



.
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:Wow אזא יוניק בליק אויף די נושא פון פערענטינג.
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל זיך אזוי מחיה געווען מיט א ארטיקל.

wow אזא ריאקציע
עס מאכט גיט אויפען הארץ
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

הקולמוס שלי האט געשריבן:יישר כח! פשוטע געדאנק, גוט ארויסגעברענגט!

א גרויסען יישר כח
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

חבצלת השרון האט געשריבן:הערליכע תוכן אראפגעלייגט ווי קיינמאהל ביפאהר.
שכויעח.
לוקינג פארווערד פאר די המשך

אוואדע, האלט אייך געשפאנט :smile:
יישר כח דיר
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

very nice article!

keep it going
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

אינוועסטיגעיטאר האט געשריבן:Wow wow wow!!

א גרויסען יישר כח
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

פראהביטש האט געשריבן:יישר כח... למעשה?

עיין ריאקציע פאר טאוסטעד
יישר כח
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

הערליך שיין ארויסגעברענגט!
איין זאך באדערט מיר נאר א קינד פון פיר יאר געדענקט וואס עס איז אלץ פארגעגאנגען בא די צוויי, דריי?
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

האסטו וועסטו האט געשריבן:שאול יודא WOWOWOWOWOWOWOW

יישר כח :smile:
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

בני הם האט געשריבן:
טאוסטעד האט געשריבן:זייער זייער גוט געשריבן
איר ברענגט זיך מורעדיג גוט ארויס

יעצט וואס איז די עצה ווען עס מאכט זיך טאקע אזא סיטואציע?
אדער אויב מעגליך צו פארמיידן בכלל פון אנקימען צו דעם?

א גרויסען יישר כח פאר די ווארעמע פידבעק
עס גיבט ממש חשק אויף ווייטער

בנוגע וויאזוי מען גיבט זיך א עצה בשעת מעשה, און וויאזוי צי פארמיידען אזעלעכע סיטואציעס
סאיז טאקע א שאלה וואס קען באדערען, מען וויל וויסען וואס קען איך טוען
איך קען פארשטיין די צורך, פון וועלען הערען א פשוטע עצה, און באקימען עדווייס אויף למעשה
און באמת איז דא היינט א שפע רב פון שיעורים ביכער און קורסעס אויף חינוך און דיסיפלין און פארמיידען טאקטיקען וכדו'
מיט דעם אלעם פיל איך אז עס איז דא א הינגער פאר מער א טיפערע בליק וואס גייט אראפ צום שורש פון זאכען
און ווען מען דערוואגט זיך, זיך צו טרעפען מיט די אמת ,און אריינקיקען אין זיך אליין נישט קיין חילוק וואס מען טרעפט דארט
קודם עס פשוט אבזערווירען, און דערנאך שטייטעלעך גיין אויפן וועג פון דערנענטערען צום אמת'ן זיך
דעמאלטס הייבט זיך אהן אמת'דיגע טשענז', ביי זיך און ביי די קינדער.
עס געשעט טאקע נישט און איין טאג, נאר ציביסלעך הייבט מען אהן צו זעהן שינויים וואס מען האט נישט געלייבט אמאל אז עס קען זיין
מיט אסאך הצלחה



.

איך זעע נישט וואס איר האט געענטפערט

חוץ אויב איר מיינט צו שרייבן אז איר גייט געבן די טיפערע בליק אין קימענדיגע המשך צו אייער באשרייבונג
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

ממוצע האט געשריבן:זייער שיין!

יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”