וואס האב איך פון מיין לעבן ?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
מחנך האט געשריבן:אבער די ווייטאג און קלעם וואס ס'מיינט נישט האבן קיין געלט ווען מ'דארף עס, און נאכדערצו אז בעלי חובות דרוקן און פארשעמען איז א צער וואס איז נישט צו באשרייבן! ה' יצילנו.
שמועה שמעתי אסאך יארן צוריק - ווער עס קען באשטעטיגן אדער אפפרעגן זאל זיך ווארעם אנרופן.
א איד האט זיך אפגערעדט פאר הרה"ק מוויזניץ מאנסי זצ"ל אז ער האט ליידער נישט קיין זש"ק. האט ער אים געזאגט: איך האב יא געהאט א שטוב מיט קינדער, אבער מיט געלט האב איך זיך זייער געמוטשעט. כ'בין נישט זיכער וואס איז ארגער: נישט האבן קינדער, אדער האבן קינדער און זיי נישט קענען שפייזן!
כווייס נישט דעם סוף מעשה, מסתמא האט ער אים ווארעם געוואונטשן וכו', אבער די פוינט איז אינטרעסאנט.
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
פרישע הערינג האט געשריבן:די זוהר הקדוש שרייבט אין פרשת בלק, אז ס'איז דא דריי מיני תפילות, 1 - תפילה למשה דאס איז געוועהן א יאניק תפילה וואס נאר משה רבינו האט געקענט,
נאכדעם איז דא תפילה לדוד, וואס נאר דוד המלך האט געקענט, און די דריטע און די חשובסטע וואס דער אייבישטער זיצט און ווארט אויף איז, תפלה לעני, שרייבט די זוהר הקדוש אז דער אייבישטער ווארט אז די עני זאל זיך אויס'טענען מיט איהם, ווייל לב נשבר ונדכה אלוקים לא תבזה, יא איר ליינט גוט, זיך אויס'טענען מיטן טאטען אין הימל, ער ווארט אויף דעם,
טייערע אידן אויב פילט איר אז איר זענט אין די מצב פון מביא על דעתו ועל דעת קונו, גייט'ס אין א וויינקל און טענה'ט אייך אויס מיט אונזער גרויסען טאטען, וויינט'ס שרייט'ס, און זאג איהם אלע דיינע טענות, ביסט נישט קיין שגץ ווען די שרייסט אן דעם אייבירשטן ס'שטייט אין פסוק ואת שועתם און זייער געשריי, ס'שטייט נישט ואת שועתו און זיין געשריי, ווייל דער אייבישטער ווארט אויף דיין יאניק געשריי, און ער נעמט דאס ארום, און האט הנאה און א נחת רוח פון דעם, און הער נישט אויף צו שרייען ביז ער העלפט דיך,
איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מען מעג שרייען אויפן אייבישטער, ביטע לייג ארויף לשון הזוהר
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
דעת הקהל האט געשריבן:זיך אויסטענהנען יא, שרייען יא, אנשרייען נישט..
זיך טענהען בדרך: די העלפסט יעדן איינעם העלף מיר אויך. העלף מיר ווייל ס'איז צרות וכו'. נישט: יעדן העלפסטו פארוואס העלפסטו מיר נישט?
די הייליגע תהילים איז פול מיט זיך אויסטענה'ן מיט'ן אייבערשטן,
קלי קלי למה עזבתני, אלקי אקרא יומם ולא תענה, וכו'
למה ה' תעמוד ברחוק תעלים לעתות בצרה,
למה לנצח תשכחינו וכו'
למה אלקים זנחת לנצח
למה ה' יחרה אפך בעמך
- ברוך מ'לאנדאן
- שר חמישים
- תגובות: 91
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
- לאקאציע: ניו יארק
ווען מען רעדט פון זיך אויסגיסן דאס הארץ - דארף מען באַטאָנען: מען רעדט נישט דא נאר - פון 'בעטן פונעם אייבערשטן', מען רעדט דא פון א 'שמועס' אזוי ווי איינער וואס רעדט זיך אויס צו זיינס א נאנטער חבר.
