Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

אין די לעצטע שטיק צייט האב איך היפש אסאך געהערט איבער דעם, און געהערט אז יש דברים בגו, האב איך א שטארקע רצון צו קענען דעם נושא, פון ווי שטאמט עס? און וואס איז עס? איז עס אזוי ווי די אניגראם? אז מקען ארויסהאבן א מענטש אינגאנצען, אדער עס איז בלויז א כלליות'דיגע שאצונג? יארן צוריק האב איך געזען א ספרד'יש ספר איבער דעם שרייבט ער דארט זייער אינטערעסאנטע זאכען אויף די נושא, וואס גייט אלס אדורך גיין אויף דער מענטש, זיין מזל וכו', איז וואלט איך געוואלט בעטען טייערע אידען קומט'ס ביטע אריין מיט אלעס ארום דעם נושא גוטע מקורות צי ליינען איבער דעם (אין אידיש), איכ'על ענק דאנקבאר זיין.
לפנות בוקר
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

ישר כח בקי פארן עפענען דעם אשכול!
ס'איז גאר אן אינטערסאנטע ענין!
צום ערשט וואלט געראטן געווען צי ברענגען א פארלעסליכע מקור אז דאס איז א אויסגעהאלטענע ענין...
שמעתי אז ס'געבויט אויף גוישע מזלות.
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
מעיין2
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2011 8:00 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעיין2 »

רעדן די טבע פון די מענטשן וואס ווערן געבוירן אין דעי מזל אדער יענע מזל איז נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז ווען מ'זאגט פאראויס וואס גייט פאסירן מיט די מענטש צוליב די מזל איז מען עובר אויף תמים תהיה, אדער אויב מ'איז מייחס א כח צו די מזלות, אדער אז מ'איז מכחיש די כח הבחירה פון די מענטש צוליב די מזל וואס ער איז געבוירן וכו'
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

הרב שרגא פאפלענאש שליט"א האט אמאל גערעדט דערוועגן ביי איינע פון זיינע שיעורים,
לפנות בוקר
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

לפנות בוקר האט געשריבן:אין די לעצטע שטיק צייט האב איך היפש אסאך געהערט איבער דעם, און געהערט אז יש דברים בגו, האב איך א שטארקע רצון צו קענען דעם נושא, פון ווי שטאמט עס? און וואס איז עס? איז עס אזוי ווי די אניגראם? אז מקען ארויסהאבן א מענטש אינגאנצען, אדער עס איז בלויז א כלליות'דיגע שאצונג? יארן צוריק האב איך געזען א ספרד'יש ספר איבער דעם שרייבט ער דארט זייער אינטערעסאנטע זאכען אויף די נושא, וואס גייט אלס אדורך גיין אויף דער מענטש, זיין מזל וכו', איז וואלט איך געוואלט בעטען טייערע אידען קומט'ס ביטע אריין מיט אלעס ארום דעם נושא גוטע מקורות צי ליינען איבער דעם (אין אידיש), איכ'על ענק דאנקבאר זיין.

גא"מ
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

שוין גערעדט דערפון אויפן וועלטל

ווי

fiena nieas האט געשריבן:

ניין און יא האט געשריבן:

viewtopic.php?f=25&t=31005
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אין מגדל עוז רעדט די יעב"ץ זייער שיין ארום דעים,
בעסיקלי איז זומער די מידה פון ניסן אייר סייון איז דם , מיין איך תמוז אב אלול, אש,
תשרי חשון כסלו, מים, טבת שבט אדר, שחורה,

באראכט עס וועסטו זעהן עס איז אזוי.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ס'דא א "ספר" וואס רעדט פון די חדשים, פון איינעם מרדכי מזרחי.

איך וויל שרייבן וואס ער שרייבט וועגן א כסליו, א קשת.

ער שרייבט אז א כסליו - קשת, ווילן זיין באפרייט פון שיעבודים, און פון צוימונגען. אפילו אויב א כסליו וועט טון אלע שיעבודים, און ליב האבן א אויסגערעכנטע סדר, און ער איז אנגעצויגן צום תכלית, גייט עס אבער צו אזוי: איך האב נישט קיין געדולד יעדע מאל צו באצאלן די ביל, מ'קען נישט מאכן אז ס'זאל לויפן אטאמאטיש יעדע חודש? באצאלן די ביל, יא. אבער וויל ווערן באפרייט פון די שיעבוד פון דארפן צאלן יעדע חודש. געדענק, א מענטש קען אסאך מאל ארבעטן שווער אבי נישט צו האבן שפעטער קיין שיעבודים, און אחריות, אבי זיך נישט צו דארפן אנשטרענגען שפעטער. "עס לוינט צו האבן א אייגענע הויז, אבי נישט צו זיין אונטער יענעם" עס לוינט זיך יעצט צו יאגן, אבי שפעטער צו קענען זיין פויל, פריי, פרייליך און גוטמוטיג.

