ווען קינדער רעדען...

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

לעמאן סאדע האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:Wow אזא יוניק בליק אויף די נושא פון פערענטינג.
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל זיך אזוי מחיה געווען מיט א ארטיקל.

@בִּשְׁבִילֵי אינדארסמענט איז נישט קיין פשוטע זאך


שיינער ארטיקל

#שרייבער אלערט

באמת נישט קיין פשוטע זאך
יישר כח
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

עולם האמת האט געשריבן:very nice article!

keep it going

יישר כח פאר די פידבעק
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

פרעכטיג האט געשריבן:הערליך שיין ארויסגעברענגט!
איין זאך באדערט מיר נאר א קינד פון פיר יאר געדענקט וואס עס איז אלץ פארגעגאנגען בא די צוויי, דריי?

יישר כח פאר די פידבעק
עס איז נישט אזוי ווייט געדענקט, די קינד ווייסט, ער פיעלט.
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

וועןרענטל האט געשריבן:
בני הם האט געשריבן:
טאוסטעד האט געשריבן:זייער זייער גוט געשריבן
איר ברענגט זיך מורעדיג גוט ארויס

יעצט וואס איז די עצה ווען עס מאכט זיך טאקע אזא סיטואציע?
אדער אויב מעגליך צו פארמיידן בכלל פון אנקימען צו דעם?

א גרויסען יישר כח פאר די ווארעמע פידבעק
עס גיבט ממש חשק אויף ווייטער

בנוגע וויאזוי מען גיבט זיך א עצה בשעת מעשה, און וויאזוי צי פארמיידען אזעלעכע סיטואציעס
סאיז טאקע א שאלה וואס קען באדערען, מען וויל וויסען וואס קען איך טוען
איך קען פארשטיין די צורך, פון וועלען הערען א פשוטע עצה, און באקימען עדווייס אויף למעשה
און באמת איז דא היינט א שפע רב פון שיעורים ביכער און קורסעס אויף חינוך און דיסיפלין און פארמיידען טאקטיקען וכדו'
מיט דעם אלעם פיל איך אז עס איז דא א הינגער פאר מער א טיפערע בליק וואס גייט אראפ צום שורש פון זאכען
און ווען מען דערוואגט זיך, זיך צו טרעפען מיט די אמת ,און אריינקיקען אין זיך אליין נישט קיין חילוק וואס מען טרעפט דארט
קודם עס פשוט אבזערווירען, און דערנאך שטייטעלעך גיין אויפן וועג פון דערנענטערען צום אמת'ן זיך
דעמאלטס הייבט זיך אהן אמת'דיגע טשענז', ביי זיך און ביי די קינדער.
עס געשעט טאקע נישט און איין טאג, נאר ציביסלעך הייבט מען אהן צו זעהן שינויים וואס מען האט נישט געלייבט אמאל אז עס קען זיין
מיט אסאך הצלחה


.

איך זעע נישט וואס איר האט געענטפערט

חוץ אויב איר מיינט צו שרייבן אז איר גייט געבן די טיפערע בליק אין קימענדיגע המשך צו אייער באשרייבונג


אויף די שאלה וואס טיט מען למעשה און וויאזוי צו פארמיידען
איז די תשובה גאנץ קלאהר, אז די וועג ווי מיר גייען דא, איז מער אויף א גרינטליכע וועג
צו פארשטיין פארוואס קינדער ברענגען בכלל שוועריקייטען
און דארט משקיע זיין אינזער כוחות און אנערגיע ווי איידער זיין פארנימען מיט לעשן פייערס

און בעזר השם וועל איך ממשיך זיין צו שרייבען, פארברייטערען, קלאהר מאכען
און די קימענדיגע מאל
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

אזוי קלאר אראפצולייגן די סיטואציע אינדערהיים, און ארויסברענגן די פילינגס פון די עלטערן ווי א לעבעדיגע מעשה. איך האב זיך געטראפן די פלאץ דארט זייער שנעל :lol: , און וואס איך האב אזוי ליב געהאט איז די המשך, אנשטאט טרעפן א solution "למעשה", האט איר מיך געמאכט טראכטן אינגאנצן אויף אן אנדערע דיירעקשן, פון זיך אפשטעלן, און צולייגן אן אויער, א הארץ, צו הערן און פילן וואס מיין קינד זאגט מיך (נישט) אינטערן טיש.., און איינמאל איך זעה מיין קינד, פלוצלונג דארף איך שוין נישט קיין Solution, ער איז נישט קיין Problem...

הרב בני הם פליס פליס גיי ווייטער מיט די ארטיקלען. הלוואי שרייבסטו א נייע ארטיקל יעדע וואך. דאס איז אסאך מער אינטערעסאנט פאר מיר ווי אלע עלונים אין שבת.

בני הם האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:Wow אזא יוניק בליק אויף די נושא פון פערענטינג.
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל זיך אזוי מחיה געווען מיט א ארטיקל.

