קרן תוספות יו''ט - חיזוק נישט צי רעדן ביים דאווענען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
קרן תוספות יו''ט - חיזוק נישט צי רעדן ביים דאווענען
איך גיי פתיחה דא כדי זיך אויסצישמועסן מיטן עולם וויאזוי מען קען זיך טאקע איינהאלטן צי רעדן ביים דאווענען.
שוין א היבשע שטיק צייט וואס די גליון נקדישך פון קרן תוספות יו''ט לאנדעט און פארנט פון מיין נאז א יעדע פרייטיג צינאכטס, און איך ווער פון וואך צי וואך מער און מער ווארעם זיך מקבל צי זיין אינגאנצן אויפציהערן צי רעדן ביים דאווענען. נישט אז איך בין א שמועסער, אבער מען קען נאכאלץ בעסער ווערן, אמאל טרעפט מען זיך מיט א אלטע חבר און מען כאפט א בדיעבדיגע שמעוס'ל, און בין גברא לגברא קען נאך סתם אזוי האבן א תיקון, במילא ווילעך הערן פון חברה וואס דבר'ענען נישט ביים דאווענען וויאזוי זיי האבן עס דורכגעבראכן.
פון איינער וואס איז בטבע א שטילער וועט מיר נישט זיין אינטערעסאנט צי הערן עדווייס, אבער פון איינער וואס איז בטבע א געשמאקע קאווע שמועס'ער און האלט זיך דאך איין פון נאס מאכן זיין ליפן מיט שמועסן ביים דאווענען, פון אזא איינער וועט מיר זיין אינטערעסאנט ווי אזוי ער האט עס דורך געבראכן.

.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
איך בין איינגעשריבן דעראין. וואס ס'האט ביי מיר אויפגעטוען איז אז איך טרינק נישט קיין קאווע (שבת אינדערפרי) ווען די עולם האלט שוין ביי ברוך שאמר אדער שפעטער מיט א שמוסעל אין דערזייט. עם אנפאנג איז עס שווער אבער מ'געוויינט זיך צו. די פראבלעם ביי מיר איז געווען בעיקר שבת.
בד"וו בין גברא לגברא איז נישט אזוי געפערליך (להלכה) אז מ'שמועסט.

https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
nmi האט געשריבן:איך בין איינגעשריבן דעראין. וואס ס'האט ביי מיר אויפגעטוען איז אז איך טרינק נישט קיין קאווע (שבת אינדערפרי) ווען די עולם האלט שוין ביי ברוך שאמר אדער שפעטער מיט א שמוסעל אין דערזייט. עם אנפאנג איז עס שווער אבער מ'געוויינט זיך צו. די פראבלעם ביי מיר איז געווען בעיקר שבת.
בד"וו בין גברא לגברא איז נישט אזוי געפערליך (להלכה) אז מ'שמועסט.
כ'בעט דיר צי שנעל צוריק,
סתם שמועסן איז אסור לכו"ע בין גברא לגברא.
און לגבי דברי תורה איז דא צוויי דיעות.
עי' שו"ע או"ח סי' קמ"ו סי' ב' וז"ל המחבר: כיון שהתחיל הקורא לקרות בספר תורה אסור לספר אפילו בדברי תורה. אפילו בין גברא לגברא ואפילו אם השלים הוא הפרשה. ויש מתירים לגרוס (פירוש ללמוד) בלחש. עיי"ש ובהנושאי כלים.
דיסקלעמער: ביטע פאר ווער עס שרייבט הלכות, זאל צוצייכענען א מקור לדבריו, און נישט שרייבן בלויז פון ארבל ארויס.
- בעל דמיון
- שר האלף
- תגובות: 1776
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
- לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״
nmi האט געשריבן:בד"וו בין גברא לגברא איז נישט אזוי געפערליך (להלכה) אז מ'שמועסט.
מקור פליז? נישט געשטויגן און נישט געפלויגן! כ'קען דיר ברענגען צענדליגע מקורות פארקערט!