די מיינד פון א כסליו איז אז א עוולה טאר נישט געטון ווערן. "וואס הייסט דו האסט אים בא'עוולה'ט? ער האט נישט מורא זיך צו שלאגן דערפאר "ס'קומט זיך מיר די געלט, וואס הייסט ביסט מיר שולדיג"

זיי ווערן זיי זייער שנעל און טיף געטשעפעט און גייען עס נישט פארגעסן.

זיי האבן נישט ליב אויסצואווארטן די ענדע פון טאנעל. "שולדיג? וויאזוי גייט מען עס באצאלן?"

זענען אפטימיסטיש. פונקט ווי מ'קען טראכטן אז ס'גייט זיין נעגעטיוו, קען מען טראכטן אז ס'גייט זיין גוט. פארוואס דארף מען טראכטן אז ס'גייט זיין נעגעטיוו, ס'מאכט סתם בעצבות. מ'דארף האפן צו השי"ת. אפטימיסטיש. מאכן פרייליך זיך, מאכן פרייליך די ארומיגע. און דאס איז מיט די גאנצע אנגעצויגנקייט נישט צו דארפן שפעטער האבן שיעבודים.

אויב דו ווילסט משפיע זיין אויף א כסליו, דארפסטו רעדן מיט א געפיל, און אויב דו ווילסט איבערצייגן צו דיין זייט, דארפסטו זאגן דיין קוק ווינקל און פארוואס.

זענען סימפאטיש

זיי זענען נוטה זיך צו האלטן גערעכט. און די סיבה דערצו איז ווייל זיי זענען זייער אטאנד צו יושר וצדק. מיט די גאנצע אנגייענדיגער אימפולסיווקייט, זענען זיי אבער על פי יושר. און דאס איז די סיבה פארוואס זיי טראכטן זיך נישט דורך. זיי שפירן אז זיי האבן שוין געטראכט בשעת מעשה. מער ווייניגער, זיי ליידן נישט פון או סי די.

זיי האבן ליב זייערע ליב-האבערס, און האבן פיינט זייערע שונאים.

ווערן זייער שנעל און טיף געטשעפעט און גייען עס נישט פארגעסן.

עס איז נישטא אזא זאך ביי זיי ווי זיצן סתם פארברענגען און שוין. אלעס איז ביי זיי א גאנצע מעשה מיט א גאנצע געשיכטע. יעדע מינוט פון זייער לעבן איז כאילו דו ביסט א פראגרעמער וואס ארבעט מיט גאר א קאמפליצירטער פראגרעם. ווי איידער א פשוט'ע געים.

זיי האבן ליב צו גיין וויקאציע. אבער, אן האבן די אחריות פון די זאך. אן ווערן משועבד צו עפעס.

אזוי ווי א פייל וואס האט ליב פרייהייט, און האט נישט ליב צו זיצן אינעם בויגן, אזוי איז א כסליו, האט נישט ליב צו דערליידן, וויל זיין פריי פון צוימונגען. אבער ווידעראום, אזוי ווי א פייל מוז האבן צוימונגען, און מוז האבן א שטייפן בויגן, כדי צו האבן פרייהייט, אזוי וועט א כסליו אננעמען די שיעבודים, און האבן סדר, כדי צו דערגרייכן נאכדעם פרייהייט.

אזוי ווי א פייל שלאגט זיך צו באקומען אירע רעכטן מיט א זעלבסט זיכערקייט, אזוי שלאגט זיך א כסליו פאר זיינע רעכטן. מיט זעלבסט זיכערקייט.

אזוי ווי א פייל איז אימפולסיוו, עס פליהט שנעל מיט איין גוטן ציה, און מ'קען שוין נישט צוריקטראכטן, אזוי איז א כסליו. מ'טוט שנעל צום זאך.

