קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
כבוד הרב איבערלעבער,
אלץ געוועזענע גרוש נישט מער געדאכט, קען איך דיר זאגן,
עס איז טאקע א גוטע דזשאוק, אבער..................
עס איז פארקערט פון חיזוק, ווען מ'זאגט פאר א "גרוש" אזעלכע ווערטער, פילט ער ווי פאלגענד:
נישט גענוג, אז ער לעבט אין א פראבלעם, לייקנט מען עס נאך

מצא טוב האט געשריבן:כבוד הרב איבערלעבער,

100% גערעכט...
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 725
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Ny-17 האט געשריבן:מצא טוב האט געשריבן:כבוד הרב איבערלעבער,
אלץ געוועזענע גרוש נישט מער געדאכט, קען איך דיר זאגן,
עס איז טאקע א גוטע דזשאוק, אבער..................
עס איז פארקערט פון חיזוק, ווען מ'זאגט פאר א "גרוש" אזעלכע ווערטער, פילט ער ווי פאלגענד:
נישט גענוג, אז ער לעבט אין א פראבלעם, לייקנט מען עס נאך
100% גערעכט...
כבוד מצא טוב און ניו יורק 17
איך בין נישט א גרוש. ווייסט פארוואס? ווייל איך בין דער, איך האב עס נישט געהאט, די קוראזש. איך בין אן איבערלעבער. נישט אן איבערגעלעבטער. איך לעב עס איבער טעגליך. א רחמנות אויף דיר? דו קענסט רעדן פון דיין מצב און קלאגן אויף דיין געוועזענעם. דו ביסט אן איבערגעלעבטער. איך בין אן איבערלעבער. איך קען כמעט נישט טוישן א ווארט מיט קיינעם דערוועגן מחמת גרויס בושה און פחד קיינער זאל נישט וויסן וואס אונטער מיין רואיגקייט און שמייכל טוט זיך. מיינע קינדער נעבעך וכולי וכולי.....
לעצט פארראכטן דורך איבערלעבער אום מאנטאג אוגוסט 09, 2021 12:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 725
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
מצא טוב האט געשריבן:כבוד הרב איבערלעבער,
אלץ געוועזענע גרוש נישט מער געדאכט, קען איך דיר זאגן,
עס איז טאקע א גוטע דזשאוק, אבער..................
עס איז פארקערט פון חיזוק, ווען מ'זאגט פאר א "גרוש" אזעלכע ווערטער, פילט ער ווי פאלגענד:
נישט גענוג, אז ער לעבט אין א פראבלעם, לייקנט מען עס נאך
עס איז בכלל נישט קיין דשויק. עס איז ליידער ביטערליך אמת.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8352
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
איבערלעבער האט געשריבן:Ny-17 האט געשריבן:מצא טוב האט געשריבן:כבוד הרב איבערלעבער,
אלץ געוועזענע גרוש נישט מער געדאכט, קען איך דיר זאגן,
עס איז טאקע א גוטע דזשאוק, אבער..................
עס איז פארקערט פון חיזוק, ווען מ'זאגט פאר א "גרוש" אזעלכע ווערטער, פילט ער ווי פאלגענד:
נישט גענוג, אז ער לעבט אין א פראבלעם, לייקנט מען עס נאך
100% גערעכט...
כבוד מצא טוב און ניו יורק 17
איך בין נישט א גרוש. ווייסט פארוואס? ווייל איך בין דער, איך האב עס נישט געהאט, די קוראזש. איך בין אן איבערלעבער. נישט אן איבערגעלעבטער. איך לעב עס איבער טעגליך. א רחמנות אויף דיר? דו קענסט רעדן פון דיין מצב און קלאגן אויף דיין געוועזענעם. דו ביסט אן איבערגעלעבטער. איך בין אן איבערלעבער. איך קען כמעט נישט טוישן א ווארט מיט קיינעם דערוועגן מחמת גרויס בושה און פחד קיינער זאל נישט וויסן וואס אונטער מיין רואיגקייט און שמייכל טוט זיך. מיינע קינדער נעבעך וכולי וכולי.....
