אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

אגוט יאהר טייערע חברים

עס איז אריבער שוין א היבשע תקופה
זייט מיר האבן זיך געטראפן לעצטע מאל,
זייט די לעצטע ווידיאו אדער ארטיקל
וואס איך האב געפאוסט דא אויפן וועלטל.

די עיקר סיבה דערצו איז וויבאלד
מייו ארבעט, סיי מיט מענטשן 1*1
און סיי מיטן אנפירן ב''ה קבוצות
פון די "בשבילי הלב סעלף דעוועלעמפענט פראגרעם"
האט געקאסט פון מיר גאר אסאך צייט און ענערדשי
און כ'בין נישט אנגעקומען צו שרייבן אדער מאכן פרישע קליפ'ס.

איך וויל אבער יא שטארק
צוריק אנהייבן שרייבן
און ארויסברענגען נושאים וואס קען העלפן פארן עולם
זיך צו פארשטיין בעסער, און זיך צו דעוועלעפן.
ווי אויך באקומען ענקער פידבעק (יא, כ'בין מודה באשמה :grin: )
האב איך מחליט געווען משלב צו זיין ביידע,
דאס הייסט איך וויל אנהייבן בעז''ה צו שרייבן
עטליכע מאל א וואך - האפנטליך
און ארויסברענגען וויכטיגע נקודות בתורת הנפש
וואס וועט ארויסקומען פון די שיעורים
און פון מיינע שמועסן מיט מעמבער'ס
פון די נייע זומער קבוצה
וואס עפענט זיך בעזר ה' קומענדיגע וואך - במדבר.
און כ'האף אז עס וועט זיין לתועלת.

**********************************
היות עס איז נאך דא כמעט א וואך
לייג איך דא צו נאך דעטאלן איבער די פראגרעם
און איבער די נייע זומער גרופ
וכל הקודם זוכה:

**********************************

נאך צוויי געלונגענע קבוצות, מיט צענדליגע צופרידענע באטייליגטע
עפנט זיך בעזר ה' א דריטע - זוממער קבוצה
צו די שטארק אויפגעכאפטע
"בשבילי הלב" זעלבסט אויפבוי פראגרעם.

פילסטו אז דיין לעבן דארף א טויש?
ווילסטו בויען דיין עמאשענל געזונט?
ווילסטו וויסן ווער דו ביסט באמת, און לעבן לויט דעם?
ווילסטו היילן ווייטאג און כעס און באפרייען דיין עבר?
ווילסטו זיין אנגעפילט פון אינעווייניג און אריינברענגען צו דיין לעבן מער שמחה און חיות?
ווילסטו בויען א געזונטע סעלף קאנפידענטס און סעלף עסטיעם?
פילסטו אז ביסט נישט מצליח ארויסצוברענגען דיין גאנצע פנימיות?
ביסטו שוין מיד פון אויפשטיין יעדן טאג צו די זעלבע פראבלעמען?
ווארטסטו צו באקומען דעם "אוקעי" פון אנדערע?
פילסטו אז דיין עבר האלט דיר צוריק פון צו בליען?
פילסטו אז טראץ אלעס וואס דו האסט אין זיך, ביסטו נישט מצליח עס ארויסצוברענגען?

אויב האסטו "געטעסט פאזעטיוו" אויף איינע אדער מערערע פון די שאלות
דעמאלס קען זיין אז דיין פלאץ איז מיט מיר!

אין די ספעציעלע פראגרעם וועל איך דיר געבן אלע אינפארמאציע
וואס דו דארפסט נאר וויסן צו קענען היילן, און בויען פון ניי
דיין אינער וועלט – דיין עולם הרגש.
זאלסט קענען אנטפלעקן דיינע אייגנארטיגע כוחות הנפש,
און עס ארויסברענגען צו די וועלט אהן קיין מורא.

און נאך מער ווי דעם, איך גיי דיר בעז''ה נאנט באגלייטן דורכאויס די גאנצע 10 וואכן,
זיכער צו מאכן אז דו נעמסט ארויס דערפון די מעקסימום,
און אז דו ברענגסט דיין לעבן צו די נעקסט לעוועל.