@בִּשְׁבִילֵי@ אינדארסמענט איז נישט קיין פשוטע זאך


שיינער ארטיקל

#שרייבער אלערט

באמת נישט קיין פשוטע זאך
יישר כח


די גאנצע ארטיקל איז בכלל נישט קיין פשוט'ע זאך.
יא יא, ג.א.מ. אוודאי אז @בִּשְׁבִילֵי הלב@ אינדארסמענט איז נישט קיין פשוטע זאך.
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

להתחבר האט געשריבן:אזוי קלאר אראפצולייגן די סיטואציע אינדערהיים, און ארויסברענגן די פילינגס פון די עלטערן ווי א לעבעדיגע מעשה. איך האב זיך געטראפן די פלאץ דארט זייער שנעל :lol: , און וואס איך האב אזוי ליב געהאט איז די המשך, אנשטאט טרעפן א solution "למעשה", האט איר מיך געמאכט טראכטן אינגאנצן אויף אן אנדערע דיירעקשן, פון זיך אפשטעלן, און צולייגן אן אויער, א הארץ, צו הערן און פילן וואס מיין קינד זאגט מיך (נישט) אינטערן טיש.., און איינמאל איך זעה מיין קינד, פלוצלונג דארף איך שוין נישט קיין Solution, ער איז נישט קיין Problem...

הרב בני הם פליס פליס גיי ווייטער מיט די ארטיקלען. הלוואי שרייבסטו א נייע ארטיקל יעדע וואך. דאס איז אסאך מער אינטערעסאנט פאר מיר ווי אלע עלונים אין שבת.

בני הם האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:Wow אזא יוניק בליק אויף די נושא פון פערענטינג.
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל זיך אזוי מחיה געווען מיט א ארטיקל.

@בִּשְׁבִילֵי@ אינדארסמענט איז נישט קיין פשוטע זאך


שיינער ארטיקל

#שרייבער אלערט

באמת נישט קיין פשוטע זאך
יישר כח


די גאנצע ארטיקל איז בכלל נישט קיין פשוט'ע זאך.
יא יא, ג.א.מ. אוודאי אז @בִּשְׁבִילֵי הלב@ אינדארסמענט איז נישט קיין פשוטע זאך.

א גרויסען יישר כח פאר די ווארעמע פידבק
איך האב זייער הנאה פון די וועג וויאזוי איר ליינט עס אפ
און די ווערטער צילייגען א אויער, די הארץ,פילען וואס מיין קינד זאגט מיר (נישט..) ממש פון דעם רעדט מען דא
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

האסטו וועסטו האט געשריבן:שאול יודא WOWOWOWOWOWOWOW
למען לא ניגע לניק (ליפא)
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

1

ווען א טאטע זאגט ניין איז ניין...

נישט אלעמאל איז טאקע אזוי געווען...
אבער דעם ניגון גייט אמאל זיכער אזוי
ווען א טאטע זאגט אז ניין איז ניין...
די טאטע פראבירט ממש אז זיין ניין זאל זיין א ניין
אבער נישט אלעמאל גייט עס ווי געפלאנט...
אינזערע קינדער האבען עפעס א מיסטעריעזע וועג וויאזוי צו פארוואנדלען א אנטשלאסענע ניין, צו א בלית ברירה׳דיגע יא...
און פון דא הייבן אהן די אוטומאטישע מחשבות צו לויפן אין אלע דיירעקשאנס ..

פון אנטוישטע און אויפגערעגטע ווי:
"מען מיז לערנען דעם קינד דרך ארץ" !!
"סקען נישט ווייטער אזוי אהנגיין"!!
ביז יאוש׳דיגע געדאנקען ווי למשל
"פארוואס קען איך זיך נישט האלטן שטארק
ביי מיין ווארט??"
צו "יעצט ווייסט מיין קינד אז מען קען מיר דרייען ארום די פינגער"
"אך.. איך קען נישט מיט דעי חברה"....

און נאכדעם איז דא די מחשבות פון משלם זיין מיט די מצב
און אריינלייגן די לאגיק דערין..
"נע סאיז גוט, מען דארף נישט אלעמאל אויספירען.
איך דארף מיר נישט אזוי פארעקשענען אויף יעדע זאך"...
עס קען זיין זייער פראסטערעטינג
נאך א גאנצע טאג פון ארבייט, ארימלויפן אהער און אהין
א מיליאן און איין זאכן אויפן קאפ
אהיימקימען אויסגעמארדעוועט..
און שוין אויפן וועג אהיים ווייס איך וואס עס ווארט מיר אפ
מיט א הופענונג אז אפשר פינקט היינט גייט זיין אנדערש...
און מאכט אויף די טיר און אלעס מיט איין מאל ווי און א כאר
ווער האט אוועק גענימען מיינע זאכען??
מושי וויל מיר נישט ציריקגעבען מיין טוי..
מנדי דארף שוין אריינקימען צו סאפער...
קום אריין...
ער האלט נישט ביי דערביי...
וואס האט זיך דא אויסגעגאסן??...
פינקט דא דארפסטו יעצט אריבער גיין??!!
"אה טאטי"!!! קענסט מיר נעמען צו...
"טאטי!!! האסט מיר צוגעזאגט אז היינט...."
(הייליגע באשעפער.. ווען האב איך דאס צוגעזאגט...??)
"יודי נאך פינף לעפלעך און שוין..."
"ער עסט דעך גארנישט דאס קינד..."
ואני אנא אני בא...
מען טראכט צו זיך
קען איך נישט האבן אביסל רואיגקייט??
פארוואס מיז דאס זיין אזוי?
גייט זיך דאס אמאל ענדיגען??

