שמואל בארג האט געשריבן:א בעל עבירה צוליב זיין עדיקשאן קראנקהייט ברויך א רופא פאר עזיבת החטא, און תפילות ומעשים טובים פאר די מחילה.
אט דאס איז די 12 סטעפס על רגל אחת. רפואה, תפלה, ותיקון המעשים.
ואידך פירושא היא זיל גמור
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
שמואל בארג האט געשריבן:א בעל עבירה צוליב זיין עדיקשאן קראנקהייט ברויך א רופא פאר עזיבת החטא, און תפילות ומעשים טובים פאר די מחילה.
בן דותא האט געשריבן:נעה האט געשריבן:אויפן הד"א וועבזייטל איז דא א בוק שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש
מסביר די גאנצע זאך בטוב טעם ודעת
א לינק ביטע צום ביכל
קנאפער ידען האט געשריבן:בן דותא האט געשריבן:נעה האט געשריבן:אויפן הד"א וועבזייטל איז דא א בוק שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש
מסביר די גאנצע זאך בטוב טעם ודעת
א לינק ביטע צום ביכל
מסתם דאס https://hitdanoigen.com/images/handbook.pdf
Gibbs האט געשריבן:(נאך באקומען)
דא האט איר א לענגערע איבערזיכט אויף די 12 סטעפס לויט ווי איך פארשטיי זיי, איך וועל ציביסלעך שוקן איין סטעפ אויפאמאל:
(ביטע נעמט און אכט איך וועל זיך באניצן מיט אלקאהאל ווייל אויף דעם איז געבויעט די ארגענעלע 12 סטעפס, יעדער קען דאס אויפטוישן מיט זיין פערזענליכע עדיקשען ווי עסן, אינטערנעט עניינים, געמבלינג, דראגס, MOVIES\TV SHOWS אא"וו - ביטע פארגעבן אז מיין ספעללינג איז נישט די בעסטע)
סטעפ 1) We admitted we were powerless over alcohol— that our lives had become unmanageable
מיר האבן מודה געווען אז מיר זענען מאכטלאז איבער אלקאהאל - אונזער לעבן איז געווארן אומקאנטראלירבאר.
אסאך קשיות און צימישעניש איז דא ארום די ערשטע חלק פון דעם סטעפ אפילו פאר געוויסע וואס ארבעטן אדער שטיצן די 12 סטעפס, און איך קאן אויך זיין אימריכטיג. איך וויל דעריבער ארויסברענגען איין נקודה וואס האט מיר שטארק געהאלפן.
די חידוש פון סטעפ איינס איז אז "די גוף און די מח פון אן עדדיקט איז אנדערש פון א רעגולארער מענטש".
זיין גוף איז אנדערש ווייל ווען סתם איינער טרינקט אלקאהל פאסירט צו עם איין זאך, וואודעראום ווען אן אלקעהאליק טרינקט משקה געשעהט גאר עפעס אנדערש צו זיין גוף, (וואס אגב דאס איז שוין געווארן אויפגעוויזן מיט מעדיקל טעסטס) און א אומקאמטראליבארע גליסטעניש צינט זיך אן וואס קיין מענטשליכע כח קען דאס נישט אפשטעלן, און אפילו אויב יא איז דאס נאר צייטווייליג, פריער אדער שפעטער וועט ער טרינקן נאך און נאך אן קיין קאנטראל.