באנוס'עס און אחריות:

1. גלייך ווען די פראגרעם הייבט זיך אהן באקומסטו איינטריט צו די פארמאכטע "בשבילי הלב טעקסט גרופ",
ווי מ'קען כסדר רעדן און שמועסן מיט אנדערע מעמבער'ס.
טוישן עקספיריענס'עס, פרעגן שאלות אדער סתם אזוי באקומען
פידבעק און שטיצע פון אנדערע גרופ מעמבער'ס.

2. איידער די קורס הייבט זיך אהן וועסטו באקומען א Free - Full Emotionall Evaluation
אויף דיין עבר און אויף דיין הווה, צו זעהן פינקטליך ווי דו שטייסט,
און ווי עס איז כדאי דו זאלסט לייגן א דגוש ביים קורס.

3. באקומסט א פלעטינום אחריות, דאס מיינט אז אויב ביז 14 טעג
ביסטו מחליט אז עס איז נישט פונקט וואס האסט געזיכט,
קענסטו מבטל זיין און צוריק באקומען דיין געלט, אהן קיין שאלות
סו, עס איז פאקטיש נישט דא קיין שום ריסק פון דיין זייט!

4. באקומסט צוגאנג צו די קורס פאר א גאנצע יאהר !
פון די קורס הייבט זיך אהן.

ספעציעלע באנוסעס - פאר די ערשטע 15 וואס שרייבן זיך איין :

10 פרעצענט דיסקאונט אויף די פראגרעם מיט א מעגליכקייט צו צוטיילן אויף 4 חדשים.
5 שעה פון פריוואטע באגלייטונג דורכאויס די גאנצע 10 וואכן.
צוצופאסן די תוכן צו דיין ספעציפישע מצב, און זיכער צו מאכן אז די פראגרעם
וועט בעז''ה זיין א עכטע Turning Point אין דיין לעבן
און צוזאמען וועלן מיר אנהייבן צו שרייבן א נייע קאפיטל אין דיין לעבנס געשיכטע.

פאר רעגיסטראציע, אדער צו הערן נאך איבער די קורס,
צו הערן פידבעק פון מעמבער'ס פון די פריעדיגע קורסעס
צו הערן אויסצוגן פון די פריעדיגע קורסעס
רופט דעם בשבילי הלב האטליין – 845-286-1009
אדער 514-5452456

האסטו שאלות אדער ספיקות? האלט עס נישט ביי דיר.
רוף די האטליין, דריק נומבער 5 און כ'וועל זיך פרייען
צו מאכן צייט צו זעהו צו די פראגרעם איז געאייגנט פאר דיר.

פידבעק פון באטייליגטע פון די פריעדיגע קורסעס:

"יישר כח פאר די שיעורים וואס
זענען איבערגעגעבן געווארן קלאר
און געשמאק, און בעיקר פאר די
פערסאנעל און ווארעמע ,Support
איך פיל ווי א לעכטיקייט האט זיך
אנגעצונדען אין מיר. איך ווייס נישט
וויאזוי עס צו באשרייבן,
איין זאך ווייס איך, עס איז עפעס וואס
איך נאך נישט געפילט קיינמאל ביז
יעצט"
(מ"פ – מונטריאל)

"די קורס איז מיר געקומען פונקט אין
צייט... כ'האב שוין כמעט משלים
געווען מיט א פארווע לעבן, אהן קיין
אמת'ע קאננעקשן צו זיך און ארומיגע,
און אפילו צו באשעפער. איך האב
אנגעהויבן פארשטיין אז באמת איך
קען מער, און אז לעבן מיט שמחה און
אהבה איז נישט קיין לוקסוס... נאר די
מינימום בעיס פון לעבן. ייש"כ גדול!!"
(י"ש - קרית טאהש)
AD - Rabbi Pinchas Lerner SUMMER Seminar US-compressed.pdf
(213.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 34 מאל
לעצט פארראכטן דורך בִּשְׁבִילֵי הלב אום מאנטאג מאי 03, 2021 10:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

מיר ווארטן...

מיר ערווארטן...

און וועלן האפנטליך דערווארטן...
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

שלג כצמר האט געשריבן:מיר ווארטן...

מיר ערווארטן...

