Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

כ'וואלט הנאה געהאט פון א אנאליז אויף מיין דאטום, כה שבט - פעברואר 13
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

נשמה האט געשריבן:מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך דא אביסל שרייבן וועגן א סיון. תאומים. יסוד הרוח. איך וועל שרייבן וויפיל ס'שטומט מיר. מיט וויפיל איך קען סיון. די איבעריגע לאז איך איבער פאר די וואס קען בעסער סיונ'ס. יו די סיונ'ס.

אלס א סיון וועל איך צוצייכענען וואס עס שטימט ביי מיר.

א סיון האט ליב צו ערקלערן פילאזאפישע זאכן. ער גייט פון פעולה צו פעולה לויט א שכליות'דיגן פארשטאנד. ער לאזט זיך נישט אזוי ווייט פון זיינע געפילן. ער לאזט זיך נישט פארשוועמען פון זיינע געפילן. ער האלט זיך צום שכל פון די זאך. ער איז אנגעהאנגען אינעם שכל פון די זאך.

ריכטיג.

אויב מיינסטו אז דו האסט ארויס א סיון, זאלסטו וויסן אז דו האסט אים נאר ארויס דא, ביי דעם מצב, ביי דעם עולם. קומט ער אן ערגעץ אנדערש, טוישט ער קאליר. אזוי ווי די בעלי חיים וואס קענען טוישן די קאליר פון זייער הויט זיך צוצופאסן צו די מצב ארום און ארום, דאס איז א סיון. רעג דיך נישט אויף אים, ער איז נישט פאלש. ער איז א סיון.

ריכטיג.

האסט בטעות אדער פאר'דוקא אויפגערעגט א סיון, ער רעגט זיך, ער קלאפט טירן, ער שעלט, נישט גע'דאגה'ט, מארגן פארגעסט ער. בעהט אים איבער און אלעס איז גוט. אפילו נישט, ער איז דיר מוחל.

ריכטיג.

א סיון איז זייער געפיליש. אבער ער איז זייער קלוג. ער האט א אפענעם קאפ, א סיון געדענקט גוט. א סיון האט ליב ארויסצוהאבן א זאך. און ער האט ליב ארויסצוהאבן די השקפה פון א צווייטן.

ריכטיג.

ער גייט דיך זאגן "דו ווייסט וואס איך האב אויסגעטראפן, א נייעם רעיון, א נייע וויסנשאפט" דאס איז א סיון. ער גייט אין די וועלט ארויסצוהאבן די וועלט. ארויסצוהאבן וויאזוי ס'ארבעט די וועלט. מיט דעם אלעם געדענק: א סיון קען זיך נישט אזוי גוט קאנצענטרירן. ער האט ליב צו טון צוויי זאכן אויף איינמאל. (אפשר קען מען טון דריי זאכן?)

נישט ריכטיג.

א סיון קען דיר מסביר זיין מיט א קלארקייט א געוויסע זאך, אז אזוי און אזוי איז עס, ווען פאקטיש איז עס נישט אזוי. עסט אים צודרוקן צו די וואנט וועסטו זעהן אז ער אליין ווייסט אז ס'איז נישט אזוי. ער ווערט פשוט נשפע און נתפעל פון דעם אליין וואס ער זעהט.

לאו דוקא.

אפילו בשעת ער איז דיר מסביר די זאך, קענסטו מערקן אויף אים אז ער אליין ווייסט די אנדערע זייט דערפון. ער אליין ווייסט ווי גוט ער וואלט ווען געקענט ווערן אפגעווענדט.

ריכטיג.

א סיון קען שווער איינזיצן. ער לעבט. ער גייט אן. א רוח חיים.

נישט ריכטיג.

א סיון איז א געטרייער ארבעטער.

ריכטיג.

א סיון האט ליב צו מאכן געלט. געלט, געלט, געלט. געלט רעדט צו אים. דאלערס. מ'מאכט געלט, מ'געט אויס געלט. געלט, געלט, און געלט. אלעס ארום געלט. מ'האנדלט.

ריכטיג... :wink: (כ'מיין אבער אז פילע פון מיינע באקאנטע, נישט סיון'ערס, גלייכן געלט מער ווי מיר...)

א סיון האט ליב צו זיצן אינצווישן די מענטשהייט. א סיון איז א מענטשן מענטש. איך קאל דיך, דו קאלסט מיך. איך האב מיט דיר, דו האסט מיט מיר. א מענטשן מענטש. א סיון האט זייער ליב א טעלעפון און נאך ענינים וואו מ'שערט זיך מיינונגען. ביי יעדע הייסע פאליטיק איז דער סיון דער וואס קויפט און פארקויפט די לעצטיגע דיעות בענין. ער טראגט און ברענגט דיעות. א סוויטשינג בארד. טרעפסט א סיון, נאך א פאר מינוט וועט ער אנהייבן צו רעדן צו דיר פון א געוויסע נושא, אויסצושמועסן די שכליות דערפון. און דיר פארציילן ווער ס'האלט אלץ אנדערש ווי אים. און מיט וועם ער האט זיך אלץ ממש לעצטענס גע'טענה'ט אין די שכל פון די זאך. א סיון וועט זיך פרייען צו טרעפן איינער וואס האלט אזוי ווי אים. אבער ער וועט זיך פרייען אויב דו ווילסטעך מיט אים ארומ'טענה'ן. און ס'גייט גיין פייער פון די באלאטעס. פון די קולות פון טענה'ריי. ער האט ליב צו זאגן זיינע דיעות אויף יעדע זאך וואס קומט אין זיין געגענווארט. בקיצור: ארום א סיון איז אלעמאל היץ פון טענה'ריי וואס ברעכט אויס לעתים קרובות, אדער גייט באלד זיין היץ, אדער איז עס א שטילשטאנד. און בשעת ער טענה'ט זיך מיט דיר, איז ער ביזי מיט זיין ארבעט. צוויי זאכן אויף איינמאל. בד"כ.

נישט ריכטיג. ווייט פונעם מציאות.