ווען דו קומסט אהיים פון כולל אדער ישיבה זייענדיג נישט אין די בעסטע גוסטע, היינט איז עפעס נישט געווען "דיין טאג", עס האט זיך נישט געלערנט, דו האסט זיך אומוועלנדיג פארשמועסט, דער מנהל האט דיר גוט אנגעשריגן, דער ראש הכולל האט דיר געוויזן א זויערן פנים - דערציילסטו דאס פאר דיינע ארומיגע - נישט ווייל זיי גייען דיר העלפן, נאר די טיילסט זיי מיט - מיט דיינע טעגליכע פאסירונגען, דו רעדסט זיך פשוט אויס.
ווען דו דערציילסט די אלע זאכן פאר'ן אייבערשטן, דאן שטעקסטו דאס אלעס איין אין די ריכטיגע פלאץ, עס איז אנגעגרייט פאר דיר א אפענע אויער צו הערן פון דיר אלע דיינע געפילן, האפענונגען, רעגענישן, באדערפענישן, מיט אסאך פאטענציעלן דיר צו העלפן. עפן נאר אויף דיין מויל!...
אפשר קוקט עס דיר אויס אביסל פראסט אריינצולייגן דעם 'שמועס' אין א ראם פון 'שמועסן אזויווי צו א חבר', אבער אויב דער הייליגער 'מסילת ישרים' און נאך פריערדיגע צדיקים דריקן זיך שוין אזוי אויס דערויף, קענען מיר רואיגערהייט נאכגיין אין זייערע פיסטריט.
אט האט איר דא פאר אייך די הייליגע לשון פונעם 'מסילת ישרים'(פי"ט); "מי שהוא בעל שכל נכון, במעט התבוננת ושימת לב יוכל לקבוע בלבו אמיתת הדבר, איך הוא בא ונושא ונותן ממש עמו יתברך, ולפניו הוא מתחנן, ומאתו הוא מבקש, והוא ית"ש מאזין לו, מקשיב לדבריו (כמו שאומרים 'כלי אוזן') "כאשר ידבר איש אל רעהו, ורעהו מקשיב ושומע אליו"!
אזוי אויך שרייבט דער חזון איש אין א בריוו (אגרות חזון איש ח"ב מכתב ב);
"מה נפלא הדבר, כי ביכולת האדם להשיח דאגותיו לפני אדון עולם יתברך - כאשר הוא משיח לרעהו, והמקום מכנהו ילד שעשועים"
אזוי אויך ווערט געברענגט פון הרה"ק מ'טאהש' זיע"א (עבודת עבודה שיח"ק ח"ב דף שנ"ו);
"וכן נזכה להתדבק בעבודת התפילה כראוי, לדבר אליו יתברך מקירות הלב - זיך 'גוט' אויסשמועסן מיט אל רעהו כביכול"...
עס איז איבריג צו ערקלערן אז דער כוונה דא איז נישט חס ושלום אראפצושלעפן די 'יראה' און פארכט וואס פעלט זיך אויס בשעת מען זיצט פאר'ן אייבערשטן. אוודאי דארף אזא שמועס צוגיין מיט די ריכטיגע געפיל אז מען רעדט אצינד צום 'מלך מלכי המלכים' וואס ער ווייסט אלעס און ער מאכט אלעס, און אזוי ווייטער. מיר רעדן נאר דא כלפי די אפענקייט, מען זאל אינגאנצן אויפשליסן די אלע טיף פארבארגענע געפילן, אזויווי מען שמועסט זיך אויס מיט אַן אמת'ע גוטע חבר.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
א גוטע וואך מיינע טייערע פריינט.
