אדיקציע - 12 סטעפס פראגראם

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

גרינגער
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

איך בון נישט מחולק מיט דעם אז מען דארף צירעדן און זיכער נישט אפרעדן איינער וואס דארף עס, איך האב נאר געוואלט צולייגן אז איינער וואס דארף עס נישט איז עס פאר אים אויך א סכנה.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פון אמעריקע האט געשריבן:
גרינגער האט געשריבן:איך בון נישטא זיך צו טענה'ן מיט איינעם
איך האב געזעהן ווי די שמועס דא גייט אויף א אופן אז דער עולם דא ווילן שוין באלד אלע לויפן צו די 12 סטעפס, האב איך געוואלט אראפ ברענגן אנדערע זייטן פון מטבע, און פארגעס נישט איך קום פון דארט, איך בון נישט קיין פרעמדער, און איך האב געטראפן ריקאווערי ב"ה.

עס איז אמת אז געוויסע מענטשן קומען אהין אינגאנצן לאחר יאוש און זייער בליק אויף אידישקייט איז אלעמאל געווען שווארטץ, און אלעס איז נאר געווען מצוות אנשים מלמדה און זיי דארפן אנהייבן פון דאס ניי, דעס וואס די זאגסט אז אסאך ווערן אסאך מער געבויעט אין אידישקייט איז אויך אמת אבער מיט א גרויסע אבער.

וואס איז די אבער?
די פראגראם הייבט אויף די מענשט גאר הויך אבער נאר נאר מיט די ערשטע פאר אני מאמין'ס פון די יג עיקרם, דאס איז בעצם נישט קיין פראבלעם ווייל פאר ריקאווערי פעלט אויס בעיקר דאס.

די פראבלעם איז אז די איבריגע "קענען" ווערן אראפגעריסן און אוועק געמאכט דורך "געוויסע" גרופע אטמעספערן.
דאס מיינט מען קען זיין זייער נאנט מיטן אייבערשטן און מען שטייגט מיט אמונה אבער אן (אוב נישט מנוגד) תורה מן השמים און נביאות משה רבינו.

דערפאר לאזט מען נאך מיט אידישקייט ווייל די עיקר פאר ריקאווערי איז דאך נאר זיין נאנט מיטן אייבערשטן, וויסן אז דער אייבערשטער איז אלעס און אוועק געבן מיין לעבן פאר אים.

יעצט דער ווער עס קומט אן צו ריקאווערי, דאס מיינט די פראגראם ארבעט פאר אים ער ווערט ניכטער, דער וועט געווענטליך קומען צו א שענערע און אמתערע אידישקייט ווי בעפאר, ווייל ער קען ציביסלך מיט א ניכטערע קאפ צוריק קומען און פארשטיין אלעס ארום אידשקייט מיט א קלארערע בליק, (ווי שוין געזאגט די פראגראם גופא איז גארנישט מנוגד צו די תורה) אבער אינדערצווישן קען ווען ווערן אויסגעקילט אינגאנצן, און נישט יעדער קומט צוריק צו אידישקייט עס איז דא אזעליכע וואס געפעלט זיי בעסער צו גלויביג אן א אידישקייט, אדער און א בעסערע פאל נעמט ער אויס לויט זיין באקוועמליכקייט.

איך האב שוין אראפ געברענגט אויבן פון די 12 סטעפ בוך אז עס איז קיין שום ענין אויס צו לערנען די סטעפס פאר א ריליגיעזע מענטש דורכן אים זאגן דיין ריליגיע מאכט דיר פראבלמען אין ריקאווערי (איך רעדט נישט פון די וואס האבן באמת א פראבלעם מיט זייער רליגיע) פארקערט מען דארף אים זאגן וואס מען טוט דא אין די פראגראם פאר ריקאווערי, און ער זאל זעהן וואס ער האט עס פארפאסט אין זיין ריליגע, מען דארף אים בעיקר קלאר מאכן "די האסט געמיזט עפעס פארפאסן אין דיין ריליגיע אויב דאס האט דיך נישט אפגעהאלטן פון טרינקן".