יא. עס קען באמת זיין פראסטערעטינג..
מען וויל אז זאכן זאלן גיין געשמירט
געגעסן געבענטשט אריין אין וואנע און אין בעט און שטיל זאל זיין...


2

און דא קים איך אהן צו א פוינט וואס איך פיל אז עס איז קריטיש ארויסצוברענגען

וואס "וויל איך" פון מיינע קינדער?
א פשוטע שאלה...
וואס "וויל איך פון מיינע קינדער"?
און ווי מער מאל איך פרעג מיר די שאלה
זעה איך, ווי נישט אזוי פשוט די שאלה איז,
און ווי נישט פשוט עס איז בכלל זיך צו פרעגן די שאלה.
"וואס וויל איך פון מיינע קינדער?"
איך קען וועלן זיי זאלן זיין "וואויל"..
זיי זאלן פאלגן וואס מען הייסט זיי..
איך קען וועלן פון מיינע קינדער
זיי זאלן זיין איידל באנימען און צאמגענימען
און איך קען אויך וועלן אז מיינע קינדער זאלן
זיין געלונגען טויגליך און טיכטיג.
און עס איז זייער לעגיטימיש דאס אלעס צו וועלען און גיין אויף די דיירעקשאן זיי צוציברענגן דערצו.

וואס יא?..
עפעס קוועטשט מיר ווען איך פרעג מיר די שאלה
און עפעס בין איך נישט ציפרידען אינגאנצען מיט די תשובות וואס קימען מיר ארויף
אמת. סאיז ריכטיג די אלע זאכן
און אויך וויכטיג
אבער נאכאלץ פיל איך ווי עס איז אביסעל צו מעכאניש
און אביסעל קאלט
נאך אלעם רעד איך דאך דא פון מיינע קינדער וואס איך האב ליב, מער פון אלעס אין דער וועלט
און איך מאך דא א סאמערי פון וואס איך וויל פון זיי,
און די תוצאות זענען מיר עפעס נישט צום הארצן
איך פיל ווי איך בין דא צו נעמען ווי איידער צו געבן
כאטשיק איך געב זיי דא
און עס איז פאר זייער טובה צו האבען די קוואליטיס אין זייער לעבען
נאכאלץ ווען איך פרעג מיר די שאלה וואס איך וויל פון מיינע קינדער, און די תשובה וואס קימט מיר ארויף, ווי שיין סזאל נאר נישט אויסקיקען,
שמעקט עס פון נעמען
סאיז כאילו איך איך פרעג מיר
"וואס וויל איך אז מיינע קינדער זאלען מיר געבען?"
ווייל ענד אוף דע געים פארדין איך דאך דערפין אז מיינע קינדער זענען טויגליך טיכטיג און איידל און פאלגען און צאמגענימען וכו

3

סאו דאס מאכט מיר פרעגן די שאלה אביסעל אנדערש
נישט קיין סאך אנדערש..
סך הכל איין ווארט א חילוק..

וואס וויל איך געבן פאר מיינע קינדער?
אה...
געבן...
דאס איז שוין אנדערע ווערטער...
וואס איך וויל זיי געבן?
איז איך כהאב א גאנצע ליסט...
איך וויל זיי געבן אז זיי זאלען האבען ליבשאפט אין זייער לעבן
אז אין די אטמאספער פון זייער לעבן זאל ליבשאפט זיין א אומאפטיילבארע זאך
צו זיך צו זייער חברים צו זייער בני בית
צו זייערע קינדער
איך וויל זיי געבן אז זיי זאלען פילן א משמעות אין לעבן
אז זיי מאכען א דיפרענס
אז זיי ברענגען אויף די וועלט עפעס ׳יוניק׳
וואס נאר זיי ברענגען
איך וויל זייער לעבן זאל זיין ׳פול אוף דזוי׳
א געשמאקע באטמטע לעבן

אוף איין מאל קימט מיר ארויף קוואליטיס וואס איך וויל באמת סזאל זיין א פארט פון מיין קינדס לעבן
זאכן וואס וועלן עם מאכען די לעבן געשמאק און גוט
זאכן וואס איך וויל עם געבן
זאכען וואס קימט פון מיין ענדלאזע ליבשאפט צו עם
די ליבשאפט פון א טאטע צו א קינד

און איך אלץ טאטע, דער אלטימיטיבע משפיע
האב די כלים און די כוחות זיי דאס צו געבן
און ווען איך קלער אריין אין דעם
נישט נאר איך שפיר נישט קיין אהנגעשטרענקייט
נאר אדרבה, עס ווערט מיר גוט אויפן הארץ
ווייל ווען איך קים פון א פלאץ פון געבן
איז מיר לייכט און געשמאק
ביי נאטור וויל א מענטש געבען
עס איז עם גוט צו געבן
עס מאכט עם פריילעך צו געבן

