כח היחיד בתפארתה! די נייע אנליין חתונה מאלל: YACHID.COM

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

א פיין שמועס
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

כח היחיד בתפארתה! די נייע אנליין חתונה מאלל: YACHID.COM

תגובהדורך א פיין שמועס » מאנטאג ינואר 20, 2020 7:12 pm

צוליב די גרויס פארלאנג ביי "דערוילעם" איז נארוואס פארעפענטליכט געווארן די נייע אנליין חתונה מאלל: YACHID.COM

די וועבסייט וועט זיין א קלארע, געשמאקע אנליין חתונה מאלל מיט לינק'ס צו אלע חתונה באדערפענישן פארן היימישן ציבור.

היות די וועבסייט איז נאך אין פראדאקשען בעט מען ווער עס האט פידבעק זאל עס ביטע איבערגעבן דא אויפן אשכול.

צו רעקאמענדירן א פראדוקט וואס איר ווילט צולייגן צום וועבסייט קענט איר אויספילן די פורם דא: yachid.com/recommend

די וועבסייט איז געמאכט דורך א יחיד פאר יעדן יחיד.

די וועבסייט איז (דערווייל) נישט אפיליעטעד מיט קיין שום ארגעניזאציע - ובתוכם די כח היחיד קאמפיין.

די מנהלים פון די וועבסייט וועלן בעזהשי'ת מאכן א מינימאלע קאמישען פון סעיל'ס וואס קומט פון די וועבסייט און אזוי האבן די ריסורסעס ווייטער אנצוגיין מיט ארויסהעלפן כלל ישראל.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:25 pm

זייער שיין.

כ'האב נישט געוואוסט אז מ'קען האבן פאר אזוי ביליג די זאכן.

לייג צו אן אפציע פון ריוויוס, דאס קען אסאך ארויסהעלפן, אפשר אפילו אריינברענגן די ריוויוס פון אנדערע סייטס וואס פארקויפן די זעלבע זאכן.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:27 pm

כה לחי!

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:30 pm

אולי רעדן אויך צו די היימישע געשעפטן, למשל לעיזער קרויס האט ארויסגעלייגט א סעט פון BRAUNS און מאנסט, און די זאכן קענען האבן אזא סטיקער.

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

קלייניקייט, די אלע בעטען זענען נישט פאר אינזער ציבור
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:09 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:קלייניקייט, די אלע בעטען זענען נישט פאר אינזער ציבור

פארוואס נישט ? בעטען דארף א השגחה ?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:27 pm

עולם השקר האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:קלייניקייט, די אלע בעטען זענען נישט פאר אינזער ציבור

פארוואס נישט ? בעטען דארף א השגחה ?


ער מיינט פראקטיש, אז עס פיט נישט 2 אין א בעדרום אין א חתן כלה דירה.
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!

נשמת השכל האט געשריבן:מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!'

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:31 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
עולם השקר האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:קלייניקייט, די אלע בעטען זענען נישט פאר אינזער ציבור

פארוואס נישט ? בעטען דארף א השגחה ?


ער מיינט פראקטיש, אז עס פיט נישט 2 אין א בעדרום אין א חתן כלה דירה.


דאס האב איך נעכטן געזאגט פאר איינעם וועגן די פיקטשערס ווי מען זעט מענטשן מאכן לעצטענס בר מצוה'ס ,תנאים'ס, שבע ברכות'ן אינדערהיים א דאנק כח היחיד , אז מען ברויך ארבעטען אויף א כח היחיד צו מופן צו דירות און געגענטער מיט גרויסע דירות פארשטייט זיך פאר ביליג , די זעלבע מיט די בעטען :lol:

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:51 pm

א "בעטן" וועבזייטל?

א וועבזייטל געאייגנט פאר בעטן צו שלאפן. נייס.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:53 pm

די קאנצעפט איז א דורכברוך און קען שפארן מיליאנען אבער, נאר אויב עס איז געהעריג געראנט בכובד ראש.

דערווייל זעה איך נישט דא קיין דורכברוך, און נישט נאנט צו דעם. איז די אלע זאכן דורכגעקוט אז עס האט גוט ריוויאוס? איז דאס פראקטיש פאר אידן? מען דארף בכובד ראש ארויפלייגן יעדע זאך, און פארשטייט זיך אראפנעמען זאכן וואס מען ווערט געוואויר אז עס איז נישט גוט.

איך זאג נישט אז דאס איז די פאל דא, אבער א עמעזאן סעללער מיט אפפיליעט לינקס איז נישט די סעלושן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:54 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
עולם השקר האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:קלייניקייט, די אלע בעטען זענען נישט פאר אינזער ציבור

פארוואס נישט ? בעטען דארף א השגחה ?


ער מיינט פראקטיש, אז עס פיט נישט 2 אין א בעדרום אין א חתן כלה דירה.