אזוי ווי א פייל האלט אז ער וועט עס מאכן, אזוי אויך א כסליו שפירט אז ס'גייט זיין גוט אי"ה.

אזוי א פייל וועט שיסן אויב עס פעלט אויס, אזוי וועט א כסליו אריינזאגן איינעם אויב ס'פעלט זיך אויס.

אזוי ווי פייל מוז קוקן וואו נישט צו שיסן, אזוי וועט א כסליו האבן סימפאטיע מיט זיינע נאנטע. און פיינט האבן זיינע שונאים.

אזוי ווי א פייל וואס טרעפט א ציהל וועט עס באלד שיסן, אזוי וועט א כסליו נישט זוימען, נאר גלייך טון צום זאך.

אזוי ווי א שיסער מוז ארויסהאבן די מציאות ארום און ארום, וועט א כסליו גוט פארשטיין וואס ס'טוט זיך ארום און ארום.

אזוי ווי א פייל קען נישט שיסן סתם אזוי אן א ציהל נאר ער מוז גוט אפשאצן און זיין זייער אויסגערעכנט, אזוי וועט א כסליו זיין. ס'עקזיסטירט נישט סתם א מצב.

אזוי ווי א פייל לאזט זיך הערן אויף די ארומיגע, אזוי וועט א כסליו זאגן זיין דיעה ארום און ארום.

אזוי ווי א פייל וויל פליען ווייט, אבער די רגע ס'פליהט זאל עס זיין אן קיין שיעבודים, אזוי וויל א כסליו גיין וויקאציע אבער אן קיין שיעבודים.

אזוי ווי א פייל האב ליב אז מ'זאל עס זאגן וואו עס איז יושר ס'זאל פליען, אזוי האט א כסליו ליב אז מ'זאל עס זאגן וואס צו טון.

און ווידעראום אזוי ווי א פייל ווען ס'פליהט שוין האט עס נישט ליב אז מ'זאל עס זאגן וואו צו פליען, אזוי וויל א כסליו אז מ'זאל עס נישט זאגן וואס צו טון, ווען מ'האט עס שוין אפגעטון.

אזוי ווי א פייל פליהט פון א אנגעצויגענעם בויגן צום תכלית, אזוי ווירקט א כסליו פון א אנגעצוינקייט צום תכלית.

און ווידעראום, אזוי ווי א פייל ווען ס'איז שוין פריי, איז עס מער נישט אנגעצויגן, אזוי אויך א כסליו, איינמאל מ'האלט שוין ביים תכלית איז עס רואיג און פריי, און פרייליך.

אזוי ווי א פייל איז ענדערש דער וואס פליקט, אזוי אויך א כסליו וויל נישט אז מ'זאל שיסן אויף אים.

אזוי ווי א פייל קען שוין נישט טראכטן ווען ס'פליהט שוין, אזוי אויך א כסליו נאכן טון.

אזוי ווי א פייל האט נישט ליב א בלורי טארגעט, אזוי האט א כסליו נישט ליב צו האבן מיט איינעם וואס איז נישט קלוג.

אזוי ווי א פייל וועט שנעל פליען צום ציהל מיט איין גוטן ציה, אזוי אויך וועט א כסליו שנעל ווערן געטשעפעט און שנעל צוריקזאגן.

אזוי ווי א פייל האט אין זיך א חוצפה און א עקשנות און א נצחון, אזוי אויך א כסליו ווען ס'דארף א ציהל.

די אלע זאכן וואס איך האב געשריבן איז נאר אין נטי'ה. דאס מיינט אז זיי זענען נוטה צו זיין אזוי. אבער אויף למעשה קען זיך ארויסשטעלן אז ס'איז נישט אזוי שארף. פשוט פון עבודת המידות.

והשם הטוב יעזור.
נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע אייטעמס »

נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

הערליך קלאר געשריבן וואס טיט זיך מיט די איבריגע 11 חדשים? ווי וואנט מאר... יישר כח
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. פלאות השם. מה נפלאו מעשיך השם. כולם בחכמה עשית. עצה עמוקה.

לאמיר אביסל רעדן פונעם אב - ארי' - יסוד האש.

אזוי ווי דער לייב זיצט מאיעסטעטיש און ער ברענגט אין דיר ארויס א עהרע. דו בלייבסט אזוי פארגאפט מיט עהרע. דאס קען דער אב. און נישט אומזיסט. א אב איז מלכות.

