אדיקציע - 12 סטעפס פראגראם

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

נשמה האט געשריבן:
איבער הגה"ק מקארלסבורג זצ"ל
שטייט נישט קלאר פון וואס מען רעדט אפשר איבער די 12 סטעפס

'גוי'אישע' מהלכים, מיינט - לכאורה - א מהלך וואס איז 'גויאיש', דהיינו כנגד התורה. און 'גויאישע' מהלך מיינט נישט - לכאורה - אז א גוי האט עס געמאכט. און נאך אזאך ער שרייבט דאך דארט 'מעדעצינישע ביכער' איז נישטא קיין אנדערע מהלך. איך שטעל מיך פאר אז ס'איז געווען א מהלך צו בוחר זיין בדוקא הרע במיעוטו.

איך וואלט אויך צוגעלייגט אז 12 סטעפס האט גארנישט מיט קיין שום מעדעצינישע מהלך, פארקערט, דקטורים זענען מודה אז 12 סטעפס טוט וואס די מעדעצינישע וועלט קען נישט.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=46743&start=25#p2721051
דא רעדט אײנער זײן פערזענליכע געשיכטע מיט די 12 סטעפס,
ער זאגט אז דר טװערסקי האט נישט געהאלטן פון טעראפי פאר אדיקשאן, אײנער װײסט פארװאס?

איך ווייס נישט אויף זיכער וואס ער מיינט, אויב מיינט ער ריהעב איז זייער פשוט פארוואס דאס איז היפך די 12 סטעפס, ריהעב איז אפיציעל אוועקגעשטעלט אויף א אופן פון פיקסען די פראבלעם, 12 סטעפס זאגט אז דער מענטש וועט קיינמאל נישט ווערן געפיקסט און דארף אנהייבן פירן אזא לעבן אז ער זאל דאס מער נישט דארפן, למשל, א שיכור וועט קיינמאל אין זיין לעבען נישט קענען טרינקען ווי א נארמאלע מענשט און זיך קענען אפשטעלן ווען ער האט געהאט גענוג, משא"כ ריהעב וואס פארקויפן אז זיי פיקסען די מענטש (אסאך פון זיי, נישט אלע)

טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פון אמעריקע האט געשריבן:

ער זאגט דארט אז טווערסקי איז קעגן "אידעווידואלע טעראפי" פאר אדיקשאן (ער איז זיכער נישט קעגן ריהעב ווייל ער האט דאך געגרינדעט א ריהעב פאר אלקאהאל אדיקטס,) כפרוביר צו פארשטיין פארוואס זאל ער האלטן אז די 12 סטעף זאל ענדערש העלפן ווי אינדוויזשועל טעראפי?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

ערמער מוזן גיין ליינען דארט... סטענד ביי
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

האמיר עם אויסגעהערט, קודם כל איך מוז זאגן איך בין זייער נתפעל פון יענעמס קלארקייט און שטארקייט. עס איז נישט נארמאל וויאזוי א מענטש קען זיך אזוי טוישן. זיך און זיין לעבן נאכן לעבן אזויפיהל יאהר אין חושך.

בנוגע וואס ער זאגט אז דר טװערסקי האט נישט געהאלטן פון טעראפי פאר אדיקשאן, איז פשוט אז פאר אן אדיקט וועט נישט העלפן טעראפי זיך ארויסצודרייען פון זיין אדיקשן, ער מיז גיין צו א 12 סטעפ פראגראם פאר דעם. אבער פאר די אימאשיאנאלע מיטשענישן העלפט דאס יא.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

Gibbs האט געשריבן:האמיר עם אויסגעהערט, קודם כל איך מוז זאגן איך בין זייער נתפעל פון יענעמס קלארקייט און שטארקייט. עס איז נישט נארמאל וויאזוי א מענטש קען זיך אזוי טוישן. זיך און זיין לעבן נאכן לעבן אזויפיהל יאהר אין חושך.

בנוגע וואס ער זאגט אז דר טװערסקי האט נישט געהאלטן פון טעראפי פאר אדיקשאן, איז פשוט אז פאר אן אדיקט וועט נישט העלפן טעראפי זיך ארויסצודרייען פון זיין אדיקשן, ער מיז גיין צו א 12 סטעפ פראגראם פאר דעם. אבער פאר די אימאשיאנאלע מיטשענישן העלפט דאס יא.

מיט װאס איז עס שטערקער װי טעראפי אז נאר דאס העלפט?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

לכאורה איז הרב גיבבס גערעכט, טערעפי אליינס געווענליך וועט נישט העלפן דעם עדיקט סטאפן זיין עדיקשאן, מעגליך אז דאס האט הרב הצדיק דר טווערסקי געמיינט, אלס איינער וואס האט געליינט אסאך וואס ער האט געשריבן איז מיר שווער צו גלייבן אז ער איז געווען אינגאצן קעגן טערעפי.

מ'דארף ארויסברענגן א וויכטיגע נקודה, עדיקשען דעקט געווענליך איבער די טיפע אימאשיאנאלע פראבלעמען, די עדיקט ניצט זיין עדיקשען איבערצודעקן זייענע ווייטאגן אנשטאט צו דיעלען דערמיט ווי עס באדארף צו זיין, ווען ער ניצט זיין עדיקשאן פילט ער נישט זיין אימאשיאנאלע פעין, איינמאל ער הערט אויף ניצן זיין עדיקשען קומען ארויף די אלע אישוס וואס פאר דעם דארף ער אסאך מאל העלף פון א טערעפיסט, אבער א טערעפיסט אליינס וועט געווענליך נישט קענען העלפן דעם עדיקט סטאפן ניצן זיין עדיקשען, געווענליך...
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פון אמעריקע האט געשריבן:לכאורה איז הרב גיבבס גערעכט, טערעפי אליינס געווענליך וועט נישט העלפן דעם עדיקט סטאפן זיין עדיקשאן, מעגליך אז דאס האט הרב הצדיק דר טווערסקי געמיינט, אלס איינער וואס האט געליינט אסאך וואס ער האט געשריבן איז מיר שווער צו גלייבן אז ער איז געווען אינגאצן קעגן טערעפי.

מ'דארף ארויסברענגן א וויכטיגע נקודה, עדיקשען דעקט געווענליך איבער די טיפע אימאשיאנאלע פראבלעמען, די עדיקט ניצט זיין עדיקשען איבערצודעקן זייענע ווייטאגן אנשטאט צו דיעלען דערמיט ווי עס באדארף צו זיין, ווען ער ניצט זיין עדיקשאן פילט ער נישט זיין אימאשיאנאלע פעין, איינמאל ער הערט אויף ניצן זיין עדיקשען קומען ארויף די אלע אישוס וואס פאר דעם דארף ער אסאך מאל העלף פון א טערעפיסט, אבער א טערעפיסט אליינס וועט געווענליך נישט קענען העלפן דעם עדיקט סטאפן ניצן זיין עדיקשען, געווענליך...