די מערסטע וואס מ'קען טרעפן איז רעדן אין לערנען אויב ס'איז דא לאנגע מי שברך'ס און אפשר אפי' נאר אליינס נישט מיט קיין חבר און מ'דארף סטאפן בעפאר מ'הייבט אן די ברכות (נישט ווען מ'הייבט אן צו ליינען) וכו' וכו' אבער די מציאות איז אז מ'כאפט נאר אריין צו ענדיגן וואס מ'האט אנגעהויבן צו זאגן בין גברא לגברא און ס'ווערט אזוי אריינגעצויגן אין די ערשטע פאר פסוקים, דו"ק ותשכח!
די עצה איז מ'זאל זיך מאכן א פעסטע קבלה נישט צו רעדן בכלל און אזוי אריינכאפן בין גברא לגברא בהבלעה...
מ'האקט... אבער שיק!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
אילו זכינו האט געשריבן:nmi האט געשריבן:איך בין איינגעשריבן דעראין. וואס ס'האט ביי מיר אויפגעטוען איז אז איך טרינק נישט קיין קאווע (שבת אינדערפרי) ווען די עולם האלט שוין ביי ברוך שאמר אדער שפעטער מיט א שמוסעל אין דערזייט. עם אנפאנג איז עס שווער אבער מ'געוויינט זיך צו. די פראבלעם ביי מיר איז געווען בעיקר שבת.
בד"וו בין גברא לגברא איז נישט אזוי געפערליך (להלכה) אז מ'שמועסט.
כ'בעט דיר צי שנעל צוריק,
סתם שמועסן איז אסור לכו"ע בין גברא לגברא.
און לגבי דברי תורה איז דא צוויי דיעות.
עי' שו"ע או"ח סי' קמ"ו סי' ב' וז"ל המחבר: כיון שהתחיל הקורא לקרות בספר תורה אסור לספר אפילו בדברי תורה. אפילו בין גברא לגברא ואפילו אם השלים הוא הפרשה. ויש מתירים לגרוס (פירוש ללמוד) בלחש. עיי"ש ובהנושאי כלים.
דיסקלעמער: ביטע פאר ווער עס שרייבט הלכות, זאל צוצייכענען א מקור לדבריו, און נישט שרייבן בלויז פון ארבל ארויס.
אז דו האסט שוין אפן די מחבר קוק אביסל ווייטער אין דעם סיעף (אויב איך געדענק גוט) שרייבט ער דארט אז אויב 10 אנדערע מענטשן הערן אויס דאס ליינען מעג מען יא שמועסן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
nmi האט געשריבן:אילו זכינו האט געשריבן:nmi האט געשריבן:איך בין איינגעשריבן דעראין. וואס ס'האט ביי מיר אויפגעטוען איז אז איך טרינק נישט קיין קאווע (שבת אינדערפרי) ווען די עולם האלט שוין ביי ברוך שאמר אדער שפעטער מיט א שמוסעל אין דערזייט. עם אנפאנג איז עס שווער אבער מ'געוויינט זיך צו. די פראבלעם ביי מיר איז געווען בעיקר שבת.
בד"וו בין גברא לגברא איז נישט אזוי געפערליך (להלכה) אז מ'שמועסט.
כ'בעט דיר צי שנעל צוריק,
סתם שמועסן איז אסור לכו"ע בין גברא לגברא.
און לגבי דברי תורה איז דא צוויי דיעות.
עי' שו"ע או"ח סי' קמ"ו סי' ב' וז"ל המחבר: כיון שהתחיל הקורא לקרות בספר תורה אסור לספר אפילו בדברי תורה. אפילו בין גברא לגברא ואפילו אם השלים הוא הפרשה. ויש מתירים לגרוס (פירוש ללמוד) בלחש. עיי"ש ובהנושאי כלים.
דיסקלעמער: ביטע פאר ווער עס שרייבט הלכות, זאל צוצייכענען א מקור לדבריו, און נישט שרייבן בלויז פון ארבל ארויס.
אז דו האסט שוין אפן די מחבר קוק אביסל ווייטער אין דעם סיעף (אויב איך געדענק גוט) שרייבט ער דארט אז אויב 10 אנדערע מענטשן הערן אויס דאס ליינען מעג מען יא שמועסן.
נעם ביטע אליין א שו"ע און לערן דורך גוט די הלכות.