מ'קען באמערקן אין אב'ס א געוויסע שטאנדהאפטיגקייט. עס קוקט אויס ווי ער ווערט נישט צעשאקלט, און צעווארפן. ער ווייסט וואס ער וויל, און ער טוט דערצו. ער נעמט זיך אליין קער. ער איז דא פאר זיך אליין. ער פירט זיין אייגענעם רעדל, און דאס וויל ער, און דאס האט ער ליב. והכל בעזרת השי"ת. די עקשנות וואס ער האט, קומט ווייל פון וואס זאל עס ווערן צעווארפן. עס האט אין זיך א שטארקייט. א עצמיות.

א אב איז אמת'דיג. ער מיינט נישט קיין שלעכטס. דהיינו, ער גייט נישט טון אזאך וואס דו גייסט נישט כאפן זיין כוונה אז ער וויל דיך אפטון. ער איז גענוג קלוג זיך צו באהאלטן פון דיר. דאס יא. ער קען זיך באהאלטן אז דו זאלסט נישט כאפן זיין אמת'ע כוונה. אבער נישט ווען ס'קומט דיך וויי צו טון. ווען ער האנדל'ט זוכט ער נישט צו פאפן.
א קליינער אב, קען שוין פירן א שמועס מיט אזעלכע וואס ער ווייסט אז יענער ווייזט אים די וועג אין לעבן.

פונקט אזוי ווי א לייב וואס איז נישט צופרידן נאר מיט זיינע ד' אמות, נאר ער דארף היפש טעריטאריע, די זעלבע ווען א אב איז נושא ונותן, איז עס מיט א פלאן אויף סך שפעטער ווי יעצט.

מענטשן ארום א אב, פרעגן אלעמאל דעם אב וואס צו טון. אזוי ווי א לייב וואס ווייזט דעם וועג. איך וואלט נישט געזאגט אז ס'איז א אופן פון מאניפיולירן, (כאטש עס קען ווערן פארוואנדלט אין מאניפיולירונג), ווי ענדערש א אופן פון "איך זאג און אזוי זאל מען טון" פון קליינע אב'ס קען מען הערן "אקעי, מ'גייט יעצט שפילן די און די געים". "יעדער קומט מיך נאך". און יעדער פאלגט הארצן גערן. מ'שטייט שוין און מ'ווארט "ווען גייט דער אב איינטיילן וואס צו טון".

ארי' שאג מי לא ירא. א אב ווייסט וואס ער וויל, און ער ווייסט אויך אז ער איז יעצט ברוגז. ער גייט דיך נישט טשעפענען דערפאר. ווייל זיי האבן נישט ליב וויי צו טון א מענטש בד"כ. אבער ברוגז יא. נישט צוליב דער געפיל, אזוי ווי ווייט ווי אז ס'איז אנדערש ווי ער פארשטייט.

אזוי ווי א לייב איז מאיעסטעטיש, א ענין פון חן, שיין. אזוי איז א אב. עס איז מער די חן וואס ברענגט יראת הכבוד, ווי סתם ליבע. ער זאל זיין מיט חן, און ארומגענומען מיט חן.

אזוי ווי א ארי' וואס איז נישט דוקא א בעל גאווה. כאטש ער קען דאס אויך. אבער עס איז נישט די גאווה וואס הייבט זיי אויף. עס איז די עצמיות וואס ליגט אין זיי. אבער, אויב א אב ארבעט נישט אויף זיך, קען ארויסקומען פון אים די שלעכטע עקלדיגע מידה פון גאווה. פון רדיפת כבוד ושררה.

א אב דארפסטו לאזן גיין. ער איז נישט דוקא שלעכט. און ער וויל נישט דוקא באסן. וואס ער וויל יא איז אויספירן. און דארפסט אים אויסלערנען וויאזוי מ'פירט אויס, און וואו מ'מעג באסן, און וויאזוי. און וואו מ'דארף זיך מכניע זיין.