זיין מח איז אנדערש, ווייל יעדער מענטש וואס ווייסט אז א געוויסע זאך איז נישט גוט פאר עם, למשל איינער וואס איז אלערדזשיק צו פינאטס, ווען ער עסט דאס געשעהט נישט גוטע זאכן, וועט ער דאס אוודאי מער נישט עסן ער וועט שטיין ווייט פון דעם. אן אלקעהאליק אבער אפילו ער ווייסט וואס טרינקען טוט צו עם, ווי עס ברענגט עם יעדעס מאל, וויפיל שאדן צער און עגמת נפש פאר זיך און אלע ארום זיין טרינקען איז גורם. דאך וועט קומען די צייט וואס זיין מח וועט אויפקומען מיט כל מיני סיבות פארוואס עס איז אקעי צו כאפן א טרינק "עס איז נאר א קליינע לחיים" "עס איז נאר ביר" "עס איז אויסגעמישט מיט עפעס אנדערש" "איך טרינק נאר א משהו און פארטיג" וכדומה…. און פאר וואס ווען ווי איז ער צוריק צום אלטן און אנגעטרינקען (ווייל ווי נאר ער נעמט דעם ערשטן טרינק צינט זיך אן די אויבן דערמאנטע אומקאנטראלירבארע גליסטעניש) און פארשטייט נישט וואס איז דא געשען? וויאזוי קען דאס זיין אז איך בין אזוי געפאלן נאכאמאל? איך האב דאך זיך אליינס צוגעזאגט אז מער טוה איך דאס נישט? רבונו של עולם ווי קען איך זיין אזא נאר און מיך לאזן איינרעדן צו טוען דאס וואס איז גורם אז איך גיי פארלירן אלעס אויף די וועלט?
מאנכע קוקן אויף דעם מענטש און זאגן "די קענסט זיך שטארקן" "די דארפסט זיך מתגבר זיין" "דאס איז סתם א ייצר הרע" "די גייסט פשוט נאך דיינע תאוות" "די דארפסט תשובה טוען" "לייג זיך אריין אין תורה"...
לאמיר זיך אבער אפשטעלן א מינוט און צוהערן וואס מענטשן וואס זענען עדדיקטעד דערציילן, די געוואלדיגע יסורים בגוף ונפש זיי און זייערע באליבטע גייען אדורך, וואס אלץ זיי האבן שוין פראבירט זיך צו העלפן, וויפיל תפילות און קבלות ברכות און הזכרות, און גארנישט העלפט נישט.
וואס איז פשט? וואס גייט דא פאר? די תירוץ איז סטעפ איינס, וואס ארבעט פאר אנדערע מענטשן ארבעט נישט פאר דעם עדדיקט, ווייל ער איז אנדערש, ער איז א חולה וואס זיין גוף און מח איז אנדערש פון א צווייטן.
דאס איז וואס די ערשטע סטעפ זאגט, מיר האבן איינגעזעהן אז מיר זענען מאכטלאז ווייל אונזער גוף און מח איז אנדערש און אליינס קענען מיר זיך נישט העלפן מיר האבן אלעס פראבירט און עס גייט נישט.
די צווייטע חלק פון דעם סטעפ "אונזער לעבן איז געווארן אומקאנטראלירבאר" האט צוויי חלקים. די פשוטע חלק אז אונזער לעבן איז אינגאנצן ארויס פון קאנטראל וועגן אונזער עדיקשען. אבער עס ליגט מער און דעם, און דאס איז אז מיר האבן בכלל א פראבלעם וויאזוי זיך אומצוגיין און לעבן, און מיר שטאלפערן זיך כסדר אן און שוועריגקייטן (וואס פארשטייט זיך אונזער עצה צו אלע שוועריקייטן איז טרינקען). אליינס קענען מיר נישט זיך אומגיין מיטן לעבן און מיר דארפן הילף.
Gibbs האט געשריבן:המשך
סטעפ 2) “Came to believe that a Power greater than ourselves could restore us to sanity"
מיר זענען געקומען צום גלויבן אז א כח גרעסער פון אונז קען אונז צוריקשטעלן צו נארמאלקייט.
צום ערשט מוז ווערן קלאר געשטעלט אז היות די 12 סטעפ פראגראם איז נישט קיין "רעליגיעזע" פראגרם, עס באלאנגט נישט און איז נישט קיין חלק פון קיין שום ספעציפישע גלויבונג, וואס מאכט עס זייער געשמאק פאר יעדן וואס דארף עס צו זיין א חלק דערפון. פארדעם נוצן זיי דעם אויסדריק "גרויסער כח". און פאר רוב רובם מיינט דאס דער באשעפער.