און נאכדעם קום מיט די קלארע מקורות
איך רעד נישט ב"ה אויך נישט בין גברא לגברא
אז דו ווילסט יא רעדן ביטע ברענג proof אז דו מעגסט
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
אילו זכינו האט געשריבן:nmi האט געשריבן:אילו זכינו האט געשריבן:nmi האט געשריבן:איך בין איינגעשריבן דעראין. וואס ס'האט ביי מיר אויפגעטוען איז אז איך טרינק נישט קיין קאווע (שבת אינדערפרי) ווען די עולם האלט שוין ביי ברוך שאמר אדער שפעטער מיט א שמוסעל אין דערזייט. עם אנפאנג איז עס שווער אבער מ'געוויינט זיך צו. די פראבלעם ביי מיר איז געווען בעיקר שבת.
בד"וו בין גברא לגברא איז נישט אזוי געפערליך (להלכה) אז מ'שמועסט.
כ'בעט דיר צי שנעל צוריק,
סתם שמועסן איז אסור לכו"ע בין גברא לגברא.
און לגבי דברי תורה איז דא צוויי דיעות.
עי' שו"ע או"ח סי' קמ"ו סי' ב' וז"ל המחבר: כיון שהתחיל הקורא לקרות בספר תורה אסור לספר אפילו בדברי תורה. אפילו בין גברא לגברא ואפילו אם השלים הוא הפרשה. ויש מתירים לגרוס (פירוש ללמוד) בלחש. עיי"ש ובהנושאי כלים.
דיסקלעמער: ביטע פאר ווער עס שרייבט הלכות, זאל צוצייכענען א מקור לדבריו, און נישט שרייבן בלויז פון ארבל ארויס.
אז דו האסט שוין אפן די מחבר קוק אביסל ווייטער אין דעם סיעף (אויב איך געדענק גוט) שרייבט ער דארט אז אויב 10 אנדערע מענטשן הערן אויס דאס ליינען מעג מען יא שמועסן.
נעם ביטע אליין א שו"ע און לערן דורך גוט די הלכות.
און נאכדעם קום מיט די קלארע מקורות
איך רעד נישט ב"ה אויך נישט בין גברא לגברא
אז דו ווילסט יא רעדן ביטע ברענג proof אז דו מעגסט
נו שוין. העמער ברויכן מעיין זיין. מיינסט צו זאגן אז אנשטאטס שמועסן בין גברא לגברא זאל איך איבערחזרן דאס אלטע אין דעי צייט... איוואר?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm
nmi האט געשריבן:אילו זכינו האט געשריבן:nmi האט געשריבן:אילו זכינו האט געשריבן:nmi האט געשריבן:איך בין איינגעשריבן דעראין. וואס ס'האט ביי מיר אויפגעטוען איז אז איך טרינק נישט קיין קאווע (שבת אינדערפרי) ווען די עולם האלט שוין ביי ברוך שאמר אדער שפעטער מיט א שמוסעל אין דערזייט. עם אנפאנג איז עס שווער אבער מ'געוויינט זיך צו. די פראבלעם ביי מיר איז געווען בעיקר שבת.
בד"וו בין גברא לגברא איז נישט אזוי געפערליך (להלכה) אז מ'שמועסט.
כ'בעט דיר צי שנעל צוריק,
סתם שמועסן איז אסור לכו"ע בין גברא לגברא.
און לגבי דברי תורה איז דא צוויי דיעות.
עי' שו"ע או"ח סי' קמ"ו סי' ב' וז"ל המחבר: כיון שהתחיל הקורא לקרות בספר תורה אסור לספר אפילו בדברי תורה. אפילו בין גברא לגברא ואפילו אם השלים הוא הפרשה. ויש מתירים לגרוס (פירוש ללמוד) בלחש. עיי"ש ובהנושאי כלים.
דיסקלעמער: ביטע פאר ווער עס שרייבט הלכות, זאל צוצייכענען א מקור לדבריו, און נישט שרייבן בלויז פון ארבל ארויס.
אז דו האסט שוין אפן די מחבר קוק אביסל ווייטער אין דעם סיעף (אויב איך געדענק גוט) שרייבט ער דארט אז אויב 10 אנדערע מענטשן הערן אויס דאס ליינען מעג מען יא שמועסן.
נעם ביטע אליין א שו"ע און לערן דורך גוט די הלכות.
