משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

גרינגער
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

א גויסן ישר כח איך האב עס ארויס געפרינט פאר שבת און עס געלייענט שבת נאכמיטאג.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גרינגער האט געשריבן:א גויסן ישר כח איך האב עס ארויס געפרינט פאר שבת און עס געלייענט שבת נאכמיטאג.
די גאנצע ביז אהער
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

נשמה 'וואספארא ''מתנה'' דו האסט באקומען פון אייבירשטען. ייש''כ פארן מיטטיילן. כ'האב עס ארויסגעפרינט און כ'האף מיטן אייבירשטנס הילף עס צו ליינען. זאלסט בזכות זיכוי הרבים וואקסן און שטייגן נאך מער צו אנערקענען אז מיר וואקסן נישט און מיר שטייגן נישט און אלעס איז חסד ומתנות ה'. מיר דארפן נאר דעם רצון. און זאלסט קענען באקומען דיין חיות פון מקבל זיין די שפע פונעם אייבירשטען בפרט די זכי' לעובדו וכו'.
שׁטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁטילער »

נשמה האט געשריבן:
גרינגער האט געשריבן:א גויסן ישר כח איך האב עס ארויס געפרינט פאר שבת און עס געלייענט שבת נאכמיטאג.
די גאנצע ביז אהער

א דאנק!
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

נשמה האט געשריבן:
גרינגער האט געשריבן:א גויסן ישר כח איך האב עס ארויס געפרינט פאר שבת און עס געלייענט שבת נאכמיטאג.
די גאנצע ביז אהער

thanks a lot!!!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א דרשה וואס איך האב געהאלטן ביי א "מלווה מלכה" לטובת געזונטע קינדער.
אטעטשמענטס
נעם ארויס דיין קינד פון זיין איגו ווי שנעלער בעזרהשית.pdf
(73.52 KiB) געווארן דאונלאודעד 181 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

נשמה האט געשריבן:
גרינגער האט געשריבן:א גויסן ישר כח איך האב עס ארויס געפרינט פאר שבת און עס געלייענט שבת נאכמיטאג.
די גאנצע ביז אהער

א ריזן ייש"כ!
א מייסטערווערק.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

נשמה, כ'זעה דו פארשטייסט אן ענין טיפער פון מיר. איך זוך צו פארשטיין די 'חידוש' פון ר' שרגא לגבי בחירה. די סוף 5טע שיעור און די גאנצע 6טע שיעור. כ'פארשטיי נישט וואס ער וויל.

יעדער ווייסט אז דער אייבישטער איז 'יהיב לך עצה למיקני ניכסיו' אז דער אייבירשטער געבט אונז אריין די געדאנקן אין פרנסה. (יעצט דארף מען ארבעטן צו 'שפירן' וואס מ'ווייסט און מ'גלייבט. שפירן שפירט מען יכולת. מ'דארף זיך אסאך מתבונן זיין, ווייל געווענליך איז לב שליט על המוח). ווער ווייסט נישט דאס?

וויל ער נאר זאגן אז דער אייבישטער העלפט מ'זאל טאקע קענען אויספירן די רצונות, האבן די מוח צו לערנען, וכו' וכו'?? ווייטער א דבר פשוט.


עפעס א חידוש אין הנהגת הבורא וויל ער דא אויפטוהן אנדערשט ווי די עולם.

ער וויל זאגן אז אויך די בחירה - די "רצון"- צו טון גוטס, צו לערנען דאווענען, וכו', איז אויך פונעם אייבירשטען?? די רצונות אונזערע? דאס איז דאך נישט אמת... מיר האבן די בחירה צו האבן שכל און גיין מיטן יצר טוב אנשטאט די יצר הרע. וואס דען מיינט בחירה?

זיין ראי' פון ''אני מאמין באמונה שלימה וכו' בורא ומנהיג לכל הברואים'' איז דאך נישט קיין ראי' פאר אונזער 'אויסוועהלן' וואס איז לכאורה יא בידינו.


עפעס, עפעס א גרויסע חידוש, אנדערש ווי מיר 'ווייסן' (נישט נאר 'שפירן') וויל ער דא אויפטוהן. כ'האב עס נישט ארויס.

די זעלבע זאך האט ער גערעדט ביי די ערשטע סעריע. בערך די 5 שיעור מיין איך.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

עפעס, עפעס א גרויסע חידוש, אנדערש ווי מיר 'ווייסן' (נישט נאר 'שפירן') וויל ער דא אויפטוהן. כ'האב עס נישט ארויס.

אויב דו רעדסט פון די 'עונג בעבודת השי"ת' שיעורים, איז עס אז ער וויל אויפטון אז מ'זאל שפירן בחוש די כח וואס השי"ת איז אונז משפיע יעדע רגע. און נישט שפירן דעם כח אלץ אונזער כח. ער וויל אז דו זאלסט ווערן נתפעל פון דיין חוש הראי', פון דיין כח זיך צו רירן, פונקט ווי חלילה א בלינדער זאל אויפאמאל ווערן זעענדיג, און א - חלילה - געלעמטער חיות'דיג; זיך צו קענען רירן. ער האלט אז די סיבה פארוואס א מענטש האט נישט עונג איז, ווייל דער מענטש שפירט נישט 'חושיות' זיין התחברות צום אייבערשטן. וויאזוי דער אייבערשטער געט אים יעדע רגע נאכאמאל. לאמיר טראכטן וויפיל א בלינדער וואלט געווען אזוי העפי - עכ"פ די ערשטע רגעים - מיט פשוט'ע פעולות, און א געלעמטער מיט פשוט'ע פעולות. פארוואס? ווייל ס'איז דענסמאל ביי אים איבערצייגט אז ס'איז נישט זיינס. ס'איז נישט ער. ס'איז א מציאה. מ'געט עס אים פון הימל אראפ. דער אייבערשטער זאל זיין 'ומצאת' כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך.

ער וויל זאלסט שפירן די אבסעלוטישקייט אין יעדע תנועה. די שמחה אז מ'קען זעהן. ווער זעהט? ווער טוט עס? איך? דער אייבערשטער! ער וויל אז מ'זאל זיך איבערצייגן בחוש אין די מתנה פון פשוט'ע פעולות. די עונג פון א פשוט'ע פעולה איז, די מתנה פון אבסעלוטישקייט וואס מ'באקומט. זיינע שיעורים זענען געבויט אויף טיפע יסודות אין נפש. ער מאכט עס כאילו פשוט. אבער באמת שטייט עס אויף גאר טיפע יסודות אין נפש.


ער וויל זאגן אז אויך די בחירה - די "רצון"- צו טון גוטס, צו לערנען דאווענען, וכו', איז אויך פונעם אייבירשטען?? די רצונות אונזערע? דאס איז דאך נישט אמת... מיר האבן די בחירה צו האבן שכל און גיין מיטן יצר טוב אנשטאט די יצר הרע. וואס דען מיינט בחירה?

די רצון אונזערע צו טון גוט'ס קומט נאר ווייל ס'דא א באשעפער אויף די וועלט און ס'ווייזט נאר אויף אונזער התחברות צו אים. די רצון צו טון 'יכולת'דיג' ווייזט אויף דמיונות.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פרשת וישלח שטייט אז די שר של עשיו האט זיך געשלאגן מיט יעקב, וירא כי לא יכול לו, און ער האט געזען אז ער גייט נישט מיט 'יכולת'. און שפעטער שטייט כי ראית אלקים ואנשים ותוכל. דאס אליין אז מ'געט אויף 'יכולת', דאס איז גאר די 'יכולת'.

ווי איינער האט מיר געשריבן אין אישי , אז דער וואס געט אויף אויף 'יכולת', ער האט באמת יא יכולת. פארוואס? ווייל ער האט יא 'יכולת' צו מקבל זיין די גוטע זאכן וואס ער האט יא. אזאך וואס דער וואס וויל גיין מיט 'יכולת' האט נישט.

מיר זענען אזוי ווי א גלעזעל וואס דארף פשוט מקבל זיין די שפע. ווען מיר פרובירן צו זיין 'יכולת'דיג', איז עס אזוי ווי די גלעזעל וואס דרייט זיך אויס כדי צו מקבל זיין די שפע וואס גיסט, אבער דאס אליין אז ער דרייט זיך, דרייט אים אויס אויף די אנדערע זייט, און די וואסער קען נישט אריינרינען. ער דרייט זיך אויס אויף די אנדערע זייט, ווייל ער ווייסט נישט אז 'חוסר יכולת' איז גאר וואס לאזט די שפע אריינקומען, ער וויל לעבן מיט פאלשע געטליכקייט, און נישט מיט אמת'ע געטליכקייט. ער מיינט אז מ'דארף גיין מיט 'יכולת', ער וויל טון א פעולה כדי צו מקבל זיין, ער כאפט נישט אז ער דארף פשוט איינזעהן אין די 'חוסר יכולת', און אז דאס אליין וועט אים שטעלן אין די פאזיציע פון שפע. אונזער 'חוסר יכולת' איז באמת 'יכולת'.

דהיינו, ווען א מענטש דערזעהט זיך אלץ אומצופרידן, און אז ער קוקט אויף די שווארצע זייט, און אז ער קען זיך נישט קאנצענטרירן, קען ער אריינטראכטן אין זיך "אפשר בין איך יכולת'דיג". ווייל די 'יכולת' מאכט אז ער זאל נישט קענען מקבל זיין אינפארמאציע וואס איז יא עוועליבל. דיין ווייב און דיין קינד איז יא עוועליבל, פארוואס קענסטו זיי נישט געבן א שמייכל? די גמ', די סידור, איז יא עוועליבל, פארוואס קענסטו נישט קאנצענטרירן? ווייל ער קען נישט. ער קען נישט. דער וואס האט 'יכולת' צום סוף קען ער נישט

צומאל כאפט זיך נישט א מענטש ווי 'יכולת'דיג' ער איז. ווייל אויב וואלט ער ווען אמת'דיג געווען 'חוסר יכולת' וואלט ער מקבל געווען די גוטע זאכן, און דאס וואלט אים צופרידן געשטעלט, און ער וואלט געקענט קאנצענטרירן.

אף בלילות יסרוני כליותי, כליותי אותיות 'יכולת'. די סיבה פון יסורים איז 'יכולת'. באברתו יסך לך ותחת כנפיו תחסה, איז ראשי תיבות יכולת. צו וויסן ווער ס'האט באמת די יכולת.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

נשמה האט געשריבן:
עפעס, עפעס א גרויסע חידוש, אנדערש ווי מיר 'ווייסן' (נישט נאר 'שפירן') וויל ער דא אויפטוהן. כ'האב עס נישט ארויס.

אויב דו רעדסט פון די 'עונג בעבודת השי"ת' שיעורים, איז עס אז ער וויל אויפטון אז מ'זאל שפירן בחוש די כח וואס השי"ת איז אונז משפיע יעדע רגע. און נישט שפירן דעם כח אלץ אונזער כח. ער וויל אז דו זאלסט ווערן נתפעל פון דיין חוש הראי', פון דיין כח זיך צו רירן, פונקט ווי חלילה א בלינדער זאל אויפאמאל ווערן זעענדיג, און א - חלילה - געלעמטער חיות'דיג; זיך צו קענען רירן. ער האלט אז די סיבה פארוואס א מענטש האט נישט עונג איז, ווייל דער מענטש שפירט נישט 'חושיות' זיין התחברות צום אייבערשטן. וויאזוי דער אייבערשטער געט אים יעדע רגע נאכאמאל. לאמיר טראכטן וויפיל א בלינדער וואלט געווען אזוי העפי - עכ"פ די ערשטע רגעים - מיט פשוט'ע פעולות, און א געלעמטער מיט פשוט'ע פעולות. פארוואס? ווייל ס'איז דענסמאל ביי אים איבערצייגט אז ס'איז נישט זיינס. ס'איז נישט ער. ס'איז א מציאה. מ'געט עס אים פון הימל אראפ. דער אייבערשטער זאל זיין 'ומצאת' כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך.

ער וויל זאלסט שפירן די אבסעלוטישקייט אין יעדע תנועה. די שמחה אז מ'קען זעהן. ווער זעהט? ווער טוט עס? איך? דער אייבערשטער! ער וויל אז מ'זאל זיך איבערצייגן בחוש אין די מתנה פון פשוט'ע פעולות. די עונג פון א פשוט'ע פעולה איז, די מתנה פון אבסעלוטישקייט וואס מ'באקומט. זיינע שיעורים זענען געבויט אויף טיפע יסודות אין נפש. ער מאכט עס כאילו פשוט. אבער באמת שטייט עס אויף גאר טיפע יסודות אין נפש.


ער וויל זאגן אז אויך די בחירה - די "רצון"- צו טון גוטס, צו לערנען דאווענען, וכו', איז אויך פונעם אייבירשטען?? די רצונות אונזערע? דאס איז דאך נישט אמת... מיר האבן די בחירה צו האבן שכל און גיין מיטן יצר טוב אנשטאט די יצר הרע. וואס דען מיינט בחירה?

