מיינע עצות אין לעבן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מיקא האט געשריבן:21]
אז איינער האקט איבער ווי דו רעדסט, וועגן א קאל צו ער רעדט מיט א צווייטן. הייב נאר אן צו רעדן נאכדעם - אויב יענער בעט דיר זאלסט ממשיך זיין; און אויב נישט, איז זיכער אזוי בעסער, ווייל ס'מיינט אז ער איז נישט געווען אינטערעסירט.

זייער ריכטיג, איך טוה עס שוין לאנג!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

מיקא האט געשריבן:27]
אויב מ'האט א שווערע קשיא, און מ'רעדט אז מ'וויל א תירוץ.. איז דא א עצה, זיך פאָרשטעלן כאילו איינער פרעגט דיך דעם פראגע, און וויאזוי דו וואלסט יענעם געענטפערט. וואס רוב מאל האט מען וואס צו ענטפערן, און דאס געבט פאר זיך צוריק דעם מעגליכע ענטפער.

דא ערגעץ א דגל אז ווען מ'האט א דילעמא זאל מען זיך פארשטעלן ווי איינער טענה'ט פאר דיר צד א' און דו ביסט צד ב' און נאכדעם זאל מען זיך מצייר זיין אז איינער טענה'ט פאר דיר צד ב' און דו ביסט צד א'.
#עפעסענליך
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מיקא האט געשריבן:28]
ס'מאכט זיך אז ס'באפאלט א פוילקייט, צו מידיקייט – אין עטליכע טעג אין א רייע, און מ'שפירט שוין שלעכט אז מ'האט פארנאכלעסיגט שיעורים, צו סתם זאכן וואס מ'האט געוואלט ערלעדיגן.
איז די עצה, צו געבן א שפרונג און אנהייבן לערנען אפאר שורות – אפילו נאר זאגן די ווערטער; צו אנהייבן טון וואס מ'וויל, אפי' פאר איין מינוט, כאטש די קאפ איז נישט דערביי, אבער דאס צעברעכט דעם קייט פון נאכלעסיגקייט.

וכמאמר חז״ל מתוך שלא לשמה בא לשמה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מיקא האט געשריבן:29]
אזויווי ס'דא די עצה פון אראפשרייבן אלעס, אויך וואס מ'געדענקט, אויך נאר פון די היינטיגע טאג, אויך פון זאכן וואס איז נאך אין ווייטן פלאן; כדי אויפצופרישן די פלענער און חיזוק אויסצופירן זאכן, איז גוט יעדע קורצע צייט איבערצושרייבן 'אלעס' מיט א פרישע סדר. און א נייע ליסטע געבט נייע מוהט.

זאג מיר נישט אז דו גייסט יעצט אנהייבן די ליסט פון אנפאנג.... :lol:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

מיקא האט געשריבן:30]
אין די ווינטער ווען מ'איז פארקילט, און די נאז רינט שטארק, ווערט נאטורליך די הערעלעך אין די נאז אויסגעברענט, און די שארפע סענסעטיווע לופט קראצט די געהירן אין קאפ; לייג איך אריין קליינע שטיקלעך טישא, אין ביידע נאז לעכער, פאר אביסל צייט – פון אפאר מינוט ביז א האלבע שעה, און דאס האלט ווארעם די אטעם, און מאכט די צייטווייליגע קאפוויי נאכלאזן.

וואלט געווען גלייך, צו צוטשעפענען א בילד צו יעדע עצה טובה
ווי זאגט די וועלט א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער...! :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

דער קומט אריין זייער קלאר! שכוח

בין איך זייער נייגעריג ווי אלט איר זענט, בדרך אגב קענט איר שרייבן אן עצה אקעגען נייגעריקייט
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

וואס עפעס? האט געשריבן:דער קומט אריין זייער קלאר! שכוח

בין איך זייער נייגעריג ווי אלט איר זענט, בדרך אגב קענט איר שרייבן אן עצה אקעגען נייגעריקייט

Just pray to Hashem
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

הערשט יעצט באמערקט דעם אשכול, זייער פיינע ווארע יישר כח מיקא
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

וואס איז הוק און קרוק
כ'מיין צו פרעגן וואס גייסטו אויפגעבן פאר דעם?
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