איך פיל אז איך מוז צוריק אריינקומען דא נאכאמאל זיך עקסטער באדאנקן פאר יעדן פערזענליך פאר די חיזוק און סופארט און בפרט די געלט וואס האט מיר אפגעראטעוועט. סאיז באמת נישטא קיין ווערטער. איך פיל אז יעדעס ווארט איז אינטערגעשאצט. די מי כעמך ישראל איז ארויסקגעקומען אויפן שענסטן פארנעם אויף אזא אימגעראכטענע וועג. ב״ה איך האב מיר זייער שטארק געטוישט די מצב איז געווארן אסאך געטוישט א דאנק ענק. איך האב לע״ע א פול טיים דזשאב וואס ברענגט שיין געלט צום לעבן און מיטן אייבערשטענס הילף וועט מען זיך בקרוב אינגאנצן שטעלן אויף די פיס אליינס און קענען העלפן אנדערע. אבער איין זאך געדענקטס אינטער יעדע מענטש איז דא א סטארי. קיינמאל נישט דן זיין קיין מענטשן און אייביג פרובירן מיט וואס מקען העלפן א צווייטן.
איך האב באקומען זייער אסאך אישי׳ס פון טייערע אידן וואס האבן אנגעטראגן הילף זה בכה וזה בכה אבער איינער איז דא וואס ממש ער לאזט מיר נישט מנוחה ער וויל מיר ממש העלפן. ער וויל מיר אויסבארגן א געוויסע סכום געלט פאר א לענגערע צייט מיט גרינגע טערמס. איך בין אביסל דורכגעגאנגען די וויכטיסגטע חובות וואס דארף ווערן יעצט באצאלט אונז זעמיר ארויסגעקומען מיט א סכום וואס איז מיט צען טויזענט מער. וואלטן דא געווען אידן וואס ווילן מיט אים מיטארבעטן ? זיין שותפים מיט אים ? נישט קיין צדקה נאר א הלוואה אויף א לענגער צייט מיט גרינגע פעימענטס.

- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm
wow!!!!!!!!! wow!!!!!!!!!!! וואספארא אשכול דאס איז!! יעצט געטראפן בזכות 'ממה נפשך' וואס איז שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד, דאס איז מורא'דיג, אזעלכע הארץ, מען געט אים רוחניות און גשמיות, מלא חיזוק אז דער אייברעשטער איז מיט אים, און מלא גשמיות, געלט און הילף, דאס איז דאך נורא נוראות!! אשרינו! איך בין גליקליך צו זיין אין דער הייליגער פאלק כלל ישראל! דער אייבערשטער האט געוויסט וועם אויסצו-וועלן.... זאל עס זיין א זכות אין דער יעצטיגער מצב, און עס זאל ברענגען א רפואה שלימה פאר אלע אידן. און די גאולה שלימה ווען עס וועט שוין גארנישט פעלן, נאר אלע וועלן האבן אלעס, און די עיקר 'ומלאה הארץ דעה את ה'!!
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
אוי איז דאס אן אשכול...
אוי איז דאס געווען א אנהייב פון א יאר...
אוי האסטו אונז בארירט די סטרונעס פון די הארץ...
אוי וויפיל זכותים דער עולם אויף אייוועלט האט זיך איינגעקויפט...
אוי האט זיך שטארק ארויסגעוויזן דער מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ...
אוי ווי ווייניג מיר האבן געוואוסט וויפיל זכותים מיר וועלן דארפן האבן דאס יאר...
הרחיבי טייערער, כ'זע אז דו באניצסט זיך שוין נישט מיט דיין הרחיבי ניק. כ'וויל דיר אבער מודיע זיין, אז ווען ביסט געווען אין דיין טיפן דיטש, האב איך ארויסגעהאלפן דא אויפן אשכול און אביסל הינטער די קוליסן מיט וואס שייך, כדי צו לינדערן דיין קלעם. אבער כ'האב נישט פארגעסן פון דיר נאך די הייליגע טעג. ביז היינט איז נאכנישט אריבער א וואכן-טאג אן זאגן א תפילה פאר דיר. כ'האב דיר עמטליך אריינגעלייגט אין מיין דאווענען. יעדן טאג נאך עלינו, זאג איך צוויי קאפיטלעך במיוחד פאר דיינעט וועגן, און אזוי וועט עס אי"ה פארבלייבן ביז ענדע תש"פ כפי שקיבלתי על עצמי בראשית השנה.