האסט שוין געזען א king size bed אין א היימישע שטוב?
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג ינואר 21, 2020 12:00 am

עס איז קווין בעטן, נישט קינג.
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!

נשמת השכל האט געשריבן:מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!'

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג ינואר 21, 2020 12:13 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:די קאנצעפט איז א דורכברוך און קען שפארן מיליאנען אבער, נאר אויב עס איז געהעריג געראנט בכובד ראש.

דערווייל זעה איך נישט דא קיין דורכברוך, און נישט נאנט צו דעם. איז די אלע זאכן דורכגעקוט אז עס האט גוט ריוויאוס? איז דאס פראקטיש פאר אידן? מען דארף בכובד ראש ארויפלייגן יעדע זאך, און פארשטייט זיך אראפנעמען זאכן וואס מען ווערט געוואויר אז עס איז נישט גוט.

איך זאג נישט אז דאס איז די פאל דא, אבער א עמעזאן סעללער מיט אפפיליעט לינקס איז נישט די סעלושן.

א דורכברוך און עולם התיקון וועט זיין ווען משיח וועט קומען גאר בקרוב אי"ה
יעדע גוטע זאך,יעדע פינטעלע ,יעדע קליינע השתדלות מאכט אויס א געוואלד צו א טויש ,יעדע גוט ווארט אז איינער וויל שפארן, יעדע עסקנות,העלט ארויס
די פארקערטע מאכט אויס די פארקערטע
כח היחיד איז נישט קיין מאוומענט , סאיז לעב פאר דיר וואס שטומט פאר דיר , סאיז נישט קיין דורעכברוך אדער תקנות וויזוי צו לעבן
קענסט עס אנרופן awareness
ביז היינט האט מען קיינמאל גערעדט ביי אונז אין פובליק פון שפארן אדער נישט לעבן פאר יענעם , דאס אז מען שטערט נישט און מען רעדט פון יעדע גוטע זאך אז מען זאל קענען שפארן און לעבן ווי א איד און נישט אינטערברעכן איז א גרויסע דורעכברוך, אמאל האט זיך א פרוי געשעמט צו זאגן אז זי קויפט פאר ביליגער , די גאול איז געווען ווער עס קען ספענדען מער, סא אזא וועבסייט איז א הילף עטוואס ,בעסער פון פארקערט, די כח היחיד גראדע ארבעט פיבערהאפטיג אויף א גוטע וועבסייט

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 21, 2020 12:17 am

איך וואלט געקויפט פון דא ווען איך מוף. איך מאך נאכנישט חתונה, אבער כהאב הנאה דערפון....
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג ינואר 21, 2020 12:49 am

זייער זייער וויכטיג צולייגן די אפציע פון לייגן ריוויוס, און דיסקאסיעס. און יא מ'זאל מעגן שרייבן אין אידיש.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

סקעפטיש

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דינסטאג ינואר 21, 2020 1:50 am

איך זעה בכלל נישט די דורכברוך וואס שטעקט דא.
איך זעה סך הכל ווי איינער זיצט דא און וויל מאכען געלט אויפן ציבור וואס איז געווארען אנגעווארעמעט פון די כח היחיד קאמפיין. און ער לייגט ארויף לינקס צו אנדערע וועב זייטלעך מיטן ציל צו מאכען אפאר דאלער.
איך זעה נישט בכלל ווער עס גייט קויפן איינע פון די בעטן.און די סיבה פארוואס ער האט דערווייל נאר בעטן איז, ווייל ער זיכט נאך אויף אייקיעס סייט בענקלעך וואס דער עולם וועט אפשר ליעב האבן.
איך גלייב נישט אז איינער גייט עפעס קויפן בכלל דארט.
אבער איך וואונטש אים אבאנטש הצלחה אין זיינע ביזנעס, און זאלן אלע אידן מאכען אסאך געלט, אזוי אז מען זאל בכלל נישט דארפען צוקומען צו קיין כח היחיד קאמפיין בכלל.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג ינואר 21, 2020 3:28 am

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:איך זעה בכלל נישט די דורכברוך וואס שטעקט דא.

איינער זיצט דא און וויל מאכען געלט .... צו מאכען אפאר דאלער.


אז איהר זעהט נישט, איז קוקט בעסער.

נאר אזוי וועט כלל ישראל געהאלפען ווערן.
נאר אזוי וועט כח היחיד מצליח זיין.
נאר אזוי וועט א מחותן קענען שפארן ווען ער מאכט חתונה.