און נאכדעם קום מיט די קלארע מקורות
איך רעד נישט ב"ה אויך נישט בין גברא לגברא
אז דו ווילסט יא רעדן ביטע ברענג proof אז דו מעגסט
נו שוין. העמער ברויכן מעיין זיין. מיינסט צו זאגן אז אנשטאטס שמועסן בין גברא לגברא זאל איך איבערחזרן דאס אלטע אין דעי צייט... איוואר?
אקוראט...
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6416
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך בין אויך נתעורר געווארען פון זיי אבער כ'מיין זיי ציען איבער דאס שטריקל מיט חומרות, צב'ש אז מען טאר אפילו נישט זאגען ""נו"" אינמיטן דאווענען
זיי צוען גארנישט איבער. אז דו ווילסט נישט מוזטו נישט אונטערשרייבן. אז דו שרייבסט אונטער קענסטו צושרייבן וואס דו ווילסט.
איך האב צוגעלייגט אז אויב מיין טאטע אדער שווער וועט רעדן מיט מיר וועל איך מיט רעדן אפילו אין מיטן הויכע שמו"ע אלס כיבוד אב. ווייז מיר נישט אויף אז ס'איז אסור בתכלית האיסור כ'ווייס אויך דערפון.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6416
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
nmi האט געשריבן:דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך בין אויך נתעורר געווארען פון זיי אבער כ'מיין זיי ציען איבער דאס שטריקל מיט חומרות, צב'ש אז מען טאר אפילו נישט זאגען ""נו"" אינמיטן דאווענען
זיי צוען גארנישט איבער. אז דו ווילסט נישט מוזטו נישט אונטערשרייבן. אז דו שרייבסט אונטער קענסטו צושרייבן וואס דו ווילסט.
כ'רעד נישט פון אינטערשרייבען. כ'רעד פלעין פון פשוטע הלכות. כ'בין זעכער אז מקען טרעפן א היתר צו זאגען ""נו"". בפרט פפאר א טאטע פון קינדערלעך.
מהאט נישט געגעבען די תןרה פאר מלאכים!!
- כשרע טעלעפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 666
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm
יישר כח @געריבענער פארן עפענען דעם אשכול, איך האב עס שוין לאנג געוואלט טון נאר נישט געהאט די צייט דערצו, איך בין נתעורר געווארן צו אויפהערן רעדן ביים דאווענען דורך א ספר וואס הייסט כבוד בית ה', דערנאך האב איך געטראפן די גליון נקדישך, וואס אגב איז א הערליך גליון איך האב זייער הנאה דערפון, עכ"פ לגבי די שוועריקייט, עס איז מיר זייער שווער עד היום, איך בין געווען א פיינער שמועסער און דאס אויפצוהערן איז יענץ עסק אבער איך האב עס געטון, מיין נישט אז איך אויפגעהערט און שוין, איך האב געהאט עליות ירידות וכו', אבער דעם רצון האב איך נישט פארלוירן ב"ה, און יא, איך האב שוין געזען בחוש גרויסע ישועות פון דעם.
אדרבה לאמיר הערן פון אנדערע זייער עקספיריענס.

דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
איך בין דירעקט א געשמאקע שמועסער און איך פלעג רעדן ביים דאווענען אפילו חוזק געמאכט פון דע גאנצע מערכה און דער גליון, למעשה האב איך ליין איך וואך איין און וואך אויס ביז עס האט אנגעהויבען שלאגן ווארצלען און איך האב זיך פאר מיר שטילערהייט פארגענימען, למעשה אפאר וואכן דערויף איז געווען א חתימה דרייוו און ווען מען האט מיך געבעטן צי אינטערשרייבען איז עס געווען זייער גרינג און בכלל געווען א שמחה ווייל יעצט וועט זיין אטאמאטיש גרינגער מיטן כח הציבור.
עס איז נישט אייביג גרינג, ספעציעל אנהייב דאווענען ווען מען דרייט זיך נאך ארום, דע גרינגסטע עצה איז גיין אויפן פלאץ און בלייבען דארט, ווען מיינע נערווען ווערן אנגעשטרענגט נעם איך אדער א גליון אדער גיי איך ארויס אין פאליש אד"ג.