א אב ווערט צעקוועטשט ווען דו לאזט אים נישט האבן א פולער שליטה אויפן מצב. אזוי ווי א לייב וואס דו קוועטשט אריין אין א ד' על ד' קעידש. ער קען דאס נישט, און ער גייט זוכן א וועג ארויס. געב אים די געפיל "דו ביסט אין פול קאנטראל, אפילו הכנעה ביסטו אויך אין קאנטראל" אויב נישט וועט ער זיך עקשנ'ען אויף א שטות. ווייל דארט האט ער קאנטראל. לאז אים זאגן זיינע דיעות, קריטיק, איינטיילן, און פירן. לערן אים אויס וויאזוי מ'מאכט עס. לערן אים אויס וויאזוי מ'האט הכנעה. אפילו מיט הכנעה איז מען נאך אלץ דער וואס קאנטראלירט. לערן עס אים אויס. מ'קאנטראלירט זיך צו האבן הכנעה. מ'קאנטראלירט זיך צו ווערן קאנטראלירט.

אזוי ווי די שטארקייט פון א לייב איז וואס קומט פון זיין הארץ. לב הארי. ולא מח הארי. די שטארקייט. די עצמיות איז אין הארץ. פארשטייט זיך אז א אב גייט נאר מצליח זיין דארט ווי ער איז ארי'. דארט וואו ער איז לייב. אויב נישט איז נישטא קיין אחריות. און אוודאי איז נישטא קיין אחריות אויב "יענער האט מיך געהייסן", ער ווערט אויס לייב. מ'דארף זייער אכטונג געבן וויאזוי מ'הייסט א אב א זאך. און אויב ער פאלגט יא, איז נאך ערגער. ווייל ער גייט מער זוכן א וועג וויאזוי זיך ארויסצודרייען דערפון. אויב ער איז ארי', לאזט אים זיין ארי', לאזט אים האבן פול קאנטראל. זאג אים אז ער טויג. איז ער מלא חיות. מלא רצון. מלא ענערגיע. געט זיך אוועק פאר זיינע פראיעקטן, און פאר זיינע געטרייע אינטערטאנען וואס האבן אים בוחר געווען אלץ זייער ליבער מנהיג. רוחני וגשמי.

אזוי ווי עס איז א בושה פאר'ן לייב א דורכפאל, אזוי אויך קען א אב נישט דערליידן א דורכפאל, ביז עבודת המידות. ער מוז זיין דער לייב וואס ווייזט א וועג פאר אנדערע. פארשטייט זיך עבודת המידות העלפט. א לייב קען נישט דערליידן קיין חוצפה. ער קען נישט דערליידן קיין זלזול. אפילו אויב ער גייט דאס דיר נישט זאגן. קען ער עס אבער נישט דערליידן. און עווענטועל וועסטו האבן צו הערן פון אים דערוועגן. א אב ווערט נפגע עד דכדוכה של נפש פון זלזול. ער קען זיך נישט בארואיגן. געדענק: ער איז א ארי'. א טאטע פון א אב דארף זייער אכטונג געבן צו זיין דער נארמאלער פון ביהמ"ד.

אזוי ווי א לייב וועט נאר וויינען באהאלטענערהייט, אזוי וועט א אב דיר נישט זאגן זיינע עכטע געפילן. ער איז א ארי'. פארגעס נישט. אבער ווייטער, עבודת המידות קען העלפן אז מ'זאל אים אויפווייזן "ווען דו זאגסט, און דו ווייזט דיינע געפילן, בלייבסטו 'מאיעסטעטיש'. א אב איז זייער איבערגעבן. ממש בכל לב צו זיינע חברים. און בכלל נישט וויי צו טון קיינעם. ער וועט אנטלויפן פון א חשש אז אפשר קען יענער ווערן ווייגעטון.

א אב האט אין זיך א געוויסע העכערקייט. אזא רוחניות'דיגקייט.

אזוי ווי א לייב, וואס ער וויל, דאס וויל ער שוין. יעצט. ווי פריער. ער האט ליב איינצונעמען טעריטאריע.

א אב איז א נאטורליכער פירער. אפילו אינעווייניג איז ער אויסטערליש סענסעטיוו, האט ער אבער - און קען זיין א דאנק דעם - א שטארקע הארץ.

א אב רעכנט זיך נישט "וואס אנדערע האלטן פון א זאך" עס גייט אים נישט אן. יא, עס גייט אים אן אויב אנדערע גייען עס אנקוקן מיט זלזול. אבער חוץ מזה גייט אים נישט אן וואס אנדערע האלטן.

די גוטסקייט פון א אב איז אזוי שטארק. גוטע מענטשן. רעגן זיך שנעל, אבער לאזן זיך אזוי שנעל איבערבעטן מיט איין נאנטע גלעט. א אב האט ליב חכמה. זאגט צי און האלט איין.