א סיון איז נישט באמת צופרידן פון קיינעם. אויף יעדעם האט ער א פלאץ ווי ער טרעפט ווי ער קען זיך ארומ'טענה'ן. און אויפווייזן אז נישט אזוי איז דער אמת וויאזוי ס'קומט. און ער טענה'ט זיך אויס מיט יענעם. ביז פינעווע פארטאגס.

די באלד איז מעגליך ריכטיג, אבער דאס מאכט מיר נישט 'נישט באמת צופרידן פון קיינעם'. (עכ"פ, פאר יענעם זאג עס נישט...)

ווען דו ווילסט ארויסהאבן א סיון, זאלסטו זיין גרייט אז דו גייסט טרעפן צוויי ביכער. אין איין בוך גייט שטיין אז דער מענטש איז אזוי און אזוי, און אין די אנדערע בוך גייט שטיין אז דער מענטש איז באמת אנדערש. אויב מיינסטו אז דו האסט אים שוין ארויס, און דו גייסט שוין מיט מיט דעם וואס דו האסט געטראפן, גייסטו פלוצלינג זען אז ניין, טעות. ער איז נישט דאס וואס דו האסט געמיינט. דו קענסט נישט מיט אים. דו קענסט אים נישט כאפן אויף איין טרעק. אמאל איז ער אזוי, און אמאל איז ער אזוי. דו קענסט נישט אויסשטעלן א טרעק אז אויף דעם גייט ער פארן.

ריכטיג.

א סיון, זאגסט אים א קליינע זאך פון א גרויסע לאנגע פארצווייגטע זאך, און ער פארשטייט שוין די גאנצע זאך. (צו ער פארשטייט טאקע, ווער ווייסט, זיי קוקן אויס אויבערפלעכליך, אבער ס'מוז נישט זיין, זיי האבן למעשה גאר א גוטע תפיסה, און הבנה) ער מאכט שוין, און טוט שוין. ער האט שוין א ביזנעס פון די גאנצע זאך. פון די איין קליינע זאך האט ער שוין א ביזנעס, א ריעל ביזנעס.

מעגליך ריכטיג. הגם נישט אויבן-אויף.

א סיון קען אסאך מאל רעדן אזוי שנעל, אז דו וואונדערסט דיך צו ער ווייסט וואס ער רעדט, צו ער איז אן טרעק, אבער למעשה זעהסטו אז ער איז מצליח. האסט אים קוים געענדיגט מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט און שוין טוט ער דערין, און ער איז מצליח. א סיון איז אזא לויפעדיגע זאך.

לאו דוקא

א סיון איז אלעמאל אנגעצויגן. לאמיר זען צו דו ביסט געזיצן מיט א סיון ביי א וואסער און דשאסט הנאה געהאט פון די כוואליעס. איך מיין אז נעווער עווער. דער קען נישט איינזיצן. אויב ער זיצט יא ביי א וואסער, קאלט ער אן זיין חבר רעדן די לעצטע פאליטיק. ער כאפט אריין.

נישט ריכטיג.

אבער איין מינוט: ער איז נישט ממש דאס. ער איז יא רואיג. איין רגע: ניין, ער איז נישט רואיג. יא רואיג, אדער נישט רואיג? דאס איז א סיון. רואיג און אומרואיג אויף איינמאל. קענסט אים נישט אריינלייגן אין א טרעק, און זאגן אז דאס איז ער. ווייל אין א רגע ארום וועט ער דיך אנטוישן. און ווייזן אז ער איז נישט ממש דאס וואס דו האסט אויסגערעכנט.

ריכטיג.

א סיון? געלט, חברים, א קאר, און א טעלעפאון. דאס איז א סיון. נאכאמאל, געלט, חברים, א קאר, און א טעלעפון. און דו האסט אים נישט ארויס אויף איין טרעק. ווייל אין א רגע ארום וועסטו קלאר זעהן אז דו האסט דיך טועה געווען. ניין, ער איז נישט דאס וואס דו האסט געמיינט.

נישט ריכטיג.


אבער דו האסט זיך שוין באווארענט פון פאראויס:
נראה לי, אז ווען דו גייסט זאגן פאר א סיון וואס א סיון איז, וועט ער זיך פרייען זיך אליין ארויסצוהאבן, אבער בשעת'ן פרייען גייט ער אויך טראכטן אז "איך בין דאך נישט ממש דאס". ער גייט אויך טרעפן די סתירה דערצו. דאס איז נראה לי.


והשם הטוב יעזור.

אמן
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

וואס איז מיט טבת ?
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:כ'וואלט הנאה געהאט פון א אנאליז אויף מיין דאטום, כה שבט - פעברואר 13

איך בין כו'
הצלחה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

לאמיר אביסל זעהן וואס דאס איז מזל גדי. וואס האט השי"ת אריינגעלייגט אין די כח פון די צייט אפשניט וואס מ'רופט מזל גדי. יסוד העפר. און לאמיר פארשטיין פארוואס איז דאס יסוד העפר.

איך קען נישט צופיל מענטשן וואס איך ווייס אז זיי זענען טבת. איך וועל פרובירן צו שרייבן דאס מערסטע וואס איך פארשטיי.

עפר מיינט אז דער נפש פון א טבת ווערט געווירקט פון א ציאונג צו גראוויטעט. ער זעהט אז ס'דא א וועלט, און ער זאגט צו זיך אליין: נוץ דיינע כוחות צו מאכן דערפון עפעס. און ער וויל מצליח זיין. א נפש וואס דער יסוד העפר ווירקט אז ס'זאל זיך רירן, שאפט עס (לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט) א ציהל וואס איז 'והארץ נתן לבני אדם'. 'דירה בתחתונים'. אוודאי האט ער א שטארקע רצון. אבער מעשה איז ביי אים דער עיקר. ער שרייבט אז א טבת איז נישט דער וואס עס ציהט אים צו דערגרייכן עפעס גאר גרויס. חוץ אויב ער פארשטייט אז דאס דארף אים ציען. אבער נישט אז 'ציען צו עפעס גרויס' איז דער עיקר.