אינדערוואכן רעד איך נישט מיט דע תפילין.

איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
אדער יא האט געשריבן:דו ווייסט אז ס'איז אסור, און דאך זאגסטו קלאר אז ביסט עובר ומוכן ווייטער עובר צו זיין, אתמהה???
כ'גיי דיר פרעגן א שאלה און כ'בעט דיר טריי דיר מצמצם צו זיין און ענטפער מיר דעם אמת.
שטעל דיר פאר אז דו טוסט ביזנעס מיט טראמפ. איין שבת נאך נקדישך וואקט טראמפ אריין אין ביהמ''ד און קומט צו צו דיר און זאגט "hey oder yo, how are you doing today?". וואלסטו אים געוויזן מיט די הענט אז דו קענסט נישט יעצט רעדן און ער זאל ארויסקומען מיט דיר פון שול און רעדן אינדרויסן. אדער וואלסטו נישט מיר נישט דיר אים געענטפערט?
כ'בעט דיר זיי דיר מצייר די מעשה מיט יושב הדעת און דערנאך ענטפער מיר.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- כשרע טעלעפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 666
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm
nmi האט געשריבן:אדער יא האט געשריבן:דו ווייסט אז ס'איז אסור, און דאך זאגסטו קלאר אז ביסט עובר ומוכן ווייטער עובר צו זיין, אתמהה???
כ'גיי דיר פרעגן א שאלה און כ'בעט דיר טריי דיר מצמצם צו זיין און ענטפער מיר דעם אמת.
שטעל דיר פאר אז דו טוסט ביזנעס מיט טראמפ. איין שבת נאך נקדישך וואקט טראמפ אריין אין ביהמ''ד און קומט צו צו דיר און זאגט "hey oder yo, how are you doing today?". וואלסטו אים געוויזן מיט די הענט אז דו קענסט נישט יעצט רעדן און ער זאל ארויסקומען מיט דיר פון שול און רעדן אינדרויסן. אדער וואלסטו נישט מיר נישט דיר אים געענטפערט?
כ'בעט דיר זיי דיר מצייר די מעשה מיט יושב הדעת און דערנאך ענטפער מיר.
איך קלער אז טראמפ אליינס פארשטייט אז מען שטערט נישט א מענטש אין בית מדרש אדער להבדיל אלף אלפי הבדלות זייערע בתי תיפלות אינמיטן דאווענען, סא איך זעה נישט אז די משל זאל זיין שייך אהער
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:איך קלער אז טראמפ אליינס פארשטייט אז מען שטערט נישט א מענטש אין בית מדרש אדער להבדיל אלף אלפי הבדלות זייערע בתי תיפלות אינמיטן דאווענען, סא איך זעה נישט אז די משל זאל זיין שייך אהער
אלע בעלי דרשנים נוצן טאקע פאר א משל להבדיל די ריספעקט וואס די גלויביגע האבן אין זייערע תיפלות.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 318
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm
בעזרת השם יתברך מיט א יאהר צוריק האט זיך אופגעשטעלט א יונגערמן א פיינער שמוסער פארן ליינען געזאט א פאר ווערטער מיט דע מי שבירך פין הייליגן תוספת יום טוב און ברוך השם עס האט שטיל געמאכט דע שמיסערס
אין אזזוי כסדר מאכט מען דע מי שברך אין 98% עולם פארשטייט דע נחיצות און דע גיטע השפעות
דער אייבישטער זאל וווייטער העלפן אמן
אין אזזוי כסדר מאכט מען דע מי שברך אין 98% עולם פארשטייט דע נחיצות און דע גיטע השפעות
דער אייבישטער זאל וווייטער העלפן אמן
- כשרע טעלעפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 666
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:איך האב געזען אין גליון נקדישך די וואך א מעשה פון איינעם וואס שמועסט נישט ביים דאווענען אבער יעצט האט ער געמאכט א קבלה און ער איז געהאלפן געווארן, מיין שאלה איז וואס איז די זאך מיט א קבלה?
איך האב אויך געליינט די מעשה, יענער שרייבט אז ער 'פילט' אז עס איז וועגן ער האט מוסיף געווען צי דעם וואס ער רעדט סייווי נישט, און ער האט ציגעלייגט א קבלה.