אנשטאטס מ'זאל הענגן שרייעדיגע פלאקאטן, אז איך פארקויף שענערע און טייערע מעבל, און א צווייטער זאל אדווערטייזן אז ער האט נאך בעסער און שענער וואס האבן זיך געטריקענט אויפן איטאליענער אלפען בערג, און א דריטע זאל גאר זיך רייצן מיט'ן עולם אז זיינס איז בעסער ווייל עס קאסט דאפעלט ווי ביידע אנדערע צוזאמען.
קומט דא א איד, און פאר פרנסה טרעפט ער ביליגער וועגן צו איינקויפן, און ווי ערווארטעט וועט בקרוב קומען זיין קאמפעטישן און ברענגען נאך ביליגער, און דער דריטער וועט זיכען נאך ביליגער, און אונז וועלען פארדינען.

טאמער מאכט מען נישט קיין געלט וועט מען עס דארפן אויפגעבען ווען ער ווערט פארנומען.
אויב מאכט איינער פרנסה פון וואס איך שפאר זיך, וועט קומען א צווייטער און העלפן נאך אידן שפארן (און ער וועט מאכן פרנסה...)

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 21, 2020 8:03 am

איך מיין מהאט געמאכט איין גרויסע מאלל....

די איידיע פון די מאלל בעצם איז א געוואלדיגע איידיע ס'קען שפארן געלט כח צייט און מח, און יא קיינער וועט נישט שטערן אז איינער וועט מאכן געלט פון דעם.

די שמועס איבער די בעטן קומט בכלל נישט אריין דא ערשטנס סאיז דאך נישט קיין דבר השלם יעצט און ער האלט נאך אינמיטן ארבעטן אויף דעם - לויט ווי ער שרייבט. וביותר ווען איך האב געקליקט די ערשטע בעט האב איך געזעהן אז איך קען עס פון ערגעצוואו... אה, סאיז געווען דא אין די אשכול אייוועלט חתונה מאלל, סא די גאנצע שמועס קען אריבער גיין אהין, ועל כולנה ווען מגייט אריין אין די לינק איז דא אפשנס פון אלע סייזעס.

יעצט צו אייך פיינער שמועסער די סיבה פארוואס די באקומסט קריקטיק איז זייער פשוט ווען איך האב ארויף געלייגט די איידיע האט קיינער קיין טענות נישט געהאט (אויך נישט באקומען צופיל סעפארט אבער עכ"פ קיינער נישט קריטיקירט), כאטש וואס דארט איז דא סאך מער צו מעיר זיין, די גרעפיקס איז נישט איי איי איי, דיא ויסשטעל איז געפערליך און ווער רעדט שוין פון די וועבסייט איז בכלל נישט פראפערסיאנאל.

נאר וואס דען?
איך האב געשריבן אז איך האב א איידיע און צוגעצייגט וואס די איידיע איז.
סא אדרבה.

דו קומסט אבער ווי כאילו א פראפעשנל גרופ האט זיך אראפ געזעצט און מהאט דעליווערט א כח היחיד "בתפארתה", דו לייגסט צו בדרך אגב אז איינער גייט מאכן געלט פון דעם.
די שפראך איז א איבערלעיבעניש שפראך (עיין ערך ש....), ווילסט מיר זאגן איך מאך געלט או איך שטעל צו א סערוייס, נאו פראבלעם זה נהנה וזה נהנה, אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין לשם שמיםס ווען דו ווילסט מאכן געלט.

ווען דו שרייבסט אז כח היחיד האט ארויף געלייגט די וועבסייט אלטס א אנהייב און מוועט עס דעוועלפן וואלט די עולם זיך אנגערופן ווארום מיט סעפארט און קאמענטס.
דו קומסט אבער מיט א קלארע מעסעדזש אז סאיז נישט קיין ארגעניזעישן (און צווישן די שורות = איך האב א איידיע צו מאכן געלט לאמיר עס פראקטעצירן), דא דארפסטו שוין אבער צושטעלן און נישט סתם שלאגן כפרות מיט א ליסט, דו ווילסט מאכן געלט ניט קיין פראבלעים שטעל אבער צו.
דערווייל איז די וועב סייט נישט מער ווי גענומען די אייוועלט חתונה מאלל או שיין מסדר געווען אן די זייטיגע תגובות.

און יעצט לאמיר זיין אביעקטיוו און אוועק נעמען די זייטיגע נארשיקייטן...
די וועבסייט איז א מוראדיגע איידיע, און יא איינער קען אויך מאכן געלט אויף דעם, וואס גייט מיר אן (פארגעס נישט מיין קאמישן...)
אזוי סיעצט איז עס גארנישט אויסער א בלו פרינט פאר א גוטע איידיע (און יא אויך פאר אינוועסטערס).