למעשה האבן די גרופס מיך זעלבסט אפגעהאלטן פון ריקאווערי ווייל איך האב נישט געקענט איינגיין צו וואס מען האט מיר געזאגט איבער מיין ריליגע, נאר ווען איך האב באקומען מיין גוישע ספאנסער און ער האט מיר אנגעוויזן די אויבנדערמאנטע פעריגראף אין די בוך האבן זיך געפענט פאר מיר די טוער פון ריקאווערי, און איך גלייב אז איך בון נישט דער איינציגער אזוי, דער מין מענטש ווי איך האט נישט געקענט טרעפן ריקאווערי ווען מען האט זיך באצויגן צו זיין ריליגיע מיט גרינשעצונג.
די הנחה אז מען מיז אזוי צי גיין צו אלע נייע געקומענע איז א פאלטשע הנחה, און עס איז א שלאס פאר ריקאווערי פאר אזעליכע מענטשן ווי מיר, און אזוי ווי אדיקשן איז טאקע סכנת נפשות איז עס אן אחריות זיך אזוי אומצוגיין מיט יעדן אן אריין טראכטן צו אפשר איז דא יעצט אן איקסעפשן.

איך בין נישט מחולק אז די פראבלעם טוט עקזעסטירן, נאך אלע מעשות זענען מענטשן אין פראגראם נישט פון די געזינטסטע סארט, און געוויסע קענען נעמען זאכן צו אן עקסטרעם, די פשוטע עצה איז לכאורה אז דער וואס ברענגט אריין א חבר זאל אים דאס אנזאגען פון פאראויס אז ער דארף זיך היטן פון דעם, בעפאר איך בין אריין האט מיר איינער אנגעזאגט זיך צו היטן פון מענטשן וואס זיצן דארט אפ יארן און זענען בכלל נישט דארט פאר ריקאווערי.

איך וויל אבער נאכאמאל ארויסברענגן די מציאות אז עדיקשאן איז פיקוח נפש ממש, אפי' מיט די אלע זאכן וואס באדערט מענשטן וועגן די 12 סטעפס, איז עס לפענ"ד נאך אלס נישט קיין תירוץ אפצורעדן איינער וואס האט פראבירט אלעס אנדערש אהן הצלחה פון אהין גיין, מיר ווייסען ליידער פון קראנטע מעשות פון היימישע מענטשן וואס זייער רב האט זיי נישט געלאזט גיין צו די סטעפס, און ליידער האלט מען שוין לאנג נאך די יארצייט, כ'בין נישט מגזם.

מיר ווייסן קלאר פון איינע פון די גאר פרומערע חסידישע רבנים-רבי'ס ביין חסידישען עולם וואס האט געהייסן איינע פון זיינע מענטשען אז ער מוז גיין צו 12 סטעפ מיטינגס אין א קלויסטער! ווילאנג עס איז אין די בעיסמענט ווי די לעידיס אקזילערי שפילן געווענדליך בינגאו, אבער נישט אין די main sanctuary. איך בין געגאנגן מיט אים די ערשטע צוויי דריי מאל. ער וואלט שוין נישט דא געווען ווען נישט ער איז אויף די 12 סטעפ פראגראם.
קלאר, עס איז גאר א האקעלע זאך, און עס איז בבחינת מטהר טמאים ומטמא טהורים. אבער פאר ווער עס טוט און עדיקשאן ווייסט אז "נאר" די 12 סטעמפס קען ראטעווען. און יא, מען דארף עס טוהן על פי תורה, און מען דארף זיין מקושר צו א ערליכע רב וואס קען זיך אויס אין עדיקשאן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

איך בין געווען אויף א געוויסע פראגרעם
וואס אסאך האבן געזאגט צו מיר אז איך זעה אויס ווי אן עדיק
אין אויב איך וויל ווערן אויסגעהיילט
דארף איך נעמען א 12 סטעפ פראגרעם .אדער אויפן טעלפואן ,אדער ביי א טערעפיסט, אדער לייוו,
ב"ה מיין רב האט מיר געשיקט צו א צווייטע'ם אין ב"ה איך בין גאר אסאך געשטיגן אין איך שטייג ווייטער
[צו איך בין א עדיק צו נישט ווייס איך נישט. אבער לויט וויי זיי זאגן אז אן עדיק העלפט נאר א 12 סטעפ פראגרעם בין איך נישט...]
אין נאך איין מזל אז איך בין נישט אריין אין אזא פראגרעם . ווי באלט מען גייט נישט ארויס דערפון . מען דארף עס ארבעטן א גאנצע לעבן...
איך וואלט מן הסתם געפאלן דארט
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

גרינגער האט געשריבן:איך בון נישט מחולק מיט דעם אז מען דארף צירעדן און זיכער נישט אפרעדן איינער וואס דארף עס, איך האב נאר געוואלט צולייגן אז איינער וואס דארף עס נישט איז עס פאר אים אויך א סכנה.