מיקא האט געשריבן:26]
ווען מ'וויל אנהייבן א נייע זאך, דארף מען וויסן זייער קלאר, אז ס'קיינמאל נישט שפעט, און קיינמאל נישט פרי.. דהיינו, ווארט נישט אויף זונטאג צו ערב ר''ה, און מוזט נישט אנהייבן פון דף אלף, און אויך נישט ווען מ'וועט זיין אויסגערוט און גרייט. ניין! טו עס יעצט און ממש יעצט!
דאנערשטיג נאכמיטאג מוצאי תענית, הייב אן אפילו אנע כח, אפילו פון פרק רביעי, און אפילו נאר פאר דריי מינוט – אבער הייב יעצט אן. ווי מ'זאגט; טו עס עניוועי.. ווייל דווקא דא איז די סוד פון א גוטע התחלה, אין יעדע רגע פון לעבן קען מען אנהייבן, און אפילו מ'שטעלט זיך אפ נאך אביסל, אבער מ'האט אנגעהויבן!

אוי איז דאס אמת יישר כח
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז הוק און קרוק
כ'מיין צו פרעגן וואס גייסטו אויפגעבן פאר דעם?

איך מיין נאר עצלות בדוק ומנוסה ווייל צייט איז דא ברוך השם א שפע
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

מיקא האט געשריבן:22]
ס'דא א גוטע עצה, ווען א מענטש האט שווערע מחשבות, אראפצושרייבן אלע דאגות אויף א פאפיר, און וויבאלד מ'איז חושש אז א צווייטער וועט עס לייענען, קען מען מאכן סימנים; למשל, מ'שרייבט ביתי – קען מיינען ווייב, טאכטער, הויז, צו עפעס א ר"ת וואס נאר דו ווייסט וואס ס'מיינט, און מ'לייענט עס איבער אביסל שפעטער, און מ'זעט שנעל ווי רוב דאגות זענען סתם א וואלקן אן א רעגן.

די דערמאנסט מיך די מעשה פון די פרומע אינגעמאן ער קומט איין צופרי אין שוהל און ער זאגט די פרייליכע נייעס מיין הויז האט באקומען נאך א שטוב
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

great האט געשריבן:

:roll: :roll:
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מיקא האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז הוק און קרוק
כ'מיין צו פרעגן וואס גייסטו אויפגעבן פאר דעם?

אויב מ'האט אפגעמאכט, אז היינט איז זונטאג נח, און דינסטיג ויצא וויל איך אנהייבן דעם פראיעקט, דארפסטו וויסן דאנערשטיג תולדות, אז דינסטיג גייט דאס געשען, און דינסטיג די ערשטע געלעגנהייט, הייבט מען עס אן! ביי הוק און ביי קרוק..
ס'קען שנייען און ס'קען בלוטן די נאז. ס'קען זיין א יום החתונה און א יום נסיעה, ''דינסטיג ויצא'' הייבט מען עס.. דאס הייסט א דעד-ליין, און נאר אזוי קען מען ברעכן פארשלעפטע וואכן מיט א תכלית.

און אנדערע ווערטער:
דאס איז 'מצות היום' (ווי מצה פסח)..
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

חאלאוונע האט געשריבן:34]
פאר די וואס ווילן א זיסע-געווירץ לייכטע טרונק, וואס איז געזונט, געשמאק און ביליג און גרינג צו מאכן, האב איך געזען אזעלכע וואס לייגן אריין א 'אלערליי געווירץ' טיי זעקל, און צוזאמען מיט קאלטע וואסער, איז דאס נארהאפטיג, פאסיג און געשמאק, צו יעדע מאלצייט.
[מ'קען צולייגן א טראפ גרעיפזשוס א.ד.ג. פאר א טאפעלטע געשמאק.]

וועלכע געווירצן
די פון קאנאדא ?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

כהאב געמיינט אז איר רעדט פון די געווירצן וועלכע איז לעגאל אין קאנאדא ...
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

חאלאוונע אדער מיקא? ס'גייט דא פאר?
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בקיצור שרייבן שרייבן שרייבן...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

חאלאוונע האט געשריבן:36
א לייכטע און שנעלע וועג, אויפצורייניגן א שטוב פון שטויב און קלעב, איז אנצוטון דיקע זאקן [אדער צוויי פאהר זאקן] און דערמיט ארומווישן די גאנצע ערד, און אזוי קומט מען אפילו בעסער אן אין אלע ווינקלען, און ס'ארבעט שנעלער ווי א מאפ און האנטוך.