איך וויל ח"ו נישט אריינגיין אין דעם עצם נושא, ווייל ווי קען איך זאגן אז איך פארשטיי איינעם פון ענק ביידע? דער אייבירשטער האט מיר נישט באשאנקען מיט קיין איינע פון די ביידע נסיונות ב"ה.
אבער לגבי זאגן דעם ווערטל הנ"ל, איינער וואס איז אין אזא מצב וואו איר @איבערלעבער לייגט עס אראפ וועט עפ"י רוב קיינמאל נישט זאגן דעם ווערטל, ווייל ביי איהם איז עס ליידער אמת. איז אויב איינער זאגט עס יא איז דאס געווענליך ווייל ער פיהלט זיך גענוג גוט אז מען וועט אפילו נישט טראכטן אז ער זאגט דעם אמת, ממילא קען איך פארשטיין אז עס באדערט שטארק פאר דעם גרוש, ודוק.
און נאכאמאל, איך זוך נישט ח"ו פוגע צו זיין אין קיינעם, איך קען אייך נישט פארשטיין נאר אביסל פרובירן צו פיהלן אייער ווייטאג.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
איך האב א נאנטן חבר וועלכער איז א גרוש, וואס זאל איך זאגן? איך פארשטיי אים? ניין!!
זאל איך גיבן חיזוק ווען איך בין נישט צוגעקומען קיין כי הוא זה צו זיין צער? מאכט נישט קיין סענס
סאיז דאך אזא הארץ וויי, מפילט אויסגעשפיגן פון די אייגענע געוועזענע ווייב וועמען מהאט געזאלט צו זיין דער משפיע.. מפילט ארויסגעווארפן און צוריקגעוויזן פון די גאנצע וועלט.. סאיז ביטערע יסורים די געפילן, לא יאומן כי יסופר
צוויי נקודות וואס איך קען יא זאגן
מיין יעצטיגע חברותא איז א געוועזענער גרוש און ער לעבט און לאכט ממש ווי כאילו לא היה, דא דארטן רעדט ער צו מיר פון זיין עבר אבער סהאט נישט קיין שום אפעקט אויף אים, מקען געהעריג זאגן אז סאיז מקיום געווארן ביי אים די שמחינו כימות עיניתנו
נאך א נקודה
כמדומה אז א גרויס חלק פון די צער קומט פון נישט האבן קיין געהעריגע סטאטוס אין די מענטשהייט, מפילט אויסגעשפיגן, און אויף דעם ארויף שטייט "או חברותא או מיתותא"
די געפיל פון זיין אויסגעשפיגן איז נישט אוועקצימאכן אבער סאיז נישט אינגאנצן אמת
ווען איך שמוס מיט מיין חבר וועלכער איז א גרוש (א צווייטער) פיל איך נישט קיין שום נפק"מ צווישן אים און סיי וועלכע אנדערע נאנטע חבר, אין מיינע אויגן איז ער "מיין חבר", נישט קיין "גרוש", האלט נישט אויף דיר אליינס קיין סטיגמע וועלן עס דיינע חבירים אויכעט נישט זעהן.
דער עיקר איז, דער אויבערשטער זאל ענק שוין אלע אויפרעכטן, נאך אלעם שטייט לא טוב היות האדם לבדו און דער אויבערשטער איז דאך מקיים די גאנצע תורה, האט עטץ א שטארקע תביעה כלפי מעלה, ס'ליגט דאך נישט אין ענקער הענט

איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 725
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
אונגארישע הייזער האט געשריבן:איבערלעבער האט געשריבן:Ny-17 האט געשריבן:מצא טוב האט געשריבן:כבוד הרב איבערלעבער,
אלץ געוועזענע גרוש נישט מער געדאכט, קען איך דיר זאגן,
עס איז טאקע א גוטע דזשאוק, אבער..................