און וועלן האפנטליך דערווארטן...


יישר כח!
:grin:
אין עטליכע מינוט וועט זיין א פרישע מאמר...
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

ווען איך האב ריעלייזעד אז מענטשן דרייען זיך געהעריג ביי מיר אין הויז...

images-_1_ (1).jpg
images-_1_ (1).jpg (8.16 KiB) געזען 766 מאל


מאנטיג אידערפרי 10:00
די הויז איז שטיל
יעדער איז שוין ביי די ארבעט/מוסדות התורה.
איך האב נארוואס געענדיגט דאווענען
איך גיי מיר ארום אביסל אין הויז
אביסל סדר צו מאכן
איך בין מסדר מיינע קינדער'ס בעטן
די פיזשעמעס אונטער די קישן
די דאכענע וואס ליגט האלב אויף די ערד
לייג איך אויפן בעט
און פלוצלינג האט מיר "גע'היט" די פאקט אז יא, מענטשן וואוינען דא..
איך הייב אהן צו ריעלייזען אז קינדער וואוינען עכט ביי מיר אין הויז...
זיי וואוינען דא, זיי פירן זייער לעבן דא.
זייערע קינדערישע יאהרן וואס איז אזוי קריטיש צו זייער דעוועלעפמענט
גייט ממש יעצט פאר דא ביי מיר אינדערהיים.

איך הייב מיר אהן צו פרעגן: וואס מאכן זיי טאקע?
וויאוי גייט עס זיי? זענען זיי פרייליך?
וויאזוי איז זייערע קינדערישע יאהרן?
באקומען זיי וואס זיי דארפן?
גייען זיי שלאפן פרייליך און זאט עמאשענלי?
פילן זיי באליבט און רוהיג אינגאנצן?
פילן זיי פארזיכערט, אז איך ועל קעיר נעמען פון זיי און זיי פראטעקטן,
נישט נאר פיזיקלי נאר אויך און בעיקר עמאשענלי?
(וואס גייען זיי פארציילן פאר זייער טערעפיסט אין 15 יאהר ארום? :grin: )

ביי מיר איז דאך אזא דבר פשוט
אז די קינדער יאהרן זענען די יאהרן וואס זיי דארפן זיך צו דעוועלעפן ריכטיג עמאשענלי
און אז אויב נישט, קאסט עס א פרייז ווען מ'איז עלטער
הגם אייביג קען מען מתקן זיין
און אייביג קען מען זיך בויען פון פריש
אבער עס איז שוין א עבודת נפש
וואס איז נישט אייביג פשוט און לייכט

יעצט דאון געט מי ראנג
מיין הויז איז ב''ה פיין פונקשענל
כ'בין א פיינע טאטע
איך פאברענג מיט מיינע קינדער
איך אינטערסיר זיך אין זיי
איך הער זיי צו ווען זיי פארציילן מיר זייערע זאכן
איך זאג אפילו, wow דעס האסטו אליינס געמאלן?...
נישט צו גלייבן.. מורא'דיג... הערליך...
איך פרוביר זיי צו געבן אטענשען
אלעס לויט די Books..

אבער מיט דעם אלעם
ווען איך פרעג מיר די שאלה - וואס מאכן זיי?
ווייס איך נישט פינקטליך די תשובה...
און איך הייב אהן צו כאפן
אז איך זעה זיי נישט עכט...

אזוי זענען מיר בדרך כלל
מיר זעהן זיך
נישט אז מיר זענען שלעכט ח''ו
מיר זענען אפילו נישט אגואיסטיש
מיר קענען זיין זייער וואויל און גוט
מיר קענען זיך אינטערעסירן אין יענעם
אבער מיר זעהן אלעס, דורך אונזערע אויגן.
איך זעה מיין ווייב און קינדער
אבער נאר דורך מיינע אויגן
דאס הייסט, וויאזוי גייט מיר מיין שלום בית
וויאזוי גייט מיר מיין חינוך הילדים
וואס דארף איך טוהן אינדערהיים כדי אלעס זאל פארן
יעדער זאל זיין צופרידן און איך זאל קענען לעבן רוהיג...