ווי געזאגט אין סטעפ 1 קומט דער אלקאהאליק צו צו א מצב ווי ער קען זיך אליינס נישט העלפן ער דארף הילף פון עפעס שטערקער ווי זיך אליינס ווייל וויפיל ער האט פראבירט אליינס איז ער דורכגעפאלן. קומען מיר אין סטעפ 2 צו אז מיר זענען געקומען צום אנערקענונג אז עס איז דא א כח וואס איז שטערקער פון אונז וואס קען אונז העלפן און ארויסנעמען און אויסהיילן.
מאנכע פרעגן וואס איז די חידוש דא? ווער פון אונז גלויבט דען נישט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און אז ער איז די איינציגסטע כח וואס איז נאר דא, ער מאכט און אוז מחי' אלעס יעדע רגע. די תירוץ איז אז אוודאי גלויבן מיר, אבער וואס מיר זוכן אין סטעפ 2 איז צו בויען, און שאפן א פערזענליכע קשר מיט אונזער גאט. אפילו איינער וואס גלייבט און באשעפער, אבער שפירט ער און לעבט ער מיט א פערזענליכע שטענדיגע קשר מיטן אייבערשטן? פאר אן עדיקט זיך צו ערהוילן מוז ער ארבעטן אויף, און צוקומען צו לעבן מיט א נאנטע און שטארקע קשר מיט זיין באשעפער.
אסאך שטאלפערן זיך אן אין שוועריגקייטן דא, ווייל אפילו זיי גלויבן אין אלעס, איז אבער דא א געוואלדיגע ריחוק און זייער אסאך מאל אויך א פחד פונעם אויבערשטן. סיי צוליב וואס מיר לערנען און הערן כסדר אז דער באשעפער שטראפט און אז ער איז ברוגז וכדומה. און נאכמער פאר אן עדיקט וואס האט שוין אפגעטוען אזויפיהל זאכן וואס דער באשעפער איז אוודאי זייער ברוגז אויף עם און וויל עם שטארק באשטראפן פאר דעם אלעם. ממילא איז זייער שווער צו אנקניפן א נאנטע און ליבליכע קשר מיטן אייבערשטן און אוודאי איז זייער שווער צו עם בעטן און זיך אינגאנצן פארלאזן אויף עם אז ער גייט מיך דא ארויסהעלפן.
אזוי אויך מיטשענען זיך אסאך מיט סטעפ 2 ווייל א שטארקע חלק פון וויאזוי מיר טראכטן און שטעלן זיך פאר וויאזוי דער אייבישטער קוקט אויף אונז, איז נשפע דורך די מענטשן און אונזער לעבן וואס מיר קוקן ארויף אויף. מענטשן וואס אין א געוויסע זין זענען זיי א גרעסערע כח פון אונז אין אונזערע אויגן. ווי למשל א טאטע, מאמע, רבי וכדו' און אסאך מאל זענען זיי אזעלכע וואס געבן אונז דעם געפיהל אז א העכערע כח איז שלעכט, שטרענג, פארשטייט מיך נישט, האט נישט קיין צייט פאר מיר, קען מיך נישט פארנעמען, איז נישט נאענט צו מיר, קומערט זיך נישט איבער מיינע ווייטאגן און פראבלעמען, קען מיך נישט העלפן פארלאנגט אזוי סאך אא"וו.... וואס איז גורם אז מיר קוקן אויך אן דעם באשעפער די זעלבע און דאס שטייט אויך אין וועג פון די קשר וואס מיר ווילן שאפן מיטן באשעפער.
ליגט דא א געוואלדיגע ארבעט אין סטעפ 2 אויב וויל דער אלקאהאליק זיך ראטעווען פון זיין קרענק, צו אנהייבן טוישן זיין בליק און קשר מיט זיין באשעפער ווייל אנדעם איז ער פארלוירן. צו וויסן אז דער אייבישטער איז אונזער טאטע וואס האט אונז ליעב אפגעזעהן וואס מיר האבן געטוען אדער נישט געטוען. ער פארשטייט דיך און איז נישט ברוגז, ער ווייסט ווי שטארק דו ווילסט נישט טוען וואס דו טוסט, דו קענסט זיך פארלאזן אויף עם און ער איז שטענדיג דא פאר דיר גרייט מיט אפענע ארעמס דיך ארומצונעמען.