פון אמעריקע, בינגאו!! האסט עס הערליך ארױסגעברענגט אין אײן װארט,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

כ׳האב דורכגעלײנט די אשכול, ײשר כך @גיבס, זײער קלאר און אינפארמאטיװ, א קריטישע נושא װאס מ׳רעדט צו װײניג דערפון,
מ׳װאלט אױף עפעס אן אופן געדארפט מער אױפשטורעמען די אידישע גאס אז ס׳דא א הײלונג פאר אדיקשאן! אסאך מוטשען זיך נעבעך אפ יארן יארן נישט װאוסנדיג אז ס׳דא האפענונג, ס׳יז אבער א שװערע מקצוע װײל מ׳קען נישט ברבים ארױסשרײבן ברחל בתך הקטנה אלע פרטים וד״ל,
נפשי דארף אפטער שרײבן דערפון, װעגן ענקזײעטי, אױ סי די, פאוביעס, טראומא, איז שױן דא אסאך אינפארמאציע, אבער אדיקשאן איז היבש אינטערשטעליג,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21085
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:כ׳האב דורכגעלײנט די אשכול, ײשר כך @גיבס, זײער קלאר און אינפארמאטיװ, א קריטישע נושא װאס מ׳רעדט צו װײניג דערפון,
מ׳װאלט אױף עפעס אן אופן געדארפט מער אױפשטורעמען די אידישע גאס אז ס׳דא א הײלונג פאר אדיקשאן! אסאך מוטשען זיך נעבעך אפ יארן יארן נישט װאוסנדיג אז ס׳דא האפענונג, ס׳יז אבער א שװערע מקצוע װײל מ׳קען נישט ברבים ארױסשרײבן ברחל בתך הקטנה אלע פרטים וד״ל,
נפשי דארף אפטער שרײבן דערפון, װעגן ענקזײעטי, אױ סי די, פאוביעס, טראומא, איז שױן דא אסאך אינפארמאציע, אבער אדיקשאן איז היבש אינטערשטעליג,

דארט אין נפשי שטייט אז סווערט מער און מער אריינגעברענגט אין די עולם אז מקען זיך העלפן

12 סטעפס גייט נישט געווענליך העלפן פאר געוויסע אדיקשענס נאר ערגער מאכן (דורכגערעדט מיט רבנים וואס האבן עיקספעריענס אין די נושאים)
וועגן דעם האלטן אסאך פון יענע רבנים נישט צו ניצן 12 סטעפס אלטס א רפואה
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

נארמאליזעם האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:כ׳האב דורכגעלײנט די אשכול, ײשר כך @גיבס, זײער קלאר און אינפארמאטיװ, א קריטישע נושא װאס מ׳רעדט צו װײניג דערפון,
מ׳װאלט אױף עפעס אן אופן געדארפט מער אױפשטורעמען די אידישע גאס אז ס׳דא א הײלונג פאר אדיקשאן! אסאך מוטשען זיך נעבעך אפ יארן יארן נישט װאוסנדיג אז ס׳דא האפענונג, ס׳יז אבער א שװערע מקצוע װײל מ׳קען נישט ברבים ארױסשרײבן ברחל בתך הקטנה אלע פרטים וד״ל,
נפשי דארף אפטער שרײבן דערפון, װעגן ענקזײעטי, אױ סי די, פאוביעס, טראומא, איז שױן דא אסאך אינפארמאציע, אבער אדיקשאן איז היבש אינטערשטעליג,

דארט אין נפשי שטייט אז סווערט מער און מער אריינגעברענגט אין די עולם אז מקען זיך העלפן

12 סטעפס גייט נישט געווענליך העלפן פאר געוויסע אדיקשענס נאר ערגער מאכן (דורכגערעדט מיט רבנים וואס האבן עיקספעריענס אין די נושאים)
וועגן דעם האלטן אסאך פון יענע רבנים נישט צו ניצן 12 סטעפס אלטס א רפואה

ס׳איז דא א גרױסע מבוכה איבער דעם אױב ס׳איז יצא הפסדו בשכרו אדער פארקערט, אסך מענטשנס שיטות איבער די 12 סטעפס איז געבױט אױף זאכן װאס מ׳האט געזעהן פונדרױסן, ס׳שװער צו בױען דערױף, ס׳גאנץ פארשטענדליך אז אײנער װאס איז דורכגעפאלן נאכ׳ן פרובירן די פראגראם װעט ער (אדער זײנע ארומיגע...) רעדן נעגאטיװ אױף די מהלך, װאודעראום דער װאס האט יא מצליח געװען װעט נישט מאכן קײן צימעס דערפון ברבים, לכאורה זעט מען מער די נעגאטיװע זײט דערפון צוליב די סיבה, אבער מ׳דארף װיסן אז אין די זעלבע צײט זענען יא דא אסאך װאס האבן מצליח געװען, נאר זײ לאזן זיך נישט הערן, מ׳דארף זיך דורכרעדן מיט א ערליכע רב װאס פארשטײט דערצו בס״ד און קען מענטשן דערינען,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

נארמאליזעם האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:כ׳האב דורכגעלײנט די אשכול, ײשר כך @גיבס, זײער קלאר און אינפארמאטיװ, א קריטישע נושא װאס מ׳רעדט צו װײניג דערפון,
מ׳װאלט אױף עפעס אן אופן געדארפט מער אױפשטורעמען די אידישע גאס אז ס׳דא א הײלונג פאר אדיקשאן! אסאך מוטשען זיך נעבעך אפ יארן יארן נישט װאוסנדיג אז ס׳דא האפענונג, ס׳יז אבער א שװערע מקצוע װײל מ׳קען נישט ברבים ארױסשרײבן ברחל בתך הקטנה אלע פרטים וד״ל,
נפשי דארף אפטער שרײבן דערפון, װעגן ענקזײעטי, אױ סי די, פאוביעס, טראומא, איז שױן דא אסאך אינפארמאציע, אבער אדיקשאן איז היבש אינטערשטעליג,

דארט אין נפשי שטייט אז סווערט מער און מער אריינגעברענגט אין די עולם אז מקען זיך העלפן

12 סטעפס גייט נישט געווענליך העלפן פאר געוויסע אדיקשענס נאר ערגער מאכן (דורכגערעדט מיט רבנים וואס האבן עיקספעריענס אין די נושאים)
וועגן דעם האלטן אסאך פון יענע רבנים נישט צו ניצן 12 סטעפס אלטס א רפואה

זייער אינטערעסאנט, פאר געוויסע אדיקשענס מאכט ארבעטן די 12 סטעפס ערגער? ביטע ערקלער פארוואס. און פאר וועלכע ארבעט עס יא און פאר וועלכע נישט?

אויך, אויב ארבעטן די 12 סטעפס ארבעט נישט פאר זיי, וואס יא?

יישר כח למפרע!
גרינגער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

איך זעה אז קיינער קומט נישט ארויס מיט א ווייטוגליכער נקידה וואס עס שפילט זיך אפ אין די צימערן פון די 12 סטעפס, אזוי ווי עס קומען אריין מענשטן צו די פראגראם וואס האבן געהאט שווערע פארגאנגענהייטן און וויבאלד זייער פארגענגענהייט איז למעשה געווען אינטער (אין די זעלבע צייט) א אידישע חינוך, דערפאר ווערט זייער בליק אויף אידישקייט זייער שווארץ, דערפאר ווען מען הייבט אן דעם פראגראם און מען הייבט אן רעדן פון באשעפער ווערן זיי פארקלעמט, ווייל און זייער טראמע מיינט דאס די זאך וואס האט אוועק געלייגט זייער לעבן, דערפאר זאגט מען זיי הער אויס, מיר רעדן נישט פון אידישקייט, מיר רעדן נישט פון דעם באשעפער פון וועם די האסט געהערט ביז היינט, מיר הייבן אן מיט א נייע באשעפער וואס אימער די ווילסט דיך פארשטעלן.