סך הכל פונעם אב איז, ער איז א ארי. נישטא וואס צו רעדן. ער וויל זיין אין קאנטראל. אבער איינמאל ער ארי'הט, האט ער מער געלעגנהייט בעזרת השם צו שיינען.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

ןןעליכע ספר
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

נעקסט פליס מאך אלול
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

איך בין א סיון. Gemini. נשמה וואלסט געקענט אריינקומען מיט אן אנאליז?
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

@נשמה די אלע זאכן וואס די האסט אויסגערעכנט פאר דער אב למשל איז איין נומבער וואס פארקערפערט די מערהייט פין די זאכן אז נישט איז דעס א סתירה מיט די אניגרעם?
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

זייער שיין שרייב ווייטער גיי אריבער אלע חדשים לאז אונז נישט ענגען. (אויב די ביסט א אב איז פיר אונז ווייטער) מיט דיין רייכע שפראך פעדער און ידיעות
אלט שטאט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:34 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט שטאט »

Haklal האט געשריבן:@נשמה די אלע זאכן וואס די האסט אויסגערעכנט פאר דער אב למשל איז איין נומבער וואס פארקערפערט די מערהייט פין די זאכן אז נישט איז דעס א סתירה מיט די אניגרעם?

וועלכע נומבער?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Haklal האט געשריבן:@נשמה די אלע זאכן וואס די האסט אויסגערעכנט פאר דער אב למשל איז איין נומבער וואס פארקערפערט די מערהייט פין די זאכן אז נישט איז דעס א סתירה מיט די אניגרעם?

ביידע זענען פאקטן. ביידע ווירקן צוזאמען אינעם מענטש. עס קומט זיך צאם צו איין געוויסן אופן פון אנגיין. אז דו ווייסט דעם חודש קענסטו פארשטיין פארוואס דו זעהסט סתירות.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב אחד האט געשריבן:איך בין א סיון. Gemini. נשמה וואלסט געקענט אריינקומען מיט אן אנאליז?

מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך דא אביסל שרייבן וועגן א סיון. תאומים. יסוד הרוח. איך וועל שרייבן וויפיל ס'שטומט מיר. מיט וויפיל איך קען סיון. די איבעריגע לאז איך איבער פאר די וואס קען בעסער סיונ'ס. יו די סיונ'ס.

א סיון האט ליב צו ערקלערן פילאזאפישע זאכן. ער גייט פון פעולה צו פעולה לויט א שכליות'דיגן פארשטאנד. ער לאזט זיך נישט אזוי ווייט פון זיינע געפילן. ער לאזט זיך נישט פארשוועמען פון זיינע געפילן. ער האלט זיך צום שכל פון די זאך. ער איז אנגעהאנגען אינעם שכל פון די זאך.

אויב מיינסטו אז דו האסט ארויס א סיון, זאלסטו וויסן אז דו האסט אים נאר ארויס דא, ביי דעם מצב, ביי דעם עולם. קומט ער אן ערגעץ אנדערש, טוישט ער קאליר. אזוי ווי די בעלי חיים וואס קענען טוישן די קאליר פון זייער הויט זיך צוצופאסן צו די מצב ארום און ארום, דאס איז א סיון. רעג דיך נישט אויף אים, ער איז נישט פאלש. ער איז א סיון.

האסט בטעות אדער פאר'דוקא אויפגערעגט א סיון, ער רעגט זיך, ער קלאפט טירן, ער שעלט, נישט גע'דאגה'ט, מארגן פארגעסט ער. בעהט אים איבער און אלעס איז גוט. אפילו נישט, ער איז דיר מוחל.

א סיון איז זייער געפיליש. אבער ער איז זייער קלוג. ער האט א אפענעם קאפ, א סיון געדענקט גוט. א סיון האט ליב ארויסצוהאבן א זאך. און ער האט ליב ארויסצוהאבן די השקפה פון א צווייטן. ער גייט דיך זאגן "דו ווייסט וואס איך האב אויסגעטראפן, א נייעם רעיון, א נייע וויסנשאפט" דאס איז א סיון. ער גייט אין די וועלט ארויסצוהאבן די וועלט. ארויסצוהאבן וויאזוי ס'ארבעט די וועלט. מיט דעם אלעם געדענק: א סיון קען זיך נישט אזוי גוט קאנצענטרירן. ער האט ליב צו טון צוויי זאכן אויף איינמאל. (אפשר קען מען טון דריי זאכן?)