אמת ויציב!

געווענליך איינער וואס דארף עס נישט עכט וועט זיך נישט קענען ברענגען אהינצוגיין.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

אין די נפשי אויסגאבע (קומט ארויס חודשליך מיט די מאמענט) איז דא דעם חודש א הימל שרייעדיגע מעשה בנוגע אדיקשן און 12 סטעפס (מיר האבן באקומען רשות עס דא ארויפצולייגן)

https://drive.google.com/file/d/156LS_T ... sp=sharing
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

Gibbs האט געשריבן:אין די נפשי אויסגאבע (קומט ארויס חודשליך מיט די מאמענט) איז דא דעם חודש א הימל שרייעדיגע מעשה בנוגע אדיקשן און 12 סטעפס (מיר האבן באקומען רשות עס דא ארויפצולייגן)

https://drive.google.com/file/d/156LS_T ... sp=sharing

Wow!!!

יישר כח פארן עס ארויפלייגן! דאס מוז געליינט ווערן, זייער אסאך פון אונז גייען אדורך די אדיקשאן למחצה לשליש און מען דארף אווערנעס אויף דעם.

כל הכבוד פאר די מאמענט!
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

Amazing האט געשריבן:

זייער שוואך געדעקט די חלק פון אדיקשן ס'איז א גאר קורצע איבערזיכט אויף די מעשה. זיי וואלטן געדארפרט מער אריינגיין אין די נושא פון אדיקשן. אפילו האבן א טיפע סעריע דערפון (דוכט זיך אז געספאנסערט האבון זיי איינער וואס רעדט דערפון . אבער שוין)
הבא ללמד
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 9:50 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבא ללמד »

*
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אזוי ווי איך האב באמערקט דא א שטיקל דיון איבער די 12 סטעפס

וואלט איך געשריבן און גענוצט דעם פארעמעטער

די שטערקסטע פראמיס פון די 12 סטעפס, אין דעם ביכל אלקאהאליקס אנאנימעס איז

To Get Rid of the Obsession

אויב זעט איר אז די מענטשן ארום טינקען זיך אינעם אבסעשן איז דאס א רויטע ליכט,
אויב באקומט איר הדרכה וואס טראגט טיפער אינעם אבסעשן אנשטאט אויפן וועג ארויס, דאן האט נישט מורא צו פרעגן קשיות,

זיכט איינעם וואס וועט נאר פאוקעסן אויף ריקאווערי און אנצוקומען צו דעם אויבנדערמאנטן פראמיס

ודי בזה
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
Gibbs האט געשריבן:אין די נפשי אויסגאבע (קומט ארויס חודשליך מיט די מאמענט) איז דא דעם חודש א הימל שרייעדיגע מעשה בנוגע אדיקשן און 12 סטעפס (מיר האבן באקומען רשות עס דא ארויפצולייגן)

https://drive.google.com/file/d/156LS_T ... sp=sharing

Wow!!!

יישר כח פארן עס ארויפלייגן! דאס מוז געליינט ווערן, זייער אסאך פון אונז גייען אדורך די אדיקשאן למחצה לשליש און מען דארף אווערנעס אויף דעם.

כל הכבוד פאר די מאמענט!