אייגנטליך וואס איז שלעכט, פאר די מיטגעמאכטע איד דארף מען אזוי רעדן ווייל ער האט טאקע נישט דעם ריכטיגען איינדרוק וואס דער באשעפער מיינט, די פראבלעם איז אז די אטמעספער אין 12 סטעפ צימערן איבערן אייבערשטן גייט אויף דעם מהלך, למשל איינער וואס האט קיין שום פראבלעם מיטן באשעפער אדרבה ער שפירט נישט אז זיין אידישקייט האט אים געהארעמט, אדרבה עס האט אים אסאך געהאלפן, נאר עפעס מיז זיין ער פארפעלט פון זיין אידישקייט אז עס האט אים נישט אפגעהאלטן פון זיין אדיקשן, אבער זיין ספאנסער קען אים זאגן די מיזט פארגעסן פון דעם וואס די האסט געטראכט אז דער באשעפער מיינט, דאס קען דיר נאר שטערן פון דיין ריקאווערי וכדומה זאכן וואס זענען סם פאר א וואוילע תמימות'דיגע איד וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין אדיקשן און זיכט הילף.

איך זאג אויף מיינע ביינער, מען פארלירט דעם גאנצען געפיל פון אתה בחרתנו, מען קען דיר זאגן אז אתה בחרתנו קען דיר שטערן פון ריקאווערי ווייל ליבשאפט און טאלעראנץ איז דאך די סוד פון ריקאווערי

יעצט איך זעה דא, אז נאכן אראפ ברענגן אזוי שיין וואס די 12 סטעפס איז ווינדערן זיך מענטשן וואס קען דא זיין קעגן די תורה, אין הכי נמי, די 12 סטעפ גופא איז גארנישט קעגן די תורה אבער ווי אזוי אסאך גרופעס האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין, דאס קען יא זיין קעגן די תורה, און די רבנים ווייסן דאס, ווייל פרויען פון אדיקטס ריפן אריין וויינען אז זייערע מענער זענען געפאלן אין אידישקייט זייט זיי זענען אריין.

עס איז דא גרופעס וואס זענען נישט אויף דעם אויסשטעל און מען דארף וויסן ווי מען גייט, ווי אויך דארף מען ממש האלטן אויף א מצב וואס אויב ארבעט מען נישט אויף די פראגראם גייט מען פאלן און טוען מסוכן'דיגע זאכן, דאן וועט מען זוכן נאר תכלית אין די פראגראם, אבער אויב איינער האט נאך פלאץ צו פאלן און ער איז נאך נישט געפאלן קען דארט טרעפן ווי צו פאלן.

און אנדערע ווערטער מען דארף זייער פארזיכטיג וואס מען טוט, פרעגן רבנים וואס קענען זיך גיט אויס אין די נושא.

איך קען זאגן קלאר מיט איקספיריענס אז מען קען טרעפן ריקאווערי אן דעם מהלך פון אפהאקן פון די השקפה פון ביז יעצט, זיכער דארף מען טוישן געוויסע השקפות וואס מען האט בטעות זיך אויסגעפארעמט ביז היינט, אבער די נייע השקפות צו וואס מען דארף זיך ציפאסן איז אויך אידישקייט, און אלעס ליגט אין די תורה, מען דארף טאקע מאכן אידשאסטמענטס מיט די מהלך המחשבה אבער עס דארף בכלל נישט גיין מיט דעם סטעטמענט אז אידשיקייט האט דיר נישט געהאלפן, נאר אז דיין ביז איצטיגע בליק האט דיר נישט געהאלפן, און די דארפסט דאס פארעכטן, אלעס קען מען אנצייכענען אין ספרים.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

אוי לי מיוצרי ואױ לי מיצרי קען נישט זײן מער אקטועל װי אױף די נושא, ס׳שװער צו זאגן, װײל אסאך קומען אן צו 12 סטעפ נאכן זיך נעבעך אפמוטשען יארן, ספענדן שװערע צענדליגער טױזנטער (אדער מער) דאללער פאר טעראפי, און ס׳האט נישט געהאלפן, און דאס איז זײער ״אײנציגסטע״ איבערגעבליבענע אפשען, סאו זאגן אז ״ס׳שאדט פאר אידישקײט״ און ממילא װאס? זאל דער איד זיך װײטער אפפלאגן?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

גרינגער האט געשריבן:איך זעה אז קיינער קומט נישט ארויס מיט א ווייטוגליכער נקידה וואס עס שפילט זיך אפ אין די צימערן פון די 12 סטעפס, אזוי ווי עס קומען אריין מענשטן צו די פראגראם וואס האבן געהאט שווערע פארגאנגענהייטן און וויבאלד זייער פארגענגענהייט איז למעשה געווען אינטער (אין די זעלבע צייט) א אידישע חינוך, דערפאר ווערט זייער בליק אויף אידישקייט זייער שווארץ, דערפאר ווען מען הייבט אן דעם פראגראם און מען הייבט אן רעדן פון באשעפער ווערן זיי פארקלעמט, ווייל און זייער טראמע מיינט דאס די זאך וואס האט אוועק געלייגט זייער לעבן, דערפאר זאגט מען זיי הער אויס, מיר רעדן נישט פון אידישקייט, מיר רעדן נישט פון דעם באשעפער פון וועם די האסט געהערט ביז היינט, מיר הייבן אן מיט א נייע באשעפער וואס אימער די ווילסט דיך פארשטעלן.

אייגנטליך וואס איז שלעכט, פאר די מיטגעמאכטע איד דארף מען אזוי רעדן ווייל ער האט טאקע נישט דעם ריכטיגען איינדרוק וואס דער באשעפער מיינט, די פראבלעם איז אז די אטמעספער אין 12 סטעפ צימערן איבערן אייבערשטן גייט אויף דעם מהלך, למשל איינער וואס האט קיין שום פראבלעם מיטן באשעפער אדרבה ער שפירט נישט אז זיין אידישקייט האט אים געהארעמט, אדרבה עס האט אים אסאך געהאלפן, נאר עפעס מיז זיין ער פארפעלט פון זיין אידישקייט אז עס האט אים נישט אפגעהאלטן פון זיין אדיקשן, אבער זיין ספאנסער קען אים זאגן די מיזט פארגעסן פון דעם וואס די האסט געטראכט אז דער באשעפער מיינט, דאס קען דיר נאר שטערן פון דיין ריקאווערי וכדומה זאכן וואס זענען סם פאר א וואוילע תמימות'דיגע איד וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין אדיקשן און זיכט הילף.

איך זאג אויף מיינע ביינער, מען פארלירט דעם גאנצען געפיל פון אתה בחרתנו, מען קען דיר זאגן אז אתה בחרתנו קען דיר שטערן פון ריקאווערי ווייל ליבשאפט און טאלעראנץ איז דאך די סוד פון ריקאווערי

יעצט איך זעה דא, אז נאכן אראפ ברענגן אזוי שיין וואס די 12 סטעפס איז ווינדערן זיך מענטשן וואס קען דא זיין קעגן די תורה, אין הכי נמי, די 12 סטעפ גופא איז גארנישט קעגן די תורה אבער ווי אזוי אסאך גרופעס האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין, דאס קען יא זיין קעגן די תורה, און די רבנים ווייסן דאס, ווייל פרויען פון אדיקטס ריפן אריין וויינען אז זייערע מענער זענען געפאלן אין אידישקייט זייט זיי זענען אריין.

עס איז דא גרופעס וואס זענען נישט אויף דעם אויסשטעל און מען דארף וויסן ווי מען גייט, ווי אויך דארף מען ממש האלטן אויף א מצב וואס אויב ארבעט מען נישט אויף די פראגראם גייט מען פאלן און טוען מסוכן'דיגע זאכן, דאן וועט מען זוכן נאר תכלית אין די פראגראם, אבער אויב איינער האט נאך פלאץ צו פאלן און ער איז נאך נישט געפאלן קען דארט טרעפן ווי צו פאלן.