און די געוואלדיגע זאך וואס די פראגרעם זאגט אונז איז אז דו מיזט זיך נישט טוישן היינט און איין מינוט, די דארפסט נאר זיין ווילינג און גרייט זיך צו טוישן, צו האלטן די מח אפן צו טויש און דורך ארבעטן די איבעריגע סטעפס מיט גאט'ס הילף וועט זיך דיין הארץ עפענען און די נאענטשאפט וועט וואקסן כסדר. די עיקר וואס דו ברויכסט אין סטעפ 2 איז גלייבן אדער זיין וויליג צו גלייבן אז עס איז דא א כח (באשעפער) וואס איז שטערקער פון דיר וואס קען דיך און וויל דיך ארויסנעמען פון דיין פלאג.
יוסי מ'ברוקלין האט געשריבן:געוואלדיג! קען איינער עס מאכן פאר א PDF
Gibbs האט געשריבן:המשך
סטעפ 3) Made a decision to turn our will and our lives over to the care of God as we understood Him
מיר האבן געמאכט אן החלטה צו איבערגעבן אונזער ווילן און לעבן צו די אחריות פון גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען
צום ערשט איז וויכטיג צו אדרעסירן די "גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען" חלק, וואס פאר אונז אידן קען אויסקוקן כפירה'דיג. איז קודם כל אזויווי אויבן דערמאנט די 12 סטעפ פראגרעם איז אוועקגעשטעלט געווארן אויף אן אויפן וואס מאכט עס באקוועם פאר יעדער סארט מענטש פון סיי וואס פאר א גלויבן. ממילא האבן זיי דא געשריבן דעם דריטן סטעפ אויף זייער א ברייטן וועג אז קיינער זאל נישט שפירן אז דער פראגרעם ארבעט נאר פאר מענשן פון א געוויסע גלויבן, און יעדער מוז גלויבן די זעלבע זאך.
אבער עס איז דא א טיפערע הבנה אויך אין דעם. מיר האבן ארויסגעברענגט און סטעפ 2 אז כדי צו קענען ארויסקריכן פון די פלאנטער פון עדיקשן ברויכן מיר בויען א נאענטע פערזענליכע קשר מיט אונזער באשעפער, א קשר וואס איז געבויעט אויף ליעבשאפט און ווארימקייט. וואס דאס איז זייער א פערזענליכע קשר פאר יעדעס מענטש, און יעדער פאר זיך אין סטעפ 2 ארבעט אויף צו אויסקלארן פאר זיך וואס ער דארף צוצוקומען צו האבן דעם נאענשאפט. וועלכע מחשבות, פחדים, דערווייטערדיגע געדאנקען אויפן אויבערשטן ער טראגט זיך ארום מיט, וואס ער ברויך לאזן גיין, צו קענען בויען דעם נאענטן קשר וויסענדיג אז דיין טאטע האט דיך ליעב דו דארפסט נישט מורא האבן פון עם (נישט צו פארטוישן "יראת שמים" מיט "פחד שמים" א טעות וואס האלט אזויפיהל פון אונז ווייט פון טאטי) דאס ליגט אין די ווערטער "גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען" דיין פערזענליכע באשעפער די קשר און פארשטענדעניש וואס איז פערזענליך צווישן דיר און גאט.
יעצט אז דו האסט דיין פערזענליכע קשר און נאענטשאפט מיט דיין באשעפער קענסטו צוקומען צו זיך אינגאנצן איבערגעבן און זיינע ליבליכע הענט און עם לאזן קער נעמען פון דיר און אלעס וואס דו ברויכסט.