זייער שוואך געדעקט די חלק פון אדיקשן ס'איז א גאר קורצע איבערזיכט אויף די מעשה. זיי וואלטן געדארפרט מער אריינגיין אין די נושא פון אדיקשן. אפילו האבן א טיפע סעריע דערפון (דוכט זיך אז געספאנסערט האבון זיי איינער וואס רעדט דערפון . אבער שוין)

נישט גענוג מען האט געדריקט אזא מעשה, אלע פארשטייען זייער גוט די מעשה, ווילסטו מען זאל נאך שרייבן זיינע אדיקשאנס ברחל בתך הקטנה?
זעסט נישט אז ער געשריבן צווישען די טראפן כדי דאס צו האלטן ריין ומוכן פאר דעם אויסגאבע?
דוקא דאס איינגעהאלטנקייט האט עס אריינגעמאכט אינעם נפשי.
אשריך נפשי און אין גוטע הענט זענטס עטס מיט פינחס גלויבער!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

באנאנא האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
Gibbs האט געשריבן:אין די נפשי אויסגאבע (קומט ארויס חודשליך מיט די מאמענט) איז דא דעם חודש א הימל שרייעדיגע מעשה בנוגע אדיקשן און 12 סטעפס (מיר האבן באקומען רשות עס דא ארויפצולייגן)

https://drive.google.com/file/d/156LS_T ... sp=sharing

Wow!!!

יישר כח פארן עס ארויפלייגן! דאס מוז געליינט ווערן, זייער אסאך פון אונז גייען אדורך די אדיקשאן למחצה לשליש און מען דארף אווערנעס אויף דעם.

כל הכבוד פאר די מאמענט!

זייער שוואך געדעקט די חלק פון אדיקשן ס'איז א גאר קורצע איבערזיכט אויף די מעשה. זיי וואלטן געדארפרט מער אריינגיין אין די נושא פון אדיקשן. אפילו האבן א טיפע סעריע דערפון (דוכט זיך אז געספאנסערט האבון זיי איינער וואס רעדט דערפון . אבער שוין)

נישט גענוג מען האט געדריקט אזא מעשה, אלע פארשטייען זייער גוט די מעשה, ווילסטו מען זאל נאך שרייבן זיינע אדיקשאנס ברחל בתך הקטנה?
זעסט נישט אז ער געשריבן צווישען די טראפן כדי דאס צו האלטן ריין ומוכן פאר דעם אויסגאבע?
דוקא דאס איינגעהאלטנקייט האט עס אריינגעמאכט אינעם נפשי.
אשריך נפשי און אין גוטע הענט זענטס עטס מיט פינחס גלויבער!

חס וחלילה כ'האב נישט גערעדט אז ער דארף מאריך זיין אין די פרטי האדיקשן וואס זיין ספעציפישע פאל איז געווען. עס איז אפילו נישט נוגע, ווייל נישט קיין חילוק צו וואס די אדיקט איז עדיקטעט איז די ארום די זעלבע. איך האב געמיינט אז ער זאל מאריך זיין מער וואספארא מעטאדן ער האט גענוצט און וויאזוי די 12 סטעפס ארבעט און וויאזוי עס האט ביי איהם געארבעט
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

יאפ, גא"מ. איך בין געווען אנטוישט ווי ווייניג די ארטיקעל רעדט פון זיין ארבעט צו טרעפן ריקאווערי, וואס האבן די סטעפס געטהון פאר אים וכדומה....

ס'איז אבער זיכער א געוואלדיגע טובת הכלל אז נפשי ברענגט בכלל ארויף די נושא פון אדיקשאן, לאמיר האפן זיי זאלן ממשיך זיין און אריינגיין טיפער אין דעם.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

גא"מ לכל הנ"ל.
גערעכט מיטן נקודה און אנטשילדיגט פארן נישט פארשטיין מקודם.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

פון אמעריקע האט געשריבן:יאפ, גא"מ. איך בין געווען אנטוישט ווי ווייניג די ארטיקעל רעדט פון זיין ארבעט צו טרעפן ריקאווערי, וואס האבן די סטעפס געטהון פאר אים וכדומה....

ס'איז אבער זיכער א געוואלדיגע טובת הכלל אז נפשי ברענגט בכלל ארויף די נושא פון אדיקשאן, לאמיר האפן זיי זאלן ממשיך זיין און אריינגיין טיפער אין דעם.