א סיון קען דיר מסביר זיין מיט א קלארקייט א געוויסע זאך, אז אזוי און אזוי איז עס, ווען פאקטיש איז עס נישט אזוי. עסט אים צודרוקן צו די וואנט וועסטו זעהן אז ער אליין ווייסט אז ס'איז נישט אזוי. ער ווערט פשוט נשפע און נתפעל פון דעם אליין וואס ער זעהט. אפילו בשעת ער איז דיר מסביר די זאך, קענסטו מערקן אויף אים אז ער אליין ווייסט די אנדערע זייט דערפון. ער אליין ווייסט ווי גוט ער וואלט ווען געקענט ווערן אפגעווענדט.

א סיון קען שווער איינזיצן. ער לעבט. ער גייט אן. א רוח חיים.

א סיון איז א געטרייער ארבעטער.

א סיון האט ליב צו מאכן געלט. געלט, געלט, געלט. געלט רעדט צו אים. דאלערס. מ'מאכט געלט, מ'געט אויס געלט. געלט, געלט, און געלט. אלעס ארום געלט. מ'האנדלט.

א סיון האט ליב צו זיצן אינצווישן די מענטשהייט. א סיון איז א מענטשן מענטש. איך קאל דיך, דו קאלסט מיך. איך האב מיט דיר, דו האסט מיט מיר. א מענטשן מענטש. א סיון האט זייער ליב א טעלעפון און נאך ענינים וואו מ'שערט זיך מיינונגען. ביי יעדע הייסע פאליטיק איז דער סיון דער וואס קויפט און פארקויפט די לעצטיגע דיעות בענין. ער טראגט און ברענגט דיעות. א סוויטשינג בארד. טרעפסט א סיון, נאך א פאר מינוט וועט ער אנהייבן צו רעדן צו דיר פון א געוויסע נושא, אויסצושמועסן די שכליות דערפון. און דיר פארציילן ווער ס'האלט אלץ אנדערש ווי אים. און מיט וועם ער האט זיך אלץ ממש לעצטענס גע'טענה'ט אין די שכל פון די זאך. א סיון וועט זיך פרייען צו טרעפן איינער וואס האלט אזוי ווי אים. אבער ער וועט זיך פרייען אויב דו ווילסטעך מיט אים ארומ'טענה'ן. און ס'גייט גיין פייער פון די באלאטעס. פון די קולות פון טענה'ריי. ער האט ליב צו זאגן זיינע דיעות אויף יעדע זאך וואס קומט אין זיין געגענווארט. בקיצור: ארום א סיון איז אלעמאל היץ פון טענה'ריי וואס ברעכט אויס לעתים קרובות, אדער גייט באלד זיין היץ, אדער איז עס א שטילשטאנד. און בשעת ער טענה'ט זיך מיט דיר, איז ער ביזי מיט זיין ארבעט. צוויי זאכן אויף איינמאל. בד"כ.

א סיון איז נישט באמת צופרידן פון קיינעם. אויף יעדעם האט ער א פלאץ ווי ער טרעפט ווי ער קען זיך ארומ'טענה'ן. און אויפווייזן אז נישט אזוי איז דער אמת וויאזוי ס'קומט. און ער טענה'ט זיך אויס מיט יענעם. ביז פינעווע פארטאגס.

ווען דו ווילסט ארויסהאבן א סיון, זאלסטו זיין גרייט אז דו גייסט טרעפן צוויי ביכער. אין איין בוך גייט שטיין אז דער מענטש איז אזוי און אזוי, און אין די אנדערע בוך גייט שטיין אז דער מענטש איז באמת אנדערש. אויב מיינסטו אז דו האסט אים שוין ארויס, און דו גייסט שוין מיט מיט דעם וואס דו האסט געטראפן, גייסטו פלוצלינג זען אז ניין, טעות. ער איז נישט דאס וואס דו האסט געמיינט. דו קענסט נישט מיט אים. דו קענסט אים נישט כאפן אויף איין טרעק. אמאל איז ער אזוי, און אמאל איז ער אזוי. דו קענסט נישט אויסשטעלן א טרעק אז אויף דעם גייט ער פארן.