און אנדערע ווערטער מען דארף זייער פארזיכטיג וואס מען טוט, פרעגן רבנים וואס קענען זיך גיט אויס אין די נושא.

איך קען זאגן קלאר מיט איקספיריענס אז מען קען טרעפן ריקאווערי אן דעם מהלך פון אפהאקן פון די השקפה פון ביז יעצט, זיכער דארף מען טוישן געוויסע השקפות וואס מען האט בטעות זיך אויסגעפארעמט ביז היינט, אבער די נייע השקפות צו וואס מען דארף זיך ציפאסן איז אויך אידישקייט, און אלעס ליגט אין די תורה, מען דארף טאקע מאכן אידשאסטמענטס מיט די מהלך המחשבה אבער עס דארף בכלל נישט גיין מיט דעם סטעטמענט אז אידשיקייט האט דיר נישט געהאלפן, נאר אז דיין ביז איצטיגע בליק האט דיר נישט געהאלפן, און די דארפסט דאס פארעכטן, אלעס קען מען אנצייכענען אין ספרים.

זייער א שטארקע תגובה,
סאיז זייער שווער צוצורעדען א ערליכער איד צו גיין אהין ווייל ער קען ווערען א ערליכער גלויביגער גוי,
פון די אנדערע זייט דארף מען זייער נזהר זיין דאס אוועקצומאכען ווייל סאיז דא אידען וואס זענען אין א פשוטע סכנה צוליב זייער עדיקשאן,
און זיי דארפען הילף און איינער וואס פארשטייט נישט קיין עדיקשאן וועט אים קיינמאל נישט פארשטיין
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

@סארקאזי גוט געזאגט, ספעציעל די שורה

סארקאזי האט געשריבן:פון די אנדערע זייט דארף מען זייער נזהר זיין דאס אוועקצומאכען ווייל סאיז דא אידען וואס זענען אין א פשוטע סכנה צוליב זייער עדיקשאן,
און זיי דארפען הילף און איינער וואס פארשטייט נישט קיין עדיקשאן וועט אים קיינמאל נישט פארשטיין
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

@גרינגער. זאגסט א יסוד.

והשם הטוב יעזור אז מ'זאל געראטעוועט ווערן פון אלע פרעמדע השפעות און כוחות און נאך. מ'זאל מיר האבן אזא דאטא בעיס וואס וועט אונז טרייבן צו ריינקייט. א ריינע דאטא בעיס טרייבט א ריינעם יוד.
גרינגער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

דער אמת איז אז דער ביג בוג (די גרויסע בוך) די ארגענעלע טעקסט בוך פון די 12 סטעפס, אין די קאפיטל "ארבעטן מיט אנדערע" שרייבן זיי

אז אויב דער נייע געקומענע (צו די פראגראם) איז א ריליגעזע מענטש מאך אים קלאר אז די ביסט נישט דא אריין צו רעדן עפעס אין זיין ריליגע, זאג אים ער ווייסט איבער ריליגיע בעסער פון דיר, אבער געב אים צו פארשטיין אז עס מיז זיין, אז אויב זיין ריליגע האט נישט געהאלפן, איז זיכער דא עפעס וואס ער האט פארזעהן, די זאג אים וואס די האסט געטון פאר ריקאווערי און אפשר וועט ער טרעפן דאס וואס ער האט פארפעלט און פארזעהן און פארוואס עס האט אים נישט געהאלפן,

בערך אזוי איז דאס לשון, דא זעהט מען אז מצד די פראגראם איז נישטא אזא זאך צו זאגן פאר א נייע געקומענע סיי וואס נעגעטיוו איבער זיין ריליגיע, אדרבה ער זאל זעהן וואס ער דארף צולייגן, וואס ער האט פארפעלט.

למעשה האט זיך עס יא אזוי אויסגעשטעלט, במילא איז טאקע נאר איינער וואס מיז עס האבן זאל זיך נישט צוריק האלטן פון גיין.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

כ'ווייס נישט ווי אנצופאנגען דא...

נו, קודם א מעשה; די רבי אמאל אויפ'ן וועג אריין צום טיש האט פלוצים געפילט ווי די הויזן הייבט אהן זיך אראפגליטשען, ער שטעלט זיך גלייך אפ, צושפרייט די בעקיטשע און פארעכט זיך די הויזן לעיני כל החסידים, די גבאי ווערט רויט און שארט דעם רבי'ן אין אויער אריין "רבי, ספאסט נישט", ענפערט אים די רבי "אז די הויזן וועט פאלן אינגאנצען וועט עס יא פאסן?"

לאמיר קודם קלאר מאכ'ן אזוי, 12 סטעפס איז געמאכט פאר מענטשן וואס ליידן פון די מחלה וואס הייסט עדיקשאן, נישט יעדער אינגערמאן וואס מאכט קידוש ביים ליינען איז אן אלקעהאליק, נישט יעדער וואס רויכערט אמאל א לילקע איז א דראג עדיקט וכדומה, על פי רוב וועט א טרענירטע טערעפיסט וויסן צו זאגן צו איינער איז אן עדיקט צו נישט. איך וויל מיך דא באציען נאר צו מענטשן וואס זענען טאקע עדיקטס.

יעצט צום ענין, זייער אסאך מענטשן (נישט יעדער, אבער א חלק ניכר אויב נישט רוב) ווען זיי קומען אריין אין די 12 סטעפס פראגראם מיינט אידישקייט סייווי נישט קיין סך פאר זיי (איך בעהט איבער די וואס קענען נישט פארנעמען א נישט אזוי איינגעהאלטענע שפראך, אבער עס פעהלט זיך אויס לטובת הענין), זיי קוקען אויס אינדרויסן פונק ווי יעדער איינעם אנדערש, זיי גייען דורך די מאושענס פון אידישקייט, אבער ס'מיינט נישט גארנישט פאר זיי, נישט ח"ו ווייל זיי גלייבן נישט אדער זענען חלילה שלעכט, נאר פשוט ווייל פאר אן עדיקט מיינט גארנישט אין לעבען גארנישט.

לאמיר זיך אביסעלע אויסשמיסען וואס אדיקשען איז און וואס דאס טוט צו דעם מענטש וואס ליידט דערפון (עמיר רעדן פון אלקאהאליזם ווייל דאס איז די גרינגסטע פאר מענטשן צו פארשטיין, אבער די זעלבע גייט אהן פאר געמבלינג, דראגס, שמוץ, און וואס אימער עס זאל נאר זיין די זאך צו וואס דער מענטש איז אדיקטעד).

אן אלקאהאליק, ווען ער הייבט אהן טרינקען און נעמט אריין דאס ערשטע גלעזעל ברוינפען אין מויל, געשענט עפעס וואס איז פונקט פארקערט פון רוב מענטשן, רוב מענטשן וועלן דארפן דאס צווייטע גלעזעל אביסל ווייניגער ווי ער האט געדארפט דעם ערשטן, די דריטע נאך ווייניגער, און אזוי ווייטער ביז די אכטע צו ניינטע גלעזעל ווען ער האט געהאט גענוג און ער הערט אויף טרינקען, ער ווייסט וויפיל ער קען פארנעמען, און ער קען זיך אפשטעלן ווען ער קומט אהן אהין.