נא קריינא דאיגרתא... איך האף אז פנחס וועט זיך מקשר זיין מיט דיר אין אישי
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

א פאר חדשים ציריק איז שוין געווען וועגן עדיקשאן און זייער טיף אריין אין טוועלפסטטעפס
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב ב"ה נישט קיין פערזענליכע ערפארונג מיט דער גאנצער נושא. וכן יעזור ה' להלאה. אבער איך ליין דעם אשכול מיט א קנויל אין האלז. אומגלויבליך וואס מיינע ברודער גייען אריבער! און מיין שעצונג צו די וואס האבן דאס מיט עקשנות דורכגעבראכן איז אין לשער!

אין מילים! חזקו ואמצו!
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

Gibbs האט געשריבן:אין די נפשי אויסגאבע (קומט ארויס חודשליך מיט די מאמענט) איז דא דעם חודש א הימל שרייעדיגע מעשה בנוגע אדיקשן און 12 סטעפס (מיר האבן באקומען רשות עס דא ארויפצולייגן)

https://drive.google.com/file/d/156LS_T ... sp=sharing

מורא׳דיגע ארטיקל!!, שטימט שטארק מיט װאס מ׳האט דא געשמועסט לעצטנס אז מ׳דארף ברענגען מער אװערנעס װעגן די מחלה פון אדיקשאן,
(זעט אױס אז נפשי לײנט דא...)

א גבורה פון דעם אינגערמאן זיך צו ארױסשטעלן ברבים פארצײלן (אפי׳ ס׳איז אנאנים)

מ׳האט לאנג געװארט מ׳זאל שרײבן װעגן די נושא פון אדיקשאן, נפשי דיד איט, ס׳קומט זײ - און פארן בעל המעשה - קרעדיט פאר די װאס װעלן געהאלפן װערן פון די ארטיקל,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
אשר מ.
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:01 am

12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר מ. »

איין זאך וואס איך וויל פארשטיין, דאס מציאות פון זיך צונויפרעדן מיט אנדערע אינעם זעלבן פראבלעם, און זיך טרעפן אין פאבליק מיט אנדערע, איז דאס א פונדאמענטאלע תנאי אז די 12 סטעפס זאלן ארבעטן?
עס זעהט נישט אויס פון צווישן די אלע סטעפס אז דאס א יסוד.
איך פארשטיי אז עס איז זיכער אז מען דארף גיין פערזענליך גיין צו אן אינסטראקטער, און עס איז נישט קיין דמיון בכלל צו ווען מ'זאל עס הערן אויפן טעלעפאון וכדו', וויבאלד מ'וויל דאך טוישן די גאנצע מהות פונעם מענטש, און עס גייט נישט ווייערלעס.
אבער וואס איך וויל פארשטיין איז, פארוואס זאל נישט זיין די 12 סטעפס אזויווי טעראפי וואס מ'גייט פערזענליך אראפ צום טעראפיסט פריוואט, און מוז נישט זיין ברבים.
איך גלייב אז ס'זיכער דא אזעלכע וואס נאר צוליב בושה פון אנדערע האלטן זיי זיך אפ פון צו גיין צו 12 סטעפס פראגראמען.
טוב השם, טהוב השם לכל. [מיטן טאן]
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

אשר מ. האט געשריבן:איין זאך וואס איך וויל פארשטיין, דאס מציאות פון זיך צונויפרעדן מיט אנדערע אינעם זעלבן פראבלעם, און זיך טרעפן אין פאבליק מיט אנדערע, איז דאס א פונדאמענטאלע תנאי אז די 12 סטעפס זאלן ארבעטן?

די יסוד פון די סטעפס איז זיך אריינצונעמען אין קאפ און הארץ אויף זייער א טיפען אופן, אז איך בין נישט שלעכט - נאר קראנק, און ארויסרייסן פון זיך די בושה וואס קומט מיט זיין שלעכט.

זיצען פנים אל פנים מיט אנדערע מענטשן וואס האבן די זעלבע פראבלעם, און ארויסזאגען בפה מלא "איך בין א עדיקט", טוט אויף לגבי אריינעמען די מהלך אין זיך, מיליאן מאל מער ווי זיצען פארמאכט מיט א טערעפיסט, די בושה איז זייער שווער איבערצוקימען אהן א חברה, און אהן איבערקומען די בושה און גילטי פילינגס איז נישטא קיין מקבל זיין אז איך בין קראנק, און אהן דעם איז נישטא קיין 12 סטעפס.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
אשר מ.
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:01 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר מ. »