ווען איך קום פון דעם פלאץ
פון א פלאץ ווי איך בין די משפיע
און מיינע קינדער זענען די נשפעים
איז קודם כל, נערווירן זיי מיר אסאך ווייניגער
זיי זענען מיר גארנישט שילדיג...
איך שעפ נישט מיין חיות פון זיי
און עס איז מיר שוין נישט אזוי שטארק מעלה ומוריד
פאר מיין נפש, ווי איידל, נארמאל, רואיג, פאלגעדיג וכו' זיי זענען
און צווייטענס, איך בין אסאך מער פול, און אין אסאך א בעסערע מוט, ווען איך קים געבען
און אטאמאטיש זענען מיינע כוחות און געדולד אסאך אין א בעסער מצב
אנדערש ווי ווען איך קים פון כאוס און חדאראם
(און איך טראכט "פארוואס טוען זיי מיר דאס??...")
און איך פראביר צו לעשן פייערס און איך ווייס נישט ווי און מיט וועם אהנציהייבן קודם...
("קענסט נישט געבן פאר טאטי צוויייייי מיניט פון רואיגקייט??....)
דעמאלץ איז טאקע לא מצאנו ידינו ורגלינו..
מען ווייסט זיך נישט ווי זיך אהין צו טוהן...
עס איז כמעט אוממעגליך צו מאכען א גוטע אטמאספער און א גוטע שטימונג אין שטוב , פון א שטאנדפונקט פון "סאיז נישט גוט "
און "סקען נישט ווייטער אזוי אהנגיין"
און נאך פאר מען הייבט אהן עפעס צו וועלן טוען איז מען שוין אויסגעליידיגט אנערגעטיש
און די אייגענע מוט גיבט נישט קיין סאך צו צו די מצב...

4

למעשה...

כדי אז מיין טרייב זאל קימען פון די פוזיטיבע חלק אין מיר
און איך זאל מאכן דעם סוויטש פון א נשפע צו א משפיע
און אנשטאט זיין ביזי מיט דעם "ניין..."
און וויאזוי קען מיר ווערן בעסער
אהנהייבען ארויפצוגיין אויפן וועג פון
וויאזוי קען איך מאכען א דיפרענס אין מיין קינדס
לעבען,
איז גיט צו האבען עפעס א בילד,
א בילד וויאזוי מיין קינדס פנימיותדיגע לעבן זעהט אויס, לאמיר זאגען אין צען יאהר ארים.
זיך אויסמשלען מיין קינד אלץ עדולט
ווי גוט ער שפירט זיך מיט זיך אליין
און ווי באקוועם ער איז מיט זיך און מיט אנדערע
און ווי גוט סאיז עם אויף דער וועלט
זיך באמת אויסדמיונען מיט פרטים און פרטי פרטים
וכל המרבה הרי זה משובח..
עס ממש זעהן מיט די רוחניותדיגע אויגן
און עס פילן
פילן די הנאה וואס איך האב, ווי גוט עס איז פאר מיין קינד
און ווען איך האב שוין דעם בילד פאר מיינע אויגן
קען איך מיר מאכן א מטרה
צו ווי איך וויל אהנקימען
און ווען מען האט א קלארע מטרה
ווען עס דא א ציל ווי אהין מען וויל דערגרייכן
טרעפט מען שוין די מיטלען
די מוח ארבעט.
און די עיקר איז, אז עס ארבעט אויף די מער מוצלחדיגע וועג
די וועג פון יא


הצלחה רבה!


[align=center][/align]
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

wow

בעסער און בעסער
קיעפ איט אפ!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

באשעפער איינציגסטע וויפיהל קען איין מענטש קענען?
מאכטפול שאול יודא נעקסט לעוועל
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

עולם האמת האט געשריבן:wow

בעסער און בעסער
קיעפ איט אפ!

א גרויסן יישר כח
עס העלפט נאכאמאל צו נעמען די פעדער און האנט און שרייבען ווייטער
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

האסטו וועסטו האט געשריבן:באשעפער איינציגסטע וויפיהל קען איין מענטש קענען?
מאכטפול שאול יודא נעקסט לעוועל

א גרויסן יישר כח
סאיז געשמאק צו הערן
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

דער איז ריזיג אזוי קלאר און בא'טעמט מיט א גוטן פעדער
חינוך האט געזיגט!
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

אושפיזין האט געשריבן:דער איז ריזיג אזוי קלאר און בא'טעמט מיט א גוטן פעדער

א גרויסען יישר כח פאר די גוטע ווערטער
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

דו ביזט ריזיג!! איך לעק אויס א יעדע ווארט.
די געדאנק איז מורא'דיק. "וויל איך זיי געבן? אדער וויל איך נעמען" אזא פאווערפול סטעיטמעמט.
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

ממש נעקסט לעוועל!
עפעס ציהט מיר מורא'דיג אין דיינע ווערטער, כ'ווייס נישט וואס...
זיי ממשיך פליז!
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

שפכי האט געשריבן:ממש נעקסט לעוועל!
עפעס ציהט מיר מורא'דיג אין דיינע ווערטער, כ'ווייס נישט וואס...
זיי ממשיך פליז!