עס איז פארקערט פון חיזוק, ווען מ'זאגט פאר א "גרוש" אזעלכע ווערטער, פילט ער ווי פאלגענד:
נישט גענוג, אז ער לעבט אין א פראבלעם, לייקנט מען עס נאך
100% גערעכט...
כבוד מצא טוב און ניו יורק 17
איך בין נישט א גרוש. ווייסט פארוואס? ווייל איך בין דער, איך האב עס נישט געהאט, די קוראזש. איך בין אן איבערלעבער. נישט אן איבערגעלעבטער. איך לעב עס איבער טעגליך. א רחמנות אויף דיר? דו קענסט רעדן פון דיין מצב און קלאגן אויף דיין געוועזענעם. דו ביסט אן איבערגעלעבטער. איך בין אן איבערלעבער. איך קען כמעט נישט טוישן א ווארט מיט קיינעם דערוועגן מחמת גרויס בושה און פחד קיינער זאל נישט וויסן וואס אונטער מיין רואיגקייט און שמייכל טוט זיך. מיינע קינדער נעבעך וכולי וכולי.....
איך וויל ח"ו נישט אריינגיין אין דעם עצם נושא, ווייל ווי קען איך זאגן אז איך פארשטיי איינעם פון ענק ביידע? דער אייבירשטער האט מיר נישט באשאנקען מיט קיין איינע פון די ביידע נסיונות ב"ה.
אבער לגבי זאגן דעם ווערטל הנ"ל, איינער וואס איז אין אזא מצב וואו איר @איבערלעבער לייגט עס אראפ וועט עפ"י רוב קיינמאל נישט זאגן דעם ווערטל, ווייל ביי איהם איז עס ליידער אמת. איז אויב איינער זאגט עס יא איז דאס געווענליך ווייל ער פיהלט זיך גענוג גוט אז מען וועט אפילו נישט טראכטן אז ער זאגט דעם אמת, ממילא קען איך פארשטיין אז עס באדערט שטארק פאר דעם גרוש, ודוק.
און נאכאמאל, איך זוך נישט ח"ו פוגע צו זיין אין קיינעם, איך קען אייך נישט פארשטיין נאר אביסל פרובירן צו פיהלן אייער ווייטאג.
Wow. Lucky guy. איך בין בה נישט מקנא. ווייל מיין לעבן האט השית די בעסטע אויסגעפלאנט פאר מיר. ברוכים אתם לשם. דאנק איהם יעדן מינוט...
ביי די וועי. יו אר עי ליטל ראנג... איך בין אזוי באקוועם אז איך מאך אזוינע ווערטליך.... איך האף אז יעדער טראכט ווי דו...
אבער דער ווארהייט איז אז אונטער יעדן ווערטעל ליגט אן אמת. זאגן קלוגע אידן.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
קיין חיזוק קען איך נישט געבן ווייל איך פארשטיי נישט דעם ביטערען מצב פון א גרוש. אבער איין זאך וויל איך זאגן. עס מאכט זיך זייער אסאך מאל וואס מען טרעפט א יונגערמאן וועם מען קען נישט און מען הייבט אן צו שמועסן למשל ווי אזוי הייסטו? ווער איז דיין טאטע? דארף מען וויסן מען זאל קיינמאל נישט פרעגן ביי וועם ביסטו אן איידעם? די קענסט נישט וויסן צו די עפענסט יעצט א לאך אין זיין הארץ.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
דערמאנסט מיר א מעשה, ווייס איך נישט צו ס'איז אמת.. אבער שוין
געווען א אינגערמאן וואס איז אריין געפאלן מיט א זיס אידל ביים געבן א היטש, יענער האט אנגעהויבן מיט די נערווירנדע קשיות, ווען ער האט אים געפרעגט ביי וועמען ער איז אן איידעם, האט זיך דער אינגערמאן געגעבן א מורמעל אינטער... געווען...
מער האט דער איד זיך נישט געעפנט די מויל א גאנצע וועג..

איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
א גוטן האט געשריבן:קיין חיזוק קען איך נישט געבן ווייל איך פארשטיי נישט דעם ביטערען מצב פון א גרוש. אבער איין זאך וויל איך זאגן. עס מאכט זיך זייער אסאך מאל וואס מען טרעפט א יונגערמאן וועם מען קען נישט און מען הייבט אן צו שמועסן למשל ווי אזוי הייסטו? ווער איז דיין טאטע? דארף מען וויסן מען זאל קיינמאל נישט פרעגן ביי וועם ביסטו אן איידעם? די קענסט נישט וויסן צו די עפענסט יעצט א לאך אין זיין הארץ.
אויך קיינמאל נישט פרעגן קיינעם וואו וואוינסטו? אדער דו וואוינסט שוין נישט אין יענע און יענע שטאט? האסט זיך אהערגעצויגן?
בדידי הוי עובדא, געפרעגט אמאל א חבר אזעלכע קשיות, שפעטער בין איך בדרך לא דרך געוואויר געווארן אז ער מאכט נעבעך מיט א שווער פעקל, ער איז געווען דעמאלס כמעט האומלעס.
כ'האף אז ער איז שוין אויפגעראכטן, כ'האב אים שוין לאנג נישט געזעהן און געהערט פון אים.
אבער איך האב דעמאלס זיך געלערנט א לעסאן אז מ'טאר נישט פרעגן אזעלכע קשיות פון קיינעם קיינעם, אפילו פון א גוטן נאנטן חבר מיט וועם מ'איז אזוי , און אפילו אויב אויבנאויף זעהט אויס ווי אלעס שמייכעלט, די היט ווי א חתן ביים פשאו, די פיאות שיין צאמגענומען, די רעקל געביגעלט, די שיך גלאנצן, האלט זיך פריש און מאכט ווערטלעך, אבער אינעווייניג טיף טיף אין הארץ קען אפשר זיין אז ס'איז דא א פאראייטערטע ווייטאגליכע וואונד וואס מיטן פרעגן קשיות כאפט מען זיך נישט אז מ'גיסט דארט ארויף ציפעדיגע שטיין-זאלץ געמישט מיט האט-פעפער.
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
יעצט ווען עס קומט ר"ה אין מען איז דן לחיים אדער פארקערט ח"ו, פארגעס נישט אינזין צו האבן ענקערע ברודערס וואס זענען מצפים לישועת ה', אז זיי זאלן ווערן אויפגעראכטן מיט א שנעלע ישועה בקרוב ממש
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
Ny-17 האט געשריבן:יעצט ווען עס קומט ר"ה אין מען איז דן לחיים אדער פארקערט ח"ו, פארגעס נישט אינזין צו האבן ענקערע ברודערס וואס זענען מצפים לישועת ה', אז זיי זאלן ווערן אויפגעראכטן מיט א שנעלע ישועה בקרוב ממש
דער אויבערשטער זאל מזמין זיין א זיווג הגון בקרוב הן פאר די עלטערע בחורים און הן פאר די וועלכע זענען שוין "אמאל" געווען חתונה געהאט
מיר האבן ענק אלע אינזינן, דער אויבערשטער זאל שוין אוועקנעמען ענקער צער און ער זאל ענק שוין אויפרעכטן און שטעלן אויף די פיס, ער זאל מאכן פון האלבע גופים בלי נשמה א גאנצע גוף מיט א גאנצע נשמה,
דער זעלבער בורא וועלכע האט ענק אראפגעברענגט אהער אויף דער וועלט, זאל (און וועט) ענק פון פריש באשאפן בקרוב ממש.
סאיז ברור בלי ספק אז ענקער דורכגאנג איז ממרק סיי וואס און ענק וועלן זוכה זיין צו ווערן פארשריבן בספרן של צדיקים גמורים ולכתיבה וחתימה טובה
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
יעצט ווען עס קומט יום כיפור, אין מען איז דן לחיים אדער פארקערט ח"ו, פארגעס נישט אינזין צו האבן ענקערע ברודערס וואס זענען מצפים לישועת ה', אז זיי זאלן ווערן אויפגעראכטן מיט א שנעלע ישועה בקרוב ממש
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
מיר וועלטן אי"ה אינזין האבן, להיפקד בדבר ישועה ורחמים ולזווג הגון בקרוב.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
אי"ה. ראש השנה האבעך ענק אינזון געהאט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
עס קומט יום טוב....