אדער אנטוהן שיך און ארויסנעמען דעם וואקום-קליענער...
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

צו קענען גרינג אפשיילן אייער דארף מען תיכף נאכן קאכן לאזן רינען אסאך קאלטע וואסער דערויף
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

מרגלית האט געשריבן:43
אז מ'ערווארטעט א ענטפער פון א פריינד וכדו', און יענער יאגט זיך נישט צו ענטפערן, ווייל ער קלערט אז איר מוטשעט צו אסאך... איז אבער דא אויסגעפרובטע גוטע זאצן, וואס ווען איר שרייבט דאס צו יענעם, וועט ער אייך היבש שנעל צוריק-ענטפערן.
ווי פאלגענד;
דו וואלסט נישט געגלייבט וואס כ'האב יעצט אויסגעפונען וועגן דיר... \ אדער; איך קען דיר געטרויען מיט א זעלטענע סוד?...

איך מיין אז די זאצן זענען שוין לאנג עביוזד....
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נקודהלע האט געשריבן:חאלאוונע אדער מיקא? ס'גייט דא פאר?

און ס'גייט נאך פיל ווייטער.

פון מיינע גרעסטע אייוועלט מיסטעריעס. עמיצער לפענח הנעלם?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מחשב האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:חאלאוונע אדער מיקא? ס'גייט דא פאר?

און ס'גייט נאך פיל ווייטער.

פון מיינע גרעסטע אייוועלט מיסטעריעס. עמיצער לפענח הנעלם?

קיימעצער?
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re: מיינע עצות אין לעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

האסט א עצה פאר א גוטע זאך אנשטאט קאווע ?
דאס הייסט א סאך וואס וועקט אויף אבער נישט קאווע ממש ?
אוועטאר
וואסינייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 9:45 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסינייעס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:2]
ווען מ'האט באקומען א שטארקע ביס פון א אינזעקט [למשל פון א מאסקיטא, אבער ס'איז געווארן זייער קראצעדיג] לייגט ארויף שפייעכטץ, און אויב ס'איז אויף א לערע מאגן, למשל באלד אינדערפרי פאר'ן עסן, איז די שפייעכטץ מער הילפיג, בדיעבד איז סתם וואסער גוט אפצושטילן 'אביסל' די קראצן, אבער שפייעכטץ העלפט עס זאל אינגאנצן אראפגיין די געשוויר.
איך האב אמאל אנגערירט א שעדליכע געוואוקס – אזויווי פויזענט אייווי – און מיין האנט איז געווארן פול מיט בלוטערן, גרויס ווי א דיים, אז ס'האט געציפט און נערווירט, האב איך קודם אפגעגאסן די האנט מיט קאלטע וואסער, אפצושווענקן די פויזענט, אבער ס'איז נישט פארשוואונדן ביז איך האב אגעשפיגן דעם האנט פלאך – וויפיל איך האב געקענט, און וואונדערליך איז עס צוביסלעך פארשוואונדן ביז א שעה.
פאר א בינען שטאך, איז גוט צו לייגן האניג – דערויף א בענד'עיד, און דאס אלעס איז בדוק ומנוסה, אז איך האב דאס אויספראבירט.

שפייעכץ העלפט אויך צו פארהיילן א (קליינע) שניט, אויב עס הייבט אן בלוטן, אנשטאט וואסער אדער א טישו, לייג אביסעל שפייעכץ. עס שטעלט אפ דאס בלוטן. סאיז נפלאות הבריאה וואס דער גרויסער באדעפער האט אריינגעשטעלט אזא בילט אין רפואה.

אגב האב איך אמאהל געהערט (ליידער ווייס איך נישט וואו דאס איז) אז אין גמרא ווערט עס אראפגעברענגט אז דווקא שפייעסטץ פון נאכן שלאף נאך פאר עפעס ארייננעמען אין מויל איז זייער פאוערפול וויסט איינער דעם מקור?
די גרעסטע הצלחה אין לעבן איז נישט קיינמאל צו פאלן, נאר זיך הייבן יעדעס מאל פון דאסניי
מלעבט נאר 1 מאהל, אבער אויב לעבט מען עס ריכטיג איז איינמאל גענוג
שרייב תגובה

צוריק צו “פארשידענע הילף”