כ'הייב טעגליך אן מיין תפילה מיטן פסוק אין ישעי': הַרְחִיבִי מְקוֹם אָהֳלֵךְ וִירִיעוֹת מִשְׁכְּנוֹתַיִךְ יַטּוּ אַל תַּחְשֹׂכִי הַאֲרִיכִי מֵיתָרַיִךְ וִיתֵדֹתַיִךְ חַזֵּקִי. כדי מרמז צו זיין דיין 'נאמען'...

ווי קען מען געבן געלט?
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
די גאו פאנד מי איז כמעט 2 יאר אלט, מאך זיכער פארן געבן אז די געלט וועט טאקע אנקומען צו די ריכטיגע פלאץ.
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
ממה נפשך האט געשריבן:

וויאזןי מאכט מען זיכער? ווער איז בכלל געשטאנען אונטער די גאנצע קאמפיין?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
ממה נפשך האט געשריבן:
די גאו פאנד מי איז כמעט 2 יאר אלט, מאך זיכער פארן געבן אז די געלט וועט טאקע אנקומען צו די ריכטיגע פלאץ.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 725
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
טייערער אידן. איך האב מיר אנגעשטויסן אין דעם אשכול. איך בין ניי דא. אויב זעהט איהר מיינע געציילטע תגובות וועט איהר אביסל פארשטיין וואס מיינט אן איבערלעבער.
עס האט מיר אפגעקאסט במשך די לעצטע פאר יאהר קרוב צו 40 אלפים צו העלפן מיין שלום בית. אלעס פון געבארכטע געלט איך לויף ארום פון רעכל צו מיכל מיט קליינע סכומים אהין און צוריק. יעדן טאג איז פעי דעי..
איך האב ברוך השם מצליח געווען ביז יעצט. איך פאל שוין צאם.
דאס קינד וואס ווערט מיר געבוירן נאך 10 יאהר ברעיק איז א תוצאה וואס ווייזט אז אלעס האט זיך געלוינט הודו לשם.
איך פארדין שיין אבער איך קען די 40 אלפים נישט באצאהלן.
עס קומט יעצט א שמחה א שלום זכר וואך נאכט ברית וכולי. איך האב איהר צוגעזאגט עס וועט זיין שיין... איך האב געמוזט. עס וועט מיר קאסטן 3500 איזי.
זי האט ארויס געווארפן און אוועק געגעבן די לעצטע 10 יאהר אלע קינדער זאכן. קליידער קערידשעס קאר סיטס קריבס אלעס אלעס.
איך קען מער נישט,,, אנטשולדיגט,, עס איז מיר זייער שווער ווייטער אנציציען דאס קייט פון חובות.
ריבונו של עולם העלף מיר.
אפשר קען איינער דא זיין דער גוטער שליח?
ווי עס שרייבט מיט האפענונג אן איבערלעבער

אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג

- שר מאה
- תגובות: 111
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm
- עכט נארמאל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 398
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: אין כולל
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
שרעקעדיג!!
איך פיל עס יעצט
אבער האט עס מיך מורה'דיג בארוהיג'ט אז ליידער ס'דא אח לצרה שוין זאל יעדער געהאלפן ווערן.

\
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
חוח בין השושנים האט געשריבן:אוי איז דאס אן אשכול...
אוי איז דאס געווען א אנהייב פון א יאר...
אוי האסטו אונז בארירט די סטרונעס פון די הארץ...
אוי וויפיל זכותים דער עולם אויף אייוועלט האט זיך איינגעקויפט...