די שווערסטע צייט פאר א גרוש...
עניוואן מיט עפעס חיזוק?
די שווערסטע צייט פאר א גרוש...
עניוואן מיט עפעס חיזוק?
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
וויסן זאלסטו אז דו ביסט נישט אליינס... דער אייבערשטער איז מיט דיר אויף טריט און שריט אפילו ס'איז א בחינה פון הסתרה בתוך הסתרה.
נעם דיר אריין אין קאפ אז די מצב וואס דו גייסט יעצט דורך גייט נישט דויערן פאר אייביג, ס'איז א נסיון וואס ס'פעלט אויס פאר די שורש נשמה אדער מתקן צו זיין געוויסע זאכן וואס מ'דארף מתקן זיין, ולב יודע מרת נפשו יעדער ביי זיך וואס מ'מאנט און מ'פאדערט פון אים זיך צו פארבעסערן.
ס'וועט נאך אמאל אנקומען דער גליקליכער טאג וואס אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה, און ס'וועט זיין שמחינו כימות עניתנו.

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 366
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
מה נאמר ומה נדבר… ס׳הארץ צוגייט…
"ואל שדי יתן לכם רחמים" פירש״י: מעתה אינכם חסרים כלום אלא תפלה הריני מתפלל עליכם.
בלייבט נאר איבער צו דאווענען, און שופך שיח זיין ביים ׳מושיב יחידים ביתה׳ זאת מחיש ישועה זיין כהרף עין, זאל משפיע זיין זמן שמחתינו במדה גדושה, ובכן תן תקוה טובה לדורשיך ולמייחלים לך.
א פרייליכן יום טוב! א לעכטיגן תמיד! א נצחיות׳דיגע שמחת החיים!

יום טוב סעזאן איז טאקע א שווערע, אבער ווען דו זאלסט מסיח דעת זיין פון די גאנצע הו הא ארום דיר, פאקוס בלויז אויף דיינע ימים טובים, די טעג זענען די שערי רחמים אפן פאר יעדן איד! מען קען א געוואלד קונה זיין ברוחניות, דיינע צוקונפטיגע פרוי וואס דו וועסט בעז״ה זיצן מיט איר נעקסטע יאר און זינגען זמירות וויל האבן א געזונטע פרייליכע מאן, שטארק זיך, דיינע חברים זענען טאקע פארנומען, דאס מיינט נישט אז דו מוזט זיין פארנומען, נעם א מסכתא אדער א מקצוע, ענדיג עס צו, נעם א פראיעקט און טוה עס דורך.
דער עיקר, שלוות הנפש איז דאך זיכער דא אויב דו ווייסט אז דיין ישועה איז נאנט, נו איז עס דאך סך הכל אין קאפ, נוץ אויס די שיינע טעג אריין צו באקן בטחון און אמונה.

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
אזווי מען האלט שוין ביי זאת חנוכה היינט קומטס אריינגעבן לעכטיג קייט פאר די צעבראכן גרושים,,
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
'זאת חנוכה', פשוט פשט, א נייע זאת! בקרוב ובניקל בעז"ה.
-
- שר חמישים
- תגובות: 88
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
קיינער קוקט אייך נישט אראפ
קיינער מיינט נישט אז איר זענט ווייניגער ווי זיי
איר וועט נאך שמייכלען מיט אמתע שמחה לאנגע געזינטע יארן
סעט נאך מקוים ווערן ביי ענק אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה
האלט אייך נאר שטארק אינעם רייד!
קיינער מיינט נישט אז איר זענט ווייניגער ווי זיי
איר וועט נאך שמייכלען מיט אמתע שמחה לאנגע געזינטע יארן
סעט נאך מקוים ווערן ביי ענק אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה
האלט אייך נאר שטארק אינעם רייד!