א גרוסן יישר כח פאר דעם שיינעם פידבעק
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

להתחבר האט געשריבן:דו ביזט ריזיג!! איך לעק אויס א יעדע ווארט.
די געדאנק איז מורא'דיק. "וויל איך זיי געבן? אדער וויל איך נעמען" אזא פאווערפול סטעיטמעמט.

א גרויסן יישר כוח
פאר דיינע ווערטער
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

זיי ממשיך ביטע
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

ס'שוין אריבער נאך א וואך, מיר ווארטן אלע געשפאנט פאר די נייע וועכנטליכע ארטיקל.
געב שוין א קוועטש אויף די "שיק" קנעפעלע
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

א גוטן טייערע ידידים
איך וויל מיר באדאנקען פאר אלע וואס קאמענטן
און ראגירן און פרעגן
עס העלפט מיר זייער און עס גיבט מיר חיזוק צו גיין ווייטער
א גרויסן יישר כח
איך וועל מיר משתדל זיין און ענטפערן אויף שאלות ככל שידי מגעת


1

"פארוואס וויינסטו?!"
"וויפיל איז די שיעור פון וויינען?!"
"סטאפ שוין צו וויינען!!"
"אז די וועסט נישט אויפהערן צו וויינען וועל איך דיר געבן אויף וואס צו וויינען..."

איך מיין אז מען הערט שוין נישט היינט קיין סאך פון אזעלעכע סטעטמענס...
און נאך אלץ וויל איך רעדן פון דעם
ווייל כאטשיג די סארט וועג פון רעדן איז שוין אפשר ווייניגער דא היינט,
איז אבער די הרגשה פון דעם נאכאלץ דא.
און עס איז דא א שטארק ווארט וואס איך האב אמאל געהערט, און איך קאנעקט מיר זייער מיט דעם.

וואס עס ווערט נישט דורך גערעדט, ווערט דורך געפירט...

סאו לאמיר טאקע רעדן דערפון...

דאס קינד שרייט וויינט און קלאגט און טרעפט זיך אן אין א וואנט...
דער טאטע האט נישט יעצט קיין כח עהם צו הערן
און עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס..
מען קען באמת פארשטיין א מענטש זאל נישט האבן קיין כח און קיין נערוון צו הערן וויינען
אבער מצד דעם קינד,
ווען מען קיקט פונעם קינדס זייט, איז ער אין זייער א שווערע מצב
עהם טוט יעצט עפעס וויי, און זיין קול האט נישט ווי אהין צו גיין
און איך פיל א שטארקע רצון צו וויסן וואס עס גייט פאר ביי מיין קינד וואס וויינט און טאטי האט נישט קיין נערוון צו דעם און צו עהם..
וואס גייט יעצט פאר ביים קינד?
לאמיר פראבירן צוריק צוגיין און אהנטוען די קינדער שיכלעך פאר אפאר מיניט, און זיך דערמאנען און פארשטיין ברגש ( בקיצור.. פילן...) וואס גייט פאר אינעוויינג ביים קינד

זיצט זיך א קינד און וויינט
סאיז עהם נישט גוט, דאס איז אמאל זיכער..
קיינער וויינט נישט ווען סאיז עהם גוט...
עפעס באדערט עהם. עפעס טוט עהם וויי
צו ווייל ער וויל עפעס זייער שטארק, צו איינער האט עהם עפעס געטוען, אדער ער פראבירט שוין עפעס פאר א לאנגע צייט, און סעגייט עהם נישט...
וואס סזאל נאר נישט זיין, ער איז זייער בצער
און איך פרעג מיר דעם שאלה
וואס דארף יעצט דאס קינד?
וואס דארף א קינד וואס איז בצער?
וואס דארף ער מער פון אלעם אויף דער וועלט אין אזא מצב?

2

די תשובה וואס קימט מיר ארויף איז
קודם כל אז איך מעג וויינען
עס איז מותר צו וויינען אין דעם הויז..
מען דארף נישט אלעמאל זיין אין א גוטע מוט אין דעם הויז
מען מעג אויך זיין טרויעריג דא
איך פארליר נישט מיין אהנגענימענקייט ביי מיינע עלטערען ווען איך בין אין א צופראסקעטע מוט
איך האב פלאץ ביי מיינע עלטערען אפילו ווען מיין נישט אזוי שיינע זייט קימט ארויס..
ווען איך זעה אויס פארקרימט און אהנגעדוסט
באטראפעצט און צוקראכן ...
איך בין אהנגענימען און באליבט אפילו איך שמייכל נישט, און איך בין יעצט אויפגערעגט אויף יעדען איינעם..