דער אלקאהאליק אבער, ער דארף דעם צווייטען גלאז נאך מער ווי ער האט געדארפט דאס ערשטע, די דריטע מער ווי די צווייטע, און אזוי ווייטער, ווי מער ער האט אין בויך אלס מער ציט עס אים צו טרינקען מער און מער, (היינט פארשטייט מען שוין סייענטיפיש פארוואס דאס איז אזוי, מיר וועלן נישט אריינגיין דערין דא), עס ציט אים אזוי שטארק אז ער האט נישט די מעגליכקייט זיך אפצושטעלן און אזוי ווערט ער טויט שיכור יעדעס מאל ער נעמט אפילו נאר איין לעק ברוינפען.

איי, זאל ער נישט אנהייבן בכלל, אז ער ווייסט אז ער קען זיך נישט אפשטעלן פארוואס הייבט ער אהן?

דא קומט די חלק צו וואס איך וויל ציקומען, דער אלקאהאליק איז געווארן עדיקטעד ווייל אין דעם ביטערן טראפ האט ער געטראפן אן אויסוועג פון זיינע פראבלעמען, ווען ער טרינק האט ער נישט קיין פראבלעם פון געלט, בושה, שלום בית וכדומה, זאכן מיט וואס ער שלעפט זיך ארום און קען זיי נישט דערהייבן, טרינקען נעמט אים אוועק אלע פראבלעמען, ער איז קיינמאל נישט אזוי רואיג און צופרידען ווי נאכ'ן טרינקען, דאס מיינט צו זאגן, אז טרינקען איז נאר דער בענדעידז פאר'ן אלקאהאליק, די אמת'דיג פראבלעם זיינע איז אז ער קען זיך נישט באגיין מיט זיין לעבן, צופיל זאכן גייען אים בארג אראפ אדערן באדער'ן אים און לאזט אים נישט מנוחה, טרינקען גיט אים א ברעיק פון עכטע לעבן, און איינמאל זיין מח ווייסט שוין די סוד וואס א טרינק טוט פאר אים, וועט זיין מח אלעמאל אים געבן פרישע ווארימע תירוצים פארוואס ער מעג טרינקען דאס מאל, תירוצים וואס שטימט נישט פאר קיינעם אנדערש, אבער פאר אים איז דאס גענוג צו נעמען א טרינק, אפילו ער ווייסט קלאר וואס ס'איז געשען יעדעס מאל ביז אהער ווען ער האט גענומען א טרינק.

קומט אויס אז דער אלקאהאליק קען נישט, נישט טרינקען, און ווען ער טרינקט קען ער זיך נישט אפשטעלן ביז ער איז טויט שיכור, דאס איז די שורש פון עדיקשאן, נישט קענען אינגאנצען אוועקשטיין, און נישט קענען קאנטראלירן וויפיל.

ס'איז נישט שווער צו פארשטיין וואס עדיקשאן טוט צו דעם מענטש, דער מענטש ווייסט אז אמת'דיג וויל ער נישט טרינקען, ער האט שוין פראבירט אלע מיטלען אין די וועלט, אבער ער ווערט נאכאלס כסדר שיכור, און יעדעס מאל ער שיכורט ווערט זיין לעבן שווערער און שווערער, און די איינציגסטע זאך וואס קען אים העלפן זיך ספראווען מיט לעבן - א טרינט - קען ער נישט נעמען, אבער ער טוט עס סייווי אהן ווילען, וחוזר חלילה נאכאמאל און נאכאמאל. נאך א שטיק צייט הערט דער מענטש אויף צו וועלן לעבן, גארנישט האט נישט קיין מיינונג ביי אים, גארנישט איז אים נישט וויכטיגער ווי אויפהערן טרינקען, און דאס גייט אים נישט בשום אין אופן, א חידוש וויפיל עדיקס נעמען זיך דאס לעבען?

דאס אלעס ווען מ'רעדט אפילו פון א גוי אן אלקאהאליק, שטעל זיך פאר א חסידישער אינגערמאן וואס זיין עדיקשאן איז שמוץ, קיינער וואס איז דאס נישט דורך, קיינער, נאך א מאל, קיין איינער נישט, קען נישט פארשטיין די אומדערהייבארע פיזיקאלע און נפשיות'דיגע יסורים וואס דער אינגערמאן גייט אריבער, ער וויל זיין וואויל, ער וויינט ביים דאווענען, זאגט תהילים, גיט צדקה, לערענט שעות, אבער ער האלט אין איין דורכפאלן און זיך דערקייקלען צו נידריגערע און נידריגערע שטאפלען.

יעצט, לאמיר קלאר ארויסהאבן אז ווען מענטשן האבן פראבלעמען מיט'ן גיין צו 12 סטעפס, רעדט מען פון אט דעם אינגערמאן, דער אינגערמאן וואס איז שוין גרייט צו פארקוקען אויף אלעם און זיך אראפזעצן מיט פרעמדע מענטשן און ארויספאקן אלע זיינע אינערליכע סודות און ווייטאגן, ווייל זיין לעבן איז אים שוין סייווי נישט ווערד קיין איין ברעקל, דער אינגערמאן וואס אידישקייט איז פינסטער נעבעך, אסאך האבן טראמא פון ווערן אויפגעצויגן און אן אכזריות'דיגע אטמאספערע וואס זיינע עלטערן אדער מלמדים האבן גערופן אידישקייט און דאס קען גאר זיין די גורם צו זיין עדיקשאן, פאר דעם אינגערמאן קען מען זאגן גיי נישט זיך העלפן ווייל ס'שטימט נישט אינגאנצען מיט אידישקייט, צו ווייל ס’איז נישט פונק אונזער פלעיווער פון אידישקייט? איז עס נישט ווי די רבי וואס די הויזן גייט אים אינגאנצען אראפ פאלן און אים גורם זיין אסאך גרעסערע בושות? וואס וועט געשען אויב דער אינגערמאן גייט זיך נישט העלפן מיט די לעצטע זאך וואס איז אים נאך געבליבן צו פראבירען, גייט זיין אידישקייט זיין אקעי, גייט ער בכלל בלייבן בין החיים פאר לאנגע יארן?

(גיימיר אפילו נישט רעדן דערפון אז ס'איז בכלל נישט קיין סתירה, און אז אדרבה, מענטשן קומען דורך די סטעפס אהן צו אזא מין דערהויבענע אידישקייט און נאנטקייט צום הייליגען באשעפער וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געהאט אהן די סטעפס.)

עדיקשאן איז א טויטליכע מחלה און איז געהעריג א מצב פון פיקוח נפש (עיין ספרי הרב טווערסקי זצ"ל), פאר יעדער אנדערע מצב פיקוח נפש פארשטייט יעדער צו לייגן אידישקייט אין די זייט ווילאנג די סכנה גייט אריבער, קומט זיך נישט דעם אינגערמאן די זעלבע סענסעטיוויקייט און פארשטאנד?

די נושא איז זייער א האקעלע, און רבנים וואס פארשטייען נישט וואס עדיקשאן איז, קענען נישט די סטעפס, און קענען אסאך מאל נישט די עכטע מצב פונעם עדיקט צו וועם זיי רעדן, וועלן אסאך מאל הייסן אוועקשטיין דערפון אהן דאס דורך טהון געהעריג, זיי וואלטן נישט געפאסקנט א שאלה וועגן קימא אן דאס דורך טהון געהעריג, זיי וואלטן נישט געהייסן גיין לערנען איינשטאט נעמען קימא ווייל תורה איז סמא דחייא, אבער דא גייען זיי יא אוועקמאכן די 12 סטעפס און זאגן בראתי יצר הרע ובראתי תורה תבלין, ווייל ליידער ווייסען זיי נישט די עכטע מציאות הדברים, ס'איז נישט זייער שולד, נאכדערצו אז רוב מענטשן וואס גייען צו די פראגראם און טוישן זייער לעבן אויף הונדערט ביליאן מאל בעסער פילן געווענליך נישט פאר וויכטיג צוריק צו גיין צום רב און אים אינפארמירן וואס די סטעפס האבן געטהון פאר אים, ווייל זיי זענען שוין באקוועם מיט זייער לעבן, זיי ווייסן וואס זיי האבן צו טהון, און ס'איז זיי גוט אפילו די רב האלט נישט דערפון, ממילא הערן זיי נאר פון די וואס זענען דורך געפאלן אין פראגראם (געווענליך די וואס נעמען עס נישט ערענסט און ארבעטן נישט געהעריג די סטעפס).