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
די אשכול איז מיוחד פאר חיזוק, נישט פאר קיין עצות, און אודאי נישט פאר מוסר. בפרט א מענטש וואס האט עס נישט געשפירט אויף די אייגענע הויט. אבער זייענדיג קרוב אל החלל, ערלויב זיך געציילטע שורות.
עצה טובה קא משמע לן, נישט קיין חילוק וואס עס האט צוגעברענגט אז דו זאלסט זיין א גרוש, זיי נישט מקדיש דיין לעבן אויפן עבר, נאר אויפן עתיד.
זיי נישט פארנומען א גאנצע צייט זיך צו באשולדיגן אויף דיין התנהגות פון פריער, ס'קען זיין אייביג זיין אז עס איז געווען עפעס וואס דו האסט אפשר געדארפט טוהן אנדערש, אפשר וואלטן זאכן זיך אויסגעשטעלט אנדערש, א מענטש איז נישט קיין מלאך, אבער - וויאזוי פלעגט די באבע ע"ה זאגן - אויף אויסגעגאסענע מילך וויינט מען נישט... וואס איז געווען איז געווען, דיין אויפגאבע איז יעצט צו גיין ווייטער, טראכטן פון א ליכטיגע עתיד, און טראכטן וויאזוי דו גייסט זיך מער באהיטן פון טעותים אין די צוקונפט.
אויב האט זיך עס געענדיגט מיט א קריגעריי, זיי נישט יעצט פארנומען א גאנץ לעבן צו ממשיך זיין די קריגעריי, פירן מערכות, בארעדן וכו', ווער רעדט נאך פון ערכאות וכדו' ח"ו. יא, אפילו דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, מ'האט דיך בא'עולה'ט אויפן העכסטן פארנעם, מיט דעם אלעם איז עס נישט קיין שום טובה פאר דיר צו פירן ווייטער די מחלוקת.
טראכט נאר פון דיין עתיד, דו גייסט אי"ה נאכאמאל חתונה האבן, מיט איינער וואס איז פאר דיר פארשריבן, און דו גייסט האבן א גליקליך לעבן, פארוואס זאלסטו אוועקגעבן דיינע כוחות און געזונט אויף די פארגאנגענהייט? פונקט פארקערט, נעם צוזאמען דיינע כוחות און טאלאנטן צו גיין ווייטער אין לעבן.
עס איז בכלל נישט גרינג, שרייבן שרייבט זיך לייכט, אבער עס אויספירן למעשה איז פיל שווערער, אבער די רעזולטאטן זענען גאר גינסטיג.

זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
וואו איז דא אזא אשכול פאר אלטע בחורים? פאר אזעלעכע וואס שעמען זיך שוין מיטן טיטול 'בחור' און ווילן זיך ליבערשט רופן א אומפארהייראטער אינגערמאן טראצדעם וואס שבתים און ימים טובים מוז ער נאך ליידער ג'יין מיט א ביבער הוט. און ווען א איד פרעגט אים ביי וועם ער איז אן איידעם, שטאמלט ער מיטן צונג. (נישט ווי דער גרוש וואס מורמלט אונטער.. געווען...)
- Masmid
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4866
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
- לאקאציע: בית המדרש
Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!
גאלדגרוב האט געשריבן:וואו איז דא אזא אשכול פאר אלטע בחורים? פאר אזעלעכע וואס שעמען זיך שוין מיטן טיטול 'בחור' און ווילן זיך ליבערשט רופן א אומפארהייראטער אינגערמאן טראצדעם וואס שבתים און ימים טובים מוז ער נאך ליידער ג'יין מיט א ביבער הוט. און ווען א איד פרעגט אים ביי וועם ער איז אן איידעם, שטאמלט ער מיטן צונג. (נישט ווי דער גרוש וואס מורמלט אונטער.. געווען...)
ס'קאסט נישט קיין געלט צו עפענען.. איר זענט מכובד בכבוד גדול
המאור שבה יחזירנו למוטב!