א טבת איז בטבע זייער א גראדער. און ער שרייבט עס אויף נאך אפאר חדשים. איז, דאס איז נאכנישט קיין בחינה. ס'קען אבער צולייגן.

א טבת האט ליב כבוד. כבוד פארנעמט ביי אים א א היפשער פלאץ. ער איז זייער האקל מיט די ענין פון כבוד. ער לייגט אריין פיהל ענעריגע צו דערגרייכן כבוד, און אז מ'זאל אים געבן א וועליו. (ביי ערליכע יודן איז עס כבוד ה', און פארקערט, ער וועט זיך מבזה זיין פאר'ן כבוד שמים.) און א טבת וועט נישט מוחל זיין איינער וואס האט אים געטשעפעט זיין כבוד. אדער אויסגענארט אויף א אופן אז ס'האט בארירט זיין כבוד. ער ווייזט נאר ארויס אז ער איז מוחל, אבער אין הארץ איז ער נישט מוחל.

בקיצור א טבת ווייסט צו זאגן פונעם ענין פון כבוד. ער ווייסט וואס דאס איז. וויאזוי מ'עסט עס. אדער וויאזוי מ'דארף אנטלויפן דערפון. בקיצור, ער ווייסט דערפון.

לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס, איז די נפש פון א טבת געמאכט אויף צו מאכן א בנין פון די וועלט, און אויך פון זיך. און אויב ס'איז כבוד, און כבוד קומט פון אינדרויסן פון אים. יעצט, א עפר איז אנדערש ווי מים. אויב ס'באקומט א זעץ, בלייבט עס. זעהט אויס אז ווען איינער טשעפעט אים, לערנט ער זיך פון יענעמ'ס טשעפע. עס פארעמט אים אויס.

א טבת געט פון זיך א רואיגקייט. א שטילקייט. עס איז די בחינה פון עפר. שטיל. פעסט. ( א שאד אז איך דארף נאכשרייבן און איך האב נישט ארויס וואס ער שרייבט)

ביי א טבת ווערט די גאנצע וועלט א קלארער שטיק. ס'איז נישט א בחינה ווי מים, ער זעהט קלאר די מעלות וואס ארומיגע האבן. (איך דמיון אריין דאס מערסטע שייך. ווייל איך קען נאך נישט טבת'ער. אויב איינער גייט מיר זאגן אז אזוי איז עס, וועל איך וויסן אז איך שרייב ריכטיג) ער זעהט יענעמ'ס מעלות, און עס האלט זיך ביי אים די ווערד.

א טבת זוכט שלימות. אבער איך וואלט עס נישט גענומען אלץ א עיקר אין די וועג וויאזוי זיין נפש ארבעט. ביי א אלול זאגט ער אויך אז א אלול זוכט שלימות. און ביי אדר זאגט ער אויך אז ער זוכט שלימות. קען זיין, אז יעדע פון די שלימות'ער וואס איטליכער זוכט איז א אנדערע סארט איינע פון די אנדערע.

א טבת איז א שטיקל קפדן ווען דו קוקסט עס אן פון א געוויסע ווינקל. און ער איז א שטארקער סבלן ווען דו ריקסטעך אביסל די אנדערע זייט און דו קוקסט פון דארט.

א טבת איז א דייקן. וואס ער טוט, טוט ער עס אין גרונט. און צום תכלית. דאס מיינט אז ער איז א דייקן. און ער האלט פון וואס ער טוט. ער שרייבט ער האלט זיך גרויס מיט וואס ער טוט. א אב קען אויך אנטוויקלן די מידה פון גאווה. אבער דא רעדט מען פון א געפיל פון "איך בין שטאלץ אז אזוי דארף מען טון". אזא סארט ויגבה לבו בדרכי ה'. וואס האט עס מיט עפר? טראכט איך, אז ס'איז נישט סתם "איך טו". ס'איז א דבר ממשי. אזאך וואס ער טוט איז א דבר ממשי.

א טבת איז באגלייבט. און ער גלייבט, ער טראסט, ער געטרויעט. דאס איז נישט נאאיוויטעט, נאר זיי האבן אזא אינטואישן צו שפירן ווער עס איז באגלייבט און ווער נישט. איך קלער אז דאס קומט אויך פון יסוד העפר. ער זעהט וואס יענער איז.

א טבת איז אזא דייקן, און עס גרויסט זיך אין אים אזוי שטארק מיט אלעם וואס ער טוט, ער איז ביי זיך אזוי קלאר, אז עס רעגט אים אויב מ'טוט נישט אזוי ווי ער פארשטייט. דאס קומט פון יסוד העפר. ער זעהט עס קלאר.

יעצט, אויב ער איז זיך טועה איז ער גרייט מודה צו זיין על האמת אז ער האט געמאכט א טעות, און ער וועט זיך לערנען כל ימי חייו. און מער וועט ער דאס נישט טון. דאס קומט פון יסוד העפר. אלעס ווערט ביי אים צעמענטירט.

א טבת לייגט זיך אריין אינגאנצן צו טון וואס ער האט מקבל געווען אויף זיך צו טון. ווייטער יסוד העפר, מאכן עפעס. (איך האב ליב צו מאכן איין נקודה פון די גאנצע בינטל) עולם המעשה.

א טבת האט א חן, א דערהויבנקייט, איידלקייט, און ערנסטקייט. (נראה כצדיק אפילו אן עבודה) א אב, ארי'ה, האט אויך א חן. די חילוק איז, אז א אב איז מער יראת הכבוד, א ארי'. awe. ביי א טבת איז עס א געוויסע ליבליכקייט. כך נראה לי.

ער זאגט אז די לעבן פאר א בן מזל גדי איז טאפעדיג. נישט לופטיג. נישט טעארעטיש. עס איז נישט אן איידיע. ער לעבט עס מיט. ס'איז ביי אים א הארטע זאך. עפר. ער שפירט אז ער גייט יעצט אן. און אז ער דארף זיך שלאגן דערפאר. און מ'קען נישט פארלירן קיין מינוט.