איך קען מעיד זיין אויף איינע פון די גאר גרויסע חסידישע רביס וואס פלעגט זיין שארף דערקעגן, ביז ער האט געהערט פון מיר ערשט האנטיג און אינגאנצען געטוישט זיין מיינונג, צוליב זיין שמיעס מיט מיר האט ער געזאגט פאר א אינגערמאן מיט וועם ער האט מיטגעהאטלן פון די נאנט, יא צו גיין צו די סטעפס, און יעצט זעהט ער מיט די אייגענע אויגן וויאזוי דאס שטעלט אוועק יענעם אינגערמאן מיט זיין גאנצע שטוב אויף א הערליכע פארנעם, אבער דאס איז נאר אדאנק וואס ער האט אמת'דיג געקענט דעם אינגערמאן'ס מצב, און ער האט זיך עכט אריינגעלייגט צו פארשטיין, און ער פאלויט אוף.

האב איך עפעס אויסגעלאזט? דאכצעך כ'האב געזאגט אלעס וואס איך קען זאגן אויף די נושא אין א פאבליק פארום.
לעצט פארראכטן דורך פון אמעריקע אום מיטוואך מאי 12, 2021 7:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גרינגער האט געשריבן:דער אמת איז אז דער ביג בוג (די גרויסע בוך) די ארגענעלע טעקסט בוך פון די 12 סטעפס, אין די קאפיטל "ארבעטן מיט אנדערע" שרייבן זיי

אז אויב דער נייע געקומענע (צו די פראגראם) איז א ריליגעזע מענטש מאך אים קלאר אז די ביסט נישט דא אריין צו רעדן עפעס אין זיין ריליגע, זאג אים ער ווייסט איבער ריליגיע בעסער פון דיר, אבער געב אים צו פארשטיין אז עס מיז זיין, אז אויב זיין ריליגע האט נישט געהאלפן, איז זיכער דא עפעס וואס ער האט פארזעהן, די זאג אים וואס די האסט געטון פאר ריקאווערי און אפשר וועט ער טרעפן דאס וואס ער האט פארפעלט און פארזעהן און פארוואס עס האט אים נישט געהאלפן,

בערך אזוי איז דאס לשון, דא זעהט מען אז מצד די פראגראם איז נישטא אזא זאך צו זאגן פאר א נייע געקומענע סיי וואס נעגעטיוו איבער זיין ריליגיע, אדרבה ער זאל זעהן וואס ער דארף צולייגן, וואס ער האט פארפעלט.

למעשה האט זיך עס יא אזוי אויסגעשטעלט, במילא איז טאקע נאר איינער וואס מיז עס האבן זאל זיך נישט צוריק האלטן פון גיין.

און מ'קען נישט מאכן א אמת'ע ערליכע גרופ? מיט א אמת'ע ערליכע אינסטראקטער?
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

גרינגער האט געשריבן:איך זעה אז קיינער קומט נישט ארויס מיט א ווייטוגליכער נקידה וואס עס שפילט זיך אפ אין די צימערן פון די 12 סטעפס, אזוי ווי עס קומען אריין מענשטן צו די פראגראם וואס האבן געהאט שווערע פארגאנגענהייטן און וויבאלד זייער פארגענגענהייט איז למעשה געווען אינטער (אין די זעלבע צייט) א אידישע חינוך, דערפאר ווערט זייער בליק אויף אידישקייט זייער שווארץ, דערפאר ווען מען הייבט אן דעם פראגראם און מען הייבט אן רעדן פון באשעפער ווערן זיי פארקלעמט, ווייל און זייער טראמע מיינט דאס די זאך וואס האט אוועק געלייגט זייער לעבן, דערפאר זאגט מען זיי הער אויס, מיר רעדן נישט פון אידישקייט, מיר רעדן נישט פון דעם באשעפער פון וועם די האסט געהערט ביז היינט, מיר הייבן אן מיט א נייע באשעפער וואס אימער די ווילסט דיך פארשטעלן.

אייגנטליך וואס איז שלעכט, פאר די מיטגעמאכטע איד דארף מען אזוי רעדן ווייל ער האט טאקע נישט דעם ריכטיגען איינדרוק וואס דער באשעפער מיינט, די פראבלעם איז אז די אטמעספער אין 12 סטעפ צימערן איבערן אייבערשטן גייט אויף דעם מהלך, למשל איינער וואס האט קיין שום פראבלעם מיטן באשעפער אדרבה ער שפירט נישט אז זיין אידישקייט האט אים געהארעמט, אדרבה עס האט אים אסאך געהאלפן, נאר עפעס מיז זיין ער פארפעלט פון זיין אידישקייט אז עס האט אים נישט אפגעהאלטן פון זיין אדיקשן, אבער זיין ספאנסער קען אים זאגן די מיזט פארגעסן פון דעם וואס די האסט געטראכט אז דער באשעפער מיינט, דאס קען דיר נאר שטערן פון דיין ריקאווערי וכדומה זאכן וואס זענען סם פאר א וואוילע תמימות'דיגע איד וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין אדיקשן און זיכט הילף.

איך זאג אויף מיינע ביינער, מען פארלירט דעם גאנצען געפיל פון אתה בחרתנו, מען קען דיר זאגן אז אתה בחרתנו קען דיר שטערן פון ריקאווערי ווייל ליבשאפט און טאלעראנץ איז דאך די סוד פון ריקאווערי

יעצט איך זעה דא, אז נאכן אראפ ברענגן אזוי שיין וואס די 12 סטעפס איז ווינדערן זיך מענטשן וואס קען דא זיין קעגן די תורה, אין הכי נמי, די 12 סטעפ גופא איז גארנישט קעגן די תורה אבער ווי אזוי אסאך גרופעס האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין, דאס קען יא זיין קעגן די תורה, און די רבנים ווייסן דאס, ווייל פרויען פון אדיקטס ריפן אריין וויינען אז זייערע מענער זענען געפאלן אין אידישקייט זייט זיי זענען אריין.

עס איז דא גרופעס וואס זענען נישט אויף דעם אויסשטעל און מען דארף וויסן ווי מען גייט, ווי אויך דארף מען ממש האלטן אויף א מצב וואס אויב ארבעט מען נישט אויף די פראגראם גייט מען פאלן און טוען מסוכן'דיגע זאכן, דאן וועט מען זוכן נאר תכלית אין די פראגראם, אבער אויב איינער האט נאך פלאץ צו פאלן און ער איז נאך נישט געפאלן קען דארט טרעפן ווי צו פאלן.

און אנדערע ווערטער מען דארף זייער פארזיכטיג וואס מען טוט, פרעגן רבנים וואס קענען זיך גיט אויס אין די נושא.

