וואקאציע פלעצער אין ענגלאנד וואו איר זענט געווען און איר האט הנאה געהאט

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

וואקאציע פלעצער אין ענגלאנד וואו איר זענט געווען און איר האט הנאה געהאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

אזוי ווי עס הייבן זיך יעצט אהן די ווינטער האלידעי'ס זוכן אסאך צו אוועק פארן אויף אפאר טעג זיך אביסל אויסצוריען נוסח ענגלאנד... האב איך געעפענט דער אשכול כדי ווער עס האט שוין אמאל אויספרובירט א פלאץ און הנאה געהאט זאל עס קענען מיטטיילן מיט דער עולם און מזכה זיין אנדערע אידן און דורכדעם פארשפארן די שעות וואס עס נעמט צו אליין זוכן א פלאץ, און אפט מאל מיינט מען אז מען האט געראפן א גוטן פלאץ, אבער צום סוף ווען מען קומט אהן ווערט מען שטארק אנטוישט.

ביי מיר האט עס אמאל פאסירט ווען איך האב אויסגעקליבן א פלאץ וואס האט געקאסט היפש טייערער ווי אנדערע ענליכע פלעצער נאר וויבאלד עס איז געשטאנען אז עס האט א פרידזש, און ווען איך בין אנגעקומען האב איך געטראפן אין די האל וועי א קליינעם פרידזש וואס איך האב געדארפט שערן מיט אלע אנדערע צימערן. ווי אויך איז דער בעל הבית דער ערל אגאנצען צייט געשטענען אונטערן פיס און עס האט מיר געמאכט שפירן ווי איך בין צוגאסט ביי א גוי אינדערהיים.


[align=center]ביטע שרייבט נאר פלעצער וואו איר זענט שוין געווען און איר האט הנאה געהאט, אדער אויב איר ווייסט פון א צווייטער וואס איז דארט געווען און האט הנאה געהאט.[/align]
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”