און די צווייטע זאך וואס די קינד וויל איז
אז ער וויל נישט זיין אליין.
צו זיין צובראכן און פארווייטאגט איז איין זאך,
א קינד איז באשאפן מיט די יכולת ארויסצוגיין פון שווערע מצבים.
ער ענדיגט צו וויינען, עס גייט אריבער,
ער האלט שוין ביי די נעקסטע זאך...
נישט נאר דאס, עס שטארקט עהם אפילו
א קינד וואס האט נישט קיין שום שוועריקייטען אין זיין לעבן וואקסט אויף צו זיין ממש א שוואכע מענטש
(דאס מיינט אבער נישט אז מיר דארפן עהם סערוירן שוועריקייטען... סאיז דא געניג....)
אבער דאס זיין אליין, גענצליך אליין מיט זיינע געפילן, דאס ווייסט שוין נישט א קינד וויאזוי צו הענדלען
ווייל א חוץ פון די שוועריקייט וואס ער גייט יעצט אריבער
ווערט ער נאך דערצו זייער דערשראקן
ווען סאיז שווער פאר א קינד "דארף" ער האבן איינעם מיט זיך
ער קען נישט אליין
ווען פאר מיין קינד איז שווער און ער איז אליין ווערט ער דערשראקן און פארלוירן
אופאיינמאל איז קיינער נישט דא, דע עולם איז נישט דא
עס איז זייער זייער שווער פאר א קינד צו זיין אליין אין זיין שוועריקייט
ביי עם טייטש זיך עס אפ אז עס איז "שלעכט" ווען סאיז שווער
און נאך מער, עס גייט אריין אין עהם אז "ער" איז שלעכט ווען סאיז עם שווער.
שווערע געפילן איז א שלעכטע זאך.
והא ראיה אז דער עולם טראגט אפ ווען סאיז עהם שווער...
ווען מיר זאלן זיך נאר דערמאנען אין די שוועריקייטען וואס אינז זענען אדורך אלץ קינדער
וועט אלעמאל מיטקימען די זייער נישט באטמטע געפיל, פון זיין אליין
פראביר פאר א רגע צו פארמאכן די אויגן און זיך דערמאנען און א נישט גוטע מצב אלץ קינד
און פראביר צו פילן וואס עס קימט ארויף..

אליין אליין און נאכאמאל אליין...

ווען א קינד שפירט אז ער איז אליין אין זיין פעין
אנשטאט ער זאל זיך ווייטער אהנגיין מיט זיינע זאכן
אהן די שוועריקייט זאל איבערלאזן א רושם
ווערט ביים קינד די שוועריקייט אסוסיעטעד מיט שרעק און איינזאמקייט
עס דרינגט אריין אין זיין הארץ
און איז קונה שביתה דארט און ווערט א פארט פון זיין לעבן.
און ווייל ער באקימט נישט קיין לעגיטימאציע צו זיינע געפילן,
ברענגט עס עהם צו איגנורירן זיינע געפילן,
זיך צו פארשפארן, און אריין שטיפן זיינע געפילן טיפער און טיפער
ער ווערט אזויווי פערעלייזט געפיליש
און דרייט זיך ארום אויף די וועלט, גייסטלאז און מיט א שטענדיגע הרגשה ווי עפעס פעהלט..

3

די גרעסטע מתנה וואס איך קען געבן פאר מיין קינד אין א צייט פון שוועריקייט איז
עם צו געבן די געפיל אז איך בין דא מיט עהם
אז איך לויף נישט אוועק, ( נישט פיזיש און נישט גייסטיש..)
אז ער איז אוקיי אזויווי ער איז
און איך האב עהם ליב אזויווי ער איז
און וויאזוי ער פילט איז אוקיי, מען מעג אזוי פילען.
איך דארף עס עהם נישט זאגען, (זייער אסאך מאל האט די קינד נישט די כלים צו הערן אזעלעכע ווערטער)
איך קען עס עהם ווייזן מיט די עצם פאקט אז איך בין דא, און איך דזאדז עהם נישט אוף זיין וויינען
און אוואדע נישט עהם מאכן אויפהערן צו וויינען.

מיט דעם וואס איך בלייב, און געפין זיך צוזאמען מיט עהם ווען סאיז עהם שווער
גיב איך עהם די הרגשה, אז שוועריקייט איז א נארמאלע זאך
מען מיז נישט אנטלויפן פון דעם די רגע וואס עס געשעט ווי פון פייער...
מען מיז נישט טרעפן ריידעוויי א סעלאשן אויף דעם
אדער עס איגנארירען אדער אריין שטיפן טיפער אין זיך
זאכן טוען אמאל וויי.. עס טוט וויי.. די וועלט האט זיך נישט געענדיגט...
ווען איך זיץ מיט מיין קינד, און איך אקצעפטיר זיין נישט גוטע מוט, אדער נערוועזקייט, אדער טרויער
איז עס אזויווי איך זאג עהם
"שעפעלע אלעס איז אוקיי. טאטי לאזט. עס איז בסדר, די ביזט בסדר, גארנישט איז ראנג מיט דיר"
ער באקימט דעם מעסעדז פון מיר אז שוועריקייטן און געפילן איז א מציאות אזויווי סאיז
אהן קיין דראמע

איך וועל מן הסתם נישט זעהן אויף מיין קינד, די תוצאות פון דעם אויפן פלאץ
כאטשיק ער וויל דאס פון מיר, און ער ווייסט בנפש
וואס עס איז גוט פאר עהם, און וואס ער דארף, דאך אבער האט ער עס נישט ארויס אין זיין שכל
אז איך וועל עהם פרעגן וואס ער וויל, (אויב האלט ער מיר ביים ענטפערן...)
וועט ער מיר זאגען, געב מיר דעס,יענטס,אדער שרייי אהן יענעם,אדער העלף מיר מיט דעס
ער איז נישט aware צו דעם טיפען געברויך זיינעם