א טבת קען נישט נעמען קריטיק. און אפילו נישט קיין "דשאוק" אויף זיין חשבון. און די סיבה האב איך שוין ערקלערט לפי מיטב דמיוני. אז יעדע טשעפע, אדער ווארט, איז ביי אים א בנין וואס בלייבט.

א טבת האט א שארפן שכל. אסך חדשים האבן א שארפער שכל לויט אים. א טבת קען זיך גאר טיף קאנצענטרירן. און האט ליב מגדיר צו זיין זאכן. אזוי ווען א מעלער מאלנט, דארף ער כאפן דעם ריכטיגן קאליר וואס ער זעהט, און ער דארף קריטיקירן צווישן גאר ענליכע קאלירן. דאס מיין איך צוזאגן. דאס - מיין איך יעצט - קומט פון יסוד העפר. א אלול האט די זעלבע זאך. הגם א אלול איז מער א רואיגערע טייפ ווי א טבת.

א טבת איז מער צדק ווי רחמים. ווייל ער איז גראד. גראד, דהיינו, פאקטיש. אמת. אביעקטיוו. צדק פארנעמט ביי אים א עיקר. רחמים באלאנגט פאר א אנדערע יסוד, ווי יסוד העפר. א טבת איז נישט ווייעך, און ער איז נישט "מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט מיר". ער איז: איך בין דאהי. און איך זאג. און מ'דארף אזוי און אזוי טון. אפילו מ'דערליידט עס נישט צומאל. ער קען נישט פארטראגן א שוואכע משפט. אדער אז מ'האט נישט מחליט געווען. אלעס איז ביי אים געגאסן. יסוד העפר. אנדערש ווי ביי א אדר, וואס ביי אים איז אלעס מער פלאטשקעדיג. און: ס'עט זיין גוט.

א טבת וועט טון זאכן בנוגע כבוד און האבן א גוטע נאמען. כבוד און האבן א גוט'ן נאמען, איז ביי אים א זאך. (פארשטייט זיך, דאס איז נישט אזוי ביי ערליכע יודן. ערליכע יודן וועלן זיך אננעמען פאר'ן כבוד שמים. אפילו אויב מ'דארף זיך אליין מבזה זיין)

א גדי, געבט זייער אכטונג. האט נישט ליב צו צעווארפן זאכן וואס מ'האט שוין אויפגעבויט, אדער זאכן וואס ער האט שוין מסכים געווען אז אזוי גייט מען טון. אפילו אויב ער האט שאדן דערפון. וואס איז דאס? יסוד העפר. אזאך וואס איז שוין געבויט, געב איך דערויף אכטונג.

א טבת וועט נעמען אויסגעפראווטע שיטות. וואס מ'האט שוין געזעהן אז ס'ארבעט. ווייטער יסוד העפר. ער זעהט אלעס ווי געבויעטע זאכן. נישט אין א וואסעריגער פארמאט.

א טבת האט נישט מורא פון ארבעטן שווער. און ער האט נישט מורא פון זיך פארמעסטן. ער ווייסט אלעמאל אז אזוי קומט עס. דאס איז לעבן. עס איז שווער? נו, דאס איז לעבן. דערגרייכן אין לעבן איז צומאל ווי ארויפקריכן א בארג, אבער ווילאנג איך קען זעהן דעם ציהל אויבן פונעם בארג וועל איך זיך רוקן אהין. געדויערט עס צייט און כוח.

א טבת האט ליב מוזיק. אבער דאס איז נישט קיין ראי' בוחן צו זיין א טבת. א טבת האט ליב גוטע זאכן. א לעדערנעם מחזור. א שיינעם בענקעל. זיין הויז, איז מסודר. ער האט ליב סדר. ווייל אלעס איז ביי אים צעמענטירט. און אויך איז עס א בחינה פון כל כולו אומר כבוד. עס ברענגט ארויס כבוד.

א טבת וואס זאגט צו עפעס, האט עס א דעקונג. אויב האט ער צוגעזאגט, וועט ער עס טון פאר יעדן פרייז. עס האט דעקונג.

א טבת ווערט נישט צו שנעל גוט מיט אנדערע. אנדערש ווי א אדר. א טבת האט גאנץ א ברייטער קאמפאניע, אבער ווייניג פון דיע זענען זיינע נאנטע חברים. וואס איז פשט? זעהט אויס, אז א מענטש איז זייער משפיע אויף זיין נפש. (איך טראכט נאר) ווייל זיין נפש איז יסוד העפר.

ער פארציילט נישט זיינע באהעלטענישן פון זיין הארץ. האט ליב צו פארציילן נאר די טובות וואס ער האט געטון פאר אנדערע. אדער טובות וואס אנדערע האבן אים געטון. און אויב איינער האט אים געטון א טובה, איז ער יענעם שטענדיג מכיר טובה. תמיד.

שלעכטס וואס אנדערע האבן אים געטון, האלט ער אין זיך.

א אינטערעסאנטע זאך וואס ער שרייבט אויף א טבת. יעדע זאך אין לעבן קומט אים אן שווער. אבער ער איז זיך נישט מייאש. און ער האפט שטענדיג אז עס וועט גוט זיין. און שלעכט וואס קומט - השי"ת זאל אפהיטן - זיין וועג צעברעכט אים נישט (זעהט אויס אז ס'צעברעכט אים נישט עד הסוף, ער קען זיך צאמקלויבן)

א טבת האט אין זיך עקשנות. און התמדה. און ווי ער האט שוין פריער דערמאנט, ער געט זיך איבער צו וואס ער טוט.

צומאל קען יאוש אראפשלעפן זיין זעלבסט-זיכערקייט. ספעציעל ווען עס קומט חס ושלום א צרה, אבער ער שטארקט זיך דערויף.

אינטערעסאנט איז, אז א טבת האט א זעלבסט-זיכערקייט. אנדערש ווי א אדר.

ער גייט נישט בארגן געלט, נאר אויב ער האט פון וואו צו באצאלן.