די רצון אונזערע צו טון גוט'ס קומט נאר ווייל ס'דא א באשעפער אויף די וועלט און ס'ווייזט נאר אויף אונזער התחברות צו אים. די רצון צו טון 'יכולת'דיג' ווייזט אויף דמיונות.

והשם הטוב יעזור.


האסט נישט געכאפט וואס מיר באדערט. איך גלייב האסט נאכנישט געהערט די 6טע שיעור. (פון די נייע סעריע).

וואס איז זיין חידוש לגבי בחירה?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שפע רב האט געשריבן:וואס איז זיין חידוש לגבי בחירה?

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך גיי דיר דא זאגן זיינע חידושים וואס איך הער אין די זעקסטע שיעור. און נישט דוקא וואס דו פרעגסט מיר. איך שרייב עס ווייל איך זאל עס מער איינ'חזר'ן אין מיר.

ס'דא אין א מענטש א טרייב קראפט וואס שטערט אים אנצוגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן. און דאס איז וואס ער רופט די שוועריגקייט צו טון פשוט'ע מעשים. ער האלט אז דאס וואס דער מענטש איז נישט דאהי צו טון די פשוט'ע טאג טעגליכע פליכטן, ווי צום ביישפיהל: סתם אפוואשן די דישעס. סתם שמועסן מיט א קינד. סתם לערנען אפאר ווערטער. סתם עוסק זיין אין פשוט'ע זאכן. נאר דער מענטש שפירט ווי ער וויל דוקא א חנוכה פארטי מיט דאונאטס, דאס איז ווייל ער האט נישט קיין געפיל צו די פשוט'ע זאכן.

יעצט, פארוואס האט ער נישט קיין געפיל צו די פשוט'ע זאכן? טענה'ט ער ווייל די פשוט'ע זאכן שפירט דער מענטש אז ס'קומט פון אים. ס'דא א נקודה פון 'איך', און דער מענטש שפירט אז דאס וואס איך גיי יעצט וואשן די דישעס, דאס טו איך. איך וויל עס. און איך גיי עס טון. און ווען ער טוט עס, שפירט ער בשעת'ן טון "איך טו עס". און דערפאר האט ער נישט קיין געפיל דערצו. און ער האט יא געפיל צו זאכן וואס ער קען עכט נישט האבן. ווי למשל גיין צו א פארטי וואס יענער האט געמאכט. דאס האט נישט מיט מיך. דער מענטש שפירט: ס'איז העכער ווי מיר. דער מענטש נעמט עס נישט אריין אין זיין 'איך'.

קומט אויס א כלל: יעדע זאך וואס דער מענטש נעמט אריין אין זיין 'איך', פארלירט די חשיבות. און יעדע זאך וואס ווערט נישט אריינגענומען אין די איך, בלייבט מיט די חשיבות. אדער בלייבט עס מיט די חשיבות ווייל דער מענטש רעדט זיך איין אז ער גייט עס האבן, ווען טיף אינעווייניג ווייסט ער אז ער קען עס נישט האבן. אדער ווייל ער קען עס טאקע נישט האבן, נאר מ'געט עס אים פון הימל.

ער טענה'ט אז די סיבה פארוואס א מענטש ווערט עקסיידעט צו אזאך וואס קומט פלוצלינג איז: ווייל ס'איז נישט אריין אין זיין 'איך'. "איך טו עס ; איך שאף עס ; עס קומט פון מיין 'איך". און דערפאר וויבאלד דער מענטש נעמט עס נישט אריין אין זיין 'איך', בלייבט עס מיט די געטליכקייט. אדער עכטע געטליכקייט, אדער פאלשע געטליכקייט.

די כלל איז: די נקודה פון 'איך' נעמט אוועק חשיבות פון א זאך.

וואס ער וויל איז אז מ'זאל נישט אריינלייגן די נקודה פון 'איך' אין די פשוט'ע זאכן. און ער טענה'ט אז דאס גייט עס לאזן מיט די חשיבות.

דאס איז אבער שווער צו טון. פארוואס? ווייל ס'איז נישט "נאטורליך" פאר א מענטש צו שפירן ווי יעדע פעולה וואס ער טוט טוט דער אייבערשטער. ס'איז שווער פאר א מענטש ארויסצונעמען די 'איך' פון פשוט'ע מעשים. ער איז צוגעוואוינט בחוש אז ס'איז נישט אזוי. ס'איז שווער פאר א מענטש צו שפירן "דאס וואס איך וויל יעצט וואשן די דישעס, דער רצון מיינט דער באשעפער האט מיך יעצט געמאכט שפירן וואס ער וויל יעצט". "איך שפיר יעצט נישט מיין רצון, איך שפיר דעם באשעפערס רצון" און "דאס וואס איך וואש עס, דאס מיינט אז דער אייבערשטער נוצט יעצט מיינע הענט צו טון וואס ער וויל".

דער מענטש שפירט: וואס הייסט? איך וויל, און איך טו עס. און נישט: איך שפיר וואס ער וויל, און ער טוט עס דורך מיינע (זיינע) הענט.

יעצט וויל ער מאכן אז דער מענטש זאל איינזעהן אז די עצם רצון קומט פון אים. כדי ס'זאל האבן א חשיבות ביים מענטש.

יעצט, ווען א מענטש איז בוחר, און ער שפירט ביי זיך, ס'איז מיין בחירה, קומט אויס, אז ס'פארלירט די חשיבות. דאס פארשטייסטו? וויבאלד מיר גייען מיט דעם כלל אז יעדע זאך וואס עס ווערט אריינגענומען אין 'איך' פארלירט די חשיבות. יעצט וויאזוי קען מען מאכן אז דער מענטש זאל שפירן "איך בין בוחר" און דאך זאל דערין נישט ווערן אריינגענומען דעם 'איך', כדי ס'זאל נישט פארלירן די חשיבות. דו קענסט עס צעטיילן. פרוביר. וועסטו זעהן אז מ'קען. ס'דא א נקודה פון די עצם אנהייב פון בחירה קומט פון מיר. און דער מענטש דרוקט זיך אויס, 'איך' בין בוחר. די אנהייב קומט פון מיר. און ס'דא א נקודה פון אפילו אז עס קומט פון מיר, שפירט דער מענטש נאך אלץ אז עס איז אבער דאך נישט פון מיר. די אנהייב פון בחירה קומט ווייל ס'איז דאס א באשעפער אויף די וועלט.

דאס אליין אז דער מענטש איז בוחר מוז דאך קודם זיין אז דער מענטש זאל האבן 'הכרה'. און ווער געט 'הכרה'? ווער געט פאר'ן מענטש די 'הכרה' אז ס'דא אזא זאך ווי טוב? נאר די עצם עקזיסטענץ אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט.

קומט אויס אז זיין חידוש אין בחירה איז נישט א חידוש אזוי ווייט ווי ס'איז: טראכט טיפער וועסטו פארשטיין די עמקות פון בחירה, אז ווי ווייט ס'קען זיך דערין נישט אריינמישן דער 'איך'. אויב מ'טראכט נישט טיף, קען מען שפירן די ענין פון "איך בין בוחר", איך שאף די בחירה. ווי צו זאגן חלילה: איך מאך אז ס'זאל זיין א באשעפער אויף די וועלט, און נאכדעם בין איך בוחר אין אים. דאס איז נישט ריכטיג. זיין חידוש איז: דער באשעפער איז דא, און איך בין נאר בוחר אוועקצוגיין פון רע, פון די צמצום. און דאס קומט אויך נישט "איך האב באשלאסן אז ס'דא אזא זאך ווי רע, און נאכדעם גיי איך אוועק פון רע". נאר דאס איז: די רע עקזיסטירט, און איך קען נאר זיך אוועקדרייען דערפון.

זיין חידוש איז: טראכט אריין וועסטו זעהן ווי ווייט זאכן קענען נישט אריינגיין אין די ווארט 'איך'. טראכט: וואס קען אריינגיין אין די ווארט 'איך'? מיט די ווארט 'איך', מיין איך צוזאגן א מענטש וואס זעהט ווי זיין ביזנעס בליהט, און ער זאגט "איך' האב געמאכט אז ס'זאל אזוי זיין". פון דער ווארט רעד איך. אין דעם 'איך' קען נישט אריינגיין קיין זאכן. דאס איז וואס ער וויל אז דו זאלסט איינזעהן. ווייל ער האלט אז ווען דער ווארט 'איך' מישט זיך אריין אין סייוועלכע זאך, און אין אונזער פאל ווען ס'מישט זיך אריין אין מעשים, נעמט עס אוועק די 'עונג' פון א פעולה.

זיין רצון איז אז דו זאלסט ארויסנעמען דעם 'איך' פון יעדע איינציגע פעולה אין דיין לעבן.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
נעם ארויס דיין איך פון יעדע זאך.pdf
(85.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 120 מאל
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

WOW ייש''כ. גיימיר עס דאונלאודן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לויט ווי ר' שרגא נ"י רעדט אין זיינע שיעורים - שיעור 7 - קוקט מיר אויס אז יעצט ווען איך וויל טייפן, פאר יעדע איינציגע תנועה וואס איך וויל רוקן מיינע הענט, איז דא א בקשה, "רבש"ע ריק מיינע הענט ווייל איך וויל טון דאס און דאס" און דער אייבערשטער רוקט מיינע הענט. און נאכדעם קומט נאך א בקשה "רבש"ע ריק עס נאכאמאל אזוי און אזוי" און דער אייבערשטער ריקט עס פאר מיר.

ווען איך קוק יעצט ארויס פון פענסטער און איך זעה א מענטש 'גייט', וואס זעה איך? איך זעה דער אייבערשטער רוקט די פיס פון די מענטש אויף א געוויסע דרך. און ווען איך זעה איינער רעדט צום אייבערשטן, זעה איך ווי דער אייבערשטער רוקט זיין מויל. און אויך ווען איך הער ווי מענטשן רעדן צווישן זיך, וואס ס'געשעהט איז אז דער אייבערשטער רעדט פאר זיי. זיי טוען גארנישט. זיי האבן אזויפיל אז זיי ווילן.

אויב אזוי קומט אויס אז ווען איך בארעכן מיך אויף וואס איך האב געטון, דארף איך מיך בארעכענען אויף די "בקשות" מיינע.

זיין שיעור איז צעטיילט אויף צוויי חלקים. איין חלק איז אז דער מענטש קען נישט טון, דער אייבערשטער טוט פאר אים. א מענטש בעהט דעם אייבערשטען "באשעפער איך וויל יעצט טראכטן פון דיר, און דער באשעפער טראכט פאר אים". און דאס איז באמת א דבר פשוט. אזוי שטייט אין אלע ספרים, אז יעדע זאך וואס א מענטש טוט טוט עס נישט דער מענטש. נאר דער אייבערשטער טוט עס פאר אים. ועיין בנועם אלימלך פרשת ויחי, בד"ה או יאמר אם עד שלא פרעו וכו'.

און די צווייטע חלק איז אזוי. אז די בחירה פון א מענטש ווערט באמת ארויסגעברענגט נאר מיט דעם אז דער מענטש איז בוחר ברצונו אויפצוגעבן אויף זיין 'איך', און מסכים זיין צו די עקזיסטענץ פון באשעפער, צו זיין רצון.

וואס ער וויל איז אז מ'זאל האבן עונג פון שפירן התחברות, ווי פריער דערמאנט.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

נשמה כ'האב מיך באלעקט די פינגער פון די צוויי PDFס. האסט די זכי' און די מתנה מהנה צו זיין בעז''ה מענטשן. עוד חזון להערות.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

כדי צו עקספיריענסן די בחירה און די התחברות וואס ר' שרגא נ"י וויל אז מ'זאל זיך אויסלערנען, דארף מען מיטלעבן מיט די זאכן וואס מ'וויל און וואס מ'טוט יעצט. נאר וויאזוי די עשי' קומט יעצט פאר קען מען עס די בעסטע צעטיילן. ער וויל אז מ'זאל צעטיילן די עשיה ביז ס'וועט זיך שפירן וואס ס'קומט פון אויבן, און וואס ס'האט מיט אונז. ביז מ'וועט שפירן אז פון אונז איז נאר די חשיבות וואס מ'איז עס מחשיב, דהיינו, די רצון צו התחברות אז מ'טוט עס שוין סייווי, זאל עס זיין פנים אל פנים. מ'קען עס די בעסטע טון ווען מ'לעבט מיט די זאכן וואס מ'טוט יעצט.

די ציהל וואס - מיר זעהט אויס אז - ר' שרגא נ"י וויל מיט די ענין פון 'בחירה' איז אז ווען ס'קומט אריין אין א מענטש צו טון טוב, דהיינו דער מענטש ווייסט אז דאס איז טוב, און דער מענטש איז בוחר עס צו טון ווייל ס'איז טוב, זאל ער נישט שפירן ביי זיך די גוטע געטליכע געפיל פון "עס איז געווען מיין בייפאל, און איך האב באשלאסן אז אזוי דארף מען טון, און איך האב עס געטון, עס קומט פון מיר". ווייל די רגע מ'שפירט "איך האב עס געטון, עס קומט פון מיר", מ'קלאפט זיך אויף די פלייצעס. נעמט דאס אוועק די געפיל אז ס'קומט פון אויבן אלץ א שפע פון אויבערשטן. און דער מענטש דאנקט נישט דעם אייבערשטן דערויף. ער דאנקט זיך. עס נעמט אוועק די ענין פון התחברות; משפיע ומקבל. די ענין פון קאנעקשאן. און עס נעמט אוועק די עונג. ווייל נאר א געטליכע זאך קען געבן עונג פאר א מענטש. אדער איז עס טאקע געטליך, אדער רעדט מען זיך איין אז ס'איז געטליך.

צום ביישפיהל, לאמיר זאגן אז ס'פאלט מיר ביי אויפצורוימען, מאכן סדר. דארף איך וויסן ביי מיר אז דער ענין 'אויפצורוימען' דאס איז מען מיך משפיע פון הימעל. און ווען איך טו עס בין איך פשוט בוחר און איך פריי מיך אין די חשיבות דערפון.

כדי צו לעבן אזוי דארף מען לעבן אינעם יעצט. בשעת די השפעה צו טון א גוטע זאך - דהיינו מ'ווייסט אז ס'איז א גוטע זאך - קומט, איז מען בוחר זיך צו פרייען דערמיט. צום ביישפיהל עס פאלט מיר זיך אפצוהיטן מיינע מחשבות. זאל איך נישט טראכטן "דער בייפאל קומט פון מיר" נאר "איך בין בוחר זיך צו פרייען מיט דעם ענין פון שמירת המחשבה". אדער 'שמירת עיניים'.

נאך א ביישפיהל: לאמיר זאגן ס'פאלט מיר ביי צו קויפן ווייטעמינען. דארף איך טראכטן "דער אייבערשטער איז מיך יעצט משפיע דעם ענין". און איך האב שמחה דערמיט, און איך בין עס בוחר. אדער עס פאלט מיר ביי צו טון צום זאך. דארף איך טראכטן "פון אויבן איז מען מיר משפיע דעם ענין, און איך בין עס פשוט מחשיב".

אדער עס פאלט מיך ביי צו טרינקען א גלעזעל וואסער. קען איך שפירן ביי מיר "איך בין בוחר צו זיין געזונט", און זיך פרייען אז איך בין בוחר. דהיינו זיך פרייען מיט מיך. און נאכדעם איז דא די ריכטיגע וועג "די רצון צו זיין געזונט, און דערפאר צו טרינקען וואסער קומט פון באשעפער, ער איז מיך דאס משפיע פון אויבן, ער וויל איך זאל זיין געזונט, און פאר מיר בלייבט איבער די בחירה עס צו מחשיב זיין און איך בין עס טאקע מחשיב, דהיינו, איך טו עס"

ס'קומט אויס אז ביי יעדע פעולה איז דא צו מכיר זיין די טוב וואס דער אייבערשטער געט מיר, די שפע מלמעלה, און ווי שטארק דער אייבערשטער וויל מיר משפיע זיין, און צו מחשיב זיין די שפע, די עשי' מיט א שמחה און א חיות דרוקט אויס די חשיבות וואס די שפע האט ביי אונז, דהיינו מיט די עצם עשי' איז מען בוחר בהשי"ת ברצון. מ'קען עס אבער די מערסטע טון נאר ווען מ'לעבט מיט מיט די עשי וואס עס קומט יעצט פאר מיט אונז.

ווי מער מיר וועלן אזוי טון פשוט'ע אבער גוטע פעולות, אלץ ווייניגער וועט אונז אויספעלן צו בוחר זיין ברע. ווייל דער עיקר וואס א מענטש זוכט איז געטליכקייט. אלץ ווייניגער וועט אונז אויספעלן צו עסן אומגעזונטע זאכן, אדער טון שטותים.

והשם הטוב יעזור
אטעטשמענטס
צעטיילן די עשיית הטוב.pdf
(85.67 KiB) געווארן דאונלאודעד 110 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך גיי שרייבן עפעס, איך ווייס נאכנישט צו ס'ארבעט, אבער איך שרייב עס כדאי זיך מחזק צו זיין אין דעם ענין פון ר' שרגא'ס מהלך.

אויב א מענטש טרעפט זיך טון אזאך וואס ער ווייסט קלאר אז יעצט איז עס פאר אים נישט די ריכטיגסטע זאך צו טון, איז שייך צו נוצן די ענין פון ר' שרגא אדער נישט. איך האב אנגעהויבן טראכטן אז ס'איז יא שייך. אפילו ווען מ'טרעפט זיך טון אזאך וואס מ'ווייסט טיף אינעווייניג אז מיינע כלי המעשה דארפן יעצט נישט טון דעם זאך. צום ביישפיהל: מ'האט געטראפן א קופקע, און מ'שפירט זיך אריינגעצווינגען צו שמועסן, אדער נאך אסאך אזעלכע זאכן. נאך א ביישפיהל: מ'עסט, און מ'ווייסט ביי זיך אז יעצט קומט נישט דאס צו טון. ס'איז נישט געזונט, אדער ס'איז נישט אויף די ריכטיגע אופן. איז שייך בשעת מעשה צו טון די מהלך פון ר' שרגא, אדער נישט.

האב איך אנגעהויבן טראכטן אז ס'איז יא שייך. און איך האב אנגעהויבן קלערן אז ס'קען ארויסנעמען פון נישט גוטע מעשים. דאס הייסט אפילו בשעת א מענטש טוט אזאך וואס ער ווייסט טיף אינעווייניג אז ער דארף עס נישט טון, ער ווייסט אז זיינע כלי המעשה טוען יעצט אזאך וואס איז נישט ריכטיג צו טון, און ער פרובירט זיך צו מקשר זיין מיט א טיפע אינערליכער געפיל פון "איך וויל נישט האבן קיין שום תענוג פון 'יכולת', אפילו נישט א ברעקל, נאר איך וויל האבן תענוג פון 'התחברות".

און ער טראכט ווייטער "אמת טאקע אז וואס איך טו יעצט איז נישט ריכטיג צו טון, ווארשיינליך ווייל ס'איז 'יכולת', מיט דעם אלעם וויל איך אבער נישט האבן תענוג פון 'יכולת', די גאנצע זאך איז ביי מיר לא אפשר ולא קא מכוין, איך וויל האבן תענוג פון 'התחברות', און איך וויל נישט האבן תענוג פון טון און זיך נאכגעבן מיין 'יכולת', וועט ער לכאורה צום סוף ארויסקריכן פון זיך טרעפן טון מיט די כלי המעשה זאכן וואס ער ווייסט אז ער דארף נישט טון.

פארוואס? ווייל מיר דארפן אויפהערן צו טראכטן וואס אונזערע כלי המעשה טוט בפועל. מיר דארפן אנהייבן זיך צו פארלייגן אויף אונזער 'בחירה'. מיר דארפן זיך פארלייגן אויף דאס וואו מיר האבן 'קאנטראל'. מיר האבן קאנטראל נאר אויף די בחירה. אנשטאט טראכטן "איך בין בוחר נישט צו עסן צוקער" זאל מען טראכטן "איך בין בוחר אז יעדעס ברעקעלע תענוג פון מיר זאל קומען פון די זאך וואס איך ווייס אז ס'איז 'טוב' און גארנישט פון 'יכולת'"

ווען מ'טוט תשובה אדער מ'האט חרטה אויף א נישט גוטע טאט, זאל מען נישט טראכטן: "אוי אזא שאד אז איך בין ווייטער אויפגעשטאנען שפעט". נאר מ'זאל טראכטן "איך וויל מער בוחר זיין צו האבן תענוג פון די זאכן וואס איך ווייס אז ס'איז טוב, און נישט האבן תענוג פון די זאכן וואס איך ווייס אז ס'איז 'יכולת', דהיינו, זאכן וואס איך ווייס אז ס'איז נישט גוט" מ'זאל טראכטן מיט אמת'דיגקייט "וויאזוי איך געווען מיין בחירה, האב איך בוחר געווען צו האבן תענוג פון 'יכולת', אדער פון 'התחברות'"? "אוי געוואלד, איך האב מורא אז איך האב בוחר געווען צו האבן תענוג פון 'יכולת', פארוואס האב איך בוחר געווען צו האבן תענוג פון 'יכולת', אזא שאד, איך וויל נישט האבן תענוג פון 'יכולת', 'יכולת' איז פארקערט ווי 'התחברות', ניין, איך האב נישט גוט בוחר געווען, איך האב געדארפט בוחר זיין צו האבן תענוג פון 'התחברות'"

אבער מ'דארף לעבן אינעם יעצט, נישט טראכטן כאילו צוריק צו מאכן וואס עס איז געווען. מאי דהווה הווה, מ'כאן ואילך חושבנא.

מ'דארף זיך אפלאזן פון וואס מ'טוט, מ'דארף זיך אפלאזן פון יעדע זאך וואס האט מיט די עשי'. מ'דארף אנהייבן פאוקעסירן אויף די בחירה וויאזוי ר' שרגא לערנט עס אפ. די כלי המעשה דאס איז נישט אונזער געשעפט. אונזער געשעפט איז "איך וויל בוחר זיין צו האבן תענוג פון 'התחברות' צו טוב, און נישט פון 'יכולת'.

מ'קען דאס אבער די מערסטע טון ווען מ'לעבט אינעם יעצט.

מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו פאוקעסירן אויף די כלי המעשה. זעמער אזוי צוגעוואוינט צו באטראכטן "וויאזוי האב איך געטון די מעשה פון מיין היינטיגע שמונה עשרה" און אזוי ווייטער. - אויב מ'וויל טון וואס ר' שרגא וויל אונז אויסלערנען, דארפן מיר אויפהערן מיט "וואס טו איך יעצט". מיר דארפן אנהייבן מיט "איך בין בוחר זיין צו האבן תענוג פון התחברות און איך וויל נישט האבן בשום אופן א ברעקל תענוג פון יכולת". מיר דארפן זיך פארלייגן נאר אויף די בחירה. און נישט קוקן וואס מ'טוט אויף למעשה

נישט קיין חילוק וואס מ'טוט למעשה. מ'קען טון גוט, און ס'זאל זיין 'יכולת' און ס'פלאצט, און מ'קען טון נישט גוט, אבער סוף סוף אז מ'פארלייגט זיך אויף 'התחברות', און זיך אפזאגן פון תענוג פון 'יכולת' איז דאס משפיע אויף די מעשים.

מיר זענען צוגעוואוינט צו אונזערע אויפפירונג צעטליך "איך האב יא געווען וואויל, איך בין נישט געווען וואויל". מיר דארפן אנהייבן זיך צו פארלייגן אויף די נקודת הבחירה לויט וויאזוי ר' שרגא נ"י זאגט עס. און אויפהערן צו טראכטן פון וואס מ'טוט. "איך וויל האבן תענוג נאר פון התחברות, און נישט פון יכולת". אפילו בשעת מ'טוט אזאך וואס מ'ווייסט אז ס'איז נישט ריכטיג צו טון, אויב מ'פארלייגט זיך מיט אלע כוחות אויף די בחירה צו האבן תענוג פון התחברות און נישט פון יכולת, מוז עס לכאורה האבן א השפעה אויף די מעשים. אפילו מ'זעצט פאר מיט'ן טון - ליידער - וואס מ'ווייסט אז ס'איז נישט גוט. מיט דעם אלעם.

ווייל די גאנצע זאך וואס געט גאז פאר די כלי המעשה צו טון זאכן וואס מ'ווייסט אז ס'איז נישט ריכטיג צו טון, איז נאר ווייל מ'האט תענוג דערפון. אבער אויב מ'זאגט זיך מער און מער אפ פון די תענוג פון 'יכולת', און מ'איז בוחר מיט'ן גאנצן קראפט וואס מ'האט צו האבן תענוג נאר פון התחברות, אבער נישט פון 'יכולת', וועט דער מענטש בהכרח זיך מוזן בייגן.

אזוי ווען מ'זאגט א נארישע דשאוק פאר א חבר, און דער חבר לאכט נישט, ער לאכט נישט, אפילו ס'ציהט צו זאגן, אבער די קומענדיגעס מאל גייט מען עס נישט זאגן. אפילו בשעת מ'טוט אזאך וואס איז נישט ריכטיג, אבער וויבאלד מ'טוט עס באופן אז אינעווייניג איז מען נישט בוחר דערין. פארקערט מיט'ן גאנצן כח וויל מען נישט דערין. אלץ מער וועט מען עס נישט טון.

לאמיר אויפהערן צו טראכטן וואס מ'טוט. לאמיר אנהייבן טראכטן "וויאזוי בין איך בוחר, בין איך בוחר צו האבן תענוג פון התחברות, און אויב נישט קלערט מען אריין אין די פחיתות פון בוחר זיין צו האבן תענוג פון 'יכולת'. קיינמאל נישט וואס מ'טוט, נאר וויאזוי איז געווען מיין היינטיגן טאג בחירה.

סאו, די קומענדיגע אויפפירונג צעטליך גייט זיין "האט משה'לע בוחר געווען אין התחברות אדער אין יכולת"

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
קוק נישט אויף וואס דו טוסט, קוק אויף די בחירה.pdf
(86.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 109 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

וואס עס קומט מיר ארויס א חידוש פון די ניינטער שיעור.

יעדער מענטש דארף שפירן א 'איך'. ווען א מענטש טוט, מוז ער נוצן די געפיל פון 'איך'. 'איך' טו. 'איך' זעה. 'איך' פארשטיי. 'איך' וויל פארשטיין. 'איך' ליין יעצט. א שפיר פון א 'איך' מוז ווערן באגלייט צוזאמען מיט די פעולה וואס דער מענטש טוט.

רעדט ער פון צוויי סארטן אופנים וויאזוי א מענטש שפירט זיין 'איך' ווען ער טוט מעשים . ס'איז די מעשים וואס מ'טוט צוזאמען מיט א שפיר פון 'איך' וואס דאס איז די שפיץ וואו עס הייבט זיך אן צוצעטיילן די געטליכע עונג, אדער עונג פון התחברות, אדער עונג פון 'יכולת'. ס'דא א 'ואנכי עומד ביני וביניכם'. כפירוש הבעש"ט שאנכיות של האדם מכסה מהאדם את רגש הקב"ה.

ביידע פון דעם 'איך' שפירן זיך געטליך. א מענטש מוז האבן תענוג, און תענוג קומט נאר פון געטליכקייט. אדער פאלשע געטליכקייט, אדער אמת'ע געטליכקייט.

א מענטש זייט ער איז געבוירן שפירט ער רצוניות. וואס ווייסט דער מענטש, פון וועם קומען די רצוניות? ווער איז די מקור פאר די אלע רצוניות. ווער וויל דא? דער מענטש פארשטייט - מחמת חטא עץ הדעת - אז דאס קומט פון אים אליין. איך וויל דאס, און איך וויל יענץ. ער שפירט ביי זיך אז ער די ערשטע נקודה פון די רצון. וויבאלד יעדע רצון איז א רצון צו געטליכקייט, און דא וויבאלד דער מענטש פארשטייט אז 'איך' בין דער וואס וויל עס, פארשטייט ער ביי זיך "איך בין געטליך". ער פארברייטערט מער און מער דעם קאנסטראקט וואס הייסט 'איך'. מיט יעדע רצון וואס עס קומט אריין אין אים, ווערט פארברייטערט דער 'איך'.

מיינע דעסיזשאנ'ס וואס מיינע געדאנקן מאכן אפ קומט פון מיר.

דער מענטש כאפט נישט דעם ריינעם אמת אז די אלע רצוניות, און דערנאך די אלע מעשים, קומען מלמעלה צו אים. נאר ער פארשטייט אז ס'קומט פון אים אליין. ער זעהט זיך אלץ די מקור פון די אלע רצוניות. און מיט דעם ווערט ער אפגעטיילט פונעם אייבערשטן. ס'איז דער שפיר פון 'איך' איז וואס טיילט אפ א מענטש פון באשעפער. ער הייבט שוין כמעט אן צו שפירן אז 'איך' בין דער וואס הערט און זעהט און האט 'הכרה', וואס דאס איז פשוט אז ס'קומט מלמעלה. און דערפאר האט דער מענטש נישט קיין תענוג פון טון פשוט'ע דברים טובים, ווייל ער פארשטייט אז ס'קומט פון 'איך'. און דער מענטש ווייסט טיף אינערליך אז 'איך' איז נישט געטליך.

אויב וואלט א מענטש באמת געשפירט אז ס'דא נאר א 'איך', וואלט ער נישט געקענט האבן תענוג. א מענטש מוז זיך שפירן געטליך כדי צו האבן תענוג. ער מוז אויסברייטערן דעם 'איך'.

כדי צו פארשטיין ווי אומריכטיג עס איז צו שפירן אז מעשים קומען פון מיר און נישט מלמעלה. לאמיר אריינטראכטן ווען א מענטש זאגט: איך וויל טון וואס איך וויל טון און קיינער זאל מיך נישט איינטיילן. איז דער מענטש גערעכט? ניין. ווייל כדי א מענטש זאל זאגן "איך וויל טון וואס איך וויל טון און קיינער זאל מיך נישט איינטיילן" מוז זיין אז דער מענטש האט קודם - אזוי צו זאגן - באשלאסן אז ער האט זיך כאילו באשאפן פון די ערשטע נקודה, און דערפאר האלט ער אז זיינע רצוניות קומען פון אים אליין. אזאך וואס איז נישט ריכטיג. ווייל די מציאות איז אז איינער העכער אים האט אים בהכרח באשאפן און זיינע רצוניות קומען פון אים צום מענטש 'בעל כרחך אתה חי'.

קומט אויס אז ס'איז "גניבה". ווייל די עצם רצון וואס א מענטש נוצט כדי אפצומאכן ביי זיך "איך וויל טון וואס איך וויל טון און קיינער זאל מיך נישט איינטיילן" קומט אויך נישט פון אים. דער מענטש אנערקענט נישט דעם אמת פון די זאך. מתגאה בדבר שאינו שלו. מתכבד בדבר שאינו שלו. ווי דער איגרת הרמב"ן זאגט: מתלבש בלבוש מלכות שמים.

ווען א מענטש וואלט פארשטאנען און בעיקר זיך געלאזט פארשטיין, אז זיינע רצוניות, זיין רצון צו טון מעשים, קומט נישט פון אים, ער האט דאס נישט געמאכט עקזיסטירן, נאר דאס קומט מלמעלה צו אים, וואלט ער זיך מכניע געווען צו דעם ווער ס'געט עס אים. נאר האט דאך דער מענטש געגעסן פון עץ הדעת טוב ורע, און וויל זיין א מענטש פאר זיך.

ער טענה'ט אז די צד השוה פון יעדע סארט ברייטערע 'איך' וואס מ'טרעפט ביי מענטשן קומען פון דעם ערשטן אומריכטיגן אנערקענונג ווער עס איז די מקור פון מיינע מעשים, פון מיינע רצוניות. ער טענה'ט אז אויב וואלט א מענטש פון די ערשטע נקודה - פון געבורט - איינגעזעהן אז נישט ער איז די מקור פון די רצוניות און באשלוסן, וואס ער טרעפט זיך האבן, און ער וואלט געוואוסט די אמת אז ס'קומט מלמעלה, וואלט דער מענטש געהאט 'הכנעה' און וואלט זיך נישט אזוי פאלש פארברייטערט מיט א אומריכטיגע 'איגו'.

די אומריכטיגע שפיר פון 'איך' מאכט אז דער מענטש ווערט סיי עקסיידעט, און ער שפירט גוט מיט זיך, ווען ער טוט א גוטע זאך "איך האב דאך געזאגט אזא קלוגע געדאנק, און דערפאר בין איך קלוג" און סיי ער ווערט צעקלאפט אדער אויפגערעגט ווען צומאל ווערט דער 'איך' פארשמעלערט. ווייל דער 'איך' איז ביי אים א גאנצע מציאות.

יעצט, איז דא ווען א מענטש שפירט ווייטער זיין 'איך' אויפן נישט ריכטיגן אופן. און דא הייבט ער אן צו טון אין עבודת השי"ת. אבער וויבאלד די גאנצע עבודת השי"ת ווערט געבויט אויף די ערשטע אומריכטיגע נקודה פון 'איך'. דער 'איך' וואס דינט השי"ת איז די נישט ריכטיגע 'איך', דערפאר מוז ער דאס אנטרייבן דאס מערסטע געטליך "איך בין א עובד השם, איך בין א צדיק, א חכם, איך האב עס ארויס" מיט דעם פארברייטערט ער דעם 'איך'.

יעצט, דא הייבט זיך אן די חיובים. פלוצלינג ווערן געבוירן חיובים, וואס אט די חיובים קענען זיין אמת'דיג אז מ'דארף עס טון. אבער דא ווערט עס געבוירן צוליב א אנדערע סיבה אינגאנצן. די חיובים האבן נישט מיט די אמת'ע חיובים. כאטש זיי קוקען אויס די זעלבע. פלוצלינג דארף ער טון דאס, און דארף טון יענץ. ער האט "חיובים". אבער פון וואו קומען זיי צו אים? ווערט געבוירט אט די חיובים אין אים? וועכע 'איך' שפירט אז מ'דארף דאס אזוי וויכטיג טון? די נישט ריכטיגע 'איך'. ס'האט די זעלבע חסידיש'ע טייטשן. מ'קען אט די אלע חיובים טרעפן אין ספרים. אלעס די זעלבע. אבער די מקור איז פון די נישט ריכטיגע 'איך'. און דאס שאפט אנגעצויגנקייט.

און נאכדעם מיינט מען אז עבודת השי"ת ציהט אן. קען זיין אז ס'דא א חשיבות אין דעם אויך, ווייל סוף סוף דינט מען דעם הייליגן באשעפער. אבער בעומק איז עס נישט ריכטיג אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ורם לבביך ושכחת את ה' אלוקיך'. ווייל אויב ס'געלונגט ווייזט עס אז "איך בין א מוצלח", און אויב ס'געלונגט נישט, ווייזט עס "איך בין א דורכפאל", און פארוואס זאל זיך אים לוינען צו טון פשוט'ע גוטע מעשים. וואס האט דער אומריכטיגער שפיר פון 'איך' מיט פשוט'ע גוטע מעשים. און אויב איך ווייס נישט צו ס'גייט געלונגען איז דער 'איך' אנגעצויגן. ווייל דער אומריכטיגער 'איך' פון דעם מענטש ליגט אין זיינע געדאנקען. ער איז פארנומען דערמיט. זיין 'איך' ווערט אגאנצן צייט גע'משפט. נישט אז ער מאכט א חשבון הנפש. נישט אז ער לעבט מיט חשבון הנפש. נישט אז ער מעסט אפ זיינע מעשים צו ס'איז גוט צו נישט. ער לעבט אפצומעסטן ווי ווייט געטליך דער אומריכטיגער 'איך' איז.

נאכדעם איז דא א 'איך' וואס בשעת דער מענטש שפירט 'איך' טו, 'איך' מאך, שפירט זיך עס נישט אז די מקור קומט פון מיר. ער שפירט אז אלעס קומט מלמעלה. און בשעת'ן שפירן דעם 'איך' שפירט ער ווי דער 'איך' וויל בוחר זיין זיך אויסדרייען צום אייבערשטן. דער 'איך' איז מחשיב יעדע גוטע זאך ווי קליין עס איז נאר. דער 'איך' וויל עס. דער 'איך' איז משתוקק צום אייבערשטן. דער 'איך' האט הכנעה צום אייבערשטן. דער 'איך' האט א לב נשבר צום אייבערשטן. [אַה] דער 'איך' ווערט נישט עקסיידעט און היי ווען ס'גייט גוט. און דער 'איך' ווייזט בפועל ווי ווייט ער איז מחשיב יעדע קליינע פעולה. און דער 'איך' שפירט אויך אז דאס אליין אז ער שפירט די ריכטיגע 'איך' קומט אויך פון אייבערשטן. און דאס איז די ריכטיגע 'איך'. די אמת'ע 'איך', די חלק אלוק ממעל. אויף דעם איז געזאגט געווארן ויגבה לבו בדרכי ה'.

אבער ולאום מלאום יאמץ. דער ריכטיג שפיר פון 'איך' ווערט באהאלטן ווען א מענטש הייבט אן שפירן אז ער איז די מקור פון זיינע מעשים. אז ס'קומט פון מיך. ער ווערט פארנומען מיט זיך. און עס איז ויגבה לבו בדרכי עצמו

ווען ווייס איך אז איך שפיר מיין 'איך' אויף די ריכטיגע אופן? ווען איך שפיר אז דער שפיר פון מיין 'איך' האט א רצון זיך אויסצודרייען צום אייבערשטן און נעמען פון אים זיינע מתנות וואס ער געט מיר. דעמאלטס ווייס איך אז עס שפירט זיך מיר די ריכטיגע 'איך'. אבער ווען איך שפיר א 'איך' וואס האט נישט אין זיך אריינגעבויעט א רצון זיך אויסצודרייען צום אייבערשטן, ווען איך שפיר א 'איך' וואס עס האט נישט אין זיך אריינגעבויט די ענין צו מחשיב זיין יעדע גוטע אפילו פשוט'ע פעולה, דארף איך כאפן אז ס'איז נישט די ריכטיגער שפיר. נאר עס איז קליפה.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
וויאזוי ווייס איך אז איך שפיר מיך די ריכטיגע 'איך'.pdf
(95.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 104 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לויט ר' שרגא נ"י איז די ריכטיגע עבודת השי"ת א בחינה וואס קען זיך בוחן זיין אלץ סעלפישנעס. א בחינה ווי חייך קודמין. זעלבסט-אינטרעסע. איך מיין מיך. ער טענה'ט אז א מענטש קען נישט עכט צוקומען צו זיין א עובד השם; א בוחר בטוב. אויב גייט ער נישט צו דערצו אז ער וויל נעמען פון די אייבערשטער. און טאקע אין א געוויסע בחינה פאר זיך.

די חובת הלבבות שרייבט אין שער 'יחוד המעשה' אם לא ימצא היצר דרך לפתותך מהפנים האלה יתחכם לך במה שהוא יותר דק מזה והוא דרך הגמול והעונש בעוה״‎ז ובעוה״‎ב ויאמר לך הנה אתה מחסידי הבורא ומסגולתו וכמוך הוא ראוי לגמול העולם הזה והבא וצריך שתשתדל כפי יכלתך אולי תגיע לזה במעשיך ובהמשכך אחרי עבודת האלהים בלב טוב ובשמחה רבה כמו שאמר דוד (תהלים צז) אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה. ואם תשמע אליו ותסמוך על דבריו יפילך במין ממיני השתוף הנסתר והוא ששמת נעבדך לנפשך ממה שאתה משתדל במה שתמשך בו הנאת עצמך ושמחתך ותדחה בו מעליה הדאגות והיגונות ולולא תקותך לזה היית כופר בטובות האלהים המתמידות עליך ולא היית מחייב את עצמך עבודה עליהם עם שאינך רואה שהעבודה לו לגדולתו ועוצם יכלתו ואותות חכמתו ובזה אמרו רז״‎ל (אבות א) אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פרס אלא הוו כעבדים המשמשין את הרב שלא על מנת לקבל פרס.

לאמיר אריינקלערן, איז שייך צו מצייר זיין אין שכל אז א מענטש זאל נאר וועלן געבן פאר די אייבערשטער, אז זיין כוונה זאל זיין: איך טו עס, ווייל איך וויל אז נאר דער אייבערשטער זאל האבן דערפון א נוצן. לאמיר זאגן מיט דעם אז ער פארשפרייט יחודו בעולם. איז שייך צו מצייר זיין אזא זאך? פארוואס נישט? ווייל וואס איז די ערשטע נקודה וואס זאל באוועגן דעם מענטש צו וועלן נאר געבן?

לאמיר זאגן דער מענטש איז מכיר אין אמיתת מציאותו ית'. אז אלעס איז דער אייבערשטער. יעצט, וויבאלד דער מענטש איז א חלק אלוק ממעל, קען ער דאך נישט טון א זאך פארקערט ווי די חק פון וועם ער איז א חלק. דער אייבערשטער זאגט דורך שלמה המלך אין משלי: כֹּל פָּעַל ה' לַמַּעֲנֵהוּ. אלעס דרייט זיך ארום דעם.

די גאנצע ענין פארוואס א מענטש איז א מקבל איז אויך נאר צוליב די אור ה'.

וואס איז די ערשטע נקודה וואס באוועגט דעם מענטש צו טרעפן דעם אמת? לאמיר זאגן אז די ערשטע זאך מוז זיין אז דער מענטש איז מכיר אז ער קען מיט זיין שכל פארשטיין דעם אמת פון עקזיסטענץ. און ער פארשטייט אז ער דארף נאר טראכטן, און ער וועט עס פארשטיין. און לאמיר זאגן אז ער טרעפט עס. און ער זעהט אז מענטשן ווייסן עס נישט. און ער וויל עס פארשפרייטן. פארוואס? פארוואס וויל ער עס פארשפרייטן? איז עס דען נישט וועגן כֹּל פָּעַל ה' לַמַּעֲנֵהוּ? איז עס דען נישט ווייל אמת וויל זיך פארשפרייטן. טאקע ווייל דאס איז די מציאות. איז עס דען נישט ווייל די חלק אלוק ממעל ביים מענטש וויל זיך אליין פארשפרייטן?

איז שייך צו מצייר זיין אז דער מענטש זאל יעצט וועלן פארשפרייטן דעם אמת וואס ער האט געטראפן, און נישט מיינען זיך? אויב איז ער א צדיק, איז דאך ערשט אז ער מיינט זיך. די חלק אלוק ממעל איז ביי אים שטערקער. און דאס זוכט צו פארשפרייטן דעם אמת.

און דאס וואס די הייליגער ישמח משה זצ"ל האט געזאגט אז ער איז גרייט צו ווערן פארשטויסן אבי ס'זאל שוין זיין די התגלות, דאס איז א מדריגה וואס אונז פארשטיי מיר נישט.

דערפאר מוז מען זאגן אז דאס וואס דער חובת הלבבות מיינט יפילך במין ממיני השתוף הנסתר והוא ששמת נעבדך לנפשך ממה שאתה משתדל במה שתמשך בו הנאת עצמך, מיינט: אז דער מענטש פארשפרייט דעם אמת, נישט נאר ווייל ער מיינט זיין התחברות צום אמת, זיין זעלבסט אינטערעסע וואס ברענגט אים צו זוכן התחברות מיט טוב. נאר אויך ווייל ער וויל א באזונדערע גמול. ער וויל א גמול וואס ער זאל קענען באקומען אלץ דבר נפרד.

און ר' שרגא נ"י ברענגט נאך מער ארויס, אז וויבאלד דעם אייבערשטנס רצון איז להיטיב, מוז זיין אז אונזערע נפשות זאלן האבן א זעלבסט אינטערעסע דערין.

לאמיר זאגן א בחור'ל זאל זיך אפמאכן: איך מיין נאר דעם אייבערשטן. און גארנישט מיך. און טאמער ס'קומט אריין אין אים א רצון צו הנאה האבן פון עבודת השי"ת, וועט ער עס פארטרייבן: ניין, נאר דער אייבערשטער. דאס איז אביסל איבערגעארבעט. ס'פעלט נישט אויס. פארקערט: יא, איך מיין מיך! כֹּל פָּעַל ה' לַמַּעֲנֵהוּ. נישט מיך. איך מיין מיין חלק אלוק ממעל.

והשם הטוב יעזור
אטעטשמענטס
עבודת השם דורך זעלבסט אינטערעסע.pdf
(45 KiB) געווארן דאונלאודעד 99 מאל
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

נשמה האט געשריבן:
און דאס וואס די הייליגער ישמח משה זצ"ל האט געזאגט אז ער איז גרייט צו ווערן פארשטויסן אבי ס'זאל שוין זיין די התגלות, דאס איז א מדריגה וואס אונז פארשטיי מיר נישט

אונז פארשטייען יא, ס׳איז זייער סימפל: ער מיינט גארנישט זיך, זערא.
די מדריגה איז רחוק מאוד מאוד פון אונזער השגות, אבער אונז פארשטייען אז דאס איז די תכלית עבודה. צדיקים, ווי העכער אלץ מער ווערט דער בלתי לשם לבדו און מ׳מיינט גארנישט זיך.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב בשר האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
און דאס וואס די הייליגער ישמח משה זצ"ל האט געזאגט אז ער איז גרייט צו ווערן פארשטויסן אבי ס'זאל שוין זיין די התגלות, דאס איז א מדריגה וואס אונז פארשטיי מיר נישט

אונז פארשטייען יא, ס׳איז זייער סימפל: ער מיינט גארנישט זיך, זערא.
די מדריגה איז רחוק מאוד מאוד פון אונזער השגות, אבער אונז פארשטייען אז דאס איז די תכלית עבודה. צדיקים, ווי העכער אלץ מער ווערט דער בלתי לשם לבדו און מ׳מיינט גארנישט זיך.

איך שרייב לויט אונזערע אדער מיינע השגות. און איך מיין נישט צו זאגן אז אזוי איז פארגעקומען.

איך וויל ארויסברענגען אז נישט דאס איז די תכלית העבודה. און נישט דאס מיינט בלתי לה' לבדו. און נישט דאס מיינט 'גארנישט מיינען זיך'. און אז מיר קענען זיך נישט אפלערנען פון דעם. און אז דאס איז א פליטת פה פון א צדיק אינעם העכסטן מדריגה. און וואו שטייט אזא מדריגה? די ישמח משה אין זיין תהלימ'ל שרייבט פארקערט, אז א צדיק וויל בלייבן א נצחי.

בשעת'ן זאגן אזאנע דיבורים קענען מיר אויך פארשטיין מיט אונזער השגה אז די עצם אהבה רעדט ארויס פון מויל. מיר קענען פארשטיין אז נישט דער צדיק זאגט עס, נאר די עצם אהבת השי"ת זאגט עס. די עצם חבוקה ודבוקה בך זאגט עס. און אהבה מקלקת את השורה. ער ווערט אזוי נאנט צום אייבערשטן, אז ער ווארפט זיך אוועק. מ'רעדט דאך דא פון א צדיק. און מ'רעדט פון יום הקדוש. מ'קען פארשטיין אז אהבה מאכט אז דער צדיק זאל אזוי זאגן. ווען נישט זיין אהבה וואלט ער עס נישט געזאגט. דאס קען מען פארשטיין.

ווען דו טראכסט אריין און דו פרעגסט: וואס און ווער באוועגט דעם צדיק צו זאגן אזאנע דיבורים? וועסטו מוזן ענטפערן אז דאס איז די חלק אלוק וואס איז אין אים, און ער איז מחובר דערצו. נישט ער זאגט עס. און וויבאלד דאס איז זיין ענין, וועט ער אזוי זאגן. אפילו ווען א צדיק גייט אויס צו טון אלעס נאר פאר'ן אייבערשטן, און ער וויל נישט קוקן אויף זיך. ער איז א בחינה פון הוד. מיט דעם אלעם קענסטו פרעגן: ווער און וואס באוועגט אים דאס צו טון? מוזטו ענטפערן אז טאקע זיין אייגענעם התחברות צו געטליכקייט. אז דאס איז יעצט זיין 'איך'. איז דאך דאס ווייטער זיין 'איך'.

קודם מוזטו אוועקשטעלן אז גילוי מלכותו ית' בעולם איז דא דעם צדיק'ס אייגענעם ענין. דאס ווערט זיין 'איך'. מיט דעם אליין האלט שוין דער צדיק ביי בלתי לה' לבדו. בלתי לה' לבדו מיינט נישט אז דער מענטש ווערט נישט באווירקט פון זיין אייגענעם חלק אין געטליכקייט, פון זיין אייגענעם ענין. פון זיין אייגענעם 'איך'. אז דאס איז זיין 'איך'. בלתי לה' לבדו מיינט נישט אז דער צדיק שפירט זיך אלץ דבר נפרד, אדער פארבלייבן פארווארפן. פארקערט, ס'מיינט אז דער אייבערשטער ווערט זיין ענין, און אז ער וויל ממליך זיין נאר די רצון פון באשעפער, און נישט קיין רצון וואס קומט אלץ דבר נפרד.

נאכדעם דארפסטו אפטיילן א געוויסע איך וואס דער צדיק קען באשטיין בשעת'ן זאגן אז ס'זאל ווערן פארווארפן אויף אייביג. מעולם לא יראה אור. דער מדריגה אליין קומט פון חולת אהבה. און אהבה מקלקת את השורה. ער ווערט אזוי נאנט צום אייבערשטן, אז ער ווארפט זיך אוועק.

ס'איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין אזא מדריגה. מ'קען עס זעהן להבדיל ביי די וואס רייכערן. זיי האבן אזוי ליב דעם ציגארעטל אז זיי ווארפן אוועק זייער חיות. אהבה מקלקלת את השורה. אבער דאס איז נישט די מדריגה אויף וואס מיר דארפן הארעווען צוצוקומען. דאס איז נישט תכלית העבודה. ס'איז אזא סארט עבירה לשמה. ס'איז אן עבירה ווייל דער אייבערשטער וויל נישט אז דער צדיק זאל זיך פארשטויסן. כי לא ידח ממנו נדח. און ער אליין וויל אויך נישט באמת ווערן פארשטויסן. ווייל א צדיק איז נאנט צום רצון השי"ת, און דער רצון השי"ת איז דאך כי לא ידח ממנו נדח. נאר דאס איז אזא סארט עבירה לשמה. און דאס איז זיכער נישט די תכלית העבודה.

בשעת דער צדיק איז אין דער מדריגה, איז ער אוודאי זייער נאנט צום אייבערשטן, און ער וויל ווערן נאך נאנטער, אזוי ווי יעדע צדיק וואס וויל ווערן נאך נאנטער. און אוודאי קען ער זאגן אזאנע דיבורים. א צדיק בשעת יום כיפור, אדער פורים, קען זאגן אזאנע דיבורים. אבער נישט פשט אז ער וויל באמת ווערן פארווארפן. ווייל כי לא ידח ממנו נדח. און דעם צדיק'ס רצון איז ווי דעם אייבערשטנס רצון.

לו יצוייר ס'זאל זיין א צדיק וואס איז אראפגעפאלן פון דער מדריגה פון חולת אהבה. און דו וועסט אים דערמאנען פון דעם, און דו וועסט אים פרעגן: יא, דו ווילסט באמת אזוי? וועט ער דען קענען ענטפערן, יא איך וויל. ער איז דאך אויס צדיק. נאר בשעת ער איז א צדיק וויל ער דאס. דאס מיינט אז ער וויל יא בלייבן נאנט.

נו, אז ער וויל בלייבן נאנט, וויאזוי קען מען דאס זאגן? נאר דאס קען מען נישט פארשטיין על בורייה.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז די תכלית העבודה איז נישט צוצוקומען אזא מדריגה. תכלית העבודה איז די רצון השם. און די רצון השי"ת קען נישט זיין פארקערט ווי די רצון השי"ת. די רצון השי"ת איז כי לא ידח ממנו ידח. אין דוחין נפש מפני נפש. נאר דאס איז אזא סארט 'עבירה לשמה'.

איך האב געשריבן לויט ווי איך פארשטיי. כדי מ'זאל נישט מיינען אז דאס איז די תכלית העבודה. דאס איז נישט די תכלית העבודה. די גאנצע גלות איז נאר כדי יעדער זאל צוריקקומען. והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר פארשטיין דאס קינד פון רעיא מהימנא תצא דף רפא ע"א. (די תניא אין ליקוטי אמרים פרק יוד ברענגט עס) וואס האט ליב זיין טאטע און זיין מאמע מער ווי אלעס פון זיך. אזוי ווייט אז די רצון וואס זיין טאטע און זיין מאמע ווילן, איז ביי אים אזוי חשוב, אז יעדעס מין אייגנטום זיינער וועט ער אוועקגעבן צו טון זייער רצון, זיי צו באפרייען. דאס איז אויבנאויף א ענין פון 'נתינה'.

אבער לאמיר אביסל אריינטראכטן אין דעם קינד. וואס האט צוגעברענגט אז ער זאל אזוי זיין? אז מ'טראכט אביסל קען מען זאגן אז ווייל ער פארשטייט אז זיי האבן אים געגעבן זיין עצם קיום בעולם. און ער פארשטייט אז זיי האבן אים גאר שטארק ליב. און אז זיי וועלן אויך טון פאר אים אלעס. ער שפירט אין זיך זייער קיום, וואס נאר א דאנק דעם האט ער אליין א קיום. ער שפירט ווי זיי האבן אים געגעבן עקזיסטענץ. שפירט ער ווי זיין קיום ליגט ביי זיי. ווערט ער צוגעבינדן צו זייער ווילן. אלעס וועגן דעם נקודה פון זיין אייגענעם קיום.

אבער וויאזוי הייבט זיך עס אן? נאר דורך דעם קינד'ס אייגענעם קיום. יעצט, קען מען זיך דען מצייר אין שכל אז דער קינד זאל נאר וועלן טון פאר זיינע עלטערן און גארנישט פאר זיך, גארנישט פאר זיין אייגענעם קיום? אז ער אליין זאל נישט בלייבן קיין נצחי? די גאנצע זאך קומט דאך נאר וועגן זיין אייגענעם קיום, זיין אייגענעם נצחי. ווען ער טוט די רצון פון זיינע עלטערן, האלט ער אויף זיין אייגענעם קיום, זיין אייגענעם נצחיות. ער טוט עס דאך נאר וועגן דעם, ער טוט דאך עס נאר ווייל ער איז א קינד. ווייל ער איז א חלק פון זיי. און א חלק וויל ווערן מחובר צו דאס וואס ער פארשטייט אז ס'האט עס געברענגט אין עקזיסטענץ. ואין לך נטילה יותר מזו.

ווייל אויב ער אליין פאר זיך איז א קיום נאר א דאנק זיין טאטע און מאמע וואס האבן אים געברענגט אין עקזיסטענץ, ווען ער איז זיך מחבר צו די רצון פון זיין טאטע און מאמע, האט ער דאך מער קיום. דערפאר וויל ער טון זייער רצון. ווייל ער וויל האבן מער קיום. ואין לך נטילה יותר מזו.

ער מיינט דא זיין אייגענעם עקזיסטענץ. ער טוט עס וועגן זיין אייגענעם עקזיסטענץ. ס'האט זיך אנגעהויבן נאר מיט זיין אייגענעם עקזיסטענץ. און אויב וואלט די טאטע און מאמע נישט געווען אזוי גוט צו אים, וואלט ער טאקע נישט אזוי אויסגעגאנגען צו טון זייער רצון.

דאס אליין אז א מענטש קען זיך אזוי אוועקגעבן פאר א צווייטן, ווייזט אויף געטליכקייט. עס ווייזט אז נישט דער קערפער איז וואס עס עקזיסטירט דא. פארוואס קען זיין אז א מענטש זאל נישט קוקן אויף זיין אייגענעם לעבן כדי צו ראטעווען די לעבן פון א צווייטן? ווייל בשעת מעשה געט ער אוועק זיין לעבן פאר זיך אליין. ווייל יענער ווערט זיין 'איך'. דער אייבערשטער זאל אוודאי אפהיטן. וויאזוי קען יענער ווערן זיין זיך? דאס איז נאר ווייל די עקזיסטענץ ביי א מענטש האט נישט צו טון מיט זיין אייגענעם קערפער. ס'האט מיט וואס ער ווייסט אז ס'עקזיסטירט דא. מיט וואס ער איז מחובר.

אונטערשטע שורה איז, אז אלעס הייבט זיך אן פון די אייגענע עקזיסטענץ. און וויסן פון וועם ס'קומט. און ווער ס'האט מיר געגעבן און וויל מיין נצחיות'דיגער גוט'ס. און ס'איז דאך זיכער אז מיט'ן ערפילן זיין רצון וועט דא בלייבן א עקזיסטענץ. אבער עבודת השי"ת מיינט זיכער נישט: סתם זיך אוועקגעבן פאר'ן אייבערשטן, פון מיר זאל גארנישט בלייבן, איך דין דעם אייבערשטן און נאכדעם גיי איך ווערן אויס און שוין. נישט דאס מיינט בלתי לה' לבדו. נישט דאס מיינט: לך כי לך, לך אף לך, לך ה' הממלכה וכו'.

אבער פון דעם רעיא מהימנא קען מען זיך אביסל געבן א טראכט, וויפיל מיר דארפן זעהן צו ראטעווען א ניצוץ הקדוש אז ס'זאל נישט אריינפאלן אין די קליפות. און וויפיל מיר דארפן משתדל זיין עס אויסצולייזן און צוריקברענגען צו השי"ת.

והשם הטוב יעזור
אטעטשמענטס
בלתי להשם לבדו באור ר שרגא.pdf
(93.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 101 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

און אפילו ביי די דרגא וואס עס ווערט געברענגט פון ר' לוי יצחק בן שרה סאשא זצ"ל אין זיין ספר קדושת לוי, פרשת וישלח דב"ה וינהג יעקב וכו'. וואס ער זאגט דארט: ראוי לכל אחד ואחד לאחוז במשכנות הרועים, להדבק את עצמו בה', ולעבוד את ה' רק בגין דאיהי רב ושליט ושרשא דכל עלמין, ולית אתר פנוי מיניה, וכבודו מלא עולם, און אין פרשת תזריע בד"ה אשה כי תזריע וילדה: רק כדי שהבורא ב"ה יהיה לו תענוג, ונמצא הוא [דהיינו האדם] המשפיע. ולא בבחינה אחרת דהיינו על מנת לקבל פרס, און אין פרשת וישלח בד"ה ויקרא שם המקום כו': ואין כוונתו כלל על קבלת הטובה, והבחינה הזאת נקרא פנים בפנים. נאכדעם שרייבט ער אז לאו כל מוחא סביל דא, רק צריך הכנה גדולה לבא במדריגה כזו.

וויל איך זאגן אז אויך דא איז דער זעלבער ענין, אז דער מענטש מיינט נאך אלץ זיין אייגענעם אבסעלוטישן עקזיסטענץ. און מ'דארף געדענקען אז נישט דער מענטש מיינט זיין אייגענעם אבסעלוטישן עקזיסטענץ אלץ דבר נפרד, נאר ס'איז די חלק פון אלוק ממעל וואס וויל זיין און בלייבן מחובר מיט איר בורא. און מיט דעם אז זי זעהט דעם אייבערשטן אלץ רב ושליט, ושרשא דכל עלמין, ולית אתר פנוי מיניה, וכבודו מלא עולם, זעהט זי זיך שוין אלץ נצחי און זי איז מער נישט באזארגט אויף דעם. און יעצט וויל זי נאר טון די רצון פון וועם זי איז א חלק. ווייל זי ווייסט אז דאס מיינט איר אייגענע נצחיות.

עבודת השי"ת איז פון די נקודה פון די חלק אלוק ממעל, פון די נקודה פון וועלן בלייבן א נצחיות. און אפילו ווען דער מענטש מיינט נאר דעם אייבערשטן. הייבט זיך עס אן פון דער רצון צו בלייבן א נצחי.

נאר וואס עס געשעהט איז אז דער מענטש - ווי די קדושת לוי ברענגט אויפן פסוק שחורה אני ונאווה אז די מדת ענוה המשובח והמפואר - פארגעסט פון זיך, און ער ווייסט נאר דעם אייבערשטן. אין אונזערע ווערטער: די עקזיסטענץ פון השי"ת ווערט זיין ענין. ער זעהט זיין אייגענע עקזיסטענץ אז דאס איז די עקזיסטענץ פונעם אייביגן בורא. פארוואס? טאקע דורך זיין רצון זיך צו מחבר זיין צו אים כדי צו זיין און צו בלייבן א נצחי, ווערט ער מחובר, און ער פארגעסט פון זיך, און טוט אלעס פאר'ן אייבערשטן. און דערויף פירט ער אויס: אשרי מי שזכה לזה.

און דאס קען מיינען וואס עס ווערט געברענגט פון ר' לוי יצחק בן שרה סאשא זצ"ל אין זיין ספר קדושת לוי, פרשת וישלח דב"ה וינהג יעקב וכו'. וואס ער זאגט דארט: ראוי לכל אחד ואחד לאחוז במשכנות הרועים, להדבק את עצמו בה', ולעבוד את ה' רק בגין דאיהי רב ושליט ושרשא דכל עלמין ולית אתר פנוי מיניה, וכבודו מלא עולם, און אין פרשת תזריע בד"ה אשה כי תזריע וילדה: רק כדי שהבורא ב"ה יהיה לו תענוג, ונמצא הוא [דהיינו האדם] המשפיע. ולא בבחינה אחרת דהיינו על מנת לקבל פרס, און אין פרשת וישלח בד"ה ויקרא שם המקום כו': ואין כוונתו כלל על קבלת הטובה, והבחינה הזאת נקרא פנים בפנים. נאכדעם שרייבט ער אז לאו כל מוחא סביל דא, רק צריך הכנה גדולה לבא במדריגה כזו.

פארוואס וויל דער מענטש בלייבן א נצחי? טאקע ווייל די חלק אלוק ממעל וואס איז דא אין אים. ווען דער מענטש האלט שוין ביי דער דרגא מיינט ער נאך אלץ זיך. ער מיינט נאך אלץ זיין אייגענעם נצחיות. ער זעהט עס אבער מער נישט אלץ זיך. והא ראי' די רגע דער מענטש שפירט אז ער גייט אפשר נישט בלייבן א נצחי, וועט ער תשובה טון. און דאס וואס ער שרייבט: ואין כוונתו כלל על קבלת הטובה, מיינט נישט אז דער מענטש געט אויף פון בלייבן א נצחי, דהיינו צו בלייבן מחובר צו נצחיות. ס'מיינט אז דער מענטש ווייסט שוין אז ער איז א נצחיות. און יעצט וויל ער נאר די רצון השי"ת.

ר' שרגא נ"י זאגט אלעמאל אז וואס ער שלאגט פאר איז פנים בפנים. און די קדושת לוי, ווען ער רעדט פון וועלן מקבל זיין (פרשת וישלח ויקרא שם המקום) רופט ער עס פנים באחור. ווייל דער מענטש האט זיך אינזינען. דער אייבערשטער וויל אים געבן, און דער מענטש איז זיך נאכנישט גענוג מחבר, און ער בלייבט קוקן נאר אויף די טובה וואס ער באקומט פון די התחברות. ער קוקט נאר צו גרעסער מאכן זיין קליינע נקודה. און ער קוקט נישט אויף די זייט וואס געט אים. וואלט ער זיך מער מחבר געווען, וואלט ער נאר געשפירט די רצון השי"ת, און דאס וואלט געווארן זיין 'איך'. אבער אלעס נאר דורך התחברות.

דאס וואס ס'שטייט אז מיר יודן זענען תנו עוז לאלקים, דאס מיינט אז מיר זענען מודה אז אלע חסדים קומען פון אייבערשטן. דאס איז אויך א ענין פון נטילה. ווייל היש לך נטילה גדולה מזו שהבן רוצה שאביו יהי' יותר חשוב?

און אין תניא ליקוטי אמרים פרק מא, ווען ער שרייבט אז יש לכל אדם להרגיל בכוונה זו, מיט דעם כוונה וואס דער זוהן אין רעיא מהימנא וויל טון פאר זיינע עלטערן. אז מ'זאל נישט מכוון זיין לרוות נפשו הצמאה לה', שרייבט ער דארט אז וויאזוי זאגט ער אז יעדער זאל זיך צוגעוואוינען צו דינען השי"ת מיט דער כוונה? מ'וויל דאך עס נישט באמת לאמיתו לגמרי בכל לב. מיט דעם אלעם זאל מען זיך יא צוגעוואוינען דאס יא אינזין האבן. ווייל אביסל וויל מען דאס יא. וועגן יעדע יוד האט א אהבה טבעית צו טון כל מה שהוא רצון העליון.

און שפעטער זאגט ער: וואס איז דער אהבה טבעית? שרייבט ער: לדבקה בה' ולא ליפרד וליהיות נכרת ונבדל חס ושלום מיחודו ואחדותו יתברך בשום אופן אפילו במסירת נפש ממש. דאס מיינט אז דער מענטש האט זיך ליב. דאס איז דער אהבה טבעית. נאר דער מענטש פארשטייט אז די אהבה צו זיך אליין, די אהבה צו בלייבן א נצחיות, איז א חלק פון באשעפער וואס איז א נצחי. און די אהבה קומט ווייל זי וויל בלייבן נאנט צו איר בורא. די אהבה האט נישט מיט מיר. די אהבה צו זיך איז באמת א אהבה צו בלייבן נאנט צום באשעפער.

יעצט, וויאזוי קען מען זאגן אז 'בלתי לה' לבדו' מיינט: איך מיין גארנישט מיך? איך מיין יא מיך. איך וויל בלייבן נאנט צום באשעפער. נאר דער מענטש זעהט איין אז מיין רצון צו בלייבן נאנט, קומט נישט פון מיר. עס קומט פון אים. דאס איז זיין חלק וואס איז אין מיר. מיט דעם מיין איך אים, אז איך מיין מיך.

לאמיר יעצט טראכטן: ווי נאריש איז ווען א מענטש דאווענט און לערנט, און ס'קומט אים אריין ווי שטארק ער האט ליב מצדו צו זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער שטופט עס אוועק ווייל ער וויל נאר מיינען דעם אייבערשטן. דאס איז דאך אינגאנצן נישט אין די גדר פון עקזיסטענץ. און אוודאי ווילסטו זיין נאנט. דער חלק אלוק ממעל וואס איז אין דיר וויל זיין נאנט. נאר ס'דא ווען א מענטש איז אזוי נאנט, אז זיין גאנצע תענוג קומט ווען דער אייבערשטער האט תענוג. דאס איז נאך סך סך א גרעסערע תענוג, ווען עס מיינט זיך אמת'דיג.

מ'זעהט עס בחוש. "ראובן" טוט א טובה פאר "שמעון", און "שמעון" וויל אים באצאלן. זאגט אים "ראובן" באצאל מיך נישט. איך מיין נישט מיך, איך וויל אז דו זאלסט האבן תענוג. מיין גרעסטע הנאה איז אז איך זעה אז דו האסט הנאה. וויבאלד די עקזיסטענץ פון שמעון, ווערט ראובנ'ס עקזיסטענץ, ווערט יעצט ראובנ'ס עקזיסטענץ מער מיט שמעונ'ס עקזיסטענץ. אבער ער מיינט ווייטער זיין אייגענע עקזיסטענץ.

איך האף איך ברענג מיך גענוג גוט ארויס. מיין אונטערשטע שורה איז: אז די פאקט אז מיר זענען א חלק אלוק ממעל, קען אונז נישט ערלויבן צו טראכטן אז 'בלתי לה' לבדו' מיינט ארויסצונעמען אונזער נקודה פון בלייבן א עקזיסטענץ פון די רצון צו טון סייוואס. נאר די אמת'ע כוונה פון בלתי לה' לבדו קומט נאך די ידיעה אז מיר זענען און ווילן בלייבן עקזיסטירנד דורכ'ן בלייבן באהאפטן צום אייבערשטן.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
קדושת לוי באור ר שרגא.pdf
(92.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 92 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דער עיקר אפטיילן פונעם רע איז אז אלעס קומט מלמעלה. דאס מיינט אז "איך בין נישט זעלבסט-געטליך". דאס מיינט: זיך מכניע זיין צום טוב, צום שרשא דכל עלמין. "איך קען נישט טון וואס איך וויל באופן אז איך בין די עקזיסטענץ". רע איז ווען א מענטש שפירט "קיין איין עקזיסטענץ זאל נישט שטערן מיין עקזיסטענץ". אזוי ווי: קיין איין עקזיסטענץ זאל מיר יעצט נישט איינטיילן וואס צו וועלן. קיינער זאל מיר נישט שטיין אין וועג.

לויט ווי איך פארשטיי איז די שפיץ פון די צוועלפטע שיעור צו לערנען דעם מענטש אז ער וועט זיך אפטיילן פון רע, דורכ'ן אנערקענען אז ער איז געצווינגען דערצו. אז ער איז געצווינגען צו עוסק זיין אין רע. און אז ווי מער ער וועט דאס אנערקענען אלץ מער וועט ער זיך דערפון אפטיילן. און די ווערטער זענען: ווער וויל טון א זאך וואס ער איז געצווינגען דערצו? ווער האט הנאה בשעת'ן טון א זאך וואס ער איז געצווינגען עס צו טון?

באמת איז א מענטש געצווינגען פון 'טוב' ווי איך וועל שפעטער ערקלערן אז א מענטש איז געצווינגען זיך צו שפירן געטליך. און די רצון צו געטליכקייט קומט פון 'טוב'. די רצון צו געטליכקייט קומט ווייל דער מענטש איז א חלק פון 'טוב'. א חלק אלוק ממעל. און דער רצון צווינגט צו זוכן געטליכקייט.

נאר ווען א מענטש גייט צו צו א זאך אויף א זעלבסט-געטליכן אופן "איך וויל טון וויאזוי איך וויל, און גארנישט זאל מיר נישט שטיין אין וועג", דאס מאכט אז דער געטליכקייט וואס דער מענטש מוז זוכן, ווערט פארוואנדלט אין 'רע'. דער מענטש קען נישט אויפהערן צו עוסק זיין אין 'רע'. דאס אז דער מענטש קען נישט אויפהערן צו עוסק זיין אין 'רע', דאס קומט פון 'טוב', דאס קומט פון די זוכעניש צו געטליכקייט. געטליכקייט איז טוב. נאר וויבאלד דער מענטש שפירט אז ער אליין איז געטליך, דערפאר ווערט דער זוכעניש פארוואנלדט אין 'רע'. פאלשע געטליכקייט רח"ל.

ער ברענגט א ביישפיהל פון א מענטש וואס עסט קעיק; קארבס, און ער קען נישט אויפהערן דאס צו עסן, ער שפירט זיך געצווינגען דערצו, און שפעטער האט ער חרטה אז ער האט דאס געגעסן ווייל ער ווערט חלילה אומגעזונט דערפון. און אפילו בשעת מעשה האט ער חרטה אז ער טוט עס. און דער 'צווינגעניש' קומט ווען עס שטעלט זיך צוזאם די צוויי זאכן. 1) אז ער מוז זוכן זיך צו שפירן געטליך, ווייל ער איז א חלק פון 'טוב', א חלק פון געטליכקייט, און 2) אט דער זוכונג ווערט פארוואנדלט צו עוסק זיין אין שלעכטע געטליכקייט, טאקע ווייל ער איז זעלבסט-געטליך.

די צווינגעניש איבערצייגט פאר'ן מענטש צוויי זאכן, 1) אז ער איז א חלק פון געטליכקייט, פון טוב, און דערפאר זוכט ער געטליכקייט, דאס מאל פאלשע געטליכקייט, און 2) אז ער איז נישט זעלבסט-געטליך, אזוי ווי ער האט געמיינט. און דערפאר איז ער געצווינגען צו רע.

קומט אויס אז דער 'צווינגעניש' קומט סיי פון 'טוב' און סיי פון 'רע'. ס'איבערצייגט פאר'ן מענטש די 'טוב', און די 'רע'.

לאמיר זיך דערגרינטעווען דערין. די עקזיסטענץ וואס מאכט אז דער מענטש זאל חרטה האבן פאר'ן עסן צופיל קארבס איז די עקזיסטענץ וואס איז שטערקער ווי די ווילן פונעם מענטש בשעת'ן עסן די קארבס; צוקער. חרטה קומט פון איינזעהן אז מיין עקזיסטענץ מוז זיך בייגן פאר א עקזיסטענץ וואס האט קאנטראל אויף מיר. חרטה קומט פון הכנעה צום העכערן עקזיסטענץ. חרטה מיינט: איך אנערקען אז מיין עקזיסטענץ איז נישט געטליך. "איך אנערקען אז איך קען נישט טון וואס איך וויל, און איך אנערקען אז איך מוז מיך בייגן פאר העכערס". דאס מיינט חרטה. חרטה קומט פון הכנעה.

אבער נישט אלע סארט חרטה. ס'דא א חרטה וואס איז: ווען איך וואלט געוואלט וואלט איך געקענט זיין וויאזוי איך וויל, איך וואלט נאר געדארפט שטערקער וועלן. איך רעד נישט פון די סארט חרטה. ווייל די סארט חרטה מאכט ערגער.

דער מענטש וויל זאגן "איך בין דער עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט". דאס מיינט אז דער מענטש וואלט ווען געוואלט אז ער זאל קענען עסן וויפיל קארבס ער וויל און עס זאל אים נישט שאטן. דאס מיינט "איך בין דער עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט". אבער די עקזיסטענץ וואס האט באשאפן דעם מענטש איז נישט מסכים דערצו. ס'זאגט אים "דו ביסט נישט די עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט".

לאמיר פארשטיין. וואסערע זאך האט דער אייבערשטער דא באשאפן וואס דאס שאפט די חרטה אינעם מענטש "אוי, פארוואס האב איך נישט אכטונג געגעבן, און איך האב גערייכערט". די קעמיקאלן פאר'ן ציגארעטל? ניין. די פאקט אז א מענטש פארטראגט נישט קיין ציגארעטל, דאס שאפט די חרטה. די עקזיסטענץ וואס איז העכער דעם מענטש, דאס שאפט די חרטה.

און די זעלבע זאך מיט קארבס. וואסערע זאך שאפט די חרטה אינעם מענטש? די קארבס? די תאווה צו קארבס? אדער דאס אז דער אייבערשטער האט באשאפן אז א מענטש פארטראגט נישט צופיל קארבס? דאס אז דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש אז ער זאל נישט קענען פארטראגן צופיל קארבס, דאס איז די זאך וואס שאפט די חרטה.

ווייל ווען מיר זאל זיין 'אלהים' (חול) און מיר זאלן זיין 'יוצרי עולמות', וואלטן מיר באשאפן א מענטש וואס קען זיך יא נאכגעבן זיין תאווה - וויאזוי און ווען ס'שמעקט אים - עד הסוף ועד בכלל. און ס'זאל אים גארנישט שאטן.

ס'איז נאר די עקזיסטענץ פון באשעפער וואס איז העכער און שטערקער ווי דער מענטש, וואס דאס שאפט די חרטה. פארוואס בשעת א מענטש עסט די קוקיס, אדער רייכערט און רייכערט און רייכערט, פארוואס בשעת ער טוט עס, האט ער נישט חרטה? ווייל וואס זאל דא שאפן חרטה? נאר די עקזיסטענץ פון באשעפער וואס דער מענטש איז זיך שפעטער מכניע שאפט די חרטה.

"די רע דינט דעם טוב" מיינט נישט אז די רע האט א תכלית. די רע האט נישט באמת א תכלית. רצוני לומר: ס'איז נישט אז דו מוזט בוחר זיין ברע כדי צו האבן טוב. ס'איז די טוב וואס עקזיסטירט, וואס וועט צום סוף באזיגן דעם רע וואס האט נישט קיין עקזיסטענץ. א מענטש קען נישט זאגן: איך גיי עוסק זיין אין רע, ווייל די רע וועט דאך צום סוף ארויסברענגען דעם טוב. רע ברענגט נישט ארויס דעם טוב. ס'איז אלעס נאר אז די טוב באזיגט.

השי"ת איז טוב, און ער האט נישט באשאפן דעם רע, כדי מענטשן זאלן זיך אויסגליטשן, און נאכדעם ווייזן: הע, זעהסט, איך בין די זאך, און זיי דיך מכניע פאר מיר. מאתו לא תצא הרעות והטוב. נאר וואס דען? טוב מוז באזיגן. דאס וואס ס'שטייט 'ובורא רע' מיינט אז ער האט געגעבן בחירה. כמובא ברמח"ל. רע איז נאר רע ווייל דער באשעפער עקזיסטירט. און זיין עקזיסטענץ וועט צום סוף זיגן. נאר דערפאר איז רע, רע. דאס מיינט 'ובורא רע'.

אזוי ווי א טאטע וואס זאגט פאר זיין קינד: קויף נישט א סמארטפאון ווייל ס'וועט דיך צוגרינד לייגן. אבער וויבאלד די טאטע האט געזעהן אז דאס קינד וועט אלעמאל האלטן ביי זיך אז "ווען איך וואלט ווען יא געקויפט א סמארטפאון, וואלט איך ווען אויך מצליח געווען" און דער דיעה פאר זיך איז אויך רע. ווייל דאס מיינט דאך אז זיין טאטע איז נישט באמת גערעכט. און עס קומט אויס אז אפילו דער קינד האט צום סוף נישט געהאט קיין סמארטפאון, און ער וואלט טאקע מצליח געווען, וואלט ער אבער געבליבן מיט דעם דיעה וואס דער דיעה איז אויך רע, אז "ווען איך וואלט ווען יא געקויפט א סמארטפאון, וואלט איך ווען אויך מצליח געווען"

דערפאר, האט אים די טאטע געלאזט מיט די בחירה כדי דאס קינד אליין זאל דער רע; דער שלעכטער דיעה אויך מכניע זיין. וואלט דאס קינד נישט געהאט קיין בחירה, וואלט ער זיך נישט איבערצייגט פארקערט ווי דער שלעכטע דיעה. צו מוז דער קינד קויפן א סמארטפאון כדי זיך איבערצייגן אז דער דיעה איז אומריכטיג? ניין, ער מוז נישט. ער קען עס עררייכן דורכ'ן זיך מכניע זיין צום קלארן בליק פונעם טאטען.

האט דען די טאטע געוואלט אז זיין קינד זאל זיך אויסגליטשן חלילה, כדי אים צו זאגן "הע, זעהסט, איך האב דיך געזאגט" ? ניין! און נאכאמאל ניין! ס'איז די רע פונעם קינד; די רע אז איך פארשטיי בעסער, וואס דארף זיך איבערצייגן אין די טוב פונעם טאטען.

דאס מיינט נישט צו זאגן אז די טאטע וויל די רע. אפילו בשעת ער לאזט דאס צו. און ווען א מענטש וויל טון אן עבירה און ער טראכט: פון דער עבירה וועט דאך אויך ארויסקומען טוב. איז דאס די זעלבע ווען דאס קינד טראכט: איך גיי מיך קויפן א סמארטפאון, ווייל טאקע דורכדעם וועט די טאטע זיין גערעכט. ס'איז נישט לאגיש צו זאגן אזוי.

ווייל נישט פונעם עצם רע קריכט ארויס די טוב. פונעם רע אליין גייסטו גארנישט האבן. מרשעים יצא רשע. ס'איז נאר אז די טוב דארף זיגן און וועט זיגן.

זאלסט נישט מיינען אז דער אייבערשטער האט דירעקט צוגעפירט א דור המבול, און א דור הפלגה, און א עגל, און זאלסט נישט מיינען אז די דור המבול האט א תכלית פאר'ן טוב. אז כדי די טוב זאל זיך מער ארויסברענגען האט בהכרח אויסגעפעלט א דור המבול, אין הדברים כן. זאל נישט זאגן אז דער אייבערשטער האט דאס געמאכט כדי זיך ארויסצוברענגען אויף דער וועלט. קענסט נישט זאגן אויף טוב אז ס'וויל רע. ווייל טוב איז טוב. די דור המבול פאר זיך איז רע און ס'פירט נישט אין ערגעץ. ס'איז נאר אז דער טוב מוז באזיגן.

נאך סך פאר דער מענטש פאלט אדורך איז ער שוין אין רע. אויב דער מענטש שפירט ביי זיך אז "איך בין דער וואס היט זיך אפ, איך בין מיט מיינע כוחות א צדיק" דהיינו, ער שפירט זיך זעלבסט-געטליך. און אוודאי קען זיין אז דער אייבערשטער וועט פירן אז דער מענטש זאל איינזעהן אז ער איז געצווינגען פון זאכן וואס איז העכער אים, דאס מאל פון זיין יצר הרע ; פון פאלשע געטליכקייט. ער איז געצווינגען פון זיין חלק אין געטליכקייט צו זוכן פאלשע געטליכקייט, און דאס מיינט ער איז געצווינגען פון העכערס. דאס מיינט אז ער פאר זיך איז נישט די עקזיסטענץ. נאר ס'דא העכער ווי אים, און דאס מאכט אז ער מוז זיך מכניע זיין צו העכערס פון אים. דאס טוט דער אייבערשטער ווייל ער זעהט אז דער מענטש איז בענין רע.

יעצט לאמיר זיך דערגרינטעווען אין די פאלגנדע: ווער און וואס מאכט אז דער מענטש זאל איינזעהן אז ער איז געצווינגען פון זיין יצר הרע צו טראכטן, טון, רעדן, עוסק זיין אין זאכן כנגד רצונו? ווער איז דער 'רצונו'? דאס איז דאך דער 'טוב'. די חלק אלוק ממעל, די אמת'ע געטליכקייט אינעם מענטש.

נישט אלעמאל. ס'דא ווען דער 'רצונו' איז "איך וואלט ווען געדארפט קענען מיט מיינע כוחות זיך אן עצה געבן. איך רעד נישט פון דע מין 'רצונו'. איך רעד פון די אמת'ע ריינע רצון צו אמת'ע געטליכקייט. די רצון זיך צו באהעפטן צום באשעפער.

טוב זאגט: "איך בין די עקזיסטענץ, און נישט דו, נישט דיינע כוחות" "עקזיסטענץ איז העכער ווי דיך". 'טוב' זאגט: ווייל דו האסט דיך איינגערעדט אז דו ביסט די עקזיסטענץ, ווייל דו האסט געשפירט זעלבסט-געטליך, ווייל דו האסט דיך איינגערעדט אז דו קענסט טון וואס דו ווילסט וויאזוי דו ווילסט, מוז איך דיר ווייזן ווי שלעכט ס'איז צו שפירן אזוי. קומט אויס אז די טוב מאכט די שלעכטע שפיר. דאס זוכונג פאר געטליכקייט וואס קומט פון 'טוב' מאכט שפירן די געצווינגעניש.

דער 'טוב' וואס זאגט פאר'ן מענטש "איך בין די עקזיסטענץ, און נישט דו, נישט דיינע כוחות". דאס זאגט פאר'ן מענטש דעם אמת ווער עס עקזיסטירט דא באמת, און ווער ס'רעדט זיך נאר איין אז ער איז געטליך.

ווייל די רגע א מענטש שפירט "איך פאר מיך בין די געטליכע עקזיסטענץ", ווייזט אים די 'טוב' אז ער איז עס נישט. אז ער איז געצווינגען צו עוסק זיין אין געטליכקייט. דאס מאל פאלשע-געטליכקייט, און אפילו ווען ער אליין וויל נישט. די טוב שטארקט זיך.

און וויבאלד דער מענטש איז נישט מכניע צום טוב, דהיינו, ער שפירט אז ער אליין פאר זיך איז די בעל היכולות. "איך קען טון, און איך וויל טון וואס איך וויל" קען אים די טוב - דהיינו די אמת'ע עקזיסטענץ - נאר ווייזן אז ער איז געצווינגען דורכ'ן רע; פון א זאך וואס איז העכער ווי מיר. אבער דאס מאל זוכט ער רע. ס'איז אויך א זוכונג פאר געטליכקייט, אבער פאלשע געטליכקייט.

ס'קען אים נישט ווייזן דירעקט דעם טוב, ווייל דער מענטש איז דבוק אין רע, דער מענטש איז זעלבסט-געטליך. ס'קען אים נאר ווייזן די העדר פון טוב. די טוב איז דער וואס ווייזט דעם העדר. קומט אויס אז ווען א מענטש זעהט איין אז "איך בין געצווינגען יעצט, און איך וויל עס נישט טון" דאס קומט פון 'טוב'. ער איז זיך אין יענע מינוטן מדבק אין טוב. אין יענע מינוטן האט ער א געלעגנהייט אויפצוגעבן אויף זיין זעלבסט-געטליכקייט. אויף זיין איינרעדעניש "איך קען טון וואס איך וויל, וויאזוי איך וויל עס".

וואלט דער מענטש באמת געווען געטליך, וואלט ער נישט אפעקטירט געווארן. א גא-ט איז געטליך פאר זיך, א גא-ט זוכט נישט געטליכקייט. אבער א מענטש וואס איז נאר איינגערעדט אין זעלבסט-געטליכקייט, ער מוז עוסק זיין צו זוכן געטליכקייט, און דאס מאל פאלשע געטליכקייט. און דאס אליין איבערצייגט אים אז ער איז נישט זעלבסט-געטליך.

דער איינזעעניש "איך בין געצווינגען פונעם רע" דער 'איינזעעניש' קומט פון 'טוב' אז דו מיט דיינע אייגענע כוחות, קענסט נישט. אז דו ביסט נישט זעלבסט-געטליך. דער איינזעעניש "אז איך בין געצווינגען" איז: דו מוזט זוכן געטליכקייט, און דאס מאל פאלשע געטליכקייט, און אויב דו וועסט אנערקענען אז דו ביסט נישט זעלבסט-געטליך, און ווי מער דו וועסט אנערקענען "אז איך בין נישט די עקזיסטענץ, איך קען נישט טון וואס איך וויל", אלץ מער וועסטו זוכן אמת'ע געטליכקייט.

אבער דער מענטש האט דא ווייטער א בחירה: ער קען איינזעהן: איך בין געווען געצווינגען, און איך בין נישט די געטליכע מציאות, און איך בין מיך מכניע פאר די געטליכע מציאות. און ער קען מיינען: איך וואלט געדארפט פרובירן שטערקער צו זיין אפגעהיטן; ווען איך וואלט ווען געוואלט וואלט איך יא געקענט זיין געטליך. און דא געשעהט נאך און נאך דורכפעלער. און דאס מאכט אז דער מענטש זאל זיין בעצבות פון דורכפעלער.

און דערפאר ארבעט אזוי גוט די צוועלעף סטעפ פראגרעם. ווייל די 'צוועלעף סטעפס' לערנט אויס דעם מענטש אז ער איז אינגאצן געצווינגען, און אז ער דארף זיך אינגאצן מכניע זיין זיין רצון צו זיין זעלבסט-געטליך. די איינזעעניש "איך וויל עס נישט, איך בין געצווינגען" דער איינזעעניש איז מכניע דעם מענטש ארויס פון זיין אייגערעדטע זעלבסט-געטליכקייט. די צוועלעף סטעפס נעמט ארויס דעם מענטש פון: איך וואלט געדארפט פרובירן שטערקער צו זיין אפגעהיטן; ווען איך וואלט ווען געוואלט וואלט איך יא געקענט.

די דיעה פון מאכן אז עס זאל נישט עקזיסטירן קיין ראיות אסורות, קען קומען פון די רצון צו זיין זעלבסט-געטליך. והייתם כאלהים. דאס נעמט נאכנישט ארויס פון די רצון צו באשאפן די וועלט וויאזוי איך וויל. ווען איך וואלט ווען באשאפן די וועלט, וואלט איך עס געמאכט ראיות אסורות פריי. און דער אייבערשטער וויל דאס נישט. איך זאג נישט אז דער אייבערשטער וויל נישט אז א מענטש זאל וואוינען אוועק פון די גאס. איך זאג אז דער אייבערשטער וויל אז א מענטש זאל זיך מכניע זיין. א מענטש דארף זיך מכניע זיין. און ווי מער מ'פאלט אדורך, אלץ מער איז א געלעגנהייט זיך צו דערגרינטעווען "אז איך בין געצווינגען". און ווער און וואס עס איז דער גורם צו דעם געצווינגעניש.

די הכרה "איך בין געצווינגען, און איך וויל עס נישט", דאס קומט פון 'טוב'. א ערליכע יוד זאגט: איך בין געצווינגען, און איך וויל עס נישט. א נישט ערליכער יוד זאגט: איך בין געצווינגען צו דאווענען.

ער זאגט אז מ'זאל אנהייבן דעם טאג גראד צופרי ווען מ'שטייט אויף: רבש"ע איך וויל וויסן אז אלעס וואס איך טו קומט פון דיר. און אפילו מיינע עבירות קומט פון דיר. ער איז זייער גערעכט מיט די ווערטער. ווי ערליכער א מענטש איז, אלץ מער וועט ער זיך דערגרינטעווען אין די הכרה אז ער איז געצווינגען דורכצופאלן. ווייל דאס איז די רצון השי"ת. די רצון פון 'טוב' איז אז דער מענטש זאל איינזעהן אז ער איז געצווינגען. ווייל מיט דעם ווערט א מענטש נכנע צום טוב.

ר' שרגא נ"י מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל טראכטן: איך בין געצווינגען, און הנאה האבן פון דער עבירה, ווייל איך בין דאך געצווינגען. ניין. ר' שרגא נ"י וויל אונז אויסלערנען, אז מ'זאל אזוי שטארק איינזעהן אז מ'איז געצווינגען, ביז מ'האט גארנישט קיין הנאה פון די עבירה. ווייל די הנאה און די תענוג פון א עבירה קומט נאר ווייל מ'מיינט ביי זיך אז מ'וויל עס. וואלט מען געווען איבערצייגט אז מ'איז געצווינגען, וואלט מען קיין הנאה נישט געהאט דערפון.

ווי מער איינזעהן "איך בין געצווינגען, און איך וויל עס נישט". ווי מער. און דער עיקר איז זיך מכניע זיין און בעטן השי"ת "רבש"ע ראטעווע מיך פונעם יצר". די עצם דמיון פון "איך קען טון וואס איך וויל" דאס דארף ווערן בטל.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג פעברואר 07, 2020 1:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”