פון אמעריקע האט געשריבן:
אשר מ. האט געשריבן:איין זאך וואס איך וויל פארשטיין, דאס מציאות פון זיך צונויפרעדן מיט אנדערע אינעם זעלבן פראבלעם, און זיך טרעפן אין פאבליק מיט אנדערע, איז דאס א פונדאמענטאלע תנאי אז די 12 סטעפס זאלן ארבעטן?
עס זעהט נישט אויס פון צווישן די אלע סטעפס אז דאס א יסוד.
איך פארשטיי אז עס איז זיכער אז מען דארף גיין פערזענליך גיין צו אן אינסטראקטער, און עס איז נישט קיין דמיון בכלל צו ווען מ'זאל עס הערן אויפן טעלעפאון וכדו', וויבאלד מ'וויל דאך טוישן די גאנצע מהות פונעם מענטש, און עס גייט נישט ווייערלעס.
אבער וואס איך וויל פארשטיין איז, פארוואס זאל נישט זיין די 12 סטעפס אזויווי טעראפי וואס מ'גייט פערזענליך אראפ צום טעראפיסט פריוואט, און מוז נישט זיין ברבים.
איך גלייב אז ס'זיכער דא אזעלכע וואס נאר צוליב בושה פון אנדערע האלטן זיי זיך אפ פון צו גיין צו 12 סטעפס פראגראמען.

די יסוד פון די סטעפס איז זיך אריינצונעמען אין קאפ און הארץ אויף זייער א טיפען אופן, אז איך בין נישט שלעכט - נאר קראנק, און ארויסרייסן פון זיך די בושה וואס קומט מיט זיין שלעכט.
זיצן פנים אל פנים מיט אנדערע מענטשן וואס האבן די זעלבע פראבלעם, און ארויסזאגען בפה מלא "איך בין א עדיקט", טוט אויף לגבי אריינעמען די מהלך אין זיך, מיליאן מאל מער ווי זיצען פארמאכט מיט א טערעפיסט, די בושה איז זייער שווער איבערצוקימען אהן א חברה, און אהן איבערקומען די בושה און גילטי פילינגס איז נישטא קיין מקבל זיין אז איך בין קראנק, און אהן דעם איז נישטא קיין 12 סטעפס.

יישר כח פארן אויסקלארן !
טוב השם, טהוב השם לכל. [מיטן טאן]
הודו לה'
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 5:51 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו לה' »

זייער א שיינער און אינפארמאטיווע אשכול, א דאנק פאר אלע שרייבער און מגיבים.

איין שאלה נאר, האט איינער פון אייך שוין באגעגנט ערגעץ אין די תורה אדער אין ספה''ק וועגן די מושג פון עדיקשן?

נישט סתם ווי עס ווערט דערמאנט די ווארט ''שיכור'' אדג.. נאר אט אט דאס וואס ווערט דא געברענגט אינעם אשכול וואס איז שוין קלאר אז עס איז נישט סתם א שיכור

אויב האט איר עפעס א מקור איבער עני פון אלע סארט עדיקשנס לאו דוקא אלקעהאליק, דאן ביטע ברענגט עס ארויף דא, אדער אין אישי

א דאנק
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

אויב עפעס האב איך נאר געהערט פארקערט, אדרבא אויב איינער ווייסט, זאל ביטע ברענגען דא ברבים לתועלת הרבים
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

אין די מאמענט פ' וירא דעגט מען דערפון
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

ענקסזייעטי האט איר יא באגעגנט?

איך מיין נישט חלילה חוזק צו מאכן פון א ריכטיגע שאלה, איך מיין ארויסצוברענגען אז עדיקשאן איז א חולי נפש קרענק וואס דאס האט איר זיכער יא באגעגענט, דאס אז איר האט נישט באגעגענט די נאמען עדיקשאן איז נישט קיין פירכה בכלל.

אגב, הרב טווערסקי זצ"ל האט ארויסגעגבן עטליכע ספרים אויף די נושא, כ'גלייב אז עס דורך ליינען וועט אייך פארענפערן די שאלה.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
זרחה נפשי
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 4:19 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זרחה נפשי »

איז דא ערגעץ ווי ארום ב"פ א AA מיטינג?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”