אבער צו זעה איך זיי באמת?
צו כאפ איך א בליק אויף מיין קינד
און איך פרעג מיר "וואס מאכט ער? וויאזוי גייט איהם זיין לעבן?"
בדרך כלל איז די תשובה נעגעטיוו.

אסאך מאל ווען איך רעד מיט מענטשן 1*1
האב איך ליב צו געבן א פרעג - וואס מאכט דיין ווייב?
בד''כ איז די תשובה - פיין ב''ה, אלעס איז גוט...
און איך פרעג נאכאמאל - וואס מאכט דיין ווייב?
און די תשובה איז - כ'האב דיר שוין געזאגט. ב''ה, אהה, כ'מיין, וואס איז שייך צו זאגן..

איינמאל און נאכאמאל זעה איך אז מענטשן
האבן נישט קיין איינונג וואס זייער ווייב אדער קינדער פילן.
אוודאי איז ברוך ה', און אוודאי איז אלעס פיין..
אבער וויאזוי פילט זי? וואס פעלט איהר?
וואס זענען איהרע שאיפות אדער דיסעפוינטמענט'ס אין לעבן?
מיינסט אז נאר די האסט א רייכע קאלירפול אינער וועלט?
זי איז אויך א מענטש און האט זיך אויך
איהרע פחדים, דאגות, מחשבות און געפילן...

אבער יא, מיר זעהן נישט קיין מענטשן
מיר זעהן זיך, און אויב אלעס פארט
איז נישט דא קיין שום סיבה בעצם
איך זאל אריינטראכטן און זיך פרעגן
וואס מאכט מיין ווייב, וויאזוי גייט איהר, די לעבן?
וואס מאכן מיינע קינדער? וויאזוי גייט זיי זייערע קינדערישע יאהרן?

ווי מער א מענטש איז ערוואקסן עמאשענלי
ווי מער א מענטש ארבעט אויף זיך
און בארוהיגט זיינע פחדים
אלס מער קען ער זיין אוועילעבעל צו זעהן יענעם.

און די זעלבע זאך פארקערט
ווי מער איך וועל מיר אפשטעלן במשך די טאג און זיך פרעגן די שאלה
"וואס מאכט מיין ב''ב"? וויאזוי פילט מיין יוסי?
וועלן מיינע פחדים זיך עטוואס בארוהיגן
אלס מער וועל איך אנהייבן צו זעהן יענעם
ארויסקריכן כאטש פאר א מינוט פון מיין שמאלע צעל
און דאס איז א וויכטיגע סטעפ אויפן וועג צו עמאשענל העלט.

איך וועל זיך פרייען צו הערן דיין פידבעק און מחשבות אויף די נקודה
און נאך מער וועל איך זיך פרייען אויב וועסט עס אפילו נוצן אין דיין לעבן.
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

מעכטיג! ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן...
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@ בשבילי אחוץ פון דעם וואס דיינע נקידות זענען מלא תוכן און זייער קלאר - האסטו גאר א געשמאקע כתב!!


קום אריין ווען די האסט א מינוט און דארפסט אפילו זיך נישט אנטשולדיגן אויף די ברעיק...
מיר עפרישיעטן ווען די ביזט דא
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

וואס עפעס? האט געשריבן:@ בשבילי אחוץ פון דעם וואס דיינע נקידות זענען מלא תוכן און זייער קלאר - האסטו גאר א געשמאקע כתב!!


קום אריין ווען די האסט א מינוט און דארפסט אפילו זיך נישט אנטשולדיגן אויף די ברעיק...
מיר עפרישיעטן ווען די ביזט דא


וואו, יישר כח פאר דיינע שיינע דיבורים.
ס'פילט גוט..
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

האט זיך געלוינט צו ווארטן!
דעפינעטילי..
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

שלג כצמר האט געשריבן:האט זיך געלוינט צו ווארטן!
דעפינעטילי..

:grin:
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

טיפע נקודה און געשמאק אראפגעלייגט...
מ'דארף זיך נישט אנשטרענגען צו ליינען
ס'גליטשט זיך אריין ווי רויע אייער שפייז... :lol:
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אלעס ארום דיין עמאשענל העלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

:grin: יישר כח פאר דיין פידבעק
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”