איך קען זאגן קלאר מיט איקספיריענס אז מען קען טרעפן ריקאווערי אן דעם מהלך פון אפהאקן פון די השקפה פון ביז יעצט, זיכער דארף מען טוישן געוויסע השקפות וואס מען האט בטעות זיך אויסגעפארעמט ביז היינט, אבער די נייע השקפות צו וואס מען דארף זיך ציפאסן איז אויך אידישקייט, און אלעס ליגט אין די תורה, מען דארף טאקע מאכן אידשאסטמענטס מיט די מהלך המחשבה אבער עס דארף בכלל נישט גיין מיט דעם סטעטמענט אז אידשיקייט האט דיר נישט געהאלפן, נאר אז דיין ביז איצטיגע בליק האט דיר נישט געהאלפן, און די דארפסט דאס פארעכטן, אלעס קען מען אנצייכענען אין ספרים.

אויב כ'מעג אויסקלארען, דאס וואס די זאגסט איז אמת, אבער זייער בליק אויף אידישקייט איז שוין פון לאנג געווען שווארץ ,און זייערע הערצער זענען שוין לאנג געווען פארקלעמט, ס'איז נישט געשען אין פראגראם, די פראגראם לערענט אויס מענטשן וויאזוי צו דערגיין ווי זייערע אמת'דיג לעבען'ס פראבלעמען ליגן, און צו נישט אוועקלויפן פון די אמת ווי ווייטאגליך עס זאל נאר זיין, ליידער ליידער זענען דא צו סאך ביי אונז וואס פילן אזוי וועגן אידישקייט זייט קינדווייז אויס, נאר זיי האבן קיינמאל זיך נישט דערוואגט עס צו פעיס'ן פנים אל פנים און דיעל'ן דערמיט, אין פראגראם דיעלט מען דערמיט.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי איינער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גרינגער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

איך בון נישטא זיך צו טענה'ן מיט איינעם
איך האב געזעהן ווי די שמועס דא גייט אויף א אופן אז דער עולם דא ווילן שוין באלד אלע לויפן צו די 12 סטעפס, האב איך געוואלט אראפ ברענגן אנדערע זייטן פון מטבע, און פארגעס נישט איך קום פון דארט, איך בון נישט קיין פרעמדער, און איך האב געטראפן ריקאווערי ב"ה.

עס איז אמת אז געוויסע מענטשן קומען אהין אינגאנצן לאחר יאוש און זייער בליק אויף אידישקייט איז אלעמאל געווען שווארטץ, און אלעס איז נאר געווען מצוות אנשים מלמדה און זיי דארפן אנהייבן פון דאס ניי, דעס וואס די זאגסט אז אסאך ווערן אסאך מער געבויעט אין אידישקייט איז אויך אמת אבער מיט א גרויסע אבער.

וואס איז די אבער?
די פראגראם הייבט אויף די מענשט גאר הויך אבער נאר נאר מיט די ערשטע פאר אני מאמין'ס פון די יג עיקרם, דאס איז בעצם נישט קיין פראבלעם ווייל פאר ריקאווערי פעלט אויס בעיקר דאס.

די פראבלעם איז אז די איבריגע "קענען" ווערן אראפגעריסן און אוועק געמאכט דורך "געוויסע" גרופע אטמעספערן.
דאס מיינט מען קען זיין זייער נאנט מיטן אייבערשטן און מען שטייגט מיט אמונה אבער אן (אוב נישט מנוגד) תורה מן השמים און נביאות משה רבינו.

דערפאר לאזט מען נאך מיט אידישקייט ווייל די עיקר פאר ריקאווערי איז דאך נאר זיין נאנט מיטן אייבערשטן, וויסן אז דער אייבערשטער איז אלעס און אוועק געבן מיין לעבן פאר אים.

יעצט דער ווער עס קומט אן צו ריקאווערי, דאס מיינט די פראגראם ארבעט פאר אים ער ווערט ניכטער, דער וועט געווענטליך קומען צו א שענערע און אמתערע אידישקייט ווי בעפאר, ווייל ער קען ציביסלך מיט א ניכטערע קאפ צוריק קומען און פארשטיין אלעס ארום אידשקייט מיט א קלארערע בליק, (ווי שוין געזאגט די פראגראם גופא איז גארנישט מנוגד צו די תורה) אבער אינדערצווישן קען ווען ווערן אויסגעקילט אינגאנצן, און נישט יעדער קומט צוריק צו אידישקייט עס איז דא אזעליכע וואס געפעלט זיי בעסער צו גלויביג אן א אידישקייט, אדער און א בעסערע פאל נעמט ער אויס לויט זיין באקוועמליכקייט.

איך האב שוין אראפ געברענגט אויבן פון די 12 סטעפ בוך אז עס איז קיין שום ענין אויס צו לערנען די סטעפס פאר א ריליגיעזע מענטש דורכן אים זאגן דיין ריליגיע מאכט דיר פראבלמען אין ריקאווערי (איך רעדט נישט פון די וואס האבן באמת א פראבלעם מיט זייער רליגיע) פארקערט מען דארף אים זאגן וואס מען טוט דא אין די פראגראם פאר ריקאווערי, און ער זאל זעהן וואס ער האט עס פארפאסט אין זיין ריליגע, מען דארף אים בעיקר קלאר מאכן "די האסט געמיזט עפעס פארפאסן אין דיין ריליגיע אויב דאס האט דיך נישט אפגעהאלטן פון טרינקן".

למעשה האבן די גרופס מיך זעלבסט אפגעהאלטן פון ריקאווערי ווייל איך האב נישט געקענט איינגיין צו וואס מען האט מיר געזאגט איבער מיין ריליגע, נאר ווען איך האב באקומען מיין גוישע ספאנסער און ער האט מיר אנגעוויזן די אויבנדערמאנטע פעריגראף אין די בוך האבן זיך געפענט פאר מיר די טוער פון ריקאווערי, און איך גלייב אז איך בון נישט דער איינציגער אזוי, דער מין מענטש ווי איך האט נישט געקענט טרעפן ריקאווערי ווען מען האט זיך באצויגן צו זיין ריליגיע מיט גרינשעצונג.
די הנחה אז מען מיז אזוי צי גיין צו אלע נייע געקומענע איז א פאלטשע הנחה, און עס איז א שלאס פאר ריקאווערי פאר אזעליכע מענטשן ווי מיר, און אזוי ווי אדיקשן איז טאקע סכנת נפשות איז עס אן אחריות זיך אזוי אומצוגיין מיט יעדן אן אריין טראכטן צו אפשר איז דא יעצט אן איקסעפשן.
לעצט פארראכטן דורך גרינגער אום דאנערשטאג מאי 13, 2021 12:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