די אופן וויאזוי א טבת האט ליב, אדער האט פיינט, איז נישט אזוי פארשטענדליך. ס'האט זיך זיין אייגענעם וועג.

ער טוט נישט אזוי שנעל א שידוך, נאר אויב ער ווייסט זיכער אז זי איז די ריכטיגע פרוי פאר אים. ער איז מער אינטעלעקט ווי געפיליש מיט זיין צוגאנג צו נישואין.

א טבת האט א נטי' אריינצוקלערן אין זיך. (איך מיין אז דאס זאגט ער) און ער ווערט צעקלאפט ווען מ'טוט נישט אזאך לויט זיין געשמאק. און זיין געזונט קען אפילו ליידן דערפון. עס קען זיך אים זארגן אויף קלייניגקייטן, און עס קען אויסשעפן זיין ענערגיע.

האבן זיך נישט ליב אפצורעדן, און האבן נישט ליב מענטשן וואס מוטשענען.

ער מוז קודם זיין מסודר מיט א הויז און א משפחה, און נאכדעם קען מען אנגיין ווייטער.

א טבת איז קיינמאל נישט געהעריג א קינד. ער איז ערוואקסן שוין זייענדיג א קינד. זייער ערנסט א גאנץ לעבן. זעהט אויס אז דאס וואס דו זעהסט א טבת מאכן א ווערטל איז עס גארנישט אזוי ווערטלדיג. און ווען דו זעהסט א אדר זיין ערנסט, איז עס נאכנישט אזוי ערנסט. (איך רעד פון פשוט'ע מענטשן)

אויב עס רירט אן זיין שטוב לעבן, לאזט ער אפ זיין קאריערע. שטוב איז קודם.

א טבת האט אזא נאטור פון זיך איינקויפן א אוטאריטי. זיך איינקויפן אזא "ווען איך זאג עפעס, קענסטו מיך פאלגן" "איך זאג נישט אבי געזאגט" "איך האב געזאגט, און ווייל איך האב געזאגט קען מען אזוי טון". השי"ת האט אים אזוי באשאפן. זעהט אויס כדי מ'זאל אים פאלגן. ער האט זיך זיינע אייגענע שטרעבונגען. און ער האט זיך זיין אייגענעם אויפגאבעס. ער נעמט אחריות. בקיצור, גייסט צו א טבת פרעגן עפעס, און ער זאגט דיר עפעס, האט עס - לויט דעם - קאווערידש.

יונגערהייט קען מען נאך נישט זעהן אויף אים א זעלבסט-זיכערקייט, שפעטער יא.

זייער פלינק, זייער איבערגעגעבן, זייער געווארנט, זייער איבערגעטראכט, און זייער געלאסן.

געבן זייער אכטונג אויף זייער געזונט, פאלגן אויס אלעס וואס דאקטורים זאגן, זענען זייער עמפינדלעך צו זייער געזונט.

עס איז ביי זיי א וועליו צו האבן א משפחה ארום און ארום. און זיי פאדערן אז מ'זאל אלעמאל געבן דעם ריכטיגן אטענשאן.

זיי ווילן אז יעדער זאל גיין אויף די זעלבע וועג ווי זיי גייען. זעהט אויס אז דאס קומט ווייל ארומיגע האבן א שטארקע השפעה אויפ'ן טבת, ווייל ער איז יסוד העפר. איז, אויב יענער גייט אנדערש, שפירט ער אז ער אליין איז אנדערש. (לפי דמיוני כתבתי)

א טבת שפירט אז די שווערערע וועג איז בעסער.

ווען זיי ווילן עפעס אנקומען, אפילו אויב ס'דא אסאך שטיינער אויפן וועג, וועלן זיי אנקומען. דאס יאז די זעלבע בחינה ווי ער האט געזאגט ביז אהער.

עס נעמט זיי צייט ווילאנג זיי זענען ענדליך מחליט, און אין די רגע ער איז מחליט, קען זיי קיינער נישט שטערן, אדער משפיע זיין אויף זיי. דאס נישט קענען שנעל מחליט זיין, קומט לכאורה פון די זעלבע שורש. ווען א מענטש בויט א בנין, פילט ער א אחריות וויאזוי ער גייט עס בויען.

א חלק פון זייער 'איך', איז טון.

א טבת איז א איש מעשי. טוט א זאך גרינטליך, און צום תכלית. נישט אפגעכאפטערהייט. נישט אויבערפלעכליך.

א טבת האט רצונות ארויסגעבן פון זיך נאך זאכן חוץ זיין ארבעט.

א טבת האט ליב צו גיין אנגעטון גוט, און זיין מסודר און ריין. אלעס וועגן די ערשיינונג. ווייל וויאזוי מ'ערשיינט איז ביי זיי זייער חשוב. ווייטער עפר.

א טבת האט זעלבסט-דיסציפלין, וואס שטופט זיי אלעמאל פאראויס אנצוקומען, און מצליח זיין וואס זיי האבן זיך געשטעלט אלץ א ציהל.

א טבת האט ליב די ענין פון א 'שליטה'. אבער בטבע איז ער נוטה צו זיין תלוי אין אנדערע.

שעמען זיך, זענען פארמאכט, ביז ווען זיי וואקסן אויף. יעדע זאך נעמען זיי אן ערנסט. (דאס איז דאכט זיך אויך ביי א חשון)

דער קאפ פון א טבת ארבעט צום תכלית, ער וויל וויסן ווי מ'האלט שוין, אדער ווי מ'האלט נאך, אויפן וועג צו דערגרייכן דעם ציהל.

א טבת איז בטבע אן ערנסטער, און האט נישט קיין הומאר. ער קען עס נישט. עס איז אים שווער. ער איז בטבע אן ערנסטער.

א טבת האט אייגנשאפטן צו קענען נאכמאכן.

האבן נישט ליב צו גיין, צו פארן, האבן ליב צו זיין אינדערהיים בדרך כלל. נישט סתם פארברענגען צייט.

