קרייסלער האט געשריבן:אחת ואחת האט געשריבן:קברנה סובניון האט געשריבן:יעצט געהערט אז גלייך נאכן לויה איז געווען א שטורעמישע אסיפת עסקנים וויאזוי צו שטעלן אויף די פיס די אלמנה מיט די 3 יתומים.
ווי איך פארשטיי קומט א קאמפיין
ר' שמואל קרויס האט עס שוין דערמאנט אין זיין הספד.
איך האף אז ביי די שטורנירי אסיפה האט מען אויך באשלאסן איינמאל פאר איינמאל צו לאזן אין גאנג א קאמפיין אז יעדער ראש המשפחה זאלן זיך איינהאנדלען א טערם לייף אינשורענס פאליסי פון א מיליאן דאללער
דיסקלעימער: כבין נישט קיין אגענט
איך וועל שרייבן די פאר שורות לע"נ להבחל"ח ידיד נפש כל בית ישראל ר' יעקב אלעזר בן יבלח"ט ר' יושע
קודם פאר איך גיי לעניניו, האט ער געלערנט אין קרית יואל ישיבה? סתם ווייל איך וואלט אים געדארפט געדענקען און כ'קען זיך נישט דערמאנען אזא נאמען פון יענע צייטן.
צוריק לענינינו, א טערם לייף פאליסי פאר יעדן ראש המשפחה וועט קיינמאל נישט האבן קיין קיום אויב ס'וועט נישט זיין א אדרעס ווי דער ראש המשפחה קען זיך ווענדן בדרך כבוד אויב ער קען עס נישט באצאלן, און אז מ'האט עס שוין אויסגעשמועסט דא אינעם אשכול סייווי זעט מען דאך קלאר אז ר' יעקב אלעזר ז"ל האט זיך זייער זייער שטארק געמוטשעט אויף פרנסה, און ווי הויעך איר זאלט נישט שרייען וועט די נאטור פון א מענטש נישט שטעלן א לייף פאליסי פאר ברויט און פאר א חוב וואס דו גייסט באלד באגעגענען דעם מלוה אדער זיין טעלפאן רוף וכדו' קענסט רעדן שרייען מסביר זיין וכו' וכו'
עס איז די העכסטע צייט ווען יעדער גיבט אזויפיל פאר קרן יתומים'ס אז "כלל ישראל" זאל אויפקומען מיט א סאלושען - איך האב אסאך געשריבן (אלץ ניק) און גערעדט און געטון (אלץ א מענטש) אין די נושא - און ליידער ולא עלתה בידי
כ'האב אפילו עובר געווען אויף גילוי ניק (ווירטועל יהרג ואל יעבור) און אנגעריפן ר' אליעזר קרויס צו ער וואלט גערעדט אדער גע'עסק'נט דערוועגן האט מיר רעבלעזער געזאגט אז אין זיין קרייז ביי די ארימעלייט ובני תורה זעט ער נישט קיין מיטל וועג, אדער ווערט עס ווערן א התחייבות פונעם יחיד, אדער פונעם ציבור, דאס מיינט אז אויב קענסטו נישט מאכן אז יעדער זאל צאלן פון די אייגענע טאש, וועט נישט זיין דער יא און דער נישט, נאר יעדער (פון די בני תורה ובני עניים סארט) וועט זיך ארויפלייגן אויף די קהל'ישע קאסע, איך האב געזאגט אז דא אין סאטמאר בארא פארק אויב וועט מען זאגן אז ס'איז נאר פאר די וואס האבן נישט און קענען נישט וועט לכה"פ פופציג פראצענט און מסתמא מער זיך אליין באצאלן.
למעשה געהער עס נישט אין דעם אשכול מאריך צו זיין, נאר אז מ'האט עס דא ארויף געברענגען, און מ'האט שוין במילא געשריבן אז דער מורה הוראה מובהק, ומדריך לרבים ועוסק בתורה יומם ולילה האט בחייו זיך גאר גאר שטארק געמוטשעט אויף פרנסה, און יעצט האט קרייסלער אריין געברענגט אין דעם אשכול א זאך וואס קען אויסקוקן ווי א תביעה היתכן האט ער נישט געהאט א טערם לייף - האב איך געפילט איבער צו שרייבן דאס פארן ציבור - קיינמאל וועט א מענטש נישט באצאלן ממון שאין לו תובעים פאר מען באצאלט א זאך וואס קוועטשט מאנט נאגט און דערגייט עד דכדודכו של נפש, דער אויבערשטער זאל העלפן קיינער זאל עס קיינמאל נישט שפירן אבער נאר פון לערנען די גמרא אנפאנג ברכות אז בעלי חובות זענען אש ומים צוזאמען און דער מענטש ווערט נשתנה ככרום וכו' קען מען פארשטיין דעם שרעקליכן פרעשור.
דעריבער מוז ווערן א ערנסטע אויפוואכונג, וויאזוי באצאלט מען טערם (אדער לכה"פ ערבים,
פרא אינשורענס אדוואקאטן ביטע רעאגירט אין אנדערע אשכולות נישט דא פאר ארימעלייט בני תורה וכו' וכו' און נאכאמאל כתבתי ויהי' הדבר לע"נ הצדיק שלדאבוני לא זכיתי להכירו ר' יעקב אלעזר ב"ר יושע