ממילא איז כדי צו געדענקן אז אינז טוען דא א ריזיגע טובה פארן קינד
און בדרך אגב פאר אינז אליין אויך
ווייל אינז זעמער דאך אויך געווען קינדער
און די לימוד וואס אינז נעמען צו זיך, פון זיצען ציזאמען בשעת ווען סאיז שווער, האט א גרויסע עפעקט אויף וויאזוי אינז אליין קיקען אהן שוועריקייטן און געפילן

אסאך הצלחה
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה א גאון ביסטו
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

געשמאק צו ליינען, א פרישע או יוניק צוגאנג צו חינוך ילדים.
אויב עלטערן וועלן זיך אזוי פירן, וועלן די טערעפיסטן האבן אסאך ווייניגער ארבעט...

יישר כח!
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

Wow wow
הרב בני הם
איר זענט available פאר פערזענלעכע סעשנס? איך האב אסאך צו דורך שמועסן מער ספעסיפיק אין מיין סיטואציע, אין מיין משפחה.
קען מען רעדן אין פרטי?
אייערע ארטיקלען איז פשוט עמעיזינג. ס'טוישט מיין בליק אויף משפחה לעבן צו איינע פון די הויפט פונקטן אין לעבן. נישט ווי עפעס וואס ס' שטייט אין וועג און מ'ווארט שוין ס' זאל שוין אריבערגיין.
בני הם
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 9:56 pm

Re: ווען קינדער רעדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני הם »

א גוטן טייערע ידידים

איך וויל היינט רעדן וועגן ליבשאפט..
כאטשיג עס איז א נושא וואס יעדער ווייסט און פילט ווי וויכטיג און פשוט עס איז עס זאל זיין אין א שטיב
צווישן עלטערן און קינדער
נאכאלץ פיל איך אז עס איז נאך דא וואס צו רעדן וועגען דעם


1

קען זיין אז עס דרייען זיך ארים עלטערן וואס האבן ליב זייער קינד
און וועלן אלעס טון פאר זייער קינד און נאכאלץ שפירט נישט די קינד אז מען האט עם ליב?
וויאזוי קען זיין אזא זאך?
עלטערן זאגען אסאך מאל
"וואס טו איך דען נישט פאר מיין קינד
"איך האב אזוי ליב מיין קינד, איך וועל אלעס טון פאר עם"
און נאכאלץ זעהט ער נישט, פילט ער נישט, און עפרישיעט נישט וואס איך טוה פאר עהם, און וואס איך פיל פאר עהם

עס איז אמת די ליבשאפט
עס איז אמת אז דער טאטע האט ליב זיין קינד זייער זייער שטארק
אבער עס קען זייער מעגליך זיין אז די וועג וויאזוי אינז טייטשן אפ ליבשאפט איז נישט אינגאנצן ריכטיג און דאס קען זיין די מקור צו אזוי פיל ווייטאג

די וועג וויאזוי עס ווערט אפגעטיישט ליבשאפט וואס אינז גיב מיר פאר אינזערע קינדער איז געווענליך די וועג, וויאזוי מיר האבן עס באקימען.
אסאך מישן אויס דעם מושג פון העלפן, אויפהייבן, ארויסשלעפן, און ראטעווען, מיט די געפיל פון ליבשאפט..
מען קיקט אהן ליבשאפט ווי א זאך וואס
דער גרויסער גיבט פאר דעם קליינעם
דער פארשטייער פאר דעם נישט פארשטייער
דער גיטער פאר דעם....
דער וואס קען, פאר דער וואס קען נעבעך נישט...
און אזוי ווייטער און ווייטער

אויב האבן מיר באקימען די ליבשאפט במשך פון אינזערע קינדער יאהרן אויף א אופן פון:
"איך בין גרעסער און שטערקער פון דיר
איך ווייס וואס עס איז גוט פאר דיר
איך פארשטיי בעסער ווי דיר וואס די דארפסט "
דעמאלץ גייט ביי אינז אריין אז ליבשאפט איז א מין וועג פון די גרויסע גיבט פאר דעם קליינע
די שטארקע פאר די שוואכע
די ׳פארשטייער׳ גיבט פאר דעם נישט ׳פארשטיייער׳
און מיר האבן פארשטאנען אז
כדי איך זאל קענען באקימען די ליבשאפט וואס עס קימט זיך מיר דארף איך זיך מצמם זיין און זיך מכניע זיין און נאר אזוי בין איך ווערד כדי דאס צו באקימען.

און דאס ברענגט ביי אינז אביסל צו פארלירן דעם חשק צו באקימען ליבשאפט.
מענטשן וועלן נישט מודה זיין סתם אזוי אז זיי זענען אין א ניד פאר ליבשאפט
עס איז פארשטייט זיך דא נאך סיבות דערצו
אבער איינע פון די עיקר סיבות דערצו איז אז מען טייטשט עס נישט גיט אפ
עס ליגט ביי אינז טיף אין מוח אז באקימען ליבשאפט איז שוואכקייט.
אז ווען איך בין מסכים צו באקימען ליבשאפט
מיינט עס אז איך בין שוואך
און דאס וויל מיר אינז נישט...
ווייל ווער וויל דען זיין שוואך...?

און די כלל גייט אז די וועג וויאזוי איך בין צוגעוואוינט צו באקימען,
דאס איז די וועג וויאזוי איך גיב.
ממילא, ווען מיר גיבן ליבשאפט גיבן מיר אויך אויף אזא מין וועג, פון אויבן אויף אראפ..

2

די אמת איז אז ליבשאפט א חומר וואס קימט גראד ארויס פון א הארץ, וואס האט פשוט ליב פאר ׳נאו גאד ריזן׳
א הארץ וואס איז איבערגעפילט מיט ליבשאפט
צו א צווייטן צו מיין קינד צו א חבר צו א ברודער וכדו
וואס איז נישט שטערקער וואס איז נישט בעסער וואס ווייסט נישט און פארשטייט נישט בעסער פון דעם צווייטן
נאר איז דא צו ווייזן ליבשאפט און דרך דעם ווערן נענטער
א מציאות אין וואס מיר זענען אין די זעלבע מדרגה
און מיר זענען מסכים צו באקימען און צו געבן איינער פארן צווייטען.
אזא מין געבן און באקימען איז געשמאק און באטעמט
עס קוועטשט נישט אין ערגעץ...
עס לאזט נישט איבער קיין אימגעוויטשענע נאכווייען...

(פארשטייט זיך אז איך מיין נישט דא צו זאגען אז מיר זענען אויף די זעלבע מדרגה ווי אינזער קינדער..
אוואדע זענען מיר די משפיעים און גרעסער און שטערקער, און אזוי דארף טאקע זיין
דאס האט שוין אבער ציטוהן מיט די "אחריות" וואס מיר האבן אלץ עלטערן.
וואס איך רעד דא, איז פון די "רגש פון ליבשאפט" צום קינד
וואס קימט פון די טיפענישן פון די נפש צו זיין נאנט און צו געבן, אהן קיין סיבות און אהן קיין הבנות...)


ווען די מין אמתדיגע ליבשאפט איז דא
ברענגט עס טאקע צו ווערן נענטער
און ווען איך בין נאנט זעה איך בעסער און איך פארשטיי בעסער
נישט בעסער פון דעם וועם איך האב ליב.
ניין.
איך פארשטיי בעסער וואס "ער וויל באמת פון מיר האבן"
איך זעה עם, איך פיל עהם, מיין הארץ איז קאנעקטעד מיט זיין הארץ, און איך הער וואס ער זאגט מיר, אהן דעם וואס ער זאל מיר עפעס זאגן בכלל...
דאס איז ליבשאפט.
און די ליבשאפט האבן מיר אלע בטבע
מיר דארפן זיך נישט טוישן.. כדי עס צו באקימען
עס איז דא אינעוויינג ביי אינז, און וואס עס פעהלט אויס איז נאר זיין אפען צו זיך.
זיין רעדי צו זיין אפען מיט די אייגענע הארץ.

3

קינדער וואס ווערן אויפגעוואקסן מיט אזא קיינד ליבשאפט פון זייערע עלטערן
זענען אסאך געזינטער און פרייליכער
עס איז פאר זיי זייער לייכט אהנצונעמען די ליבשאפט, און עס נישט צוריק ווארפן און אהנמאכן פאר די עלטערן עגמות נפש
זיי פילן ווי גוט עס איז צו זיין אין די פרעזענטס פון זייער עלטערן
און זיי פילן אז עס איז מותר פאר זיי זיך צו עקספרעסן און ארויס צוברענגען זייערע געפילן
און זיי ווייסען אז די עלטערן׳ס ליבשאפט איז א ריינע, און ווענד זיך נישט אין גארנישט.
און נאך א זאך..
די קינדער מיטשען ווייניגער..
ווייל עס נאגט זיי נישט אזוי שטארק די חוסר פון ליבשאפט, אז זיי זאלן דארפן זיכן פון אינטער די ערד וועגען, וויאזוי צו מאכן די עלטערן זאלן זיך ציטוען מאכן פון זיי
זיי ווייסען אז איז אוועילעבעל פאר זיי
אז מען האט זיי ליב און זיי פילן עס
און ווען זיי דארפן עפעס באמת קענען זיי בעטן, און מען איז מען דא פאר זיי.

און מתן שכרה בצדה...
אז ווען א מענטש פרעקטיסט ליבשאפט מיט זיינע קינדער, אויף דעם אופן פון נישט זיין בעסער, שטערקער, און העכער,
האט עס א השפעה אויף זיין ליבשאפט אין זיין אייגענע לעבן
ער הייבט אהן צו עקספיריענסן א געזינטע אהבה
סיי מיט קענען געבן און סיי צו קענען באקימען
וואס דאס איז א זעלטענע מתנה וואס מען קען זיך געבן
די מתנה פון ואהבת לרעך "כמוך"

הצלחה רבה.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”