זענען בטבע אומבויגזאם. און הארט. עפר. פארשטייט זיך רעלאטיוו.

גיין מיט לאגיק איז ביי זיי -מער ווי גיין געפיל.

האבן ליב די עולם המעשה. זיי וועליוען מעשה. טון.

זיי נעמען אין באטראכט אפילו ווייטע זאכן וואס עס קען געשעהן. שטארקע רואים את הנולד. דאס קומט לכאורה אויך פון יסוד העפר.

האבן אויסטערליש סבלנות. דערליידן גאר אסאך.

קענען אנפירן, מסדר זיין. עס זארגט זיך זיי נישט וואו זיי גייען טרעפן ארבעט, ווייל יעדער האט ליב זיין ארבעט.

א טבת איז א איש מעשי, ער טוט וואס עס איז נוגע למעשה. און חוסר רגש. (רעלאטיוו צו אנדערע חדשים) זייער איינציגע געפיל קומט ארויס ווען זיי ציטערן אז זיי זאלן נישט באקומען א שלעכטע נאמען. זיך צו האלטן גרויס, און מקנא זיין די נאנטע. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א נטי'.

אין זייער פערזענליכקייט ליגט באהאלטן מאגנעטישע כוחות. וואס ציהט צו זיך. זיי טרעפן חן. זיי ברענגען אויף צוטרוי אין מענטשן ארום. אפילו אויב מ'האט זיי נאך קיינמאל נישט געזעהן.

זיי ווייסן וואס זיי האבן צו טון, און מ'דארף זיי נישט זאגן.

זענען נוטה צו קארגשאפט, ווייל זיי זארגן זיך אויף מארגן. אבער ווען עס פעלט אויס זענען זיי פזרנים.

האבן ליב צו ארבעטן בטבע. עס טוט זיי וויי צו בטל'ן צייט.

זיי געבן נישט אזוי שנעל א געפיל פאר אנדערע. נאר אויב זיי זענען גאר שטארק איבערצייגט אז ס'פעלט זיך אויס.

זייענדיג א יסוד העפר וועט ער נישט נאר וועלן טון זאכן אין די וועלט, נאר זיך אליין אויפווייזן. אז "איך קען יא".

א טבת קען אריינפאלן אין א גיסטע אז ער שטרענגט זיך אן, אבער זעהט נישט קיין פירות. אבער ער האפט אז ער וועט נאך אמאל האבן אן עמידה בעולם.

סוף דבר איז, אז א טבת איז א טבת.

פארשטייט זיך אז ס'איז א נטי'. עס מוז נישט זיין אזוי אין פאקט. פאקטיש קען עס אויסדרוקליך זיין אנדערש.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג אוגוסט 21, 2020 5:42 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

געוואלטיג האט געשריבן:יישר כח נשמה פאר די גאר רייכע סחורה איך בין נאר נייגעריג ווער עס ווייסט צי גייט נישט די חשבון אז ניסן אייר סיון תמוז אב איז אש מים רוח עפר און אזוי ווייטער נאכאמאל אלול תשרי חשון כסליו - אש פאר חשון און מים פאר כסליו וכו'? צי אפשר איז עס בבחינת הרבה מדרשים יש?

ס'איז די זעלבע "מדרש". עס גייט: אש, עפר, רוח, מים.

ניסן טלה = אש. (די מערסטע וויפיל איך פארשטיי יעצט) א אינערליכער מאטאר וואס טרייבט אים.

אייר שור = עפר. עולם המעשה. פראקטיש.

סיון תאומים = רוח. (לויט וויפיל איך פארשטיי, אדער מיין אז איך פארשטיי) רוח, דהיינו, דיבור. ויהי האדם לנפש חיה, לרוח ממללא.

תמוז סרטן = מים. כח המדמה. געפיל. (זיי פרובירן עס צו באהאלטן, אבער געפילן זענען אינוואלווד אינעם כאראקטער.

אב ארי' = אש. דערגרייכן. די נפש פון א אב ווערט געווירקט דורך יסוד האש. מער ווי אנדערע יסודות. עס איז זיין רצון צו דערגרייכן. א אנדערע סארט ווי ניסן. א ניסן איז סך מער התלהבות. א ניסן איז מער א אש גחלת. דו זעהסט דעם ברען. א אב איז מער אש לוהטת. א פייער'ל וואס טליעט אינעווייניג. (דאס מערסטע וויפיל איך קען אריינלערנען פשט)

אלול בתולה = עפר. פראקטיש. קרקע בתולה. עולם המעשה. ער וויל פארשטיין וואס ער טוט.

תשרי מאזנים = רוח.

חשון עקרב = מים. כח המדמה. רגש. געפילן. חשון זענען מלא רגש. מיר דאכט זיך אז אפילו מער פארקניפט ווי א אדר. איך בין נאכנישט זיכער.

כסליו קשת = אש. א כסליו קען האבן געפילן. אבער עס איז די כח האש וואס שלאגט פון זיך דעם פייל. א מאטאר. "וויפיל אזייגער איז"

טבת גדי = עפר. טוט אין עולם המעשה.

שבט דלי = רוח. איך וועל צולייגן שפעטער.

אדר דגים = מים. א אדר, זיין נפש, איז נשפע פון יסוד המים, כח המדמה. געפיל. רגש. תאווה. דמיון.

קומט אויס אזוי. ניסן, אב, כסליו, עס ווירקט זיך דער יסוד האש ווען זייער נפש ווירקט.

אייר, אלול, טבת, ווערט נשפע פון יסוד העפר. לעשות כלים מגולם.

סיון, תשרי, און שבט, זייער נפש ווירקט זיך פון יסוד הרוח. זייער נפש פראדוצירט רוח. עס שפירט זיך דער יסוד הרוח ווען זייער נפש ווירקט.

תמוז, חשון, און אדר, ווען זייער נפש ווירקט, וועסטו שפירן דעם יסוד המים, כח הרגש. תאווה. געפיל. יסוד המים.