אוי האט זיך שטארק ארויסגעוויזן דער מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ...
אוי ווי ווייניג מיר האבן געוואוסט וויפיל זכותים מיר וועלן דארפן האבן דאס יאר...
הרחיבי טייערער, כ'זע אז דו באניצסט זיך שוין נישט מיט דיין הרחיבי ניק. כ'וויל דיר אבער מודיע זיין, אז ווען ביסט געווען אין דיין טיפן דיטש, האב איך ארויסגעהאלפן דא אויפן אשכול און אביסל הינטער די קוליסן מיט וואס שייך, כדי צו לינדערן דיין קלעם. אבער כ'האב נישט פארגעסן פון דיר נאך די הייליגע טעג. ביז היינט איז נאכנישט אריבער א וואכן-טאג אן זאגן א תפילה פאר דיר. כ'האב דיר עמטליך אריינגעלייגט אין מיין דאווענען. יעדן טאג נאך עלינו, זאג איך צוויי קאפיטלעך במיוחד פאר דיינעט וועגן, און אזוי וועט עס אי"ה פארבלייבן ביז ענדע תש"פ כפי שקיבלתי על עצמי בראשית השנה.
כ'הייב טעגליך אן מיין תפילה מיטן פסוק אין ישעי': הַרְחִיבִי מְקוֹם אָהֳלֵךְ וִירִיעוֹת מִשְׁכְּנוֹתַיִךְ יַטּוּ אַל תַּחְשֹׂכִי הַאֲרִיכִי מֵיתָרַיִךְ וִיתֵדֹתַיִךְ חַזֵּקִי. כדי מרמז צו זיין דיין 'נאמען'...
כמותך ירבו בישראל
- מעכל קנעכל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7129
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
- לאקאציע: קעגן איבער
-
- שר האלף
- תגובות: 1129
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
מעכל קנעכל האט געשריבן:איבערלעבער, עפן א באזונדערע אשכול דערוועגן.
מיט א לינק
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: וואס האב איך פון מיין לעבן ?
איבערלעבער האט געשריבן:טייערער אידן. איך האב מיר אנגעשטויסן אין דעם אשכול. איך בין ניי דא. אויב זעהט איהר מיינע געציילטע תגובות וועט איהר אביסל פארשטיין וואס מיינט אן איבערלעבער.
עס האט מיר אפגעקאסט במשך די לעצטע פאר יאהר קרוב צו 40 אלפים צו העלפן מיין שלום בית. אלעס פון געבארכטע געלט איך לויף ארום פון רעכל צו מיכל מיט קליינע סכומים אהין און צוריק. יעדן טאג איז פעי דעי..
איך האב ברוך השם מצליח געווען ביז יעצט. איך פאל שוין צאם.
דאס קינד וואס ווערט מיר געבוירן נאך 10 יאהר ברעיק איז א תוצאה וואס ווייזט אז אלעס האט זיך געלוינט הודו לשם.
איך פארדין שיין אבער איך קען די 40 אלפים נישט באצאהלן.
עס קומט יעצט א שמחה א שלום זכר וואך נאכט ברית וכולי. איך האב איהר צוגעזאגט עס וועט זיין שיין... איך האב געמוזט. עס וועט מיר קאסטן 3500 איזי.
זי האט ארויס געווארפן און אוועק געגעבן די לעצטע 10 יאהר אלע קינדער זאכן. קליידער קערידשעס קאר סיטס קריבס אלעס אלעס.
איך קען מער נישט,,, אנטשולדיגט,, עס איז מיר זייער שווער ווייטער אנציציען דאס קייט פון חובות.
ריבונו של עולם העלף מיר.
אפשר קען איינער דא זיין דער גוטער שליח?
ווי עס שרייבט מיט האפענונג אן איבערלעבער
וואס איז די מעשה מיט דיר? יעצט געליינט די תגובה, ווי האלטן זאכן? מברויך נאך הילף?