נישטא װאס צוצולײגן צו @פון אמעריקע,
נאר אױף נאך א װעג נאר צו אילוסטרירן, װען דו זעסט אן עדדיקט זעסטו בלױז א װידעא, ס׳נאר א פנים פון א מענטש, אינעװײניג איז אלעס ״טױט״ און אין א קאמא ר״ל!!, דו אײנציגסטע זאך װאס לעבט נאך דארט און טומלט ארום איז זײן אדדיקשאן, 12 סטעפ (אױב ארבעט מען מיט, מיט דעם ריכטיג) איז פשוט אױפצולעבן זײן (כמעט) טױטע נפש, ממילא קודם דארף מען זעהן אז דער מענטש זאל קענען פשוט אטעמען!, און נאכדעם קען מען אנהײבן צו רעדן װעגן אידישקײט (אױב ס׳איז טאקע אזױ שלעכט װי מאנכע קוקן דאס אן, אבער נניח) דער מענטש אטעמט פשוט נישט!! און די פראבלעם איז אז אסאך מאל זײנע ארומיגע לײדן ב״ה נישט דערױף און באגרײפן נישט די ערנסקײט פון זײן מצב װאס איז ממש פיקוח נפש!! (פאר דער װאס איז באקאנט) ממילא װיל מען אפהאלטן - אדער קאנטראלירן װאס װען און װיאזױ, סאו די עצה איז ״אװערנעס״ פון װאס מ׳רעדט דא!!, װײל עכט אמת׳דיג באגרײפן װי שװער אדיקשאן איז, איז פשוט ״נישט מעגליך״ פאר אײנער װאס איז ב״ה נישט קײן אדיקט, אבער אזױפיל קען מען יא פארשטײן אז מ׳רעדט דא פון פיקוח נפש ממש!! און ס׳איז א ריזיגע אחריות און עוולה אפצוהאלטן אײנער װאס דארף עס, צוצוקומען דערצו, און אז מ׳דארף אלעס טוהן צו העלפן א איד אטעמען, און בעזת השם יתברך װען מען איז שױן גענוג לאנג אין רעקאװערי װעט דער באטרעפנדער קומען צו זיך און אנהײבן א נײעם - פרײען לעבן בס״ד,
(רוב מאל אױב מײנט מען עס אמת׳דיג װערט די אידישקײט נאר אסאך שטערקער און בעסער, אפי׳ אמאל פון אנפאנג קוקט אױס אנדערש, װאו @פון אמעריקע האט שױן זײער שײן ארױסגעברענגט,)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

גרינגער האט געשריבן:איך בון נישטא זיך צו טענה'ן מיט איינעם
איך האב געזעהן ווי די שמועס דא גייט אויף א אופן אז דער עולם דא ווילן שוין באלד אלע לויפן צו די 12 סטעפס, האב איך געוואלט אראפ ברענגן אנדערע זייטן פון מטבע, און פארגעס נישט איך קום פון דארט, איך בון נישט קיין פרעמדער, און איך האב געטראפן ריקאווערי ב"ה.

עס איז אמת אז געוויסע מענטשן קומען אהין אינגאנצן לאחר יאוש און זייער בליק אויף אידישקייט איז אלעמאל געווען שווארטץ, און אלעס איז נאר געווען מצוות אנשים מלמדה און זיי דארפן אנהייבן פון דאס ניי, דעס וואס די זאגסט אז אסאך ווערן אסאך מער געבויעט אין אידישקייט איז אויך אמת אבער מיט א גרויסע אבער.

וואס איז די אבער?
די פראגראם הייבט אויף די מענשט גאר הויך אבער נאר נאר מיט די ערשטע פאר אני מאמין'ס פון די יג עיקרם, דאס איז בעצם נישט קיין פראבלעם ווייל פאר ריקאווערי פעלט אויס בעיקר דאס.

די פראבלעם איז אז די איבריגע "קענען" ווערן אראפגעריסן און אוועק געמאכט דורך "געוויסע" גרופע אטמעספערן.
דאס מיינט מען קען זיין זייער נאנט מיטן אייבערשטן און מען שטייגט מיט אמונה אבער אן (אוב נישט מנוגד) תורה מן השמים און נביאות משה רבינו.

דערפאר לאזט מען נאך מיט אידישקייט ווייל די עיקר פאר ריקאווערי איז דאך נאר זיין נאנט מיטן אייבערשטן, וויסן אז דער אייבערשטער איז אלעס און אוועק געבן מיין לעבן פאר אים.

יעצט דער ווער עס קומט אן צו ריקאווערי, דאס מיינט די פראגראם ארבעט פאר אים ער ווערט ניכטער, דער וועט געווענטליך קומען צו א שענערע און אמתערע אידישקייט ווי בעפאר, ווייל ער קען ציביסלך מיט א ניכטערע קאפ צוריק קומען און פארשטיין אלעס ארום אידשקייט מיט א קלארערע בליק, (ווי שוין געזאגט די פראגראם גופא איז גארנישט מנוגד צו די תורה) אבער אינדערצווישן קען ווען ווערן אויסגעקילט אינגאנצן, און נישט יעדער קומט צוריק צו אידישקייט עס איז דא אזעליכע וואס געפעלט זיי בעסער צו גלויביג אן א אידישקייט, אדער און א בעסערע פאל נעמט ער אויס לויט זיין באקוועמליכקייט.

איך האב שוין אראפ געברענגט אויבן פון די 12 סטעפ בוך אז עס איז קיין שום ענין אויס צו לערנען די סטעפס פאר א ריליגיעזע מענטש דורכן אים זאגן דיין ריליגיע מאכט דיר פראבלמען אין ריקאווערי (איך רעדט נישט פון די וואס האבן באמת א פראבלעם מיט זייער רליגיע) פארקערט מען דארף אים זאגן וואס מען טוט דא אין די פראגראם פאר ריקאווערי, און ער זאל זעהן וואס ער האט עס פארפאסט אין זיין ריליגע, מען דארף אים בעיקר קלאר מאכן "די האסט געמיזט עפעס פארפאסן אין דיין ריליגיע אויב דאס האט דיך נישט אפגעהאלטן פון טרינקן".

למעשה האבן די גרופס מיך זעלבסט אפגעהאלטן פון ריקאווערי ווייל איך האב נישט געקענט איינגיין צו וואס מען האט מיר געזאגט איבער מיין ריליגע, נאר ווען איך האב באקומען מיין גוישע ספאנסער און ער האט מיר אנגעוויזן די אויבנדערמאנטע פעריגראף אין די בוך האבן זיך געפענט פאר מיר די טוער פון ריקאווערי, און איך גלייב אז איך בון נישט דער איינציגער אזוי, דער מין מענטש ווי איך האט נישט געקענט טרעפן ריקאווערי ווען מען האט זיך באצויגן צו זיין ריליגיע מיט גרינשעצונג.
די הנחה אז מען מיז אזוי צי גיין צו אלע נייע געקומענע איז א פאלטשע הנחה, און עס איז א שלאס פאר ריקאווערי פאר אזעליכע מענטשן ווי מיר, און אזוי ווי אדיקשן איז טאקע סכנת נפשות איז עס אן אחריות זיך אזוי אומצוגיין מיט יעדן אן אריין טראכטן צו אפשר איז דא יעצט אן איקסעפשן.

איך בין נישט מחולק אז די פראבלעם טוט עקזעסטירן, נאך אלע מעשות זענען מענטשן אין פראגראם נישט פון די געזינטסטע סארט, און געוויסע קענען נעמען זאכן צו אן עקסטרעם, די פשוטע עצה איז לכאורה אז דער וואס ברענגט אריין א חבר זאל אים דאס אנזאגען פון פאראויס אז ער דארף זיך היטן פון דעם, בעפאר איך בין אריין האט מיר איינער אנגעזאגט זיך צו היטן פון מענטשן וואס זיצן דארט אפ יארן און זענען בכלל נישט דארט פאר ריקאווערי.

איך וויל אבער נאכאמאל ארויסברענגן די מציאות אז עדיקשאן איז פיקוח נפש ממש, אפי' מיט די אלע זאכן וואס באדערט מענשטן וועגן די 12 סטעפס, איז עס לפענ"ד נאך אלס נישט קיין תירוץ אפצורעדן איינער וואס האט פראבירט אלעס אנדערש אהן הצלחה פון אהין גיין, מיר ווייסען ליידער פון קראנטע מעשות פון היימישע מענטשן וואס זייער רב האט זיי נישט געלאזט גיין צו די סטעפס, און ליידער האלט מען שוין לאנג נאך די יארצייט, כ'בין נישט מגזם.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”