איך מיין אז ס'איז נוצבאר על זה הדרך. ווען דו גייסט מיט א ניסן, אב, און כסליו, איז מער די היציגקייט פון פעולות מיט וואס דו דארפסט האנדלן. מער ווי קער נעמען פון געפילן. אוודאי איז עס אויך געפילן פון וואס מ'דארף קער נעמען. אבער פארזעה נישט די יסוד האש וואס דאס איז מער א עיקר אין די נפש.

און ווידעראום ווען דו גייסט דיך אום מיט א אדר, איז עס מער די יסוד המים מיט וואס מ'דארף האנדלן. די געפיל פון די זאך. אוודאי דארפסטו רעדן צו א אדר, אויך צו זיין שכל, א אדר איז נישט א בעיבי. אבער דער עיקר איז יסוד המים. רוב זאכן ביי אים קומט פון געפילן.

ווען דו גייסט צום ביישפיהל מיט א סיון, פאדערט עס פון דיר א געברויך קער צו נעמען, אדער האנדלן, אדער זיך אן עצה געבן, מער מיט יסוד הרוח. מיין וואונדער איז נאר, וואס פונקטליך מיינט 'יסוד הרוח'. איז עס: ער ווערט געטריבן פון א ווינט. איז עס: ס'איז נאר א ווינט וואס הייבט אים, אבער באלד וועט זיך עס בארואיגן? ס'קען זיין אז א סיון איז מער אזא רוח. ס'איז נישט פשט אז דאס איז זיין שיטה.

ס'דא א מענטש וואס רעדט פון היץ, יסוד האש. התלהבות. ס'דא וואס רעדן געטריבן פון א רוח. יסוד הרוח. ער רעדט ווינטיג.

א כסליו איז אויך אין עולם המעשה. מער ווי אין עולם הדמיון. יסוד האש מיינט נאך נישט אז דער מענטש איז נישט אין עולם המעשה. יסוד האש מיינט אז ווען דו קוקסט וויאזוי דער נפש ארבעט, זעהסטו ווי עס ווערט נשפע פון יסוד האש. און עס געבוירט זיך דערפון אש. די נפש פון א תשרי ווערט געווירקט פון יסוד הרוח. און ער שאפט רוח.

שוין. איך האף אז איך שרייב נישט קיין שטותים. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך וויל דא צושרייבן זייער א וויכטיגע זאך. וואס איך וויל זייער שטארק אז מ'זאל דאס זייער גוט וויסן ווען מ'ליינט וואס איך שרייב.

ווען מיר לערנען אפ א קינד וואס מ'דארף מחנך זיין, אדער א זוג מיט וואס מ'דארף זיך א עצה געבן, אדער א קליענט, וכו', קען מען נוצן פארשידענע פון פאראויס געבויטע טעאריעס וויאזוי אפצולערנען א כאראקטער, און די שטריכן וואס מיר זעען. אויך נאר מיט א ספק. בסך הכל רעדט מען דא פון איינער וואס האט געקלערט. ס'איז נישט תורה מסיני. אבער מ'דארף זייער אכטונג געבן ווען ס'קומט אויף אפצולערנען גרויסע מענטשן. א יעדער בר דעת פארשטייט אז יעדע שטריך וואס מיר זעען קען די טרייב קראפט דערצו ווערן אפגעלערנט נישט ריכטיג. דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן און געדענקען.

צי קענען מיר מיט אונזערע השגות אפלערנען גרויסע לייט? צו קענען מיר אפלערנען צום ביישפיהל משה רבינו, כאטש ער איז געווען א אדר. אזוי שטייט. נאר עס איז אונזער אחריות וויאזוי מ'נוצט טעאריע פון פשוט'ע מענטשן. צו פרעמען דערמיט גרויסע לייט.

איך ווייס קלאר אז טעאריע אליין קען האבן א השפעה אויף וועם מ'מאכט די טעאריע. מיר דארפן זייער אכטונג געבן ווען מיר ווילן פארשטיין די סיבות צו געוויסע שטריכן וואס מיר זעען.

והשם הטוב יעזור אז מיר זאלן האבן שכל וויאזוי מיר טראכטן.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

איך וויל צולייגן א וויכטיגע פוינט ווען עס קומט צו דער גאנצע נושא פון נאטורן לויט די חדשים.
איך גיי בכלל נישט אריין אין די שאלה צו די חודש האט שייכות צו די נאטורן, צו עס האט אביסל שייכות צו בכלל נישט. יעדער קען האלטן וואס ער וויל.

איך וויל נאר ארויסברענגען אז זייער אסאך מאל אפילו אויב עס איז זייער ריכטיג, וועט די מענטש וואס איז געבוירן אין די חודש שרייען חי וקיים אז עס הייבט זיך נישט אהן.
ווייל א מענטש ווערט געבוירן מיט א געוויסע מהות, מיט געוויסע נאטורן, אבער זייער אסאך מאל במשך די יאהרן פארט ער אוועק פון זיינע נאטורן אין נעמט גאנץ א אנדערע ריכטונג.

כ'וועל געבן א פשוט'ע ביישפיל. לאמיר זאגן א מענטש וואס זיין געבוירענע מהות איז צו וועלן אייביג זיין אויפן סטעידש, זוכן אייביג צו פערפארמען, רעדן דרשות וכדו', עס זענען דא אזעלכע מענטשן, זיי דארפן אייביג דעם מייקרופון. און עס איז אוקעי. יעצט למעשה האט מען איהם פארקנאקט אלע זיינע יאהרן, און יעצט האט ער שוין מורא פון צוצוגיין צום עמוד אדער רעדן אפאר ווערטער און פראנט פון מענטשן.

אויב וועסטו איהם זאגן, ביי נעיטשער ביסטו א מענטש וואס דארף זיין אויפן סטעידש. ער וועט עפענען אויף דיר צוויי ריזיגע אויגן, און זיין קאנווינצט אז די רעדסט נארישקייטן. וואס הייסט? וועט ער טענה'ן. איך? איך ציטער פונעם ברעטל ווי פון פייער!..