איך גלייב אז די ארבעטס אויף:
סערטש
טעגס
קאטעגאריעס
וכו וכו

אבער איין גרעסער פוינט וואס איך האב געטרייט ביי מיין וועב סייט און איך זעה נישט ביי דיר.
אויסער סזאל זיין סתם א ליסטינג זאל עס זיין א עקשל מאלל, דהיינו יעדער סינט זיך ארויף און ער קען אריין לייגן די אייטעמס וואס ער וויל און זיין בעג,
דאס וועט העלפן אויב האב איך א געוויסע באדזשעט וואס איך קען ספענדן קען איך האלטן קאנטראל וויפל איך קען נאך ספענדן אדער אז איך דארף גאר ארפ נעמען עטליכע אייטעמס.

נאך בעסער וועט זיין אויב קען מען מאכן אז איך באשטעל אויפן וועב סייט איז דאס נאך לעילא ולעילא. איך מאך א ליסט לויט מיין באדשעט איך באשטעל אין איין פלאץ און געששפארט געלט כח מח און צייט.

אווער אלל די איידע איז מוראדיג מדארף עס פשוט דעוועלפן ריכטיג (און ארפשרייבן ריכטיג, אדער פשוט זיי גרייט פאר קריטיק, וואס דערוויל זעהט אויס אז דו ביסט טאקע געווען גרייט...)
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 21, 2020 8:06 am

און נאך א קליין הערה:
אויב ביסטו טאקע נישט מטעם כח היחיד
קוק וואס ער שרייבט דא
און זיי מוחל וואק אראפ פון דעם, אפילו נאר פאר די סיבה אז מדארף זיי עס לאזן טון
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 21, 2020 8:36 am

צום פותך האשכול.

איך שעץ דיין שעפערישקייט צו ברענגן א לעזנוג צו א פראבלעם און דערמיט מאכען אפאר טאלער, עס איז דיין רעכט און עס איז א גיטע זאך, אבער די וועבסייט דארף נאך מער ארבייט אז עס זאל קליקען און ווערן א נוצבארע אייטעם, דארפסט צולייגען אייטעמס. און נאך אישוס.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג ינואר 21, 2020 9:14 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:די קאנצעפט איז א דורכברוך און קען שפארן מיליאנען אבער, נאר אויב עס איז געהעריג געראנט בכובד ראש.

דערווייל זעה איך נישט דא קיין דורכברוך, און נישט נאנט צו דעם. איז די אלע זאכן דורכגעקוט אז עס האט גוט ריוויאוס? איז דאס פראקטיש פאר אידן? מען דארף בכובד ראש ארויפלייגן יעדע זאך, און פארשטייט זיך אראפנעמען זאכן וואס מען ווערט געוואויר אז עס איז נישט גוט.

איך זאג נישט אז דאס איז די פאל דא, אבער א עמעזאן סעללער מיט אפפיליעט לינקס איז נישט די סעלושן.

זייער ריכטיג! אזוי אויך זאל מען קענען שרייבן ריוויאוס אויף אידיש.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

א פיין שמועס
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:34 am

לכבוד כל המגיבים:

די וועבסייט איז נאך אין פראדאקשען און מיר האבן עס לכתחילה ארויס געלייגט אזוי כדאי צו הערן פונעם ציבור וואס דערוילעם וויל.

בנוגע די סעלעקשן, מ'ארבעט אוף דעם און אדרבה, אויב ווילט איר רעקאמענדירן א פראדוקט קענט איר אויספילן די פורם דא: yachid.com/recommend

א פיין שמועס
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:46 am

לאמיר עס נאכאמאל קלאר מאכן:

די מנהלים פון די YACHID.COM וועלן בעזהשי'ת מאכן א מינימאלע קאמישען פון סעיל'ס וואס קומט פון די וועבסייט און אזוי האבן די ריסורסעס ווייטער אנצוגיין מיט ארויסהעלפן כלל ישראל.

די וועבסייט איז אהערגעשטעלט געווארן דורך א איד וואס האט ב"ה פרנסה און טוט דאס אלס א זייטיגע האבי דערביי ארויסהעלפנדיג די ציבור.

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:50 am

און וואס איז מיט דעם?
איינס האט געשריבן:און נאך א קליין הערה:
אויב ביסטו טאקע נישט מטעם כח היחיד
קוק וואס ער שרייבט דא
און זיי מוחל וואק אראפ פון דעם, אפילו נאר פאר די סיבה אז מדארף זיי עס לאזן טון
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

א פיין שמועס
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:50 am

איינס האט געשריבן:און נאך א קליין הערה:
אויב ביסטו טאקע נישט מטעם כח היחיד
קוק וואס ער שרייבט דא
און זיי מוחל וואק אראפ פון דעם, אפילו נאר פאר די סיבה אז מדארף זיי עס לאזן טון


דערפאר האב איך קלאר געשטעלט פון אנהייב: די וועבסייט איז (דערווייל) נישט אפיליעטעד מיט קיין שום ארגעניזאציע - ובתוכם די כח היחיד קאמפיין.

בנוגע די נאמען, יחיד איז א ווארט און קיינער קען נישט דערקלערן בעלות דערויף


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט