משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דער הייליגער חובת התלמידים ברענגט אין זיין ספר 'הכשרת האברכים' (פרק ט) דעם מדרש רבא בראשית (פרשה כב) אמר רבי אבא: היצר הזה דומה ללסטים שפוף, שהיה יושב בפרשת דרכים. כל מאן דעבר הוה אמר: הב מה דעלך. עבר פקח אחד וראה שאין בו תוחלת לגזול לו כלום, התחיל מכתתו. כך כמה דורות אבד יצר הרע, דור אנוש, ודור הפלגה, ודור המבול, כיון שעמד אברהם אבינו וראה שאין בו תוחלת, התחיל מכתתו, הדא הוא דכתיב (תהלים פט): וכתותי מפניו צריו ומשנאיו אגוף.

ר' שרגא נ"י אין זיין צוועלפטער שיעור וויאזוי צו טרעפן עונג אין עבודת השי"ת זאגט ער אז די מחנכים; בעלי דרשנים; וכו', וואס זאגן אז מ'זאל זיך שטארקן אויף די יצר הרע דורכ'ן זאגן "ניין! איך בין שטערקער, און איך זאג אז איך וויל נישט" זיי זענען נישט גערעכט. ווייל א מענטש דארף וויסן ביי זיך אז "איך קען נישט". ער ברענגט זיך א ראי' פון א תפארת שמואל פרשת וישב וואס טייטשט דאס וואס עס שטייט ביי יוסף הצדיק'ס נסיון: וירא כי אין איש. אז די איינציגע וועג וויאזוי יוסף הצדיק איז בייגעשטאנען דעם נסיון מיט אשת פוטיפרע איז געווען אז ער האט נישט געזעהן אין זיך קיין שום אייגענע כח בייצוקומען דעם נסיון ; אז נאר דער אייבערשטער קען אים דא העלפן.

אין דעם שטיקל אין הכשרת האברכים זאגט דער הייליגער פיאסעצנאר זצ"ל אז אויב דער מחנך שילדערט דעם כח פונעם יצר ווי צו א שטארקער כח, געבט עס די תלמידים די אילוזיע אז זיי קענען נישט טרעפן אין זיך א כח זיך צו שטארקן אויף אים. און זיי וועלן דעריבער נישט זוכן אין זיך א כח זיך צו שטארקן אויף אים.

און דער חובת התלמידים ענדיגט צו "ווילסט דיך איבערצייגן צו דו האסט אינערליכע כוחות זיך צו שטארקן אויף דיין יצר הרע פרוביר קומענדיגע מאל - ווען דיין יצר רעדט דיך איין צו א נידעריגע זאך - אראפצושטעלן א פיס און זאגן "דאס איז וואס איך זאג: איך וועל נאר טון ווי די תורה ערלויבט, און נישט ווי מיין יצר" וועסטו זיך קלאר איבערצייגן אז דו האסט יא אינערליכע כוחות זיך צו שטארקן אויף דיין יצר הרע. און ער פירט עס אז דאס שטומט מיט די מדרש הנ"ל.

אסאך מאל טראכט איך ביי מיר: ווער זאגט אז ס'פעלט נישט אויס א 'איגו' זיך צו שטארקן אויף נסיונות? ווער זאגט אז ס'פעלט נישט אויס אינערליכע מוסקל קראפט זיך צו שטארקן אויף נסיונות? פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז ס'פעלט אויס פאר א מענטש אויפצוהייבן שווערע וואג כדי צו בויען זיינע מוסקלן, אפשר פעלט אויס פאר א מענטש יא צו האבן א געוויסע 'איגו' זיך צו שטארקן אינערליך אויף זיין יצר?

למעשה קוקט מיר מער אויס (עכ"פ יעצט) אז 'איגו' איז אלעמאל נישט א גוטע זאך. און נאכדערצו אז אזוי קוקט אויס פון אלע ספרי חסידות. און פון ספרי רפואה ג"כ.

אבער קודם לאמיר פארשטיין דעם מדרש רבה לויט וויאזוי ר' שרגא נ"י לערנט אפ אז מ'דארף פירן מלחמת היצר. 'יצר' לויט ר' שרגא איז די רצון אין א מענטש פון "איך קען טון וואס איך וויל, וויאזוי איך וויל, און שטיי מיר נישט אין וועג". און דאס שטומט מיט די יצר פון דור המבול, דור הפלגה, דור אנוש, זיי אלע האבן געוואלט איין זאך: "איך וויל טון וואס איך וויל" ביי זיי איז געווען איין זאך "איך וויל מיך נישט מכניע זיין צו העכער'ס"

לאמיר נעמען דעם "לסטים שפוף, שהיה יושב בפרשת דרכים", ער זאגט: געב מיך וואס דו האסט, און מענטשן דערשרעקן זיך פון אים און זיי געבן אים אהין אלע זייערע האב און גוטס. די זעלבע מיט די יצר פון דור המבול וכו'. דאס אז ס'דא אזא יצר הרע פון "אנא אמלוך" דאס מיינט נישט אז ער האט באמת א כח.

אין אונזערע ווערטער: דאס אז מיר זעען אין זיך א 'יצר' זיך נישט צו רעכענען מיט העכער'ס, זיך נישט צו רעכענען מיט קאנצעקווענצן, א 'יצר' וואס וויל זיך שפירן געטליך. דאס מיינט נישט אז מיר דארפן אים אהין געבן אונזערע אמת'ע געטליכקייט. און דאס האט דער פיקח געזעהן. ער האט געזעהן אז ער האט נישט קיין שום וועג וויאזוי צו באמת זיין געטליך. ער האט געזעהן אז ס'איז אלעס נאר א דמיון. ער האט געזעהן אז ער האט נישט באמת א געטליכקייט אין זיך. ס'איז אלעס נאר א איינרעדעניש. אברהם אבינו האט געזוכט דעם אמת'ן גא-ט. ער האט זיך נישט געלאזט פארנארן פון פאלשע געטליכקייט, טאקע דערפאר ווייל ער האט איינגעזעהן די פאלשקייט. התחיל מכתתו. דא הייבט זיך אן די כח זיך צו שטארקן אויפ'ן יצר.

אבער דאס מיינט אז אויף יעדע פאלשע געטליכקייט האט ער געזעהן אז ס'איז פאלש. און דער מדרש ענדיגט: וכתותי מפניו צריו ומשנאיו אגוף. דאס טוט דער אייבערשטער.

ס'איז אמת אז אויב א מחנך וועט שילדערן פאר זיינע תלמידים די 'געטליכקייט' פון די יצר הרע, פארגעסט מען צו זוכן א כח אין זיך איינצוזעהן דעם פאלשקייט. דאס וואס ר' שרגא נ"י זאגט אז אראפשטעלן א פיס און זאגן: איך זאג ניין" דאס איז אנדערש ווי: איך וועל נאר טון ווי די תורה ערלויבט, און נישט ווי מיין יצר.

"איך זאג ניין" מיינט אז איך בין געטליך. און דאס שטייט אין אלע ספרים אז ס'איז נישט די וועג. "איך וועל נאר טון ווי די תורה ערלויבט, און נישט ווי מיין יצר" דאס מיינט אז 'איך' האב א כח אין מיר איינצוזעהן די פאלשקייט פון די איינגערעדטע רצון צו זיין אייגנ-געטליך. וואס דער גאנצער 'יצר' איז די רצון צו זיין אייגנ-געטליך. "איך וויל טון וויאזוי ס'שמעקט מיר, שטיי מיר נישט אין וועג"

ס'איז אמת אז א מענטש דארף טרעפן אין זיך א אינערליכער כח וואס קען בייקומען דעם יצר. אבער וואס איז דער כח? וויאזוי שפירט זיך דער כח? דאס איז נאר די 'הכרה' אין די פאלשקייט פון די רצון צו זיין אייגנ-געטליך. אין די פאלשקייט פון "איך וויל, און איך וויל עס וויאזוי איך וויל". די הכרה אז וואס צווינגט מיך צו ווייטער עוסק זיין אין רע, אינדערצייט וואס איך ווייס אז ס'איז נישט גוט? די הכרה אז ס'איז מיין תשוקה צו געטליכקייט וואס איז געווארן פארדרייט און געפעלשט. די הכרה אז איך דארף זוכן אמת'ע געטליכקייט. די הכרה אז איך בין נישט געטליך, און ווען איך רעד מיך איין לייד איך דערפון.

קומט אויס פון דעם אז אראפשטעלן א פיס און זאגן "איך זאג ניין" איז נישט די פראבלעם. די פראבלעם איז: וויאזוי זאג איך ניין. צו זאג איך ניין, ווייל איך זעה איין די פאלשקייט פונעם יצר צו זיין געטליך. אדער זאג איך ניין, ווייל איך בלייב מיט די פאלשקייט צו זיין געטליך.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
התחיל מככתו באור שרגא.pdf
(169.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 150 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פון די פערצנטער שיעור קוקט אויס אז איינער האט ענדליך געפרעגט ר' שרגא נ"י וואס ער מיינט צו זאגן אז מעשים קומען מלמעלה.

ס'דא אסאך מאל ווען א מענטש וויל פארקויפן זיין טיפע פארשטאנד אין פארשידענע זאכן, אבער ס'דא פון די צוהערער וואס פארשטייען אנדערש ווי וואס ער וויל אז מ'זאל פארשטיין. איך וויל נאך אפשר בעזרת השי"ת שרייבן פארשידענע טיפקייטן פון די דרייצנטער שיעור און די פערצנטער שיעור, אבער ס'איז מיך שווער צו צוריקהאלטן פון טיילן מיט ענק מיין וואונדער.

וואס ער מיינט צו זאגן אז מעשים קומען מלמעלה צום מענטש, מיינט ער צוזאגן, אזוי ווי דער קליינער צוויי יעריגער וואס קומט אריין אין א שפיל פלאץ און ער וויל טון זאכן. דער קליינער האט נישט קיין שכל צו בוחר זיין וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון. ער באקומט מלמעלה א שפע צו טון זאכן. טראכט גוט וועסטו זעהן ווי וואונדערליך דאס איז. מלמעלה זאגט מען אים: מ'קען יענץ טון, און מ'קען דארט גיין, און יענץ איז אינטערעסאנט צו זעהן, און אזוי ווייטער. פון דעם שפע רעדט ער. אויב דו טראכסט גוט אריין וועסטו זעהן ווי א געוואלדיגער שפע דאס איז. ס'קומט אריין א מאכטפולער שפע צו טון מעשים.

אבער אן ערוואקסענער מענטש דארף בוחר זיין וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון. איז דא ווען אן ערוואקסענער מאכט אפ ביי זיך אז ער גייט גארנישט טון, ער גייט גארנישט קוקן אויף די שפע פון מעשים וואס קומט צו אים. ער שטעלט א וואנט צווישן די שפע מלמעלה וואס זאגט אים: יאנקל, דו קענסט דאס טון, און דו קענסט יענץ טון. דער זעלבער שפע וואס קומט אריין מלמעלה צום צוויי יעריגס אז ער זאל טון מעשים, דער זעלבער שפע קומט מלמעלה צום ערוואקסענעם אויך. נאר ער האט אונטערנבאוואוסטזיין געשטעלט א וואנט צווישן די שפע און צווישן זיין באוואוסטזיין. ער איז געבליבן שטעקן ביי זיך אליין.

פארוואס ער האט געשטעלט דעם וואנט? קען זיין ווייל ער האט מורא פון נעמען סייוועלכע שריט, כדי נישט דורכצופאלן. אדער כדי צו זיין זיכער.

ס'קוקט מיר אויס ווי ר' שרגא נ"י האלט אז כדי א מענטש זאל עווענטועל בוחר זיין אין גוטע מעשים, פעלט נאר אויס א) אז דער מענטש זאל וויסן ביי זיך אז ער איז נישט געטליך. דהיינו, "איך קען נישט טון וואס איך וויל, וויאזוי איך וויל", און אויב דער מענטש זעהט זיך טון מעשים וואס ער ווייסט ביי זיך אז ס'טויג נישט, דארף ער נישט מער ווי וויסן ביי זיך אז ער איז געצווינגען דערצו, און דער מענטש וועט אי"ה פון זיך אליין דאס אויפהערן צו טון.

איך וויל נאך רעדן דערפון אי"ה אן אנדערעס מאל. יעצט וויל איך נאר זאגן אז איך האב איבערגעארבעט א PDF, אז מ'זאל בעסער פארשטיין. און אויך צוגעלייגט דאס וואס איך האב יעצט געשריבן.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
איך בין געצווינגען, איך וויל עס נישט.pdf
(125.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 135 מאל
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פון די פערצנטער שיעור קוקט אויס אז איינער האט ענדליך געפרעגט ר' שרגא נ"י וואס ער מיינט צו זאגן אז מעשים קומען מלמעלה.

ס'דא אסאך מאל ווען א מענטש וויל פארקויפן זיין טיפע פארשטאנד אין פארשידענע זאכן, אבער ס'דא פון די צוהערער וואס פארשטייען אנדערש ווי וואס ער וויל אז מ'זאל פארשטיין. איך וויל נאך אפשר בעזרת השי"ת שרייבן פארשידענע טיפקייטן פון די דרייצנטער שיעור און די פערצנטער שיעור, אבער ס'איז מיך שווער צו צוריקהאלטן פון טיילן מיט ענק מיין וואונדער.

וואס ער מיינט צו זאגן אז מעשים קומען מלמעלה צום מענטש, מיינט ער צוזאגן, אזוי ווי דער קליינער צוויי יעריגער וואס קומט אריין אין א שפיל פלאץ און ער וויל טון זאכן. דער קליינער האט נישט קיין שכל צו בוחר זיין וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון. ער באקומט מלמעלה א שפע צו טון זאכן. טראכט גוט וועסטו זעהן ווי וואונדערליך דאס איז. מלמעלה זאגט מען אים: מ'קען יענץ טון, און מ'קען דארט גיין, און יענץ איז אינטערעסאנט צו זעהן, און אזוי ווייטער. פון דעם שפע רעדט ער. אויב דו טראכסט גוט אריין וועסטו זעהן ווי א געוואלדיגער שפע דאס איז. ס'קומט אריין א מאכטפולער שפע צו טון מעשים.

אבער אן ערוואקסענער מענטש דארף בוחר זיין וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון. איז דא ווען אן ערוואקסענער מאכט אפ ביי זיך אז ער גייט גארנישט טון, ער גייט גארנישט קוקן אויף די שפע פון מעשים וואס קומט צו אים. ער שטעלט א וואנט צווישן די שפע מלמעלה וואס זאגט אים: יאנקל, דו קענסט דאס טון, און דו קענסט יענץ טון. דער זעלבער שפע וואס קומט אריין מלמעלה צום צוויי יעריגס אז ער זאל טון מעשים, דער זעלבער שפע קומט מלמעלה צום ערוואקסענעם אויך. נאר ער האט אונטערנבאוואוסטזיין געשטעלט א וואנט צווישן די שפע און צווישן זיין באוואוסטזיין. ער איז געבליבן שטעקן ביי זיך אליין.

פארוואס ער האט געשטעלט דעם וואנט? קען זיין ווייל ער האט מורא פון נעמען סייוועלכע שריט, כדי נישט דורכצופאלן. אדער כדי צו זיין זיכער.

ס'קוקט מיר אויס ווי ר' שרגא נ"י האלט אז כדי א מענטש זאל עווענטועל בוחר זיין אין גוטע מעשים, פעלט נאר אויס א) אז דער מענטש זאל וויסן ביי זיך אז ער איז נישט געטליך. דהיינו, "איך קען נישט טון וואס איך וויל, וויאזוי איך וויל", און אויב דער מענטש זעהט זיך טון מעשים וואס ער ווייסט ביי זיך אז ס'טויג נישט, דארף ער נישט מער ווי וויסן ביי זיך אז ער איז געצווינגען דערצו, און דער מענטש וועט אי"ה פון זיך אליין דאס אויפהערן צו טון.

איך וויל נאך רעדן דערפון אי"ה אן אנדערעס מאל. יעצט וויל איך נאר זאגן אז איך האב איבערגעארבעט א PDF, אז מ'זאל בעסער פארשטיין. און אויך צוגעלייגט דאס וואס איך האב יעצט געשריבן.

והשם הטוב יעזור.

נשמה, דיינע געשרייבעכצער זענען געוואלדיג!

איך האב נישט געהערט די שיערום פון ר' שרגא שליט"א, איך ליין נאר דא וואס די ברענגסט אונז.

איין הערה.
אפשר האב איך דיר נישט גוט פארשטאנען. (אדער אפשר דארף איך ווארטן אויף דיין המשך) אבער לויט וויאזוי איך האב דיר פארשטאנען איז נישטא אזא ענין פון התגברות?
די איינציגסטע זאך וואס פעלט זיך אויס איז א הכרה?
וועסט דאך מסכים זיין צו מיר אז דאס איז אוודאי נישט ריכטיג. א מענטש דארף זיך מתגבר זיין אויף געוויסע מעשים צו זיין א בוחר בטוב.

מעג איך פראבירן מסביר זיין וואס די האסט (לכאורה) געמיינט? זאג מיר אויב איך האב דיר אומריכטיג פארשטאנען.

ווען א מענטש רעדט זיך איין אז ער איז אינגאנצען בעל הבית אויף זיך אין אויף זיינע מעשים, אין ער איז נישט קלאר ביי זיך מיט דעם אז ער איז נאר א מענטש אין איך קען טון טאקע נאר די קלייניגקייטן וואס איך קען באמת, איז ווען ער איז עומד בנסיון איז אים נישט מעגליך צו זעהן די בילד מיט א קלארע בליק. אין ער איז נישט ביכולות מבחין צו זיין וויפיל ער קען טון אין וויאזוי ער קען זיך באמת מתגבר זיין. אין אויב איז מען שוין יא מצליח צו בוחר זיין בטוב, וועט עס זיין מיט א צומישעניש, אין אהן קיין טיפע סיפוק וואס זאל אים שטיפען אויף ווייטער.

מה שאין כן ווען א מענטש האט ארויס קלאר אויף וויפיל ער קען טון אין וויפיל נישט, אין ער קוקט זיך נישט אן געטליך, אין ער קוקט נישט ארויס אויף גרעסערס פון דאס וואס ער קען, דאן שעצט ער אטאמאטיש נאר זיין אמתדיגע יכולות, אין איז מחשיב זיינע קליינע מעשים וואס ער קען באמת טון.
נאר דעמאלטס איז מעגליך צו זיין א אמת'ע בוחר בכלל, אין מיט די צוגאנג איז עס מיט א קלארקייט, אין עס גיט פאר די מענטש אזא סארט טיפע סיפוק וואס איז שווער אויסצולאזן, אין עס מאכט די מענטש זאל זיין א הולך, מיט א תשיקה צו גיין העכער אין ווייטער.

נשמה, איך זיך נישט צו פארטייטשען דיר אדער ר' שרגא שליט"א אומריכטיג, אדרבא זאג מיר אויב איך האב א טעות.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שאבעלע האט געשריבן:נשמה, דיינע געשרייבעכצער זענען געוואלדיג!

איך האב נישט געהערט די שיערום פון ר' שרגא שליט"א, איך ליין נאר דא וואס די ברענגסט אונז.


גילוי דעת. ווען איך שרייב גא-ט, איז עס גא-ט ברוך הוא וברוך שמו ויתעלה זכרו לנצח נצחים.

ס'איז כדאי צו הערן זיינע שיעורים און פארשטיין וואס ער מיינט צו זאגן. וואס איך שרייב דא איז פשוט אויסצוגעבן און מיטטיילן מיינע איידיעס. ר' שרגא נ"י האט אלעמאל געהאט א האבי צו טון אין נפש. סיי אין אונזערע הייליגע ספרים און סיי פון אנדערע. דערפאר ווען מ'הערט ר' שרגא נ"י איז כדאי צו וויסן עס נישט צו נעמען פאר לייכט. איך קען נישט זאגן וואס ער זאגט. איך קען זאגן וואס איך מיין אז ער זאגט. דערפאר איז כדאי אים צו הערן.

איין הערה.
אפשר האב איך דיר נישט גוט פארשטאנען. (אדער אפשר דארף איך ווארטן אויף דיין המשך) אבער לויט וויאזוי איך האב דיר פארשטאנען איז נישטא אזא ענין פון התגברות?
די איינציגסטע זאך וואס פעלט זיך אויס איז א הכרה?
וועסט דאך מסכים זיין צו מיר אז דאס איז אוודאי נישט ריכטיג. א מענטש דארף זיך מתגבר זיין אויף געוויסע מעשים צו זיין א בוחר בטוב.


התגברות היצר איז צעטיילט אויף צוויי. די ערשטע איז Power. א מענטש ליגט אין בעט און עס וויל זיך אים נישט אויפשטיין, שטייט אין שולחן ערוך 'יתגבר כארי'. אדער א מענטש זיצט ביים שבת טיש מיט זיין אידענע און מ'עסט טשו(ל)נט. און זי זאגט אים עפעס וואס רעגט אים אויף. איז דא דאס ענין פון 'התגברות'. "איך האלט מיך איין פון צוריקענטפערן". אדער "ראובן" גייט אויפן גאס און עס קומט אים אנטקעגן עפעס נישט טויגליך, און ער איז 'מתגבר' און ער קוקט אראפ.

ר' שרגא נ"י רעדט נישט פון די סארט התגברות היצר. ר' שרגא רעדט פון די צווייטע סארט התגברות היצר.

די צווייטע סארט התגברות היצר איז, אפילו ווען דער מאן ביי די טשונט איז מתגבר און ער שטארקט זיך דערמיט אויף זיין אינערליכער 'חפץ' וואס וויל צוריקענטפערן פאר זיין ווייב איינ'ס א גוט'ס, איז אבער דא א אינערליכער קאָך וואס קאָכט אין אים. און דער אינערליכער קאָך האט צוויי מהלכים וויאזוי מ'קען זיך דערויף שטארקן.

איינס איז ווען מ'מאכט זיך אינערליך כאילו רואיג, און די צווייטע איז ווען מ'טראכט צו זיך "איך שפיר יעצט א אינערליכער צוואנג וואס וויל צוריקענטפערן. און דער צוואנג וואס איך שפיר יעצט קומט ווייל איך האלט אז אויב עס וויל זיך מיר עפעס קען איך דאס טון וויאזוי איך וויל לויט מיין באגער, אז גארנישט זאל מיך נישט שטיין אין וועג" אין אנדערע ווערטער "די סיבה פארוואס איך האב יעצט דעם צוואנג צוריקצוענטפערן קומט ווייל איך גיי צו צו מיינע רצונות ווי א גא-ט. אזוי ווי איך וואלט געווען א גא-ט. איך קען טון וואס איך וויל און גארנישט זאל מיך נישט שטיין אין וועג" "דאס אליין אז איך וויל געט מיר א לעגיטים אז איך קען עס אויסגעבן וויאזוי איך וויל"

און דער מאן ביים טשולנט טראכט ווייטער "פארוואס טאקע באגיי איך מיך מיט מיינע רצונות מיט א געטליכקייט. מיט אזא מושל בכיפה אופן?" און ער ענטפערט "ווייל איך וויל זיך שפירן געטליך." און ער פרעגט ווייטער "פארוואס טאקע וויל איך מיך שפירן געטליך?" און ער ענטפערט "ווייל דאס מיינט אז איך קען נישט טון וואס איך וויל. איך בין נישט קיין גא-ט. נאר א גא-ט זוכט נישט געטליכקייט. און איך בין נישט קיין גא-ט. איך בין נאר א חלק פון געטליכקייט". און ער פירט אויס "דאס מיינט אז איך קען נישט טון וואס איך וויל" און דאס אליין איז מכניע דעם מענטש. דאס ווייזט אים אז ער קען זיך נאר מחבר זיין צו געטליכקייט.

און די זעלבע זאך ווען "ראובן" גייט אויפן גאס, און ער קוקט אראפ. איז דא א אינערליכער חפץ וואס וויל יא קוקן. איז דא צוויי מהלכים. איינס ווען מ'געבוירט אין זיך אזא "איך בין א צדיק. איך קוק נישט ווי מ'טאר נישט. איך בין holly". און נאכדעם איז דא "די גאנצע זאך פארוואס איך שפיר (דער אייבערשטער זאל אפהיטן) א אינערליכער שפיר צו חלילה קוקן, דאס קומט ווייל איך גיי צו צו מיינע רצונות אויף א געטליכן אופן. אז איך וויל מיינט עס אז איך קען טון וואס איך וויל וויאזוי איך וויל. אזוי ווי א גא-ט."

און ער פרעגט זיך ווייטער "פארוואס טאקע וויל איך זיין געטליך?" און ער ענטפערט "ווייל איך בין נאר א חלק פון איין איינציגן גא-ט. דערפאר זוך איך געטליכקייט. און דאס מיינט אז איך פאר מיר בין נישט קיין גא-ט. און איך קען נישט טון וואס איך וויל. עס איז דא העכערס ווי מיין עקזיסטענץ. עס איז דא העכערס ווי מיינע רצונות. מיינע רצונות קומען נישט פון מיר. עס קומט פון אים. איך קען נאר בוחר זיין בטוב".

אינעם ערשטן מהלך ווען "ראובן" קומט אהיים שפירט ער ביי זיך "איך בין הייליג. איך קוק נישט וואס מ'טאר נישט". "איך בין געטליך". ביי די צווייטע מהלך שפירט ער "ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, וואס ער פירט די וועלט און אלעס קומט פון אים. ער איז גא-ט, און איך קען נישט טון וואס איך וויל" דאס מיינט: ובעבור תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו.

מעג איך פראבירן מסביר זיין וואס די האסט (לכאורה) געמיינט? זאג מיר אויב איך האב דיר אומריכטיג פארשטאנען.

ווען א מענטש רעדט זיך איין אז ער איז אינגאנצען בעל הבית אויף זיך אין אויף זיינע מעשים, אין ער איז נישט קלאר ביי זיך מיט דעם אז ער איז נאר א מענטש אין איך קען טון טאקע נאר די קלייניגקייטן וואס איך קען באמת,


לויט ר' שרגא נ"י דארף א מענטש צוקומען צו די הכרה אז ער קען גארנישט. איך רעד נישט פון די ערשטע סארט התגברות. איך רעד נישט פון אויפשטיין צופריה פון בעט; פון די 'יתגבר כארי' וואס שטייט אין שולחן ערוך. איך רעד פון אנערקענען ווער עס איז גא-ט, און ווער ס'איז נאר א חלק פון גא-ט. דהיינו, ווער קען טון וואס ער וויל וויאזוי ער וויל, און ווער קען נישט טון וואס ער וויל וויאזוי ער וויל. ווער איז גא-ט, און ווער זוכט געטליכקייט.

איז ווען ער איז עומד בנסיון איז אים נישט מעגליך צו זעהן די בילד מיט א קלארע בליק. אין ער איז נישט ביכולות מבחין צו זיין וויפיל ער קען טון אין וויאזוי ער קען זיך באמת מתגבר זיין. אין אויב איז מען שוין יא מצליח צו בוחר זיין בטוב, וועט עס זיין מיט א צומישעניש, אין אהן קיין טיפע סיפוק וואס זאל אים שטיפען אויף ווייטער.


דו רעדסט פון די ערשטע סארט 'התגברות'. דו רעדסט ווען ס'איז געלונגען פאר א מענטש אוועקצולויפן מיט זיינע פיס פון די נסיון. אדער זיך איינהאלטן פון טון די נסיון. ר' שרגא נ"י רעדט פון אנערקענען אז איך קען נישט טון וואס איך וויל, און דאס מיינט אז איך בין נישט געטליך. איך בין נאר א חלק פון געטליכקייט. און איך קען נאר בוחר זיין בטוב.

מה שאין כן ווען א מענטש האט ארויס קלאר אויף וויפיל ער קען טון אין וויפיל נישט, אין ער קוקט זיך נישט אן געטליך, אין ער קוקט נישט ארויס אויף גרעסערס פון דאס וואס ער קען, דאן שעצט ער אטאמאטיש נאר זיין אמתדיגע יכולות, אין איז מחשיב זיינע קליינע מעשים וואס ער קען באמת טון.


דו רעדסט ווארשיינליך פון די ערשטע סארט התגברות. דו רעדסט פון 'מעשים'. ר' שרגא נ"י רעדט נישט פון מעשים. ביי אים איז מעשים נאר א תוצאה פון וויאזוי א מענטש באגייט זיך צו זיינע רצונות. "דאס אז איך וויל מיינט וואס?" ר' שרגא נ"י רעדט פון די אינערליכער געפיל "צו קען איך טון וואס איך וויל, אדער נישט" "אויב איך וויל עפעס קומט עס פון מיר, אז איך בין געטליך, אז איך קען טון וואס איך וויל. אדער קומט עס פון העכער'ס, און עס מיינט נישט אז איך בין געטליך"

נאר דעמאלטס איז מעגליך צו זיין א אמת'ע בוחר בכלל, אין מיט די צוגאנג איז עס מיט א קלארקייט, אין עס גיט פאר די מענטש אזא סארט טיפע סיפוק וואס איז שווער אויסצולאזן, אין עס מאכט די מענטש זאל זיין א הולך, מיט א תשיקה צו גיין העכער אין ווייטער.


ר' שרגא נ"י וויל מאכן פון א מענטש וואס שפירט אז ער איז געטליך, צו א מענטש וואס איז זיך אינגאנצן מכניע צו העכערס. פאר ר' שרגא איז נישט אינטערעסאנט אויב א מענטש איז מצליח זיך מסדר צו זיין, און זיך שפירן גוט מיט זיך אליין. "איך קען, איך טו, איך מאך". די מהלך פון טאוני ראבינס איז אינגאנצן נישט אינטערעסאנט פאר אים. ר' שרגא ווייסט אויך אז מ'קען בויען א מענטש'נס איגו און אים ווייזן "קוק ווי גוט דו קענסט". פאר דעם דארף מען נישט האבן ר' שרגא.

ר' שרגא וויל פארקויפן גאר א אנדערע מהלך. אינגאנצן נישט די מהלך פון אנווייזן פאר א מענטש וואס ער קען יא, מיט די ציהל אז "דו קענסט יא". וועסט ברענגן א טאוני ראבינס מוצלח פאר ר' שרגא וועט עס אים זיין א אי מוצלח. פארוואס? ווייל ער האלט - און ער נעמט נישט עס פון זיך - אז א מענטש איז נאר מצליח אין זיין לעבן ווען ער איז זיך באמת מכניע.

ר' שרגא האלט אז דער "טאוני ראבינס" מוצלח, וועט זיך צום סוף אנשטויסן אין פראבלעמען, אויף די וועלט, אדער בנוגע יענע וועלט.

די Coherence פון די נפש פון א מענטש איז נאר ווען ער איז זיך מכניע. ר' שרגא וויל צוקומען צו גאר העכער ווי סתם "אנווייזן פאר א מענטש די קלייניגקייטן וואס ער קען יא". ר' שרגא וויל שמעלצן דעם מענטש אריין אין אמת'ע געטליכקייט.

מ'קען בוחן זיין צו ער איז גערעכט צו נישט. צו ס'ארבעט צו נישט. למעשה פון אונזערע ספרים קוקט אויס אז ער איז גערעכט. וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז זיין מהלך פון העלפן א מענטש איז גאר עפעס א טיפער מהלך.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
אנווייזן פאר א מענטש וואס ער קען יא.pdf
(147.3 KiB) געווארן דאונלאודעד 118 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וועל נאר שרייבן קורץ א קלייניגקייט אי"ה זיך מחזק זיין אין איין געוויסע ענין פון ר' שרגא נ"י. איך רעד מער צו איינזערס, אדער צו די וואס האבן די איינזערישער איגו. זיי וועלן פארשטיין וואס איך מיין.

די דרייצנטער שיעור איז זייער באלערנד און וויכטיג פאר די איינזערישער איגו. לאמיר נעמען די 'איינזערישע' איגו. וואס פון דעם קומט OCD. די איינזער וויל זיך שפירן מאראליש ריין. די איינזערישער איגו לויפט אז וויבאלד יעדע מענטש האט אלע מינים געפילן, שפירונגען, מחשבות, איידיעס, רצונות און אזוי ווייטער. און א מענטש זייענדיג א חלק אלוק ממעל וויל זיך שפירן ריין. שאפט ער אין זיך א שטייפקייט זיך צו שפירן ריין. ער טיילט זיך אפ פון זיך אליין. א חלק פון זיך האט ער פיינט, ווייל יענץ איז נישט ערליך, יענץ וויל זאכן וואס איז נישט מאראליש, און ער לויפט צו די הייליגע חלק אין זיך.

יעצט. די אלגעמיינער אופן פון נאכלאזן דעם איגו איז דורך אקצעפטירן אז א מענטש האט אין זיך אפילו נישט אזאנע ריינע שפירונגען וכו' און בעיקר לעבן דערמיט. לעבן וויאזוי איך בין. זיך לאזן שפירן כל מינים געפילן, און דער עיקר עבודה איז אז א 'איגו' זאל מען חלילה נישט האבן. און זאגן אז אזוי בין איך, אזוי שפיר איך און שוין.

דאס איז א פראבלעם פאר א יוד. דאס שטומט נישט מיט אונזערע הייליגע ספרים. א מענטש דארף זיך דאך היטן פון א התרצות צו שלעכטס. א מענטש טאר נישט לעבן און אנגיין מיט א הרהור. אבער א 'איגו' איז אויך נישט געזונט. איז וואס טוט מען? דא האט ר' שרגא נ"י זייער גוט געגעבן א מהלך. די מהלך לויפט אז יא, ביסט גערעכט אז א מענטש דארף זיך שפירן מאראליש ריין, קלאר, הייליג, איידל, אפגעהיטן, און ווי מער. אבער... אבער וויאזוי מאך איך אין מיר זיך צו שפירן ריין? אויב וועל איך מיך מאכן שטייף, און זיך איינהאלטן, מיינט דאס 'איגו'. און דאס טויג נישט. נו, וואס איז די וועג?

די וועג איז בחירה. און ער מאכט א משל מיט א טאץ, אדער טעלער. איך וויל נאך אויסשמועסן מער און מער דעס משל. אבער מיט די מהלך וואס ר' שרגא זאגט אין די דרייצנטער שיעור לויפט עס אז א מענטש מצדו זאל אלעמאל זיין גרייט צו עקספיריענסן אינגאנצן יעדע עקספיריענס וואס קומט זיין וועג. די איינזערישער איגו איז נישט אזוי שנעל מסכים צו עקספיריענסן יעדע עקספיריענס. די איגו איז "איך האלט מיך איין פון עקספיריענסן די וועלט". "איך וויל מיך האלטן הייליג". און דאס איז נישט גוט. די וועג איז א מענטש זאל זיין גרייט צו עקספיריענסן יעדע עקספיריענס וואס קומט צו אים. קודם בין איך אפן.

נאר די רגע א מענטש שפירט אז ער הייבט אן שפירן עפעס וואס די תורה לאזט נישט. שטייט אין צעטיל קטן, אז מ'זאל טראכטן ונשמרת מכל דבר רע. מ'זאגט פאר'ן אייבערשטן "דאס וויל איך נישט. דאס איז עקלדיג. דאס איז ווייטאגליך. כי משנאיך ה' אשנא ובתקוממך אתקוטט. תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי. מ'ווייזט א זויערע פנים" דאס מיינט אז דער מענטש האלט זיך נישט איין. ער שיקט פשוט ארויס א כוואליע פון שנאה צו די עקספיריענס. און דער אייבערשטער, זעענדיג אז דער מענטש האט דאס פיינט בתכלית, וועט ער אים עס מער נישט שיקן. אזוי ווי די פסוק זאגט: יתן לך כלבבך וכל עצתך ימלא.

איך רעד נישט פון פיזיש זיך אוועקדרייען פון א נסיון. איך רעד פון די אינערליכקייטן. וויאזוי שפיר איך ריין?

און מיט דעם מהלך קען מען אויך אויסארבעטן תאוות אכילה. ס'דא די 'איגו' וועג פון אויסארבעטן תאוות אכילה, דורכ'ן זיך איינהאלטן פון שפירן! פארטיג! זיך האלטן הייליג. דאס איז איגו. אזא מענטש קען גארנישט עסן. ווייל יעדע מאל ער עסט קומט ארויף אין אים די אינערליכע מלחמה. נאכדעם איז דא א וועג פון ארויסשיקן א כוואליע פון "איך וויל נישט ווערן פארשלעפט אין תאווה". פארטיג! דאס מאכט אז אפילו מ'עסט זאל עס נישט אריינשלעפן אין תאוות.

אבער כדי צו ארבעטן אויף דעם אופן, מוז מען באמת פיינט האבן שלעכטס. דערפאר זאגט די צעטיל קטן: אז מ'זאל זיך דאס דערמאנען.

און אויך לאמיר געדענקען אז פארוואס טאקע וויל א מענטש אונטערנבאוואוסטזיין אנהאלטן א הרהור רע, פארוואס? ווייל די רגע ס'קומט אריין א הרהור, זאגט דער מענטש צו זיך: עס איז מיר בייגעפאלן עפעס, און אז עס איז מיר בייגעפאלן וויל איך עס טון, און שטיי מיר נישט אין וועג. ווייל דער מענטש וויל זיך שפירן געטליך. א מענטש דארף וויסן אז ער דארף זוכן געטליכקייט, און נישט זוכן צו זיין געטליך.

איך האף אז איך שרייב גוט. איך האף אז איך שרייב לויט די כללי הרפואה. והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
נאכלאזן דעם איינזערישן איגו.pdf
(84.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 106 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

אפאר דיבורים בנוגע ר' שרגא'ס מהלך, כדי זיך צו מחזק זיין צו גיין אין דעם מהלך. אסאך זאכן וואס ר' שרגא נ"י שמועסט אויס אין זיינע שיעורים זענען זאכן וואס ער האט שוין געשריבן אין זיין ספר לימודים לדעת. נאר מיט די שיעורים ווערן די זעלבע זאכן קלארער וואס ער מיינט דערמיט. און וויאזוי מ'טוט עס.

ר' שרגא'ס מהלך איז - אזוי ווי איך מיין יעצט - אזוי ווי א האנד זעג. ס'שנייד, אבער מ'דארף שניידן. אנדערש איז א לעקטעריק זעג. א לעקטעריג זעג שנייד פון זיך אליין. אבער מיט א האנד זעג דארף מען שניידן. יעדע רגע וואס מ'שנייד שניידט זיך ב"ה. והשם הטוב יעזור.

ר' שרגא נ"י אין די דרייצנטער שיעור מאכט א חילוק ביי סיי וועלכע עקספיריענס צווישן א דיעה און א באלעבעניש. לאמיר פארשטיין די חילוק צווישן די מעגליכקייט פאר א דיעה און די מעגליכקייט פאר א באלעבעניש.

וואס מיינט אז א מענטש האט נישט קיין דיעה? ס'מיינט אז א מענטש קען נישט פון פאראויס זאגן "איך לאז נישט אז די און די עקספיריענס זאל אריינקומען אין מיר". ווער קען דאס טון? די איינציגע זאך וואס מ'קען טון איז: עס באלעבן אדער נישט באלעבן. עס געבן חיות, רצון, אדער ארויסווייזן אן אומווילן דערצו.

יעדע עקספיריענס קען מען צעטיילן אויף צוויי חלקים. די ערשטע חלק איז וואס הייבט אן אריינצוקומען אינעם מענטש. און דאס קומט מלמעלה. און די צווייטע חלק איז ווייל דער מענטש האט דאס באלעבט, ווייל דער מענטש האט אין זיין עכטע אינערליכקייט בוחר געווען דערין. ס'דא מענטשן וואס באקומען א פארשלאג פון אהבה ויראה ודביקות הבורא, אבער זיי האבן עס פשוט נישט באלעבט.

באלעבן מיינט: אה, זייער גוט, דאס וויל איך. אזוי ווי א קינד וואס זאגט "yay..." די מאמע געט פאר'ן קינד א עסן, און אויב עס וועקט אויף ביים קינד א רצון דערצו, זעהט די מאמע אז דאס קינד האט עס ליב, געט זי אים נאך. אבער אויב עס וועקט אים ביים קינד א עקל, א ווידערווילן, וועט די מאמע עס נישט געבן.

מיר דארפן שטיין גרייט צו די ערשטע חלק פון עקספיריענס. די רגע מיר שפירן אן עקספיריענס וואס מיר האבן נישט ליב, דארפן מיר טון די זעלבע ווי א קינד וואס מ'געט אים צו שפירן אין זיין מויל א אומבא'טעמ'טע זאך. אבער מיט א אמת.

די ערשטע חלק פון עקספיריענס איז וואס ר' שרגא נ"י רופט 'מתנות'. ר' שרגא זאגט נישט אז מ'זאל טראכטן אז ליכט צינדן איז א מתנה פון הימל. ער זאגט אז ווען עס קומט אריין אין אונז די עקספיריענס פון תפילין לייגן, זאלן מיר דאס באלעבן.

ס'דא ווען א מענטש טראכט "1) תפילין איז אזא מתנה, 2) תפילין איז אזא מתנה, 3) תפילין איז אזא מתנה, נו, פארוואס פריי איך מיך נישט, 4) תפילין איז דאך אזא מתנה, נו..." ער וויל האבן א דיעה אין שאפן אן עקספיריענס. מ'דארף זיך אויסלערנען צו כאפן די ערשטע נקודה פון א גוטע געטליכע עקספיריענס וואס הייבט אן אריינצוקומען, און דאס באלעבן.

ווען מיר פרובירן צו שאפן אן עקספיריענס, שפירט מען נישט אז ס'קומט מלמעלה. און דערפאר האט עס יענעם טעם. א רצון וואס הייבט אן אריינצוקומען קען מען באלעבן. באלעבן מיינט מ'זאגט "אה, דאס וויל איך". קיינער וויל נישט באלעבן אן עקספיריענסן וואס איז נישט געטליך. א מענטש זוכט זיך צו באהעפטן אין געטליכקייט.

אמונה איז אויך די זעלבע. מ'דארף באלעבן די אמונה וואס קומט אריין אין אונז. אויב מ'לעבט מיט דעם איז מען באהאפטן צום אייבערשטן.

והשם הטוב יעזור אז ס'זאל זיין רחמים גמורים וחסדים גלויים, און מיר זאלן געראטעוועט ווערן מכל צרה וצוקה און מיר זאלן זוכה זיין צו באלעבן משיח'ן בביאת גואל צדק בב"א.
אטעטשמענטס
באלעבן מתנות.pdf
(85.54 KiB) געווארן דאונלאודעד 108 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. בחסדי השי"ת.

לויט וויאזוי עס קוקט מיר אויס, פאוקעסירט ר' שרגא נ"י די גאנצע טויש פון א 'איגו' צום גוטן, מיט דעם וואס ביי א מענטש וועט זיך טוישן זיין "איך טו" צו א אנדערע סארט שפיר. א שפיר אז די שפע קומט מלמעלה. יעדער שפירט זיין "איך טו" אנדערש, געוואנדן לויט די טייפ מענטש וואס מ'איז. אבער דער "איך טו" דארף מען טוישן צו א שפיר אז "די שפע קומט מלמעלה".

נישט יעדער וועט שפירן די "איך טו" די זעלבע זאך. לויט ווי עס קוקט מיר אויס האט ר' שרגא נ"י געטוישט פון "איך" צו "איך טו". ר' שרגא נ"י האלט אז די "איך טו" איז די זאך וואס ברענגט כל מינע נפשיות'דיגע שוועריגקייטן. ער האלט אז די וועג וויאזוי די מענטש שפירט זיין "איך טו", דאס ברענגט צום סוף כל מינע נפשיות'דיגע פראבלעמען. זייער פשוט פארוואס, ווייל יעדע שפיר פון "איך טו" האט אין זיך אריינגעבויט די 'איגו'.

די באוואוסטזיין ווערט באוואוסטזיניג אויף די נפש, בשעת ער טוט עפעס. סתם אזוי קען מען דאס נאכנישט שפירן. מ'קען זיך אפשר דערמאנען וויאזוי עס שפירט זיך. אבער די בעסטע וועג איז - לויט וויאזוי איך מיין יעצט - ווען מ'טוט עפעס. נישט סתם מ'טוט, נאר ווי איך וועל שפעטער ערקלערן.

די זאך איז אז נישט אלעמאל שפירט א מענטש "איך טו". ס'דא ווען א מענטש שפירט צעבראכן ווייל "איך טו נישט". אבער דאס קען מען לכאורה נישט אזוי שנעל טוישן. די זאך וואס מ'קען שנעלער טוישן, איז די שפיר וויאזוי עס שפירט זיך די "איך טו". ווען א מענטש שפירט "איך טו" האט ער א געלעגנהייט עס צו טוישן.

ער האלט אז די "איך טו" קען זיך שפירן אויף א אומגעזונטער אופן, און עס קען זיך שפירן אויף אן אופן וואס לויט אים וועט דאס נישט ברענגען בעזר השם קיין נפשיות'דיגע פראבלעמען. ס'איז די מאמענטן פון "איך טו", וואס דאן קען טוישן די 'איגו', און היילן די 'איגו'.

מ'קען נישט היילן די "איך טו" נאר אויב מ'באמערקט עס. ר' שרגא'ס מהלך וועט נישט ארבעטן אויב מ'רעדט זיך נאר איין אז מ'שפירט אז די "איך טו" קומט מלמעלה. מ'דארף קודם ווערן זייער שטארק באוואוסטזיניג אויף די שפיר פון "איך טו". יעדער מענטש האט א אנדערע סארט שפיר פון "איך טו". געוואנדן לויט די טייפ.

וויאזוי קען מען וויסן אז מ'האט אויפגעכאפט די ריכטיגע "איך טו" ? מ'קען עס וויסן ווען מ'שפירט אזא סארט געטליכקייט, אזא סארט הנאה, אזא סארט גוטע תענוג. די "איך טו" שפירט זיך גוט. די שפיר וויאזוי עס שפירט זיך, דאס איז די "איך טו" וואס עס דארף זיך טוישן.

ווען א מענטש ווערט אויפמערקזאם אויף "איך טו יעצט עפעס וואס געט מיך א געוויסע גאר גוטע נפשיות'דיגער תענוג". ווי קוים באמערקבאר און איידל עס זאל נאר זיין. דאן, דאס איז די שפיר וואס עס דארף זיך טוישן, אויף א בעסערע געטליכקייט.

לאמיר זיך דערגרינטעווען. ס'דא צוויי סארט פעולות וויאזוי א מענטש האלט אן זיין 'איגו', זיין 'איך'.

איין סארט איז: דורכ'ן מורא האבן צו פארלירן זיין 'איך' וואס ער האט זיך שוין ערווארבן. און די אנדערע סארט איז: ווען א מענטש טוט א פעולה וואס דאס איז טאקע זיין 'איך'.

צום ביישפיהל, דער איינזער. די ערשטע סארט איז ווען דער איינזער האט מורא צו ווערן קריטיקירט. אדער ער גייט איבער א דאקומענט צו כאפן די באהאלטענע טעותים. דאס איז די ערשטע סארט. דאס געט ווארשיינליך נישט קיין תענוג. די צווייטע סארט איז ווען דער איינזער וויל מאכן יענעם מער פאר א שלימות. דאס געט אים תענוג. דאס מיינט "איך טו". פון דעם "איך טו" רעדט ר' שרגא נ"י.

דער איינזער שפירט א גוטער תענוג בשעת ער פאררעכט יענעם און שטעלט אים אויף די ריכטיגער פלאץ. פון דעם "איך טו" רעד ר' שרגא. דער "איך טו" ברענגט נפשיות'דיגע פראבלעמען. דער "איך טו" איז גורם אז ער זאל שפעטער האבן די ערשטע סארט פעולות. צום ביישפיהל מורא האבן פון קריטיק וכו'.

יעצט לאמיר זעהן א זעקסער. ווען א זעקסער קאלט אן זיין חבר אים צו בעטן אז זאל אים העלפן. דער פעולה געט אים תענוג. ווייל דאס איז זיין "איך טו". ער טוט פאר זיכערקייט. ער שפירט זיין 'איך' אריינגעווייערט אין דעם "איך טו". דאס איז די "איך טו" וואס עס דארף זיך טוישן ביים זעקסער. און דער "איך טו" קען שפעטער צוברענגען צו נפשיות'דיגע פראבלעמען. אויב ס'איז נישט די ריכטיגער שפיר. אויב עס וועט זיך שפירן אז די שפע קומט מלמעלה. קען דאס - לויט ר' שרגא - היילן נפשיות'דיגע פראבלעמען.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז די "איך טו" וואס ר' שרגא וויל אז מ'זאל נישט אזוי שפירן, אז ס'קומט פון מיר, נאר מ'זאל שפירן "ס'קומט מלמעלה". דאס איז נישט סתם א "איך טו". מ'דארף כאפן ביי זיך די 'איך טו' וואס געט א געוואלדיגע נפשיות'דיגער תענוג. ווייל די רגע דער "איך טו" ווערט געטוישט, וועט דער מענטש מער נישט וועלן טון פעולות אנצוהאלטן א אומגעזונטער 'איך'.

ווען דער זיבענער, בשעת ער געט זיך נאך וואס עס גליסט זיך אים, אויב ווערט ער אויפמערקזאם "איך טו יעצט אנקאלן די טרעוועל אגענט, ווייל עס גליסט זיך מיר צו גיין אויף די און די תענוג'דיגער פלאץ" אויב דער "איך טו" ווערט ביי אים געטוישט, אויף א שפע וואס קומט מלמעלה. וועט דער זיבענער מער נישט האבן די אלע פעולות פון אויפהאלטן דעם נישט ריכטיגן 'איך'.

די גאנצע זאך פון וואס א זיבענער ליידט, קומט ווייל ער וויל אויפהאלטן דעם אומריכטיגן "איך טו".

אין דער "איך טו" איז אריינגעבויעט די פאלשע געטליכקייט. ענק כאפן וואס איך זאג?

ווען א זיבענער ווערט פארנומען מיט'ן טשעפענען און אביוזן ארומיגע, דשאסט ווייל ער האט נישט געהאט די בעסטע סאפער. איז דאס נישט די "איך טו" וואס עס דארף זיך טוישן. ווייל ער האט נישט קיין תענוג דערפון. ס'שטערט אים אז ער טשעפעט יעצט. נאר א "איך טו" וואס געט תענוג פאר א מענטש, דארף מען טוישן אז די שפע קומט מלמעלה.

דא קומט אריין ר' שרגא'ס ווערטער: די עיקר האָקס וואס דער יצר נוצט איז די "איך טו" וואס דאס שלעפט אריין דעם מענטש. דהיינו, ווען דער זיבענער האט דעם שפיר פון "איך טו" יעצט פאר עקסייטמענט. אין דעם "איך טו" איז אריינגעבויעט די פאלשע געטליכקייט, וואס דארף זיך טוישן. נישט סתם "איך טו".

מיין אונטערשטע שורה איז, אז די "איך טו" פון ר' שרגא וואס דארף ווערן געטוישט, די פשוט'ע מעשים פון ר' שרגא, איז גארנישט קיין פשוט'ע מעשים. ער רעדט נישט פון מאכן די פיאות נאך די מקווה. ער רעדט נישט פון צוריקלייגן די לעוואר און טעפל פון נטילת ידים ביים בעט. ער רעדט נישט פון אויפקערן די פלאר. ער רעדט נישט פון פשוט'ע מעשים.

ער רעדט נישט פון אפשיילן א עפל. ער רעדט נישט פון אוועקלייגן א ספר. ער רעדט נישט פון פשוט'ע מעשים.

ער רעדט פון מעשים וואס געבן דיך תענוג. ווייל זיי האבן אין זיך אריינגעבויט דיין 'איך'. זיי זענען די "איך טו" מעשים. אזאנע מעשים דארפן זיך שפירן אלץ א מתנה פונעם אייבערשטן. אזאנע מעשים דארפן זיך שפירן אז די החלטה זיי צו טון קומט מלמעלה.

סתם אויב א מענטש טראכט אז אלעס קומט מלמעלה, ווייס איך נאכנישט צו ס'האט באמת א פאטענציאל צו טוישן די 'איגו' פון א מענטש. א מענטש וועט אלעמאל צוריקלויפן צו זיין תענוג. צו די ריכטיגע "פשוט'ע מעשים". פארקערט, דער מענטש וועט שפירן קרח מכאן וקרח מכאן. ער הייבט זיך אן עקלן פון זיין לעבן. ער פארלירט תענוג.

נאר מיר דארפן קודם באמערקן די תענוג'דיגע "איך טו". און ערשט נאכדעם קען מען עס טוישן.

אזא "איך טו" פון וואס ר' שרגא רעדט איז א "איך טו" וואס ווארפט דיך אריין אין אזא סארט געטליכע תענוג. דער "איך טו" דארפסטו טוישן. כדי צו טוישן דיין 'איגו', האסטו גארנישט פון טראכטן אז אלעס קומט מלמעלה. פארקערט. ס'גייט דיך נאר מאכן דיפרעסט און דאון. ווייל דו גייסט פארלירן דיין גאנצע תענוג פון לעבן.

כדי ר' שרגא'ס וועג זאל ארבעטן, דארפסטו טרעפן דיין "איך טו" וואס געט דיך א געוואלדיגע נפשיות'דיגער גוטע געפיל. אויב ס'גייט דורך אגאנצן טאג, און דו פילסט נישט דער "איך טו", נאר דו שפירסט אז "איך בין צעבראכן, עס גייט גארנישט, איך בין פארלוירן, קיינער האט מיך נישט ליב" דאן האסטו יענעם טאג נישט געהאט א געלעגנהייט צו טוישן דיין 'איגו'. דו קענסט נאר טוישן דיין 'איגו' אויב דו שפירסט א תענוג פון א "איך טו".

און צומאל מיינסטו אז די שפירסט נישט דער גוטער תענוג'דיגער "איך טו". אבער קוק גוט. באמערק, וועסטו זעהן אז דו האסט עס יא. נישט א גאנצן טאג אין איין ציה. אבער קוק גוט וועסטו זעהן אז ס'דא א גוטע פאר צייטן אין טאג ווען דו שפירסט דער "איך טו".

דער "איך טו" דארף ווערן געטוישט. די חשבון איז זייער פשוט. דער "איך טו" האט אריינגעבויט א 'איך'. דער 'איך' דארף ווערן פארשטאנען ביי א מענטש אז ס'האט מיט למעלה. און דא קומט אריין התחברות. און דא קומט אריין הכנעה. און דא קומט אריין השתוקקות.

יעצט, ווען דער "איך טו" טוישט זיך, טוישט זיך אויך - לויט ווי ער וויל זאגן - די גאנצע וועג וויאזוי א מענטש באלעבט זאכן. פשוט'ע מעשים, און ווער רעדט פון פשוט'ע מצוות ווערן ביי אים חשוב. ווייל די רגע א מענטש טוישט זיין 'איך', ווערט הכנעה, און התחברות וכו'. און אלעס ווערט ליכטיג. און דאן איז ובחרת בחיים שוין כמעט א הבטחה.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
באמערק און דאן טויש דיין איך טו.pdf
(95.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 112 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די זעכצנטע שיעור פון ר' שרגא נירו יאיר נעמט ארום אסאך פון די גאנצע אופן הרפואה, וויאזוי - לויט ווי ער האלט - א מענטש קען זיך ארויסזעהן פון זיין איגו.

איך בין נייגעריג צו הערן פון ווער ס'האלט אז ר' שרגא'ס וועג ארבעט נישט. און איך וויל הערן פארוואס עס האלט זיך ביי זיי אז ס'ארבעט נישט. איך וויל סתם צוזאמען מיט די דורכארבעטן ר' שרגא'ס מהלך. איך גיי נישט שרייען, איך וויל סתם זעהן וואס ס'גייט דא פאר. מיך פאלט אויך ביי פון מאל צו מאל אז ס'ארבעט נישט. די זאך איז אז ווי מער איך הער ר' שרגא אלץ מער אנטפלעקט זיך מיר אז איך האב נאכנישט ארויס געהאט געהעריג ביז יעצט זיין מהלך.

לאמיר נעמען ר' שרגא'ס מהלך צו א פירערישער 'איך'. א געווענליכער פירער פַּאלישט זיין 'איך' ווען - צום ביישפיהל - ער זאגט די ווערטער פון דאווענען. א פירער גייט צו צום דאווענען מיט די האפענונג אז זיין 'איך' גייט יעצט זיין עפעס. א חלק פון די עונג פון א פירער וואס ער האט פון דאווענען איז אז זיין 'איך' ווערט געפאליש. ס'ווערט א 'עפעס'.

די פראבלעם מיט דעם איז, אז ס'איז נישט געזונט גייסטיש גערעדט, און מ'קען ווערן סך מער נאנטער צום באשעפער. ווי נאנט איז מען צום אייבערשטן ווען די גאנצע האפענונג איז אז דורכ'ן דאווענען זאל מיין 'איך' ווערן געפאלישט?

א פירער איז פארנומען מיט א 'איך', ער געט זיך אפ דערמיט, ער איז זיך משעשע דערמיט, יעדע צווייטע מינוט שטערט אים עס. אלעס דרייט זיך ארום פאלישן דעם 'איך'. צו קענען עקפיריענסן ווי ווייט - אויב מ'איז א פירער - מ'איז פארנומען מיט דעם, איז כדאי צו פאקטיש טון ר' שרגא'ס צוגאנג. וואס ער זאגט אין די זעכצנטע שיעור.

און איך ווייס אז א פירער האט נישט אזוי ליב דעס. ווייל די גאנצע האפענונג פון א פירער איז איינמאל פאר אלעמאל ארויסצוברענגען און צו שפירן די גוטס'קייט פון זיין ווערדפולער 'איך'. זאג פאר א פירער: לאז אפ דיין 'איך', און דאווען סתם ווייל ס'איז א מתנה פון הימעל און איך בין בוחר דערין, אבער גארנישט עפעס וועגן דיך. אזא זאך איז אים שווער צו פארטראגן. אפילו אויב ער האט יא גאנץ גוטע עונג מיט די צוגאנג וואס ר' שרגא פארקויפט, וועט ער אבער שטענדיג צוריקקוקן צו זיין אלטע גוטע פריינד.

א פירער זארגט זיך פאר זיין נפש. דהיינו זיין 'איך'. ער פרעגט תמיד בשלומה. ס'אינטערעסירט אים. ער הערט אויס אירע ווייטאגען. זיין 'איך' שרייט: נעם קער פון מיר, נעם קער פון מיר. און דער פירער נעמט קער. מער און מער, ביז חלילה מ'ווערט אומערמעגליכט צו טון נארמאלע זאכן.

איך טראכט, אז אפשר איז כדאי צו גיין צוביסלעך. מ'דארף זיך אליין צוזאגן אז חלילה מ'גייט זיך נישט איבערלאזן. מ'גייט זיך אויסהערן. מ'גייט קער נעמען פון זיך. אבער נאר פאר אביסל וועט מען עס טון לויט ר' שרגא'ס וועג.

די 'איך' פון א פירער קען מען נישט אוועקמאכן אזוי פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן.

די ערשטע נקודה פון ר' שרגא'ס מהלך איז אז יעדע מעשה וואס מ'טוט דארף קומען פון זוכן א טיפע עונג נפשי. דא הייבט זיך עס אן. אויב א מענטש טוט זאכן געצווינגען, מיין איך אז מ'קען אפילו נישט אנהייבן מיט ר' שרגא'ס מהלך.

נאכדעם דארף מען וויסן אז ס'דא צוויי קאטאגאריעס פון עונג. די ערשטע קאטאגאריע איז צעטיילט אויף צוויי. די ערשטע איז: איך קען טון וואס איך וויל, אדער אפילו אויב איך וויל יא טון גוט, איז עס באופן "איך טו" "די זאך וואס איך טו זאגט עפעס וועגן מיר" "די זאך וואס איך טו גייט פאלישן מיין נפש" "מיט די זאך וואס איך טו נעם איך קער פון מיר". אפילו ווען - און איך רעד יעצט צו א פירער - מ'איז בוחר בטוב, גייט עס צו "איך וויל יעצט באקומען דורך די מצווה וואס איך גיי יעצט טון א בעסערע ספעציעלקייט".

מיט דעם צוגאנג פון "איך גיי יעצט יא טון די זאך, ווייל ס'פאלישט מיין איך" אזא צוגאנג פירט וואו? מ'זאל גוט אריינטראכטן, און טון ר' שרגא'ס מהלך, וועט מען זעהן ווי ווייט מ'איז פון אמת'ע התחברות צום אייבערשטן. ווייל יעדע מעשה איז נאר פארנומען צו פאלישן דעם איך.

נאכדעם איז דא א צווייטע סארט עונג. ווען די זאך וואס מ'גייט טון האט גארנישט קיין חלק אין אויפבויען און ארויסברענגען - און איך רעד צו א פירער - די אייגענע ספעציעלקייט. ס'האט גארנישט קיין חלק אין פאלישן דעם 'איך'. איך טו עס סתם ווייל השי"ת האט מיך געגעבן א מתנה בוחר צו זיין אין אים. און די כח צו בוחר זיין קומט אויך פון אים. קומט אויס אז מ'קען מיט דעם נישט פאלישן דעם 'איך'. און עס ספעציעליזירן. ועיין לקמן עוד.

ס'זייער שווער צו טון. דערפאר דארף מען צוגיין דערצו צוביסלעך. ס'איז אמת אז מ'דארף קער נעמען פון די נפש. פון די ווייטאגן. וכו'. אבער פארוואס זאל די מצוות וואס מ'טוט האבן א חלק אין די עונג פון פאלישן א 'איך' וואס איז סתם א אייגנגעבויעטע זאך. ס'איז דאך דא א אמת'ע עונג. מ'דארף עס נאר אויפבויען.

איך וויל געבן חיזוק פאר אלע פירערס צו פרובירן דעם מהלך.

פונקט אזוי ווי ס'איז שווער זיך צו געוואוינען צו האולוויט ברויט. אזוי איז שווער זיך צוגעוואוינען צו האבן די ריכטיגע עונג פון מצוות ומעשים טובים.

איך האב געטראפן אפשר א שטיקל עצה פאר א פירער.

ס'שטייט אין פתח אליהו, אז דער אייבערשטער איז אין סוף, למעלה מהשגה. אין 'אין סוף' איז נישט שייך השגה. השגה איז נאר שייך ווען מ'האט ארויס א זאך פון די אין סוף. אזוי ווי א נקודה אין די אינסופית פון א ווייסע צעטיל. א מענטש איז משיג דעם אייבערשטן דורך לבושים וואס השי"ת איז זיך מלבש.

די ענין פון א פירער אז ער וויל זיך משיג זיין, קען קומען אלץ א נפילה פון דעם אז מ'דארף משיג זיין דעם אייבערשטן. וויאזוי איז זיך א פירער משיג? ווען ער שפירט עפעס פון זיך. צום ביישפיהל 'ווייטאג' השם ישמור ויעזור. אדער א געוויסע התגלות פון זיך אליין. מ'קען דאס טוישן און טרעפן זאכן וואס מ'ווייסט אז ס'קומט פון באשעפער, און מיט דעם משיג זיין דעם אייבערשטן. ישמע חכם ויוסיף לקח און ברוינפן.

גארנישט וועגן מיר, אבער נאר השגה אין באשעפער. אין די מתנות וכו'.

והשם הטוב יעזור.
אטעטשמענטס
א פירער באור שרגא.pdf
(90.91 KiB) געווארן דאונלאודעד 104 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווען ר' שרגא נ"י רעדט, רעדט ער מער פון א פינעווערישער איגו. מ'דארף עס נאכדעם אפעלירן צו די אלע אנדערע אכט איגו'ס.

צום ביישפיהל, לאמיר נעמען א זעקסער און לאמיר אריינקוקען וויאזוי א זעקסער פרובירט אויפצוגעבן אויף 'יכולת', און דאך בלייבט ער מיט זיין זעקסערישער איגו. אלעס וואס איך שרייב איז לויט וויאזוי איך פארשטיי עס היינט.

א זעקסער וויל שפירן א שפיר פון זיכערקייט. ווען א זעקסער לערנט, דאווענט, און טוט גוטע מעשים, וועט ער וועלן דערגרייכן דורכדעם צו שפירן "איך בין יא פארזיכערט". א זעקסער זוכט א שיטה, א מענטש, א זאך וואס זאל אים געבן די שפיר פון "איך בין פארזיכערט".

יעצט, אויב א זעקסער וועט נאר אויפגעבן אויף 'יכולת', אבער ער וועט נישט האלטן קאפ אויפצוגעבן צו דערגרייכן דעם שפיר פון "מיט דעם וואס איך טו יעצט קען איך ענדליך מיך שפירן פארזיכערט, אז איך בין פארזיכערט", וועט ער בלייבן מיט זיין זעקסערישער איגו.

די זעלבע זאך איז מיט א פירער, אויב א פירער וועט נישט ארבעטן אויפצוגעבן די ביקוש פון זיין ספעציעלקייט, די ביקוש פון "מיט דעם וואס איך טו יעצט ווער איך יא א ספעציעלע מציאות ; ווער איך מושג פאר מיר אליין אלץ א טיפע ספעציעלער יוניק ספעציעלקייט, אז איך בין יא עפעס א מציאות" וועט ער גארנישט האבן פון אויפגעבן אויף יכולת. גארנישט! און נאכדעם וועט ער צוקומען צו די באשלוס אז ר' שרגא'ס מהלך איז נישט קיין מהלך, אינדערצייט וואס עס איז יא א פיינער מהלך.

די ווארט 'יכולת' איז מער פאר א פינעווער.

אבער א זעקסער טוט אזוי, "מיט די שיטה פון ר' שרגא אויפצוגעבן 'יכולת', קען איך ענדליך שפירן אז איך בין פארזיכערט". און דערמיט געט ער נישט אויף אויף זיין 'איגו'. ער האט גארנישט אויפגעגעבן. און אז ער געט נישט אויף אויף זיין איגו, האט ער גארנישט אויפגעטון מיט ר' שרגא'ס מהלך. נישט נאר ער האט גארנישט אויפגעטון, נאר ס'ווערט ערגער. און נאכדעם וועט ער זאגן אז ר' שרגא'ס מהלך ארבעט נישט. אינדערצייט ווען ס'ארבעט פיין בעזר השי"ת, מ'דארף נאר וויסן אויף וואס אויפצוגעבן. ס'דא נאך אכט איגו'ס חוץ א פינעווער.

ס'קען זיין א פירער וואס ארבעט מיט די שיטה פון ר' שרגא, און ער געט אויף 'יכולת', ווערט ערגער און ערגער חלילה, און ער פארלירט מער און מער זיין עונג. פארוואס? ווייל א פירער האט כמעט גארנישט פון אויפגעבן אויף 'יכולת', א פירער דארף אויפגעבן אויף זיין ביקוש פון "מיט דעם וואס איך טו יעצט בין איך יא ספעציעל". א פירער דארף - נפשיות'דיג - חזר'ן פיר און צוואנציג שעה אין טאג די ענין פון "ונחנו מה". "איך פאר מיר אליין האב נישט קיין שום ספעציעלקייט, און איך געב אויף דאס צו זוכן." דאס דארף א פירער חזר'ן. און נאר דאס. און ערשט יעצט קען מען זיך נעמען צו די שיטה פון טון פשוט'ע מעשים. און אז מעשים קומען מלמעלה. וכו' וכו'.

א זעקסער קען זאגן, די שיטה פון ר' שרגא ארבעט נישט, אבער באמת דארף עס יא צו ארבעטן. נאר וואס דען, ער הערט ר' שרגא'ס מהלך, אז מ'דארף אויפגעבן יכולת, און ער הערט אז א מענטש דארף האבן עונג פון פשוט'ע מעשים, און אז מעשים קומען מלמעלה צו אים און נישט פון אים. אבער ער וויל נאך אלץ שפירן "איך בין פארזיכערט". יא, מעשים קומען מלמעלה, פיין. וואס נאך? מ'דארף אויפארבעטן חשיבות! וואס נאך? התחברות! פיין. וואס נאך? דער זעקסער האט גארנישט געטון אויפצוהערן צו וועלן שפירן "איך בין פארזיכערט". פארוואס ער האט גארנישט געטון? ווייל ער ווערט פארנומען אויפצוגעבן אויף 'יכולת', אינדערצייט וואס ער דארף ווערן פארנומען אויפצוגעבן צו וועלן ענדליך שפירן איך בין פארזיכערט.

די שורש פון א זעקסער איז - לויט ווי ר' שרגא אליין זאגט - נצח. נצחיות. ער וויל שפירן אז "איך האב מיך אויף וועם אנצולאנען". כדי א זעקסער זאל ארויסקריכן פון זיין איגו, דארף ער אויפהערן צו וועלן שפירן "איך בין פארזיכערט", און אויפהערן צו לערנען, און דאווענען, כדי צו שפירן "איך בין פארזיכערט דורכדעם". נאר ער דארף לערנען, און דאווענען, ווייל די עצם דאווענען איז נצחי. גארנישט מיט מיר. איך בין מיך נאר מחבר מיט נצחיות.

א זעקסער זאגט: דו ביסט פון יענע חסידות, דו האסט יענע רבי, דו גייסט אויף א פאלשע וועג, איך האב די ריכטיגע וועג! מיין וועג איז די בעסטע וועג. אין אנדערע ווערטער מיינט דעס "איך שפיר אז איך בין פארזיכערט". און דאס איז איגו.

דאס איז נאך פונקט אזוי גאווה ווי א איינזער וואס שפירט "איך בין א צדיק". גארנישט אנדערש. וויפיהל האט עס מיט'ן אייבערשטן? דער מענטש איז פארנומען מיט זיין 'איך'. איך שפיר אהער, איך שפיר אהין. איך בין יא פארזיכערט, איך בין נישט פארזיכערט.

אוודאי דארף מען גיין אויף די ריכטיגע וועג. אבער צו שפירן "איך בין פארזיכערט". איז זיין פארנומען מיט זיך?

אונטערשטער שורה איז. ר' שרגא נ"י איז גערעכט מיט זיין שיטה. ער איז גערעכט אז מ'דארף זיין צופרידן און שפירן עונג דוקא פון פשוט'ע מעשים. ער איז גערעכט אז מ'דארף שפירן אז די מעשים וואס איך טו יעצט האט גארנישט מיט די וועג וויאזוי איך וויל שפירן מיין איגו. אבער מ'דארף געדענקען וואסערע טייפ מ'איז. און ס'איז כדאי צו וויסן. אויב מ'האט נפשיות'דיגע שוועריגקייטן, דארף מען קודם וויסן וואסערע טייפ מ'איז.

א זעקסער האט א אנדערע פארמולע וויאזוי ארויסצוקריכן פון זיין 'איגו'. און א פירער האט א אנדערע פארמולע. א דרייער האט א אנדערע פארמולע. גאר אנדערש איינער פון דעם אנדערן. ס'דא 9 איגוס. 9.

מ'דארף נעמען ר' שרגא'ס דיבורים און עס צושטעלן לויט די איגו.

שוין, איך האף מ'האט מיך פארשטאנען. והשם הטוב יעזור און א גוטן פורים. און א ליסטיגן תמיד.
אטעטשמענטס
צושטעלן די מהלך פון ר שרגא לויט די טייפ.pdf
(91.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 115 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לב בשר האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
און דאס וואס די הייליגער ישמח משה זצ"ל האט געזאגט אז ער איז גרייט צו ווערן פארשטויסן אבי ס'זאל שוין זיין די התגלות, דאס איז א מדריגה וואס אונז פארשטיי מיר נישט

אונז פארשטייען יא, ס׳איז זייער סימפל: ער מיינט גארנישט זיך, זערא.
די מדריגה איז רחוק מאוד מאוד פון אונזער השגות, אבער אונז פארשטייען אז דאס איז די תכלית עבודה. צדיקים, ווי העכער אלץ מער ווערט דער בלתי לשם לבדו און מ׳מיינט גארנישט זיך.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין די פורים תשי"ט תורה (סאטמאר זצ"ל) ברענגט דער רבי פון דער הייליגער ישמח משה, ותמצית לשונו (לויט ווי איך פארשטיי יעצט) אז צדיקים זענען געווען אזוי דבוק אין די רצון הבורא יתברך שמו, אזוי אז נישט דער גן עדן און דער גיהנם האט באווירקט זייערע מעשים.

דעם 'לשון קדשו', אויף דף טו, אופן ג'. און אויף די ריקארדינג איז עס 30 מינוט אין די ריקארדינג.

און דער רבי זצ"ל האט זיך דאן זייער צואוויינט און געבעטן: איך זאָל נאָך די זכיה האָבן, איך זאָל דבוק זיין אין רצון הבורא ברוך הוא.

איך קלער אז דאס שטומט נאך אלץ מיט מיין סטעטמענט וואס איך האב דארט געשריבן די פאקט אז מיר זענען א חלק אלוק ממעל, קען אונז נישט ערלויבן צו טראכטן אז 'בלתי לה' לבדו' מיינט ארויסצונעמען אונזער נקודה פון בלייבן א עקזיסטענץ פון די רצון צו טון סייוואס. נאר די אמת'ע כוונה פון בלתי לה' לבדו קומט נאך די ידיעה אז מיר זענען און ווילן בלייבן עקזיסטירנד דורכ'ן בלייבן באהאפטן צום אייבערשטן.

א ראי' האסטו ווייל ער בעהט: איך זאָל נאָך די זכיה האָבן, איך זאָל דבוק זיין אין רצון הבורא ברוך הוא.

איי, ער קען באשטיין צו באקומען דערויף עונש של גיהנם, דאס מיינט נאר צו זאגן אז ער איז אזוי דבוק אין די רצון הבורא און ער טוט עס מיט אזא חשקות אז מחמת גרויס אהבה אינטערעסירט אים נישט עפעס אנדערש. אבער אין אמת'ן אריין וואס דען איז גיהנם אויב נישט א התרחקות פון דביקות? נאר ער טראכט נישט דערפון, ווייל ער איז יעצט דבוק ברצון הבורא. דאס קען מען זיך נישט איינרעדן. דאס איז א הויעכע בחינה וואס נאר גאר גרויסע צדיקים האבן געהאט די זכי' דערצו, די זכי' צו האבן אזא'ן דביקות.

און בכלל א סך מדריגות וואס מ'זעהט אין די ספרים הקדושים איז א מדריגה, און נישט בלויז א מחשבה. די חילוק איז "איך האב אינזין אז איך מיין נאר דעם אייבערשטן, און אפילו איך גיי באקומען גיהנם פאר די מצווה טו איך עס אויך" איז נאר א מחשבה. ס'איז נאר א מחשבה, ווייל באמת אינטערעסירט אים נאך זאכן. "עס שפירט זיך מיר פון זיך אליין אז עס מיינט זיך מיר נאר דעם אייבערשטן, און אז אפילו איך גיי באקומען גיהנם פאר די מצווה טו איך עס אויך" איז א מדריגה. ס'איז א מדריגה, און א זכי', ווייל ס'איז אינטערעסירט באמת נישט עפעס אנדערש.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

א גאנץ ווינטער האב איך געשריבן אין דעם אשכול פון אויפגעבן די אייגענע יכולת. יעצט איז די צייט דאס צו פראקטיצירן אויף למעשה בעזרת השי"ת. און ווייזן פאר דער אייבערשטער אז מיר מיינען עס אמת'דיג. איך קען נישט גענוג ארויסברענגען אז נערוועזקייט אפילו א פיצעלע מאכט שוואכער די אימיון סיסטעם. נישט איך זאג עס. דאס איז סייענס.

Anxiety can trigger your flight-or-fight stress response and release a flood of chemicals and hormones, like adrenaline, into your system. ... This can weaken your immune system, leaving you more vulnerable to viral infections and frequent illnesses


ס'איז כדאי צו הערן די ניינצענטער שיעור פון ר' שרגא נ"י.

איך וועל שרייבן דאס וואס ס'פאלט מיר יעצט ביי, און דאס מיינט אז ס'איז נישט געהעריג אויסגעארבעטע סחורה.

ס'דא צוויי מהלכים וויאזוי א מענטש וועט בעזרת השי"ת זיך שטארקן אויף דעם. איינס איז, די נאטורליכער דרך הטבע וויאזוי השי"ת האט באשאפן אז א מענטש זאל בייקומען שונאים. דאס איז צו פאלגן די דרך הטבע. דאס אליין אז א מענטש פאלגט די דרך הטבע מיינט הכנעה. "איך בין מיך מכניע אז ס'דא א דרך הטבע וואס איז העכער מיר, און השי"ת וויל אז איך זאל מיך אויפפירן וויאזוי ער וויל, און נישט וויאזוי עס שמעקט מיר".

דאס וואס רבי ר' אלימלך שרייבט "האדם לא נברא אל לשבר את הטבע" מיינט, אז דער אייבערשטער האט מיך באשאפן אז איך זאל טוישן די מהלך פון מיין טבע געלויף פאר אים. דאס איז אויך הכנעה.

פאלגן די דרך הטבע מיינט: זיך וואשן די הענט מיט זייף, שטיין ווייט, אריינהיסן אינעם ארבעל, אויפקלינען מיט זייף, נעמען ווייטעמינען, עסן געהעריג.

און נאכדעם איז דא א איגואיסטישער וועג פון זיך שלאגן מיט דעם. און רבותי - לבי אומר לי - אז דער איגואיסטישער וועג איז א סכנה'דיגער וועג. א וועג וואס דער יצר הרע זייט אן. א וועג פון זיך דערווייטערן פון געזונט. סתם א מענטש כאפט נישט אז ער באנוצט זיך מיט אט דער איגואיסטישער וועג פון זיך שלאגן דערמיט.

א מענטש קען מיינען ביי זיך "איך בין רואיג, איך פארלאז מיך אויפן באשעפער, נאר דער אייבערשטער וועט מיך העלפן" אבער באמת האט ער אין זיך שטייפע מוסקלן פון שלעגעריי דערקעגן. ער איז נערוועז. און אז מ'איז נערוועז ווערט דער קערפער שוואכער חלילה.

איך קען נישט גענוג ארויסברענגען ווי ווייט א קערפער קען זיין אנגעצויגן און דער מענטש כאפט נישט.

איך בין נישט ר' שרגא, און איך האב נישט זיין מתנה פון ערקלערן. און איך אליין בין נישט אויסגעארבעט אין דעם. ס'איז כדאי צו הערן זיין ניינצענטער שיעור, וואס מיר דאכט זיך אז ער איז מבליע בתוך הדברים ענינים הנוגעים לפרקינו.

יעצט איז נישט די צייט זיך צו באשולדיגן אז "אך, פארוואס פיר איך מיך נישט אויף ווי ס'באדארף צו זיין". וויאזוי וועט מיך דער אייבערשטער העלפן. מ'דארף טראכטן: השי"ת גייט מיך העלפן ווייל איך גיי אים ווייזן אז ווען איך האב אים געזאגט אז ער זאל מיך העלפן זיך שלאגן מיט מיין יצר הרע, און איך האב אים געזאגט: באשעפער איך קען נישט אליין. איך קען נישט. העלף מיך. טאטע העלף מיך. האב איך עס געמיינט ערנסט.

ווייל אויך ווען ס'קומט צו מיין געזונט, גיי איך צו מיט די זעלבע עדיטוד. איך בין בוחר אין הכנעה. זיך אכטונג געבן בדרך הטבע ווייזט אויף הכנעה. אבער די אינערליכער שטייפער געפיל פון "איך שלאג מיך דערמיט" איז א דמיון.

דו דארפסט דיך דערמיט נישט שלאגן. השם ילחם לכם ואתם תחרישון. דו דארפסט ערלויבן דיין קערפער זיך צו שלאגן דערמיט. און דאס טוסטו דורכ'ן אויפגעבן אויף יכולת.

די ערשטע זאך איז, יעדע רגע אין טאג זאלסטו געדענקען "באשעפער איך געב אויף מיין יכולת, איך געב אויף, נאר דו קענסט מיר העלפן". און געב א קוק אויף דיינע מוסקלן ווי שטייף זיי זענען און לאז עס נאך. אטעם אריין טיף, און לאז נאך. געדענק: אנגעצויגנקייט מאכט שוואכער דיין אימיון סיסטעם. וואס איז די גאנצע זאך פארוואס דו ביסט אנגעצויגן? ווייל דו ווילסט זיין געזונט. און? מאכסט עס נאר ערגער חלילה. זיי נישט אזוי. כגמול עלי אמו, כגמול עלי נפשי.

איך גיי זאגן א סטעטמענט ארויסצוברענגען די שארפקייט פון די זאך, אבער נישט אז ס'איז פאקטיש אזוי. "ווער ווייסט, צו ס'דא מענטשן וואס זענען השם ישמרינו געשטארבן פון דעם, איז געקומען פון דשאסט פחד, פון דשאסט נישט אויפגעבן אויף יכולת, פון דשאסט זיין אנגעצויגן".

געדענק, פארוואס מאכט סטרעס שוואכער די אימיון סיסטעם. ווייל א מענטש גייט דערמיט אוועק פון אור ה'. השי"ת וואס ער האט באשאפן די וועלט, האט עס אזוי באשאפן אז ווען א מענטש פארלאזט זיך אויף אים, איז ער דא פאר'ן מענטש.

אויב דו ווילסט וויסן ווי אנגעצויגן דו ביסט, הער די ניינצענטער שיעור פון ר' שרגא נ"י. לערן שער הבטחון

איך וויל צולייגן אז מ'דארף מתפלל זיין בכל לב, און שרייען צום אייבערשטן בכל לב, פון די טיפסטע אינערליכסטע נקודה שבלב. און נישט זאגן: מיר האבן בטחון עס וועט גוט זיין. נישט דאס מיינט בטחון. זאגן: מיר האבן בטחון און עס וועט גוט זיין מיינט: איך פארלאז מיך אויף הפקירות.

די זאך איז אז ווען מ'שרייט צום באשעפער פון די וועלט וואס באשאפט אונז יעדע רגע, זאל מען שרייען מיט א אמת'דיגקייט, דהיינו, מיט'ן אמת'דיג אויפגעבן אויף יכולת.

השי"ת זאל אונז אלע העלפן.

דער הייליגער רבי ר' אלימלך ענדיגט צו זיין שטיקל פון 'כי אני ה' רופאיך': אבל להשים חלילה שום מחלה על ישראל זה בלתי אפשר כי מה הטבה יבעא מזה, וקל להבין.

והשם הטוב יעזור
אטעטשמענטס
כי אני ה רופאיך בזכות רבינו רבי ר אלימלך זצל.pdf
(100.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 122 מאל
אוועטאר
Avrumy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:30 am

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Avrumy »

זייער גוטע חיזוק, פאר אזעלכע שווערע צייטן ווי יעצט.
ס'האט מיר גאר שטארק דערקוויקט.
האלט אן...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ר' שרגא פליישמאן נ"י איז נאך אלץ פארנומען אז אויפגעבן אויף 'יכולת' איז די זאך וואס דארף ארויסנעמען א מענטש - בעזרת השי"ת - פון זיין געצווינגען צו פאלגן זיין יצר הרע. און אז די עצה דערצו איז אז מ'זאל נפשיות'דיג פיהלן אז יעדע פשוט'ע פעולה קומט מלמעלה.

לויט וויאזוי איך פארשטיי עס יעצט, און אפשר אין א צייט וועל איך עס בעסער פארשטיין. אבער ווי ער איז מסביר אז די ווארט 'פשוט'ע פעולות' מיינט ער צו זאגן די פעולות וואס דער 'אנכיות' טוט - אמאל אינערליכע פעולות, און אמאל דרויסנדיגע פעולות - כדי צו געווינען די געפיל פון זיך פיהלן ווי א בורא "איך טו וואס איך וויל". און אז אט די פשוט'ע פעולות דארף א מענטש - נפשיות'דיג - פיהלן און זיין באמת איבערצייגט אז ס'קומט מלמעלה. אז ס'קומט נישט ווייל איך וויל עס.

נישט זיך איינרעדן אז ס'קומט מלמעלה, נאר באמת נפשיות'דיג פיהלן אז אזוי איז דער אמת. עס פיהלן. נישט נאר פארשטיין מיט'ן שכל.

ער טענה'ט גאר שטארק נאכאמאל און נאכאמאל אז א מענטש וויל פיהלן "איך טו וואס איך וויל, און נישט וואס איך בין געצווינגען צו טון". זאגט ער אז אויב מ'וועט גוט דורכנעמען יעדע פעולה פון די 'אנכיות', 'אנכיות' מיינט פעולות וואס האט אין זיך דער געפיל פון "איך טו וואס איך וויל" און אז ס'וועט געלונגען אפצואווענדן די געפיל פון "איך טו די און די געוויסע פעולה ווייל איך וויל עס טון" דאן וועט עס דער מענטש - מצד זיין אנכיות - בהמשך הזמן אפלאזן. ווייל ס'פארלירט בהכרח די אנהאלטונגס קראפט, אנצוהאלטן צו טון די פעולה.

פארוואס זאל עס דער 'איך' וועלן, אויב ער פארשטייט באמת אז ס'איז פארקערט ווי זיין אגענדע.

אבער דא פעהלט אויס צוויי תנאים. איינס אז דער מענטש דארף וויסן אז ער וויל פיהלן ביי זיך "איך וויל פיהלן אז איך טו יעצט וואס איך וויל טון, אז עס קומט פון מיר, און איך וויל נישט פיהלן אז איינער צווינגט מיך יעצט", זעהט אויס אז א מענטש וויל פיהלן ביי זיך אז דאס וואס איך טו קומט פון מיר און נישט אז איך בין געצווינגען. וואס דאס איז די נקודה פון חלק אלוק ממעל. און צוויי אז דער מענטש דארף קענען כאפן און ווערן נפשיות'דיג איבערצייגט וויאזוי די פעולות וואס זיין אנכיות טוט, וויאזוי עס האט גארנישט מיט אים אליין.

ווייל די גאנצע סיבה פון די פעולות ווערט דאך מסובב פון די רצון צו האבן א 'איך', צו קענען טון וואס 'איך' וויל, נישט צו זיין געצווינגען, דאס איז די גאנצע עונג. און אויב דער מענטש זעהט עכט איין אז די פשוט'ע פעולות, פשוט'ע פעולות דהיינו די פעולות אנצוהאלטן די אנכיות, קומט מלמעלה. און ער וויל דאך יא פיהלן אז "איך טו וואס איך וויל, און איך בין נישט געצווינגען", דארף ער עס אפלאזן.

אבער דאס איז נאר ווען דער מענטש כאפט אויף די פעולות פון זיין 'אנכיות', אנכיות מיינט: אייגענע אטאנאמיע. א מענטש קען זיך איינרעדן אז ער פארשטייט שוין אז ער איז געצווינגען, און אז ער לעבט דערמיט. אבער איך מיין אז ס'איז נישט אזוי. ווייל אויב וואלט דער מענטש באמת געפיהלט אז דער אמת איז אז ער איז געצווינגען צו טון וואס ער טוט יעצט, וואלט ער דאך נישט געהאט קיין שום עונג. און וויאזוי קען זיין אז ער האט א עונג? אלא מאי ער פיהלט אז "איך וויל עס", א מענטש קען זיך איינרעדן אז "איך ווייס טאקע אז איך בין געצווינגען, אבער מיט דעם אלעם בין איך געצווינגען און דערפאר טו איך עס" וואס דאס איז נישט ריכטיג.

זייער מעגליך אז ער פיהלט אז ער איז געצווינגען, אבער נישט ווייל ער פיהלט אז ער איז געצווינגען מיט די עצם פעולה וואס ער טוט יעצט, נאר ער פיהלט אז ער איז געצווינגען "איך בין געצווינגען צו טון וואס איך וויל" און דאס איז אמת. און דאס גייט אזוי אלעמאל בלייבן. ווייל א מענטש איז באמת געצווינגען צו מוזן טון וואס ער וויל, דהיינו: צו מוזן רעוואלטירן. אבער דאס מיינט נישט אז דער מענטש האלט שוין ביי די דרגא צו פיהלן אז די עצם פעולה פיהלט זיך אים געצווינגען. ווייל אויב וואלט זיך עס באמת געפיהלט געצווינגען, וויאזוי האט ער עפעס א עונג דערפון? ס'איז נאר שייך עונג ווען דער מענטש פיהלט אז "איך טו וואס איך וויל".

דאס אז א מענטש וועט צום סוף מוזן בוחר זיין די דרך פון "איך וויל טון פעולות וואס קומט פון מיר, און נישט וואס מ'צווינגט מיך" דאס מוז זיין אין א מענטש. ווייל מצד אז ער איז א חלק אלוק ממעל מוז ער טון פעולות וואס "איך בין דער וואס האט עס געוואלט, איך בין דער וואס וויל עס" און דאס איז די נקודה פון בחירה. ווייל נאר די בחירה האט א מענטש. ווי אויסגעשמועסט פריער.

די רצון צו טון די פשוט'ע פעולה, דהיינו: די רצון זיך צו ערלויבן די אייגענעם 'אנכיות' צו טון פעולות כדי צו קענען אנהאלטן די פרייהייט, די "איך", די "איך טו וואס עס פאלט מיך ביי", דאס דארף ווערן באמת אנערקענט אין א מענטש אז דאס קומט מלמעלה, ער איז געצווינגען דערצו. און דאס מאכט אז ס'זאל צענומען ווערן די שטארקייט פון די פעולה. ווייל די גאנצע זאך פארוואס די פעולה האט אזא שטארקייט איז דאך נאר ווייל דער מענטש פיהלט אז דורך די פשוט'ע פעולה געווין איך א "אנכיות". ר' שרגא נ"י רופט עס 'יכולת'. דהיינו: געטליכקייט. און אויב די פשוט'ע פעולה קומט נישט פון מיין "איך", עס האט נישט אין זיך די ענין פון "איך בין דער וואס טוט עס" צעפאלט עס.

קומט אויס פון דעם אז כדי ארויסצוקריכן פון געוויסע שוועריגקייטן דארף מען קענען אויפכאפן און אנכאפן די יכולת'דיגע פשוט'ע פעולות, דהיינו: די פעולות וואס פיהלט זיך נישט אז איך טו עס אלץ דער 'נברא', נאר די פרייע פעולות, די פעולות וואס פיהלט זיך "איך בין נישט געצווינגען". די רגע מ'כאפט אן די פעולות, מ'כאפט אן מיין איך צו זאגן אז מ'באמערקט עס שטארק, מ'באמערקט שטארק וויאזוי מ'וויל טון פעולות אנצוהאלטן די סארט "איך קען טון וואס איך וויל", און דאן אויב עס געלונגט צו פארשטיין נפשיות'דיג אז ס'קומט נישט "ווייל איך וויל עס טון" נאר איך בין טאטאל געצווינגען דערצו, דארף עס צעברעכן די כח פון די פעולה.

אבער דאס איז נאר ווען 1ׂׂ) מ'כאפט די פעולה, און 2) מ'אנערקענט באמת אן קיין איינרעדעניש און אויבערפלעכליכקייט אז דאס קומט נישט ווייל איך וויל עס.

קומט אויס אז ס'דארף זיין דריי זאכן.

1) איך וויל אז וואס איך טו זאל קומען פון מיר. איך זאל דאס וועלן. און נישט אז א צווייטער צווינגט מיך, וואס דאס איז די עונג וואס א מענטש האט.

2) כאפן די פעולות - אינערליכע אדער אויסערליכע - וואס ווערט געטון כדי צו געווינען די אויבנדערמאנטער געפיהל פון "איך קען טון, און איך טו וואס איך וויל"

3) באמת אנערקענען אז מ'איז געצווינגען דערצו און אז מ'וויל עס נישט באמת. וואס דאס דארף צעברעכן די עיקר סיבה פאר די פעולה. פארשטייט זיך נאר ווען מ'אנערקענט עס באמת.

4) וויסן - נפשיות'דיג - אז די איינציגע פעולה וואס קומט פון מיר און איך בין נישט געצווינגען איז די פעולה פון בחירה בטוב. וואס דאס איז די ריכטיגער עונג.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די פאלגנדע, קען זיין אז ס'שטייט שוין ערגעץ, אבער איך געדענק נישט.

פאריגע וואך ביי בלעם הרשע קען מען זיך ארויסלערנען וואס עס מיינט באמת אויפגעבן אויף 'יכולת'. ווייל מ'זעהט א געוויסע בילד אז ער האט אויך געזאגט "כי מאן ה' לתתי להלך עמכם". קוקט אויס ווי א ערליכער וואס זאגט: דער באשעפער לאט מיך נישט, ער געט מיך עס נישט, און איך קען נישט טון נאר וואס השי"ת געט מיך.

און שפעטער זעהט מען אויך: אם יתן לי בלק מלא ביתו כסף וזהב לא אוכל לעבור את פי ה' אלקי לעשות קטנה או גדולה. אזוי ווי א ערליכער וואס זאגט: איך קען נישט עובר זיין את פי ה' און איך וועל מיך נישט פארקויפן פאר געלט.

און שפעטער זעהט מען ווי ער זאגט: היכול אוכל דבר מאומה, הדבר אשר ישים אלקים בפי אותו אדבר.

קען מען פון דעם זעהן אז אפילו אויב ער האט געזאגט "איך קען נישט טון אנדערש ווי השי"ת וויל", מיט דעם אלעם איז ער געווען ראנג. ער איז געבליבן 'בלעם'. ווייל די אמת פון אויפבגעבן 'יכולת' איז אז מ'זאל זיין מתלמידיו של אברהם אבינו, אז מ'זאל אויפגעבן 'יכולת' אויף א נפשיות'דיגן אינערליכן וועג. ווי די משנה זאגט אין אבות (פ"ה מי"ט). אויפגעבן יכולת דארף שאפן א עין טובה, א רוח נמוכה און א נפש שפלה. אנדערש, אפילו אויב מ'זאגט אז איך האב נישט קיין יכולת, אלעס טוט דער אייבערשטער, איז עס אבער נפשיות'דיג און גייסטיג, און 'הכרה'דיג', נישט אמת'דיג אויפגעגעבן אויף יכולת.

און מיט דעם קען מען זאגן זאגט די משנה 'כל מי שיש בידו' ווייל אין די הענט, אין די אופן פון טון פשוט'ע פעולות, קען מען ממש זעהן צו דער מענטש האט אויפגעגעבן יכולת צי נישט. די נפש און די רוח און די עין, דרוקן זיך אויס ביז די פעולות פונעם מענטש.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

יכולת איז א נפשיות'דיגע מאשינערי וואס ארבעט פלייסיג אינעם נפש פון א מענטש. מ'קען בעזרת השי"ת עס אויפכאפן, פארשטיין די אמת דערפון, און טאקע דייקא דורך דעם ווערן נאנטער צום אייבערשטן. יעדער מענטש האט זיך זיין יכולת ביי עפעס אנדערש. ווי עס קוקט מיר אויס האט ר' שרגא נ"י, נאכ'ן שטודירן נפש און וועלן פארשטיין וואס דאס איז און וויאזוי מ'קריכט ארויס פון שוועריגקייטן, האט ער עס צאמגענומען אויף איין ווארט: יכולת.

פארשטיין 'יכולת', און אויפגעבן יכולת.

וויאזוי ווייס איך אויף א טעאריע אז ס'איז א גוטע טעאריע? האב איך אמאל געזעהן ערגעץ, און מן הסתם איז אזוי אנגענומען אז איינע פון די כללים וויאזוי מ'ווייסט אז ס'איז א גוטע טעאריע איז אז אויב ס'דעקט מערערע ערשיינונגען.

אויב א געוויסע טעאריע ווערט געזאגט אז ס'דארף צו ארבעטן אויף שלום בית, און אויף חינוך, אויף עבודת הבורא, בריאת הנפש, ארויסצוגיין פון חולי נפש, ADHD, OCD, אויף נאך און נאך, ווייזט עס אז די טעאריע דעקט זייער אסאך. און ס'ווייזט א די טעאריע איז מער צו די אמת'ע זייט.

כדי צו כאפן וואו דער יכולת ליגט ביי דיר אינעם יעצטיגן מאמענט, דארפסטו כאפן וועלכע אינערליכע פעולה אדער אויסערליכע פעולה, דו פיהלסטעך מורא'דיג גוט דערמיט.

צום ביישפיהל:

דיין הויז איז יעצט געווארן אויפגערייניגט, קיינער איז נישט אינדערהיים, דו גיסט אראנדש דשוס אויפן פלאר. (נישט פאר'דוקא, נאר ס'איז געשעהן) יעצט: עס קומט אריין אין דיר א שפע פון פעולה, צו נעמען א שמאטע און דאס אויפרייניגן בתכלית, מתקן זיין דעם עיוות באופן אז כאילו ס'איז קיינמאל נישט געשעהן. שלא נבוש ולא נכלם.

ס'איז גאנץ א שווערע ארבעט, און דו ווערט נענטער צו האבן הכרת טובה אויף די רייניגונגס סיסטעם אינדערהיים.

יעצט, בשעת דו גייסט פון פעולה צו פעולה, פיהלסטו דערביי תענוג. נעקסטיים קוק אריין אין דיר, וועסטו זעהן אז דו פיהלסט גליקליך צו קענען אפרוימען אז ס'זאל זיך גארנישט דערקענען. דו פיהלסטעך גוט דערביי.

פארוואס?

ווייל דאס איז 'אנכיות'דיגע' פעולות. דאס זענען 'יכולת'דיגע' פעולות.

די סיבה פאר'ן טון די דאזיגע תנועות, דאס שאפן א שמאטע, דאס אנפילן די לעוואר מיט וואסער און זייף, דאס איינטינקען, דאס אויסקוועטשן, די אפוואשן, אלעס האט אין זיך דיין רצון פון ראטעווען דיין 'איך'. באיזה פנים וועל איך מיך באווייזן קדם מלכא ווען עס וועט נתגלה ווערן קלוני. עס האט אין זיך 'אנכיות'.

די זעלבע פעולות זאלן ווערן געדארפט טון 'בהכרח' ? נאו תענוג, נאו נאטינג.

צום ביישפיהל: דיין עלעף יעריגס האט אויסגעגאסן מילעך און ער בעהט דיך אז דו זאלסט עס אויפרוימען. אויב נישט עקלדיג, איז עס קרוב לזייער אומבא'טעמ'ט. פארוואס? ווייל די פעולות דערפון האט נישט אין זיך 'יכולת'. עס האט נישט אין זיך די 'אנכיות'.

אנכיות'דיגע פעולות, יכולת'דיגע פעולות איז וואס געט תענוג פאר א מענטש.

ביישפיהל נומער צוויי

דו שטייסט אויף צופרי, טוסטעך אן, עס האט נישט אין זיך צופיל אנכיות. עס האט נישט אין זיך צופיל תענוג.

אבער בשעת'ן זיך אנטוהן טראכסטו וויאזוי דו קענסט נאך כאפן די מנין, דער פעולה פון זיך צויאגן צו כאפן די מנין, דאס איז אנכיות. דאס איז יכולת, און אויף אט דער דאזיגער פעולה זאגט ר' שרגא נ"י אז דו זאלסט פארשטיין אז השי"ת געט דיך עס. ער האט דיך באשאפן צו וועלן כאפן מנינים. נישט דו ביסט דער וואס האט באשאפן אין דיר די רצון זיך צו וועלן יאגן. עס קומט צו דיר מלמעלה. עס האט גארנישט מיט דיר.

די סיבה פארוואס אזעלכע יכולת'דיגע פעולות האלטן זיך אן ביים מענטש, און דער מענטש ווערט אריינגעכאפט דאס צו טון נאכאמאל און נאכאמאל איז, ווייל דער מענטש טרעפט דערין זיין 'איך'. ער פארשטייט אז דער פעולה קומט פון מיך. איך האב דאס געשאפן.

אויב וואלט ער פארשטאנען אז דער פעולה קומט מלמעלה, און אז עס האט גארנישט מיט אים, וואלט ער נישט געווארן אינוואלווד מיט די יכולת'דיגע פעולות.

די רגע א מענטש פארשטייט אז די פעולה קומט מלמעלה, טוט ער עס, ווייל דאס דארף ער יעצט טון, אבער נישט ווייל זיין אנכיות, זיין מציאותיות איז אינוואלווד דייקא אין דעם פעולה.

ווען דו רעדסט מיט א מענטש, קענסטו באמערקן אז זיינע יכולת'דיגע פעולות טוישן זיך פון איין פעולה צום צווייטן.

אנהייב שמועס וויל ער דיך באאיינדרוקן, א מינוט נאכדעם וויל ער אז דו זאלסט אננעמען זיין פוינט, א דריי פערטל מינוט נאכדעם וויל ער אז דו זאלסט וויסן אז ער קען זיין שטרענג אויך אויב ס'פעהלט זיך אויס, א צוויי מינוט דערויף וויל ער אז דו זאלסט אים מוחל זיין אויב ער האט זיך נישט אזוי גוט אויסגעדרוקט.

מענטשן וואס באגעגנען זיך מיט מענטשן וועם זיי האבן קיינמאל נישט געזעהן, און וועלן ווארשיינליך מיט זיי נישט האבן צופיהל שייכות, ארבעטן ארום מיט אט די יכולת'דיג פעולות.

ווען מ'האלט די קאפ אויפן יעצט, און מ'פארשטייט די יכולת וואס איך האב די יעצטיגע מינוט, און מ'פארשטייט אז די שפע קומט מלמעלה, עס האט גארנישט מיט מיר אליין, נישט איך האב עס געשאפן, צעפאלט די אנכיות דערפון, צעפאלט די 'יכולת' פון די פעולה. און עס ווערט א התחברות, אדער ווערט די פעולה אויס.

ס'איז גאנץ קונצליך און ס'פאדערט ארט צו קענען כאפן וואס עס איז יעצט דיין יכולת'דיגע פעולה. ווייל ס'לויפט גאנץ שנעל פון איין זאך צום צווייטן.

און עס לוינט זיך צו כאפן די יכולתדיגע פעולות ווייל דורך דעם קען מען זיך מחבר זיין מיט השי"ת. פארשטייענדיג אז ער איז דער וואס געט עס.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ס'איז וויכטיג צו וויסן אז מ'דארף מבחין זיין צווישן אפלאזן יכולת און צווישן טראנספארמירן יכולת.

די ווארט 'אויפגעבן' אויף יכולת, מיינט: טראנספארמירן יכולת.

אפלאזן יכולת מיינט אז דער מענטש האקט זיך אפ פון זיך אליין און ער הייבט אן צו טון פשוט'ע טרוקענע מעשים וואס רעדן נישט באמת צו זיין נפש. מעשים וואס האבן נישט אין זיך נפש. און בעת מעשה לויפט זיין נפש פון די תוצאות פון לעבן אלע יארן ביז דעמאלסט מיט יכולת. זיין נפש ווייסט נישט וואס גייט דא פאר, פארוואס האסטו אנגעהויבן צו זיין פאני, און טוסט מעשים וואס דו ווילסט נישט באמת.

טראנפארמירן מיינט אז דער מענטש צעטיילט זיין יכולת אויף צוויי חלקים.

יכולת מיינט למשל ווען דו ווילסט שרייבן עפעס דא אויף אייוועלט, און דו פיהלסט גוט מיט דעם אז דו גייסט עס טון, בשעת דו ווילסט עס טון און בשעת דו טוסט עס פיהלסטו ביי דיר א שטופ דאס צו טון. א שטופ וואס זאגט דיך: טו עס און דו גייסט פיהלן דערמיט גוט. עס האט אין זיך א געוויסע תענוג. דער תענוג רופט ר' שרגא 'יכולת'.

פארוואס?

ווייל עס האט אין זיך די געפיהל פון "איך קען טון"

אנדערש איז ווען א מענטש ווערט געצווינגען צו טון עפעס וואס עס קומט נישט פון זיין נפש, ער האט דערצו נישט קיין שום חשק, ער פיהלט אין זיין גאנצע וועזן אז ער איז געצווינגען דערצו, דאן פיהלט ער נישט דער תענוג פון 'יכולת'. ווייל עס קומט נישט פון אים. (און די ווארט "פון אים" מיינט באמת אז דער מענטש ווייסט אז ס'קומט פון אויבן און נישט פון אים.)

אנהייב ווען מ'הייבט אן מיט ר' שרגא'ס מהלך, קען מען פיהלן ווי מ'דארף אגאנצן צייט טראכטן זאכן. אבער מיט די צייט ווערט עס אונטערנבאוואוסטזיין. מ'ווערט דערצו צוגעוואוינט.

דער יכולת, דער "איך קען טון" געפיהל, דעם תענוג, קען מען צעטיילן אויף צוויי. אזוי ווי חדר לפנים מחדר. איין חלק - די חדר החיצון - איז אז דער מענטש פיהלט זיין זיך גרעסער ווי ער איז באמת, ער פיהלט זיך מאכטפול, ער פיהלט זיך געטליך, אמער: איך קען! ער פיהלט "איך קען", אבער ער פיהלט נישט פארוואס ער פיהלט זיך אזוי גוט דערמיט. עפעס איז זייער גוט. עפעס פיהלט ער זיך מיליאן דאלער. פארוואס? ווייל איך פיהל גוט. ווייל איך פיהל אז "איך קען".

אבער די חדר הפנימי, דהיינו: די אמת'ע שורש פאר די תענוג איז, אז דער מענטש פיהלט זיך מקושר, ער פיהלט זיין זיך אז עס איז מחובר צו געטליכקייט, (און מיר ווייסן אז ה' אחד, געטליכקייט איז איינס, און ווען איך שרייב די ווארט: געטליכקייט, איז עס ה' אחד)

דער חדר החיצון, דער געפיהל וואס דער מענטש פיהלט "איך קען" איז א אמת'ע געפיהל. קיינער לייקנט עס נישט. די תורה הקדושה זאגט קיינמאל נישט "דו קענסט נישט", ווארן א מענטש קען. השי"ת געט אים שפע אז ער זאל קענען.

אבער דער געפיהל פון "איך קען", דער חדר החיצון, אויב עס ווערט אפגעהאקט - נפשיות'דיג - פון די חדר הפנימי, די געפיהלן הערן אויף צו פיהלן די געפיהל פון "איך בין מקושר צו געטליכקייט", פון די אמת אז השי"ת געט מיך יעצט די כח צו קענען טון, וועט דער מענטש מער און מער וועלן זוכן פאלשע געטליכקייט.

און פאלשע געטליכקייט מיינט פארברייטערן און פארשטערקערן, און זיך מער און מער אריינציען וואוינען אין די חדר החיצון. מער און מער אויפבויען די "איך קען" כדי צו פיהלן תענוג, מער און מער זיך אויפרייסן, מער און מער א נייע מאדל, ווייל ער האט זיך אפגעהאקט פון די חדר הפנימי. ער האט זיך אפגעהאקט פון די געפיהל אז ער איז מקושר צו געטליכקייט מיט יעדעס ביסל וואס ער קען טון, יעדער ביסל וואס ער קען אטעמען, יעדע ראי' וואס ער קען זעהן.

למה הדבר דומה: צו א מענטש וואס האט פארלוירן די ריח, ער קען מער נישט שמעקן. און ס'טוט אים וויי. ער וויל שמעקן.

ויהי היום, ער שמעקט!

דארף דער מענטש לויפן צו שמעקן דייקא בשמים און גוטע ריחות כדי צו פיהלן תענוג מיט זיין כח הריח. ער איז גליקליך אז ער שמעקט. ער קען עס נישט מכיל זיין אין זיך אז ער קען. ער באגרייפט די מתנה דערפון.

אבער מיט די צייט פארגעסט דער מענטש, זיינע געפיהלן פארגעסן אז 'שמעק' קומט פון אויבן. איינער געט עס אונז. זיינע געפיהלן פיהלן שוין נישט די מתנה דערפון. דארף ער לויפן עפעס שמעקן א פיינעם טאבאק, א גאר גוטע ריח. כדי צו מכיר זיין די מתנה פון חוש הריח

די זעלבע איז מיט מעשים.

יעדע מעשה האט אין זיך די פאטענציאל צו געבן פאר א מעטש אויסטערלישע תענוג, ווייל עס האט אין זיך דער געפיל פון "איך קען" פלאס "איך בין מקושר צו געטליכקייט". די "איך קען" מיינט "השי"ת מאכט אז איך זאל עקזיסטירן און איך פיהל תענוג"

אבער ווען די געפיהלן פארגעסן אז א מעשה קומט פון השי"ת, ווען די חדר החיצון, די געפיהל פון "איך קען" ווערט אפגעהאקט פון די געפיהל "ווער געט מיך עס", עס ווערט אפגעהאקט פון די געפיהל "איך בין מחובר צו געטליכקייט" וועט דער מענטש מוזן זוכן מער און מער "איך קען" סארט תענוג.

דארף מען נעמען די געפיהל פון "איך קען" און מאכן א רידאקשן. און אין די זעלבע צייט פארגרעסן די שורש התענוג.

מ'דארף מאכן ווייניגער די חדר החיצון, און מאכן מער די חדר הפנימי.

וויאזוי?

דורך דעם וואס מ'פארברייטערט און מ'פארטיפט מער און מער די חדר הפנימי. מ'פארטיפט מער און מער די געפיהל פון "השי"ת געט מיך יעצט די כח".

דאס מיינט נישט אז מ'דארף אפלאזן די געפיהל פון "איך קען". ווייל דער געפיהל פון "איך קען" איז די טויער וויאזוי מ'דרייט זיך אריין אין די חדר הפנימי. איינמאל דו ביסט דארט, מאכסטו עס גרעסער. אבער די טיר אריינצוגיין איז טאקע דער געפיל פון "איך קען".

ווען דער מענטש פיהלט "איך קען" קומט די תורה זאגן: וזכרת כי ה' אלקיך הוא הנותן לך כח לעשות חיל.

פארקערט: מ'דארף טראנספארמירן די "איך קען" נישט עס אפלאזן, נאר עס איבערארבעטן. אזוי סך דארף מען עס טראנפארמירן ביז די "איך קען" ווערט אזוי ווי א טיר אריינצוגיין אין די חדר הפנימי. עס ווערט פון א חדר א פתח.

דאס אליין אז א מענטש וויל ארבעטן אויף אויפגעבן יכולת, דאס אליין דארף מען זייער קלאר וויסן אז דאס האט נישט מיט די מענטש. דאס קומט נישט פון די מענטש אליין. דאס קומט פון אויבן. האט זיך א מענטש אליין באשאפן אז ער זאל וועלן אויפגעבן אויף יכולת. וואס מאנט אים אז ער זאל עס אויפגעבן? נאר דאס אז דער מענטש ווייסט ביי זיך זייער גוט אז "ס'גייט נישט מיין לעבן". און ווער האט געמאכט אז דיין לעבן זאל נישט גיין אויב דו לעבסט מיט 'יכולת'? נאר דער אייבערשטער.

דו ביסט געצווינגען אויפצוגעבן יכולת. אלעס ביסטו געצווינגען. קענסט איין זאך: בוחר זיין אין די גוטע אמתע מציאות פון חיים. דאס ביסטו נישט געצווינגען. הגם עס קומט אויך פון אויבן, ווייל ווער האט געמאכט אז דו זאלסט מוזן בוחר זיין בטוב, נאר דאס אז ס'דא טוב. און ווער האט געמאכט טוב, נאר פון אויבן.

איך קלער צומאל בדרך הלצה אז נמרוד האט גע'טענה'ט איך בין גא-ט, איך האב באשאפן די וועלט.

וואס מיינט עס? וואס הייסט דאס "איך האב באשאפן די וועלט". ער האט נישט געוואוסט אז ער האט עס נישט באשאפן.

נאר ער האט גע'טענה'ט אז וויבאלד ער איז א חלק אלוק ממעל, נו, איז ער דאך א חלק פון די מציאות, פארוואס זאל ער זיך מבטל זיין צום אייבערשטן? האט אים אברהם אבינו געזאגט: צו קענסטו מאכן אז די זוהן זאל אויפשיינען פון מערב און גיין צו מזרח? קענסט נישט. אויב אזוי ביסט נאר א נברא. ביסט טאקע א חלק אלוק ממעל, אבער פארגעס נישט צו האבן הכנעה אלץ א נברא.

והשם הטוב יעזור.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

הרב נשמה טהורה יישר כח. (טראץ וואס איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי די זאכן קענען מיר העלפן מיט שוועבן אין די ADHD פלאנעט, און אלע החלטות ליגן אין די זעלבע ריסייקל בין)
אבער דאך איז עס זיס און געשמאק.

איז שייך צו באקומען א PDF פון די אלע באשרייבונגען ביז אהער? קען זיך איינער מנדב זיין עס צו מאכן?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:הרב נשמה טהורה יישר כח. (טראץ וואס איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי די זאכן קענען מיר העלפן מיט שוועבן אין די ADHD פלאנעט, און אלע החלטות ליגן אין די זעלבע ריסייקל בין)
אבער דאך איז עס זיס און געשמאק.

איז שייך צו באקומען א PDF פון די אלע באשרייבונגען ביז אהער? קען זיך איינער מנדב זיין עס צו מאכן?

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך האב נישט קיין אהנונג וואסערע כוחות הנפש דו האסט.

דאס איז זיכער אז א מענטש וואס וויל ארבעטן אויף ר' שרגא'ס מהלך, דארף האבן אין זיך די כח פון קענען באמערקן וואס עס טוט זיך מיט אים, און קענען באמערקן וויאזוי ער גייט נאך זיין ADHD געצווינגענערהייט.

דאס איז זיכער אז א מענטש וואס וויל ארבעטן אז עס זאל ווירקן אויף אים ר' שרגא'ס מהלך, דארף קענען טראכטן בשעת ער ווערט דיסטרעקטעד און בשעת ער טוט דיסטרעקציע ענינים.

א מענטש וואס איז זייער זייער צוגעוואוינט צו לעבן מיט יכולת און ער האט אויך ADHD האט ער פאטענציאל פאר זייער אסך שכר, ווייל עס איז אים סך שווערער זיך אפצולאזן פון דעם גאנג אין לעבן.

איך מיין אז די ערשטע זאך איז צו פארשטיין אז אלעס וואס דו טוסט, אלעס וואס דו שוועבסט, אלעס וואס דו ווילסט, אלעס ביסטו געצווינגען דערצו. דו ווילסט עס נישט באמת. צו פארשטיין באמת און גרינטליך אז דו ווירקסט מתוך צוואנג. צו פארשטיין וויאזוי דו ווילסט עס נישט. צו פיהלן וויאזוי דו ווילסט עס נישט.

חוץ ווען דו טוסט אזאך וואס דו ווייסט קלאר אז דאס דארפסטו יעצט טון.

אבער בשעת דו טוסט נישט וואס דו דארפסט, בשעת דו טוסט זאכן וואס דו ווייסט קלאר אז דאס איז אין דירעקטע קעגנווייזער דיינע אמת'ע פליכטן, אויב קענסטו דיך אפשטעלן - אינערליך - און געבן אזא טראכט: אלעס וואס איך פיהל יעצט, אלעס וואס איך טראכט יעצט, אלעס וואס איך וויל יעצט, בין איך געצווינגען. "איך וויל עס נישט" און פרוביר צו פארשטיין און זעהן פארוואס און ווער ס'צווינגט דיך און ווי ווייט דו ביסט געצווינגען. און ווי מער דו וועסט פיהלן ביי דיר אז ס'האט נישט מיט דיר, אלץ מער ווערט נתגלה דיין אמת'ע רצון פאר דיך אליין.

עס ווענד זיך אין די כח פונעם נפש.

ס'דא - מיין איך - נפשות, וואס האבן אפילו נישט די געלעגנהייט צו קענען עכט געבן א באמערק, א פארשטיי. זיי זענען ממש אזוי אריינגעכאפט אז זיי זענען איינס מיט די עקספיריענס, און עס קומט זיי נישט ארויף קיין אינערליכע שטומע וואס זאגט: טו עס נישט. "דו טוסט יעצט נאריש"

אבער אויב מ'האט די כח פון באמערקן און פארשטיין, טו עס.

מיט די צייט וועסטו - בעזרת השי"ת האפנטליך - זיך אפטיילן פון די צוואנג. אבער נאר אויב דו פארשטייסט אז דאס וואס דו ווילסט ארויסקריכן פון ADHD, דאס האט אויך נישט מיט דיר.

נישט: איך גיי ארויסקריכן, און איך גיי ווערן א מענטש.

אויב דו פיהלסט אז מיינע ווערטער רעדן צו דיר, איז גוט. אבער איך מיין אז ס'דא וואס זייער נפש ארבעט אויף א אנדערע אופן.

איך לערן אפ ADHD, אז דער מענטש ווייסט אז ער טוט נישט וואס ער דארף. אבער ער קען זיך נישט העלפן. אין די בעק פון זיין מיינד הערט ער אזא שטילע שטומע: טוסט נישט גוט יעצט, טוסט נישט וואס דו דארפסט, טוסט נישט וואס דו דארפסט. נאר ער קען זיך נישט העלפן. איז די עצה צו פארשטיין גרינטליך ווי מער און נאך און נאך, ווי געצווינגען מ'איז דערצו.

ס'דא אסאך מאל ווען א מענטש באמערקט נאר א פיצל, און נאכדעם באמערקט ער מער און מער.

אויפמערקזאמקייט אן אויפגעבן אויף יכולת מיינט גארנישט.

אויפמערקזאמקייט און פארשטיין אז מ'איז געצווינגען, און באמת נפשיות'דיג פארשטיין אז מ'איז געצווינגען דערצו.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ר' שרגא נ"י האט ארויסגעגעבן - ב"ה - א נייעם שיעור (אפשר נאר אין דעם האטליין פון 'ובחרת בחיים' איז עס ניי) די 53 שיעור.

ער רעדט דארט ארום א נקודה וועלכע ער אליין זאגט דערויף אז אויף דעם נקודה אליין וואלט ער געקענט ווידמען א גאנצע סעריע שיעורים צו ערקלערן די אמת דערפון און ווי וויכטיג עס איז צו לעבן אזוי.

די נקודה איז: דאס אז דיין הבנה שמ'ט א געוויסע מציאות אז דאס איז א פראבלעם וואס מ'דארף סאלווען קען ערגער מאכן די מצב.

פארוואס?

ווייל דאן קענען זיך אנצינדן אן אינעם מענטש צוויי זאכן. איינס, די תאווה צו קענען סאלווען א פראבלעם. סאלווען א פראבלעם קען זיין א תאווה פון יכולת. איינע פון די באהאלטענע תאוות פון יכולת איז אז ס'זאל זיך מאכן חלילה א פראבלעם וואס מ'דארף סאלווען: מיט יכולת, אזוי אז איך זאל קענען מיט מיין יכולת עס לעזן

אין קאוהירענס טערעפי האב איך שוין געהערט דערפון.

א מצב וואס איז קיינמאל נישט באמת א פראבלעם, ווערט א פראבלעם כדאי צו קענען פיהלן די יכולת צו קענען לעזן

דאס איז איין זאך וואס קען זיך אנצידן אין א מענטש ווען ער זעהט פאר זיך א פראבלעם.

די צווייטע איז אז די טבע פון נוצן יכולת שאפט אז ס'זאל שלעפן מיט זיך נאך און נאך סיבות אז מ'זאל קענען מער און שטערקער נוצן יכולת. ווייל די ערשטע יכולת'דיגע פעולות ווערט 'לאנגווייליג' און אומאינטערעסאנט.

פאר מיינע אויגן קוקט אויס אז אסאך ווייטאג זענען שוין געשפירט געווארן אין די נפשות פון יודישע קינדער צוליב דער נקודה. סיי מיט שלום בית, מיט חינוך, מיט ענקזייעטי און נאך און נאך.

ר' שרגא נ"י מיינט נישט צו זאגן אז מ'זאל לעבן ווי א 'ניינער' און אז מ'זאל זיך נישט וואוסנדיג מאכן אז ס'עקזיסטירט א פראבלעם. ער רעדט נישט פון א עצל וואס האלט נישט ביים טון, ער רעדט בכלל נישט פון דעם אז דער מענטש זעהט אז ס'עקזיסטירט א מצב וואס מ'קען סאלווען, ער רעדט פון די "תאווה" צו לעבלן אזאך, און עס וועלן האבן אלץ א פראבלעם וואס מ'דארף לעזן.

איך זעה עס נישט צופיל אנדערש ווי דאס אז א מענטש האט ליב צו קענען סאלווען א שווערע רעטעניש. ער קען באשטיין אז ס'זאל זיין ווי שווער כדאי צו פיהלן דעם טעם פון יכולת.

קומט אויס פון דעם אז ווען מיר גיימיר פרובירן לעזן א שווערע 'סדוקאו' כדי צו שארפן אונזערע חושים, גיימער עס נעמען אלץ א מתנה וואס השי"ת געט אונז און נישט צו פיהלן די יכולת.

וויאזוי קען מען וויסן צי די עסק אין וועלכע מ'וויל זיך עסק'נען, צי ס'איז א אמת'ע פראבלעם, אדער ס'איז א פשוט'ע תאווה פון יכולת?

איך מיין אז אויב די שטופ דערצו קומט ווייל מ'וויל נאכדעם פיהלן דעם 'יכולת', די רעליס פון גוטע קעמיקאלן וואס די נפש פון יכולת נפש'ט אינעם קערפער, דאן, אפילו אויב עס איז א אמת'ע פאקטישע פראבלעם, איז מער פראבלעם דאס אז מ'גייט צו דערצו מיט 'יכולת'.

אבער אויב מ'געט זיך א טראכט אז "דאס אז איך וויל יעצט אנקוקען אז איך האב א פראבלעם איז דאך נאר ווייל איך וויל פיהלן דעם גוטן טעם פון 'יכולת', נו, איז דאך דאס אליין א "פראבלעם" אז איך זוך יכולת. איך וויל נישט - מצד נשמתי חלק אלוק ממעל, מצד מיין חיבור מיט אלוקות - זוכן יכולת, איך וויל פיהלן אז ער איז דער וואס געט מיר אלעס. וויל איך תשובה טון.

די פראבלעם איז נישט אז מ'וויל טון א גוטע עצה צו א געוויסע זאך, די פראבלעם איז די אמת'ע פראבלעם, נעמליך די תאווה פון יכולת.

לך אל נמלה עצל ראה דרכיה וחכם

צו לעזן די פראבלעם פון יכולת איז נישט דורכדעם וואס מ'הערט אויף טון. נאר דאס אז מ'וויל טון כדי צו שאפן א נשמה פאר די גוף פון יכולת.

ער רעדט דארט ארום אז די פעולות פון א מענטש איז ממשיך א נשמה אינעם עולם קטן.

אונטערשטע שורה טראכט: וויאזוי איז מיין נפשיות'דיגע צוגאנג צו א פראבלעם, קוק איך עס אן אלץ א פראבלעם וואס איך אדער א צווייטער דארף לעזן, אדער קוק איך עס - נפשיות'דיג - אן אלץ א רצון צו נעמען די שפע פון השי"ת. אויב עס באנעמט מיר אלץ א "פראבלעם", דהיינו: וואס מ'דארף לעזן מיט אזא יכולת. דאן איז דאס אליין א פראבלעם.

שוין עניוועי. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דא שרייבט 'פון אמעריקא' אזוי ווי פאלגנד: די יסוד פון די [צוועלעף] סטעפס איז זיך אריינצונעמען אין קאפ און הארץ אויף זייער א טיפען אופן, אז איך בין נישט שלעכט - נאר קראנק, און ארויסרייסן פון זיך די בושה וואס קומט מיט זיין שלעכט. ע"כ

מיט די ליכט פון ר' שרגא נ"י קען מען עס פארשטיין על זה הדרך.

ווען א מענטש פיהלט ביי זיך אז די פאקט מיט אים איז אז "איך בין שלעכט", קען געשעהן זאכן אין אים. איינס, אז ער ווערט דערפון צעבראכן און ער ווערט סטאק מיט דעם אז ער איז שלעכט, און ער וויל יעצט ווערן וואויל, און מיר האבן שוין נאכגעברענגט פון ר' שרגא נ"י אז ווען א מענטש נעמט אן אז ער האט א "פראבלעם" קען עס מיטקומען מיט די געפיהל פון "איך דארף עס לעזן" און די געפיהל פון "איך דארף עס לעזן" איז יכולת, וואס דאס מאכט ערגער.

פארוואס מאכט 'יכולת' ערגער?

ווייל דער מענטש קען נישט באמת פאררעכטן זיין פראבלעם ווילאנג ער וויל עס פאררעכטן, ווילאנג "איך וויל אז ס'זאל זיין פארראכטן" קען דאס נישט ווערן פאראכטן.

פארוואס נישט?

ווייל אלעס וואס ער וואלט ווען באמת געקענט - ווען ער וואלט ווען געקענט - איז זיך אפשיידן פון דער מענטש וואס האט דעם פראבלעם, און ווערן א אנדערע מענטש מיט אנדערע אינערליכע פראסעסעס, אנדערע בחירות. באשאפן מלאכים פון תשובה פון מצוות ומעשים טובים וואס זיי זאלן אים העלפן זיין גוט. ווערן א מענטש וואס האט נישט דעם פראבלעם. און דער מענטש קען דאס נישט.

און אפילו פון א צווייטע מענטש קען מען זיך נישט אפשיידן ווילאנג מ'שלאגט זיך מיט יענעם. און ווען מ'וויל יענעם פאררעכטן שלאגט זיך יענער צוריק ווייל יענער האלט נישט ביים אויפגעבן, ווי דאס מציאות ווייזט, און דא ווען מ'נוצט יכולת, "איך וויל ווערן וואויל", נוצט דער "יענער" וואס איז דער זעלבער "איך", נוצט דער "יענער" דער זעלבער יכולת "איך וויל טון וואס איך וויל".

דער זעלבער "איך וויל ווערן וואויל און אויפהערן" איז דער זעלבער כח הרע פון "איך וויל טון די אדיקשאן". ס'איז אלעס ארום די "איך וויל".

און דאס וואס דער תניא שרייבט אז א מענטש האט צוויי נפשות, דאס מיינט אזוי: איין נפש, די חלק הרע, וויל טון וואס ער וויל, און אין דעם איז אריינגערעכנט די ווילן צו זיין וואויל און פריי פון אדיקשאן, און איין נפש, די חלק הטוב, די חלק אלוק ממעל, דאס וויל נישט טון "וואס איך וויל" נאר ער וויל טון וואס השי"ת וויל, זייענדיג א חלק אלוק ממעל. דאס מיינט אז ער ווייסט אז ער איז געצווינגען - אזוי צו זאגן - צו בוחר זיין בטוב, און באמת איז נישט שייך צו זאגן דערויף געצווינגען, ווייל אויף אזאך וואס מ'וויל באמת, זייענדיג די "ווילן" אליין, די עצם "בחירה" אליין, איז נישט שייך צו זאגן דערויף "געצווינגען". אבער ווילאנג ס'איז "איך וויל טון וואס איך וויל, איך וויל זיין פריי פון אדיקשאן" איז עס דער זעלבער נפש פון "איך וויל טון אדיקשאן"

קומט אויס אז דער זעלבער נפש פון "איך וויל זיין וואויל און פריי פון אדיקשאן" איז דער זעלבער נפש וואס "איך וויל זיין שלעכט". ווילאנג א מענטש וויל טון וואס ער וויל אויף א פרייע אופן, קען ער זיך נישט העלפן.

אויב די רעדע דא איז פון "איך וויל" דהיינו: "איך וויל זיין פריי פון אדיקשאן" זאגט "יענער" אין די זעלבע רגע "איך וויל טון אדיקשאן". אויב מ'גייט צו דערצו מיט די "איך וויל" קען עס נישט ארבעטן אויף צולאנג. אויב מ'גייט צו דערצו מיט די פארשטאנד פון "איך בין שלעכט" גייט מען צו דערצו מיט די "איך וויל ווערן וואויל", ווייל שלעכט קען ווערן וואויל. און אויב מ'גייט צו דערצו "איך בין קראנק, איך בין געצווינגען דערצו" גייט מען צו דערצו מיט די "וואס איך וויל איז נישט נוגע" "איך בין מבטל מיין 'איך וויל'" "איך וויל גארנישט"

די איינציגע וועג איז "איך הער אויף וועלן" "איך וויל אפילו נישט ווערן וואויל" "איך בין קראנק" "איך בין געצווינגען" און דאס מאכט אז דער מענטש זאל קומען צו די ערשטע רגע פון נאכאמאל מאכן א בחירה, וואס דאס איז "איך קען נאר טון וואס השי"ת וויל, און איך קען נישט טון בכלל וואס איך וויל אויף א פרייע אופן, און אפילו אויב איך טו זאכן וואס עס דאכט זיך מיר אז איך טו וואס איך וויל, איז עס נישט באמת פון מיר"

די איינציגע וועג וויאזוי א מענטש קען זיך טוישן איז נאר דורך די אמת'ע בחירה.

דאס מיינט אז נישט נאר "יענער" חלק וואס טוט די אדיקשאן זאל איינזעהן אז ער האט נישט גוט בוחר געווען, און ער זאל יא גוט בוחר זיין, נאר "איך" זאל אויך אזוי איינזעהן. און מ'קען נישט צווינגען "יענעם" בוחר צו זיין, מ'קען נאר מיט זיך אליין פארשטיין אז מ'איז געצווינגען.

און בחירה מיינט נישט "איך וויל זיין פריי פון אדיקשאן" נאר בחירה מיינט "וואס איך וויל איז נישט נוגע, סיי צו טון שלעכט, און סיי צו טון גוט" "איך בין געצווינגען צו זיין די וועג וויאזוי איך בין, און איך וויל עס נישט באמת" וואס דאס אז מ'פיהלט עכט אז מ'וויל עס נישט באמת, מאכט אז מ'זאל עווענטואל בוחר זיין בטוב.

פארוואס?

ווייל א מענטש וויל נישט זיין קראנק. ער וויל נישט טון זאכן וואס קומט מצד זיין קרענק. ער וויל נישט פיהלן ביי זיך אז ער טוט זאכן געצוואונגענערהייט.

וועגן דעם איז גאנץ שווער דער מהלך, טאקע ווייל א מענטש וויל נישט טון זאכן וואס ער איז געצווינגען, און ער וויל נישט האבן געטון זאכן וואס ער זאל פיהלן ביי זיך אז ער איז געווען געצווינגען דערצו.

און פון איין זייט ווילן מיר אז דער מענטש זאל שטארקן אין זיך דעם כח אז ער וויל נישט טון זאכן וואס ער פיהלט אז ער איז געצוואונגען, און אין די זעלבע צייט עכט פיהלן אז ער איז קראנק, אז וואס ער טוט איז געצוואונגען, דאס איז גאנץ א שווערע זאך. מ'דארף זיך דערין שטארקען, און נישט מיינען ביי זיך אז "איך האב שוין אפגעטראכט אז איך בין געצוואונגען דערצו, און ס'גייט העלפן".

ווייל דער אמת איז אז ס'איז זייער שווער פאר א מענטש צו אמת'דיג פיהלן ביי זיך "איך בין קראנק", זיך איינרעדן אז מ'פיהלט "איך בין קראנק" איז גרינג, ווייל חלילה דער מענטש באקומט א היתר צו טון וואס ער וויל און שפעטער זאגן אז ס'ארבעט נישט דער מהלך.

אבער באמת פיהלן ביי זיך אז מ'איז געצווינגען, מאכט אז סיי דער מענטש, און סיי "יענער" קומען צו צו די עכטע בחירה פון "איך קען נישט טון וואס איך וויל" וואס דאס איז די עכטע בחירה.

און דאס איז די שטארקע אויפטו פון איינזעהן "איך בין קראנק"

דערפאר

אויב דער מענטש טראכט אז "איך בין קראנק" אבער פיהלן פיהלט ער נישט אזוי, נאר ער פיהלט "איך בין באמת געזונט" וועט עס נישט העלפן. ער מוז באמת איינזעהן אז ער איז געצווינגען.

וכן בספר דרך אמת.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

לאמיר זאגן מיין פשט אינעם אור החיים הקדוש פרשת אחרי. נישט אז איך האלט אז אזוי איז די פשט. נאר מ'קען אפשר אזוי אריינלערנען פשט לויט וויאזוי ר' שרגא נ"י זאגט:

ואודיע למתבונן בפנימיות השכלת המושכל, שהשכלת ההַשְכֵּל תשכיל ההשכלות, ובהשכל בהשכלתו, ישכיל, שמושכל מושלל ההשכל, וכשישכיל בהערת עצמו, ולא עצמו, ישכיל, שהמושכל מושכל ממושכל, בלתי מושכל מהשכל, והשכילו למשכילים ביחוד, השכלתו בסוד נשמה לנשמתו. ואז מותריו יהיו עטרי מלכים וכסאם. וכי יש חיים לחיים שעליהם אמר משה (נצבים ל יט) ובחרת בחיים בית המודעות, ושוללת חיים הנשתוים בהרגש הכללי, ויברך ברוך אלהים חיים אשר סגל סגולה זו לסגולתו:

מושכל מיינט אז עס קומט צום מענטש א פארשטאנד - ווען ער קוקט אויף די בריאה, און ווען ער קוקט אויף זיך אליין, אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און אז אלעס קומט פון אויבן צום מענטש, מלמעלה. דאס מיינט מושכל. ער באקומט א נפשיות'דיגע מושכל. און מושכל קומט מלמעלה צום מענטש. די אור החיים הק' רופט דאס מושכל.

השכל מיינט: זיך קלוגן, נוצן דעם שכל דאס צו פארשטיין. אזוי ווי עס שטייט כי אם בזאת יתהלל המתהלל השכל וידוע אותי. און דאס מיינט קוקן אויף די וועלט, קוקן אויף זיך אליין, און נוצן דעם שכל צו פארשטיין אז ס'דא א בורא לעולם און אז אלעס קומט מלמעלה. דאס מיינט השכל. השכל וידוע אותי. און דער השכל ברענגט צום מענטש די מושכל. מ'השכל'ט צו באקומען א מושכל. דער מענטש השכל'ט זיך און ער באקומט מלמעלה א מושכל. השכל קומט פון די מענטש. בחירתו. און מלמעלה קומט א מושכל.

השכל איז א געוויסע יכולת. "איך קלוג מיך", און צו טראנספארמירן השכל, דארף מען דעם השכל מאכן פאר א מושכל, דארף מען פארשטיין אז השכל איז אויך א מושכל, עס קומט אויך מלמעלה.

השכלת ההשכל מיינט: וויאזוי השכל פרובירט צו באקומען א מושכל. וויאזוי עס ארבעט די איתערותא דלתתא, וואס קומט פונעם מענטש. השכלת ההשכל: זיך קלוגן מיט'ן השכל.

השכלת המושכל מיינט: וויאזוי דער מענטש פארשטייט א מושכל. וויאזוי עס ווערט פארשטאנען צום מענטש א מושכל. וויאזוי דער מענטש פארשטייט אז אלעס קומט מלמעלה. וויאזוי עס ארבעט די איתערותא דלעילא. וויאזוי עס קומט פון אויבן צום מענטש

כישכיל בהערת עצמו, ולא עצמו מיינט: אז דער מענטש פארשטייט וויאזוי עס דאכט זיך אים אז ער האט א 'איך', אז ער איז א נפרד, און ער פארשטייט אז ס'איז נישטא באמת קיין 'איך', ווייל אלעס קומט מלמעלה. דאס איז עצמו ולא עצמו. הערת עצמו: וויאזוי עס וועקט זיך ביים מענטש די נפשיות'דיגע געפיל פון 'איך', ולא עצמו, אבער ס'קומט מלמעלה.

ואודיע למתבונן בפנימיות השכלת המושכל, און איך וועל זאגן פאר דער וואס וויל זיך מתבונן זיין וויאזוי ער פארשטייט די מושכל. דהיינו: וויאזוי און ווי ווייט ער פארשטייט אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און אז אלעס קומט צו אים מלמעלה.

די פראסעס פון זיך מתבונן זיין אין די פנימיות פון השכלת המושכל מיינט: צוזאמען מיט דעם וואס מ'נוצט די וועלט, און זיך אליין, צו באקומען די מושכל, דהיינו: צו פארשטיין אז עס מוז האבן א באשעפער וואס האט אלעס באשאפן, און אז אלעס קומט פון אויבן, צוזאמען מיט דעם אויך פארשטיין וויאזוי דער מענטש פארשטייט זיין השכל. ווי ווייט פארשטייט דער מענטש אז זאכן קומען מלמעלה צו אים.

און איך וויל דיר זאגן אז דו פארשטייסט: שהשכלת ההשכל תשכיל ההשכלות, אז נוצן השכל, השכל'ן, ברענגט דיך טאקע השכלות. דהיינו: דאס אז דו השכל'סט צו פארשטיין די מושכל, צו פארשטיין אז אלעס קומט מלמעלה, דאס איז די וועג צו באקומען שכליות. אבער ובהשכל בהשכלתו, ווען דו וועסטעך מתבונן זיין וויאזוי דו פיהלסט - נפשיות'דיג - דעם השכל, ווער געט דיך דעם כח צו בכלל קענען השכל'ן, ישכיל, וועסטו פארשטיין, שמושכל מושלל ההשכל, אז דער 'השכל' פיהלט זיך נאכנישט ביי דיר אז ס'איז א מושכל, דהיינו: אז דער 'השכל' פילסטו נאכנישט אז דאס אליין קומט אויך מלמעלה. דו פיהלסט נאכנישט אז דאס אליין אז דו קענסט טראכטן און פרובירן צו פארשטיין, דאס אליין אז דו השכל'סט, אז דער כח קומט אויך מלמעלה. דער כח האט מען דיר אויך געגעבן. דאס הייסט אז דיין 'השכל' איז דיך נאכנישט קיין מושכל.

וכשישכיל בהערת עצמו, ולא עצמו, אבער ווען דער מענטש וועט פארשטיין וויאזוי עס וועקט זיך אים אז ער האט א 'איך', אבער ס'איז עכט נישטא קיין 'איך', ס'איז אלעס מלמעלה, ישכיל, דעמאלטס ערשט וועט ער פארשטיין, שהמושכל מושכל ממושכל, אז די מושכל מושכל'ט זיך פון מושכל, דהיינו פון באשעפער, בלתי מושכל מהשכל, און עס קומט נישט פון נוצן דעם שכל. ווייל ער וועט פארשטייט אז 'השכל' קומט אויך מלמעלה, ווייל אלעס ווערט ביים מענטש א מושכל, אפילו די השכל. הגם מ'דארף נוצן דעם שכל דאס צו באקומען. פארשטייט ער אז אלעס קומט מלמעלה.

דאס גייט טיפער און טיפער, ווייל אלעמאל איז דא עפעס א השכל, וואס דארף נאך ווערן א מושכל. ביז דער מענטש קומט מער און מער צו אז אלעס ביי אים קומט מלמעלה.

והשכילו למשכילים ביחוד
, און די וואס פארשטייען וואס ס'מיינט יחוד, אז אלעס קומט מלמעלה, דער פארשטייט דאס. השכלתו בסוד נשמה לנשמתו. און ווען מ'פארשטייט דאס - נפשיות'דיג - איז עס אויף א בחינה פון נשמה לנשמתו, ואז מותריו יהיו עטרי מלכים וכסאם. און דעמאלטס וועט ער זיין גליקליך וכי יש חיים לחיים שעליהם אמר משה (נצבים ל יט) ובחרת בחיים אז ווען מ'גייט ארויס פונעם 'איך' פארשטייט מען אז יש חיים לחיים, און מ'קען מאכן די ריכטיגע ובחרת בחיים בית המודעות, די פלאץ וואס געט פאר'ן מענטש די שפע, ושוללת חיים הנשתוים בהרגש הכללי, און עס שליסט אויס אזא לעבן וואס פיהלט זיך אלץ א 'איך', ויברך ברוך א-להים חיים אשר סגל סגולה זו לסגולתו:

און איך וויל מודיע זיין צו די וואס ווילן זיך מתבונן זיין וויאזוי עס קלוגט זיך א מושכל, אז מיט'ן מאכן ארבעטן דעם השכל, באקומט מען השכלות, אבער ווען מ'איז זיך מתבונן אין דעם השכל אליין מיט וואס מ'וויל באקומען השכלות, וועט מען פארשטיין אז דער השכל אליין איז נאכנישט ביים מענטש אלץ א מושכל. און ווען מ'וועט פארשטיין וויאזוי דער 'איך' איז נישט באמת א 'איך', נאר עס איז אויך א מושכל, וועט מען פארשטיין אז מושכל קומט פון מושכל, און ס'איז נישטא אזא זאך אז מושכל קומט פון השכל, ווייל אלעס איז מושכל.

און דאס וועט פארשטאנען צו די וואס פארשטייען וואס עס מיינט אז אלעס איז יחוד ה', אלעס קומט מלמעלה. און דאס פארשטיין איז די סוד פון נשמה לנשמתו, און דער מענטש איז גליקליך, אז ס'דא לעבן צו די וואס לעבן און ער איז בוחר אין אט די העכערע לעבן, און די פלאץ פון וואו אלע שפע קומט, און דאס איז אנדערש ווי די לעבן וואס סתם מענטשן פיהלן, און דער אייבערשטער זאל זיין געבענטש וואס האט געגעבן דער סגולה פאר זיין אויסדערוועלט פאלק.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

וויפיל עס ליגט מיר אין קאפ אויסהערנדיג א סעריע פון שיעורים פונעם בעל שיח חיים, ר' אליעזר חיים בלום זצוקללה"ה אויף די ענין פון די מידה פון שמחה ווערזעס עצבות. ער טענה'ט דארט אז שוואכע נערווען קומען ווען עפעס געשעהט און דאס מאכט אז די אינערליכקייט פון א מענטש באשלוסט אז מער קען ער נישט פארטראגן און דאן געשעהט אז מ'קען טאקע מער נישט פארטראגן. ווייל דער מענטש הערט אויף צו נוצן זיין כח הסבלנות, זיין כח פון רעגולאציע.

לויט זיינע ווערטער קומט אויס אז מ'דארף זיין זייער פארזיכטיג ווען מ'זאגט די ווערטער "איך קען נישט" "איך געב אויף קאנטראל". ווייל ס'דא א נפשיות'דיגע געפיל פון "איך קען נישט" וואס קען גורם זיין שוואכערע נערווען השם יציל. פון זיינע ווערטער דארט קומט אויס אז א מענטש דארף - נפשיות'דיג - פיהלן ביי זיך "איך קען יא, איך בין שטארק, איך קען עס פארנעמען". דאס איז נישט קיין סתירה מיט ר' שרגא פליישמאנס מהלך. ווייל ר' שרגא נ"י פארלאנגט נישט אז א מענטש זאל אנהייבן וואקן וואקלדיג, און אומזיכער, ווייל "איך קען נישט", ווייל "איך געב אויף קאנטראל"

ווייל דאס איז זיכער אז א מענטש דארף זאגן "איך קען יא". די גאנצע מענטש באשטייט פון די איין ווארט "איך קען". די גאנצע בריאה באשטייט פון די איין ווארט! נאר אלעס ווענד זיך אין די ווארט 'איך', אלעס ווענד זיך אין די נפשיות'דיגע געפיל ווען דער מענטש זאגט די ווארט 'איך'.

פונקט אזוי ווי ווען א מענטש זאל סתם קוקן (אָן אנשטרענגעניש) מיט זיינע אויגן און זאגן "איך קען זעהן" אפילו אויב ער זאל אגאנצן טאג זאגן "איך קען זעהן, איך קען זעהן, איך קען זעהן" פיהלט ער דען אז "איך מאך מיט מיינע כוחות אז איך זאל קענען זעהן". ער פיהלט זייער הכנעה'דיג ווען ער זאגט עס! ס'איז אנדערש ווי א מענטש וואס זאגט "איך האב מיט מיינע כוחות געמאכט אז איך זאל קענען זעהן". אפילו אויב דער מענטש זאגן "איך קען זעהן" פיהלט ער נישט "איך מאך מיט מיינע כוחות אז איך זאל האבן די כוח פון ראי'" ער פיהלט זייער גוט אז ס'קומט צו אים מלמעלה.

עס איז די ווארט 'איך' פון די ווערטער "איך קען" וואס דארף ווערן טראנספארמירט צו די ריכטיגע נפשיות'דיגע געפיל, און עס איז נישט די ווארט 'קען' וואס דארף ווערן אויפגעגעבן. עס איז די ווארט 'איך' וואס דארף זיך פיהלן אז עס האט נישט מיט אים, עס קומט נישט פון מיך אליין, עס קומט מלמעלה צו מיר. מ'געט עס מיר פון אויבן.

אלע נפשיות'דיגע פראבלעמען - לויט ר' שרגא'ס מהלך - קומט פון די ווארט 'איך'. ווען דער 'איך' מישט זיך אריין און וויל צוהעלפן אז מ'זאל קענען אנגיין אין לעבן.

ווי מער די ווארט 'איך' ווערט געפיהלט ביים מענטש אז ס'האט נישט מיט אים, נישט ער האט דאס געשאפן, און נישט ער האלט דאס אן, און נישט ער דארף פון זיך טון פעולות דאס אנצוהאלטן, אלץ מער און גרעסער ווערט די ווארט 'קען'. צדיקים האבן געקענט איבערמענטשליכע זאכן. פארוואס? ווייל ווי מער די ווארט 'איך' ווערט טראנספארמירט אלץ מער ווערט די קענטעניס פונעם מענטש. ווייל עס גייט ארויס פון די באגרעניצטער 'איך'.

די ספר 'דרך אמת' פונעם בעל מחבר ספר 'יושר דברי אמת' זאגט אז א מענטש זאל זאגן צו זיך אליין "איך קען זיך נישט קעגן שטעלן מיין יצר הרע", ער מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל אויפהערן צו פיהלן אז ער קען זיך מתגבר זיין, ער מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל אנהייבן פיהלן שוואך און מאכטלאז ח"ו. ער מיינט צו זאגן אז דער ווארט 'איך' דארף זיך פיהלן אז ס'מיינט דער אייבערשטער. אז מיט זיינע אייגענע כוחות וואלט ער נישט געקענט. כאילו עס וואלט געווען אזא זאך ווי 'אייגענע כוחות'.

א מענטש קען זאגן "איך קען" און ער זאל ווערן דערמיט נאנטער צום אייבערשטן. ווייל ווען ער זאגט די ווארט 'איך', האט ער אינזין - נפשיות'דיג, ער פיהלט, אז ס'מיינט דער אייבערשטער וואס קען. און ווידעראום א מענטש קען זאגן "איך קען נישט" און מיט דעם נאכנישט נאנט ווערן צום אייבערשטן. דער אייבערשטער וויל נישט אז א מענטש זאל זאגן "איך קען נישט". ער האט באשאפן דעם מענטש אז דער מענטש זאל זאגן "איך קען יא". נאר דער אייבערשטער וויל אז ווען דער מענטש זאגט די ווארט 'איך', זאל ער פיהלן אז ס'האט גארנישט מיט אים.

גול על ה' דרכיך ובטח עליו והוא יעשה.

די סיבה פארוואס ווען א מענטש גייט צו מיט 'יכולת', און 'יכולת' מיינט אז "איך בין דער וואס שטארקט זיך קעגן מיין יצר הרע" דאס מיינט אז ער פיהלט אז ס'קומט פון אים אליין, די סיבה פארוואס דאס מאכט דורכפאלן איז ווייל א מענטש וויל נישט באמת פיהלן אז ער קען. ווייל א מענטש איז א חלק אלוק ממעל, און ער וויל פיהלן אז באמת מצדו קען ער נישט. און דערפאר העלפט די צוועלעף סטעפ זיך צו שטארקן אויף אדיקשאן. ווייל די גאנצע זאך פארוואס דער מענטש פאלט דורך איז ווייל ער וויל דאך נישט פיהלן אז ער קען זיך מתגבר זיין. ער וויל פיהלן אז עפעס אינדרויסן פון אים העלפט אים! און די צוועלעף סטעפ, לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל אויפגעבן אויף יכולת, און דאן וויל שוין דער מענטש זיך מתגבר זיין.

אונטערשטע שורה וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז א מענטש דארף יא זאגן "איך קען", נאר וואס מ'דארף אמת'דיג אגאנצן טאג הארעווען - יעדע רגע ממש - איז צו פיהלן נפשיות'דיג אז דאס מיינט "דער אייבערשטער קען". אין פשוט'ע ווערטער איז עס "איך קען מיטן אייבערשטענס הילף"

והשם הטוב יעזור.
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

געלויבט השי"ת פאר אריינשיינען אונזער דור מיט אזא אור ווי ר' שרגא'ס שיעורים.

נעכטן אים געהערט די ערשטע מאל נאכן זעהן פון אים דא אייוועלט און נאכדעם געטראפן הענגען אין ביהמד פון קרן שמואל ישעי' א טשיפ פאר צוואנציג טאלער, אריין אין קאר!

אה, להתענג על ד' - ברוחניות ובגשמיות.

על כל פסיעה ופסיעה זאל מען דאנקען השי"ת, און בעיקר אויף דעם אליינס וואס מקען דאנקען און מהאט וואס צו דאנקען. ער בויט אויף חז"ל ראשונים חובת הלבבות און ספרי חסידות. יעצט קען מען שוין בעסער פארשטיין די שטיקל תניא להשכילך בינה. עס דאווענט און לערנט זיך אנדערש.

די מהלך ארבייט אויך זייער גוט קעגן OCD, ווייל "סעקאנד געסינג" איז דאך א סתירה אין בטחון.

איינער האט געפרעגט פריער וויאזוי די מהלך פון אהבת השם אויף דעם וועג קען ארבייטן זיך צוריקהאלטן פון עבירות. קלאר אז סקען ווייל די שוועריגקייט פון זיך צוריקהאלטן ווערט זיס! יישר כוח הייליגער בורא פארן מיר געבן די זכי' און געלעגנהייט צו פארמאכן די אויגן און נישט אהינקוקן. האסט מיר אזוי געהייסן, איך וויל דיך פאלגן, טאטע, און נאר דיך, און איך קוק נישט. פינטעלע.

הייליגער באשעפער העלף עס זאל נישט אויסוועפן קיינמאל.
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

עימעקס האט געשריבן:געלויבט השי"ת פאר אריינשיינען אונזער דור מיט אזא אור ווי ר' שרגא'ס שיעורים.

נעכטן אים געהערט די ערשטע מאל נאכן זעהן פון אים דא אייוועלט און נאכדעם געטראפן הענגען אין ביהמד פון קרן שמואל ישעי' א טשיפ פאר צוואנציג טאלער, אריין אין קאר!

אה, להתענג על ד' - ברוחניות ובגשמיות.

על כל פסיעה ופסיעה זאל מען דאנקען השי"ת, און בעיקר אויף דעם אליינס וואס מקען דאנקען און מהאט וואס צו דאנקען. ער בויט אויף חז"ל ראשונים חובת הלבבות און ספרי חסידות. יעצט קען מען שוין בעסער פארשטיין די שטיקל תניא להשכילך בינה. עס דאווענט און לערנט זיך אנדערש.

די מהלך ארבייט אויך זייער גוט קעגן OCD, ווייל "סעקאנד געסינג" איז דאך א סתירה אין בטחון.

איינער האט געפרעגט פריער וויאזוי די מהלך פון אהבת השם אויף דעם וועג קען ארבייטן זיך צוריקהאלטן פון עבירות. קלאר אז סקען ווייל די שוועריגקייט פון זיך צוריקהאלטן ווערט זיס! יישר כוח הייליגער בורא פארן מיר געבן די זכי' און געלעגנהייט צו פארמאכן די אויגן און נישט אהינקוקן. האסט מיר אזוי געהייסן, איך וויל דיך פאלגן, טאטע, און נאר דיך, און איך קוק נישט. פינטעלע.

הייליגער באשעפער העלף עס זאל נישט אויסוועפן קיינמאל.

וועלכע שיעורים קען מען קויפן פון אים פון קרן שמואל ישעי? די זעלבע וואס איז אויף די ובחרת בחיים ליין? אדער סאיז אנדערע?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

עימעקס האט געשריבן:געלויבט השי"ת פאר אריינשיינען אונזער דור מיט אזא אור ווי ר' שרגא'ס שיעורים.

נעכטן אים געהערט די ערשטע מאל נאכן זעהן פון אים דא אייוועלט און נאכדעם געטראפן הענגען אין ביהמד פון קרן שמואל ישעי' א טשיפ פאר צוואנציג טאלער, אריין אין קאר!

אה, להתענג על ד' - ברוחניות ובגשמיות.

על כל פסיעה ופסיעה זאל מען דאנקען השי"ת, און בעיקר אויף דעם אליינס וואס מקען דאנקען און מהאט וואס צו דאנקען. ער בויט אויף חז"ל ראשונים חובת הלבבות און ספרי חסידות. יעצט קען מען שוין בעסער פארשטיין די שטיקל תניא להשכילך בינה. עס דאווענט און לערנט זיך אנדערש.

די מהלך ארבייט אויך זייער גוט קעגן OCD, ווייל "סעקאנד געסינג" איז דאך א סתירה אין בטחון.

איינער האט געפרעגט פריער וויאזוי די מהלך פון אהבת השם אויף דעם וועג קען ארבייטן זיך צוריקהאלטן פון עבירות. קלאר אז סקען ווייל די שוועריגקייט פון זיך צוריקהאלטן ווערט זיס! יישר כוח הייליגער בורא פארן מיר געבן די זכי' און געלעגנהייט צו פארמאכן די אויגן און נישט אהינקוקן. האסט מיר אזוי געהייסן, איך וויל דיך פאלגן, טאטע, און נאר דיך, און איך קוק נישט. פינטעלע.

הייליגער באשעפער העלף עס זאל נישט אויסוועפן קיינמאל.

בס"ד

איך מיין אז מ'דארף אים האלטן אין איין הערן. ווייל אפילו אויב ער איז גערעכט מיט דעם אז אויפגעבן אויף 'יכולת', בעסער געזאגט צו באנעמען ריכטיג די יכולת וואס מ'האט, איז די וועג צו התחברות און תענוג אין עבודת השי"ת, און די וועג צו בריאת הנפש, איז עס אבער נישט גרינג צו דערגרייכן. ווייל צומאל מיינט מען אז מ'נעמט אלעס פונעם אייבערשטן, אבער מ'נארט זיך. מ'כאפט גארנישט די וועזנהייט פון 'יכולת' אין זיך. מ'כאפט גארנישט וויאזוי עס ארבעט אין זיך, און אז מ'כאפט נישט די 'יכולת' קען מען דאס נישט טראנספארמירן, קען מען דאס נישט ריכטיג פארשטיין. מ'דארף כאפן יעדע איינציגע יכולת וואס מ'האט אין זיך.

ער האט אריינגעלייגט אזויפיל יסודות אין אפאר זאכן ממש.

"ר' שרגא זאגט אז אפילו די עבירות וואס איך האב געטון קומט פונעם אייבערשטן"! אזא פראזע דארפן מען אפלערנען ריכטיג. א חלק פון די חטא וואס לעבט נאך אין זיך איז אז מ'איז נאך ביי די דיעה, ביי די נפשיות'דיגע געפיל, אז דאס ארויספירן דעם חטא - וואס איך האב געטון- אל הפועל, האב איך געשאפן, עס קומט פון מיר. אויף דעם דארף מען אויך תשובה טון. און - לויט וויאזוי ער זאגט - דארף מען אויף דעם בעיקר תשובה טון, ווייל די תחילת פון אלע חטאים, די מחשבה, די מיינדסעט, וואס האלט אונטער דעם גאנצן השתלשלות פון א חטא פון אנהייב ביז די אויספיר, קומען פון דעם אז דער מענטש זעהט זיך פאר א אייגענעם כח. ער פארגעסט פון באשעפער.

אבער עס מיינט נישט צו זאגן אז איך בין געווען מוכרח צו דעם חטא פון די ערשטע רגע ווען ס'איז עלה במחשבת השי"ת צו באשאפן די וועלט. ווייל אויב בין איך מוכרח דערצו מעת עלות במחשבתו ית', ווי אזוי קען איך זאגן 'חטאתי'. עס מיינט צו זאגן אז אלע כוחות קומט פון השי"ת אפילו א חטא אויך! אפילו דאס אליין אז איך האב מיך אנגעקוקט ווי א דבר נפרד און געקענט טון א חטא, דאס קומט אויך פון השי"ת. א חלק פון די תשובה, און לויט ווי ער זאגט: דער עיקר תשובה איז טאקע דאס, צו איינזעהן אז איך האב נישט געטון דעם חטא מצדי בכוחי. ווייל דאס איז דער עיקר ענערגיע וואס האלט אונטער דעם גאנצן געביידע פון חטאים בכלל. און ווען מ'צעברעכט דאס, צעברעכט מען די עיקר כוח החטא.

ווען האט מען גוט אפגעלערנט די ווערטער? ווען עס מאכט אז מ'זאל נאך מער תשובה טון פאר השי"ת. און נאך מער איינזעהן דעם אמת ווער עס איז דער אמת'ער בעל היכולת.

וואס איך וויל דא ארויסברענגען איז אז מ'דארף אים האלטן אין איין הערן, און אין איין טון דערין.

און דאס וואס דו זאגסט וועגן OCD. ווען א מענטש זעהט זיך 'סעקאנד גאוסינג', דארף מען טרעפן אין זיך, די איינגערעדטע בליק אויף די יכולת וואס מ'האט צו קענען טון ריכטיג וואס דערפאר טוט מען 'סעקאנד גאוסינג'. יעדע מענטש האט א 'יכולת' צו קענען טון ריכטיג. אבער די 'יכולת' באלאנגט נישט צום מענטש. דהיינו: דער מענטש פאר זיך קען נישט טון ריכטיג. השי"ת געט דאס פארן מענטש אויב ביידע ווילן.

ר' שרגא נ" לערנט נישט אויס אז מ'דארף סתם האבן בטחון און שוין. ער וויל אז מ'זאל אין זיך עפעס טראנספארמירן!

די גאנצע ר' שרגא קען מען אריינלערנען אין די משנה אין אבות פרק ג משנה ז:

רַבִּי אֶלְעָזָר אִישׁ בַּרְתּוֹתָא אוֹמֵר:

תֵּן לוֹ מִשֶּׁלּוֹ, געב אים פון זיינס. אפילו די תשובה וואס מ'טוט איז פון זיינס.
שֶׁאַתָּה וְשֶׁלְּךָ שֶׁלּוֹ. ווייל דיין תשובה און דיין עבירה אויך, (שלך = דאס וואס דו מיינסט אז ס'קומט פון דיר), איז זיינס.

וְכֵן בְּדָוִד הוּא אוֹמֵר (דה"א כט, יד):

כִּי מִמְּךָ הַכֹּל, ווייל אלעס, אפילו די איינרעדעניש אז איך טו קומט פון דיר.
וּמִיָּדְךָ נָתַנּוּ לָךְ. און דאס אז איך וויל פארשטיין דעם אמת פון מיין יכולת קומט אויך פון דיר.

ווען מ'וויל ארבעטן אויף ר' שרגא'ס מהלך, איז די עצם רצון צו ארבעטן דערויף, צו איינזעהן און צו פיהלן דעם אמת פון די יכולת וואס מ'האט אין זיך, דאס אליין איז שווער איינצוזעהן און צו פיהלן אז עס קומט פון השי"ת. ווייל מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען באאבאכטן דאס יכולת, אלע יכולת וואס מ'האט אין זיך. איינמאל מ'קען דאס באאבאכטן ווי כאילו פון דרויסן, קען מען דאס אנהייבן צו פארשטיין די ריכטיגע מקור דערפון. מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען כאפן וואס עס טוט זיך אין זיך.

שוין. והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”