אבער אמת'דיג גערעדט עס איז נישט אזוי גרינג זיך אינגאנצן איבערצוגעבן, און אפילו יא האלט דאס נישט אן פאר לאנג עס איז נישט גרינג צו לעבן שטענדיג אינגאנצן איבערגעגעבן פאר גאט עס איז זייער גרינג צו פארגעסן אז ער פיהרט אלסדינג און נאר צו עם דארף מען זיך ווענדן. פארדעם הייבט זיך די סטעפ אן מיט די ווערטער "מיר האבן געמאכט אן החלטה" וואס ליגט אין דעם אז מיר האבן מחליט געווען אז דאס גייט פון היינט זיין די דירעקציע פון אונזער לעבן, און אפילו מיר וועלן נישט שטענדיג זיין ביי דערביי און דאס געדענקען וועלן מיר פון היינט ארבעטן דערויף און טוען אלעס וואס מיר קענען צו לעבן מער און מער מיט דעם (אריינגערעכנט און דעם איז א קבלה צו ארבעטן די איבעריגע סטעפס וואס דורך דעם וועלן מיר קומען נענטער צו לעבן איבערגעגעבן צום אויבערשטן).
א גרינגע און זייער שטארקע וועג צו זעהן און פארשטיין די חילוק צווישן מיין ווילן און גאט'ס ווילן איז כדי אויסצופראבירן. נעם א פאפיר און מאך א ליסטע פון זאכן וואס הייבן זיך אן מיט "איך וויל" למשל
איך וויל האבן געניג\אסאך געלט
איך וויל האבן גוטע שלום בית
איך וויל האבן גוטע קינדער
איך וויל האבן א גוטע\גרינגע פרנסה
איך וויל האבן א גוטע קשר מיט אנדערע
איך וויל זיין באליבט
איך וויל זיין רעספעקטירט ביי אנדערע
איך וויל האבן א נאענטע קשר מיטן אויבערשטן
איך וויל האבן א גוטע באקוועמע קאר
איך וויל האבן א גוטע באקוועמע הויז
איך וויל אז מיינע ארומיגע זאלן זיך אויפפירן מענטשליך
אא"וו די ליסטע גייט אן קיין סוף
יעצט קוק איבער די ליסטע און זעה וויפיל זאכן גייען דיין וועג? געווענליך איז דא אסאך זאכן וואס נישט, ריכטיג? אוודאי איז דאס לעבן שווער און נישט געשמאק (און מען דארף אנטלויפן צו אונזער עדיקשן צו אוועקלויפן פון די ווייטאג) עס גייט נישט אזויווי "איך" וויל! דאס איז ווען מיר לעבן מיט אונזער ווילן. אבער ווען מיר געבן אויף אונזער ווילן פאר דעם אויבערשטן'ס ווילן, און לעבן מיט הכנעה און נעמען אן זיין ווילן פאר אונז וויסענדיג אז ער האט אונז ליעב און ער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר אונז און מיר קענען זיך אינגאנצן פארלאזן אויף אים, איז דאס לעבן רואיג און געשמאק.
אבער ווי פריער געזאגט איז שווער שטענדיג צו לעבן מיט דעם און עס איז זייער גרינג צוריקצופאלן צום שווארצן שווערן לעבן ווי זאכן גייען נישט מיין וועג. פארדעם איז סטעפ 3 א לעבנסלענגליגע עבודה און מיר דארפן און קענען נישט זיין פערפעקט אין דעם. מיר ארבעטן זיך צו פארבעסרן איין טאג אויפאמאל און מיר געדענקען אז מיר זענען מוגבל און מיר פראבירן די בעסטע און דער אויבערשטער וועט אונז העלפן און מיר בעטן עם כסדר פאר הילף אז מיר זאלן צוקומען מער צו לעבן מיט דעם.
אזוי אויך זענען דא שוועריגקייטן וואס מיר האבן מיט זיך אליינס, שווערע מידות און זאכן וואס מיר האבן געטוען אין די עבר וואס שלעפן אונז אראפ און מאכן עס שווער צו ווערן און בלייבן נאענט מיט גאט. פארדעם ברויכן מיר ארבעטן די איבעריגע סטעפס וואס טוט זיך אפגעבן מיט דעם אלעם!
שמואל שמעלקא האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:זעהט אויס אינטערעסאנט, אבער צו לאנג צו ליינען. אפשר קענסטו מאכן עפעס א קורצערע ווערסיע אויך?