א סיון, זאגסט אים א קליינע זאך פון א גרויסע לאנגע פארצווייגטע זאך, און ער פארשטייט שוין די גאנצע זאך. (צו ער פארשטייט טאקע, ווער ווייסט, זיי קוקן אויס אויבערפלעכליך, אבער ס'מוז נישט זיין, זיי האבן למעשה גאר א גוטע תפיסה, און הבנה) ער מאכט שוין, און טוט שוין. ער האט שוין א ביזנעס פון די גאנצע זאך. פון די איין קליינע זאך האט ער שוין א ביזנעס, א ריעל ביזנעס.

א סיון קען אסאך מאל רעדן אזוי שנעל, אז דו וואונדערסט דיך צו ער ווייסט וואס ער רעדט, צו ער איז אן טרעק, אבער למעשה זעהסטו אז ער איז מצליח. האסט אים קוים געענדיגט מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט און שוין טוט ער דערין, און ער איז מצליח. א סיון איז אזא לויפעדיגע זאך.

א סיון איז אלעמאל אנגעצויגן. לאמיר זען צו דו ביסט געזיצן מיט א סיון ביי א וואסער און דשאסט הנאה געהאט פון די כוואליעס. איך מיין אז נעווער עווער. דער קען נישט איינזיצן. אויב ער זיצט יא ביי א וואסער, קאלט ער אן זיין חבר רעדן די לעצטע פאליטיק. ער כאפט אריין. אבער איין מינוט: ער איז נישט ממש דאס. ער איז יא רואיג. איין רגע: ניין, ער איז נישט רואיג. יא רואיג, אדער נישט רואיג? דאס איז א סיון. רואיג און אומרואיג אויף איינמאל. קענסט אים נישט אריינלייגן אין א טרעק, און זאגן אז דאס איז ער. ווייל אין א רגע ארום וועט ער דיך אנטוישן. און ווייזן אז ער איז נישט ממש דאס וואס דו האסט אויסגערעכנט.

א סיון? געלט, חברים, א קאר, און א טעלעפאון. דאס איז א סיון. נאכאמאל, געלט, חברים, א קאר, און א טעלעפון. און דו האסט אים נישט ארויס אויף איין טרעק. ווייל אין א רגע ארום וועסטו קלאר זעהן אז דו האסט דיך טועה געווען. ניין, ער איז נישט דאס וואס דו האסט געמיינט.

נראה לי, אז ווען דו גייסט זאגן פאר א סיון וואס א סיון איז, וועט ער זיך פרייען זיך אליין ארויסצוהאבן, אבער בשעת'ן פרייען גייט ער אויך טראכטן אז "איך בין דאך נישט ממש דאס". ער גייט אויך טרעפן די סתירה דערצו. דאס איז נראה לי.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אוגוסט 10, 2020 5:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

:roll:

דאנאלד טראמפ איז א סיוון

נשמה סקיקט אויס אביסל פון דיינע ווערטער אז סיוון זענען זיבינערס
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

fiena nieas האט געשריבן:דאנאלד טראמפ איז א סיוון

נשמה סקיקט אויס אביסל פון דיינע ווערטער אז סיוון זענען זיבינערס

א זיבענער ווערט מען נישט פון וואס מ'טוט. א טייפ איז מען וויאזוי מ'ווייסט די 'איך'. וואס דער מענטש פילט אז זיין 'איך' איז. וויאזוי דער מענטש פילט זיין 'איך'. א 'ניין אכט' קען פונקט אזוי זיין אזוי. דערפאר זענען דא אסאך ווערסיעס פון אכטערס. און אסאך ווערסיעס פון סיונ'ס.

מיין דעסקריפציע איז דיך צו געבן אן אוועראל סטרוקטור פון א סיון. בערך וויאזוי עס קוקט אויס א סיון. א סיון איז נישט א שטילע זאך. א סיון איז א לעבעדיגע זאך. מיט דעם אלעם האט עס נאך פלאץ צו האבן ווערסיעס. די פאקט איז אז אזוי און אזוי בערך איז א סיון. דהיינו, רעלאטיוו צו אנדערע חדשים, איז א סיון אויף אזא אופן. דאס איז די אייזערנע סטרוקטור פונעם סיון. און אין דעם איז דא ווערסיעס.

איך בין איבערצייגט אז וואס ער שרייבט אינעם ספר איז ריכטיג. ווייל וואס ער שרייבט זע איך אז ס'שטומט. א סיון וועט אלעמאל ווארפן דייקא די סארט באשטאנד. א אופן פון טעטיגן אויף אזא סארט פארנעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”