אבער די אמת איז אז ער דארף עס יא, און זיין געבוירענע נאטור איז יא צו זיין די ראש המדברים בכל מקום.. נאר וואס דען, זיינע פחדים וואס ער האט דעוועלעפט שפעטער מכל מיני סיבות זענען יעצט שטערקער פון זיין נאטור.... ארגינעל איז זיין נאטור זאט צו ווערן פון א דרשה ברבים, אנגעפילט צו ווערן פון זיין אויפן סטעידש, אבער ער וועט דארפן ארבעטן אויף זיינע פחדים, צוריק צו קומען צו זיין ארגינעלע מהות.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

וואונדער איך מיך אין וועלכע חודש זענען אלע נערנים געבוירן געווארן יעדע חודש ביזדערווייל איז קלוג שארף
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

כהאב מיר גוט געטראפן, הגם נישט צו אלעם וואס ער שרייבט איבער מיין חודש וואלט איך 'געוואלט' מסכים זיין, אבער צו רוב האב איך געמוזט צושטימען,
יישר כח!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:איך וויל צולייגן א וויכטיגע פוינט ווען עס קומט צו דער גאנצע נושא פון נאטורן לויט די חדשים.
איך גיי בכלל נישט אריין אין די שאלה צו די חודש האט שייכות צו די נאטורן, צו עס האט אביסל שייכות צו בכלל נישט. יעדער קען האלטן וואס ער וויל.

איך וויל נאר ארויסברענגען אז זייער אסאך מאל אפילו אויב עס איז זייער ריכטיג, וועט די מענטש וואס איז געבוירן אין די חודש שרייען חי וקיים אז עס הייבט זיך נישט אהן.
ווייל א מענטש ווערט געבוירן מיט א געוויסע מהות, מיט געוויסע נאטורן, אבער זייער אסאך מאל במשך די יאהרן פארט ער אוועק פון זיינע נאטורן אין נעמט גאנץ א אנדערע ריכטונג.

כ'וועל געבן א פשוט'ע ביישפיל. לאמיר זאגן א מענטש וואס זיין געבוירענע מהות איז צו וועלן אייביג זיין אויפן סטעידש, זוכן אייביג צו פערפארמען, רעדן דרשות וכדו', עס זענען דא אזעלכע מענטשן, זיי דארפן אייביג דעם מייקרופון. און עס איז אוקעי. יעצט למעשה האט מען איהם פארקנאקט אלע זיינע יאהרן, און יעצט האט ער שוין מורא פון צוצוגיין צום עמוד אדער רעדן אפאר ווערטער און פראנט פון מענטשן.

אויב וועסטו איהם זאגן, ביי נעיטשער ביסטו א מענטש וואס דארף זיין אויפן סטעידש. ער וועט עפענען אויף דיר צוויי ריזיגע אויגן, און זיין קאנווינצט אז די רעדסט נארישקייטן. וואס הייסט? וועט ער טענה'ן. איך? איך ציטער פונעם ברעטל ווי פון פייער!..

אבער די אמת איז אז ער דארף עס יא, און זיין געבוירענע נאטור איז יא צו זיין די ראש המדברים בכל מקום.. נאר וואס דען, זיינע פחדים וואס ער האט דעוועלעפט שפעטער מכל מיני סיבות זענען יעצט שטערקער פון זיין נאטור.... ארגינעל איז זיין נאטור זאט צו ווערן פון א דרשה ברבים, אנגעפילט צו ווערן פון זיין אויפן סטעידש, אבער ער וועט דארפן ארבעטן אויף זיינע פחדים, צוריק צו קומען צו זיין ארגינעלע מהות.

זייער שיין. צומאל ליגט די פראבלעם פונעם מענטש דארט. לאמיר זאגן אז מיר טרעפן א 'ניסן' וואס האט נישט התלהבות, און האט נישט קיין שאיפות, (אויב די חדשים איז א פאקטישע וועג וויאזוי א מענטש קומט נאטורליך) וועלן מיר מוזן אננעמען אז זייער אסאך זאכן האבן פאסירט אז דער האט פארלוירן זיין התלהבות.
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

איינער האט עפעס פאר שבט ?
הצלחה
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

שאשא האט געשריבן:איינער האט עפעס פאר שבט ?

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
נטה
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:54 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטה »

וואס איז מיט תשרי ??
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

נשמה. אלס א טבת קען איך אגריען מיט א גרויס חלק און דיסאגריען מיט די אנדערע חלק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

די שבט חברה ווארטן אויף זייערס
( סלוינט צו ווארטן )
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

נעה האט געשריבן:די שבט חברה ווארטן אויף זייערס
( סלוינט צו ווארטן )

העמיר צו ווארטן.

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

איך ווארט אויך איך בין א שבט
מיין ווייב האט מיר איין טאג אהיימגעברענגט א צעטיל וועגן חודש שבט
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

נעה האט געשריבן:איך ווארט אויך איך בין א שבט
מיין ווייב האט מיר איין טאג אהיימגעברענגט א צעטיל וועגן חודש שבט

לייג אים ארויף.

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שאינו יודע האט געשריבן:נשמה. אלס א טבת קען איך אגריען מיט א גרויס חלק און דיסאגריען מיט די אנדערע חלק


אזוי ווי אלע די סארט זאכן זענען זיי ברייט און דו קענסט אריינלייגן יעדעם איבעראל.

מיינע ברודער וואס ענדליך צו מיר זענען אין אנדערע חדשים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נעה האט געשריבן:די שבט חברה ווארטן אויף זייערס
( סלוינט צו ווארטן )

.
נטה
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:54 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטה »

נשמה האט געשריבן:
נעה האט געשריבן:די שבט חברה ווארטן אויף זייערס
( סלוינט צו ווארטן )

.

נאָך אין פּלאַן צו קומען?
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

איך ווארט אויך
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

אויך א שבט... נשמל׳ע די שבטים ווארטן !!!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:אויך א שבט... נשמל׳ע די שבטים ווארטן !!!

לכבוד חודש שבט וועט ער שרייבן סטעי טונד...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”